מיינע טייערע פריינט, בערקאוויטש און מלוה מלכה,
א גיט מארגן און א גוטע וואך,
ענטשולדיגט פאר ענטפערן אביסל שפעט,
נעכטן ביינאכט האבן מיר געהאט דא אין בארא פארק א הערלעכן דינער,
און איך האב אפילו נישט געפענט דעם קאמפיוטער,
נאכן זמן בין איך גלייך געלאפן אין זאל, ווייל איך בין דאך פון די עסקנים,
און ס'איז ב"ה געווען א מסיבה אזוינס און אזעלעכס, א סוקסעס למעלה מן המשוער,
דער רבי שליט"א האט געזאגט א דרשה וואס דער עולם האט זיך באלעקט די פינגער,
און א שיינער עולם האט נאך די דרשה מוסיף געווען מעכטיגע סכומים לטובת מוסדותינו הקדושים,
אבער וועגן דינער, נעקסט טיים, יעצט נחזור לענינינו,
בערקאוויטש, איך ווער שוין מיד פון דיינע BLANK STATEMENTS, דו באשולדיגסט מיך אין "ארגומענטן קעגן די פאקטן"
און נעמסט דיך נישט די מוה צוברענגען אפאר מראה מקומות, איבערצוצייגן די אויפריכטיקייט פון דיינע טענות, בעיקר האב איך הנאה געהאט פון דיין ענטפער "און אז איך וועל דיר זאגן אז איינער פון אונזערע חשובע דיינים האבן יא געזעהן א קול קורא פון גדולי הרבנים און רבנים מיין איך לגמרי נישט זאלי רבנים! וואס וועסטו ענטפערן? און די סיבה פארוואס עס דרייט זיך נישט אויף דער גאס פארשטייט יעדער בר דעת וואס קען אביסל די פערשוינען....." ווילסט באמת וויסן וואס איך וואלט געזאגט "אויב" דו וואלסט דאס געזאגט, איך וואלט געזאגט אז בערקאוויטש איז א גרויסער שקרן... (אגב: איך האב גערעדט מיט א חשובן דיין פון וויליאמסבורג, גראדע נישט א אהרוני, און ער זאגט מיר אז ער האט געזען א קול קורא פון אלע גדולי הרבנים פון וויליאמסבורג ווי זיי זענען קלאר מתיר דעם עירוב, נאר פארשטענדלעך געבן זיי דאס נישט ארויס פאר פחד פון איינעם טייטלבוים און איינעם גרינבוים, ווידער זאגט מיר א צווייטער חשובער דיין, אז ער האט אליין געזען א קול קורא אז די פלייש פון 82 בוטשער איז נבילה און טריפה ווייל דער בעל מכשיר פארשטייט בכלל נישט צו קיין ניקור, אבער פארשטענדלעך האבן זיי דאס מורא ארויס צו געבן, זיי צוטערן פון עפעס א באנדע "ראדני שלעגערס" (איך ווייס נישט פונקליך וואס דאס מיינט, אבער דאס איז זיין לשון), ועל כולם זאגט מיר א חשובער רב, מגדולי ההוראה, אז אלע רבנים האבן שוין געזען דעם קול קורא אינטערגעשריבן פון אלע גדולי הרבנים פון די עדה החרדית אין ירושלים אז גיין צו די בחירות אין ארץ ישראל איז א מצוה רבה און א חוב קדוש, אבער זיי האבן מורא דאס ארויס צו געבן פון פחד פאר די סאטמארע חסידים,)
גראדע אויס צו ליפטערן די גאנצע פרשה ברענגט יא א נוצן פאר יעדן, אויסער פאר קעסטענבוים און נאך אפאר רשעים, די שלעזינגערס באקומען הונדערטער פיוס טעלעפאן קאלס, אידן בעטן זיי איבער, זיי זאגן אז זייער שווייגן איז געווען עפעס א סימן פון שתיקה כהודאה, אבער אצינד זעהן זיי קלאר דעם אמת, אז קעסטענבוים פירט דא א מערכה נאר מיט איין ציל, זיי צו באגנבענען, צעווישו די רופערס זענען אפילו געווען עטלעכע דיינים און אפילו א רב פון א בית המדרש וואס האט צו געקיקט ווי מען איז מבזה איינעם פון די שלעזינגערס און האט נישט מוחה געווען, און אויף דעם האט ער זיי מפייס געווען, אלזא בערקאוויטש, די דיסקאשן איז זייער נוצלעך.
איך ווייס נישט וואס איך האב געדארפט ענטפערן אויף "לויער שוויממער", ס'איז נישטא קיין שום קשיות דערויף, די מעשה איז געווען ווען א רב א תמים איז געקומען צום נייטרא דיין מיט פאפירן אין די האנט, מיט גרויסע טענות הלמאי ער האט געזאגט אז די שלעזינגערס / שווימער זענען נישט קיין מוסרים, און ער ווייזט עם דאקאמענטן וואס מען האט עם געברענגט אז שוויממער האט איבערגעגבן פאר די רעגירונג הויפנס מיט מאטריאל ווי נפתלי האט באשווינדעלט די רעגירונג, דער נייטרא רב נעמט די פאפירן און האט גלייך געזען דעם בלאף, אז דער שוויממער איז גאר א לויער און נישט אונזער ישראל אלימלך, פרעגט דער נייטרא רב דעם רב, זאגס נאר, פארוואס האט מען אייך געשיק צו מיר, האט דער יעניגער נישט געקענט אליין קומען צו מיר?, גיט דער רב א שאקל מיט די פלייצע, זאגט דער נייטרער רב, איך וועל אייך זאגן, זיי האבן געוויסט אז מיך קענען זיי נישט נארן, און גיטס זיי איבער בשמי, אז זיי זענען עתיד ליתן את הדין, בערקאוויטש, איך האף אז אלעס איז פארענטפערט געווארן, ווייל אויב נישט, הייסטו נישט בערקאוויטש, נאר קעסטענבוים.
בערקאוויטש, איך ווייס נישט ווער ס'איז ידידינו הנגיד י.ל. לאמיך וויסן וועל איך פראבירן געוואויר ווערן וואס עס טיט זיך מיט זיין בלוט, איז דאס א עלילת דם, אדער יש דברים בגו, (טאמער ווילסטו ניש שרייבן ברבים וועגן דעם י.ל. קענסטו מיר שרייבן אין אישית).
איך גיי יעצט ליינען דעם נייעם קעסטענוים חיבור "אין קץ לדברי רוח" (האט דאס עפעס א שייכות צו פקודתו שמרה רוחי?), און איך וועל בל"נ שרייבן מיינע אבזערוואציעס, נאך פארן ליינען ווייס איך שוין אז דער חיבור איז איין שטיק "דברי רוח" ווייל איך קען די פרשה דורך און דורך, מיט יעדן סעיף קטן, און איך ווייס קלאר אז טראץ וואס זיי האבן עם זייער פיינט, און זענען אויף עם מלא טענות, און זיי האבן עם נישט געוואלט לאזן פארדינען פון זיין גניבה וגזילה, עם כל זה האבן זיי עם נישט געמסרט, און אויב איז זייער עדות'שפט יא בכלל מסירה, זענען זיי אויף די באטעם פון די ליסטע פון מוסרים, נאך קעסטענבוים, ווייזער, ברוין, גליקמאן, יאקאבי, ניימאן, ועוד ועוד, (און טאמער מעג איך אריין מישן סאטמאר, וואלט איך געהאט נאך א דאזן נעמען פון גרעסערע מוסרים, נאר מען האט געבעטן נישט אריין צו מישן סאטמאר, ופקודתו שמרה רוחי).
_________________