| Baachi כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | לאמיך דיך פרעגן. לדעתך ווען איינער גייט פרעגן דעם סאטמערער רבי'ן צי ער מעג פאר פרנסה וועגן טיעטשן עברית אין א מאדערנע סקול. אדער צוליעב שלום בית. וואס וואלט געווען זיין תשובה.? |
|
באטשי היקר,
איך וויל זיך נישט מתווכח זיין דא. איך, און נאך פיל אנדערע גולשים דא ווייסן וועגן דעם מנהג וואס דו גלייכסט אזוי שטארק אפצופרעגן סאטמאר בכל מיני אופנים. נישט אז איך פארטיידיג אלעס. סאטמאר האט זיך געהאט זייערע ענינים וואס איך האלט זיי זענען אויסדרוקליך נישט גערעכט געוועהן. אבער עכ"ז בין איך אויפגעוואקסן א סאטמארער, און איך ווייס אז בלויז בזכותו של אותו זקן זענען מיר היינט ערליכע אידישע קינדער, שומרי תורה ומצוות על אדמת אמעריקע.
סאטמארער רבי איז געווען ממש אן איש השלם, ווי רובם ככולם פון די גדולי הדור, פון זיינע יונגע יארן ביז די עלטערע יארן האבן מעיד געווען אויף אים. איך בין נישט אויסן דא אנהויבן אויסצורעכענען זיין גדלות, ווייל מען קען שרייבן 100 יאר און נישט פארטיג ווערן. עס זענען שוין פארהאנען גענוג אויסגאבעס, און וויפיל מען שרייבט ווערט מען נישט פארטיג. ס'איז מיר גענוג אז ער אליין האט מעיד געווען אויף זיך אמאל אום פורים שיכור'ערהייט, אז "מיום עמדי על דעתי האב איך נישט מסיח דעת געווען פון השי"ת אפילו אויף א רגע". והדברים נוראים.
ער איז געווען א צדיק גענצליך העכער פון אונזער דור. איך מאך קיינעם נישט אוועק, איך זאג נישט אויף קיינעם קיין קללות, אבער דאס איז זיכער אז ער איז געווען איבער יעדן, בפרט אויב דו נעמסט צוזאמען תורה ותפלה וגמ"ח. קיינער האט נישט געפירט אזעלכע ישיבות מיט אזא סייעתא דשמיא און מפרסם געווען אזויפיל תורה, תורת אמת, און געעפנט אזויפיל מוסדות על טהרת הקודש איבער די וועלט. קיינער האט נישט אויסגעוואשן אזויפיל טויזענטער אידישע נשמות ווי ער מיט זיינע תפלות און הייליגע תורות, און קיינער האט נישט אויסגעטיילט אזויפיל צדקה וחסד אפילו פאר געגנער'ס, פון אגודה און מזרחי. כמעט נישט געגעסן און געשלאפן אין זיין לעבן. געלעבט נאר פאר יענעם און נישט פאר זיך.
פארוואס זאג איך דאס? ווייל אזא מענטש אז ער זאגט א זאך, איז עס ביי מיר גענוג מאסגעבנד. איך בין נישט דער גרויסער ת"ח, און אודאי ווייס איך נישט וואס טוט זיך אין די העכערע וועלטן אזוי ווי דער היילגער סאטמאר'ער רבי האט געוואוסט. ער האט מברר געווען
להלכה אז ציונות איז כפירה. אויב ביסטו מודה צו דעם, דארפסטו גארנישט מער. כפירה - אפילו עס איז באקליידעט אונטער א מאנטל פון תורה און צדקות - איז ערגער ווי אלע עבירות. ערגער ווי שרייען ימח שמו, און יא, ערגער ווי בוקן צו א צלם.
איך ווייס נישט גענוי וואס ער וואלט גע'פסק'נט ווען איינער קומט אים פרעגן דעם אויבנדערמאנטן שאלה. אבער איך קען נאר ברענגען א מעשה פונעם חפץ חיים ז"ל. ער האט געזעהן א איד פארקויפן גוי'אישע ביכלעך, האט ער אים פארגעהאלטן דערויף, האט אים דער איד געענטפערט אז דאס איז לצורך פרנסה, און ער האט נישט קיין ברירה. דער חפץ חיים האט אים געהייסן אויפהערן פארקויפן די ביכלאך, און ער וועט אים שוין שאפן א אנדערע פרנסה. אויף צומארגנס זאגט דער חפץ חיים פאר דעם איד, איך האב פארשאפט פאר דיר א פרנסה. אין דעם קלויסטער, זוכט מען איינעם וואס זאל קלונגען דעם גלאק ווען דר גלח קומט אריין. דער איד פארציטערט געעוארן, און אנגעקוקט דעם רבי'ן מיט צוויי שרעקעדיגע אויגן... און שיער געפאלן אין חלשות. זאגט אים דער חפץ חיים, יא יא, איך מיין עס אמת'דיג, די פרנסה איז מער אויסגעהאלטן ווי פארקויפן און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט ספרי מינות!!
דאס זעלבע דא. אויב זענען מיר מודה אז דאס לערנען עברית איז מינות און כפירה, איז שוין עפ"י הלכה קלאר אז זיך בוקן צו א צלם איז ליבערשט ווי דעם. ווי די גמרא ערווענט אין עטליכע פלעצער. סאטמארער רבי זי"ע האט דאס נישט געזאגט "פאר פאן", ח"ו, ער האט דאס געזאגט אז ביי אים איז דאס ברור עפ"י הלכה. און ער האט געטויגט מברר צו זיין א הלכה.
אודאי קען מען זוכן חסרונות אויף סאטמאר. די סאטמארע קהלה, וואס איז געווען א וועג ווייזער פאר די וועלט אין אלע אידישקייט ענינים אין וואס די וועלט איז אזוי שוואך געווען בימים ההם, ברענגט ארויס קנאה געפילן ביי אנדערע. נאכאמאל, איך מאך נישט ח"ו קיינעם אוועק. קלויזענבורגער רבי זצ"ל איז אויך געווען א צדיק וקדוש נשגב, וואס איך האלט אז די רדיפות אנטקעגן אים זענען געווען אומגערעכט. אבער למעשה עס איז געווען א מלחמה יענעצ צייט, און די מערכה אנטקעגן ציונית איז אזוי שטארק געווען, אז מען האט זיך נישט גערעכנט יעדע מאל מיט אלע הלכות לשון הרע און מחאה צי נאר עד כדי הכאה צי ועד בכלל. ווי אזוי גייט דאס ווערטל, ווען מ'שלאגט זיך ארום, קען מען נישט אויסרעכענען יעדן טריט און שריט, מ'טוט כל טצדקי צו האבן דעם אויבערהאנט.
איך בין נישט אויסן צו מאכן דא אן אפשאצונג אויף הרב קוק, און נאכאמאל, מיר איז גענוג אז מיין הייליגער רבי זצוק"ל, און נאך אזויפיל אנדער צדיקים וקדושים, ביי וועמען איך און מיינע עלטערן זענען אויפגעוואקסן, האבן געלאזט פאלן אזעלכע דיבורים אויף אים. דאס איז פאר מיר מער ווי גענוג. ער האט זיך אנטקעגנגעשטעלט ר' יוסף חיים זאנענפעלד זי"ע און אנדערע ערליכע אידן וואס האבן נאך עני-טיים ליב געהאט ארץ ישראל אזוי ווי ער, און ער האט געלאזט פאלן כמ"פ ווערטער וואס אסור לשמעם. איך ווייס טאקע נישט צי ער איז געוועון "אזא" שגץ, גענוי וועלכע לעוועל, אבער די תורה און צדקות מיינט ביי מיר "גארנישט" אויב מען האט געזעהן אזעלכע עניני כפירה זיך דרייען ביי אים אין קאפ. אסאך פארפירערס פון כלל ישראל זענען געווען גדולי תורה און קדושים.
לסיומא דמילתא, באטשי זיסער, איז אזוי: אויב ווילסטו אויסהערן די רבנים מצד השני, פיין און וואויל. דו ביסט דאך נישט אליין זיכער מיט זיין צדקות, נאר דו פאררופסט זיך אויף אזויפיל רבנים וגדולים וואס האבן געגעבן שטיצע פאר הרב קוק, און שרייבן אויף אים גדולות ונצורות. פיין. אבער האב נישט טענות אויף די אנדערע חלק מענטשן וואס הערן וואס אנדערע צענדליגער גדולי ואדירי דור האבן געהאלטן, ויש להם על מי לסמוך.
ואת והב בסופה.