היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ?

איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ?

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2170582
בלאט: 1 2

דיפלאמאט » 19/3/2007 05:02

מיר דא זענען אויפגעצויגן געווארן אז פון די ערגסטע אידן וואס זענען נאר געווען אין לעצטן יאר הונדערט איז געווען הרב קוק, וואס ווערט געפערליך פארשאלטן ווען מען דערמאנט זיין נאמען.

פון תמיד אן ווייס איך אז נישט יעדער וואס ווערט אים צוגעלייגט די שיינע ווערטער ווי ימ"ש און שר"י איז טאקע ווערד דערצו. און געוואוסט האב איך אז ער איז געווען נישט סתם א מענטש. און אפשר טאקע צוליב דעם, האט מען אים זייער אראפגעריסן ווייל מען האט געהאלטן אז אזא גדול מאכט חרוב פיל מער.

לעצטנס, האב איך אריינגעבליקט אין דעם בולעטין וואס קומט אן צו אלע וויליאמסבורגער תושבים אויף די פאסט, האב איך באמערקט אז ער האט פריש גענומען איבער דעם איד, און איך האב זיך דערמאנט וואס איך האב געליינט אין די ליכט שטראלן איבער דעם געפערליכן יונג.

האב איך זיך אריינגעטוהן און גענומען נישטערן אביסל היסטאריע, און דא האב איך אנגעהויבן און לאמיר הערן וואס דער ציבור האט איבער אים צו זאגן.

Baachi » 19/3/2007 06:56

דיפלאמאט היקר

איך בין אויכעט אויפגעצויגן געווארן בזה האופן,

אבער איך האב איינגעזעהן איין זאך.
דו זעלבע וואס רופן איהם שייגאץ.
האבן אויך אזוי גערופן דעם קלויזנבורגער, דעם ליבאוויטשער, דעם אלטן בעלזער, דעם סאסיווער, ר"מ פיינשטין, דעם בית ישראל, לב שמחה און פני מנחם  זכר צדיקים לברכה .(קענסט אויך צו לייגען דעם טשיבינער רב מיטן חזון איש) ולהל"ח רב אלישיב, ר' עובדיה, דעם היינטיגן בעלזער, ר' יחזקל ראטה, ר' פישעלע שליט"א כולם, 

מעג מען זיי אפילו גלייבן אויף א ביעתא בכותחא ???????     

aaatozzz » 19/3/2007 07:01

לויט ווי איך פארשטיי האבען זיי געציטערט פון אים, ער איז געווען א גדלישער מענטש, א קדוש שלא הסתכל בצורת אשה, און א געוואלדיגער בעל מדות, און מען דארף נישט זאגען א גאון עולם,

trant_lott » 19/3/2007 17:27

וואס איז פשט פון אנגרייפן א מעמבער?

דיפלאמאט היקר

איך בין אויכעט אויפגעצויגן געווארן בזה האופן,

אבער איך האב איינגעזעהן איין זאך.
דו זעלבע וואס רופן איהם שייגאץ.
האבן אויך אזוי גערופן דעם קלויזנבורגער, דעם ליבאוויטשער, דעם אלטן בעלזער, דעם סאסיווער, ר"מ פיינשטין, דעם בית ישראל, לב שמחה און פני מנחם  זכר צדיקים לברכה .(קענסט אויך צו לייגען דעם טשיבינער רב מיטן חזון איש) ולהל"ח רב אלישיב, ר' עובדיה, דעם היינטיגן בעלזער, ר' יחזקל ראטה, ר' פישעלע שליט"א כולם, 

דער .... האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צי שרייבן מיט א עזות מצח

כאילו איינער זאל ח"ו זאגען ימ"ש, אויף די צדיקים קדושי עליון ח"ו מלהזכיר

 

דער שרייבער ווייסט אז ער איז א .... ......., אין  זאל דער ציבור זיין געווארענט

נישט אריינציפאלן מיט אים,





תוקן על ידי שם_אחר ב- 21/03/2007 0:25:36

מעקעלע » 19/3/2007 17:37

אוודאי איז עס אזוי, פשוט! אויב איז נישט פונקט ווי די ווילסט, און ער האלט נישט 1000% ווי דיין שיטה, איז ער נישט מער ווי א שר"י, ימ"ש!
וואס איז בכלל דא צו דעבאטירן!

britolam » 19/3/2007 20:06

A TO Z


קענסט מיר זאגען א דבר תורה בשמו אפשר?

Baachi » 19/3/2007 20:20

בריטאלאם

אז דו בעטסט אזוי שיין.
אקעי

דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן צוליעב שנאת חנם
אין וועט געבויט ווען בזכות אהבת חנם

britolam » 19/3/2007 20:49

ישר כח באטשי

דאס איז א סטעיטמענט, וואס איך האב געבען פון A TO Z איז געווען א דבר תורה.

Baachi » 19/3/2007 21:32

Brito

אגדה איז עטוואס פראבלעמאטיש, ווייל די מזרחיסטן האבן זיך משתלט געוועהן אויף זיינע ספרי אגדה, ווי ער איז אסאך מלמד זכות אויף זייער התנהגות.

דא האסטו איין הסכמה אויף אייינער פון די ספרי הלכה פון דעם "שייגאץ" [בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 19/3/2007 21:41

דא איז א הסכמה פון הרב שיינבערג שליט"א אויף דעם זעלבן ספר, אבער אהן דערמאנען זיין נאמען... תוקן על ידי - baachi - 19/03/2007 21:45:18
[בילד – נישט אפגעהיט]

aaatozzz » 19/3/2007 22:17

ביטאלאם

דאנט ווארי.


תוקן על ידי aaatozzz ב- 19/03/2007 22:22:36

דיפלאמאט » 20/3/2007 03:51


איך וועל אראפברענגען עטליכע פאראגראפן פון דעם לינק וואס איך האב צוגעברענגט אויבן, פאר די וואס איז שווער צו ליינען אזעלכע לאנגע מאמרים און פאר די וואס קענען נישט אביסל שווערע לשון קודש (היינט רופט מען דאס עברית...).

כמעט כל מי שבא במגע קרוב עם הרב קוק העריך אותו.

בין מחליפי המכתבים הקבועים עמו: הרב אברהם ישעיה קרליץ - החזון איש. הרב שלמה עלישאוו (אלישיב) - בעל ספר הקבלה "לשם שבו ואחלמה", שאמר על הרב קוק, שהוא "כליל השלמות: שלמות בגאונות, שלמות בצדקות, שלמות במחשבה ושלמות בהנהגה", וכן שהוא איננו שיטה מסוימת בקבלה אלא כולל את כל השיטות, "ועליו ניתן לומר 'כל רז לא אניס ליה! (=הכוונה שהוא יודע את כל הסודות/הרזים של תורת הנסתר), הרב חיים עוזר גרודזינסקי - מנהיג יהדות מזרח אירופה, הרב נפתלי צבי יהודה ברלין (הנצי"ב מוולוז'ין - ראש הישיבה הגדולה ביותר בגולה), הרב חיים סולובייצ'יק, הרב יצחק זאב סולובייצ'יק, האדמו"ר מגור דאז - רבי אברהם מרדכי אלטר, הרב איסר זלמן מלצר ("אבן האזל") שעל פי עדות הרב אויירבך היה חסידו של הרב קוק, שאמר לרב חיים עוזר, "אנחנו גדולים עד בריח הדלת של הרב קוק", הרב יוסף חיים זוננפלד, הרב יוסף יצחק שניאורסון (האדמו"ר השישי של חב"ד) ועוד רבים מכל העולם.

הנצי"ב אמר עליו לתלמידי ישיבתו: "ראו ידיעותיו של זה שגדול בתורה ויראה, אתם מתיימרים בהשכלתכם, והרי גם בזה אינכם מגיעים לקרסוליו". (משנת הרב עמ' 15).

חותנו האדר"ת אמר עליו: "לקחתי חתן לבתי, שאינני מגיע לקרסוליו". (שם עמ' 16)

הרב מרדכי אליאשברג, רבה של בויסק אמר עליו: "בטוחני בו כי יחולל גדולות בארץ ישראל" (שם עמ' 20).

בהספדו אמר עליו הגר"מ חסקין רבה של פרילוקי: "הרב היה הרמב"ם של דורנו".

החפץ חיים עזב את הכינוס של אגודת ישראל בתרפ"ג בוינה בטריקת דלת, לאחר שהשמיצו והכפישו שם את הרב קוק, וסירב להיפגש עם המכפישים שביקשו להתנצל, וכן סירב ללחוץ את ידיהם של בני המשלחת הירושלמית ואמר להם: "לאלה שעושים מחלוקת נגד רבה של ירושלים איני נותן שלום!" והוסיף: "דעו לכם כי הוא קדוש וטהור, וכל הנוגע בו לא יינקה!".

האדמו"ר מגור, שבחמש הפעמים שבהן ביקר בארץ ישראל ביקר אצלו, אמר עליו: "בעל מוח כזה לא היה במאה השנים האחרונות" (לקוטי הראי"ה עמ' 136) וכאשר חזר לפולין לאחר ביקורו הראשון, זימן אליו את עורכי העיתון האגודאי "דער יוד" והזהירם שמכאן ולהבא לא יצטטו סיפורים ושמועות שיש בהם פגיעה ברבה של ירושלים (שם עמ' 139).


לעומת זאת, רבנים ממחנה "העדה החרדית" הקיצונית, התנגדו לו בחריפות בשל דעותיו החדשניות והלאומיות, ואף שהעריכוהו כחכם גדול בתורה, הכריזו עליו מלחמה רוחנית גדולה ומרה וטענו שהוא טועה בדעותיו, מלחמה שממנה סבל עד ימיו האחרונים. חוגים אלו גם הפעילו נגדו טרור מילולי ואף פיזי, והשמיצו אותו וביזוהו כל אימת שיכלו. הרב גלזר רבה של רמלה, סיפר כי היו כאלו בשכונת מאה שערים שצעקו לו "אפיקורס" מאחורי תריסים מוגפים, כאשר הלך ברחוב. קבוצה של קיצונים מהיישוב הישן אף הגדילו לעשות, ובל"ג בעומר של אחד השנים, עשו בובה בדמותו של הרב קוק והעלו אותה באש.

רבי אלחנן וסרמן, שנמנה על הפלג הקנאי באגודת ישראל כתב בספרו: ידוע כי העומד בראש [הרבנות הראשית] כותב וחותם קול קורא לעורר היהודים לתת כסף לקרן היסוד, וידוע גם כן כי כספי קרן היסוד הולכים לגדל כופרים להכעיס, ואם כן המעורר לתמוך בקרן זה הוא מחטיא את הרבים במדרגה היותר נוראה ... ואם רואים אנו שהוא מהלל רשעים יודעים אנו שזהו רשע גמור באופן שהדבר ברור שאסור להתחבר לאיש כזה. ולולא שאינני כדאי הייתי אומר כי המחזיק בהצעה זאת [לחבר את העדה החרדית עם הרבנות הראשות] ראוי לנדותו (קובץ מאמרים ח"א עמוד קנ"ג).

גם רבי יואל טייטלבוים, האדמו"ר של חסידי סאטמר כתב בספרו ברוח זו, בתשובה שבה הוא מתאר את הרב קוק כאיש צר ואויב לדת תורתינו הקדושה ולעיקרי האמונה, אשר מחזק את הציונים, העדה הרעה והטמאה, שמהוה אבני נגף לבית ישראל ומחריבת העולם, ושמפיץ דברי מינות וכפירה, בעזות מצח וחוצפה יתירה, ומגדף ביד רמה את ה' (עפ"י שו"ת דברי יואל חו"מ סימן קל"א ועיינו גם סימן קל"ב). גם רבנים אחרים, בעיקר מהונגריה שמלפני השואה, יצאו נגדו בחריפות, כתבו נגדו, ונגד ספריו, ברוח קרובה לזו.

התנכלות לספריו ולכל ספר תורני אחר ששמו ותורתו מוזכרים בהם, היא עוד אחת מהשיטות שמתנגדיו נוקטים במלחמתם נגדו. רבים מהמו"לים מצנזרים בגין כך את איזכוריו, וגררו מחאות. (דוגמה). מסופר כי הרב שלמה זלמן אויערבך סירב לבקשות להשמיט את הסכמתו של הרב קוק מספרו, והעדיף שלא להדפיס כלל את ספרו ללא ה"הסכמה".

ההתנגדות לרב קוק הובילה גם לזיופים. זיוף מפורסם נעשה על שמו של הגאון מרוגוצ'וב רבי יוסף רוזין שכביכול כתב נגדו בלשון זו: "הבור, השוטה, המכונה בשם ... צא טמא יקרא לו ואסור להתוכח עמו ... והרי הוא כופר בהשגה עליונה". רבי מנחם מנדל שניאורסון אדמו"ר חב"ד הוכיח כי הדברים הינם זיוף גס, שלא ניתן לייחסו לרב יוסף רוזין. ישנם הטוענים בשם ה"חזון איש", "שהרב קוק גדול בתורה, אבל טעה בהשקפה שלו".

גם רבים ממנהיגי המזרחי, על אף שהעריכו אותו הערכה רבה, התנגדו לפעולותיו ולהשקפת עולמו האקטיביסטית מדי לטעמם. הרב קוק ומנהיגי המזרחי נאבקו ביניהם מראשית הקמת התנועה ועד מותו של הרב קוק. זה חל עוד בהתנגדות הרב קוק לסיעת המזרחי כשרק הוקמה, ועד למאבקי כוח ברבנות הראשית, עת הראי"ה ניסה להציב מועמדים למשרות השונות מקרב חוגו נגד מועמדים של המזרחי. גם לאחר מותו של הרב קוק לא שככו הדי ההתקוטטיות, כאשר חוגו של הרב קוק ניסה להעמיד במקומו את חרל"פ כרב ראשי אשכנזי (בתמיכת החרדים), בעוד אנשי המזרחי ניסו לקדם, ואף הצליחו, את מועמדותו של ד"ר הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג.

בדור האחרון, הרב מנחם מנדל שניאורסון, הרבי מלובביץ', שלל בנחרצות את הרעיון של ראיית המדינה כאתחלתא דגאולה. הוא סבר כי התפיסה של המדינה כ"אתחלתא דגאולה", היא היא הסיבה לכל שפיכות הדמים שיש בישראל. עם זאת, לאחר מלחמת ששת הימים טען האדמו"ר מליובוויטש, כי רק עד שנת תשכ"ז הייתה "יד האומות תקיפה ..." כפי שכתב לרב שלמה יוסף זוין במכתביו אודות הקרבת קרבן פסח בימינו. ב"ספר האיגרות" של הרבי מליובאוויטש מופיעים הערותיו ל"מוסר הקודש" של הרב קוק.

Baachi » 20/3/2007 05:31

איך האב געהערט איין אינטערסאנטן הסבר אויף דעהם לכאורה'דיגען פאראדאקס וואס סאיז געוועהן הרב קוק.

פון איין זייט איז ער געוועהן א גאון הגאונים און איין עובד השם, א בעל מעשים.זיינע עמקותדיגע רעיונות  
מצד השני איז דא פון איהן געשריבן ווי ער מכלומרשט באררעכטיגט די מעשים תעתועים פון די חלוצים בזמנו. און אויך השקפות וואס האט אויפגעברויזט אסאך פרומע אידן עד היום הזה. 

 איינער וואס האט איהם גוט שטודירט האט מיר איהם מסביר געוועהן בקיצור.

"זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה."

ואידך פירושא זיל גמור

איך פארשטיי וואס ער מיינט. איך האף אז די חברי הפארום וואס פארנעמען זיך מיט די פארצייטישע אלטע אונטערנעהמונג שקורין בלשוננו "טראכטן". וועלן דאס אויך  באנעמען.  


  

מלוה_מלכה » 20/3/2007 06:45

  

לויט די היינטיגע חינוך באגריפן קען מען אים פארשטיין אביסל אז ער האט געליטן פון א OCD נעבעך

און בייטשי
איך האב זיי געהערט זאגן ימ"ש און שר"י אויך נאך גדולים אבער נישט די וואס דו רעכענסט אויס, סאררי.

לגבי גוף השאלה, אמת ער איז געווען א גדול בתורה און א גאון אבער ליידער געווען פארכאפט אין השכלה ווי סיז דא אסך עדות דערויף, וכבר היה בעולמים אז א גדול בתורה האט זיך טועה געווען בדעת,  אלישע רבו של רבי מאיר איז געווען א גאון הגאונים שכל רז לא אניס ליה וספרי מינות נושרים מחיקו, יוחנן הכהן שנכנס לפני ולפנים ולבסוף שמונים שנה נעשה צדוקי. און שפעטער מיט שבתי צבי א בעל מופת ממש מיט אוצרות חכמה פתוחים תחתיו.  
הכלל, איך קען א גוי א געלערענטער פון YU ער קען חכמת הקבלה אויפן שפיץ פינגער ממש כל רז לא אניס ליה, נישט נתפעל ווערן פון זיין תורה.

תורה מונחת בקרן זוית ! יעדער קען עס קענען, נישט דאס איז דער קונץ. 




תוקן על ידי מלוה_מלכה ב- 20/03/2007 6:48:15

natrul » 20/3/2007 10:49

דאס אז ער איז געווען פארכאפט אין השכלה אזוי ווי אנדרע גדולי בתורה.מיינסטו דאך זיכער אריינגערכנט דער קלויזנבערג,לויבאוויטשער זצ''ל וכדומה, ניין?הייסט נאר דער סאטמער רב ר' יואליש זצ''ל נאר ער איז נישט געוועו פארכאפט, אבער אלע אנדרע ווייל זייער שיטה פארט נישט מיט דיינע זענען זיי שוין ''פארכאפט''?!

aaatozzz » 20/3/2007 14:23

איך קען איינעם וואס ער האט שיר געכאפט שלעק פאר נישט וועלען זאגען ימ"ש אויפן ווישניצער רבין דעם אמרי חיים.
די מעשה איז געווען אין די 70 ציגער יארען אין סאלקער בית המדרש אויף בעדפארד עוו.

די התנגדות צו הרב קוק זצ"ל איז געבויט אויף דמיון, וואס האט זיך גענומען פון הוצאת שם רע וואס די ירושלימ'ער היץ קעפ האבען אויף אים אויסגעטראכט.

נאך א ראיה זעה וואס מען האט געטוהן צו דעם סקאליער רבי'ן זצ"ל וואס האט געוואוינט אויף בעדפארד נעבען סאטמאר, מען האט מפרסם געווען אז ער איז פין די סט"א רח"ל ! א מכשף ! געווען איז ער א גרויסער מענטש. נאר מען האט מורא געהאט פון אים.

_________________

findodort » 20/3/2007 15:42

באטשי
"זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה."

קוק אריין אין די ספרים פון אישביטצער, אדער זיין תלמוד ר' צדוק הכהן, (צדקת הצדיק) און די וועסט אוועק גיין מיט די זעלבע אימפרעשען. און קליינע מוחת איז דאס מבלבל.

איך וואלט ווען ריפרעזעט דיינע ווערטער און געשריבן: 
די דגוש אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה."

איך האב געהערט אז ער האט אסך גענאשט פון דארט

מאלת
די התנגדות צו הרב קוק זצ"ל איז געבויט אויף דמיון, וואס האט זיך גענומען פון הוצאת שם רע וואס די ירושלימ'ער היץ קעפ האבען אויף אים אויסגעטראכט.

דיפלאמט רעכענט אויס גרויסע נעמען אויף ביידע זייטן. איז אלע זאכן וואס ווערן געזאגט און זיין נאמען בלויז דמיון?



תוקן על ידי findodort ב- 20/03/2007 15:51:18

aaatozzz » 20/3/2007 17:16


דיפלאמאט
וואס פאר א ראיה פון די צוויי צדדים,
אלע דיעות פון ביידע זייטן זייענן נישט געקומען פון קיין גביית עדות, נאר פין די עדות פון "יעדער איינער ווייסט",
קוק וואס מען האט געמאכט מיטן בעלזער רב פאר 25 יאר, ווען הרב קוק וואלט געהאט דעם בעלזער רב'ס כשרונות [איך מיין אין טאקטיק], וואלט ער זיי אלע אוועק געבלאזען,

_________________

aaatozzz » 20/3/2007 17:35

זעה א ניי ספר פון הרב יוסף ליב זוסמן זצ"ל דער צדיק וואס פלעגט זיצן טאג און נאכט ביים כותל, און טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, ער שרייבט א גאנץ ספר וועגען גדלות פון הרב קוק זצ"ל ער ברענט און שרייט אפ אלע מתנגדים פונעם "הרב".

_________________

Baachi » 20/3/2007 19:53

פידאדארט

דו ברענגסט ארויס א מערקווירדיגן פארגלייך צווישן הרב קוק אין איזביצא.
זעהט אויס דו האסט אביסל א טראכט געטאהן.

די ספרים פון איזביצער - אויף וויפיהל איך האב געזעהן אין מיך איינגערעט אז איך פארשטיי דארט - זענן אסאך געבויט אויף דעם כלל: "אז עס איז אזוי געשעהן = האט דאס דער בוכ"ע געמאכט, מן הסתם דארף זיין אזוי." 

לפענ"ד איז דאס די אינטערלאגע צו זיין באקאנטן שמועס ווי ער שרייבט פון די צדקות פון זמרי בן סלוא.
אין ר' צדוק האב איך דאס נישט געטראפן אזוי בולט.

די אלע וואס ליגען אסאך אין איזביצער ספרים גייען אויף דעהם מהלך.
ביי הרב קוק האט מען עס טאקע זעהר אסאך געזעהן

 איך מיין אז בימינו הרב משה וואלפסון שליט"א גייט אויך בעקבותיהן.

הצד השווה שבהן איז א זעהר שטארקע אמונה אין השגחה פרטית מקרני ראמים עד ביצי קנים. עד כדי כך אז ס'פארשאהטענט דעם רצון זיך צו שלאגן מיט דעהם מציאות.  

(מחמת הכבוד וויל איך נישט דערמאנען א גרויסן טאנצער און זינגער אין קאמפאזיטער פון ניגונים און אויך געוועהן א קאנטרווערסאלער מחזיר בתשובה וואס איז אסאך געלעגן אין דעם מהלך)

הן אמת אז דער וועג איז תורת אמת, אבער אין א קולטור קאמף, ווי עס איז געוועהן אין ירושלים בימים ההם. ווי מען האט זיך געשלאגן ממש האנט צו האנט, הויז צו הויז, איז דאס און א געוויסע מאהס ווי געבן געוועהר פאר א שונא.

יעצט נעם און מיש דאס צוזאמען מיט ירושלימער קנאות וואס איז געבוירין אין אויפגעצויגן אויפן שויס פון דעם אונגארישן התבדלות און שאוויניזם. האסטו שוין א פערפעקטן קוגל פאר א וועלטס מלחמה.


לענינו מענין ידיעה אין בחירה וואלט איך געשריבן אנדערש אבער נישט ווי דו

לאמיר מאכן א פשרה

" זיין השגה אין ידיעה איז געוועהן מעהר ווי אין די בחירה"

עס איז פארשטייט זיך פארהאנען  א דרך הממוצע -וואס כפי הנהוג במקומותינו האלט יעדער איינער אז נאר ער אליין האט דאס...

שם_אחר » 21/3/2007 00:24

"זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה" וואס פאר א סארט באמבע איז דאס? א מאמין איז קען נישט מער גלייבן אין ידיעה ווי אין בחירה.
ווער ס'ווייסט און קען אביסל, איז ידיעה אין בחירה, היינו הך.

_________________

findodort » 21/3/2007 00:31

רב באטשי שליט"א
דא האסטי א שטיקל פון רבי צדוק הכהן און  "רסיסי לילה"

רק על ידי ההעלם באים לגילוי "וכי אשב בחושך" דאיקא אז "ה' אור לי" ע"ד שא' אין אדם עומד על ד"ת אא"כ נכשל עד שד"ת נקרא המכשלה הזאת וזה פלא כאלו ד"ת מכשילין ח"ו רק הואיל וא"א לעמוד בענין אחר הרי המכשול הכנה אל העמידה על ד"ת. וכיון שהתורה בראש בראש הומיות תקרא לרדוף אחרי' וכמה יפה להזמין על מיני סייעתות לאדם לעמוד על ד"ת גם זה מכלל הסייעתות להזמין לפניו בהתחלה מכשלות כדי לעמוד על ד"ת. וכמו שהו ברייתו של עולם כך התורה שבה נברא העולם והוא הדפוס של מע"ב מסתמא גם היא כענין ברייתו של עולם ממש. וזה שא' חטאיכם כשנים הללו שסדורות ובאות מששת ימי בראשית היינו שכך הוא סדר ימי בראשית. ונמצא כל העונות וענשיהם הכל כך עלה במחשבה בהכנת היציאה לפועל כשעומד על ד"ת אחר שנכשל אז מבין איך המכשול היה בו צורך וסיבה לזה. וזהו הנחמה לפורענויות ששורש לשון נחמה כמו וינחם וגו' שהוא לשון חרטה וכך המתנחם מפורענויות הוא שמתחרט על צערו אז. וזה כשנתברר לו אח"כ שלא היה כלל פורענויות מעולם ובחנם נצטער. כי הברור שהוא היה הכנה לטוב הרי כל דבר נקרא ע"ש תכליתו נמצא גם זה היה טוב. וזהו סמיכות ז' דנחמתי לשבת תשובה כי שורש התהפכות זה הוא ע"י התשובה שהיא ג"כ חרטה על הרע שמצד האדם. וזהו  בראשית שנה שהוא תחילת הזמן ההתחלה הוא אתערותא דלתתתא וסופו הוא אתערותא דלעילא ואשובה אליכם זהו הנחמתות להתחרט אפורענויות דהש"י שנצטערו שזה מהש"י. וכן הנחמה מהש"י נחמו וגו' יאמר וגו' שהוא המוליד זה בלב. והדברים עמוקים לא אוכל להאריך כעת יותר.

ער ברענגט דאס אן א צאל, און אז די הכרה איז די שלימות פין תשיבה.
געבויט אויף א ילקוט שמעוני:
אמר לו הקב"ה הואיל ובי תליתם בטחונכם אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו. כשנים כשני מבעי ליה אמר רבי יצחק אמר הקב"ה לישראל אם יהיו חטאיכם כשנים הללו שבאות סדורות מששת ימי בראשית עד עכשיו כשלג ילבינו.

פינעם גרויסן טאנצער און זינגער אין קאמפאזיטער איז מיר נישט אויסגעקימען צי הערן די מהלך, אבער איך ווייס אז ער האט זיך שטארק געקאכט און  איזביצא.

 



תוקן על ידי findodort ב- 21/03/2007 1:22:53

Baachi » 21/3/2007 01:37

מלוה מלכה

דו האסט נישט געהערט זאגן ימ"ש ושר"י, פושעי ישראל און כופר,אפיקורוס, ציוני. האסטו יא געהערט?
אויף יעדען וואס איך אויסגערעכנט האב איך געהערט איינע פון דעי שמות נרדפים. געוויסע ווי ר' עובדיה אין רב אלישיב קענטו נאל היינט טרעפן אין "דער איד"

ר' איסר זלמן שרייבט אויף איהם גאון ישראל ותפארתו - זעה די הסכמה וואס איך האב אריין געסקענט
.
"אבער ליידער געווען פארכאפט אין השכלה ווי סיז דא אסך עדות דערויף"

אבער דו האסטו איהם בעסער געקענט
דו האסט אשטארקייט!

שם אחר
" וואס פאר א סארט באמבע איז דאס? א מאמין איז קען נישט מער גלייבן אין ידיעה ווי אין בחירה.
ווער ס'ווייסט און קען אביסל, איז ידיעה אין בחירה, היינו הך. "

קודם רעדט מען רעדט נישט דא פון גלייבן, מען רעדט פון פארשטיין.

דו אליין זעהסט אויס ביזט יא פון די ווייסערס אין קענערס.  זאג מיר חביבי, וועלכע איז דיר פערזענליך  גרינגער צו פארשטיין די ידיעה אדער די בחירה. 

פינדאדארט

שקויעך פאר דעם שטיקל ר' צדוק.

דער זעלבער מהלך איז אין רוב ספרי תלמידי בע"ש. בעיקר אין תולדות וועגען מעלה זיין מחשבות זרות.  אבער דער תולדות אליין זאגט אז סאיז נישט פאר קטני מוחין. זייער חדר  אבער האבן יא געשריבן פאר איעדן און דאס איז געוועהן דאס התנגדות אויף איזביצער ספרים מצד געוויסע קרייזן. פשוט ווייל סאיז שווער משיג צו זיין.

איך מיין אז דו וועסט קוקן און הרב קוקס אורות וועסטו זעהן ווי ער דריקט זיך אויס אויף פון מציאות'ן. א כסא פאר די שכינה. ווייל ער האט געזעהן אז סאיז אזוי האט ער ארויסגעדרינגען אז דאס איז דער רצון השם.

ער האט געשריבן פאר ביאליק אזעלכע טיטלען, ווייל ער האט פשוט געזעהן אז ער איז אזוי מפורסם אין מוצלח האט ער פארשטאנען דאס איז דער רצון השם. 

די מזרחיסטן ווידער האבן זיך מיט דעהם פאסמאקעוועט און מפיץ געוועהן. און זיך אזוי נוהג געוועהן הלכה למעשה...

מלה"ד דומה צו איינער וואס האט גהערט די מעשה פון בארדיטשעווער וועגן אפכאפן דאס דאווענען כאפלאפ , אז א טאטע פארשטייט דעם קינדס שפראך, דרינגט ער ארויס פון דעם אז א סימן צו אהבת השם איז אפצוכאפן דאס דאווענען.

איך מיין אז מיט דעם געדאנק קען מען פארשטיין די גרויסע פאראדאקסן אין זיין פערזענליכקייט.

Baachi » 21/3/2007 01:43

TRANTLOT

וועלכן מעמבער האב איך אנגעגריפן?

נישט אז איך בין ווייט פון דעהם, אבער איך האב ליעב צו וויסן ווען איך טו דאס...

תוקן על ידי - baachi - 21/03/2007 1:45:45

trant_lott » 21/3/2007 05:14


באטשי, איך האב נישט געשריבען מיין תגובה צי דיר,
 
ווייל
איך ווייס אז די האסט ליב פין צייט צי צייט ארויסווייזן קענטעניסען, שפילען דל גאה איבער דעם סאטמערן עולם
נישט פין היינט, פלעגסט עס נאך טיען אפילו צוויי יאר צוריק, למשל דורוך אפיר זיכען געדריקטע קשוית איבער דעם ספר ויואל
משה, וואס בכוונה פלעגסטע נישט ברענגן דעם תירוץ וואס עס איז געשטאנען נעבן די קשיות, כדי צי פראבירען מאכען א
שטיקעל ווינט כאילו די ביסט אנדערש, אין די האסט ספיקות, די אנדקסט זאכען, פין צייט צי צייט האסטע אזא שטיקעל מנהג ארויסציגיין אין א אינסאלט, קעגן די סאטמערע שיטה, אזוי אויך קעגן די סאטמערע אידן על לא דבר- כאטש עס איז מסבר אז די
קימסט גאר פין יענע חדר,- 
 
אלמלא, דא וואלטן ווען געזיצען עפעס ערענסטע יודעי ספר וואלטן זיי דיר  שוין לאנג אויפגעוויזן ווי לעכערליך אין זינלאז דיינע
אטאקעס זענענן, די האסט א מזל פשוט, אז נישט ציפיל ערענסטע אידן דרייען זיך  דא, ממילא קענסטע רייטען אויף א
ליידיגע פערד,  אין פראבירן ארויסציוויזן קענטעניסען צווישן אביסל אומוויסענדע אידן, א שטייגער ווי דער אמליגער ת"ח אינעם
קליינעם דארף, וואס זיי האבן נישט געוויסט עפעס בעסערעס

וואס מיר האט די וואך  אויפגערעגט איז געווען אז די האסט געהאט די העזה אין גאטס צי שרייבען כאילו די אידן וואס קלאמערן
זיך צי די סאטמערע שיטה זאלן ח"ו ח"ו ח"ו  האבן געזאגט - ימ"ש שייגץ -  אויפן פריענדיגען בעלזער רב זי"ע אויפן טשבינער
אויפן חזון איש, לב שמחה פני מנחם אין די אנדערע וועם די רעכענסט דארט אויס זי"ע איך געדענק נישט אלע נעמען

די ווייסט אז די האסט געשריבען שקר, די ווייסט אז עס איז שקר, אין עס איז א וואנדער אז אין תשס"ז זאל נאך איינער
האבן א געפיל צי שרייבען אזא פרעכן ליידיגען שקר ח"ו מלהזכיר אזא זאך אפילו עס איז צי שטוינען ווי ווייט ליידיקייט קען
ציברענגן אזאש אז מען זאל אזוינס אפשרייבען, אזאך וואס ברענגט ניטאמאל קיין ניצען, אין עס איז א וואנדער אויף די מנהלים
דא פארוואס זיי האבן נישט תיכף געמעקט דיין תגובה,

מיין תגובה איז נישט געווען געווענדט צי דיר, עס איז געווען א מחאה אויף דיין ווערטער





 

 



תוקן על ידי trant_lott ב- 21/03/2007 5:34:14

אבימלעבט » 21/3/2007 08:38

ר' טרענט

חוץ פון וואס מען האט  שוין דא געשריבען פריער, האב איך געהערט פון איינעם וואס האט אליין געהערט און תורה ודעת אין ווילי ווען דער בית ישראל איז נפטר געווארען ווי איינער האט אויסגעשריגען רח"ל כן יאבדו.... און קיינער האט נישט מוחה געווען,

אין זייער קעמפ און אין אנדערע מוסדות פלעג מען שבת ביים שטאלענט זינגען דעם באקאנטען מונקאטשער ניגון ציוניסטן מזרחיסטן אגודיסטען ימח שמם וזכרם רח"ל. מיט אמאל ווייסט קיינער נישט פון וואס מען רעד,

ווען ר' משה'לע איז געווען ביי אן אייניקעלס חתונה האט מען עם גהאלטען און איין שטויסען און מבזה זיין,

די ווארפסט אריין דעם בעלזער רב זצ"ל מילא פון אים האט מען מורא געהאט אבער דעטס איט,

_________________

 



תוקן על ידי אבימלעבט ב- 21/03/2007 8:44:18

Baachi » 22/3/2007 06:38

TRANT

ווער האט דא בכלל גירעט פון סאטמער?
איך האב געמיינט בעיקר די נטורי קרתא וגרוריהם. וואס ליידער טרעפען זיי זיך דאס פלאץ אין סאטמאר.

כאטש בעידנא דריתחא ווי למשל פאר א בחירות קען מען כאפן אין סאטמער אויך הערען אזעלכע פערל ווערטער אויף אלע גדולי ישראל.

אבער מאידך גיסא האב איך שטארק הנאה אז דו שעמסט דיך שוין מיט דעהם, די לייקנסט ווי אויך  דו פילסט דיך געטראפן.
געקומען א לאנגען וועג.
ווער ווייסט צו די אטאקעס אויף ויואל משה האבן נישט אחלק דערין?

איך האלט אבער דו דארפסט מפייס זיין די אמאליגע שרייבערס דא, זיי זענען גאנץ שיינע תלמידי חכמים. וועלכע האבן זיך העראאיש געשלאגן. אבער קעגן איין אמת איז אין עצה ואין תבונה...

לענינו
זעהר אינטערסאנט

גם רבים ממנהיגי המזרחי, על אף שהעריכו אותו הערכה רבה, התנגדו לפעולותיו ולהשקפת עולמו האקטיביסטית מדי לטעמם. הרב קוק ומנהיגי המזרחי נאבקו ביניהם מראשית הקמת התנועה ועד מותו של הרב קוק. זה חל עוד בהתנגדות הרב קוק לסיעת המזרחי כשרק הוקמה, ועד למאבקי כוח ברבנות הראשית, עת הראי"ה ניסה להציב מועמדים למשרות השונות מקרב חוגו נגד מועמדים של המזרחי. גם לאחר מותו של הרב קוק לא שככו הדי ההתקוטטיות,

גיי ווייס.

אלמלא לא באתי אלא לקרוא דבר זה...

תוקן על ידי - baachi - 22/03/2007 7:08:25

הצלה2006 » 23/3/2007 07:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

סאכדעס » 23/3/2007 18:55

צו וואס ברענגסטו דעם בילד? צו ווייזן אז ער איז טאקען געווען אזא שייגאץ? אדער פארקערט.

הצלה, רעדט אביסל.

_________________

aaatozzz » 23/3/2007 20:58

דאס דערמאנט מיך א מעשה יארן צוריק בין איך געשטאנען אויף בעדפארד עוו און געשמוסט מיט א סאטמארער יונגערמאן, איז אויף די אנדערע זייט גאס אדורך גאגאנגען ר' שלום פאאאגעל ז"ל אנגעטוהן מיטן גאנצען חסידישען לבוש, [דעמאלט זיינען געווען ווייניג וואס זיינען געגאנגען אזוי]  געב איך א זאג פאר דעם סאטמארער אינגערמאן געב א קוק דארט גייט ר.ש.פ. ! זאגט ער מיר איך גלייב נישט איך האב דאך געהערט אז ער איז א גרויסער שייגעץ, איך האב געמיינט זיכער אז ער גייט א גרויסען טשופ וכו',

_________________

יאגעלע » 23/3/2007 21:48

בייטש, ביי קיינעם שטייט נישט ארויס אזעלעכע ווערטער וואס דער הייליגע סאטמארע רבי בעל ויואל משה זצ"ל האט געשריבן נאר ביי קוק, וואס איך געדענק נישט פונקטליך אז ביי אים האט ער געשריבן זייער שארף.
ס'איז אביסל אנדערש ווי אלע אנדערע וואס סתם מענטשן רעדן.

Baachi » 23/3/2007 22:00

יאגעלע

ביזט הונדערט פראצענט גירעכט, דער ויואל משה האט נישט פון איהם געהאלטן.
פארדעהם טאהר שוין קיינער נישט האלטן פון איהם

בבקשה ממך, דו קענסט ביטע אויסרעכענן פון וועמען נאך ער האט נישט געהאלטן?
כי יראתי פן נכשל בעוון וגו'

יאגעלע » 23/3/2007 22:03

נישט האלטן פון אים איז איין זאך און שרייבן אפןשארף אזוי ווי ער האט געשריבן איז א צווייטע זאך.

Baachi » 26/3/2007 17:52

יאגעלע

איך בין מסכים מיט דיר גם לזאת. ער האט געשריבן אויף איהם שארף,  זעהר שארף. מורא'דיג שארף, ימח שמו שארף. כמעט אזוי ווי אויף ר' אביש קרולער.

איז דאס מחייב די גאנצע וועלט?

הועתק פון בח"ח

"ת, הדבר אינו מפתיע: כך גם נהג רבו, הרב אויערבך עצמו: "הרב צבי יהודה היה שולח אלי מכתבים שהיו אצלו, שנכתבו לאביו ולגדולי ישראל. הוא העביר לי אותם על מנת שיפורסמו ב´מוריה´. כשנולד בני הבכור, ביקשתי ממנו שיהיה הכהן בפדיון. הייתי מאוד קשור אליו. הוא היה אחר, הוא היה מיוחד במינו ? ראו שיש אצלו הוד קדומים. הייתי נכנס אליו הרבה מאוד.

"עד סוף ימיו של ר´ שלמה זלמן, הרעבע שלנו, כשהוא היה אומר ´דער רב´ ? זה היה הרב קוק. כך היה עשרות שנים. ולא רק הוא.

"היה פה עורך אחד שמצא קטע שהרב קוק הוציא והדפיס בקובץ תורני. לאחר שהכניס אותו לאוצר מפרשי התלמוד, עורך פלוני הוציא אותו. אחד מהעובדים התלונן על כך. קראתי לעורך ואמרתי לו: ´אני רוצה שאתה תלמד איתי את הקטע. אם יש לך קושיה ודבריו של הרב צריכים עיון, אז בבקשה´. הוא ענה לי: ´בכלל לא נכנסתי לעניינים. אני חושב שקטע מכתבי הרב קוק לא מתאים לאוצר מפרשי התלמוד´. אמרתי לו: ´מרגע זה אתה מפוטר´. הוא לא קיבל את הדברים, והלכנו לדין תורה אצל הרב אלישיב.

"הרב אלישיב היה מזועזע. הוא אמר לאותו עורך: ´אתה הכרת את הרב קוק? דע לך ? הוא היה קדוש. הוא לא היה שייך לתקופה שלנו ולא הבינו אותו טוב. בוודאי שר´ יוסף רשאי לפטר אותך. אני הייתי עושה אותו דבר´"
.

דו רעדסט דא פון די גרעסטע צוויי פוסקים בדורנו. ר' ש"ז אויערבאך זצ"ל ולהבל"ח הרב אליישיב.

אזוי פסקענען די היינטיגע פוסקי הדור. דער בי"ד של מטה.

יאגעלע זאג דעם אמת, קיינער חוץ אונז ביידע לייענט דאך מיילא נישט.
דו וואלסט געוואלט אז ביי דעם בי"ד של מעלה זאלן די צוויי פוסקים הנ"ל קומען אויף דיר עדות זאגן אזוי?

וואלסט דיך געלאזט קאסטן דערפאר א צוואנציגער?
הואז אבאוט א פיפיציגער?

התאחדות » 26/3/2007 23:57

די ביידע פוסקים באדערט מיר נישט אז זיי וועלן קומען עדות זאגן, (כ'פארשטיי בכלל נישט וואס פאלט דיר איין אז מ'גייט זיי פרעגן?)

חוץ מזה, די קשיות אויף קוק איז נישט געבוירן ביין סאטמערער רב.

_________________

13Hooper » 27/3/2007 02:16

קוק שרייבט בערך אזוי
אז דער מכבי כדורגל שפילער אין שבת האט א גרעסערע מצוה פין ??   אין מאה שערים

א קדוש ?    GIVE ME A BREAK

aaatozzz » 27/3/2007 02:32

אפילו אויב עס איז געווען סיבות זיך צו קריגען מיט אים בחייו ווערט נישט אויס גדול בישראל.

און וואס די שרייבסט 13 HOOPER איז שקר וכזב, אזוי האט מען געהאנדעלט קעגען ספינקא, קאסאן, בלעזא, ווישניץ, גור, קלויזענבורג, לובאוויטש וכו' וכו' שוין משנים קדמוניות, ווי אזוי גייט דער שפריכווארט וואס דארף עס זיין אמת עס איז דאך גוט............ נו שמייס אריין.......

_________________

דיפלאמאט » 27/3/2007 03:16

די אלע לשונות וואס ער האט געזאלט האבן געזאגט אדער געשריבן האב איך שוין געליינט אלס קינד אין די ליכט שטראלן אבער עס איז מיר אינטערעסאנט צו זען פון ווי דער מקור איז. אנדערש, איז מיר ענדערש אנצונעמען וואס אטאז שרייבט.

קאמענטאטאר » 27/3/2007 04:54

אין הלכות שייגאץ נעם איך נישט קיין שטעלונג בעפאר איך ווייס וואס פאר א צדיק איך בין, נאר כ'ברויך אפיר זוכען אין מיינע ארכיוון (גאנץ גרויס) און דא אפדרוקן איינע פון די ערשטע צוזאמטרעפונגען פון הרב ק. מיט ר' יוסף חיים זונענפעלד זצ"ל פון בעפאר ער זצ"ל האט נאך קענען געלערנט ק., דוכט זיך פון א גוט מקור.

אויפן מאמענט ליגט מיר נישט אין קאפ נאר וויאזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט אויפן מארד פון דר. ר' ישראל יעקב דע'האן הי"ד, אבער דאס וויל איך אויך נישט איבערזעצן בעפאר איך האב דעם פונקטליך לשון, כ'האף אז איך מאך נישט קיין טעות.

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 27/03/2007 4:57:17

allllways » 27/3/2007 07:19

די מעשיות ווי ער האט געלאזט פאלן די סטעיטמענטס (ווי למשל איבער די כדור רגל שפילער) איז לכאורה אמת, אבער ער האט געהאט א כוונה דערין  לויט זיין פילאזאפיע (אדער אהבת ישראל וכדו') . און איך האף איר קלערט נישט אז ער האט דאס געזאגט סתם אלס פוסטער ליידיגגייער, ער האט זיך געהאט זיין מהלך המחשבה.

איך וואלט געזאגט אז ענדערש ווי פירן א דעבאטע צי ער איז געווען א שייגעץ, וואס לכאורה לייקנט נישט קיינער דעם חלק פון זיין גדלות, איז ענדערש די פראגע צי זיין מהלך, וואס איז געווען היפש פרעמד און עפעס וואס מ'האט נישט געזען קיין סאך, איז געווען אויסגעהאלטן. אבער צו קענען ענטפערן דערויף מוז מען דאך קודם ארויסהאבן וואס זיין מהלך איז געווען און איך ווייס נישט ווער עס איז דא א מבין דערויף. (אפילו באטשי וואס האט אנגעהויבן אנצורירן, האט לדעתי נישט מכוון געווען, ווי מ'זעט צווישן זיינע ווערטער אז ער האט נישט ארויס דעם ענין און פארפעלט. )
און סתם צו זאגן מיינונגען אין עפעס וואס מיר האבן נישט קין אהנונג, איז זינלאז. מיר קענען אבער הערן וואס די גדולים האבן געזאגט. .

נאכאמאל, עס איז נישט אויסגעשלאסן אז ער איז נישט געווען קיין שגץ, אבער מיר, אלס אומוויסנדע, קענען דאס נישט אפמאכן ווייל מיר זענען זייער ווייט פון פארשטיין זיין געדאנקענגאנג.

allllways » 27/3/2007 07:26


די מעשיות ווי ער האט געלאזט פאלן די סטעיטמענטס (ווי למשל איבער די כדור רגל שפילער
) איז לכאורה אמת, אבער ער האט געהאט א כוונה דערין  לויט זיין פילאזאפיע (אדער אהבת ישראל וכדו') . און איך האף איר קלערט נישט אז ער האט דאס געזאגט סתם אלס פוסטער ליידיגגייער, ער האט זיך געהאט זיין מהלך המחשבה.

איך וואלט געזאגט אז ענדערש ווי פירן א דעבאטע צי ער איז געווען א שייגעץ, וואס לכאורה לייקנט נישט קיינער דעם חלק פון זיין גדלות, איז ענדערש די פראגע צי זיין מהלך, וואס איז געווען היפש פרעמד און עפעס וואס מ'האט נישט געזען קיין סאך, איז געווען אויסגעהאלטן. אבער צו קענען ענטפערן דערויף מוז מען דאך קודם ארויסהאבן וואס זיין מהלך איז געווען און איך ווייס נישט ווער עס איז דא א מבין דערויף. (אפילו באטשי וואס האט אנגעהויבן אנצורירן, האט לדעתי נישט מכוון געווען, ווי מ'זעט צווישן זיינע ווערטער אז ער האט נישט ארויס דעם ענין און פארפעלט. )
און סתם צו זאגן מיינונגען אין עפעס וואס מיר האבן נישט קין אהנונג, איז זינלאז. מיר קענען אבער הערן וואס די גדולים האבן געזאגט. .

נאכאמאל, איך זאג נישט אז עס איז אויסגעשלאסן אז ער האט געהאט א שלעכטן חלק, אבער מיר, אלס אומוויסנדע, קענען דאס נישט אפמאכן ווייל מיר זענען זייער ווייט פון פארשטיין זיין געדאנקענגאנג.

aaatozzz » 27/3/2007 07:40

ר' אלוועיס
וואס איז דער פשט "לכאורה אמת"

האט ר' אבישל געשחט'ן א חזיר ? יא אדער ניין,

ווייל מען הערט א זאך אסאך מאל, הייסט נישט אז עס איז דא אין דעם א שמץ אמת.

ברענג א מקור פליז.

_________________

 

 



תוקן על ידי aaatozzz ב- 27/03/2007 7:41:25

Baachi » 27/3/2007 15:25

קאמענטאטאר היקר

איך האב איבער געליינט דיין קאמענט אחת ושתיים

טאמער דו זאגסט עפעס אנדערש ווי "איך ווייס נישט" ביטע זיי מפרש.

allllways » 27/3/2007 19:47

אאאטאזז

דער "לכאורה אמת", האט געמיינט אז עס איז באוואוסט און זיינע פארעהרער (ווי ווייט איך ווייס) האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט, און זיי האבן דערין א פשט.

יעצט אויב ביסטו אזא אמת'ער מענטש אז דו מוזט טאקע "זען" א מקור ערגעץ צו יעדע מעשה און עס נאכגיין עד הסוף, קען מען ציילן אויף די פינגער וויפיל מעשיות זענען "געפראווט". א מעשה וואס איז עלטער ווי דיינע עלטערן, זענען שוין - אויב דארפסטו א פונקלטיכע מקור - אונטער שאטן...

aaatozzz » 27/3/2007 20:07

ר' אלוועיס שליט"א

ביי די וועי מען זאגט נאך פון נאסאדער רב זצ"ל אז ער האט געזאגט אז אפילו א צאנזער גוי איז ביי אים חשוב. [נא תקן הנוסח],

לגבי הרב קוק זצ"ל ווייס איך נאך נישט  וואס ער האט געזאגט, און לגבי וואס ער האט עס געזאגט, און צו ער אליין האט עס געזאגט,

איך האב געהערט פון א חשוב'ן איד פון פריערדיקען דור בזה"ל אז מען קריגט זיך איז נישט גוט, אבער ג-ט זאל אפהיטען מען זאל זיך נישט קריגען מיט א מענטש וואס האט א סאך צייט,

די ירושלימ'ער האבען געהאט א סאך צייט, און הרב קוק זצ"ל איז געווען זייער שלאג ברעט, על כן גלייב איך נישט קיין איין ווארט וואס מען זאגט אויף אים. פיריעד.

_________________

Baachi » 27/3/2007 20:20

ATOZZ

 פאר דעם אראפ ברענגען דעם נאסעדערס ווארט

ולא תהא כוהנת כפונדקית

דאס ווארט פון שפילען פוטבאל , האט ער מבטל געוועהן בפניו פון דעם גערער רבין, אפילו בכתב. דער מנח"א האט אבער געטענה'ט  אז קיינער ווייסט נישט פון דעהם.

סאיז געוועהן כשגגה היוצאת מלפני השליט, אויף דעהם שרייבט דער גערער רבי אהבתו לא"י קלקלה השורה, און די ליידיגייערס האבן זיך צוגעכאפט צו דעהם כביכורה בטרם קיץ. כאילו נאר דאס האט ער געזאגט כל ימיו.  

איך וואלט צו געשטעלט נאך א ווארט, איך וויל זעהן צו די לייענערס וועלן וויסן מבטן מי יצאו הדברים

"סאיז ענדערש זיך צו בוקען צעהן מאהל צו א ציילעם, ווי צו רעדען איין ווארט עברית"

aaatozzz » 27/3/2007 22:18

דער זעלבער וואס האט געזאגט אויפ'ן בעלזער רב זצ"ל ער פארשטייט צו פאליטיק ווי אט די שמאטע [שהחזיק בידו],

_________________

Baachi » 27/3/2007 22:44

הצד השווה שבהן אז סאיז א ביליגקייט צו כאפן א מענטש  פון דעהם וואס ער זאגט בעידנא דריתחא אדער באופן הפלגה כדי ממחיש צו זיין זיין מיינונג איבער עפעס.





Baachi » 29/3/2007 17:37

קיבלתי באישי ע"מ לפרסם מגולש חשוב פון בחה"ח

"אני יודע שאינך חסיד סאטמאר (בלשון המעטה), ובכן אולי זה לא מעלה ולא מוריד מה שאכתוב לך, אבל בכל זאת אבקש לתקן את הציטוט שהבאת שלא כנכון. אני יודע שלא בזדון עשית זאת, כי אינך הראשון שטועה בזה, ואף גם בסאטמאר יש שמצטטים כלשון שהבאת, אבל טועים הם.

האמת אגיד לך, שהציטוט כפי שהבאת צרמו לאוזני כמובן, ולכן חיפשתי את מקור הדברים עד שמצאתים. הם נאמרו בדינער למוסדות יטב לב בארה"ק (אינני זוכר עכשיו את השנה), שמעתי את הטעיפ, והנה לשון קדשו בערך:

דא אין אמעריקע ווער עס "לערנט" זיך אויס זייער שפראך, וואס דאהי אין אמעריקע איז דאס דאך א איבעריגע זאך, און ס'איז נאר ווייל ער וויל מיט שטיין מיט די מדינה, און ער איז מודה בכפירתם בה' ובתורתו, אויף דעם זאג איך ס'איז בעסער זיך צו ביקען צום צלם, ווי צו "לערנען" איין ווארט עברית. אויף די ארץ ישראל'דיע אידען קען איך עס נישט זאגען, ווייל דארט איז עס ליידער די שפה המדוברת, און מ'קען זיך נישט באגיין אן דעם. אם כן, יש לנו ב' הבדלים גדולים, המשנים את המכוון מן הקצה אל הקצה

(א) לא דיבר: פון "רעדען", אלא: פון "לערנען" די שפראך

(ב) לא דיבר מארץ ישראל, אלא מאמעריקע, מקום שאין צורך בידיעת שפת העברית

ויחי ההבדל הקטן ! "

עכ"ל

אזוי ווי דו האסט געשריבען. דיין נוסח המעשה איז נישט מעלה אדער מוריד.

לאמיך דיך פרעגן. לדעתך ווען איינער גייט פרעגן דעם סאטמערער רבי'ן צו ער מעג פאר פרנסה וועגן טיעטשן עברית אין א מאדערנע סקול. אדער צוליעב שלום בית. וואס וואלט געווען זיין תשובה.?

מאה_אחוז » 29/3/2007 19:27

ניט צו משער זיין אוואו ווייט נגיעות פארבלונזשעט א מענטשן, איך קוק מיט הפתעה אווי נארמאלע אידן קענען אוועקמאכן די מערכה וואס די קדמוני וגדולי ירושלים אבן געקעמפט אקייגן הרב קוק, איל וועל ממליץ זיין אוף דעם,  אהבה מקלקלת השורה, והשנאה מקלקלת השורה..

די גולשים וואס טרעפן קיינמאל קיינמאל קיין לימוד זכות אוף די קנאים, אפילו אוף גדולי ישראל, זאלן זיין כגובה ארזים גבהם, אויב זיינען זיי אקייגן ציונות אדער אקייגן אנדערע לינקע ענינים, זענען זיי אוטומאטיש פסול לחלוטין!, און שיסלאך חוב וועט מען אנגיסן אוף זיי בשפע, די זעלביקע שרייבער וועלן ניט טרעפן  קיין פיצקאלע ברעקל חוב אוף אזא אידן ווי ס'איז געוועזן הרב קוק, אדער אוף אנדערע לינקע רבנים ומנהיגים, וואס רוב גדולי ירושלים זענען ארויס בחרב ובחנית אקייגן אים

איך אב ניט צופיל צייט זיך אפגיבן מיט דעם, ועוד חזון.

ווער ס'וויל תיכף זען אפס קצהו פון די מערכת ירושלים, זאל קוקן אין ספר "מרא דארעא ישראל", (דער מחבר איז א סלונימר, ניט קיין סאטמארער), איך ווייס ניט אויב איז דער ספר שייך צו באקומען אין אמעריקה, אבער ס'איז כדאי דאס פארשאפן, און אייערע ידיעות וועלן זיך עפענען, איר וועט קענען לייגן אין א זייט די וויסטע "שנאת הקנאים", און לעבן אביסאלע מיטן אמת

בלאט: 1 2