היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד"ה הרה"ג ר' שמעון ווייס ז"ל

בד"ה הרה"ג ר' שמעון ווייס ז"ל

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2261205
בלאט: 1 2

רמקול5 » 13/8/2007 07:21

היינט איז געקומען די ביטערע ידיעה, אז איינער פון די זקני שרידי תלמידי מרן רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, נאך פון ארשיווע, הרה"ג רבי שמעון ווייס ב"ר קלונימוס איז נפטר געווארן בשיבה טובה, זייענדיג עלטער פון ניינציג יאר.

רבי שמעון זצ"ל איז געווען פון די לייב גווארדיסטן פון מרן רביה"ק נאך אין די ישיבה אין קראלי, און אלע יארן שפעטער איז ער געווען פון די גרעסטע סאלדאטן ביים רבי'ן זי"ע עד יומו האחרון.

ער איז געברעגט געווארן אויפן בית עלמין פון קהל בני יואל דסאטמאר

גאסט » 13/8/2007 07:25

אזוי ווי די האסט אויפגעמאכט א נייע אשכול וועגן דעם שמעון ווייס, וועל איך נאכאמאל דא ברענגן וואס איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערען אשכול וועגן דעם זעלבן שמעון ווייס

איך האב באקומען אין אימעיל אויף kjgast@gmail.com א קליפ פונעם ברך משה רבין פון א מיטונג פון סיון נ"ד וזל"ק

 

... ס'איז דא ווידער אלטע וואס זענען אלטע עמלקים וואס זענען ערגער, למשל שמעון ווייס טויזנט מאל ארגער פון גיהנום ארויסקומען ער איז די ערגסטע פון די ערגסטע פון די אלע מוסרים, ער איז א בזוי ומבוזה געווען אין דערהיים וואס איך קען אייך זאגן די גאנצע משפחה זיינע האט ער אומגליקלעך, ווען נישט ער איז געווען קלמן ווייס זון ווייס איך נישט צו דער פעטער וואלט אים גענומען, א טמא ומטומא איז געווען דער, איך קען אייך זאגן ווער עס איז געווען אין סאטמאר דארף דאס צו וויסן און קאנען, דער שמעון ווייס ער איז דער ערגסטער פון אלעם, ער איז דער יסוד היסודות פון די אלע רשעים דארט ער גוט זיי אלע עצות. שוין דאס איז א צווייטע זאך, איז אים מיין איך טאקע איך וויל אים נישט האבן חס וחלילה אז ער זאל וויסן ער קען ליגן ער און זיין ווייב - ער האט דאך נישט ל"ע קיין קינדער - וויל איך זיי נישט האבן ביי אונז און די חלקה, חס ושלום ער איז א טמא ומטומאהניג מ'וועט מטמא זיין דעם גאנצע בית החיים, איך קען אים זייער גוט איך ווייס נישט צו אלע געדענקן וואס איז געווען מיט אים, אבער איך געדענק עס גוט ...

זאל דער קליפ ווייזן דעם אמת'ן פרצוף פון א עזות פנים פארן אייגענעם טאטן, אזא מענטש קען רז"ל גיין מספיד זיין, קען דען א גראדער מענטש דאס פארשטיין?

דא איז די קליפ http://www.mysatmar.com/audio/shimon_weiss.mp3


איזראלי » 13/8/2007 14:23

דער היפאקריט איז ירד לדיוטא תחתונה פון אומענטשליכקייט הייתכן דעם וואס האט געוואלט מאכן א מחיצה ביי זיין טאטע'ס ציון גייט ער מספיד זיין לית דין ברנש איז א חשוב'ער מענטש א קעגן אים .

Lechtiger » 13/8/2007 15:16

דאס אז רז"ל איז אים מספיד איז נישט אזא קשיא ווייל ער איז שוין אן אלטער מחוצף אין ע"ה, וואס איז יא שווער, ווי אזוי אזא יוד מחשובי אנ"ש ווי הרה"ח ר' יושע קליין מ' יו"ר ועד להגנת כבוד רבינו איז אים מספיד בפני כל אין נאכדערצו פארנט פונעם גע'אסערטען שוהל אינאיינעם מיט אלע שקצים?





ניהול_גרופ » 13/8/2007 15:43

(שקל_שלם:)

ר' יודא לייביש ענגעל מאכט קולות אינמיטן לוי'

היינט איז פארגעקומען די לוי' פון ר' שמעון ווייס אין חרדים אין קרית יואל, מהאט געווארט דארט צוויי שעה אויף רז"ל (מסתמא נאך מיד געווען פון די נעכטיגע טשולענט),  ווען ער איז ענדליך אנגעקומען האט מען אים אויסגערופן אלס "כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א", אויף וואס די זאליס דארט האבן זיך געריבן די בייכער אז ער האט די זכי' אז אין דעם מסור זלמן לייב וואלדמאןס שוהל אנערקענט מען שוין "אויך" אז ער איז סאטמארער רבי...

אבער אינמיטן האט זיך אויפגעהויבן א שטורמישער קול מחאה דורך יודא לייביש ענגעל, מיט קולי קולות היתכן מרופט אן רז"ל סאטמארער רבי, ער האט נישט קיין שום רעכט זיך צו רופן סאטמארער רבי, קיינער האט אים נישט אויפגענומען, זיין טאטע איז אויך נאר געווען דער סיגעטער, וכו' וכו' וכו' פון זיינע געשמאקע פערל ווערטער וואס האט אנגעהאלטן איבער דריי מינוט ביז די זאליס דארט האבן באוויזן אים שטיל צו מאכן און באזייטיגן.


יכול » 13/8/2007 16:55

גאסט,
ביטע פארשעם נישט דיין רבי'ן און נעם אראפ דעם קליפ.

פאטאקי08 » 13/8/2007 20:43

נעם עס נישט אראפ!!!

יכול

רזל איז נישט גאסט'סט רבי!

_________________

דוד46 » 13/8/2007 20:47

שוטים!

די דארפן הייסן חסידים!

דאס זענען ריכטיגע שוטים, און די זאלן טאקע בלייבן ביים מאנראוער רבי'ן!

גאסט » 13/8/2007 21:09

פארוואס זענען די זאליס אזוי ווילד געווארן?

איך באקום אין אישי אין אין אימעיל ווילדע מעסעדזשעס איינס נאכן צווייטן פון די זאליס.

ווי עס קוקט מיר אויס האט מען דא געוויזען פארן אקס א רויטע שמאטע!

זעהט אויס אז אויף דעם איז קיין תירוץ שוין נישטא אפילו פאר א זאלי.

דוד46 » 13/8/2007 22:19

ווילד אויף וואס?

איזראלי » 13/8/2007 23:19

גאסט ! וואס וואנדערסט דיך אז זיי זענען צוווילדעוועט איך פארשטיי זיי עס איז דא אויף וואס, בכלל די ביסט נישט קיין יחיד יעדער איינער וואס זיי שמעקן אז אפשר איז ער א חסיד פונ'ם סאטמאר'ער רבי באקומט קללות און שימפערייען און אישית .

רבי_יונה » 13/8/2007 23:27

די סיבה פארוואס רז"ל האט אריינגעלעקט ביים מספיד זיין שמעון ווייס, און געזאגט די ביליגע חנופה און שקרים אז ער איז געווען א ידיד מיט'ן טאטען אלעמאל איז פאר איין סיבה...

ווייל ער וויל אריינלעקן אין די בני יואל, און אלע זאליס דעם קומענדיגן שבת וואס רז"ל וועט זיין אין קרית יואל.

דער ביליגער חונף איז א פוסטער פאליטיקאנט. ער האט עס געטאן נישט משום כבודו פון ר' שמעון ווייס אדער פון די רביצין ע"ה, אדער פאר די תורה וואס ער האט געלערנט...

רז"ל האט עס געטאן פאר זיך. פאר די באנק אקאונט פון רז"ל. און פאר די שוטים וואס וועלן מיינען אז ער איז טאקע דער גרויסער בעל מדות, וואס איז מכבד יעדן אפילו זיין טאטענס שונאים.

_________________

Lechtiger » 13/8/2007 23:31

פארוואס מעג דער יו"ר ועד להגנת כבוד רבינו (ווער ס'געדענקט נאך ) ר' י. קליין יא מספיד זיין?

דוד46 » 13/8/2007 23:41

פארוואס ברענען אזוי די אהרונים אז מען איז מרבה בשבחו פון א תלמיד פון רבינו הקוה"ט זי"ע?

אגב, דער נפטר איז געווען אונטערגעשריבן אויף די קאנסוס פון רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצ וק"ל ווי עס ווערט געברענגט פאריגע וואך אין דער איד.

געדאנקען » 13/8/2007 23:45

גאסט איז זיכער א בני יואל,
איך גלייב נישט אז א חסיד זאל אזוי פארשעמן זיין רבין מיט אריינלייגן די ווערטער ווי זיין רבי רעדט אזוי מיעוס אין זיך סותר מני בי.

_________________

גאסט » 13/8/2007 23:49

ס'איז פלעין פאני.

איך שטיי און לאך

די זאליס שרייען איך פארשעם דעם ברך משה. ס'איז נישטא ווער ס'זאל לאכן.



גוטזאגער » 13/8/2007 23:50

איך מיין אז הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג איז אויך געווען א חסיד פון בירך משה אלע יארן... און דאך האט משה פראדעל געשריגן אז ער איז א GOY... און איז א שייגעץ, בלא בלא בלא?

און בכלל, פארוואס האט דער בירך משה געזאגט אין תשמ"ט (געזונטע יארן) אז שמעון ווייס איז מטמא במגע ובמשא?

האט ער אמאל צוריקגעצויגן דערפון, יא אדער ניין?

_________________

דוד46 » 14/8/2007 01:58

און אז דער רבי האט געזאגט אויף בערל פריעדמאן ברבים ווילסטו אויך וויסן???

גוטזאגער » 14/8/2007 02:43

חכם איינער
ביסט מדמה תשמ"ט צו תשס"א, ווען די מעדיקעל רעקארדס צייגען וואס פראדעל האט אים געגעבן יעדן טאג?

בכלל, ווייסט דאך יעדער אז סיי שמעון ווייס און סיי אביגדור יאקאבאוויטש זענען אים געווען דם שונאים, וואס דרייסטו א שמיטשיק

דוד46 » 14/8/2007 04:22

גראדע איז דא א זאך וואס "יעדער ווייסט", אז דיין רבי איז נישט מקפיד אויך שמירת עינים, און אויף שמירת הלשון!

דוד46 » 14/8/2007 04:25

און אז דו רעסט פון יארן, פארוואס דער ערשטער טאג חול המועד פסח תשנ"ט האט רבינו בעל ברך משה זצוק"ל געוואוסט וואס ער וויל ווען ער האט "לויט דיין רבי" אים געמאכט פאר רב הצעיר, און א טאג שפעטער האט ער שוין נישט געוואוסט וואס טוט זיך??? 

יכול » 14/8/2007 06:11

פאטאקי און גאסט,
עס באווייזט זיך דא א פארקערט בילד, די זאלי'ס וואס האבען כל ימיו פונעם בירך משה זצ"ל עם מבזה געווען מיט כל מיני בזיונות און כסדר איבערגעחזר'ט זיינע דרשות וואס איז נישט געווען כפי רוחם, אבער לאחר מותו פראבירען זיי זיך איינצוהאלטען נישט צו זיין א מדבר אחר המת. משא"כ די אהרונים כדי צו פארדאמען הגרז"ל זענען זיי גרייט צו מבזה זיין זייער אייגענעם רבי'ן און ארויפברענגען די שווארצע היסטאריע! איך בין נבהל ונשתומם אז ענק פארופען זיך נאך חסידים פון ענקער רבי'ן!!

איגריקע » 14/8/2007 06:21

אויב מ'איז אן אמת'ער חסיד עקזיסטירט אזא מין מושג ווי "שווארצע היסטאריע", אלעס איז דברי אלוקים חיים. נישט אזוי?

קושקע » 14/8/2007 06:29

דוד, ווייל דאס וואס ער האט געזאגט חוהמ"פ תשנ"ט, האט ער געזאגט תשנ"ח, תשנ"ז, תשנ"ו, תשנ"ה, תשנ"ד, תשנ"ג.....זיינע אלע ערשטע 84 יאר, דער שכל הישר זאגט אז די ערשטע 84 יאר פון לעבן איז מען געזונטער וואו די לעצטע 6...חוץ טאמער מ'האט א אהבה מסתרת/ נועם המידות פארדרייטע קאפ, פארשטייט מען פארקערט...

פאטאקי08 » 14/8/2007 19:33

קושקע איך בין מחולק מיט דיר

ביסט טאקע גערעכט אז דער רבי האט אליין געזאגט פאר מאנטשעסטער רב אז איך האב מורא איך וועל אליין זאגען אנדרעש ווי איך זאג

אבער למעשה ווייסט יעדער בלינדער וואס דא איז פארגעגאנגען
אפאר רשעים האבן פארכאפט די מאכט און אים איינגעשפארט און אים נישט געלאזט זאגען וואס ער האט געוואלט
עס איז באוואוסט פאר יעדן אז מען האט אים 24/7 געהעצט און געהעצט מיט כל מיני שקרים און אים געברענגט כל צרוע וכל זב אלע זיינע דם שונאים ועוד ועוד ועוד

א חסיד הייסט נישט איינער וואס זעט ווי מען טוט דאס פאר זיין רבין און ער האלט מיט

_________________

Lechtiger » 14/8/2007 19:34

לו יהא אז דו ביסט גערעכט אז מען ברויך אזוי טאן - לפ"ד העני' פאר א מענטש וואס מען רעספעקטירט ניצט מען נישט אזוינע לשונות וועפען, קאליכען, ווען  געווענדליכע קינדער אדער אייניקלעך רעדען פונעם טאט'ן פון אזא אומבא'טעמ'טע תקופה ניצט מען מער א לשון נקי' ווי נישט געזונט געווען וכדו'

אלא מאי,,,,,, די מסקנא לאז איך איבער פאר דיר

verbeenich » 14/8/2007 19:40

אנטשאלדיג פאטאקי

ווען ענקער רבי איז געפארן קיין פלארידע מיטן כאמישע אסור ראב
אין קיינער איז נישט געוועזן און שטוב נאר ר' עזריאל ער האט געכאפט יעדען ביי סורפרייז
אין דער רבי האט געשריגן איך וויל זיי נישט זען פאר די אויגן

נישט געווען קיין איין שטוב מענטש

פאטאקי08 » 14/8/2007 19:55

האסט אליין געזאגט אז עס איז יא געווען א שטוב מענטש

צווייטענס בעפאר דעם איז אויך געווען א שטוב מענטש

דריטענס ווען אזא זאך האט פאסירט אז דער רבי זי"ע האט זיך געטראפן מיט רבינו מהרא שליט"א
האט ער טראץ די אלע העצענישן און אויסבאהאלטענישן אויפגעלאכטן און אים אויפגענומען מיט אזא שמייכעל וואס מען האט נישט געזען די לעצטע זיבן יאר אויף אים

_________________

דוד46 » 14/8/2007 19:58

קיין שום אהרוני האט מיר נאכנישט געענטפערט קיין געהעריגע תשובה אויף מיין שאלה:

פארוואס איז רבינו בעל ברך משה זצוק"ל געווען פעאיג ביי די 88 און העכער זיך שואל עצה צו זיין מיט אים אביער פערזענליכע ענינים, אבער ווען ער האט געזאגט זאכן וואס עס האט נישט געשמעקט די אזויגערופענע חסידים איז ער שוין נישט געווען קאמפעטענט? 

אויב וואלט איך געזען אז איינער זאל קומען זאגן, אז פון די 88 און ווייטער זוך איך א פרישן רבי'ן זיך שואל עצה צו זיין וואלט איך אים געהאלטן פאר אן ערנסטער מענטש. אבער צו באשליסן אז פאר מיינע ענינים איז דער רבי גוט זיך שואל עצה צו זיין אבער פאר אנדערע ענינים איז ער נישט קאמפעטענט דער איז א ריכטיגער חסיד שוטה!

קושקע » 14/8/2007 20:13

ווערבינאיך, יא, יא, יא, און יא. און איך האלט נישט ביים איבערקייען אלטע אויסגעדראשענע ענינים. וואס דו רופסט רופן אין קארט זאג איך הצלת רבינו, וואס די רופסט אהבה מסתרת, רוף איך בזיון רבינו, וואס די רופסט אן 'דערמאנען דעם רבי'ן אז אהרן איז א שיגץ' רוף איך אן נאציזם און צאפן בלוט פון א איד לעת זקנתו, וכדומה. און מיטן אייבירשטנס הילף וועט אונזער רבי'ס כבוד בלייבן על מקומו און מ'וועט עס ח"ו נישט דארפן צוריקשטעלן.

לעכטיגער, ביי געווענליכע קינדער רעדט מען בכלל נישט פון די מצב, ווייל קיינער עביוזד עס נישט. ליידער די הפקר אינגען האבן געמאכט פורים מיט אזא צדיק, ברויך מען צוריק שטעלן כבודו על מכונו אויף אזא אופן ליידער, וואו די גמרא זאגט אין מסכת קידושין אז עס קען זיין א מענטש זאל שטעלן זיין טאטע ארבעטן שווער ביי א מיל און גאר מקיים זיין כיבוד אב, און עס קען זיין א מענטש זאל טריטן זיין טאטע מיט א שיינע וואקאציע צו די שיינע ווארעמע מיאמי ביטש און גאר זיין דער גרעסטער מנוול און עזות פנים.

תוקן על ידי - קושקע - 14/08/2007 20:14:20

_________________

יכול » 14/8/2007 20:23

פאטאקי,

ווער נאך ווי אן אהרוני ווייסט אז א חסיד הערט נישט און פאלגט נישט אלעס וואס א רבי זאגט, איך האב נישט געזעהן מען זאל פאלגען ווען דיין רבי מהר"א האט געזאגט די א' ב' ג' דרשה, ווען ער האט געזאגט אז די טאטע האט געמאכט זיין ברידער מהרז"ל פאר רב אין וויליאמסבורג, ווייל די האסט אליינס געוואוסט אז עס איז געווען געצוונגענערהייט און ער האט עס נישט ערענסט געמיינט.
 
די זעלבע זאך דא דארפסטו פארשטיין אז די דרשה איז געזאגט געווארען בשעת כעסו און עס איז א בזיון און זיכער נישט ניחא פאר'ן ברך משה אז לאחר מותו זאל מען אראפברענגען אזא דרשה פון אים.

פאטאקי08 » 14/8/2007 20:37

יכול ביסט גערעכט מען האט עס לכתחילה נישט געדארפט ארויףלייגן
אבער אזוי ווי עס איז שוין דא שריי נישט נעם עס אראפ
צו ווייזען כאילו עס איז א בזיון ניין עס איז נישט,
 
אוודאי איז עס געווען נאר לשעתו
אבער פארשטיי דער שמעון ווייס האט נישט צוריקגשטעלט וואס ער האט קאליע געמאכט

_________________

Lechtiger » 14/8/2007 20:37

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס דאס מייניט "מטמא זיין די ביה"ח"?

רבי_יונה » 14/8/2007 20:38

איין קשיא וועט אפווענדן אלע שטותים:


האט מען אריינגעלאזט צום רבי'ן יעדן ביז תשנ"ט (אלע בני יואל, ווער עס האט געוואלט הערן) - יא אדער ניין?

דער תירוץ איז יא.

האט מען אריינגעלאזט מענטשן צום רבי'ן פון תשנ"ט און ווייטער
דער תירוץ איז ניין. משה בן פראדעל מיט זיינע אדיוטאנטען האבן קיינעם נישט אריינגעלאזט. און דעם רבי'ן גגעשטאפט מיט אלע פילן, ווי עס ווערט אויפגעוויזן אין די מעדיקעל רעקארדען

אלזא, וואס דרייט איר א קאפ מיט שטותים?

_________________

דוד46 » 14/8/2007 21:14

יונה'לע

 מען האט אריינגעלאזט יעדן אלע יארן.

די ואס האבן מורד געווען אין רבי'ן טווי בעירל פרידעמאן, יצחק ראזענבערג וכו' האט מען נישט אריינגעלאזט,

דאס זעלבע איז געווען ביי די בני יואל פרשה

פאטאקי08 » 14/8/2007 21:27

דוד

ווי ביזטו געווען ביז תשנ"ט?

_________________

verbeenich » 14/8/2007 22:34

שקרן וואס די ביזט

מ'האט אריין געלאזט בערעלע פר"מ נאך תשנ"ט?
יא ער איז נישט געגאנגען פרעג עם פארוואס
טע האט געוויסט וואס ווארט עם
דער בערל איז דער וואס האט עם אריין געפירט אין אלע טינופות
איך געדענק נאך ווען בערל האט עם באגלייט צו א לווי' פון א יונג ווייבל
און בערל האט עם ארויף געריקט די בלוט דרוק ביז ער האט אויס געשריגן ביי די הספד
ימ"ש אויף א רב אין ב"פ

בערל האט געוויסט דעם אמת וועגן דעם האט ער מורא געהאט ארויף צו גיין
אויך מיר א גוטע פריינד
מיט אזעלעכע פריינד ווער דארף שונאים

איך שעם זיך צו נוצען די שפראך וואס דער בערל האט גענוצט אויפן ברך משה זצ"ל
נאך דעם וואס ער האט עם ארויסגעווארפען

קושקע » 14/8/2007 22:50

ר' בערל פר"מ האט אין זיין לעבן נישט געזאגט אן אומרעספעקטפול ווארט אויפן ברך משה זצ"ל, און דער ברך משה האט קיינמאל גארנישט געהאט קעגן ר' בערל'ן, והשאול פערלשטיין טעיפ יוכח.

תוקן על ידי - קושקע - 14/08/2007 22:52:03

_________________

בערל550 » 14/8/2007 22:56

מיך א פלעינע פשוטע יוד האט מען אויך מער ווי איינמאל פארשיקט, פאר'ן חטא פון זיין א ארויני.

גאסט » 14/8/2007 23:43

מיך האט מען אויך פארשיקט מער פון איינמאל פאר דעם זעלבן חטא פון זיין אן אהרוני


קושקע » 14/8/2007 23:43

מיך אויך

פיינעשידוך » 15/8/2007 00:19

ווער בינעך: שעים זיך נישט, זאג עס אראפ פון הארץ, עס וועט דיר אפשר לייכטער ווערען, וואס האט ער געזאגט אויפן רבי'ן?
און ווי אויך וואס האט דער רבי געזאגט אויף אים?

דוד46 » 15/8/2007 00:30

עס איז אמת אז בערל האט בארעדט רבינו בעל ברך משה זצוק"ל, זיינס אן אייניקל האט מיר בשעתו דערציילט לפי תומו אז זיין זיידע האלט אז דער רבי איז א כפוי טובה און קען אים נשיט מוחל זיין וואס ער האט געטאן. 

ווילאנג דער רבי זצוק"ל האט נישט גערעדט קעגן בערל איז דער רבי אים גוט געווען, אבער ווי נאר ער האט אים ארויסגעווארפן פון די קהילה איז דער רבי שוין געווארן דאס ארגסטע ביי בערל'ען.

קושקע » 15/8/2007 00:54

שקר וואו עבודה זרה, ר' בערל האט דורכאויס אלע אומשטענדן געהאט די העכסטע מאס רעספעקט פארן רבי'ן ז"ל ער האט קיינמאל נישט געזאגט די מינדעסטע ווארט וואס זאל ח"ו פוגע בכבודו זיין אין רבי'ן ז"ל.

גאסט » 15/8/2007 00:55

קושקע איך פאנג שוין אן צו טראכטן אז ער הייסט דוד90, ווייל לויט וויפיל צייט ער האט און וויפיל שקרים ער פאקט צוזאם אין איין טאג מיין איך אז ער איז דוד90


דוד46 » 15/8/2007 01:11

זעטס נאר ווי די אהרונים ברענען ווי פאקלען ווען מען דערציילט וויאזוי בערל האט בארעדט רבינו בעל ברך משה זצוק"ל.

און איך וויל דיר מודיע זיין אז נאך אין די צייטן ווען רבינו בעל ברך משה זצוק"ל איז געווען סיגעטער רב, האט בערל זיך גע'חנפ'ט צו הרבנית הצדיקת ע"ה און געעפענט דעם ביהמ"ד אויף 15'טע עוועניו צו קלאפן דעם סיגעטער ביהמ"ד וואס האט זיך דעמאלסט עפענען אויף 15'טע עוועניו נעבן 50 סטריט.

נישט אומזיסט האט רביה"ק זי"ע געזאגט פאר הרה"ח ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה און הרה"ח ר' סענדר דייטש ע"ה נאך די פטירה פון הרה"ח ר' ליפא פר"מ ע"ה אז ער וויל נישט אז בערל זאל אנרירן זיינע  מוסדות. רביה"ק זי"ע האט געוואוסט וואס פאר א שלאנג ער איז.

true_fact » 15/8/2007 01:17

קושקע  A1!

ווען איינער זאל קענען ארויפלייגן די פערלשטיין טעיפ
וואלט מען זיך איינגעשפארט אפאר דפים אויף הייד פארק

BTW דוד ס'איז מיר זייער געפאלן דיין איידיע פון פארציילן א מעשה אויף
ר' בערל אז איינער וואס איז שוין א שכן עפר הא אמאל געזאגט עפעס פאר איינם
ואס איז שוין א שכן עפר    מען קען עס פאקטיש נישט אפפרעגן....

רבי_יונה » 15/8/2007 01:19

ס'איז דא א טעיפ וואס צייגט אלעס.

ווען שאול פרידמאן איז אריין צום רבי'ן און געפרעגט דעם רבי'ן צי דער רבי האט געווארפן זיין פאטער.

דער רבי:    איך האב אים קיינמאל נישט געווארפן.
יואלי גאלד שרייט אריין. אה. אה. דער רבי האט אים געווארפען ווייל ער איז א מחוצף און גייט אין קאורט.

שאול פרידמאן פרעגט ציריק: דער רבי האט עפעס קעגן מיין טאטען ר' בערל?
דער רבי:   איך האב קיינעם נישט ארויסגעווארפען !

_________________

קושקע » 15/8/2007 01:33

וואס פארשטייט עטס נישט, דער ברך משה איז די ערשטע 84 יאר געווען א פראסטער אקטיור, ער האט לעולם געהאט אן אהבה מסתרת צו שמעון ווייס און יאסל וואלדמאן כאטשיג ער האט זיי פארשאלטן, און א שנאה מסתרת צו בערל פרידמאן ווייל ער האט געעפנט די 15טע עוועניו שול, ער האט פשוט גע'עקט, און ביי די 85 האט ער מגלה געווען דעם אמת, צו פארשטיין דעם קאנצעפט דארף מען האבן א ריכטיגע פארקרומטע נועם המידות קאפ.

דוד46 » 15/8/2007 01:52

אויב טעיפס איז דא א סאך בעסערע.

און איך גאראנטיר ענק אז ווען דאס וועט ארויסקומען וועלן זיך אסאך מענטשן באלעקן די פינגער.
בלאט: 1 2