היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד"ה הרה"ג ר' שמעון ווייס ז"ל

בד"ה הרה"ג ר' שמעון ווייס ז"ל

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2261205
בלאט: 1 2

אנרגיה » 15/8/2007 09:47

לאמיר צוריק לייגן דעם שמועס אויף די רעסלן.
דער ברך משה זיעוכי"א האט זיך גאר שארף אויסגעדריקט קעגן המנוח שמען ווייס ע"ה. די אויסדרוקן קומען קלאר פון א טיפער ווייטאג.
גייט דער ברך משה'ס זון און איז איהם מספיד.
א הסבר פאר א גראד'ן שכל האב איך נאך נישט געליינט דא. איז מיין שאלה צו הרה"צ רז"ל שליט"א, וואס האט דער טאטע חוטא געווען אנטקעגן דיר?

דוד46 » 15/8/2007 10:15

ווילאנג דער רבי זצ"ל האט דאס נישט געזאגט ברבים, נאר אמאל בעידנא דריתחא, איז עס בכלל אן עוולה צו פובליצירן אזא טעיפ.

יעדער מענטש קען זיך בייזערן און אפילו נאך מער, קעגן א צווייטן ביי זיך אין שטוב, אבער ער וועט די זעלבע זאך קיינמאל נישט זאגן אין די גאס אדער אין פאבליק, ווייל עס מאכט זיך אן אנגעצויגענע מינוט.

די וואס פארשפרייטן פריוואטע שמועסן עתידין ליתן את הדין!!!

קושקע » 15/8/2007 15:41

דוד, די ענטפערסט נישט וואס אנרגיה פרעגט זייער גוט, דהיינו, אלנספאל צו דער טעיפ איז יא גערעכט צו פובליצירן צו נישט, וואס איז רז"ל'ס תירוץ צו גיין צו די לוי' פון א מענטש וואס האט בלי ספק געהאלטן אז מ'טאר נישט מקבר זיין דעם ברך משה אינעם אוהל פונעם רבי'ן ז"ל, און וואס זיין טאטע האט געהאלטן אז ער איז מטמא דער ביה"ח, וואס האט ער דארט געזוכט? אויסער אהבה מסתרת חנופה, אגב, ווייסט איינער צו רז"ל האט איינמאל אין זיין לעבן געטוישט א ווארט מיט שמעון ווייס'ן?

בערל550 » 15/8/2007 16:00

און וואס האט ער געזאגט ביי די הספד?

אז ער שמעון ווייס -וואס די שקצים פון היידפארק האבן פארשפרייט א טעיפ ווי זיין טאטע בייזערט זיך שטארק אויף אים טאקע נאר בעידן ריתחא, אויך נאך פאר די 85 ווען ער איז נאך נישט געווען 100% ביים דעת- איז געווען א פריינט פאר'ן טאטען

און איך זאג אים עפרא לפומי'!!!!

איזראלי » 15/8/2007 16:47

עס איז אויסגעדראשענע זאכן אז ער איז א פשוט'ער חונף א גארנישט עס איז א שאד אזוי פיל מאהל איבער קייען די זאך, זיי אליינס ווייסן ווער ער איז זיי מיינען אים נאר פאר אשטעקן א קעגן רבינו שליט''א אבער זיי ווייסן דען נישט אז ער איז משענת קנה רצוץ .

גאסט » 15/8/2007 19:13

[בילד – נישט אפגעהיט]

my_pen » 15/8/2007 19:20

רבן דקרו!!! אביו דקרו!!!!

ווי קומט ער צו שטיין ביי א ארון וואס איז איבערגעדעקט מיט א דעק פון חברה קדישא בני יואל ???!!!

וואס האט אים זיין טאטע אזויפיל שלעכטס געטוען אז ער מאכט פון אים דאס גענאר אין די גאסן??!!!

ווען האט ער דאס לעצטע מאל געזעהן אדער גערעדט מיט דעם שמעון ווייס, וואס האט ער בכלל מיט אים ??!!

איך בין נייגעריג אויב זיין געטרייע גבאי בן פראדל איז אויך מיטגעגאנגען אהין..?

ארגינעלער » 15/8/2007 19:21

איין ווארט:
ביליגער לעקער און חונף.

_________________

ארגינעלער » 15/8/2007 19:28

דוד46
הייב אן ארויסציגעבן טעיפס.... איך גאראנטיר דיר אז דיין לאבוץ און שטריק, מיט אסאך פון זיינע מענטשן וועלן נישט קענען ארויסגיין אויפן גאס.

ניין. נישט שאול פערלשטיין סטייל טעיפס... סאך סאך סאך סאך סאך סאך בעסערע.

די ארונים האבן דיר געוויזן איינמאל און נאכאמאל אז זיי האבן סחורה.
דא האבן זיי א ווידיא
דא א טעיפ

אויב טעיפס קען מען גוט אויסשמירן די זאלונים.

די סיבה פארוואס מ'טוט עס נישט, איז ווייל עס וועט ליידער נישט ברענגען קיין כבוד פאר אונדער רבי'ן דער בירך משה זצ"ל - אבער סחורה איז דא. פינטל.

_________________

גוטזאגער » 15/8/2007 19:35

Wow wow wow

דער בילד פון יאר!

ישר כח גאסט. דאס ווייזט שוין צום וויפלטן מאל דעם אמת'ן פרצוף פון דעם בן סורר ומורה, וואס גייט צו א בית המדרש צוליב וועלכן זיין טאטן האט זיך ממש געגעסן דאס הארץ כידוע, איז מספיד א איד וואס זיין טאטע האט פיינט געהאט שנאת מות אין פראנט פון א צודעק פון א "בני יואל" וואס זיין טאטע האט זיך אויסגעדרוקט קעגן זיי מיט די שארפסטע דיבורים, און זיי פארשאלטן צו האבן ווערמיגע און נישט געזונטע קינדער.

ממש א נחת רוח פאר די נשמה פון זיין הייליגן טאטן!

_________________

קושקע » 15/8/2007 19:35

my_pen, ביסט וואויל גערעכט, אבער איך וויל ארויסברענגן אן אנדערן פוינט, די בילד ווייזט וואספארא ביליגע לצים די גאנצע בני יואל קאמפאני איז, דער שמעון ווייס האט געהאלטן דאס ארגסטע פונעם ברך משה, די זעלבע דער ברך משה האט געהאלטן דאס ארגסטע פון שמעון ווייס'ן, קיין שום בני יואל האט נישט קיין טראפ הערצה צו ר' זלמן לייב'ן כידוע, דער נפטר האט נישט געהאט קיין שום פארקער מיט זלמן לייב, וואו קומט עס אז ביי אן ערענסטע מאמענט וואו א לוי' שפילט מען די דרעקישע פאליטיק, דאס ווייזט אז די גאנצע בני יואל קליקע איז א שטיק בלאף, לצנות, בעלאני און א דשאוק.

שורשנגח » 15/8/2007 19:38

רביה"ק בעל ברך משה האט געזאגט די דרשה אויף שמען ווייס ברבים אין ביהמ"ד ברך משה פאר גאנץ קהל.

דער שמעון ווייס האט שרעקליך מצער געווען און געטרינקען דאס בלוט פון מרן רביה"ק בעל ברך משה.

אז ר' זלמן וואס האט אויך שרעקליך מצער געווען און געטרינקען דאס בלוט פון מרן בעל ברך משה, איז מספיד א צווייטען וואס האט אויך שרעקליך מצער געווען און געטרינקען דאס בלוט פארשטיי איך.

גוטזאגער » 15/8/2007 19:45

עט ליסט האבן די בני יואלע יונגלעך איינמאל פאר אלעמאל געקענט זען די מעכטיגע "לעלו שאו", וואס זייערע וויליאמסבורגע קאזינס ענדזשאיען שוין פאר אזוי לאנג. מען רעדט דאך נישט פון עפעס אבי א קאר, מען רעדט פון א מאטארקאדע פון צען גרויסע עס-יו-וויס מיט אלע לעיטעסט סטייל לעקטערס, בליצערס, בלינקערס, פייפערס און סיירינס, ווי עס פאסט זיך פאר א רבי'ן וואס פארקויפט גארנישט חוץ עם הארצות און חוצפה נגד אביו.

איך שטעל מיך פאר אז דאס איז געווען די איינציגסטע זאך וואס מען האט גערעדט די לעצטע צוויי טעג אין די שמייליגע מוסדות בני יואל.

פאר דעם אליינס האט רז"ל געדארפט קומען מספיד זיין ר' שמעון ווייס'ן.

_________________

פאטאקי08 » 15/8/2007 20:09

בן סורר ומורה וואס ער איז
שייגאץ!!  וואס ער איז דער רזל

פוי פוי פוי

_________________

פאטאקי08 » 15/8/2007 20:14

אנטשולדיגט איך האב געזען די פיקטשער און כאב מיך נישט געקנט איינהאלטן

_________________

דוד46 » 16/8/2007 22:36

ארגינעלער

עס קאסט מיר א לאך ווען דו שרייבסט אז ענק שוינען דעם כבוד פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל, דערפאר ווילן ענק נישט ארויסגעבן נאך טעיפס.

קיינער האט נאכנישט אזוי מבזה געווען דעם רבי'ן זצ"ל ווי ענק האבן עס געטאן.

גראדע האט מיר א בני יואל געזאגט די וואך, אז ווען זיי די בני יואל וואלטן ארויסגעגעבן דעם קליפ פון רבי'ן וואלט גאנץ היידפארק געווען פיל קעגן זיי מיט די אטרגסטע לשונות אז זיי זענען מבזה דעם רבי'ן זצ"ל.

און ער איז ליידער גערעכט.

איך בין שוין לאנג געקומען צו די מסקנא אז ענק ווילן מבזה זיין דעם רבי'ן, אלעס כדי צו וואשן די שמוץ פון ענקער מאנראוער רבי'ן. 

אגב, זעט מען ווי מען האט דאס צוטאן מיט יאונגסטער וואס קענען נישט קיין היסטאריע אין סאטמאר, און ווייסן נישט בכלל אז ר' שמעון ז"ל פלעגט זיך קוויטלען ביים רבי'ן זצ"ל נאך אלס סיגעטער רב, און ווען אימער ער פלעגט קומען תשרי צו רביה"ק זי"ע איז ער אריבערגעפארן קיין בארא פארק זיך געזעגענען ביים סיגעטער רב .

א רחמנות נעבעך אויף די יאונגסטערס אז מען טוט זיי פאר'תמ'ען די קעפ מיט שטותים און נאך מער מיט רשעות און בזיון המת! 

my_pen » 16/8/2007 22:44

......"אגב, זעט מען ווי מען האט דאס צוטאן מיט יאונגסטער וואס קענען נישט קיין היסטאריע אין סאטמאר, און ווייסן נישט בכלל אז ר' שמעון ז"ל פלעגט זיך קוויטלען ביים רבי'ן זצ"ל נאך אלס סיגעטער רב, און ווען אימער ער פלעגט קומען תשרי צו רביה"ק זי"ע איז ער אריבערגעפארן קיין בארא פארק זיך געזעגענען ביים סיגעטער רב"
 
איינער קען זיך איינהאלטן פון לאכן ? איך נישט.

קושקע » 16/8/2007 23:14

וואס ווילסטו, ער זאגט דאך איבער ווארט ביי ווארט פון זיין רבי'ס הארצרייסענדע הספד, ס'איז א בחינה פון: זאלי מדברת מתוך גרונו

דוד46 » 16/8/2007 23:31

mypen

עס איז באמת א כבוד פאר ר' שמעון אז דו לאכסט פון אים, פונקטס ווי די לאכטס פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

קושקע » 16/8/2007 23:47

דוד, וואו איך הער פלעגט די ברך משה און די פריע ל' יארן אלס הכרת הטוב, זיך געקומען קוויטלן ביי שמעון ווייס יעדן ערב ר"ח טבת,
 
אזוי הער איך האט דיין רבי געזאגט ביים הספד...

דוד46 » 16/8/2007 23:55

איך ווייס נישט וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט געזאגט אין הספד אויף ר' שמעון ווייס ז"ל, אבער דאס האט ער זיכער נישט געזאגט "אז ביים פעטער האט מען געזונגען ניגונים אויף העברעאיש"...

קושקע » 16/8/2007 23:58

פארוואס זאל ער עס זאגן, ער האט דאך נישט מספיד געווען זיין פעטער.

פיינעשידוך » 17/8/2007 00:05

אגב, זעט מען ווי מען האט דאס צוטאן מיט יאונגסטער וואס קענען נישט קיין היסטאריע אין סאטמאר, און ווייסן נישט בכלל אז ר' שמעון ז"ל פלעגט זיך קוויטלען ביים רבי'ן זצ"ל נאך אלס סיגעטער רב, און ווען אימער ער פלעגט קומען תשרי צו רביה"ק זי"ע איז ער אריבערגעפארן קיין בארא פארק זיך געזעגענען ביים סיגעטער רב .

א רחמנות נעבעך אויף די יאונגסטערס אז מען טוט זיי פאר'תמ'ען די קעפ מיט שטותים און נאך מער מיט רשעות און בזיון המת! 

אפשר פארציילסטו פארן עולם אביסעלע היסטאריע?
ביז וועלעכע יאר אלץ סיגעטער רב איז ער געקומען זיך קוויטלען?
און ביז ווען אלץ סאטמאר רבי?
און וואס פונקטליך האט פאסירט אז ער האט אויפגעהערט?
ווער מיט ווער זענען שולדיג דערין? זענען פון יענע פרשה געווען נאך אידען וואס זענען געווארען אנגעווייטאגט? דאן פארוואס האט זיי רבינו זצ"ל נישט אזוי אנגערופען?
אלזא אז דו גייסט ענפערען דוד46 , בעהט איך דיר עס זאל זיין נאר צום ענין פון וואס מ'רעד מיר, פארקריך נישט מיט זייטיגע ענינים,

Lechtiger » 20/8/2007 00:52

The same way the rebbe the Bruch Moishe was maspid M. Villinger who was a 'soine mivhak' of the rebbe the Divrei Yoel

פאטאקי08 » 21/8/2007 20:21

גאסט וואס טוט זיך מיט די JNET באניצער?

_________________

בלאט: 1 2