היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » לכ' ה' אייר: האבן די ציונים גורם געווען דעם חורבן אייראפע?

לכ' ה' אייר: האבן די ציונים גורם געווען דעם חורבן אייראפע?

70 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 71 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2193444
בלאט: 1 2

דיפלאמאט » 24/4/2007 00:30

ר' אביגדור מילר ז"ל ברענגט אראפ דעם הקדמה פונעם ויואל משה איידער ער רעדט ארום איבער דעם ביטערן חורבן ווען מיר האבן אזוי טראגיש פארלוירן א גרויסער חלק פון כלל ישראל:

"והנה מלפנים בישראל בכל הדורות כשהגיע עת צרה ליעקב, חקרו ודרשו מה זה ועל מה זה, איזה עון גרם להביא לידי כך, לשים לב לתקן ולשוב אל השי"ת, וכו'... שאין תועלת לספר הצרות והיגונות אלא אם יספר גם סיבת הצרות שאירע לו למען ישמור עצמו מהסיבות המביאות לידי הצרות"...

ביז אהער ברענגט ער נאך פון דעם ספר, אבער ער שרייבט אביסל א צווייטע סיבה וואס עס האט צוגעברענגט דעם חורבן, ווען ער דערציילט איבער די שרעקליכע ירידה וואס איז געווען אין יענע צייט, וואס איז זיכער געווען דער גורם אז עס זאל זיך אויסגיסן דער חרון אף ה' מיט אזא פייערדיגער קראפט.

אין פילע פון זיינע דרשות דערציילט ער וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט אין יענע תקופה, ווי צ.ב.ש. פלעגט ער זען יעדן שבת ווי מען פארט צו דער ארבעט בריש גלי, וכהנה רבות.

איך וועל מודה זיין אז איך בין נישט אזוי באהאווענט אין דעם ספר ויואל משה, און מעגליך אז זיי ביידע רעדן און האלטן די זעלבע און עס איז זיכער אז די ציונים האבן געהאט א גרויסן חלק אין אראפברענגען אידישקייט צו א נידריגן שטאפל אבער עס זעט נישט אויס אז דאס איז געווען דער פראבלעם לויטן ויואל משה, נאר ענדערש אז מען זאל וועלן האבן אן אייגענער מדינה, אפילו עס זאל זיין אויסגעהאלטן על פי תורה.

Baachi » 24/4/2007 00:41

דיפלאמאט היקר

לויט ווי מיין זכרון דינט מיר האט ר' אביגדור מיללער געהאט א טעאריע אז דער חורבן איז געקומען צוליעב לשון הרע אדער מחלוקת וכדומה

דאס איז מיין הויפט פראבלעם מיט ר 'אביגדור מיללער זצ"ל. ער וויל זאגן מוסר, נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה. געזונטערהייט. אבער מצדיק זיין אזא מין חורבן איום ונורא אויף רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל. דאס איז שוין לדעתי זעהר זעהר קרום. ווי אויך א בזיון צו די קדושי וטהורים. 

ער האט מיר אויסקעקוקט ווי א ליטוואק המצו,י ואס מוז האבן א הסבר אויף יעדע זאך 
  
והיינו טעמא דר' אביגדור והיינו טעמא דויואל משה.

דער פראבלעם מיט די ביידע טעאריעס איז אז די ציונים ווי אויך די חפשים זענען געבליבן לעבן אין די אנטי ציוניום זענען אומגעקומען רח"ל.

בעסטע זאך איז , נעם דיך נישט אהן פאר'ן רבש"ע. ער קען זיך זיין שטעטל אליין באשטיין.

יאגעלע » 24/4/2007 05:54

בייטש, ר' אביגדר מיללער איז דיר אויך נישט גוט? כהאב געמיינט אז נאר סאטמאר באדערט דיך.

וואס הייסט מצדיק זיין? איז דער אויבערשטער נישט גערעכט מיט זיין משפט?אז ווער סנעמט זיך אן פאר עם איז א קרומער?

א הסבר מיז מען נישט האבן פאר יעדע זאך מען דארף זכון צו פארעכטן אז סזאל מער נישט געשען.



שלוםשטוב » 24/4/2007 06:35

אין אמת'ן,איז דאס געווען דער דרך פין אידען אין אלע דורות צו זאגען טעמים אויף יעדעס חורבן.

לכאורה איז דא אין דעם צוויי זאכען.
עס איז זיכער אז ווען א צרת הרבים קומט איז מען מחוייב מפשפש זיין במעשים, הן דער יחיד הן דער כלל, און ווי דער רמב"ם שרייבט איז דא אין דעם א מצוה דאורייתא.(דיפלא, איך ווייס נישט אויף וואס ר'אביגדור ברענגט א סאטמאר רב, ווען דאס איז א רמב"ם, און א פסוק נחפשה דרכינו וכו'). 

אבער עס שטעקט דא נאך א זאך, ווען א צרה געשעהט און מען הייבט אהן צו געבען טעמים, איז זיכער אז עס איז נישט א מצוה אז מען זאל זאגען אז דוקא צוליב דעם איז די צרה געשעהן, נאר סתם, ווייל עס קומט א צרה דארף מען מפשפש במעשים זיין, צוטוהן די מצוה דאורייתא .
ווען גדולים טוהן דאס, אדער אפילו קטנים, ברענגט עס אויף א  שטיקעל תמהון ביים צבור, מאןיימר?? ער איז עפעס אין הימעל? ער האט א שותפות אין הימעל ?
פארשטייט זיך אבער, אז די חסידים פין יענער גדול אדער קטן, וועלען האלטען אז ער ווייסט טאקע וואס טוט זיך אין הימעל. און ביי מאנכע, ווי למשל די אר"י הקדוש וואס מען גלייבט האט אלעס געוויסט, ווען ער זאגט די טעם פין די עשרה הרוגי מלוכה למשל, איז זיכער אז עס איז געווען נישט צוליב דעם דערמאנטען רמב"ם.

איז אלזא די שאלה לגבי די ציונים און די מלחמה .
אויב זאל די ויואל משה האבען געזאגט א טעם, ווייל ער האט געוואלט מען זאל וויסען פשוט אויף וואס תשובה צו טוהן, הרי טוב.
אבער טאמער איז עס געווען מבחינת די אר"י הקדוש, און האט פשוט געוואלט געבען א טעם לדבר , דעמאלס ווענד זיך.
איז מען א סאטמאר חסיד, גלייבט מען אז די רבי האט אלעס געוויסט. איז מען ווידער א חסיד ווי באטשי איז, דעמאלס איז עס מעורר תמהון.


 



תוקן על ידי שלוםשטוב ב- 24/04/2007 6:45:40

kleinekup » 24/4/2007 19:40

א גוטן

פאקטן:שנאת ישראל איז נישט א היינטיגע זאך מער ווי עס איז א אמאליגע זאך. עס איז א פאקט

און דאס וואס איז געשען ביים חורבן איז לכאורה א שטארקע תמיהה אויף די ציוויליזירטע וועלט.

מ'קען עס סייקאלאדזיקעלי פארענטפערן. און מ'קען זיך אין די זעלבע צייט סייקאלאדזשיקעלי גרייטן "ח"ו" נאכאמאל.

אבער אזויווי שלום שטוב האט געזאגט, אזא שרעקליכע צרה ברענגט ערליכע יודן מפשפש צו זיין במעשים

קען זיין עס איז ווייל מענטשן האבן געגעסן טשאקאלאד אן די ווארשאווער הכשר......אבער אויפן שכל לייגט זיך מער אז עס איז עפעס מער, עפעס מער א כולל'דיגער פירצה ביי כלל ישראל.

פאקט #2
אונזער הייליגער רבי זי"ע האט אין יעדן וידבר משה געקענט טרעפן א טייטש צו דעם ווייטאגליכן מכה פון ציונות.

פאקט #3
קיין שום ערליכער רב. און סיי וואספארא מדינה האט נישט געהאלטן פון די גרינדונג פון די מדינה אדער די יוגנט פאראיינען.

פאקט #4

א סאך ערליכע רבנים האבן נאכן גרינדונג אדער פארגעסן זייער אריגינעלע שיטה {תורה צווה לנו משה} אדער גענומען א נייע ציגאנג דערצו . איינער ווייל אז עס שטייט 'וין איז אנדערש. א צווייטער ווייל אז עס איז בנמצא לאמיך רייטן דערויף. אן אנדערער ווייל אז עס עקזיסטירט לאמיר כאטש םון אינעווענדיג אויפטאן דאס וואס מ'קען נישט פון דרויסן.

פאקט #5
בשנות הזעם און אין די יארן וואס האבן געפירט דערצו , האבן די ציונים ימ"ש געפירט א אייגענע אגענדע און א אוםמ'אחריותדיגע ווירטשאפט . סיי און די וועךט פאליטיק סיי אין די פערסאנאלע העצונגען. דער פארבליטיגטער יודנטום האט זיי ווייניג געקימערט.

פאקט #6

ליידער צרות מיט כלל ישראל גייען אינאיינעם. צו זאגן אז דאס קומט וועגן קאלירדיגע טורבאנען אדער יענץ קומט וועגן רעדן ביים דאווענען .  איז אזוי אויב האסט מען סאקמאר רב זצ"ל זעהט מען רויט. אויב הארכט מען א מנהיג ישראל אדער עהרליכע יודן דאן זעהט מען די ליכטיגקייט און מטוט תשובה


_________________

Baachi » 24/4/2007 19:48

יאגעלע

נישט נאר ר 'אביגדור מיללער נאר אויך ר' שמשון פינקוס זצ"ל איז לפענ"ד אויך אריין געפאלען אין א "הסבר"

דו שרייבסט

"וואס הייסט מצדיק זיין? איז דער אויבערשטער נישט גערעכט מיט זיין משפט?אז ווער סנעמט זיך אן פאר עם איז א קרומער?"

אנטשולדיג מיר אבער דו מישט אויס אביסל

מצדיק זיין א  אדין הייסט נישט אז דו נעמסט זיך אהן פאר דעם רבש"ע. ער דארף דיך האבן?

צידוק הדין מיינט אז א מענטש איז זיך אליין מכניע ווען ס' קומט אוויף איהם א צרה, און ער איז ח"ו נישט מתרעם אדער מהרהר אחרי מדותיו של הקב"ה, וואס דאס איז די הויפט סיבה פאר א צרה. עד מתי מאנת לענות ותרגומו לאתכנעא. אדער ווי ביי אחאב המלך.אדער וידום אהרון.

מצדיק זיין א דין מיינט נישט אז ווען סקומט אצרה אויף א צווייטן איד צו זאגן אז דער באשעפער איז גערעכט! 
ומכל שכן א צרה אויף כלל ישראל.

משה רבנו האט שוין געפרעגט למה הרעות לעם הזה? לשיטתך האט ער געדארפט מצדיק זיין דעם רבש"ע, ער קען נאך ח"ו בלייבן שולדיג.

אוודאי איז לא חשיד קוב"ה דעביד דינא בלא דינא. אבער מיט אונזערע קעפעלעך? לא מחשבותי מחשבותיכם. 
אויף דעם האט מרע"ה געבעטן הודיעני נא את דרכיך? דאס איז די קשיא פון צדיק ורע לו. 

דער רמב"ם רעדט ווען יסורים ממשמשין ובאין. דארף מען תשובה טוהן. נישט נאכדעהם ווי סאיז געשעהן. בפרט אויף יענעם. דאס הייסט מקבל זיין יענעמ'ס יסורים באהבה.

צו רעדען אז כלל ישראל איז געוועהן ווערט כליה ח"ו. אויף דעהם שטייט לא ניחא ליה למארייהו דלימא הכי

ישיעה הנביא איז נענש געווארן פאר זאגן בתוך עם טמא שפתים אנוכי יושב. קוק אין די הפטורה ווער זיי זעהען געוועהן.

סנהדרין קי"א
מאי אמן אמר רבי חנינא אל מלך נאמן לכן הרחיבה שאול נפשה ופערה פיה לבלי חוק אמר ריש לקיש למי שמשייר אפילו חוק אחד אמר רבי יוחנן לא ניחא למרייהו דאמרת להו הכי אלא אפילו לא למד אלא חוק אחד (שנאמר) והיה בכל הארץ נאם ה' פי שנים בה יכרתו ויגועו והשלישית יותר בה אמר ריש לקיש שלישי של שם אמר ליה רבי יוחנן לא ניחא למרייהו דאמרת להו הכי אלא אפילו שלישי של נח כי אנכי בעלתי בכם ולקחתי אתכם אחד מעיר ושנים ממשפחה אמר ריש לקיש דברים ככתבן אמר ליה רבי יוחנן לא ניחא ליה למרייהו דאמרת להו הכי אלא אחד מעיר מזכה כל העיר כולה ושנים ממשפחה מזכין כל המשפחה כולה יתיב רב כהנא קמיה דרב ויתיב וקאמר דברים ככתבן אמר ליה רב לא ניחא ליה למרייהו דאמרת להו הכי אלא אחד מעיר מזכה כל העיר ושנים ממשפחה מזכין כל המשפחה

אונזער עבודה איז צו וויסן און גלייבן אז וואס דער אייבירשטער טוט איז גוט, אזוי ווי דער רבי ר' זושא האט גענטפערט. פארוואס אין וויאזוי?. NON OF OUR COTTON PICKING BUSINESS

 שלוםשטוב

דו שרייבסט דברים של טעם. דער אריזל האט געגעבן א טעם אויף עשרה הרוגי מלכות.
אבער נישט אויף על מה אבדה הארץ.

נדרים פ"א און דער באקאנטער ר"ן בשם רבנו יונה.
דאמר רב יהודה אמר רב מאי דכתיב מי האיש החכם ויבן את זאת דבר זה נשאל לחכמים ולנביאים ולא פירשוהו עד שפירשו הקדוש ברוך הוא בעצמו דכתיב ויאמר ה' על עזבם את תורתי וגו' היינו לא שמעו בקולי היינו לא הלכו בה אמר רב יהודה אמר רב שאין מברכין בתורה תחלה 

חכמים און נביאים האבן דאס נישט געוואוסט. דיין רבי האט יא געוואוסט? 

 

 

trueonly2 » 25/4/2007 01:31

 

באטשי שרייבט: " דער פראבלעם מיט די ביידע טעאריעס איז אז די ציונים ווי אויך די חפשים זענען געבליבן לעבן אין די אנטי ציוניום זענען אומגעקומען רח"ל". 

  אבער באטשי געדענקט נישט אז עס איז דא א מאמר חז"ל (בבא קמא  ס.) "תאני רב יוסף, מאי דכתיב: (שמות יב) ואתם לא תצאו איש מפתח ביתו עד בקר? כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין צדיקים לרשעים; ולא עוד, אלא שמתחיל מן הצדיקים תחלה, שנאמר: (יחזקאל כא) והכרתי ממך צדיק ורשע. בכי רב יוסף, כולי האי נמי לאין דומין! א"ל אביי: טיבותא הוא לגבייהו, דכתיב: (ישעיהו נז) כי מפני הרעה נאסף הצדיק.

 


Baachi » 25/4/2007 07:06

trueonly

עס שטייט אינו מבחין, מתחיל מן הצדיקים. אבער נישט "ממית את הצדיקים ומחיה את הרשעים"

דא איז געשעהן אז די אלע וואס זענען געפאהרן קיין א"י זענען געראטעוועט געווארן אין נישט להיפך. ווי קען א נארמאלע מענטש זאגן אז צוליעב פאהרן קיין ארץ ישראל איז געקומען די שואה?

מאה_אחוז » 25/4/2007 18:30

באטשי

דו ווייזט זיך ארויס מערער פון טאג צו טאג... ס'איז דא א "מושג פון א לינקער", און ס'איז דא א "א לינקער אן קיין מושגים."..

סאטמאר רב איז אייך ניט גוט, רבי אביגדור מילער איז אייך אויכט ניט גוט, מיט די רבוש"ע אסטו שוין אויכט עפעס...

ווערער איז אייך יא גאנץ גוט?

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1675695

Baachi

atoz
איך בין מסכים מיט דיר, איך אליין קען אסאך בעלי תשובות וואס ר' שלמה ז"ל האט אין זיי אנגעצונדן דעם פונק. זיי זענען שפעטער אוועק פון איהם און געווארען בעלי תשובה גמורים.

ער איז געוועהן א זעהר אינטערסאנטע ערשיינונג, נישט קיין ספק, שטייט שוין פון בעשה"ק אז די בעל תשובה מאכערס זענען ווי איינער וואס שארט מיסט און ווערט אליין פארשמירט. אזוי נידריג ווי ער האט זיך קיינער נישט אראפ געלאזט.

ווער ווייסט? הרבה שלוחים למקום, ער איז זיכער געוועהן א חלק פון דעם מהלך ליישר דרך למלך המשיח - צו ומלאה הארץ דעה.

עד היום הזה צונדן זיינע ניגונים אין מעשהלעך אהן פארוואגלטע אידישע הערצער

אוודאי איז ער נישט פאר אונז! פונק ווי מען נעמט נישט א שמוציגן גרויסן שחור צו פאר רעכטן א טייערע טשענדעליער, אבער אויף אנצוהויבן בויען נעמט מען איהן יא.

וואסא

איך בין נישט געוועהן צו א גרויסער חסיד פון ר' שלמה'לע אבער איך האב געזעהן דיין תגובה ווי אזוי דו האקסט אויף איהם, האב איך איהם צוגעשטעלט צו ר' עובדיה און דיינע אנדערע סטעדי "קליענטן"... AND YOU MADE ME THINK

ע"כ לשון Baachi

מר אוטזזז שטייגט אים איבער:

aaatozzz

ר' שלמה האט מיר געזאגט אז ער האט א רשימה פון איבער 1000 בחורים און מיידלעך וואס ער האט זיי מחזיר בתשובה געווען וואס זיינען נארמאלע פרומע אידן און זיי שעמען זיך צו דערציילן.

ער האט מיר אויך געזאגט אז אלע אנדערע וואס מאכען בעלי תשובות גייען נישט ווי ער גייט און שלעפען נישט פון די טיפקייט פון ווי ער שלעפט ארויס די נשמות.

איך האב דעמאלט געזאגט ר' שלמה ! פארוואס גייט איר און די פארשטיפטע פלעצער טוט אייך אן א ברייטן ביבער היט און קומט מאכען בעלי תשובות אין ווילי

האט ער געשמייכעלט און געזאגט יא יא דו ביסט גערעכט.

איך האב אים געזעהן זיצען איבער א האלבע שעה און ליבליך אויסגעהערט א האמלעס לעידי א שמוציגע אנגעטועהן מיט שמאטעס וכו' ווי זי האט אים דערציילט אלע אירע צרות [אויב איך געדענק גוט האט ער איר געקושט אויפן שטערן] איך וואלט נישט געגאנגען נעבען די פרוי נענטער פון 10 פוס.

ר' שלמה האט געהאט אזא ענערגיע אז ער האט אנגעצונדען יעדען וואס איז געשטאנען מיט אים.

זיין ענערגיע איז געבליבען אין זיינע ווארימע ניגונים.

אידן אין תפיסות ל"ע טרייסטען זיך מיט זיין גם כי אלך.... לאאאא לא לא לא לאאאא לא לא לא......אירא רע כי אתה עמדי.

די וואס זיינען מסכים און ווילען דאס ווינטש איך זכותו יגן עלינו.


האט ער געשמייכעלט און געזאגט יא יא דו ביסט גערעכט.

תוקן על ידי - aaatozzz - 18/11/2005 8:51:38

איר זאגט אלעס אליין, הסברים מיותרים.

Baachi » 25/4/2007 20:31

מאה אחוז

די שרייבסט עפעס וועגען לינקע

איך מוטשע מיך צו פארשטיין ווי קומט אהער דער צד ש-מ-א-ל. (טאמער בישטו א זידיטשויבער...)
מען האט דא גערעט פון יוניאן'ס אדער בעלי בתים?

ווער הייסט ביי דיר לינק?

     1) ווער סאיז נישט קיין סאטמערער
     2) ווער סהאלט יא פון שלמה קארליבאך
     3) ווער סהאלט נישט פון איהם
     4) ווער ס'זאגט א דעה אנדערש ווי דו האלטס
     5) ווער סטראכט נישט ווי א שעפס אין א סטאדע.

אהובי ידידי
איך האב נישט קיין טענות צו קיינעם. מען האט נאר זיך דורכגעשמועסט מיינונגען פון גדולים בעלי מחשבה. האב איך צוגעלייגט מיינע צוויי קאפיקעס.

לפענ"ד טאמער מיין זכרון דינט מיר היינט האב איך דיך שוין אויפמערקזאם געמאכט וועגן א נטייה פון געוויסע חלקים פון אנ"ש נישט מבחין צו זיין צווישן דעם מענטש - צדיק - רשע - בינוני, מיט זיין שיטה.

דער סאטמערע רבי, ר ' אביגדור מיללער ושאר הצדיקים יהי חלקי עמהם מיט זייער פערזענדליכען לעבן און עבודת השי"ת. מען האט דא גערעט איבער א געוויסע מיינונג. וועלכע רוב חסידישע וועלט האלט טאטאל אנדערש ווי זיי בפרט לגבי די שואה.
  
זעהט אויס אז דו לייענסט דיין סקרין מיט קאפ אראפ מיט די פיס ארויף. ווייל דו האסט געכאפט פונקט פארקערט ווי איך האב געשריבן.

איך האב געשריבן אז דעם רבש"ע דארף'ן מיר נישט פארענפערן, אלעס וואס ער טוט איז גוט און זיס און לעכטיג. לו יקטלני לו איחל.  דער בעלזער רב ז"ל האט געשריגן אויף איינעם וואס האט איהם געוואנשן ער זאל נישט וויסו מעהר פון קיין צער. " חס ושלום! ווען צער וואס צער? סאממע חסדים! סאממע חסדים!" דאס איז דער דרך התורה לפי הבעש"ט הק'. אזוי אויך האבן געהאלטן רוב גדולי האדמו"רים בדורנו ובראשם דער שפע חיים מצאנז קל"ב ששתה את כוס התרעלה עד תומה און ער האט קיינמאהל נישט מתרעם געוועהן, אין זיין צוואה איז ער דאס תולה אין זיינע אייגענע עבירות. קיינער האט נישט באשולדיגט קיין אנדערן איד. 

איך האב יא טענות צו דיע וואס פראוון זעהר שטארק דעם רבש"ע פארענפערן נעבעך. ער זאל ח"ו נישט פארלירען קיין קאסטומערס.

איך האב אויך טענות צו די וואס ווילען אימפראווען IMPROVE אויף די אלטע תורה מסיני. נייע מצוות, נייע עבירות.
 און בגדר זה איז קנאות נוסח סאטמער וגם דרך שלמה קארליבאך! ווי איך האב דיר שוין געשריבן ער קען האבן א געוואלד מיט זכותים, אבער סאיז נישט דער דרך התורה.

איך האף אז דו פארשטייסט. דו מעגסט רואיג האלטן אנדערש, האסט מיין פולען רשות, כתוב וחתום בכתב אשורית. ווי לאנג אבער דו פארשטייסט וואס מען זאגט דיר.

תוקן על ידי - baachi - 25/04/2007 20:49:53

יאגעלע » 26/4/2007 02:43

צדיק ורע לו איז שוין פארענטפערט מיט גילגול?

יאגעלע » 26/4/2007 03:51

באטשי שרייבט "ווער סטראכט נישט ווי א שעפס אין א סטאדע"

איך וויל באמת וויסן,האלטסט טאקע אז א סאטמארע אדער אפי' אנדערע חסידים זאלן אנהייבן טראכטן אנדערש ווי זייער רבי? ווי וועט זיך עס ענדיגן? אזוי קען מען דאך גיין ביז אנהייב, גראד ביז מתן תורה?

(אפשר לייגן אין אשכול פון די זאכן וואס איך וויל וויסן? ;))

Baachi » 26/4/2007 07:22

יאגעלע

דו פרעגסט צו סאיז פארענטפערט מיט גלגול?

מסתבר אז נישט. ווייל משה רבנו האט אויך געוואוסט פון גלגול. פון דעסט וועגען האט ער נישט פארשטאנען. גאנץ ספר איוב איז אויף דעהם געשטעלט. זיינע רעים האבן איהם דאס געוואלט מרמז זיין, צום סוף ווייזט זיך אויס אז סאיז גאר געוועהן א נסיון.

נסיון איז עפעס. גלגול איז עפעס, ערבות איז עפעס, סזענען אויך פארהאנען יסורין של אהבה בלי שום עוון. סדא איינגערדטע רעות. אלעס מאכט קלענער די קשיא. אבער דעם אמתדיגן תירוץ ווייסט נאר דער רבש"ע אליין. און אונזער תפקיד אויף די וועלט איז איהם צו טראסטן. ווי מהאט געזאגט אין קאצק: שכן ארץ ורעה אמונה. ליג אין דרערד און פאשע זיך מיט אמונה.

וועגען טראכטן ווי א שעפס אין א סטאדע איז א נושא פאר זיך. עפען איין אשכול אויב דו ווילסט.
 
דארפסט נאר געדענקען איין זאך. א שעפס וואס גייט אינמיטן א סטאדע, האט זעהר אגוטן בליק אויף דעם חלק אחוריים פון דעהם וואס גייט פאראויס.. פאקטיש איז דאס אלעס וואס ער זעהט.

געדאנקען » 27/4/2007 01:09

 

באטשי,

איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די ווילסט, די לייגסט אראפ אן א הנחה אז סאטמארער רב מיט ר' אביגדור מיללער, האבן ביידע געוואלט פארענטפערן דעם אויבערשטער, און נאכדעם אטעקירסטו זיי ביידע.

באמת אויב דו קוקסט איבער די ווערטער וועסטו זען אז ביידע זאגן נאר מוסר כדאי מען זאל זיך פארבעסערן בבחינת וואס די שרייבסט "נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה", נאר דיין איבערגעאיילטקייט אראפ צו רייסן אלעס וואס עס האט צו טון מיט סאטמארער רב מאכט דיך צו פארדרייען זיינע ווערטער אבי אים אפצולאכן.

קוק גוט איבער די ווערטער

"והנה מלפנים בישראל בכל הדורות כשהגיע עת צרה ליעקב, חקרו ודרשו מה זה ועל מה זה, איזה עון גרם להביא לידי כך, לשים לב לתקן ולשוב אל השי"ת, וכו'... שאין תועלת לספר הצרות והיגונות אלא אם יספר גם סיבת הצרות שאירע לו למען ישמור עצמו מהסיבות המביאות לידי הצרות"....



תוקן על ידי געדאנקען ב- 27/04/2007 1:07:56

דיפלאמאט » 4/5/2007 02:00

דבר בעתו מה טוב.

פונקט איצט האט דער אלגעמיינער זיך גענומען איבער הרב אביגדור מילר ז"ל אין זעלבן נושא וואס מען האט דא אויפגעאקערט:

ער האָט גערופן די קדושים 'זינדיקע' און אַלע שווייגן
צווישן הרב יעקב קאַמינעצקי און הרב אביגדור מילער
יהושע אייבעשיץ
 

אין רעאַקציע צו שלמה שמירס אַרטיקל וועגן דעם וואָס פרומע אידן האָבן פאַרגעסן וועגן חורבן אייראָפּע


למען האמת, האָב איך געהאַט בדעה צו רעאַגירן אויף שלמה שמירס עסיי ("אַלגעמיינער זשורנאַל", מערץ 16, 0270 ) וועגן פרומע אידן און זיירע זכרון פון חורבן אייראָפּע באַלד נאָך זיין דערשיינען. כ'בין אָבער געווען צופיל אויפגערעגט פון דעם עצם אַרויסברענגען די אָנגעווייטיקטע טעמע, אַז כ'זאָל קענען גלייכגילטיק באַהאַנדלען דעם עניין. איצט, נאָכן אָפּלויף פון עטלעכע וואָכן, בין איך מסוגל צו רעאַגירן אויף אַ ראַציאָנאַלן אופן, צום דערמאָנטן מאמר.

וואָס איז, אייגנטלעך, געווען דער "ירגזון" פון שלמה שמיר אַזוי גרויס קעגן די "פרומע אידן" אין אַמעריקע? בכן, זיי פאַרגעסן וועגן דאָס שיינע אידישע תורה-לעבן פון פּוילישן אידנטום אַמאָל, פאַרן חורבן, און פּאַסמאַקעווען זיך מיט דעם כלומרשטן "אויפלעבן" פון אידישע קהילות אין דייטשלאַנד. שמיר שרייט געוואַלד קעגן דעם וואָס פרומע אידן ברימען זיך מיט דעם חרדישן תחיית המתים אין דייטשלאַנד און וועגן די חנוכת הבית פון ישיבת חכמי לובלין אין פּולין וואָס איז לעצטנס פאָרגעקומען. וואָס פאַר אַ טעם האָט אַ חנוכת הבית פון אַ ישיבה נישט ווייט פון וואו די דייטשן ימ"ש האָבן אויסגעשחטן דעם עם השם? דונערט שלמה שמיר.

איר ווייסט וואָס די טענה פון שלמה שמיר דערמאָנט מיך?

אין אַ שטעטל אין פּוילן פאַר דער מלחמה, האָט אַ איד אַ בטלן זיך באַקלאָגט, אַז די בונדיסטישע פירער (וועלכע האָבן אין יום-כיפּור איינגעאָרדנט עפנטלעכע פרעסעריי-באַנקעטן, מיט "בשר קוויטש"), לייגן נישט קיין רבינו-תמס תפילין...

די זעלבע טענה האָט שלמה שמיר צו די פרומע אידן, הלמאי זיי ווילן נישט געדענקען דעם חורבן. דאָס אַמעריקאַנער אידנטום האָט אין דער היטלער-צייט נישט אַרויסגעוויזן קיין גרויסע אַקטיוויטעט (באַשיידן גערעדט), און גאָר ווייניק זיך פאַראינטערעסירט און געטאָן עפּעס ממשותדיק לגבי דעם גורל פון זייערע ברידער אין אייראָפּע, וואָס ווערן מאַסנווייז אכזריותדיק דערמאָרדעט, אָבער וועגן דעם שרייבט נישט שלמה שמיר. ער שרייט וועגן רבינו תמס תפילין...

אויך נאָך דער מלחמה, איז דער "שלום עליכם" פונעם אַמעריקאַנער אידנטום צו דעם ביסל געראַטעוועטע אידן, וואָס זיינען אָנגעקומען קיין אַמעריקע, געווען אַ "קאַלטער שלום עליכם". פאַרוואָס טומלט נישט שלמה שמיר וועגן דעם?

מילא, דאָס אַלץ קען מען אפשר פּסיכאָלאָגיש פאַרשטיין. אָבער ווען מען רעדט שוין וועגן "געדענקען" אָדער "פאַרגעסן" דעם חורבן אין אַמעריקע, און ספּעציעל צווישן די פרומע אידן, דאָ האָב איך שוין גאָר אַ האַרבע פראַגע צו שלמה שמיר: וואו זענט איר געווען דאַן ווען אַ באַקאַנטער און פּאָפּולערער רב אין פלעטבוש האָט, טאָג-איין, טאָג-אויס, געדרשנט, אַז די זעקס מיליאָן אידן וואָס זיינען פאַרגאַזט, אָדער אויף אַן אַנדער אופן אכזריותדיק דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דייטשן ימח שמם, זיינען בכלל נישט געווען קדושים? דער רב, הרב אביגדור מילער, דער מחבר פון מערערע ספרים, האָט געזאָגט, זיי זיינען געווען "זינדיקע חוטאים". יאָ אַזוי האָט ער זיי באַצייכנט אין זיינע דרשות, און אין די פּאַמפלעטן און "טעיפּס", וואָס זיינע אָנהענגער האָבן מאַסנווייז פאַרשפּרייט. (איך קען צושיקן אין רעדאַקציע פאָטאָס פון די בלעטער אין זיינע ענגלישער ביכער וואו ער שרייבט דאָס שוואַרץ אויף ווייס).

קיינער, אָבער ממש קיינער, האָט נישט פּראָבירט אים צו פאַרמאַכן דאָס מויל און פרעגן: היתכן?! ווי אַזוי דערלויבט זיך אַ מענטש, און דערצו אַ רב, אַזאַ מין חילול-השם?

אדרבה: כדי אַז אויך די גויים און גלחים אין דער קירכע זאָלן וויסן, אַז די זעקס מיליאָן אומגעקומענע אידן האָבן זיך כשר פאַרדינט זייער מיאוסן סוף, האָט דער דערמאָנטער רב געפּרעדיקט אין זיינע דרשות און פאַרעפנטלעכט זיין "דעת תורה" אין אַ גראָבן בוך (תרתי משמע), אויף דער ענגלישער שפּראַך, כדי אויך די גויים זאָלן הנאה האָבן וויסנדיק, אַז בעצם איז היטלער ימח שמו גאָר געווען אַ "שליח-מצוה" פונעם רבונו-של-עולם...

ס'איז קיינעם אין אַמעריקע, און ספּעציעל צווישן דעם פרומען עולם, נישט איינגעפאַלן, אים אַ פרעג צו טאָן: וואָס האָט פּאַסירט בעת די גזירות און השמדות אין די טעג פון די קרייצציגלער? וואָס האָט פּאַסירט אין די טעג פון די גזירות ת"ח ות"ט? אויך דעמאָלס זיינען אידן אומגעקומען דורך מיתות משונות רחמנא ליצלן, און די גדולי הדור (וואָס זייער גדלות אין תורה איז, לכל הדעות, נישט געווען קלענער פונעם דערמאָנטן רבס גדלות בתורה), ווי למשל: רש"י, רבינו גרשום מאור הגולה, און שפּעטער, דער ש"ך, תוספות יום-טוב, און אַנדערע, וועלכע האָבן נישט באַצייכנט די אומגעקומענע אַלס חוטאים און זינדיקע, אדרבה: זיי האָבן די אומגעקומענע אידן באַצייכנט אַלס קדושים, און לזכרם פון די קדושים האָבן זיי פאַרפאַסט ספּעציעלע קינות. און דו - דער רב אין פלעטבוש - האָסט אַ "ספּעציעלן טעלעפאָן" צום רבונו-של-עולם, וועלכער דיקטירט דיר זיי אָנצורופן "זינדיקע", וואָס האָבן זיך פאַרדינט זייער מיאוסן טויט?

יאָ, געווען איינצלנע פאַלן, ווען געראַטעוועטע רעליגיעזע אידן האָבן זיך איינגעשטעלט און פּראָבירט רעדן צום געוויסן פונעם דערמאָנטן רב. געווען, למשל, אַן אָסטראָווצער איד, אַ געראַטעוועטער פון חורבן מיטן נאָמען ר' שלום מאַרכעווקא, וועלכער איז אַמאָל אַריין אין בית המדרש פונעם דערמאָנטן רב, און הערנדיק זיינע מוראדיקע חירופים וגידופים קעגן די קדושים, האָט ער פּראָבירט "איינטענהן" מיטן רב. האָט יענער אים אָנגענומען ביים נאַקן, און אים פּשוט אַרויסגעוואָרפן פון בית המדרש. די מקורבים האָבן געזאָגט צו ר' שלום מאַרכעווקא: "האָסט געהאַט מזל און גוט 'אָפּגעשניטן', אַז ער האָט דיר נישט אָנגעבראָכן די ביינער...".

אויך מיין פרוי, חנה איילנבערג (אַ שואה-פאָרשערין און פאַרפאַסערין פון עטלעכע דאָקומענטאַרע ביכער וועגן דעם חורבן), האָט אין אָנבליק פון דער מיאוסער שענדלעכער דערשיינונג פון די העסלעכע פּובליקאַציעס פונעם דערמאָנטן רב פון פלעטבוש, געהאַט אַ טעלעפאָנישן אינטערוויו אָנהויב מערץ 1971, מיטן באַקאַנטן גאון און ראש ישיבה פון "תורה ודעת", ר' יעקב קאַמינעצקי זצ"ל, און אים געפרעגט: היתכן?

פראַגע: איז הרב אביגדור מילער געווען באַרעכטיקט צו באַצייכענען, אין זיין בוך, די אידישע קדושים, וועלכע זיינען אַזוי אכזריותדיק אומגעקומען דורך די דייטשע מערדער, ווי זינדיקע און רשעים?

תשובה: אין דער גמרא שטייט, אַז אפילו אַ רשע, וואָס ווערט דערמאָרדעט דורך אַ גוי, איז אַ קדוש.

שאלה: ווער בכלל ווערט באַצייכנט אַלס רשע?

תשובה: ווייסן מיר דען ווער ס'איז אַ רשע? ווייסן מיר דען וואָס ס'מיינט עבירות?

יאָ, דער קלוגער גאון ר' יעקב קאַמינעצקי זצ"ל האָט פאַרשטאַנען ווי אַזוי צו ענטפערן דעפיניטיוו, קלאָר און דייטלעך, אָבער אויסצומיידן אַ קאָנפראָנטאַציע מיטן פלעטבושער רב. צי דאָס איז געווען באַרעכטיקט צו פאַרשווייגן און נישט רעאַגירן אויף די מוראדיקע ווערטער פונעם דערמאָנטן רב, ווייס איך נישט. האָבן דאָך חז"ל שוין אַרויסגעזאָגט זייער מיינונג וועגן רעליגיעזע פירער "רודפי-שלום":

"אמר רבי יוחנן: ענוותנותו של רבי זכריה בן אבקילס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו והגליתנו מארצנו" (גיטין דף נ"ו עמוד א'). פאראן צייטן און סיטואַציעס ביי אידן, ווען אַ רעליגיעזער פירער טאָר נישט שווייגן. ער דאַרף האָבן קוראַזש זיך אַרויסצוזאָגן, און אפילו אויב דאָס מיינט קומען אין קאָנפליקט קעגן אַ צווייטן רב און טאַדלען זיינע נישט-ריכטיקע מעשים תעתועים. אַזוי זאָגט די גמרא (ברכות דף י"ט) בפירוש: "כל מקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב".

און דעריבער, ר' שלמה שמיר, אדרבה: אויב איר האָט שוין אָנגעפאַנגען אויסמוסרן די "פרומע אידן וואָס ווילן נישט געדענקען", פאַרוואָס זאָלט איר זיי אויך נישט דערמאָנען דעם שאַנד-פלעק וואָס ליגט אויף אַלע "פרומע אידן" אין אַמעריקע, וואָס האָבן זיך צוגעהערט צו די העסלעכע און געמיינע באַליידיקנדע ווערטער, וואָס זיינען געזאָגט און געשריבן געוואָרן אויפן אַדרעס פונעם אָנדענק פון די זעקס מיליאָן קדושים?

יאָ, נאָר דער אָנדענק איז פון זיי נישט פאַרבליבן. נישטאָ קיין קבר, און נישטאָ קיין מצבה. נאָר בלויז דער אָנדענק זייערער, וועלכער איז געשענדעט און פאַרלעצט געוואָרן דורך דעם דערמאָנטן רב. ווער עס מאַכט אַוועק דעם עניין, ווייסט נישט אַז ער שפּילט זיך מיט פייער.

אדרבה, זעט וואָס עס זאָגט וועגן די קדושים, דער "אור החיים הקדוש", אין פּרשת צו (ויקרא ו, ב): "כי כל נפש שהרגו האומות מישראל על קידוש שמו יתברך, הקדוש ברוך הוא רושם מדמו צורת הנהרג ההוא במלבוש אותו ילבוש (ב)יום נקם בלבו... ואומרו והרים את הדשן, כנגד מה שהריעו בבחינת הייסורין והעינויים אשר צררו אותנו...".

איך מיין, אַז עס וואָלט געווען אַ כבוד פאַרן אַמעריקאַנער רעליגיעזן אידישן ציבור, ווען אַ רב, אַ גייסטיקער פירער, זאָל עפנטלעך, בפרהסיא, בפני קהל ועדה, בעטן מחילה (בבחינת "עגלה ערופה") פאַר דער טאָטאַלער און ברוטאַלער פאַרשעמונג פון די זעקס מיליאָן קדושים, דורכן דערמאָנטן רב. דער דאָזיקער חוב ליגט אויף אַלעמען. זאָגט דאָך די גמרא (גיטין דף נ"ו) "מדשמעי רבנן ולא מיחו, שמע מינה דניחא להו".




שלוםשטוב » 4/5/2007 06:06

ער רייסט אים פשוט דאס הארץ אויף ר' אביגדור, הלמאי?? ווי אזוי קען ער אזוי זאגען???


טאמער איז ער גערעכט, אז ווען א גוי הרג'ט א איד, און גיט אים נישט קיין וועג ארויס דורך שמד'ן, הייסט עס נישט קידוש השם, איז ער דאך גערעכט!
למעשה איז נישטא קיין בפירושער ראיות קעגען אים, כידוע.

טאמער איז ער גערעכט, אז מען מוז גלייבען וואס שטייט אין די תורה איש בחטאו יומתו, און ווען מען זעהט אז איינער ווערט געהרג'ט, דארף מען גלייבען אז לא קוב"ה דינא בלא דינא, און אז ער האט געטוהן עבירות וואס איז אים געקומען, איז ער אויך גערעכט!!
מהיכי תיתי אז נישט???

דער מהלך הבעל שם טוב, אז אלעס איז גוט, מיינט נישט אז עס נישטא קיין עונש, ווייל אלעס איז דאך גוט, עס מיינט אז די עונש איז אויך גוט, און דאס דארף מען גלייבען. און נאך אלעם דארף מען נאך גלייבען אז עס איז געווען א עונש.

באטשי הגע עצמך, א איד ליידט א צרה, זאל ער אפשר נישט מפשפש במעשים זיין, ווייל ער גלייבט אז אלעס וואס דער רבש"ע טוט איז גוט???

_________________

Baachi » 4/5/2007 06:27

שלום

אין דיינע מעשים קענסטו מפשפש זיין, ביזטו א צדיק.

איו יענעם'ס מעשים ביזטו א מקטרג א רשע.

צו זיצען אין אמעריקע על סיר הבשר - מיט 90 פראצענט אידען מחללי שבת רעפארמער און אסימילאנטן.
 אדער פאר דעהם געלט אין אונגארן מיט 90 פראצענט רעפארמער מיט נעאלאגן,
 און זאגן אז מילאנען רוסישע און פוילישע קדושים קדושים זענען געוועהן חוטאים, 
דאס הייסט נישט מפשפש במעשים.   
 

(3) תלמוד בבלי מסכת מגילה דף כה/ב
דתניא מעשה באדם אחד שהיה קורא למעלה מרבי אליעזר הודע את ירושלם את תועבותיה אמר לו עד שאתה בודק בתועבות ירושלים צא ובדוק בתועבות אמך בדקו אחריו ומצאו בו ש
מץ פסול.

עולם_מלא » 6/5/2007 08:59

באטשי,

פאר דו גייסט ווייטער ביטע טוה א דורך די היסטאריע פון די ציוניסטישע געזעלשאפט ווען זיי האבן דערקלערט א באיקאט אויף אלע דייטשע פראדוקטען דא אין אמעריקע, אין וואס היטלער האט דערויף גענטפערט,

דזשאסט פאר עי סטארט,

דערנאך פארביר נאכצוגיין ווי דער מצב פון אידישקייט האט געהאלטן פארן קריג,

יוסקעלע » 8/5/2007 05:17

אן אינטערעסאנטע פונקט פאלט מיר פונקט איין. טאמער זענען די ציונים טאקע מינים, און די אלע תומכים ומתחברים סעמי אפיקורסים, זענען זיי לגמרי נישט אין כלל ישראל און אויף זיי איז דא הוה אמינא אז זיי האבן גורם געווען די שואה?

trueonly2 » 8/5/2007 06:08

מורא'דיג אינטערסאנט, מבהיל על הרעיון! מינים ואפיקורסים, נא... זיכער נישט... זיי זענען אינגאנצען נישט גורם קיין חרון אף ביי קודשא בריך היא, נאר גלויביגע... יוצק זהב רותחת לתוך...!!!

Baachi » 8/5/2007 17:05

עולם מלא.

"פאר דו גייסט ווייטער ביטע טוה א דורך די היסטאריע פון די ציוניסטישע געזעלשאפט ווען זיי האבן דערקלערט א באיקאט אויף אלע דייטשע פראדוקטען דא אין אמעריקע, אין וואס היטלער האט דערויף גענטפערט,"

דזשאסט פאר עי סטארט,

דו שיסט אויף אלע זייטן. רישא לאו סיפא וסיפא לאו רישא

דו הייבסט אהן מיט פראקטיש עולם הזה אז דער באיקאט האט גורם געווען אז דער איידעלער מענשט אדולף... האט זיך אויפגערעגט פארדעהם האט ער אויסגעהארגעט אלע אידן. מען האט פשוט אומזיסט און אומנישט געטשעפעט מיט איהם. והא ראיהער אליין האט אזוי געטענה'ט. 

איך נעם אהן אז דו האלסט אויך אז אלע צרות וואס גויים טוהען פאר אידען זענען מיר אידען שולדיג ווייל מען האט זיי נעבעך  אויפגערעגט. 

זעהר אגוטע טענה, אבער נישט פאר דעהם פארום, עס וועט אריין פאסען בעסער אין אל דזשעזירא.  

דאס איז אויך נישט געוועהן די שאלה פון פותח האשכול.

דיין צווייטע טענה. איז שוין מעהר לענין פון דעהם אשכול. 

"דערנאך פארביר נאכצוגיין ווי דער מצב פון אידישקייט האט געהאלטן פארן קריג,"

טאמער מיינסטו די אידן שומרי תורה ומצוות, זענען זיי געשטאנען לאין ערוך העכער במעלה פון אמעריקאנער אידן יעצט רעדסט

טאמער רעדסטו פון אלע אידען צוזאמען
אין פוילן איז געוועהן בערך 75 פראצענט אידן האבן נישט מחלל שבת געוועהן בפרהסיא, אין ליטא, אין מארמארוש זיבנבערגן זענען געוועהן בערך 50 פראצענט .  אין אונגארן נישט. דארט איז בערך געוועהן ווי אמעריקע. 90 פראצענט מחלללי שבת..

יוסקעלע
נאר אמת

לשיטתכם אז זיי זענען נישט גערעכנט פון כלל ישראל האט איהר א טענה. אבער ווער עס וויסט די ביטערע היסטאריע פון אידען אין יוראפ, ווייסט אז זיי זענען אלע געוועהן אונסים גמורים כלפי שמיא. קיין שום אומה ולשון וואלט דאס נישט געקענט מיט מאכען.

קוק אויף איין אומה וואס הייסט טיבעט. די כינעזער האבן זיך אויף זיי פארלייגט און זייער רעליגיע איז כמעט געווארן אפגעווישט.

אמעריקאנער אינדיעאנס, אינקאס, מאיאס, די אפריקאנער שבטים, קריסטליכע אראבער, עס זענען דא זעהר אסאך אומות און קולטורען וואס ווערן אפגעווישט ולא נודע. 

מאך א סוירטש אויף גוגל VANISHING CULTURES
אדער LOST CULTURES


וואס איך וויל ארויס ברענגען איז, אז דער עצם פאקט אז א בשר ודם וויל זיך נאך רופען איד. איז א מסירת נפש כשלעצמו.

די פרייע אמעריקע איז פול מיט מיליאנען אידען וואס ווילען זיל נישט מעהר רופן איד. אפילו סמיינט כמעט קיין שום שוועריקייט. אזוי איז אויך אין דרום אמעריקע. 

 משא"כ די מערהייט פון אפילו די פרייע ציונים פאר די קריג, זיי האבן געוואלט בלייבן אידען אפילו מען האט געדארפט זיך שלאגן און מוסר נפש זיין פאר דעהם,.

 נעמטס דאס אין באטראכט, פאר איהר מאכט חשבונות שמים.

שלוםשטוב » 8/5/2007 18:50

ר' באטשי
בעצם איז נישטא קיין מחלוקת צווישען דיך און די אנדערע.
די חילוק איז נאר אין די בליק.
די האלטס אוודאי אויך אז צדיק ד' בכל דרכיו, נאר וואס דען, די זאגסט אז מען דארף נישט דעם אויבערשטען בארעכטיגען. פארוואס? איך ווייס נישט. אבער אזוי זאגסטו האבען געזאגט אנדערע גדולים. גוט. מסכים. ר' אביגדור האלט אויך אז מען דארף נישט בארעכטיגען דעם אויבערשטען, נאר ער האלט אז די אויבערשטער איז גערעכט!!
 
בקיצור
ביידע זאגען אז די אויבערשטער איז גערעכט נאר עס פעלען פרטים, אונז ווייסען נישט אלעס.

די חסידים, וואס גלייבען אין גלגול, האבען עס בעסער ליב תולה צו זיין אין א פריעדעגען גלגול וואס מען ווייסט נישט, די ליטאים וואס גלייבען נישט, זענען עס תולה אין אייגענע עבירות וואס מען ווייסט נישט.

זאגען, אז עס איז באמת נישטא קיין תירוץ, איז א גאר א געוואגטע שריט. און לכאורה א טעות מעיקרא.

_________________

Baachi » 8/5/2007 19:20

שלום היקר

דער חילוק איז גאר איין אנדערער

איך האלט אז דער רבש"ע דארף נישט מיין בארעכטיגונג, נישט איך פארשטיי, נישט איך קען פארשטיין, הוא וחכמתו ודעתו אחד.אזוי ווי דער מאמר החכם,  לו ידעתיו, הייתיו

גלגול אדער נישט. סאיז נישט מעלה אדער מוריד כי הוא זה, צדקתך כהררי קל, משפטיך תהום רבה.

גאנץ ספר איוב איז פיהל מיט דעהם. די ריעי איוב האבן געזוכט א בארעכטיגונג. אז מסתם האט ער א חטא, איוב האט געטענה'ט אז ער האט נישט קיין חטא. ווי דער אמת איז געוועהן, סאיז געוועהן א נסיון אהן קיין שום חטא. ויען ה' את איוב מתוך הסערה, קוק דעם גאנצן קאפיטל, ווי דער רבש"ע זאגט אז מקען איהם נישט פארשטיין.

זכור ימות עולם, אברהם, יצחק, יעקב,אלע געהאט גרויסע צרות מיט נסיונות, האט איינער געקלערט פארוואס?

האט יוסף הצדיק אריין געטראכט פפארוואס נאך אזא גרויסן נסיון וואס האט עומד געוועהן, איז איהם געקומען צוועלף יאהר תפיסה? פון די אכצן ביז די צוואנציג.

צו דוד המלך, וואס שאול האט איהן יאהרן לאנג גערודפט עד חרמה. קוק אין תהלימ'ל צו ער האט געפרעגט פארוואס.

אזוי דארף אייד לעבן.   

וואס מיך פארדריסט שטארק, איז נישט נאר דאס איינרעדן דעם עולם אז מפארשטייט די דרכים פון באשעפער, נאר דאס צוטוהן פאר פאליטישע צוועקן.' 

און אינאיינוועגס בארעדן אידען קהלות קדושות קדושים וטהורים, אז זיי זענען געוועהן חוטאים, און  מיר אמעריקאנער לצים זענען בעסער פון זיי.

היש לך ליצנות גדולה מזו?

 
די האלטס אוודאי אויך אז צדיק ד' בכל דרכיו, נאר וואס דען, די זאגסט אז מען דארף נישט דעם אויבערשטען בארעכטיגען. פארוואס? איך ווייס נישט.
 
איך פארשטיי דיך נישט, דו מאכסט יעדען טאג פופצן ברכות השחר, אז דו קענסט גיין גלייך, דו קענסט זעהן, דו האסט וואס אנצוטוהן. ווי אויך אשר יצר,ס און אנדערע ברכות הנהנין,  האסט אמאהל אריין געקלערט צו סקומט דיר? פארוואס?

איך האב אסאך מאהל אויף דעהם א שטארקע קשיא.

דו לייגסט דיך שלאפן, סקומט דיר אלעמאהל מזאל דיר צוריק געבן די נשמה? 

נאר וואס דען? איך פארלאז מיך אויפן רבש"ע ישרות.  דו דארפסט האבן גדולים צו דעהם?
  

ר' אביגדור האלט אויך אז מען דארף נישט בארעכטיגען דעם אויבערשטען, נאר ער האלט אז די אויבערשטער איז גערעכט!! 
 

זעהט אויס ער פארשטייט יא פארוואס סקומט זיך איהם אלעס גוטס און יענעם נישט.
משה רבנו האט נישט פארשטאנען

"זאגען, אז עס איז באמת נישטא קיין תירוץ, איז א גאר א געוואגטע שריט. און לכאורה א טעות מעיקרא. "

איך זאג נישט סנישטא קיין תירוץ, איך זאג איך האב נישט קיין קשיות. און איך דארף נישט קיין תירוץ.

אנרגיה » 22/5/2007 09:22

ליינענדיג דעם אשכול האב איך געפילט וואו איך גיי אין א געדיכטן נעפל וואס איז נגרם געווארן פון דעם גרויסן ערבוביא פון אויסגעמושטע דעות. ביטע כאפט זיך אן אין מיין גארטל און איך וועל אייך ארויס פירן צום שיין פון טאג.

דע רבי זי"ע און ר' אביגדור האבן דן געווען אויף צוויי באזונדערע נושאים. כיוון זה למה שלא כיוון זה.

און פסוק שטייט אם בחקותי תלכו וועט ענק זיין גוט, אויב אבער וועט זיך ענק  פאר'מיאוס'ן און מיינע געזעצן וועל איך ענק אנטיילן צרות צרורות.
איר דארפט כסדר געדענקן אז דאס זאגט דער רבוש"ע. נישט דער רבי זי"ע און נישט ר' אביגדור און ר שמשון פינקוס.דער רבוש"ע רעדט דא. עס קען נישט שטיין קלארער פון דעם.
די פסוקים זענען געוואנדן, לכאורה, צום כלל ישראל בכללות. אויב וועט עטץ, כלל ישראל, זיך מואס זיין אין מיינע משפטים, וועל ענק מייסר זיין שבע על חטאתיכם.
ר' אביגדור האט נישט געזאגט אז ער ווייסט פארוואס די עונשים זענן געקומען. מענשטן זענען געקומען מיט טענות אויפן אייבישטען "הלמאי מ'טוט אזאך זאך צו קדושים וטהורים. השופט כל הארץ לא יעשה משפט?". וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט האט יעדער געפרעגט די קשיא. די ערליכע האבן זיך באגענוגענד מיט דעם תירוץ "מיר פארשטייען נישט אלעס". די אנדערע האבן נישט נאכגעלאזט אין בועט געווען אין רבוש"ע. הגם איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז דער פרומער איז אויך געבליבן מיט דעם קשיא, נאר האט דאס געשטופט און די זייט.
בא ר' אביגדור און האט גע'טענה'ט אז ס'הייבט זעך נישט אן. בעיני ראיתי וואו כלל ישראל האט בועט געווען אויף א שוידערליכע אופן אינעם אייבישטען, האט ער געזאגט. ער האט געזען וואו עס פארט אום שבת קודש יעדע פינף מינוט א באס אריין און שטעטל. און דאס האט זיך  פארשפרייט וואו א פייער און וואלד, וואס אויב משטעלט דאס נישט אפ באצייטנס לא השאיר שריד ופליט ביי כלל ישראל. נאך אזא עדות איז שוין נישט דא קיין קשיא אויפן רבוש"ע. וואס עסטו פרעגן? פארוואס ער האט דאס געטוען? קוק און חומש. איי און חומש רעדט מען דאך פון אידן וואס האבן מואס געווען במצוות? נא, דאס איז דאך טאקע געווען דארט.
יעצט בלייבט נאר איבער צוויי קשיות.
וואס טוט זיך מיט די ערליכע אידן וואס זענן אויס-געהארגט געווארן
און וואו אזוי קען ר' אביגדור זאגן אז זיי זענן נישט קיין קדושים.
אויף די ערשטע קשיא האט דאך שוין "טרואנלי2" שוין גענפערט, כיון שניתן רשות למשחית וכו. פארוואס דאס איז אזוי? דארף מען א באזנודערן אשכול.
אויף די צוייטע קשיא וויל איך נישט געבען קיין תירוץ. ווייל אויב וועט אויסקומען אז איינער וואס האט אפגעטוען כל מיני תועבות זיין גאנץ לעבען. געדינט יעדע עבודה זרה. זיך נאכגעגעבן יעדע תאווה. נישט געטוען קיין גוטע זאך פאר א צווייטן, און נאר ווייל א נאצי האט איהם אריין געיאגט א קויל אין קאפ, אן איהם פרעגן אויב ער וויל זיך שמד'ן, זאל ער אריין גיין גראד אין גן עדן להנות מזיו שכינתו יתברך: דאס איז די גרעסטע קשיא וואס קען נאר זיין און סאיז א סאך שווערער ווי די קשיא פאר ס'האט פאסירט די צווייטע וועלט מלחמה.  און נאכמער,  דאס איז דער גרעסטער אום יושר וואס איז נאר דערהעט געווארן. א יוד וואס מוטשעט זיך א יעדן טאג אויף עבודת הבורא. א דאווענן צופרי. ארבייטן אויף פארשידנע מקומות וואס שלאגט זיך מיטן יודישקייט. נאך דעם גייט מען נאך צו א שיעור. חינוך הבנים והבנות. וכו וכו. אה! וויבאלד ער האט נישט געכאפט א שאס אין קאפ, דארף ער דורך גיין שבעה מדורי גיהנם, וכולי האי ואולי. מה שאין כן דער מנוול משוקץ ומתועב וואס האט יא געכאפט א קול אין קאפ, דער גייט גראד און גן עדן! וואו קען מען אפילו נאך זאגן אזא טיפשות??!!
אויב שטייט ערגעץ אז אזא איינער הייסט א קדוש (זאל מיר איינער ביטע אנצייכנן די גמרא) מיינט דאס מסתמא אז אחרי ככלות אש הגיהנוםאויף אלעס וואס דער רשע האט אפ געטוען  וועט ער זוכה זיין צו עולם הבא ווייל דער גוי האט דאך איהם גענוצט אלץ א כלי בועט צו זיין אינעם אייבישטען.

דער רבי זי"ע האט גערעדט פון און אן אנדערן קוק ווינקל.
דער רבי האט דאס אנגעלייגט אויף א איינצעלן מצוה (לשיטתו). אויף דעם דארף מען האבן ברייטע פלייצעס. ווייל קיין נביא איז ער דאך נישט געווען און ער האט קיינעם נישט פרובירט דאס איינצורעדן. אבער חכם עדיף מנביא און ער האט געמעגט זאגן וואס ער האט פארשטאנן איז רצונו יתברך. וואו שטייט דאס אז נאר א נביא מעג זאגן פארוואס עפעס האט פאסירט? איינער וואס איז כולו תורה ועבודה האט א דעת תורה און האט אלע רעכטן צו זאגן לדעתו פארוואס געוויסע זאכן פאסירן. ס'איז אפשר צו פשוט וואס איך זאג דא, אבער וואס זאל איך טוען, ס'איז דאך טאקע אזוי פשוט.

איף האף אז איך האב אביסל קלארער געמאכט דעם ענין.

אנרגיה » 22/5/2007 09:42

מ'דארף אויך געדענקן אז זייט דעם חורבן איז געווארן אן עמטליכער טיילונג צווישן די פרייע און פרומע. דער מצב פון "ענלייטמענט" (הפקרות) וואס האט זיך אריין געכאפט אין יעדע שטוב, ואין בית אשר אין שם מת, האט זיך אפגעשטעלט נאך דעם חורבן, און ס'היינט דא ישובים פון ערליכע יודען וואס איז 98% ריין.

אנרגיה » 22/5/2007 10:12

באטשי
איך וויל מיך באציען צו דיינע ספעציפישע טענות.

די זאגסט: "אבער ווער עס וויסט די ביטערע היסטאריע פון אידען אין יוראפ, ווייסט אז זיי זענען אלע געוועהן אונסים גמורים כלפי שמיא"
דער סטעיטמענט קען נאר זאגן דער רבוש"ע אליין. די מסורה זאגט אונז אז יעדער האט בחירה און אז דער רבוש"ע שלאגט איז דאס אליינס א ראיה אז זיי האבן יא געקענט זיין בעסער.

די זאגסט: "זעהט אויס ער פארשטייט יא פארוואס סקומט זיך איהם אלעס גוטס און יענעם נישט.
משה רבנו האט נישט פארשטאנען
"
די קשיא פון משה רבינו איז דאכט זיך נאר אויף דעם יחיד. אויף אונזער נושא איז דאס נישט נוגע ווייל מ'רעדט פון א כלל וואס זענן געווען חוטאים, ליידער,  און דער עיקר חורבן איז געווען אז דאס איז כסדר געוארן ערגער און ערגער און וואלט צום סוף געמאכט אן עק צום כלל ישראל. די נקודה דארפסטו דערהערן. יא מיר זיצן דא "מיט 90 פראצענט אידען מחללי שבת רעפארמער און אסימילאנטן " אבער די וויירוס איז איינגעשפארט, און איז נאך נישט נפרץ במחנינו. די חדרים זענן פול. די מיידל סקולס זענן פול. די ישיבה'ס זענן פול. די בתי מדרשים זענן פול. און תורה פארשפרייט זיך, ב"ה. אבער אין יוראפ זענן געווען גאנצעטע שטעט וואס פלעגן שיקן זייערע קינדער און ישיבות אבער האבן אויפגעהערט ווייל זיי זענען געווארן מושפע פון די ליבעראלע (ענלייטמענט) ווינטען. 

Baachi » 22/5/2007 16:33

אנרגיה

סאיז ערב יו"ט, אבער איך מוז דיר ענטפערן אויף דיין לאנגע דרשה. 

דו ביזט ווייטער מצדיק את הדין ווי הרב מיללער. מיט א טעם אז דער "ווירוס האט זיך אפגעשטעלט"

דו מאכסט איין גראבן טעות. 
די ירידת הדורות אין יוראפ האט גורם געוועהן איין אינאיינציגע סיבה. עניות. מעבירה את האדם על דעתו ועל דעת קונו.

יעצט האט זיך דאס אפגעשטעלט ווייל דער רבש"ע האט געשיקט א שפע. 

אין פולין און אין רוסלאנד איז געוועהן א ביטער עניות, אין רוסלאנד איז צוגעקומען די ביטערע שווערע גזירות שמד פון די קאמוניסטן, 

פארדעהם איז זיי געקומען צו הארגענען.

משא"כ אין אמעריקע וואס מזיצט אויף א שוואיל טאג שלא היה דוגמתו, און כלל ישראל דא אסימילירט זיך פון טאג צו טאג מעהר, זענען מיר פיינע מענטשן. 

דאס וואס די פרומע אידן מערן זיך איז פשוט ווייל מיר האבן ב"ה גרויסע משפחות, ווען נישט דאס לא היה נשאר שריד ופליט ח"ו

ווען מיר אבער זאלן האבן די נסיונות וואס זיי האבן געהאט איין יאהר ח"ו, האב איך מורא צו טראכטן וואס וואלט מיט אונז געשעהן.
,
ווי מעהר איך שפעקוליר אריין אין זיינע ווערטער ווערט מיר די קשיא אויף איהם גרעסער. 

יאגעלע » 22/5/2007 18:47

באטשי, האלסט אז אינדערהיים האט מען געהאט גרעסערע נסיונות ווי דא? איך רעד ניש וועגן ציונות נסיונות אבע ראיז נשט דא היינט סאך גרעסערע שוועריקייטן אין אידישקייט טאקע ווייל סאיז דא אזא שפע? די אידן אמאל איז געווען צוגעמאכט אין א געטא וואס איז געווען זייער גוט צו האלטן די אידישקייט און היינט איז אלעס אפן. מען דארף נישט ארויסשרייבן וואס סגייט פאר דא, ביי די אסיפת האט מען שוין געהערט און יעדער ווייסט עס ממילא.

און ווייל סגעווען עניות אין פולין רוסלאנד קומט זיך אז מען זאל זיי הארגענען?

איז נישדט נסיון העושר סאך גרעסער ווי נסיון העוני?

זאגסט דאך אליינס אז דא אין אמעריקא ווערט מען מער און מער אסימילירט. קומט עס פון עניות? הונדערטע יארן צוריקווער סגעקומען אין אמערקע איז געווארן אריינגעדרייט אין די שמעלץ טאפ איז עס אויך געקומען פון עניות?

און איך האב מורא צו טראכטן וואס סגייט זיין אין א פאר יאר ארום, לויט די נסיונות וואס אונז האמיר היינט.

אנרגיה » 22/5/2007 20:35

באטשי

לפי דעתך, ווען קען מקיום ווערן די פסוקים פון די תוכחה? ווען קען מקוים ווערן מבשר בניו אשר יאכל, מבלי השאיר-לו, כל במצור, ובמצוק, אשר יציק לך איבך, בכל-שעריך? די יודן זענן דאך נעבעך נישט שולדיג? און לפי ראות ענינו זענן זיי טאקע נישט שולדיג. איך קען דיר אויך געבן מערערע הסברים פארוואס זיי זענן אומשולדיג. דיין הסבר איז גאר שטארק, און "יאגעלע,ס" הסבר איז אויך א גוטער לימוד זכות אויב אונז וועלמיר דורכפאלן דא אין אמעריקע.

נא, בלייבט דאך די קשיא: און די תורה שטייט והיה, אם-לא תשמע בקול יהוה אלהיך, לשמר לעשות את-כל-מצותיו וחקתיו, אשר אנכי מצוך היום--ובאו עליך כל-הקללות האלה, והשיגוך, אויף ווען איז דאס געזאגט געווארן????

אלא, מוז זיין אז אפ-צו-מאכן ווען מ'איז שולדיג אויף דורכפאלן א נסיון און ווען מ'איז נישט שולדיג, דאס באלאנגט פאר'ן אייבישטען און נישט פאר "באטשי" און נישט פאר'ן "אלגעמיינער" און נישט פאר "אנרגיה" און נישט פאר'ן רבי'ן זי"ע אדער פאר "ר' אביגדור".
פאר אונז בלייבט נאר איבער צו קוקען אין חומש אין זעהן די ביטערע ווערטער פון: "אם-לא תשמר לעשות, את-כל-דברי התורה הזאת, הכתבים, בספר הזה:  ליראה את-השם הנכבד והנורא, הזה את, יהוה אלהיך. והפלא יהוה את-מכתך, ואת מכות זרעך:  מכות גדלת ונאמנות, וחלים רעים ונאמנים". עס כאפט דאך א שוידער ווען מליינט "מבשר בניו אשר יאכל, מבלי השאיר-לו,  במצור, ובמצוק, אשר יציק לך איבך, בכל-שעריך". און "פלעין" יודיש מיינט דאס אז אויב כלל ישראל וועט זיך אפשאקלען פונעם אייבישטען, (צו איז דאס וועגן נסיון העוני צו נסיון העושר, צו איז דאס נסין האינטערנעט וכו) וועט זיין ביטערע קאנסקעוונצן.

איי דיינע מליצה ישרה'דיגע געפילן? וויל איך דיר זאגן אז איך פארשטיי אויך נישט ווי אזוי מ'קען דאס רעכנן פאר חטאים נאך אזעלע ביטערע נסיונות, און דאס איז  וואס דיר שטערט. אבער ס'קוקט אויס אז דער אייבישטער זעהט דאס יא אלץ חטאים.

לסיכום:
דאס איז קלאר אז ס'שטייט און די תורה אויב מ'האלט נישט איין וואס דארט'ן שטייט וועט זיין ביטער.
דאס איז קלאר אז דע מצב אין יהדות איז געגאנגן מטה מטה און מ'האט נישט איינגעהאלטן די תורה.

נא,  האט די אייבישטער געטוען וואס ער האט געזאגט אז ער גייט טוען.

Baachi » 22/5/2007 20:48

אנרגיה היקר

ליג אביסל אין חסידישע ספרים וועט זיך דיר טוישען דיין עטיטוד אויפן בוכ"ע

וואס ער טוט איז כולו טוב און כולו חסידם, אמאהל זעהן מיר עס אין אמאהל נישט. אבער עס איז כולו טוב.

חייב אדם לברך על הרעה האט מען פאארשטאנען ביז דעם רבי ר  זושא, ער האט מגלה געוועהן אז סנישטא אזא זאך
דאס איז אבער שוין נתגלה געווארן בעת חורבן צו די אנשי כנסת הגדולה הן הן גבורותיו הן הן נוראותיו.
יוסף הצדיק איז געזעסן 12 ביטערע יאהר אין תפיסה פאר עומד בנסיון זיין, און אייביג געוועהן בשמחה.
 חסידישע אידן האבן געוואוסט אז די גאנצע שואה איז געוועהן בלויז חסדים.
אונזער ארבעט איז דאס אויך אזוי צו זעהן.
וויאזוי?
דורך אהבת השם בלי גבול ובלי מעצור אפילו הוא נוטל את נפשך.
פארוואס פאסירט לכאורה שלעכטע זאכן?
נישט מיר ווילן פארשטיין, נישט מיר קענען פארשטיין, נישט מיר דארפן פארשטיין.

דאס איז דער דרך הבעש"ט.

אנרגיה » 23/5/2007 00:09

באטשי טייערער

פון וואסערע "עטיטוד" רעדסטו?

פערצאפאל בין איך גאר שטארק באהאווענט אין חסדישע ספרים און איך האב גארנישט באמערקט אינערגעץ דערמאנט אז די בפירושע עונשים וואס שטייט אין די תורה איז בטל ומבוטל. חס ושלום צו זאגן אזא זאך.
ווער רעדט נאך פון חס ושלום זאגן "נישט מיר ווילן פארשטיין, נישט מיר קענען פארשטיין, נישט מיר דארפן פארשטיין" ווען דער אייבישטער, בעפאר ער האט כורת ברית געווען מיט די יודן, מאכט א קלארער הקדמה "אתם ניצבים היום כולכם, לפני יהוה אלוהיכם:  ראשיכם שבטיכם, זקניכם ושוטריכם, כול, איש ישראל.  טפכם נשיכם--וגרך, אשר בקרב מחניך:  מחוטב עציך, עד שואב מימיך.  לעוברך, בברית יהוה אלוהיך--ובאלתו:  אשר יהוה אלוהיך, כורת עימך היום". ער הייבט אן אז שטייטס אלע דא אין איך גיי כורת ברית זיין מיט ענק כדי עטס זאלטס נישט קענן זאגן שפעטער "נישט מיר ווילן פארשטיין, נישט מיר קענען פארשטיין, נישט מיר דארפן פארשטיין"!!!! ער זאגט, יא, איך וויל עטץ זאלטס יא פארשטיין און וויסן אז אויב וועט מען נישט פאלגן די תורה וועט גיין גפרית ומלח.

דרך אגב: לויט וואו איך האב געהערט,  קען איך נישט צופיל חסדישע יודן וואס האבן עוסק געווען אין אהבת ודביקת השם וואו ר' אביגדור. 

אנרגיה » 23/5/2007 00:11

באטשי

וואס טוט זיך מיט די קשיא וואס איך האב פריער געפרעגט:
 נא, בלייבט דאך די קשיא: און די תורה שטייט והיה, אם-לא תשמע בקול יהוה אלהיך, לשמר לעשות את-כל-מצותיו וחקתיו, אשר אנכי מצוך היום--ובאו עליך כל-הקללות האלה, והשיגוך, אויף ווען איז דאס געזאגט געווארן????

Baachi » 25/5/2007 18:10

אנרגיה היקר

על ראשון ראשון

וועגן די פערזענליכקייט פון ר' אביגדור אדער זיין צדקות בין איך צו קליין צו רעדן. ער איז געווען א מזכה הרבים וואס איז איינע פון די העכסטע מדרגות אין עבדות השם ( די העכסטע איז מחזיר בתשובה זיין רשעים...)
דאס איז בכלל נישט יעצט דער נדון.

דער נושא איז זיין מיינונג אז די שואה איז זיך געקומען פאר די אידען אין יוראפ, זיי האבן זיך עס כשר פארדינט.

וואס אסאך אידען בדורנו האלטן אז אין צוגאב צו א ביזיון פאר אונזערע זיידעס און באבעס, פעטערס מומעס, רבי'ס און רבנים די קדושים. איז עס פשוט נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה,  

דער פאקט איז אז דער דרך הבעש"ט וואס איז נתגלה געווארן איז דער איינציגער דרך אמת. וואס דאס איז דער התנוצצות אורו פון מלך המשיח. הרב מיללער איז געוועהן א מתנגד צום דרך הבעש"ט במילא איז איהם אויס געקומען אנדערע  מסקנות ווי אליבא דאמת.

לייען נארכאמאהל איבער פון אנהייב דעם אשכול אלע ארגומענטן.

וועגען דיין קשיא וואס באדערט דיך שטארק, די פסוקים פון די תוכחה. וויל איך דיר אויפמערקזאם מאכן א פשוטען פאקט. אז די אלע פסוקים רעדן בכלל נישט צו אונז.

קוק גוט אריין אין די שיינע פסוקים וואס די האסט אזוי טאלאנטפול אראפ געברענגט  וועסטו זעהן אז די אלע עונשים זענען געזאגט געווארן בזמן ישראל על אדמתן און סהאט זיי גארנישט געפעלט, ....שלום יהיה לי כי בשרירות לבי אלך וגו'. קוק אריין און די מפרשים אנפאנג פרשת נצבים. ...אז תרצה הארץ את שבתותיה כל ימי השמה,  נישט ווען מען האט איבער געלעבט אזא שווערען לאנגן פינסטערן גלות.
  
די תוכחה איז שוין מקויים געווארן בזמן חורבן הבית ובזמן חורבן ביתר. ואכמ"ל דאס קען זיין אז סאיז א המשך פון דעם חורבן ווי דער אוהחה"ק זאגט. סקען זיין א נסיון פאר כלל ישראל פאר דעם תיקון השלם,

אזוי צו אזוי, נישט פאר די מכלומרשטע חטאים פון די אידען אין יוראפ איז געקומען די שואה. אויב עפעס איז עס צויליעב די חטאים פון די צוועלף (!)  מיליאן .אין אמעריקע וואס העלפט פון זיי ווילן זיך נישט רופן מיט דען נאמן איד.   

סאיז פשוט אז סאיז די חבלי משיח, וואס אויף זיי שטייט אין דניאל
(א) וּבָעֵת הַהִיא יַעֲמֹד מִיכָאֵל הַשַּׂר הַגָּדוֹל הָעֹמֵד עַל בְּנֵי עַמֶּךָ וְהָיְתָה עֵת צָרָה אֲשֶׁר לֹא נִהְיְתָה מִהְיוֹת גּוֹי עַד הָעֵת הַהִיא וּבָעֵת הַהִיא יִמָּלֵט עַמְּךָ כָּל הַנִּמְצָא כָּתוּב בַּסֵּפֶר:
 
אדער אין עובדיה

(יג) אַל תָּבוֹא בְשַׁעַר עַמִּי בְּיוֹם אֵידָם אַל תֵּרֶא גַם אַתָּה בְּרָעָתוֹ בְּיוֹם אֵידוֹ וְאַל תִּשְׁלַחְנָה בְחֵילוֹ בְּיוֹם אֵידוֹ:
(יד) וְאַל תַּעֲמֹד עַל הַפֶּרֶק לְהַכְרִית אֶת פְּלִיטָיו וְאַל תַּסְגֵּר שְׂרִידָיו בְּיוֹם צָרָה:
(טו) כִּי קָרוֹב יוֹם יְהֹוָה עַל כָּל הַגּוֹיִם כַּאֲשֶׁר עָשִׂיתָ יֵעָשֶׂה לָּךְ גְּמֻלְךָ יָשׁוּב בְּרֹאשֶׁךָ:
(טז) כִּי כַּאֲשֶׁר שְׁתִיתֶם עַל הַר קָדְשִׁי יִשְׁתּוּ כָל הַגּוֹיִם תָּמִיד וְשָׁתוּ וְלָעוּ וְהָיוּ כְּלוֹא הָיוּ:
(יז) וּבְהַר צִיּוֹן תִּהְיֶה פְלֵיטָה וְהָיָה קֹדֶשׁ וְיָרְשׁוּ בֵּית יַעֲקֹב אֵת מוֹרָשֵׁיהֶם:
(יח) וְהָיָה בֵית יַעֲקֹב אֵשׁ וּבֵית יוֹסֵף לֶהָבָה וּבֵית עֵשָׂו לְקַשׁ וְדָלְקוּ בָהֶם וַאֲכָלוּם וְלֹא יִהְיֶה שָׂרִיד לְבֵית עֵשָׂו כִּי יְהֹוָה דִּבֵּר:
(יט) וְיָרְשׁוּ הַנֶּגֶב אֶת הַר עֵשָׂו וְהַשְּׁפֵלָה אֶת פְּלִשְׁתִּים וְיָרְשׁוּ אֶת שְׂדֵה אֶפְרַיִם וְאֵת שְׂדֵה שֹׁמְרוֹן וּבִנְיָמִן אֶת הַגִּלְעָד:
(כ) וְגָלֻת הַחֵל הַזֶּה לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר כְּנַעֲנִים עַד צָרְפַת וְגָלֻת יְרוּשָׁלִַם אֲשֶׁר בִּסְפָרַד יִרְשׁוּ אֵת עָרֵי הַנֶּגֶב:

אויב דו ווילסט דוקא אין חומש קענסטו אויך זעהן ווי סווערט מקויים די פסוקי נחמה פון ושבת עד ה' אלוקיך און פון ושב ה' אלוקיך את שבותך, דער רוח התשובה וואס איז היינט דא איז קיינמאהל נישט געווהן, מדארף זיין א בלינדער נישט צו זעהן די פעמי המשיח. 


וְהָיָה כִי יָבֹאוּ עָלֶיךָ כָּל הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה הַבְּרָכָה וְהַקְּלָלָה אֲשֶׁר נָתַתִּי לְפָנֶיךָ וַהֲשֵׁבֹתָ אֶל לְבָבֶךָ בְּכָל הַגּוֹיִם אֲשֶׁר הִדִּיחֲךָ יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ שָׁמָּה:
(ב) וְשַׁבְתָּ עַד יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ וְשָׁמַעְתָּ בְקֹלוֹ כְּכֹל אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם אַתָּה וּבָנֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ:
(ג) וְשָׁב יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ אֶת שְׁבוּתְךָ וְרִחֲמֶךָ וְשָׁב וְקִבֶּצְךָ מִכָּל הָעַמִּים אֲשֶׁר הֱפִיצְךָ יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ שָׁמָּה:
(ד) אִם יִהְיֶה נִדַּחֲךָ בִּקְצֵה הַשָּׁמָיִם מִשָּׁם יְקַבֶּצְךָ יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ וּמִשָּׁם יִקָּחֶךָ:
(ה) וֶהֱבִיאֲךָ יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר יָרְשׁוּ אֲבֹתֶיךָ וִירִשְׁתָּהּ וְהֵיטִבְךָ וְהִרְבְּךָ מֵאֲבֹתֶיךָ:
(ו) וּמָל יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ אֶת לְבָבְךָ וְאֶת לְבַב זַרְעֶךָ לְאַהֲבָה אֶת יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ לְמַעַן חַיֶּיךָ:
(ז) וְנָתַן יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ אֵת כָּל הָאָלוֹת הָאֵלֶּה עַל אֹיְבֶיךָ וְעַל שׂנְאֶיךָ אֲשֶׁר רְדָפוּךָ:


יאגעלע » 25/5/2007 18:53

איךהאב שוין דא פריער עפעס געפרעגט פון באטשי אבער זעט אויס אז האט נישט באמערקט.

דא פרעג איך עפעס אנדערש, און אנטשולדיג פארן אריינהאקן.

באטשי שרייבט:
דער פאקט איז אז דער דרך הבעש"ט וואס איז נתגלה געווארן איז דער איינציגער דרך אמת.

וויל איך פרעגן אפאר זאכן.

קודם ווער זאגט? איך פארשטיי אז אונז חסידישע האלטן אזוי, אבער זעט אויס אז ר' אביגדור האט אנדערש געהאלטן והראי' ער האט געלעבט כמעט הונדערט יאר און נישט געטוישט וואס ער האט געהערט פון זיינע רבי'ס.

און איך האב שוין לאנג געפרעגט אז אויב איז דא אזויפיל מיני אידן אויף דער וועלט חסידישע , ליטווישע, ספרדישע אשכנזי, תימנע און ווער וויסיט וויפיל נאך, איז ווער איז די אמתע וועג?

איין תירוץ האט מיר אינער  אריינדערציילט אז אזוי ווי די מיליטער האט פארשידענע מיני אפטיילונגען אזויאויך האט דער באשעפער .

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס יענער האט געמיינט, אבער אזוי האט ער פארקויפט.


Baachi » 25/5/2007 19:08

יאגעלע היקר

דער דרך הבעש"ט איז דער וועג וואס אלע אידן ובכלל ספרדשע מיט ליטווישע הייבן זיך אהנצופירן אזוי מעהר און מעהר.
איינער איז יא מודה דער אנדערער  איז נישט. אבער דאס איז דער וועג.
דא איז נישט דער ריכטיגער אשכול צו דעפינירן וואס דרך הבעש"ט איז.

אבער איינזאך וועל איך דיר יא זאגן, ווען נישט דער דרך הבעש"ט וואלט ר' אביגדור מיללער נישט געהאט פארוועמען צו רעדן, און ער האט דאס אויך געוואסט.

דער בעסטער באווייז אויף דעם אמתייות דרך הבעש"ט און אז דאס איז דער נצחיות התורה איז, ווי עס איז געוועהן תורה מיט חסידות, דארט איז געבליבן און איבערגעלעבט אלע צרות, אונגארן אונטערלאנד, פוילן, גאליצע, מאראמארוש, זיבנבערגן, חסידישע ארץ ישראל,

ווי עס איז נישט געוועהן קיין חסידות ליטא, דייטשלאנד, אויבערלאנד, איז נישט געבליבן. 

דער נושא איז שוין איבערקייט געווארן עדי לקששיתא.  

אנרגיה » 25/5/2007 21:38

באטשי

נא, ערגעץ זעמיר שוין אנגעקומען. איך וויל דא קלאר שטעלן וואו עס כאפט דער חילוק צווישן מיר און דיר.

לויט ווי דער רבי זי"ע און ר' אביגדור, און אנדערע גדולים זעהן דאס, איז די תוכחה געזאגט געווארען אויף היינטיגע צייטן אויכעט.

לויט דיר איז די תוכחה נישט געזאגט געווארן אויף היינט. און כיהודה ועוד לקרא, זאגסטו אז דאס איז דער דרך הבעל שם.

על ראשון ראשון.

ווען א קינד שרייבט אן די ווענט אינדערהיים מיט קרעיאנס און די מאמע שטעלט ארויס דאס קינד אין די האל פאר א עונש און זאגט אן דאס קינד אז זאלסט געדענקן: מ'טאר נישט אנשרייבן די ווענט. ווען דאס קינד איז אינדרויסן, נעמט עס די קרעיאנס און גייט ווייטער אן מיד די עבודה פון אנפירקלן די ווענט אין די האל. נא, וואס האלסטו, באטשי? די מאמע וועט נישט מעניש זיין דאס קינד פאר'ן אנפירקלן די ווענט אין די האל ווייל זי האט דאך שוין ארויסגעשטעלט דאס קינד, נא, יעצט מעג ער שוין טוען וואס ער וויל ווייל ער ליידט יעצט אויף עפעס א "סינדראם"! דאס קינד איז נעבעך "טראמעטייזד"!

און דאס ברענט אונז צו ועל אחרון אחרון.

איך קען בשום אין אופן נישט פארשטיין וואס אונזער שמועס האט איינגעלייגט מיט'ן דרך הבעל שם?!
מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי אן אמעריקאנער, גויאישער פיליזאפיע וואס טרעפט א תירוץ אויף יעדען רוצח און באגאוואנד. 
 די האסט נישט געלייקנט דער פאקט אז יודישקייט האט געגליטשט מיט א אומגעהויערן אימפעט. די ביזט נאר מלמד זכות. וואויל איז פאר דיר. אבער עס איז נישטא קיין הפקרות, מיין טייערער פריינט. די תוכחה גייט אן היינט אויכעט סיי לויט רבינו הבעל שם טוב זי"ע, און סיי לויטן גר"א זצ"ל.

די זאגסט "ס'איז א בזיון פאר אונזער זיידעס און באבעס". וואספארא בזיון איז דאס?? פונקט פארקערט! אונזערע זיידעס און באבעס זענן נעבען געהרגט געווארן ווייל פורקי עול האבן בועט געווען אינעם רבוש"ע, און די ווילסט נאך זאגן אז די פורקי עול, די רוצחים זענן קדושים!!!!!! אתמהה!!!!

 

 

 

Baachi » 25/5/2007 22:51

א יך זעה אז דו זיכסט שוין נישט צו פארענטפערן דעם רבש"ע, די זיכסט צו פארענטפערן  הרב מיללער מיט סאטמערער רבין.

דאס איז שוין א דבר אחר.


"לויט ווי דער רבי זי"ע און ר' אביגדור, און אנדערע גדולים זעהן דאס, איז די תוכחה געזאגט געווארען אויף היינטיגע צייטן אויכעט.
לויט דיר איז די תוכחה נישט געזאגט געווארן אויף היינט."



אפשר זייער תוכחה יא, זיי וואלטן עס געטוהן, די תורה הק' תוכחה רעדט פון בזמן שישראל על אדמתם.

דו האסט געפרעגט פון פסוק צו פון א סברא?


" און כיהודה ועוד לקרא, זאגסטו אז דאס איז דער דרך הבעל שם. "

דער דרך הבעל שם טוב איז צו גלייבן באמונה שלימה אז סנישטא קיין שום רע בעולם, לית אתר פנוי מיניה, און דאס וואס מיר זעהן רע איז נאר טוב מוחלט וואס איז פארשטעלט, אבער דער מאמין זעהט כולו טוב. מילא דארף ער נישט קיין תירוצים. 

דגל מחנה אפרים פרשת וילך
אנכי הסתר אסתיר את פני. והוא לכאורה תמיהה גדולה איך אפשר שהקב"ה יסתיר פניו מישראל חלילה ואיך יהיה להם חיות ותקומה כי זה כל חיותם של ישראל עם קרובו שנקראים בנים למקום, (שבת ל"א.) אך דהנה המשל הוא למלך שעשה כמה מחיצות באחיזת עינים לפני היכלו שלא יוכלו ליכנס אליו ונסתתר שם ועשה חומות ואש ונהרות באחיזת עינים הכל לפני בניו והנה מי שהיה חכם נתן לב לדבר איך אפשר שאביו הרחמן לא יתרצה להראות פניו לבניו ידידיו אין זה כי אם אחיזת עינים והאב רוצה לנסות אם ישתדל הבן לבא אליו ובאמת אין שום הסתרה והנה מיד כשמסר לנפשו לילך בנהר נסתר אחיזת עינים ועבר בו וכן בכל המחיצות עד שבא להיכל המלך ויש טפש שירא להתחיל לעבור המחיצות ויש שעובר המים וחוזר מפני החומות ומפני האש והנמשל ידוע והנה מי שמוסר נפשו ועובר בכל המחיצות ודוחק עצמו עד שבא אל המלך אז יבא למעלה יותר גדולה מקודם, וזהו (בראשית מ"ו, ד') אנכי ארד עמך היינו כשתתן לב ותבין שאפילו בירידה יש גם כן אנכי היינו ההסתרה שנסתתר עצמי ממך היא גם כן לטובתך אז ואנכי אעלך גם עלה היינו שתזכה למעלה יתירה וזהו גם עלה והבן, וזהו ה' ההולך עמך תמיד הן בירידה והן בעליה אז לא ירפך ולא יעזבך ותרגומו לא ישבקינך ולא ירחקינך היינו אפילו כשנסתתר לפעמים מכל מקום לא להרחיק ממך הוא כנ"ל, והוא שמרמז כאן ואנכי הסתר היינו כשתתן לב להבין שאנכי הוא בהסתרה אז אסתר על דרך (מגילה י"ג.) הדסה היא אסתר והדס מספר חיים עם הכולל והיינו שאז תוכל לאור באור פני מלך חיים וזהו אסתיר את פני, וזהו סוד ראש השנה וסוכות בתחלה בכסה היינו שיש הסתרה ואחר כך בסוכה באתרוג ובחיים כי לולב והדס שניהם מספרם חיים כנ"ל שזוכה לאור באור פני מלך חיים וכו' והמשכיל יבין: 

 
חוץ דעהם וואס מיר וויס פון תלמידי בעש"ט ן אז די תוכחה איז כולה ברכות

"ווען א קינד שרייבט אן די ווענט אינדערהיים מיט קרעיאנס און די מאמע שטעלט ארויס דאס קינד אין די האל פאר א עונש און זאגט אן דאס קינד אז זאלסט געדענקן: מ'טאר נישט אנשרייבן די ווענט. ווען דאס קינד איז אינדרויסן, נעמט עס די קרעיאנס און גייט ווייטער אן מיד די עבודה פון אנפירקלן די ווענט אין די האל. נא, וואס האלסטו, באטשי? די מאמע וועט נישט מעניש זיין דאס קינד פאר'ן אנפירקלן די ווענט אין די האל ווייל זי האט דאך שוין ארויסגעשטעלט דאס קינד, נא, יעצט מעג ער שוין טוען וואס ער וויל ווייל ער ליידט יעצט אויף עפעס א "סינדראם"! דאס קינד איז נעבעך "טראמעטייזד"! "


אשיין משל אויף תשעה באב נאכמיטאג אין בית רחל מיידל קעמפ.

דער בוכ"ע איז אבער נישט קיין אידענע, און די זרע אברהם יצחק ועקב זענען נישט קיין ווילדע קינדער,

ולשיטתך
כי עליך הורגנו כל היום נחשבנו כצאן טבחה להרוג ולאבד למכה ולחרפה,ובכל זאת שמך לא שכחנו,
 אזא קינד שטעלט מען נישט ארויס ווען ער פירקלט אויף די וואנט. אפשר אין וויליבי איז א זויבערע וואנט חשובער ווי א קינד. 
 

"איך קען בשום אין אופן נישט פארשטיין וואס אונזער שמועס האט איינגעלייגט מיט'ן דרך הבעל שם?! "

מיר האבן א שטאקען כלל דא אין פארום. אויב מפרעגט א שאלה דארף מען לייענען די תשובה.


"מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי אן אמעריקאנער, גויאישער פיליזאפיע וואס טרעפט א תירוץ אויף יעדען רוצח און באגאוואנד"


גדעון איז שוין געווען איין אמעריקאנער גוי?

מדרש תנחומא
(ד) שופטים ושטורים תתן לך אתה תמנה שופטים בכל שערים שפעמים בשבת בתי דינין יושבין בעיירות בשני ובחמישי ואם עמדה הלכה לפניהם היו שואלין לב"ד שבלשכת הגזית ושפטו את העם משפט צדק שיהיו מטין את העם לכף צדק אמר רבי יהודה ברבי שלום שיהיו מטין ומלמדין עליהם זכות לפני הקב"ה ממי אתה למד מגדעון בן יואש שבימיו היו ישראל בצרה והיה הקב"ה מבקש אדם שילמד עליהם זכות ולא היה מוצא שהיה הדור דל במצות ובמעשים ועובדי ע"ז כיון שנמצא זכות בגדעון שלמד עליהם זכות מיד נגלה עליו, שנאמר לך בכוחך זה שלימדת סניגוריא על בני והושעת את ישראל.


" די האסט נישט געלייקנט דער פאקט אז יודישקייט האט געגליטשט מיט א אומגעהויערן אימפעט. די ביזט נאר מלמד זכות. וואויל איז פאר דיר. אבער עס איז נישטא קיין הפקרות, מיין טייערער פריינט. די תוכחה גייט אן היינט אויכעט סיי לויט רבינו הבעל שם טוב זי"ע, און סיי לויטן גר"א זצ"ל. "

איך לייקן יא!! סאיז א פשוטר גראבער געמיינער שקר. יידישקייט האט געגליטשט פון צווי הונדערט יאהר זמן ההשכלה ביז נאך די ערשטע וועלטס קריג  אין דייטשלאנד אין און  אונגארן און בעיקר אין אמעריקע,  נאך די ערשטע קריג האט זיך דאס אפגעשטעלט. פארקערט עס האט אנגעהויבן צוריק ארויף צו גיין, לערן היסטאריע.    

"די זאגסט "ס'איז א בזיון פאר אונזער זיידעס און באבעס". וואספארא בזיון איז דאס?? פונקט פארקערט! אונזערע זיידעס און באבעס זענן נעבען געהרגט געווארן ווייל פורקי עול האבן בועט געווען אינעם רבוש"ע, 

 שרייבן רויט אדער גרויס מאכט דיך נישט גערעכט, אויף איין זייט ווילסטו זאגן אז דו פארשטייסט דעם רבש"ע דרכים, און דער אייבירשטער איז מעניש לעוברי מצוותיו.

ווען איך פרעג דיך אבער ווי קען עס זיין אז די פורקי עול וואס זענען  געפאהרן קיין אמעריקע אדער קיין ארגענטינע, און די ציונים וואס זענען געפאהרן קיין ארץ ישראל זענען אלע ניצול געווארן, משא"כ די פרומע חסידישע אידן וואס האבן מורא געהאט צו פארען אמעריקע אדער ארץ ישראל, זיי האט מען אויסגעהארגעט? א מיליאן יידען יראים ושלמים אין אוקראינע, קודם סטאלין מיט יעווסעקן דערנאך היטלער? אויסגעהארגעט אלע פרומע יידען, די יעווסעקן זענען געבליבן.  

ענטפערסטו  כך היא המדה , איך פארשטיי נישט.

רוף שנעל די מאמע מיט די קרעיאנס וויאזוי וואלט זי געטוהן? זי וואלט אויך אזוי געטוהן? ארויס געשטעלט דאס גוטע קינד אין געגבן פארן ווילדן קינד כל הגוטס?? זעהט אויס אז זי קען בעסער האלטן קאפ ווי דער רבש"ע.

"און די ווילסט נאך זאגן אז די פורקי עול, די רוצחים זענן קדושים!!!!!! אתמהה!!!!"

ניין די פורקי עול זענען רובם געבליבן לעבן. אין געקומן וואינען לעבען הרב מיללער. זיי זענען נישט קיין קדושים.

די גמרא אין בבא בתרא וואס איינער האט פריער ערוועינט, רעדט פון רובם רשעים אזוי ווי אין מצרים ווערן פארלוירן אפאהר צדיקים, אויך נאר שהיו להם למחות ולא מחו. אבער נישט רוב צדיקים!!

כלך מדרך זו! צו פארשטיין דעם רבש"ע. סאיז זעהר מסוכן. רבים חללים הפילה.

אנרגיה » 27/5/2007 07:43

באטשי

לאמיך מסדר זיין דיינע קשיות און דערנאך מפרק זיין.
 (איך וועל אויסלאזן די סארקאסטישע תגובות ווי "איך זעה אז דו זיכסט שוין נישט צו פארענטפערן דעם רבש"ע, די זיכסט צו פארענטפערן  הרב מיללער מיט סאטמערער רבין" אדער  "אשיין משל אויף תשעה באב נאכמיטאג אין בית רחל מיידל קעמפ")

א) לויט באטשי איז די תוכחה געזאגט געווארן דווקא בזמן שישראל על אדמתם.
תשובה:
און חומש שטייט קלאר אז אויב מוועט נישט פאלגן דעם אייבישטען, וועט זיין עונשים, און עס ווערט נישט דערמאנט קיין שום תנאי אז ווען מ'איז אין חוץ לארץ מעג מען טוען וואס מ'וויל. דאס איז א פסוק און אויך א סברא.איך האב דיר געגבן א משל וואס די האסט געמאכט ליצנות דערפון מאיזה סיבה וואס איך ווייס נישט.

ב) באטשי טענהט: צו זאגן אז די עונשים פון די צווייטע וועלט מלחמה איז פאר'ן בועט זיין אינעם רבוש"ע איז א סתירה צום דרך הבעש"ט.
תשובה:
באטשי ברענגט אראפ א ריזגן דגל וואס זאגט
1) אז דער אייבישטער איז אייביג מיט אונז אפילו מזעהט דאס נישט אפן און
2) אז אלעס איז אחיזת עניים.
לאמיך דיר פרעגן, באטשי, לויט ווי די האסט אפגעלערנט דעם דגל: האט עקזעסטירט גאז קאמערן אדער נישט? האט דר. מענגעלע ימ"ש אנגעפירט מיט שרעקליכע פיינליכע יסורים'דיגע פארשונגען אויפ'ן עם ישראל? יא צו ניין? האבען די נאציס מערדעריש דערשאסן קליינע בעביס און די מאמעס ארעמס אדער איז דאס נאר געווען אחיזת עניים? די אויסגעמאגערט אידן וואס האבן בארוועסדיג מארשירט אויפ'ן טויט מארש זענן בעצם געזעצן אויפ'ן קאוטש ביי זיך אינדערהיים, נאר אין שרעקליכן חלום זענן זיין אויסגעגאנגן פאר דורשט און הונגער???!!!! הא!!
די אליין זאגסט דאך אז די תוכה גייט יא אן בזמן שישראל על אדמתם. נא פרעג איך דיך: ווען די תורה זאגט "מזי רעב ולחמי רשף וקטב מרירי; ושן-בהמת, אשלח-בם עם-חמת, זחלי עפר. מחוץ, תשכל-חרב, ומחדרים, אימה; גם-בחור, גם-בתולה יונק, עם איש שיבה" מיינט דאס כמשמעו עס וועט זיין ביטערע עונשים? אדער איז דאס נאר א אחיזת עניים???
ווי קען מען אזוי מסלף זיין א הייליג שטיקל דגל???? ווי קען מען אזוי פארדרייען  דעם הייליגן דרך הבעש"ט הקדוש????
איז דער תירוץ:
אז די האסט נישט דאס מינדעסעט אנונג אינעם דרך הבעש"ט.
אז דער אייבישטער איז כולו טוב איז "נישט" דעם בעש"ט אויפטו, דאס איז דאך א בפירושער גמרא: כל מה דעבד רחמנא לטב עביד. אפשר קענסטו נישט קיין ארמיש וועל איך די דאס איבער זעצן אויף יודיש. אלעס, יא, אלעס, אלעס וואס דער אייבישטער טוט, טוט ער פאר גוטס.( און פאר דיין אינפארמאציע איז הרב מילער געווען דער גרעסטער אויסשרייער אז דער אייבישטער איז כולו טוב. נישט געווען און עס איז נישטא נאך איינער בזמניניו וואס האט אזויפיל עוסק געווען אין דעם נושא ווי הרב מילער.)
די עונשים זענן אויך לטובה. אבער זיי זענען עונשים. ביטערע עונשים. איי דער אייבישטער טוט דאך נאר גוטס? הער נאר צו טייערע פריינט מיינער. דער אייביטשער ווארנט: טוה נישט קיין עבירות ווייל נישט וועט זיין ביטער. דאס איז פונקט ווי א מאמע זאגט פאר'ן קינד (דאס איז נישט די מאמע מיט די קרעיאנס) לייג נישט די הענט ביי די טיר. דאס קינד האט אבער יא געלייגט און האט זיך צוקלעמט, נעבעך. דאס זעלבע איז דא: טוען עבירות איז אריינלייגן די פינגער און א טיר וואס פארמאכט זיך. ס'גייט זייער וויי טוען. דער וויי געטועכץ איז לטובה. אבער ס'טוט וויי !!!!! (איך האב נישט געשריבן אין גרויסע אותיות) די הערסט באטשי, עונשים טוען וויי אפילו ס'איז לטובה.
דער אייבישטער אליין ווארנט דאך אז ס'וועט וויי טוען, ווי קענסטו זאגן אז דאס נאר א אחיזת עניים??? דאס איז דאך חוצפה כלפי שמיא אויפ'ן העכסטן אופן. דער אייבישטער שפילט דא געימס????
דע אחיזת עניים וואס דער דגל באציט זיך איז אויפ'ן הסרת פנים. דאס אז דער אייבישטער פירט זיך נישט בגלוי מיט אינז איז נאר א אחיזת עניים ווייל באמת פירט ער דעם עם ישראל כימי קדם, נאר ער טוט דאס מאחורי הפרגוד.

ג) באטשי זאגט אז גדולים וטובים האבן שוין ממליץ געווען אויף יודן, איז ממילא דאס נישט קיין גויאישע פיליזאפיע.
תשובה:
די שופטים וגדולים האבן ממליץ קודם העונש, ווי אברהם ביי סדום, אבער לאחר המעשה וואס דער אייביטשער האט אויסגעפירט אז זיי זענן ראוי לעונש, ווי קען מען זאגן אז דער אייבישטער האט נישט געטוען ריכטיג ווייל זיי זענן נעבעך נישט שולדיג, און מקען נישט פארשטיין און מוועט נישט פארשטיין און מדארף פארשטיין?????!!!

ד) באטשי רעדט מיט א פעסקייט אנטקעגן הרב מילער: איך לייקן יא!! סאיז א פשוטר גראבער געמיינער שקר. יידישקייט האט געגליטשט פון צווי הונדערט יאהר זמן ההשכלה ביז נאך די ערשטע וועלטס קריג  אין דייטשלאנד אין און  אונגארן און בעיקר אין אמעריקע,  נאך די ערשטע קריג האט זיך דאס אפגעשטעלט. פארקערט עס האט אנגעהויבן צוריק ארויף צו גיין, לערן היסטאריע.
תשובה:
א מחלוקה צווישן ר' אביגדור מיט באטשי. נא, וואס האב איך מיך אריינצומישן.

ה) באטשי וואונדערט זיך: ווי קען עס זיין אז די פורקי עול וואס זענען  געפאהרן קיין אמעריקע אדער קיין ארגענטינע, און די ציונים וואס זענען געפאהרן קיין ארץ ישראל זענען אלע ניצול געווארן? רוף שנעל די מאמע מיט די קרעיאנס וויאזוי וואלט זי געטוהן? זי וואלט אויך אזוי געטוהן? ארויס געשטעלט דאס גוטע קינד אין געגבן פארן ווילדן קינד כל הגוטס??
תשובה:
נא, אז מ'דערקייקלט זיך, דערקייקלט מען זיך.
קודם שטעלט מען אוועק א פאקט אז "אלע" זענן געווען קדושים וטהורים......
נאכדעם שטעלט מען אוועק א פאקט אז אלע קדושים וטוהרים זענן ג'הרגט געווארן און אלע רשעים זענן ניצול געווארן......
און נאכדעם פרעגט מען אויפ'ן רבוש"ע "למה הרעות לעם הזה"?????!!!!!!!
ווי אזוי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אזעלכע פרעכע שקרים???
6 מיליאן יודן זענן געהרגט געווארן אין די פארשאלטענע יוראפ. זאג מיר באטשי, וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות???? איך וויל נישט וויסן צו זיי זענן געווען קדושים וטהורים, ווייל וואס א קדוש וטהור מיינט ביי דיר, ווייסן מיר שוין. זאג מיר נאר וויפול פון זיי האבן מקיים געווען מצוות השם??? די שאלה איז נאר, ווי אזוי קען אנעמען איך דיינע ציפערן נאכדעם וואס ס'איז זיך סותר מיט ציפערן וואס ווערן אנגעגעבן פון יודן וואס האבן דאס געזען מיט די אייגענע אויגן??!!! 
איי פארוואס זענן געווען אסאך רשעים וואס האבן דאס יא איבערגעלעבט? האט מען דיך שוין גענטפערט. ליין איבער דעם אשכול.

און דער רבוש"ע קלאגט:

ל ש ו א   ה כ י ת י   א ת   ב נ י כ ם,   מ ו ס ר   ל א  ל ק ח ו......

געדאנקען » 28/5/2007 03:12

 אנרגיה, באטשי,

איך מיין אז איר זאלט ארויסלאזן סאטמארער רבין, דער סאטמארער רבי האט בסך הכל ארויסגענומען א מוסר השכל, אין די אלע וויכיחים זענען נישט נוגע.

_________________

allllways » 28/5/2007 04:55

 

באטשי

 לגבי דיין פראבלעם אז עס איז פשוט "א בזיון פאר אונזערע זיידעס באבעס , פעטערס און מומעס", איז אויב זענען זיי באמת געווען דאס וואס ר' אביגדור זאגט, איז דאס קיין בזיון און עס איז לכאורה גאר אן ענין דאס צו זאגן און מפרסם זיין, פשוט צו ברענגען יראת החטא און אדרבא, מען בארעכטיגט די שטראפן און מ'איז מצדיק אויף זיך דרכי ה' ווייל אבותינו המרו ופשעו.

און לגבי דעם דרך הבעש"ט, צי האלטסטו טאקע אז דער בעשטה"ק וואלט נישט געמוסרט כלל ישראל נאך אזא שואה אז עס איז אוודאי צוליב אונזערע חטאים? ער וואלט טאקע צוגעלייגט אז נסתרים דרכי ה', אבער נאך אלץ מעג מען מוסר'ן און דאס איז נישט קיין סתירה צו שטראפן כלל ישראל און פרובירן צו אנלייגן על מה יצא החרי הזה. נישט אזוי?

אויך איז דאס קיין סתירה צו דעם אז אלעס איז נאר גוטס, ווייל ווען א פרוי איז געקומען וויינען אויף איר קראנקן קינד האט דער בעש"ט נישט געלאכט און געזאגט אז מ'דארף נישט תשובה טון און מתפלל זיין ווייל "אלעס איז דאך נאר גוט"...

 עכ"פ עס איז קיין שום פראבלעם צו זאגן אז א צרה איז געקומען על אשר עזבם תורתי. ר' אביגדור האט געמעגט געבן א טעם לפי סברתו, אויב האט ער געהאלטן אז זיי זענען טאקע געווען אויפ'ן וועג אראפ, און סאטמארער רבי האט געמעגט געבן זיין טעם פון ציונות, (ער האט זיך אפילו דערוואגט צו זאגן אז ער איז נישט מסופק אז משיח וואלט שוין לאנג דא געווען ווען נישט די ציונים, זעט אויס אז ער האט געזען (אדער פארשטאנען) וואס נישט יעדער זעט). קענסט האלטן פאר דיר אז ער האט פשוט געגעסט און די ריכטיגע סבה צום חורבן פארשטייען מיר אינגאנצן נישט,  (און עס איז אין א געוויסן זין אמת, אז "נישט מיר ווילן פארשטיין, נישט מיר דארפן פארשטיין" אבער בעיקר אז "מיר 'קענען' נישט פארשטיין.") אבער עס איז זיכער נישט ראָנג פון גדולי הדור צו שטראפן דאס פאלק און פרובירן אנגעבן סבות אויף דעם שוידערליכן חורבן. כנלענ"ד.

Baachi » 31/5/2007 00:15

 

אנרגיה 

סאיז זעהר שווער זיך צו טענהן מיט איינעם וואס נישט נאר ער ליינט נישט און פארשטייט נישט וואס מ'רעט. נאר ער דרייט אויס דאס ביסל וואס ער פארשטייט שוין יא 

 א) לויט באטשי איז די תוכחה געזאגט געווארן דווקא בזמן שישראל על אדמתם.

האסטו נישט גענטפערט צו דער זאך, דו האסט פריער געברענגט פסוקים פון די תוכחה כלשונך
"וואס טוט זיך מיט די קשיא וואס איך האב פריער געפרעגט:
 נא, בלייבט דאך די קשיא: און די תורה שטייט והיה, אם-לא תשמע בקול יהוה אלהיך, לשמר לעשות את-כל-מצותיו וחקתיו, אשר אנכי מצוך היום--ובאו עליך כל-הקללות האלה, והשיגוך, אויף ווען איז דאס געזאגט געווארן???? "

האב איך דיר גענפערט אז די דאזיקע פסוקים  רעדן זיך בזמן שישראל על אדמתם, וראיות אין מספר והפשוט, אז תרצה הארץ את שבתותיה.

וואס האקסטו א קאפ מיט שכר ועונש

ב) באטשי טענהט: צו זאגן אז די עונשים פון די צווייטע וועלט מלחמה איז פאר'ן בועט זיין אינעם רבוש"ע איז א סתירה צום דרך הבעש"ט.

סאיז א שקר גמור, איך האב דאס קיינמאהל נישט געשריבן. 

ג) באטשי זאגט אז גדולים וטובים האבן שוין ממליץ געווען אויף יודן, איז ממילא דאס נישט קיין גויאישע פיליזאפיע.
דיין תשובה:
"די שופטים וגדולים האבן ממליץ קודם העונש, ווי אברהם ביי סדום, אבער לאחר המעשה וואס דער אייביטשער האט אויסגעפירט אז זיי זענן ראוי לעונש, ווי קען מען זאגן אז דער אייבישטער האט נישט געטוען ריכטיג ווייל זיי זענן נעבעך נישט שולדיג,"
 
במחכ"ת סאיז איין עם הארצות גמורה. כנ"ל דער ערשטע רועה נאמן האט זיך שוין מוסר נפש געווהן אין געפרעגט שוין למה הרעת לעם הזה?

גאנץ ספר תהלים איז פול מיט דעהם "למה פרצת גדריה וארוה כל עוברי אורח" וכן הרבה פעמים עד אין מספר 

נאכדעהם שרייבסטו דיינע לאנגע באמבאסטישע דרשות.  

איך וויל דיך פרעגען איין זאך.
אז איך וועל דיר אויף ווייזען  אז דו ביזט זיך טועה, וועסטו טוישען דיין דעה?
טאמער נישט איז דאך איין עבירה די צייט?

מיילא ווען דו ענטפערסט לענין, אדער דו ברענגסט מקורות וואס איך ווייס נישט דערפון, ווערן מיר ביידע קלוגער.
אבער דעהם נוסח פון אה יעס אה נאו, בין איך שוין אויסגעוואקסן, איך האף אז דו אויכעט.

טראכט אמינוט אריין.
וועלכע זאך באוועגט דיך צו זאגן אז סאיז אונזער זיידעס און באבעס זיי אלע געקומען דער הארבער עונש?

די תורה מדעתך? אדער דיינס א סברה? צו ווייל דו האסט געזעהן בחוש ווי דער עונש איז בעיקר פאר ציונים און כופרים, צו גאהר ווייל דיינע רביס האבן אזוי געזאגט און עס איז נישט מעגליך אז זיי אדער דו האבן א טעות.

נאך א מקור כדי דו זאלסט טראכטן (איך האף אז דו וויסט וואס דאס מיינט, דערוויל האט זיל נישט אויסגעוויזן אזוי...)

אוה"הק אויף דעם "פרשת הגלות" כי תוליד בנים ובני בנים וגו' 

עוד יתבארו הכתובים על זה הדרך, ובקשתם משם, פירוש וכשתהיו בין האומות שם תבקשוהו ותתפללו אליו לדברים הצריכים לכם לחיותכם, ואינו מדבר בבקשת הגאולה, ומצאת שימצא לכם, שאם לא כן יאבדו בר מינן:
 ואמר לשון יחיד, לומר שלא לכולם ימצא כשיקראוהו בארץ העמים אלא ליחידי סגולה, והטעם כי תדרשנו וגו' פירוש צריך מבקש ה' התעצמות גדול, ואולי ישיגו הבקשה בסדר זה יחידי עם:
 ואומרו בצר לך - כתוב זה מדבר בהבטחת הגאולה, כי בצר לעם ישראל שהוא זמן הגלות, עוד לו שימצאוהו כל הדברים האלה האמורים בסמוך, שהם השמדה מן האדמה והפצה בין האומות, והמעטים שישארו מתי מספר זה יהיה באחרית הימים, והם חבלי משיח, ולא יהיה להם כל הצרות בתמידות בזמנים ארוכים אלא באחרית הימים, ומבטיחם שיעורר ה' לבבם אז לשוב בתשובה, והוא אומרו ושבת עד ה', ונתן טעם להבטחה זו, כי אל רחום ה' אלהיך לא ירפך וגו' ויחזק לבך לשוב וגו':
 ואולי שזו היא טענת מיכאל לפני ה' שהביא בזוהר חדש (נח כ"ג ד) שהרי באו אחרית הימים ומצאו אותם כל הדברים, ולמה לא יעורר ה' לבם לשוב, ופירשתי המאמר במקום אחר ועינינו לה' צופיות לפתוח אוצר רוח טהרה לפקוח עינים עורות ולהטות לבבות עם ה' להכיר נעימות עריבות ידידותו:

יעצט וועסטו אויך פארשטיין דעם רוח התשובה וואס איז היינט דא. ויש עוד הרבה ועוד חזון למועד

 
אגב.

דיין שאלה
וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות????
ברר דבריך ווער הייסט ביי דיר  א שומר תורה ומצוות? נאכדעהם וועל איך דיר ענטפערן.

ענפער מיר אויף דעהם טשעקליסט

פריעדמאן פון וויען?
נטורי קרתא א'
נטורי קרתא ב'
תולדות אהרון
תולדות ב'
שובו בנים
ננחנחים?
זלונים?
 ארונים?
בני יואל?
סקווערע?
וויזניצער? א' ב' ג' 
בעלזער?
ליבאוויטשער?
קלוזנבורג?
ליטוואק?
אגודת ישראל?
ספרדים פון ש"ס פארטיי?
יאנגיזראעל?
בעלי תשובה?
מאדערן ארטה?
מזרחי א"י?
מזרחי אמעריקע?
גייט צו בחירות און א"י
גייט צו בחירות אין אמעריקע אבער שטימט פאר די אנדערע פארטיי?
קאנסערוואטיוו?
נעאלאגן?
תינוקות שנשבו?

ענטפער מיר אויף ביידע קשיות.



תוקן על ידי baachi ב- 31/05/2007 0:42:42

אנרגיה » 31/5/2007 06:35

באטשי

די ווילסט וויסן אז איך וועל דיר אויף ווייזען  אז דו ביזט זיך טועה, וועסטו טוישען דיין דעה?
תירוץ:
יא, איך וועל טוישן מיין דעה. איך ערווארט דאס אויך פון דיר.

אין יעצט צום ענין.

א) באטשי טענה'ט אז וויבאלד דער פסוק זאגט אז תרצה הארץ את שבתותיה זעהט מען פון דעם מיט א פשטות אז די תוחכה איז נאר געזאגט געווארן בזמן שישראל על אדמתם.
ותימה:
ווען דער פסוק זאגט שורך טבוח לעינך, וואס וועט געשעהן ווען איינער האט נישט קיין אקס, וועט די תוכחה נישט חל זיין אויף איהם, אפילו ער איז א בעל עבירה, וויבאלד דער פסוק זאגט דאך שורך און ער האט נישט????!!!!!!!!
ס'איז דאך פשוט אז דאס איז נישט אזוי. די תורה זאגט נאר אז אויב איינער האט א אקס וועט דאס געשאכטן און אויפגעגעסן ווערן, לעינך.
דאס זעלבע כלפי ארץ ישראל. אויב יודן וועלן זינדיגן בזמן שישראל על אדמתם, וועלן זיין גיין אין גלות, אין אויב וועלן זיי זינדיגן בגולה וועט מקוים ווערן די אנדערע עונשים.
(יא, דאס איז א סברא. אויב די סברא איז נישט גוט, דאן וועסטו מיר מסביר זיין דעם שורך טבוח לעינך)

ב) באטשי באמבאדירט וואס האקסטו א קאפ מיט שכר ועונש ?
פירכה:
איך האק אין קאפ? די תורה האקט אין קאפ! נישט נאר אין קאפ, נאר אויפן גאנצן גוף! דאס הייסט נישט עונש????? דער אייבישטער זאל אפהוטען אויב דאס גייט נישט אריין בגדר שכר ועונש. ס'נאך שייך ערגערס פון דעם???? אוודאי איז די תוכחה  א עונש. יא, איך זאג דאס נאכאמאל. די חוכחה איז עונשים פאר'ן טוען עבירות. דאס איז אפענע פסוקים און די תורה נעמט זיך נישט אויס קיין תנאי בני גד ובני ראובן אז דאס וועט נאר פאסירן אין ארץ ישראל.

ג) באטשי לייקנט סאיז א שקר גמור, איך האב דאס קיינמאהל נישט געשריבן. (
ער באציט זיך אויף וואס איך האב געשריבן: באטשי טענהט: צו זאגן אז די עונשים פון די צווייטע וועלט מלחמה איז פאר'ן בועט זיין אינעם רבוש"ע איז א סתירה צום דרך הבעש"ט)
בקשת סליחה:
אויב האב איך דיך אומזיסט חושד געווען בעט איך מחילה.
אבער ביטע זיי מיר מסביר וואס די האסט געמיינט צו זאגן מיט:

1) ער האט מיר אויסקעקוקט ווי א ליטוואק המצו,י ואס מוז האבן א הסבר אויף יעדע זאך.
2) ליג אביסל אין חסידישע ספרים וועט זיך דיר טוישען דיין עטיטוד אויפן בוכ"ע
וואס ער טוט איז כולו טוב און כולו חסידם, אמאהל זעהן מיר עס אין אמאהל נישט. אבער עס איז כולו טוב.
חייב אדם לברך על הרעה האט מען פאארשטאנען ביז דעם רבי ר  זושא, ער האט מגלה געוועהן אז סנישטא אזא זאך
דאס איז אבער שוין נתגלה געווארן בעת חורבן צו די אנשי כנסת הגדולה הן הן גבורותיו הן הן נוראותיו.
יוסף הצדיק איז געזעסן 12 ביטערע יאהר אין תפיסה פאר עומד בנסיון זיין, און אייביג געוועהן בשמחה.
 חסידישע אידן האבן געוואוסט אז די גאנצע שואה איז געוועהן בלויז חסדים.
אונזער ארבעט איז דאס אויך אזוי צו זעהן.
וויאזוי?
דורך אהבת השם בלי גבול ובלי מעצור אפילו הוא נוטל את נפשך.
פארוואס פאסירט לכאורה שלעכטע זאכן?
נישט מיר ווילן פארשטיין, נישט מיר קענען פארשטיין, נישט מיר דארפן פארשטיין.
3) דער פאקט איז אז דער דרך הבעש"ט וואס איז נתגלה געווארן איז דער איינציגער דרך אמת. וואס דאס איז דער התנוצצות אורו פון מלך המשיח. הרב מיללער איז געוועהן א מתנגד צום דרך הבעש"ט במילא איז איהם אויס געקומען אנדערע  מסקנות ווי אליבא דאמת.
4) דער דרך הבעל שם טוב איז צו גלייבן באמונה שלימה אז סנישטא קיין שום רע בעולם, לית אתר פנוי מיניה, און דאס וואס מיר זעהן רע איז נאר טוב מוחלט וואס איז פארשטעלט, אבער דער מאמין זעהט כולו טוב. מילא דארף ער נישט קיין תירוצים.
5) דאס איז דער דרך הבעש"ט.דער פאקט איז אז דער דרך הבעש"ט וואס איז נתגלה געווארן איז דער איינציגער דרך אמת. וואס דאס איז דער התנוצצות אורו פון מלך המשיח. הרב מיללער איז געוועהן א מתנגד צום דרך הבעש"ט במילא איז איהם אויס געקומען אנדערע  מסקנות ווי אליבא דאמת.
ס'קוקט מיר אויס אז איך האב נישט געמאכט א טעות און די האסט יא תולה געווען הא בהא און צו זאגן אז די עונשים פון די צווייטע וועלט מלחמה איז פאר'ן בועט זיין אינעם רבוש"ע איז א סתירה צום דרך הבעש"ט.
אויב די ווילסט חוזר זיין, זייער גערן.

ד) באטשי שנייד די הויט: במחכ"ת סאיז איין עם הארצות גמורה. כנ"ל דער ערשטע רועה נאמן האט זיך שוין מוסר נפש געווהן אין געפרעגט שוין למה הרעת לעם הזה? גאנץ ספר תהלים איז פול מיט דעהם "למה פרצת גדריה וארוה כל עוברי אורח" וכן הרבה פעמים עד אין מספר. 
לאמיר איבער לערן די פרשה פונעם למה הרעות.
(בעפאר די ליינסט ווייטער, ביטע געדענק דיינע אייגענע ווערטער צו גאהר ווייל דיינע רביס האבן אזוי געזאגט און עס איז נישט מעגליך אז זיי אדער דו האבן א טעות)
דער אייבישטער באווייזט זיך צו משה און מדבר מתוך הסנה און זאגט איהם גיי לייז אויס די יודן. קיין איינציג ווארט האט דער אייבישטער נישט דערמאנט אז די יודן זענן שלעכט און אז ס'קומט זיך זיי אן עונש. דער אייבישטער וויל ער זאל גיין צו פרעה ווייל דא גייט זיין לעבעדיג. מ'גייט ארויס נעמען די מיליאנע יודן. משה רבינו וויל אבער נישט גיין.
"מ'וועט מיר נישט גלייבן" שרייט ער. האט איהם דע רבוש"ע געגבן מופתים צו ווייזן.
אויס-געשטעלט האט זיך אז דאס גיין האט נאר שאדן געמאכט (יא, איך ווייס אז דאס האט אויסגעפעלט). איז משה געקומען מיט טענות: די האסט געזאגט אז די שיקסט מיך אויסלייזן די יודן, און די האסט מיר טאקע געזאגט ואני ידעתי כי לא-ייתן אתכם מלך מצריים, להלוך, אבער ס'איז דאך נאך ארויס געקומען דאס פארקערטע! פרעה האט דאך נאך שלעכטס געטוען פאר די יודן, פארוואס האסטו מיך געשוקט שלעכטס טוען פאר די יודן ווען די האסט דאך מיר געזאגט אז די ווילסט זיי אויסלייזן?!
די הערסט באטשי:
 דא רעדט מען בכלל נישט צו מ'האט געדארפט מעניש צו נישט. משה וויל וויסן פארוואס מאז באתי אל-פרעה, לדבר בשמך, הרע, לעם הזה; והצל לא-הצלת, את-עמך.
וברוך שכוונתי לדברי האבן עזרא. דאס זענען זיינע ווערטער דארט'ן אויפן פלאץ: וטעם למה הרעת, הפך מה שאמרת ראה ראיתי את עני עמי, וכו'. ולמה זה שלחתני להרע לישראל,והנה לא מצאתי תשובה להשיב לשוטרים.
דער רמב"ן זאגט אן אנדערן פשט. עיין שם. איך נאר אראפ ברענגן זיינע לעצטע ווערטער: ולכן כששב משה אל השם אמר למה הראתה לעם למהר לשלוח אותי קודם שהגיע הקץ כי לא היה ראוי לשלוח לי עד שתרצה להצילם כי עתה הרעתה להם ולא הצלת וכו'.
עכ"פ, דער מליצה לשון וואס יעדער נוצט, למה הרעת, איז נישט גענוצט געווארן אויף אפ-צו-פרעגן עונשים. 

די ברענגסט ראיות פון תהילים. איך נישט יעצט קיין צייט אריין צו גיין אין "דיטעילס". בכללות דארפסטו פארשטיין אז תהלים איז געזאגט געווארן בלשון שירה אדער פיוט. אסף רעדט פון בענקעניש און צער. אבער דאס איז נישט קיין דערקעטע טענה קעגן רבוש"ע.
ולשיטתך אז די תוכחה איז גאזאגט געווארן  בזמן שישראל על אדמתם, האט דאך אסך זיכער נישט געקענט האבן קיים טענות!!

ד) דער אוחה"ק רעדט פון אחרית הימים. די ווייסט אז אונז זעמיר באחרית הימים??? איך ווייס נישט. איך האף אז יא, אבער איך ווייס נישט.

ה) טראכט אמינוט אריין.
וועלכע זאך באוועגט דיך צו זאגן אז סאיז אונזער זיידעס און באבעס זיי אלע געקומען דער הארבער עונש?

פאר מיין זיידן און באבן איז נישט געקומען דעם עונש. קלאר אז נישט. די עונש איז זיך געקומען פאר די אלע וואס האבן באשלאסן אז גענוג איז גענוג, מער דארף מען נישט קיין תורה. נא, איז דאך דא דער כלל פון כיון שניתן רשות למשחית.....

ו) באטשי פרעגט דאראמאטיש:
דיין שאלה וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות????
ברר דבריך ווער הייסט ביי דיר  א שומר תורה ומצוות? נאכדעהם וועל איך דיר ענטפערן.

ענפער מיר אויף דעהם טשעקליסט

פריעדמאן פון וויען? שומר תורה ומצוות השם
נטורי קרתא א' שומר תורה ומצוות השם
נטורי קרתא ב' שומר תורה ומצוות השם
תולדות אהרון שומר תורה ומצוות השם
תולדות ב' שומר תורה ומצוות השם
שובו בנים שומר תורה ומצוות השם
ננחנחים? שומר תורה ומצוות השם
זלונים? שומר תורה ומצוות השם
 ארונים? שומר תורה ומצוות השם
בני יואל? שומר תורה ומצוות השם
סקווערע? שומר תורה ומצוות השם
וויזניצער? א' ב' ג'  שומר תורה ומצוות השם
בעלזער? שומר תורה ומצוות השם
ליבאוויטשער? שומר תורה ומצוות השם
קלוזנבורג? שומר תורה ומצוות השם
ליטוואק? שומר תורה ומצוות השם
אגודת ישראל? שומר תורה ומצוות השם
ספרדים פון ש"ס פארטיי? שומר תורה ומצוות השם
יאנגיזראעל? איך קען זיי נישט
בעלי תשובה? שומר תורה ומצוות השם
מאדערן ארטה? איך קען זיי נישט. אבער לויט ווי איך הער טוען קלויבן מצות.
מזרחי א"י? איך קען זיי נישט
מזרחי אמעריקע? איך קען זיי נישט
גייט צו בחירות און א"י שומר תורה ומצוות השם
גייט צו בחירות אין אמעריקע אבער שטימט פאר די אנדערע פארטיי?
קאנסערוואטיוו? איך קען זיי נישט. אבער לויט ווי איך הער טוען קלויבן מצות.
נעאלאגן?  איך קען זיי נישט. אבער לויט ווי איך הער טוען קלויבן מצות
תינוקות שנשבו?
היט ער מצוות אדער נישט?

יעדער וואס היט די מצוות וואס די תורה און חז"ל האבן מקובל, איז א שומר תורה.
איינער וואס היט נישט די מצוות איז נישט קיין שומר תורה און ער וועט נישט גיין גראד אין גן עדן אפילו ער איז ג'הרגט געווארן דורך א גוי. ביטע זייער ברענג מיר א מקור אויף פארקערט וועלן מיר ביידע קליגער ווערן......

באטשי לעבן איך דיר גענטפערט זעקס תירוצים זיי מוחל פרעג מיך אפ.....

Baachi » 5/6/2007 20:33

לכבוד הכתבא רבה והלבלר הגדול כמר אנרגיה

איך האב יעצט אפהר מינוט וויל איך אדרעסירן דיינע חשובע טענות


"די ווילסט וויסן אז איך וועל דיר אויף ווייזען  אז דו ביזט זיך טועה, וועסטו טוישען דיין דעה?
תירוץ:
יא, איך וועל טוישן מיין דעה. איך ערווארט דאס אויך פון דיר. "


לאמיר פראוון!

(איך וויל דיך פרעגען, צווישען אונז ביידע, קיינער לייענט דאך דאס נישט. ווען איז געוועהן דאס לעצטע מאהל וואס דו האסט געטוישט דיין דעה?)


אין יעצט צום ענין.

"א) באטשי טענה'ט אז וויבאלד דער פסוק זאגט אז תרצה הארץ את שבתותיה זעהט מען פון דעם מיט א פשטות אז די תוחכה איז נאר געזאגט געווארן בזמן שישראל על אדמתם.
ותימה:
ווען דער פסוק זאגט שורך טבוח לעינך, וואס וועט געשעהן ווען איינער האט נישט קיין אקס, וועט די תוכחה נישט חל זיין אויף איהם, אפילו ער איז א בעל עבירה, וויבאלד דער פסוק זאגט דאך שורך און ער האט נישט????!!!!!!!!
ס'איז דאך פשוט אז דאס איז נישט אזוי. די תורה זאגט נאר אז אויב איינער האט א אקס וועט דאס געשאכטן און אויפגעגעסן ווערן, לעינך.
דאס זעלבע כלפי ארץ ישראל. אויב יודן וועלן זינדיגן בזמן שישראל על אדמתם, וועלן זיין גיין אין גלות, אין אויב וועלן זיי זינדיגן בגולה וועט מקוים ווערן די אנדערע עונשים.
(יא, דאס איז א סברא. אויב די סברא איז נישט גוט, דאן וועסטו מיר מסביר זיין דעם שורך טבוח לעינך) "

לאמיך דיר שרייבן דיין משל מיט די אידישע מאמע, ווען א קינד איז אין דער היים און אנגעטוהן מיט א ווייס העמד גרייט ווי צו א חתונה, (בני מלכים) ווען ער עסט אין סטראפט טראפ אויף דעם העמד אויף אויף די בעקישטע, קריגט ער איין עונש, לאמיר זאגן צעהן שמיץ אויפ זיצער פון די מאמע אדער א שטארקן פסק פון זיין טאטן, ווער רעדט נאך ווען זעצט זיך אראפ אויף דער ערד. קריגט ער א פראסק אויפן פנים פון דעם טאטן אליין.

אבער ווי איז דער דין ווען מהאט איהם מחמת א סיבה ארויס געיאגט מעל שולחן אביו, ער זיצט שוין לאנג אין די פרעמד אין א שמוציגע הויז פון א גויישן שכן אין עסט וואס מווארפט ארויס אין גארבידש קען, ער איז פארבלאטיגט אין פארשמירט שוין נישט געטוישט צוויי יאהר! קיין העמד, און ווען ער זיכט אין די קענס פון דעם גארביטש טראפט אראפ אויף דעם סרח'דיג כמו העמד, קריגט ער אויך פון די מאמען דעם זעלבן עונש? צו ווען ער זיצט אויף דעם הויפן מיסט, דרייט זיך איבער דאס צובראכענע מילך קעסטל אויף וואס ער זיצט און ער פאלט אריין אין די בלאטע, וועט איהם אויך דער טאטע אויף זוכן צו געבן א פראסק?  ( מי יתן והיה)

   
"ב) באטשי באמבאדירט וואס האקסטו א קאפ מיט שכר ועונש ?
פירכה:
איך האק אין קאפ? די תורה האקט אין קאפ! נישט נאר אין קאפ, נאר אויפן גאנצן גוף! דאס הייסט נישט עונש????? דער אייבישטער זאל אפהוטען אויב דאס גייט נישט אריין בגדר שכר ועונש. ס'נאך שייך ערגערס פון דעם???? אוודאי איז די תוכחה  א עונש. יא, איך זאג דאס נאכאמאל. די חוכחה איז עונשים פאר'ן טוען עבירות. דאס איז אפענע פסוקים און די תורה נעמט זיך נישט אויס קיין תנאי בני גד ובני ראובן אז דאס וועט נאר פאסירן אין ארץ ישראל. "

איך בעט דיך דריי נישט אויס מיינע ווערטער, דאס צייגט נאר אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן לגופו של דבר, איך האב געמיינט פאר וואס האסטו אריין געמישט אהער דאס ענין פון שכר ועונש

די בני גד אין בני ראובן זענען געזעסן על אדמתם, אין זיי האבן אלע געדינט ע"ז איז ליידער מקויים געווארן ביי זיי דעם ויתשם ה' מעל אדמתם באף ובחימה ובקצף גדול.

די מלכות יהודה ביים בית ראשון האבן אויך א גרויס חלק געדינט די ע"ז, אבער נישט אלע,
פון דעסט וועגען איז דער עונש געקומען על עזבם את תורתי, על שלא ברכו בתורה תחילה. אבער ביי בית שני, זענען געוועהן צדיקים גמורים. ווי די גמרא זאגט, שנאת חינם איז געוועהן דער גורם אבער נישט דער חטא. פאר דעהם איז נישט געווהן דער עונש אזוי ווי ביי חורבן הראשון. אידען זענען געבליבן א גרויס חלק על אדמתם נאך הונדערטער יאהרן נאכך דעם חורבן,. ביז די השגחה האט געמאכט די אומשטענדן אז סזאל זיין שווער צו וואינען דארט.  

נאכאמהל דו האסט גערעט פון די פסוקי התוכחה, האב איך דיר געוויזען אז די תוכחה רעדט בכלל נישט צו אונז. די שבועה וואס מיר האבן מקבל געוועהן, אלה דברי הברית, רעדט זיך נאר בזמן שישראל על אדמתם. און נאל אזאך. און צווישן די  עבירות איז דא עבודה זרה!. 

קוק אריין און פרשת נצבים אויך אין די  רש"י אנפאנג. הוריקו פניהם וגו' 
 
שכר ועונש פון באשעפער איז איין אנדערער שמועס.

"ג) באטשי לייקנט סאיז א שקר גמור, איך האב דאס קיינמאהל נישט געשריבן. (
ער באציט זיך אויף וואס איך האב געשריבן: באטשי טענהט: צו זאגן אז די עונשים פון די צווייטע וועלט מלחמה איז פאר'ן בועט זיין אינעם רבוש"ע איז א סתירה צום דרך הבעש"ט)
בקשת סליחה:
אויב האב איך דיך אומזיסט חושד געווען בעט איך מחילה.
אבער ביטע זיי מיר מסביר וואס די האסט געמיינט צו זאגן מיט:

1) ער האט מיר אויסקעקוקט ווי א ליטוואק המצו,י ואס מוז האבן א הסבר אויף יעדע זאך.
2) ליג אביסל אין חסידישע ספרים וועט זיך דיר טוישען דיין עטיטוד אויפן בוכ"ע
וואס ער טוט איז כולו טוב און כולו חסידם, אמאהל זעהן מיר עס אין אמאהל נישט. אבער עס איז כולו טוב.
חייב אדם לברך על הרעה האט מען פאארשטאנען ביז דעם רבי ר  זושא, ער האט מגלה געוועהן אז סנישטא אזא זאך
דאס איז אבער שוין נתגלה געווארן בעת חורבן צו די אנשי כנסת הגדולה הן הן גבורותיו הן הן נוראותיו.
יוסף הצדיק איז געזעסן 12 ביטערע יאהר אין תפיסה פאר עומד בנסיון זיין, און אייביג געוועהן בשמחה.
 חסידישע אידן האבן געוואוסט אז די גאנצע שואה איז געוועהן בלויז חסדים.
אונזער ארבעט איז דאס אויך אזוי צו זעהן.
וויאזוי?
דורך אהבת השם בלי גבול ובלי מעצור אפילו הוא נוטל את נפשך.
פארוואס פאסירט לכאורה שלעכטע זאכן?
נישט מיר ווילן פארשטיין, נישט מיר קענען פארשטיין, נישט מיר דארפן פארשטיין.
3) דער פאקט איז אז דער דרך הבעש"ט וואס איז נתגלה געווארן איז דער איינציגער דרך אמת. וואס דאס איז דער התנוצצות אורו פון מלך המשיח. הרב מיללער איז געוועהן א מתנגד צום דרך הבעש"ט במילא איז איהם אויס געקומען אנדערע  מסקנות ווי אליבא דאמת.
4) דער דרך הבעל שם טוב איז צו גלייבן באמונה שלימה אז סנישטא קיין שום רע בעולם, לית אתר פנוי מיניה, און דאס וואס מיר זעהן רע איז נאר טוב מוחלט וואס איז פארשטעלט, אבער דער מאמין זעהט כולו טוב. מילא דארף ער נישט קיין תירוצים.
5) דאס איז דער דרך הבעש"ט.דער פאקט איז אז דער דרך הבעש"ט וואס איז נתגלה געווארן איז דער איינציגער דרך אמת. וואס דאס איז דער התנוצצות אורו פון מלך המשיח. הרב מיללער איז געוועהן א מתנגד צום דרך הבעש"ט במילא איז איהם אויס געקומען אנדערע  מסקנות ווי אליבא דאמת.
ס'קוקט מיר אויס אז איך האב נישט געמאכט א טעות און די האסט יא תולה געווען הא בהא און צו זאגן אז די עונשים פון די צווייטע וועלט מלחמה איז פאר'ן בועט זיין אינעם רבוש"ע איז א סתירה צום דרך הבעש"ט.
אויב די ווילסט חוזר זיין, זייער גערן. "

דו נעמסט ווידער אויס ווערטער פון קאנטעקסט. מיט דיין מהלך קענסטו מתיר זיין אלע איסורים שבתורה.

דא האסטו די עשרת הדברות

תשא את שם הא אלוקיך לשוא!
ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך ויום השביעי 
תנאף לא תגנוב

אדער אין קר"ש 
ועבדתם אלוהים אחרים והשתחוויתם להם
  

איך האב געשריבן אז די גאנצע זאך וואס באוועגט זיי צו רעדן אזעלכע הארבע רייד איף דעם כלל ישראל איז ווייל ער וויל מסביר זיין זיינע קשיות אויף דעם רבש"ע. פארדעהם קומט ער צו אזעלכע קרומע מסקנות. אויב מען האט נישט קיין קשיות דארף מען נישט קיין תירוצים

מלמה"ד. ווען מיר זענען געווהן קינדער זענען מיר געוועהן זיכער אז טיף אינעווייניג אין די ראדיא זענען פארהאן אזוינע קליינע מענטשעלעך וואס רעדן ארויס דארט.

ווען מיר זענן עלטער געווארן, און נאכדעם ווי מיר האבן צונומען א שיינע פאהר כלים, האבן מיר פארשטאנען אז קיין מענטשעלעך זענען דארטן טאקע נישטא, אבער ווי אזוי ארבעט דאס פארט? דער תירוץ איז, מיט אגעוויסע טעכנאלאגיע וואס איך ביו נישט בקי דערין. 

ווייל קודם האבן מיר געמיינט אז מיר פארשטייען אלצדינג. האבן מיר אויף געמאכט מאדנע תירוצים צו פארענטפערן אונזער תמיהה, ווען מיר זענען אויפגעוואקסן און פאר שטאנען אז מיר ווייסן גארנישט, האבן זיך גענדיגן אלע קליינע מענטשעלעך. תכלית הידיעה שנדע שלא נדע(נו)


"ד) באטשי שנייד די הויט: במחכ"ת סאיז איין עם הארצות גמורה. כנ"ל דער ערשטע רועה נאמן האט זיך שוין מוסר נפש געווהן אין געפרעגט שוין למה הרעת לעם הזה? גאנץ ספר תהלים איז פול מיט דעהם "למה פרצת גדריה וארוה כל עוברי אורח" וכן הרבה פעמים עד אין מספר. 
לאמיר איבער לערן די פרשה פונעם למה הרעות.
(בעפאר די ליינסט ווייטער, ביטע געדענק דיינע אייגענע ווערטער צו גאהר ווייל דיינע רביס האבן אזוי געזאגט און עס איז נישט מעגליך אז זיי אדער דו האבן א טעות
)
דער אייבישטער באווייזט זיך צו משה און מדבר מתוך הסנה און זאגט איהם גיי לייז אויס די יודן. קיין איינציג ווארט האט דער אייבישטער נישט דערמאנט אז די יודן זענן שלעכט און אז ס'קומט זיך זיי אן עונש."

דו האסט פארגעסן אז אידן זענען געוועהן משוקע אין מ"ט שערי טומאה?
תהילים ק"ו אבותנו במצרים לא השכילו נפלאותיך

קוק אין יחזקאל כ'
(ב) וַיְהִי דְבַר יְהֹוָה אֵלַי לֵאמֹר:
(ג) בֶּן אָדָם דַּבֵּר אֶת זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יֱהֹוִה הֲלִדְרשׁ אֹתִי אַתֶּם בָּאִים חַי אָנִי אִם אִדָּרֵשׁ לָכֶם נְאֻם אֲדֹנָי יֱהֹוִה:
(ד) הֲתִשְׁפֹּט אֹתָם הֲתִשְׁפּוֹט בֶּן אָדָם אֶת תּוֹעֲבֹת אֲבוֹתָם הוֹדִיעֵם:
(ה) וְאָמַרְתָּ אֲלֵיהֶם כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יֱהֹוִה בְּיוֹם בָּחֳרִי בְיִשְׂרָאֵל וָאֶשָּׂא יָדִי לְזֶרַע בֵּית יַעֲקֹב וָאִוָּדַע לָהֶם בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם וָאֶשָּׂא יָדִי לָהֶם לֵאמֹר אֲנִי יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם:
(ו) בַּיּוֹם הַהוּא נָשָׂאתִי יָדִי לָהֶם לְהוֹצִיאָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אֶל אֶרֶץ אֲשֶׁר תַּרְתִּי לָהֶם זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ צְבִי הִיא לְכָל הָאֲרָצוֹת:
(ז) וָאֹמַר אֲלֵהֶם אִישׁ שִׁקּוּצֵי עֵינָיו הַשְׁלִיכוּ וּבְגִלּוּלֵי מִצְרַיִם אַל תִּטַּמָּאוּ אֲנִי יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם:
(ח) וַיַּמְרוּ בִי וְלֹא אָבוּ לִּשְׁמֹעַ אֵלַי אִישׁ אֶת שִׁקּוּצֵי עֵינֵיהֶם לֹא הִשְׁלִיכוּ וְאֶת גִּלּוּלֵי מִצְרַיִם לֹא עָזָבוּ וָאֹמַר לִשְׁפֹּךְ חֲמָתִי עֲלֵיהֶם לְכַלּוֹת אַפִּי בָּהֶם בְּתוֹךְ אֶרֶץ מִצְרָיִם:
(ט) וָאַעַשׂ לְמַעַן שְׁמִי לְבִלְתִּי הֵחֵל לְעֵינֵי הַגּוֹיִם אֲשֶׁר הֵמָּה בְתוֹכָם אֲשֶׁר נוֹדַעְתִּי אֲלֵיהֶם לְעֵינֵיהֶם לְהוֹצִיאָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם:
(י) וָאוֹצִיאֵם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם וָאֲבִאֵם אֶל הַמִּדְבָּר:


קוק אין מדרשים, אהרון הכהן איז געוועזן דער נביא המוכיח אין מצרים

אידן אין מצרים זענען געוועהן בשפל המצב. משה רבינו האט נישט מצדיק געווהן אויף זיי קיינמאהל נישט אין מצרים אין נישט אין מדבר.

"די ברענגסט ראיות פון תהילים. איך נישט יעצט קיין צייט אריין צו גיין אין "דיטעילס". בכללות דארפסטו פארשטיין אז תהלים איז געזאגט געווארן בלשון שירה אדער פיוט. אסף רעדט פון בענקעניש און צער. אבער דאס איז נישט קיין דערקעטע טענה קעגן רבוש"ע.
ולשיטתך אז די תוכחה איז גאזאגט געווארן  בזמן שישראל על אדמתם, האט דאך אסך זיכער נישט געקענט האבן קיים טענות!"


איך פארשטיי פון דיינע ווערטער דאס וואס איך טראכט שוין לאנג, אז הוא הנותנת נישט דיין רבי נישט ר' אביגדור האבן גערעט פון בענקעניש נאך ארץ ישראל! יא ארץ ישראל נישט ארץ ישראל האט ביי נישט אויס געמאכט קיין סאך. 

קוק אריין אין אלע יידישע תפילות און סליחות, פון מיט למה? למה? למה? אלעמאהל בעטן מיר א מתנת חינם. ווער קען דען יוצא זיין לגבי דעם באשעפער. כל זמן מגלייבט אין אייבערשטן איז נישט שייך די אלע עונשים.

"ד) דער אוחה"ק רעדט פון אחרית הימים. די ווייסט אז אונז זעמיר באחרית הימים??? איך ווייס נישט. איך האף אז יא, אבער איך ווייס נישט. "

דו האלטס מיר זענען בתחילת הימים????

ע"ז ט.
 תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי העולם שני אלפים תוהו שני אלפים תורה שני אלפים ימות המשיח בעונותינו שרבו יצאו מהן מה שיצאו

דאס איז נישט אחרית הימים?

"ה) טראכט אמינוט אריין.
וועלכע זאך באוועגט דיך צו זאגן אז סאיז אונזער זיידעס און באבעס זיי אלע געקומען דער הארבער עונש?

פאר מיין זיידן און באבן איז נישט געקומען דעם עונש. קלאר אז נישט. די עונש איז זיך געקומען פאר די אלע וואס האבן באשלאסן אז גענוג איז גענוג, מער דארף מען נישט קיין תורה. נא, איז דאך דא דער כלל פון כיון שניתן רשות למשחית..... "

פ]ון איין וועג ווילסטו מסביר זיין דעם רבש"ע אז לא עביד קודשא בריך דינא בלא דינא. אבער כיון שניתנה רשות למשחית, דאמאלטס  האקט ער אריין רעכט אין לינקס ואינו מבחין, דאס פארשטייסטו שוין  יא? דער בוכ"ע איז א אויפגערעגטער שלעגער פון די גאס? אפילו אויף די היינטיגע גויישע פאליציי קען מען אזא זאך נישט זאגן. זיי קענען זיך אפשר פארענטפערן טאמער וויל מען שיסן אויף א באנדע פארברעכער אין עס ווערט געטראפן איין אומשולדיגע מענשט אויך. א גוטער פאליציאנט וועט דאס קיינמאהל נישט טוהן, אבער צו שיסן רעכטס אין לינקס אויף אלע זייטן ווי א קליין קינד וואס מגיט איהם א וואטער גאן. דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אויף אונזער באשעפער אזעלכענע ווערטער, דו ווילסט איהם נאך מיט דעהם פארענטפערן? דו ביזט דאך זיין גוטער פריינט.

אויף דעהם זאגן די חכמים בעסער א קלוגער שונא ווי  אנארישער גוטער פריינט.

דער אינו מבחין איז אויך מיט א חשבון, פון די חז"ל זעהט אויס אז דאס נאר ביי ע"ז ג"ע שפכ"ד, און אויך נאר ביי היה בידם למחות ולא מיחו.

סנהדרין כ"ז :
ואף בעונות אבותם אתם ימקו כשאוחזין מעשה אבותיהם בידיהם אתה אומר כשאוחזין או אינו אלא כשאין אוחזין כשהוא אומר איש בחטאו יומתו הרי כשאוחזין מעשה אבותיהן בידיהן ולא והכתיב וכשלו איש באחיו איש בעון אחיו מלמד שכולן ערבים זה בזה התם שהיה בידם למחות ולא מיחו

"ו) באטשי פרעגט דאראמאטיש:
דיין שאלה וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות????
ברר דבריך ווער הייסט ביי דיר  א שומר תורה ומצוות? נאכדעהם וועל איך דיר ענטפערן.

ענפער מיר אויף דעהם טשעקליסט

פריעדמאן פון וויען? שומר תורה ומצוות השם
נטורי קרתא א' שומר תורה ומצוות השם
נטורי קרתא ב' שומר תורה ומצוות השם
תולדות אהרון שומר תורה ומצוות השם
תולדות ב' שומר תורה ומצוות השם
שובו בנים שומר תורה ומצוות השם
ננחנחים? שומר תורה ומצוות השם
זלונים? שומר תורה ומצוות השם
 ארונים? שומר תורה ומצוות השם
בני יואל? שומר תורה ומצוות השם
סקווערע? שומר תורה ומצוות השם
וויזניצער? א' ב' ג'  שומר תורה ומצוות השם
בעלזער? שומר תורה ומצוות השם
ליבאוויטשער? שומר תורה ומצוות השם
קלוזנבורג? שומר תורה ומצוות השם
ליטוואק? שומר תורה ומצוות השם
אגודת ישראל? שומר תורה ומצוות השם
ספרדים פון ש"ס פארטיי? שומר תורה ומצוות השם
יאנגיזראעל? איך קען זיי נישט
בעלי תשובה? שומר תורה ומצוות השם
מאדערן ארטה? איך קען זיי נישט. אבער לויט ווי איך הער טוען קלויבן מצות.
מזרחי א"י? איך קען זיי נישט
מזרחי אמעריקע? איך קען זיי נישט
גייט צו בחירות און א"י שומר תורה ומצוות השם
גייט צו בחירות אין אמעריקע אבער שטימט פאר די אנדערע פארטיי?
קאנסערוואטיוו? איך קען זיי נישט. אבער לויט ווי איך הער טוען קלויבן מצות.
נעאלאגן?  איך קען זיי נישט. אבער לויט ווי איך הער טוען קלויבן מצות

יעדער וואס היט די מצוות וואס די תורה און חז"ל האבן מקובל, איז א שומר תורה. "

אדאנק פאר נעמען די טירחה אין אפשרייבן דעם טשעקליסט.

אבער מיר קלויבן נישט קיין מצוות?????
 PLEEEEEEEEEASE

מיר זענן נזהר אין מצוה קלה כבחמורה?, ציה מיך נישט ביי די צונג, איך וויל נישט זיין דעם שטן'ס אגענט, אבער פארדעהם זענען מיר חייב מיתה?

"תינוקות שנשבו? היט ער מצוות אדער נישט? "

במחכ"ת אם קרית לא שנית

רמב"ם הלכות ממרים פרק ג'

(א) מי שאינו מודה בתורה שבעל פה אינו זקן ממרא האמור בתורה אלא הרי זה בכלל האפיקורוסין ומיתתו בכל אדם:
(ב) מאחר שנתפרסם שהוא כופר בתורה שבעל פה מורידין אותו ולא מעלין והרי הוא כשאר כל האפיקורוסין והאומרין אין תורה מן השמים והמוסרין והמומרין שכל אלו אינם בכלל ישראל ואין צריך לא לעדים ולא התראה ולא דיינים אלא כל ההורג אחד מהן עשה מצוה גדולה והסיר המכשול:
(ג) במה דברים אמורים באיש שכפר בתורה שבעל פה במחשבתו ובדברים שנראו לו והלך אחר דעתו הקלה ואחר שרירות לבו וכופר בתורה שבעל פה תחילה כצדוק ובייתוס וכן כל התועים אחריו אבל בני התועים האלה ובני בניהם שהדיחו אותם אבותם ונולדו בין הקראים וגדלו אותם על דעתם הרי הוא כתינוק שנשבה ביניהם וגדלוהו ואינו זריז לאחוז בדרכי המצות שהרי הוא כאנוס ואע"פ ששמע אח"כ שהוא יהודי וראה היהודים ודתם הרי הוא כאנוס שהרי גדלוהו על טעותם כך אלו שאמרנו האוחזים בדרכי אבותם הקראים שטעו לפיכך ראוי להחזירן בתשובה ולמשכם בדברי שלום עד שיחזרו לאיתן התורה:

להלכה ווערט געפאסקענט אז קינדער פון אפיקורסים זענען תינוקות שנשבו און זענען גערעכנט פאר אונסים גמורים.


באטשי לעבן איך דיר גענטפערט זעקס תירוצים זיי מוחל פרעג מיך אפ.....

Baachi » 5/6/2007 22:44

אנאנים היקר

סהאט מירגענומען א וייליטשקע צו אנאליזירען דיי תגובה


"אנרגי' זייער גוט און קלאר געזאגטת ס'איז דברים פשוטים."

עיין התגובה הקודמת

ווער ס'קען באטשי ווייסט אז איז א שאד צו טענה'ן ער האלט אליין נישט פונקטליך וואס ער שרייבט,
ער האט א ב'טעמ'טע פעדער, און וואס ער שרייבט איז געשמאק צו לייענען, אבער ביי אים איז די עיקר צו זיין א איפכא מסתברא

איך ווייס נישט אויף וואס דו בויעסט דיין הנחות, אבער להזכירך דער נושא פון דעהן אשכול איז נישט באטשי
דו האלסט נאך נישט אזוי שמאהל און דו מוזט נאך נישט אטאקירן פערזענדליך, האסט נאך צייט אויף דעהם

 (ער איז די איינציגע מענטש אין פארק וואס איך וואלט געהאט חשק צו באגעגענען)

כנ"ל

ולגופו של ענין, די שטיקל וואס מען האט צוגעברענגט פון הייליגן סאטמאר רב איז בכלל נישט זיין לשון! עס איז דער לשון פון זיין זיידע דער הייליגערחוות דעת (אין אינזערע מקומות- דער נתיבות) און זיין הקדמה אויף זיין פירוש אויף איכה!
(כ'האב געווארט איינער זאל עס אויפברענגען, אבער בעיקבתא דמשיחא איז נעבעך חכמת היידפארק תסרח)


דער נתיבות רעדט פון די שואה?

דער ענין פון מאתו לא תצא הרעות והטוב האט מיטן בעל שם טוב ג א ר נ י ש ט! מה יתאונן האדם החי? גבר על חטאיו!
עס איז פון די סאמע עיקרים , בלי להאריך,בקיצור איז עס אזוי, אזוי ווי עס איז ברור אז הקב"ה איז בלי חסרון איז ברור אז ער טוט נישט קיין עולה, פינטעל!
ווער עס זאגט אנדערק איז א אפיקורס!

פונקטליך וואס דער בעש"ט האט געזאגט אז לכאורה איז עס נישט נאר "דין" נאר עס איז גאר "רחמים", כן נראה לי.

די לעצטע שורה איז צו די זאך, אויף רחמים דארף מען נישט קיין תירוצים און הסברים.

בענין צו עס קומט זיך די עונש, זענען דיינע ווערטער א סתירה מיט איינע פון די  עיקרים, "שכר וענש"!
בלי להאריך ווען איינער טוט עפעס מצד זיין אייגענע בחירה איז ער אחריות אויך דעם, און עס וועט זיין שכר ועונש,

אוודאי קומט איין עונש! יסורים. הושיט ידו לכיסו ליקח פרוטה ועלה בידו איסר, הייסט יסורים

קידושין דף מ'
אמר רבי אלעזר ברבי צדוק למה צדיקים נמשלים בעולם הזה לאילן שכולו עומד במקום טהרה ונופו נוטה למקום טומאה נקצץ נופו כולו עומד במקום טהרה כך הקדוש ברוך הוא מביא יסורים על צדיקים בעולם הזה כדי שיירשו העולם הבא שנאמר והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאד ולמה רשעים דומים בעולם הזה לאילן שכולו עומד במקום טומאה ונופו נוטה למקום טהרה נקצץ נופו כולו עומד במקום טומאה כך הקדוש ברוך הוא משפיע להן טובה לרשעים בעולם הזה כדי לטורדן ולהורישן למדריגה התחתונה שנאמר יש דרך ישר לפני איש ואחריתה דרכי מות:



 אויב נישט איז בטל תורה מן השמים, כידוע ליודעים, עס איז איין קייט. לערן אביסל עיקרים

פונקט האסטו אנגעכאפט צוויי עיקרים וואס דער עיקרים טיילט איין אין צווי ווייל סאיז נישט הא בהא תליא.  .


לגבי חומרת העונש,  כל צרות ויסורים בעולם הזה זענען מישט געניג מן הדין צו מכפר זיין פאר די קלענסטע עבירה, ממילא קומט אויס אז עס קומט אונז אלע מן הדין ..... רח"ל, נאר הא גופא, עס איז דאך רחמים וחסדים ווען הקב"ה איז מכפר דורך קלייניקייטען, דו הערסט? יעדע מינוט וואס עס איז נישט ערגער איז שוין אפענע רחמים וחסדים!

שרייבסט יא צו דער זאך, איין שורה יא איין שורה נישט
דו זעהסט אויס צו זיין א חסידישער יונגערמאן וואס איז סטאק מיט א קרומע שיטה, מוזט נישט אלעס פארענטפערן


לגבי וואס דער הייליגער סאטמאר רב האט עס אנגעהאנגען אין ציוניזם, איז עס וועג די פסוק אין שיה"ש אני מתיר את בשרכם רח"ל..
 
די וואס האבן זיך געשלאגן מיט די אראבער,(דוחק את הקץ לדבריו)  זענען ניצול געווארן, משא"כ די וואס האבן געוואלט האלטן די שלש שבועות  זענען אוועק ערגער ווי צבאות ואילות השדה. ממש ווי אין פסוק שטייט.

און איך בין דער איפכא מסתברא!


באטשי, זיי אביסל מער עוסק אין די עיקרים, עס איז לכל הדעות קודם חסידות, ווייל אז מען ווייסט נישט וואס צו גלייבען איז מען נישט קיין ליטוואק, נאר א כופר ח"ו.

איך זעה אז דו האסט איין עיקרים, קוק זשע אדורך  מאמר רביעי פרק י"ד


אחר שבארנו יושר משפטי השם ושאין עליו תלונה לא בצדיק ורע לו ולא ברשע וטוב לו צריך לתת טעם למה היו הנביאים והחכמים מתרעמים על שתי המדות הללו שלפי מה שאמרו רז"ל (ברכות דף ז' ע"א) אפי' מרע"ה נסתפק בשאלה זו כששאל הודיעני נא את דרכך ואדעך (שמות ל"ג) ואיוב היה מתלונן על זה כמו שאמרנו ואסף גם הוא אמר ואני כמעט נטיו רגלי וגו' כי קנאתי בהוללים שלום רשעים וגו' (תהלים ע"ג) וזו שאלת רשע וטוב לו ואמר עוד אך ריק זכיתי לבבי וגו' כוזה שאלת צדיק ורע לו וירמיה ג"כ אמר מדוע דרך רשעים צלחה (ירמיה י"ב) וחבקוק אמר למה תביט בוגדים תחריש בבלע רשע צדיק ממנו (חבקוק א') ואמר עוד כי רשע מכתיר את הצדיק על כן יצא משפט מעוקל (שם א') ומלאכי אמר הוגעתם ה' בדבריכם ואמרתם במה הוגענוך באמרכם כל עושה רע טוב בעיני ה' וגו' (מלאכי ב') ואמר וגם נבנו עושי רשעה גם בחנו אלהים וימלטו (שם ג') וקהלת אמר יש הבל אשר נעשה על הארץ אשר יש צדיקים אשר מגיע אליהם כמעשה הרשעים ודבר זה צריך באור בלי ספק והנראה לי בדברי אסף הוא שאסף סדר הספקות במזמור אך טוב לישראל (תהלים ע"ג) כדי לכתוב התירוץ וכתב ההתר הן בצדיק ורע לו הן ברשע וטוב לו על דרך הסבה השנית שכתבנו והתחיל אך טוב לישראל כלומר הוי יודע שכל רע שיבא אל הצדיק אין תכליתו אלא ללטוב ולזה תפש לשון אך כלומר שאף אם בתחלת המחשבה לא יראה שיהיה הרע המגיע לישראל שהם צדיקים טוב איננו רק טוב ואמנם ההכרה שהוא טוב אינה מסורה לכל אלא לברי לבב שכל אדם זולתם מוכן אל שיכשל בזה ויחשוב שאין הרע ההוא המגיע לישראל לתכלית טוב וזה שאני כמעט נטיו רגלי וגו' ויבאר הטעם למה כי קנאתי בהוללים ובהצלחתם ששלום רשעים אראה תמיד ושלותם מתמדת כל ימיהם עד שהם מתים בלי צער ויסורין כי אין חרצובות למותם שכחם בריא וחזק בעת מותם וגם בחייהם בעמל אנוש אינמו וגו' לכן ענקתמו גאוה


תן לחכם ויחכם עוד. קוק אדורך ענד געט בעק טו מי























אנרגיה » 6/6/2007 06:21

באשטי.

(אנטשולדיג, איך בין נישט קיין גוטער טיטול שרייבער, אבער א דאנק פאר די טיטול'ן.)

 

א) באטשי וויל פארזיכערונג:
(
איך וויל דיך פרעגען, צווישען אונז ביידע, קיינער לייענט דאך דאס נישט. ווען איז געוועהן דאס לעצטע מאהל וואס דו האסט געטוישט דיין דעה?)
תשובה:

גאנץ לעצטענס.

איך בין שוין אויס געוואקסן דאס בלייבן פעסט ביי וואס מ'האלט, סתם ווייל ספאסט. הגם, האב איך הנאה צו זען אז די האסט נאך ביז דערווייל נישט אנגעגבען דיין גרייטקייט זיך צו טוישן!!! ביסט אן איש אמת.


ב) באטשי האט דא נישט גענטפערט מיין קשיא:

אבער ווי איז דער דין ווען מהאט איהם מחמת א סיבה ארויס געיאגט מעל שולחן אביו, ער זיצט שוין לאנג אין די פרעמד אין א שמוציגע הויז פון א גויישן שכן אין עסט וואס מווארפט ארויס אין גארבידש קען, ער איז פארבלאטיגט אין פארשמירט שוין נישט געטוישט צוויי יאהר! קיין העמד, און ווען ער זיכט אין די קענס פון דעם גארביטש טראפט אראפ אויף דעם סרח'דיג כמו העמד, קריגט ער אויך פון די מאמען דעם זעלבן עונש?

1) דער שיינער משל איז זייער א שטארקער לימוד זכות, אבער וואס האט דאס צוטעון מיט מיין קשיא אז פון דעם פסוק אז תרצה הארץ שבתותיה איז נישט קיין ראיה אז מ'רעדט בזמן שישראל על אדמתם. (ליין איבער מיין קשיא, ביטע)

2) לגבי דעם משל בין איך גאר שטארק מסכים מיט דיר! ס'איז גאר א שטארקער טענה אויף צו בארעכטיגן די יודן, אבער מיין טייערע פריינט, ביטע דערמאן דיך דעם מורא'דיגן לימוד זכות אויף די יודן, בזמן שהיו על אדמתם, פון מנשה המלך: אמר ליה מאחר דחכימתו כולי האי מאי טעמא קא פלחיתו לעבודה אמר ליה אי הות התם הות נקיטנא בשיפולי גלימא ורהטת אבתראי!!!!!! די הערסט באטשי! ורהטת אבתראי, די, די גרויסער הייליגער אמורא וואס אונז האבער נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט, די וואלסט געלאפען נאך מיר!!! פחד פחדים! וואסערע גרעסער לימוד זכות דארף מען??? וועגן דעם וועל איך דיר איבער חזר'ן וואס איך האב שוין פריער געשריבן:

אלא, מוז זיין אז אפ-צו-מאכן ווען מ'איז שולדיג אויף דורכפאלן א נסיון און ווען מ'איז נישט שולדיג, דאס באלאנגט פאר'ן אייבישטען און נישט פאר "באטשי" און נישט פאר'ן "אלגעמיינער" און נישט פאר "אנרגיה" און נישט פאר'ן רבי'ן זי"ע אדער פאר "ר' אביגדור".
פאר אונז בלייבט נאר איבער צו קוקען אין חומש אין זעהן די ביטערע ווערטער פון: "אם-לא תשמר לעשות, את-כל-דברי התורה הזאת, הכתבים, בספר הזה:  ליראה את-השם הנכבד והנורא, הזה את, יהוה אלהיך. והפלא יהוה את-מכתך, ואת מכות זרעך:  מכות גדלת ונאמנות, וחלים רעים ונאמנים". עס כאפט דאך א שוידער ווען מליינט "מבשר בניו אשר יאכל, מבלי השאיר-לו,  במצור, ובמצוק, אשר יציק לך איבך, בכל-שעריך". און "פלעין" יודיש מיינט דאס אז אויב כלל ישראל וועט זיך אפשאקלען פונעם אייבישטען, (צו איז דאס וועגן נסיון העוני צו נסיון העושר, צו איז דאס נסין האינטערנעט וכו) וועט זיין ביטערע קאנסקעוונצן.
איי דיינע מליצה ישרה'דיגע געפילן? וויל איך דיר זאגן אז איך פארשטיי אויך נישט ווי אזוי מ'קען דאס רעכנן פאר חטאים נאך אזעלע ביטערע נסיונות, און דאס איז  וואס דיר שטערט. אבער ס'קוקט אויס אז דער אייבישטער זעהט דאס יא אלץ חטאים.

3) דער משל וואס איך האב געגעבן איז נאר געווען ארויס צו ברענגן די נקודה, אז אויב איז דאס חטאים דאן איז נישט קיין נפקא מינה "וואו" מ'טוט די חטאים, זאל דאס זיין אין ארץ ישראל אדער און חוץ לארץ, חטאים בלייבט חטאים. די ווילסט אבער טענה'ן אז דאס "קען נישט גערעכנט ווערן פאר חטאים" ווייל מ'האט דאך זיי ארויס געווארפן מעל שולחן אביו. אויף דעם האב איך דיר גענטפערט אז דעם זעלבן לימוד זכות קען מען געבן פאר די יודן בזמן שהיו על אדמתם.

ג) באטשי באשולדיגט:

איך בעט דיך דריי נישט אויס מיינע ווערטער, דאס צייגט נאר אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן לגופו של דבר.

אנטשולדיג, אבער איך ווייס נישט וואס די רעדסט. און אזוי אויך האט אנאנים נישט "פארשטאנן וואס די רעדסט.

די האסט נישט אויפגעוויזן אז די תוכחה רעדט נאר בזמן שישראל על אדמתם. פון ווי האסטו אויפגעוויזן? פון אז תרצה הארץ? האב איך דיר געפרעגט א קשיא פון שורך טבוח, און די האסט נישט גענטפערט.

די האלסט אין איין זאגן אז די תוכחה איז "נאר" דעמאלטס (ארץ ישראל) און "נאר" דעמאלטס (עבודה זרה). פרעג איך דיך נאכאמאל: אויב איינע פון די עונשים קענן נישט מקיום ווערן (למשל אויב איינער האט נישט קיין אקס) וועט אויף אים נישט חל זיין די תוכחה ווייל ס'פעלט דאך א חלק פון די תוכחה, אזוי ווי ווען ס'פעלט די עבירה פון עבודה זרה וואס דאמאלט'ס איז לויט דיר די תוכחה נישט חל? און פארוואס האסטו אויסגעוועלט נאר עבודה זרה? ווייל די תורה דערמאנט ספעציעל עבודה זרה? די תורה זאגט דאך ואם-בחקתי תמאסו, ואם את-משפטי תגעל נפשכם, לבלתי עשות את-כל-מצותי, להפרכם את-בריתי??!!

אין פארוואס זאגסטו מיט א פעסטקייט און נאך אזאך. און צווישן די  עבירות איז דא עבודה זרה!. כאילו היינט איז נישטא קיין עבודה זרה??!! אפיקורסות איז דאך סאך א גרעסערער עבירה פון עבודה זרה

און וואסערע ווערטער איז דאס "שכר ועונש פון באשעפער איז איין אנדערער שמועס"?? די תוכחה איז עונש.

 

איך פארשטיי אויך נישט די תורה מיט די בני גד ובני ראובן. מיט אנטשולדיגונג.

 

ד) באטשי איז מסביר פארוואס ער האט דערמאנט דעם בעש"ט:

איך האב געשריבן אז די גאנצע זאך וואס באוועגט זיי צו רעדן אזעלכע הארבע רייד איף דעם כלל ישראל איז ווייל ער וויל מסביר זיין זיינע קשיות אויף דעם רבש"ע. פארדעהם קומט ער צו אזעלכע קרומע מסקנות. אויב מען האט נישט קיין קשיות דארף מען נישט קיין תירוצים.

תשובה:
פארוואס האסטו אראפ-געברענגט דעם בעש"ט? האסט נישט גענטפערט.

דעם שיינעם משל פונעם ראדיא, איז נישט תורת הבעש"ט. דאס פארשטייט יעדער בר דעת און אויך דער רבי זי"ע און אויך רב מיללער אפילו ער איז א ליטאי.

ה) באטשי טרעיט דא איבער די גבולים:

באטשי האט געפרעגט:

במחכ"ת סאיז איין עם הארצות גמורה. כנ"ל דער ערשטע רועה נאמן האט זיך שוין מוסר נפש געווהן אין געפרעגט שוין למה הרעת לעם הזה? גאנץ ספר תהלים איז פול מיט דעהם "למה פרצת גדריה וארוה כל עוברי אורח" וכן הרבה פעמים עד אין מספר.

איך האב גענטפערט: 
לאמיר איבער לערן די פרשה פונעם למה הרעות.
(
בעפאר די ליינסט ווייטער, ביטע געדענק דיינע אייגענע ווערטער צו גאהר ווייל דיינע רביס האבן אזוי געזאגט און עס איז נישט מעגליך אז זיי אדער דו האבן א טעות)
דער אייבישטער באווייזט זיך צו משה און מדבר מתוך הסנה און זאגט איהם גיי לייז אויס די יודן. קיין איינציג ווארט האט דער אייבישטער נישט דערמאנט אז די יודן זענן שלעכט און אז ס'קומט זיך זיי אן עונש." " משה וויל וויסן פארוואס מאז באתי אל-פרעה, לדבר בשמך, הרע, לעם הזה; והצל לא-הצלת, את-עמך." און ווי דער אבן עזרא איז מסביר "וטעם למה הרעת, הפך מה שאמרת."
וואס ענטפערט באטשי אויף זיין טענה אז דער ערשטע רועה נאמן האט זיך שוין מוסר נפש געווהן אין געפרעגט שוין למה הרעת לעם הזה? דו האסט פארגעסן אז אידן זענען געוועהן משוקע אין מ"ט שערי טומאה.

גיוואלד!! וואס האט איינס מיטן צווייטן?? גארנישט!!!! משה רבינו האט נישט געפרעגט למה הרעות ווייל ער געהאט טענות אויפן עונש אזוי איך האב שוין מסביר געווען. זיי מוחל און ליין דורך, פאר די ענטפערסט, וועסטו דיך איינשפארן צו קאפיען און פעיסטן גאנצטע פסוקים אומזיסט.

ו) איך ענטפער פאר באטשי:
"די ברענגסט ראיות פון תהילים. איך נישט יעצט קיין צייט אריין צו גיין אין "דיטעילס". בכללות דארפסטו פארשטיין אז תהלים איז געזאגט געווארן בלשון שירה אדער פיוט. אסף רעדט פון בענקעניש און צער. אבער דאס איז נישט קיין דערקעטע טענה קעגן רבוש"ע.
ולשיטתך אז די תוכחה איז גאזאגט געווארן  בזמן שישראל על אדמתם, האט דאך אסך זיכער נישט געקענט האבן קיים טענות!"
און באטשי ענטפערט נישט, נאר ער "פליקט" אריין:
איך פארשטיי פון דיינע ווערטער דאס וואס איך טראכט שוין לאנג, אז הוא הנותנת נישט דיין רבי נישט ר' אביגדור האבן גערעט פון בענקעניש נאך ארץ ישראל! יא ארץ ישראל נישט ארץ ישראל האט ביי נישט אויס געמאכט קיין סאך. 
פארוואס זאגסטו דאס? און וועלכעס פון מיינע ווערטער האסטו געזען אז איך אדער דער רבי זי"ע און ר' אביגדור האבן נישט קיין בענקעניש פאר ארץ ישראל???????????

הוא אשר דיבר אנאנים:

 ווער ס'קען באטשי ווייסט אז איז א שאד צו טענה'ן ער האלט אליין נישט פונקטליך וואס ער שרייבט, ער האט א ב'טעמ'טע פעדער, און וואס ער שרייבט איז געשמאק צו לייענען, אבער ביי אים איז די עיקר צו זיין א איפכא מסתברא

ז) באטשי איז סארקאסטיש:
דו האלטס מיר זענען בתחילת הימים???? ע"ז ט.  תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי העולם שני אלפים תוהו שני אלפים תורה שני אלפים ימות המשיח בעונותינו שרבו יצאו מהן מה שיצאו. דאס איז נישט אחרית הימים?
תשובה:

אחרית הימים פון וואס די פסוקים רעדן קען זיין און הונדערט פופציג יאר ארום אויך. ניין? פארוואס פרעגסטו אזעלכע קשיות?

ח) באטשי פרעגט דא זייער גוט (ווייל ער האט נישט געליינט וואס איך האב פריער געשריבן, אבער ס'שאט נישט, איך וועל דאס נאכאמאל מסביר זיין)

פון איין וועג ווילסטו מסביר זיין דעם רבש"ע אז לא עביד קודשא בריך דינא בלא דינא. אבער כיון שניתנה רשות למשחית, דאמאלטס האקט ער אריין רעכט אין לינקס ואינו מבחין, דאס פארשטייסטו שוין יא?

פליז ליין דאס שטייטליך:

1) ס'קומט א יוד פונעם פריערדיגן דור וואס האט געזען מיט די אייגענע אויגן ווי מ'איז בועט אינעם אייבישטען.

2) דער אייבשטער ברענגט צרות צרורות אויפ'ן עם ישראל.

קומט דער יוד, א גדול: הן בתורה והן בהשקפה (כפי ידיעתי) און זאגט אז ס'שטומט. מ'איז בועט קומט מכות. אן קיין תורות.

נישט דער רבי און נישט ר' אביגדור האבן געזוכט מסביר זיין "אלעס" וואס דער אייבישטער טוט נאר ווייל ס'זענען געקומען יודן אזוי ווי דער אלגעמייער און באשטי און האבן אראפ געקלאפט מיטן האמערעל אויפ'ן טיש און געזאגט: "אלע" זענן געווען קדושים וטהורים" און פארוואס האט דאס דער אייבישטער געטוען.

איז געגומען רב מיללער און געזאגט: בעיני ראיתי דאס פארקערטע.

זיי האבן נאר געזאגט א מציאות. א מציאות פון וישמן ישורן ויבעט.

קיינער פרובירט נישט מסביר צו זיין "אלע" דרכים פונעם אייבישטען. דאס איז נישט דיין אויפטו און נישט דעם בעש"ט'ס אז מ'קען נישט אלעס פארשטיין. דא, ביי די צווייטע וועלט מלחמה, איז קיין קשיא נישט דא.

איי דעם כיון שניתן רשות פארשטייט מען דאך נישט? נא, ווער האט געזאגט אז מ'פארשטייט יא??!! אבער דאס האט נישט צוטוען מיט צרות פון די נאציס ימ"ש. דעם כלל פארשטייסו נישט פארדעם, יעצט און שפעטער.

אגב.

אז די זאגסט: פון די חז"ל זעהט אויס אז דאס נאר ביי ע"ז ג"ע שפכ"ד-

האב איך דיר געזאגט אז אפיקרוסות איז ערגער  פון עבודה זרה.

אז די זאגסט: און אויך נאר ביי היה בידם למחות ולא מיחו-

דאס טוט דער אייבישטער באשליסן צו זיי האבן געקענט מוחה זיין.

 

ט) באטשי פרעגט:

1) אבער מיר קלויבן נישט קיין מצוות?????  PLEEEEEEEEEASE

אה! דאס טוט וויי!!!

אוודאי קלויבן מיר! אבער נישט בשיטה. מיר האבן נישט באשלאסן אז שחיטה איז אכזריות. מיר האבן נישט באשלאסן אז און "טו טאוזענד" (2000) מעג מען טוען תועבה ווייל "יעדער" טוט. וכו' וכו'.....

מיר האבן דעם יצה"ר וואס דער אייבישטער האט באשאפן אז מיר זאלן לוחם זיין קעגן איהם.

2) "תינוקות שנשבו? היט ער מצוות אדער נישט? "
לאמיר נאכאמאל אנפאנגן פון אלף.

באטשי האט געזאגט:

 וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות????
ברר דבריך ווער הייסט ביי דיר  א שומר תורה ומצוות? נאכדעהם וועל איך דיר ענטפערן

איך האב גענטפערט ווער ס'איז א שומר תורה ומצוות.

יעצט איז הדרה קושיא לדוכתיה (די קשיא וואס איך האב געפרעגט):

קודם שטעלט מען אוועק א פאקט אז "אלע" זענן געווען קדושים וטהורים......
נאכדעם שטעלט מען אוועק א פאקט אז אלע קדושים וטוהרים זענן ג'הרגט געווארן און אלע רשעים זענן ניצול געווארן......
און נאכדעם פרעגט מען אויפ'ן רבוש"ע "למה הרעות לעם הזה"?????!!!!!!!
ווי אזוי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אזעלכע פרעכע שקרים???
6 מיליאן יודן זענן געהרגט געווארן אין די פארשאלטענע יוראפ. זאג מיר באטשי, וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות???? איך וויל נישט וויסן צו זיי זענן געווען קדושים וטהורים, ווייל וואס א קדוש וטהור מיינט ביי דיר, ווייסן מיר שוין. זאג מיר נאר וויפול פון זיי האבן מקיים געווען מצוות השם??? די שאלה איז נאר, ווי אזוי קען אנעמען איך דיינע ציפערן נאכדעם וואס ס'איז זיך סותר מיט ציפערן וואס ווערן אנגעגעבן פון יודן וואס האבן דאס געזען מיט די אייגענע אויגן??!!! 

פארוואס ברענגסטו מיר דעם רמב"ם? אונז זעמיר נישט דן דא ווער ס'איז א אונס און ווער א מזיד. דאס ווייסט דאך קיינער נישט. די שאלה איז וויפול שומרי תורה (קדושים וטהורים) זענן געווען פאר די מלחמה? איז א תינוק שנשבה א שומר תורה וויבאלד ער איז א אונס??!! דע פאקט איז אז דער אייבישטער דארף א פאלק פון שומרי תורה און נישט קיין אנוסים!

Baachi » 6/6/2007 20:19

אנרגיה

פון אנפאנג האב איך געמיינט אז דיין פראבלעם איז, ווייל דו פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק פון ישראל על אדמתן צו נישט. כמנהג אנשי וו"ב שנשבו ונתגדלו בטעותן, אז ארץ ישראל איז בערך אזוי חשוב ווי מאנראו נאר מיט א הייסן וועטער.

אבער ווען איך האב געליינט ווייטער האב איך איינגעזעהן, אז איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אויף מיינע ווערטער, דו זעהסט אויס צו האבן א פראבלעם מיט פארשטיין וואס משרייבט דיר.

פארדעם ביזטו אבער משלים מיט אריין לייגן דיינע אייגענע ווערטער און סברות אין מיין פעדער

זאג מיר טייערער ווען איך האב געשריבן דאס אונטערגעשטראכענע


קודם שטעלט מען אוועק א פאקט אז "אלע" זענן געווען קדושים וטהורים......
נאכדעם שטעלט מען אוועק א פאקט אז אלע קדושים וטוהרים זענן ג'הרגט געווארן און אלע רשעים זענן ניצול געווארן......
און נאכדעם פרעגט מען אויפ'ן רבוש"ע "למה הרעות לעם הזה"?????!!!!!!!
ווי אזוי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אזעלכע פרעכע שקרים???
6 מיליאן יודן זענן געהרגט געווארן אין די פארשאלטענע יוראפ. זאג מיר באטשי, וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות????
 
טאמער קענסטו מיר נישט ווייזן ווי איך האב דאס געשריבן ביזטו סתם א שקרן און א זייפן. 


איך וויל נישט וויסן צו זיי זענן געווען קדושים וטהורים, ווייל וואס א קדוש וטהור מיינט ביי דיר, ווייסן מיר שוין. זאג מיר נאר וויפול פון זיי האבן מקיים געווען מצוות השם???
 
דו דערמאנסט מיך פון דעם ע"ה וואס האט געהערט חסידים קאכן זיך אין השגחה פרטית, שרייט ער: ווער דארף די אלע השגחות? מדארף עסען כשר און שוין!


די שאלה איז נאר, ווי אזוי קען אנעמען איך דיינע ציפערן נאכדעם וואס ס'איז זיך סותר מיט ציפערן וואס ווערן אנגעגעבן פון יודן וואס האבן דאס געזען מיט די אייגענע אויגן??!!! 

ווייז מיר ווי און ווען האט ר' אביגדור גערעט פון ציפערן?

"פארוואס ברענגסטו מיר דעם רמב"ם? אונז זעמיר נישט דן דא ווער ס'איז א אונס און ווער א מזיד. דאס ווייסט דאך קיינער נישט"

" די שאלה איז וויפול שומרי תורה (קדושים וטהורים) זענן געווען פאר די מלחמה, איז א תינוק שנשבה  א שומר תורה וויבאלד ער איז א אונס??!! ?"

ניפטער פיפטער, א לעבן מאכט ער? 
עם הארץ האבן מיר שוין געשריבן?

לפענ"ד נראה דו זאלסט דיינע אויבערשטע ווערטער איינפרעמען און אויפהענגען העכער דיין באנק בעט אין קעמפ.

 דע פאקט איז דער אייבירשטער דארף א פאלק פון שומרי תורה און נישט קיין אנוסים!


אנטושלדיג מיר שטארק טייער קינד, אבער די לעצטע שורה דיינע האט מיר ערוועקט אין מיר א שטארקען רצון אנצורופען  דעהם מנהל פון דיין חדר הלמאי מלאזט צו קליינע קינדער צו א געאסערטן קאמפיוטער?

איך מוז מודה זיין, האסט מיך אויס גענארט.
זאלסט אויס וואקסן איין ערליכער אידעלע.
 
BTW א מיליאן איז אסאך מעהר ווי א טויזנט


תוקן על ידי baachi ב- 06/06/2007 20:53:26

אנרגיה » 6/6/2007 22:21

באטשי

באטשי סטראשעט
טאמער קענסטו מיר נישט ווייזן ווי איך האב דאס געשריבן ביזטו סתם א שקרן און א זייפן. 
תשובה:

די ווערטער האב איך געשריבן. איך האב דיר געזאגט אז הדרה קושיא לדוכתיה און איך האב איבער גע'חזר'ט מיין קשיא. (און מ'דארף זעט אויס יא שרייבן מיט גרעסערע אותיות כדי די זאלסט קענן ליינן)

אויף די איבריגע קאמענטארן וועל איך נישט ענטפערן, ווייל איך וועל מיך נישט אראפלאזן צו דיין דרגא.

 

תיובתא ד'באטשי תיובתא

Baachi » 6/6/2007 23:07

זיסקייט

ווען דו וועסט אנהייבן לערנען גמרא וועסטו זעהן אז מקען נישט פרעגען אזוי קיין קשיות,

קודם שטעלט מען אוועק א פאקט אז "אלע" זענן געווען קדושים וטהורים......
נאכדעם שטעלט מען אוועק א פאקט אז אלע קדושים וטוהרים זענן ג'הרגט געווארן און אלע רשעים זענן ניצול געווארן......
און נאכדעם פרעגט מען אויפ'ן רבוש"ע "למה הרעות לעם הזה"?????!!!!!!!
ווי אזוי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אזעלכע פרעכע שקרים???

יעצט האסטו געשריבן אז דו אליין האסט אלעס געזאגט,

מקען נישט אליין אוועק שטעלען פאקטן, און נאכדעהם פרעגען קשיות אויף זיך אליין.
אפשר אין די משניות קלאס גייט עס אביסל אנדערש. לערן אביסל לענגער גמרא נאכדעהם געט בעק טו אס.

האסט שוין איינגעקויפט פאר קעמפ? 

אנרגיה » 7/6/2007 03:09

רבותי: באטשי שרייבט-

האסט שוין איינגעקויפט פאר קעמפ?

אידיש איבערזעצונג:

ט ע י ת י    ט ע י ת י    ט ע י ת י.

ס'איז א ביסל א שווערע זאך מודה צו זיין, וועלמיר דאס אקצעפטירן בלשון נסתר, טאטעלע מיינס.

Baachi » 11/6/2007 21:43

[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2