היימיש-געמאכטע ווערטער
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2087023
בליקנדיג (פערצופאל) אין די בלאט פון די וואך האב איך באמערקט צוויי ווערטער וועלכע האבן געצויגן אויפמערקזאמקייט.
1)"די04 'עלעקציעס".
איך פארשטיי נישט וואס איז דער פראבלעם פון שרייבן דאס ריכטיגע ווארט "וואלן". אדער אויב ווילסטו דוקא יא שרייבן ענגליש, דאן שרייב "עלעקשאנס",און פארטיג. אבער וואס איז פשט פון די אייגן געמאכטע ווערטער?
2)"אסעסינאציע".
צי ווייסט איר טאקע נישט פון דעם ריכטיגן ווארט דערפאר, "אטענטאט".
עס איז דאך א שאנדע אז יעדער שרייבערל קען באשאפן אייגענע ווערטער. עס איז דא גענוג ווערטער וואס איז טאקע שווער איבערצודרייען און פאראידישן, אבער אזעלכע ווערטער וואס איז אויך ב"ה אינעם אוצר פון אונזער מאמע-לשון, זע איך נישט קיין סבה צו דארפן פאבריצירן. אפשר זאל יעדער "אייגענע סטיל" שרייבער אפשרייבן אן אייגענעם דיקשאנערי, אדער כאטש צולייגן א זייטיגן קעסטל ביים ארטיקל פון די נייע חידושים.
ירידת הדורות...
תוקןעלידיallllwaysב-19/11/20065:54:29
תוקן על ידי allllways ב- 19/11/2006 6:00:48
איך אגריע מיט אנייע "דיקצענעריע" (Didtionary)
זיי ווילן דוקא עס זאל אויסזען ביליג כדי צו מאכען דעם רושם פון נו יארק פאסט.
דאס זוכען זייערע ליינער.
יעדע שפראך גייט דורך אן עוואלוציע. ס'איז אויסדריקליך ערלויבבאר צו איינגלידערן "פרעמדע" ווערטער צו פארשענערן א פראזע. ספעציעל אויב די ווערטער קומען פון א שוועסטער-שפראך ווי ענגליש. העלפט פון די ווערטער וועלכע מיר נעמען אלס ארגינעל שטאמט פון אנדערע שפראכן.
_________________
שלמה זלמן
איך וויל פרעגן א שאלה שלא מן הענין, וואס עגבערט מיר אין קאפ שוין א לענגערע צייט:
ווען איינער איז עפעס מתקן אין היידפארק אויף זיין תגובה, קומט ארויס "תוקן-ע"י:..דיין נאמען". אסאך מאל איז עס מיט געהעריגע ווערטער, און אסאך מאל אין פיצעלע ווערטער אין גרויע אותיות, וואס איז פשט? ווען נוצט ער וואס?
למשל קוקט אויבן אויפן ערשטן תגובה פון ALLLWAYS, גאנץ אונטן, איז דא ביידע. וואס מיינט דאס?
ברענגסט ראיות פונעם בלאט? די אלע ווערטער זענען א ווערטל אנטקעגן "אויסשווארץ" ביי א בלעקאוט!...
יעדער צייטונג האט זיינע מעלות און מאדנע זאכן. וואס קען מען טאן?
שלמה זלמן טייערער
ס'איז שווער אראפצושלינגען אזעלכע ווערטער .
זאג מיר, צי האלטסטו טאקע באמת אזוי? צי האסטו נישט קיין שום פראבלעם ווען איינער שרייבט אייגענע אויסגעטראכטע ווערטער?
דאס וואס דו זאגסט אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו איינגלידערן פרעמעדע ווערטער צו פארשענערן א שפראך, איז, במחילת כבודך, לענ"ד זייער נישט אין פלאץ דא. ווייל במה דברים אמורים ווען עס פעלט אזא סארט אויסדרוק אין אונזער שפראך, אדער ווען יענץ מאכט עס שענער, ברענגט בעסער ארויס וכדומה, דאן קען מען נאך אפשר נאכגעבן, אבער ווען עס באשטימט א געהעריגע ווארט פאר א זאך, דעמאלט וואס איז די משוגעת פון מאכן אן אייגנס? און לשיטתך, וואו שטעלט זיך דאס אפ? צי קען איינער שרייבן "אטענטאט", א צווייטער וועט שרייבן "אסעסינאציע" , א דריטער "אסאסינאציע", א פערטער "אסאסינאציאטעט" און א פינפטער "אשעשינאציע", און אזוי ווייטער? קאם אן.
זיכער זענען פילע שפראכן א געמיש פון אנדערע, אבער צי מיינט דאס אז יעדער קען שטענדיג צולייגן ווערטער כפי אוות נפשו? צי האט דאס נישט קיין שפראך-קענער וואס זיצן און באשטימען?
וויאזוי טראכטסטו וועלן מיר קענען קאמוניקירן פופציג יאר ארום, אויב יעדער וועט זיך האבן זיין אייגענע ווערטער-בוך?
איך זע באמת נישט פארוואס עס פעלט אויס א דיקשאנערי, יעדער קען דאך ארויסנאגן פון פינגער אדער פון דמיון א פרישע ווארט, און פטור אן עסק?ן
"אנדערסטענסטו" וואס איך זאג? אדער איז עס צו "קאמפליקאטירט"?
מר. אללוועיס. כ'האב שוין לאנג אויפגעגעבן. כ'בין אויך אמאל געווען א פיוריסט, א קארעקטער. כ'האב פונקטליך געוואוסט וועלכע ווארט באלאנגט אדער באלאנגט נישט אין אידיש און וויאזוי איטליכער ווארט ווערט אויסגעלייגט. ס'האט מיר געגריצלט צו ליינען אין אנשטאט און, פין אשטאט פון אא"וו. ביז איך בין געקומען צו די החלטה אז כאטש ס'טוט וויי און דאס הארץ רייסט איז דאס דער דרכו של עולם. דער פריערדיגער דור האט טענות אויף אונזער אידיש. זייערע עלטערן זענען נישט געווען צופרידן פון זייער אייגענעם אידיש און מיר וועלן פאררעכטן אונזערע קינדער אויף זייערע טעותים. אדרבה, עפן א בית יהודה חומש און זאג ווי קארעקט דער אידיש דארט איז צום היינטיגן אידיש? שטעלט אייך פאר ווען איינער זאל היינט צו טאגס שרייבן אזא אידיש.
דער וואס האט געשריבן "אסאסינאציע" אנשטאט אטענטאט האט דאס לכאורה געטוהן פון פוילקייט. ער האט פונקט נישט געדענק דעם ריכטיגן ווארט און ס'איז אים אנגעקומען גרינגער צו איבערטייטשן אסאסינעישן אויף אידיש אשטייגער ווי אינפארמעישן / אינפארמאציע. אבער מ'קען דאס אויך אנקוקן ווי נאך א וואריאציע (אויסוואל?) צום ווארט אטענטאט. וואסי אזוי געפערליך צו האבן עטליכע ווערטער פונעם זעלבן באדייט?
_________________
שלמה זלמן
אין א קורצע צייט ועלען אונזערע צייטונגען אויסזעהן אומגעפעהר אזוי:
__________________________________________________
The European Commission has just announced an agreement whereby English will be the official language of the European Union rather than German, which was the other possibility. As part of the negotiations, Her Majesty's Government conceded that English spelling had some room for improvement and has accepted a 5-year phase-in plan that would be known as "Euro- English." In the first year, 's' will replace the soft 'c'. Sertainly,this will make the sivil servants jump with joy. The hard 'c' will be dropped in favor of the 'k'. This should klear up konfusion and keyboards kan have one less letter.
There will be growing publik enthusiasm in the sekond year when the troublesome 'ph' will be replased with the 'f'. This will make words like 'fotograf' 20% shorter!
In the 3rd year, publik akseptanse of the new spelling kan be expected to reach the stage where more komplikated changes are possible. Governments will enkorage the removal of double leters which have always ben a deterent to akurate speling. Also, al wil agre that the horible mes of the silent 'e' in the languag is disgrasful and it should go away.
By the 4th year, peopl wil be reseptiv to steps such as replasing 'th' with 'z' and 'w' wiz 'v'. During ze fifz year ze unesesary 'o' kan be dropd from vords kontaining 'ou' and similar changes vud of kurs be aplid to ozer kombinations of leters. After ze fifz yer ve vil hav a rali sensibl ritn styl. Zer vil be no mor trubl or difikultis and evriun vil find it ezi tu undrstand ech ozer.
Zen Z Drem Vil Finali Kum Tru!!
כ'גלייך אויך ביין שרייבן דא אויף היידפארק אדער אין היימישע קרעטשמע אויסצולייגן ווערטער לויט דעם פוילקייט וואס כאפט מיר אן אין די מינוט וואס איך שרייבעס, אבער אין א צייטונג אדער אויסגאבע בין איך שארף דערקעגן, כ'מיין אז נישט יעדע פוילקייט פון יעדן שרייבער דארף אריינגיין אין לעקסיקאן, בפרט אויף ווערטער וואס כ'וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען דעם באדייט דערפון.
שמעק; מסורת באנוצער ווען זיי זענען מתקן א תגובה קומט דאס אויס גרויס, נישט מסורת קומט אויס קליין דער תיקון שעל ידי.
ר' שלמה זלמן
איך פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער דאס גיט נאך נישט רעכט פאר יעדן צו העלפן מיט'ן עוואלוציע, צי וועלן די היימיש פאבריצירטע ווערטער פון יעדן יחיד אויסמאכן צום עוואלוציע, און צי וועט יענעמ'ס פוילקייט, ווי דו שרייבסט, אויסמאכן צום אידישן שפראך?
אלס מאנסי איינוואוינער האסטו שוין אויך זיכער געהערט די סארט אויסדרוקן: "וואטש אויס" (wach out) וכדומה. דאס איז נישט א טייל פון עוואלוציע, דאס איז פשוט'ע אמעראצעס אינעם אידישן שפראך. די זעלבע איז דא.
צי וועסטו טאקע נישט האבן קיין פראבלעם אז יעדער זאל זיך צולייגן ווערטער ? צי וועט דיך טאקע נישט באדערן אויב קומענדיגע וואך וועט איינער שרייבן א קעפל אינעם בלאט "בוש האט געזאגט סאנדעי (זונטאג), אז אין דזשענוערי (יאנואר) וועט מען אנהויבן דעם פּראסידזשער (פראצעדור) פון ארויספּולן (ארויסציען) די פארסעס (קרעפטן) פון איראק."
לכאורה איז דאס נישט קיין פראבלעם, ווייל עס וועט פשוט זיין א גרעסערע "וואריאציע" פון ווערטער...
יעדער שרייבער קען דען אפמאכן צו געבן א נייעם נאמען אויף יעדע זאך? איין איינציגע שרייבערל קען דען קאנטראלירן די עוואלוציע פון א שפראך?
עס גייט נישט אזוי, עס איז אין לדבר סוף.
קום אויף (קאם אן), שנייד מיר אביסעלע סלעק...
אלוועיס,
איך, בעניי, ובזכות אבותי ורבותי הק', בין מיט דיר פולקאם איינשטימיג. אמת, שפראכן גייען דורך פארשידענע עוואלוציע שטאפלען; אבער דאס געשעט נישט ווען א צייטונגס שרייבער (און דאס איז שוין נאך דעם וואס מיר וועלן מוזן מסכים זיין אז מיר רעדן דא פון "צייטונגס שרייבער") האט שלשול. עס "געשעט". פשוט. א דוגמא? "פלאר" איז מסתמא א ריכטיג-אידישע ווארט. "פאדלאגע" איז אין דער אידישער שפראך אריינגעטראגן געווארן פון פויליש.
בן אדמ'ל
ריכטיג זענענן דיינע רייד.
אגב, איך גלויב אז אבותי האט זיך נאר נאכגעשלעפט, אבער רבותי הק' פארטרעט ווארשיינליך איינעם צוויי, טא לאז וויסן ווער זיי זענען, די וועג-ווייזער?
ואגב דאגב, מיין איך אז דער סעמיקאלאן (;) וואס ליגט נאך דאס ווארט "שטאפלען", איז נישט אזוי אויסגעהאלטן. דזשאסט טיזינג...
אלוועיס,
אבותי מיינט דא ע"ש רבו קודם לאביו, ובתורת ק"ו.
רבי'ס האב איך געהאט מערערע, אבער זייערע נעמען זענען תמיר ונעלם וכמה דאת אמר, "אין מגלין אלא לצנועין."
"דזשאסט טיזינג"?
פארשטיי נישט דעם טייטש. כל זמן אונזערע "צייטונגס שרייבער" האבן נישט באשלאסן אז די דאזיגע ווערטער זענען אידישע, האסטו נישט קיין רעכט זיי צו ניצן אין דער אידישער שפראך!
תוקן על ידי menchele ב- 24/11/2006 19:58:09
איך בין אויך דא אפצוגעבן מיין שטימע קעגן די אומפראפעסיאנאלע וועג פון אויסנאגן ווערטער פון קליינעם פינגער און זיי אריינשטעלן אין אן אזויגערופענע "פראפעסיאנאלע צייטונג".
איך האב זיך אויך אנגעקלאפט די וואך אין עטליכע ווערטער אין "בלאט" וועלכע האבן געשיינט אביסל מאדנע, אדער בין איך פשוט דער וואס דארף מער ליינען און ארויסקראצן אידישע ווערטער-ביכער.
איין ווארט שטייט דארט : "דעליקאטעסטן".
דערנאך שטייט א גרויסע קעפל ווי פאלגענד: "א שפאס ווערטל וואס ריזיקט מיט געלט". וואספארא ווארט איז "ריזיקט"? לכאורה האבן זיי געמיינט: "ריזיקירט". אבער אליין אראפנעמען אותיות, אן רשות, היתכן?
אויך האב איך עטליכע מאל געזען "לאקאציעס". וואס איז שלעכט מיט "פלעצער", ערטער" .
דאס ערשטע ווארט,
דעלעקאטעסען, איז יא אן אלטער ווארט.
שלוםשטוב. שרייבסט אז "
דאס ערשטע ווארט,
דעלעקאטעסען, איז יא אן אלטער ווארט". דאס איז מיין פונקט א גאנצע צייט. ווען א פרעמדער ווארט ווערט "אלט" ווערט ער באטראכט אלס אן אייגענער. משא"כ אויב א שרייבער לייגט צו א נייעם ווארט ווערט ער פארשריגן אין זיין אומארגינעל. דער ערשטער שרייבער וואס האט געשריבן "דעליקאטעסן" האט פאר'אידיש'ט אן ענגליש ווארט. נאר נאכ'ן נוצן דעם ווארט גענוג לאנג איז ער אריין אין אידיש.
_________________
שלמה זלמן
ווען מ'רעדט פון שפראך מוז איך מיך אנרופען...
איך שעם זיך פאר מיר אליין צומאל, ווען איך באגעגען מיך מיט נייע ווערטער חדשים לבקרים רבה,
ר' סענדר דייטש למשל ווען ער האט מחדש געווען דעם ווארט "טראגי-קאמיש" האט ער געזאגט א לענגערע לשם יחוד בעפאר מיט א ווארימע תפלה יה"ר דאימור "מלה" דתתקבל, אבער די היינטיגע אינגווארג ווער "די העק" האט זיי געפרעגט?
"טראגי-קאמיש" איז עלטער פון ר' סענדער ע"ה.
_________________
שלמה זלמן
אפשר טראגיש און קאמיש, אבער דער צוזאמענשטעל מיין איך איז זיין'ס
מפוקל
טראגי-קאמיש איז פיל עלטער ווי ר' סענדר. דער אויסדרוק איז אויף די ענגלישע שפראך,
כזה: tragi-comic
שלמה זלמן
לויט דיר איז קיין שום פראבלעם 'פאר קיינעם' צוצולייגן 'וועלכע ווארט עס שמעקט' צו אונזער אידישן שפראך, מיט די טענה אז אלעס איז סייווי גענומען פון אנדערע שפראכן.
דעריבער, אן אריינצוגיין נאכאמאל אינעם עצם ענין וואס איך האב שוין מסביר געווען, וויל איך וויסן צי איז דיין היתר אויך גילטיג ביי די ענגלישע שפראך? אויסערדעם וואס ענגליש איז אויך א צוזאמשטעל פון אנדערע שפראכן, קומט דארט אויך צו יעדעס יאר ווערטער צו זייער דיקשאנערי, טיילמאל פון אנדערע שפראכן (למשל, חוצפה, שלעפ א.ד.ג.) לויט ווי זיי פעלן אויס, דעריבער לשיטתך דארף יעדער שרייבער אויך דארט מעגן צולייגן ווערטער כפי גוסטע שלו?
דו האסט טענות: "משא"כ אויב א שרייבער לייגט צו א נייעם ווארט ווערט ער פארשריגן אין זיין אומארגינעל." דאס מיינט אז אין קורצן איז דיין טענה פארוואס בלויז דער וואס האט געשריבן דעם דיקשאנערי האט די רעכט צוצולייגן ווערטער...
אללוועיס. נישט דער בעל הדיקשיונערי לייגט צו די ווערטער צום שפראך נאר די "גאס" טוט דאס. די נייע ווערטער אינעם דיקשיונערי פון היי יאר זענען די סלענג ווערטער פון לעצטן יאר. איז למעשה בין איך געקומען צו אזא מסקנה: מיר אלס פיוריסטן און שפראך קענער (המ... המ...) דארפן פייטען (איזדיקיווען? קריגן? שלאגן?...) פאר די גאנצקייט פונעם שפראך און נאר אזוי וועט נישט אריינגיין "צו פיל" נייע ווערטער אינעם שפראך. ס'הייסט אזוי: נייע ווערטער וועט נאטורליך צוקומען יעדעס יאר ווייל ווי געזאגט גייט יעדע שפראך דורך אן עוואלוציע; אבער מיר דארפן דאס אטאקירן כדי ס'זאל נישט ווערן הן הפקר וועלט. בין איך גערעכט?
דו ברענגסט ענגליש אלס א ראיה. איך האלט אז פון ענגליש איז א ראיה צו מיר. וואו נאך האסטו א שפראך וואס איז א שמעלץ טאפ פון אזוי פיל שפראכן? יעדער אמעריקאנער ווייסט פון זיין rendezvous.
וואס איז שלעכט מיט meeting point? נאך משלים וואס ליגט מיר יעצט אויפן קאפ: deja vu, cliche, gormet און נאך. וואס זענען אלע פראנצויזישע ווערטער. נאר וואס דען? ס'איז אמאל א לאנגע צייט צוריק געזעצן א צייטונג שרייבער און געזוכט א קנאקעדיגן ווארט פאר "מ'האט שוין געהערט / געזען אזא זאך" האט ער אפיר געקראצט deja vu, אא"וו.
לאמיר דיר פארציילן א וויץ (דזשאוק): כ'האב אפגעשטעלט א קינד אויפ'ן גאס דא ביי אונז אין מאנסי און איך פרעג אים "וואס איז געשען מיט דיין אויג?" ענטפערט ער מיר: "מיין ברודער האט מיך געפאקן אין די אייס און פון דעם האט עס געהעפענד..."(מיין ברודער האט מיר געשטאכן אין די אויגן און פון דעם איז עס געשען).
_________________
שלמה זלמן
מפוקל'ס תגובה ווייזט אויף דער סיבה פארוואס דער מצב פון אידיש ליין-מאטעריאל איז געפאלן צו אזא שרעקליכן נידעריגן שטאפל.
איך זאג נישט אז סענדער איז געווען 100 פראצענט פערפעקט, אבער בעסער ווי כמעט אלע היינטיגע היימישע צייטונג שרייבערס איז ער יא געווען, און ווען דאס יונגווארג האט געזען אין זיינע ארטיקלען ווערטער וואס זיי האבן עפעס נישט פארשטאנען, האבן זיי אפגעמאכט אז סענדער פאבריצירט די ווערטער, מיט אדער אן א לשם יחוד, און זיי האבן ביי זיך אפגעמאכט אז "אויב סענדער מעג פאבריצירן ווערטער מעג איך אויך, און וויבאלד כ'האב געלערנט די כללים פון אידיש-שרייבן אין כתה ד' קען איך אויך ווערן א שרייבער."
נישט לאנג צוריק האט משה לייב דייטש אין אן ארטיקל אין דער איד גענוצט דאס ווארט "פרוסטרירט", און דער בלאט האט געטריבן ליצנות אז משה לייב האט אויפגעמאכט דאס ווארט, ווען פאקטיש איז דער בלאט געווען דער חוזק, מיט'ן נישט וויסן אז פרוסטרירט איז אן אנגענומען אידיש ווארט.
איז אזוי: ווילאנג היימישע צייטונגען האבן געהאט כאטש געוויסע פרינציפן, האבן די דאזיגע זעלבסט-געקרוינטע שרייבערלעך געשריבן אין גרויסע צייטונגען נאר אין זייערע פאנטאזיעס, אבער דאן איז אויפגעקומען די אויבנדערמאנטע צייטונג, וואו די איינטריט קוואליפיקאציעס זענען באגרעניצט צום שתי-שערות יארגאנג און א געהאלט פון לכה"פ איין דאלאר ווייניגער פון דעם מינימום וועידזש, און האט אראפגעקלאפט דעם ניווא פון היימישע שרייבעריי ביז צום נידעריגסטן לעוועל. עס האלט יעצט ביי א מצב אז אין 20 יאר ארום זאל נישט זיין כמעט קיין צייטשריפט וואס א נארמאלער מענטש זאל קענען אריינצונעמען אין שטוב, ווייל דער איד האט אויך געמוזט פארקלענערן זיין סטאנדארט, כדי צו קענען קאנקורירן מיט'ן בלאט, און די גוטע שרייבערס לאזן איבער דאס שרייבעריי פעלד אין די מאסן.
די הויפט סיבה פארוואס דאס איז געשען איז ווייל די פירערס פון בלאט קענען נישט שרייבן אידיש אדער ענגליש, און דעריבער מיינען זיי אז יעדער וואס קען יא שרייבן אפאר ווערטער אין אידיש איז באשאנקען מיט אן אויסערגעווענליכן טאלאנט, ווער רעדט נאך אויב יענער איז מסכים אנצונעמען א דזשאב ביי זיי פאר "בילאו די מינימום וועידזש."
דעם בלאט דארף מען אסר'ען נאר פאר דעם חטא פון אזוי מבזה זיין דאס חרדי'שע אידנטום איבער דער וועלט, און מאכן אויסקוקן יעדן פון אונז ווי נארישע ליידיגע קעפ. דער פארווערטס און אלגעמיינער באלעקן זיך די פינגער מיט די נארישע ארטיקלען אין בלאט, און זיי נוצן דאס אלס באווייז אז חסידים זענען שמאלע קעפ.
תוקן על ידי - ziskeit - 30/11/2006 7:15:29
זיסקייט
דער בלאט קען מען נישט אסערן פונקט ווי מען קען נישט אסערן דעם נו יארק פאוסט.
אמת דער בלאט איז דאס נידריגסטע שפראך וואס קען נאר זיין, אבער כנראה אז דאס וויל דער עולם, אויב דער עולם וואלט געוואלט בעסער'ס וואלטען זיי נישט געקויפט דער בלאט, אין דער בלאט וואלט געמוזט זוכען בעסערע שרייבער.
נישט ריכטיג, דער עולם וויל דאס נישט.
אבער דאס איז א פארטיי צייטונג, און דעריבער מוזן מענטשן צוקומען דערצו. איך קען אן א שיעור מענטשן וואס קויפן יעדע וואך דעם בלאט מיט ווייטאג, אז זיי מוזן קויפן אזא נארישע צייטונג מחזק צו זיין זייער פארטיי.
גראדע פלעגט דער בלאט פארקויפן איבער צען טויזנט שטיקלעך, אבער זייט דער ניווא איז געפאלן אזוי שטארק איז זייער סירקולעישאן געפאלן מיט אפאר טויזנט שטיק.
תוקן על ידי - ziskeit - 30/11/2006 18:29:15
ביטע זייט מיר מסביר וואס איז אזוי שלעכט מיט'ן בלאט? א קלענערע ניווא ווייזט נישט אויף א קלענערע פאכמאנישקייט. דער דעילי ניוס און ניו יארק פאסט זענען א קלענערע ניווא ווי, למשל, דעם ניו יארק טיימס אדער וואל סטריט דזשורנאל, אבער דאס מאכט זיי נאך נישט פאר נישט גוטע צייטונגען אדער קלענערע שרייבער. וואס ווייזט יא אויף ווייניג טאלאנט זענען די מאגאזינען. און איך האלט אז "זיי" און נישט דער בלאט האבן גענידערט אונזערע סטאנדארטן. אין בלאט איז כמעט קיינמאל נישטא אן אויסלייג טעות (און / אין, פון / פין, צו / צי אא"וו). דער בלאט איז זייער גוט מיט פונקטן (,.;) און דער בלאט האט אויך אריינגעברענגט הומאר אין נייעס. איז אפילו אויב דער איד איז א העכערער ניווא: שענערע פראזן, קורצליכע זאצן, סירקומלאקושן או"נ, איז אבער דער בלאט נאך אלץ א פיינער צייטונג. משא"כ די מאגאזינען ווי דער פלאם, דער שטערן או"נ זיי זענען די מיסט בלעכן פון א יוגענט וואס איז אויפגעוואקסט אן קיין ערציהונג צו שריפט און שטעלע. און ס'איז אשאד. דער שטערן האט אינטרעסאנטע ארטיקלען אבער ס'גריצלט מיר דאס צו ליינען. ווי שיין וואלט געווען ווען דער שטערן וואלט צוזאמענגעשטעלט טאלאנט מיט אינהאלט?
וואס דארפן מיר טון? מיר דארפן לערנען אונזערע קינדער דעם גלייכן וועג. מיר קענען זיך נישט פארלאזן אויף די רעבע'ס און טיטשערס צו טון די ארבעט פאר אונז. און הייבט אן מיט אריינווארפן אידישע ווערטער דא און דארט. זאגט וועגעלע אנשטאט קערידזש / שאפינג קארט; מאנטל אנשטאט קאוט; פענסטער אנשטאט ווינדאו אא"וו.
_________________
שלמה זלמן
יוי די זיסקייט, איך האב געמאכט א דזשאוק (?)
די קוקסט אויס געפערליך בייז אויפ'ן בלאט מער ווי דאס אז זיי שרייבן נידריג-קלאסיג (צריך בדיקה), איך קען פערזענליך געוויסע שרייהערס פון די בלאט אשר לא יודעים בין ימינם לשמאלם אויף דער אידישער שפראך, אבער משה לייב'ס פארווערטס-סטיל (יודישיסטיש) אידיש איז אויך איבערגעטריבען.
טו סאם איט אפ, וואלט איך געשטיצט א היימיש-אידישע ווערטער-בוך (דיקשינערי) מיט א נייע ווערסיע (אפדעיטעד?) יעדעס יאר, ארויסגעגעבן דורך א גרופע פראפעסיאנאלע שרייבערס,
ס'קען אפי' זיין א גוטע געשעפט (ביזנעס) נא, זיסקייט, שלמה-זלמן, מענטשעלע, שלעכטע איינפאל?
כא כא כא
זאג נאר די ווערטער פאר מענטשעלע:
"אין בלאט איז כמעט קיינמאל נישטא אן אויסלייג טעות (און / אין, פון / פין, צו / צי אא"וו). דער בלאט איז זייער גוט מיט פונקטן (,.;)"
אין בלאט איז נישט לאנג צוריק געווען א בעל מגיה וואס האט אפגעמאכט א כלל, אז אינמיטן א פאראגראף שרייבט מען קיינמאל נישט קיין פינטל, נאר ביים סוף...
נאכדעם איז געווען א צווייטער בעל מגיה וואס האט זיך הויך געוואונדערט פארוואס ס'איז דא אן איבעריג קנעפל אויף זיין קיבאורד, כזה ; (מען רופט דאס פינטל-קאמע אין אידיש און semicolon אין ענגליש.) ער האט געהאלטן אז ס'איז א געהיימער קאוד אות וואס נאר די CIA פארשטייט...
אין בלאט איז נאך היינט דא א שרייבער וואס ווייסט נישט קיין חילוק צווישן ווי און וואו...
שלמה זלמן טייערער, with all due respect, דו פארשטייסט נישט צו שרייבעריי, ווייל ווען יא וואלסטו אנדערש גערעדט. אלזא, ביטע געב איבער דעם מיקראפאן פאר אן אנדערן.
איך קוק איבער מיינע ארכיוון און כ'זע אז איך האב שוין איינמאל געהאט א דעבאטע מיט דעם שלמה זלמן בנוגע זיינע שוואכע קענטעניסן אין שרייבן.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2020766
אבער קוקט אויס אז ער האט זיך נאך אלץ נישט דערלערנט.
זיסקייט, דו ביסט מתוק מדבש, איך בין מיט דיר אלל דע וועי, אבער ביטע שיין, ברענג נאר מסורת לינק'ס, אנשטאט געווענדליכע היידפארק.
יישר כוח.
תוקן על ידי - שם_אחר - 30/11/2006 20:11:38
טייערער מנהל, ישר כח פאר'ן מעורר זיין.
OUCH!
_________________
שלמה זלמן
שלמה זלמן טייערער (כ'האף נאר אז דו ביסט נישט דער זעלבער שלמה זלמן וואס איך רעדט אלע טאג אין שוהל) נעם עס נישט אזוי פערזענליך, אדרבה שרייב ווייטער ברענג ארויף דיינע דעות זאל יעדער נעמען א צד, ונראו מה יהיה
זיסקייט. זעט אויס אז דו האסט א פערזענליכן אינטערעס אין
די צייטונגען
וועלכע כ'האב קריטיקירט ווייל דו האסט מיר אטאקירט
פערזענליך כאטש וואס איך האב נישט דיר קריטיקירט.
ס'פארדריסט מיר אז כ'האב נישט מיטגעהאלטן יענעם דיסקאשן (דיסקוסיע?) וואס
דיין לינק
האט צוגעפירט. כ'האב דאן פאר א שטיק צייט נישט געהאט קיין
אינטערנעט און איך בין נישט געווען "אן טאפ אף איט".
א) א קריטיק(ירער) דארף נישט קענען בעסער ווי די זאך וואס
ווערט
קריטיקירט. אדרבה, האסט אמאל קריטיקירט א זינגער? מאלער?
טאנצער? שפילער? בעל תפילה? - קענסטו
דען בעסער? איז דיין פונקט קלענער געווארן ווייל דו קענסט בכלל נישט טון איינע פון די זאכן? (איך רעד טעארעטיש פארשטייט זיך. כ'קען
נישט דיינע פערזענליכע קוואליפיקאציעס) - זיכער אז נישט. קענען די
בוק רעוויוערס שרייבען בעסער ווי די נאוועליסטן? זענען
די מואווי רעוויוערס בעסער ווי די דירעקטארס? ווארשיינליך אז
נישט. נאר וואס דען? מ'דארף נאר האבן א גענוג באגרייפנדן
באקאנטשאפט אינעם פעלד וואס ווערט איצט באהאנדלט צו קענען זיין א קריטיקירער.
ב) איך בין נישט קיין שרייבער.
פעריאד. כ'האב זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט ווי א שרייבער און כ'האב קיינמאל נישט
געארבעט אלס איינער. די איינציגסטע מאל וואס איך שרייב אידיש איז דא אין פארום.
כ'קאטשקע אפ מיינע געדאנקען און כ'גיי ווייטער. איך בין דאס אפילו נישט מגיה
ע"פ רוב. איך בין וואס קען אנגערופן ווערן אויף ענגליש א casual writer אדער אן amateur.
קומט אויס אזוי: א) איך בין
בארעכטיגט צו קריטיקירן דעם אדער יענעם שרייבער אדער אויסגאבע כאטש וואס איך אליין
בין נישט קיין שרייבער. און ב) טאקע ווייל איך קען נישט גוט שרייבן נעם איך זיך
נישט אונטער צו פובליצירן מיינע געדאנקען אין א צייטונג / מאגאזין. אבער די
"גוטע" שרייבער, די וועלכע פיטערן אונז מיט אינהאלט, אויף זיי איז די
קשיא: אז דו קענסט יא... און די קשיא גייט אויך אויף די מגיהים למיניהם. זייער
ארבעט איז דאך צו פאררעכטן די פעלערן פון די שרייבער, נו וואו זענען זיי?
נאר וואס דען? ס'איז דא אן
אלטער אידיש ווארט: בעסער שלעכטע סחורה אין א גוטן מארק ווי גוטע סחורה אין א
שלעכטן מארק. אז דער עולם צוכאפט וואס מען פיטערט אים איז צו וואס, צו אלע רוחות,
זיך אנשטרענגען צו מאכן בעסער? פארוואס זאל מען אויפנעמען א גוטן מגיה אז מ'קען
לייזן אן קיין מגיה בכלל?
שלמה זלמן, לאמיך עס מאכן אין קורצן.
דער בלאט איז א זשורנאליסטישער דיזעסטער, און איינער וואס זאגט אז די דאזיגע צייטונג צייכנט זיך אויס מיט'ן האבן די גענויע גראמאטישע כללים, און "פונקטן", ווייסט נישט בחייכון וביומייכון, און קען זיך נישט ערלויבן זיך צו פארגלייכן צו די בוך און מואווי "קריטיקס".
ווען דו וואלסט זיך געשטעלט אויפ'ן אינהאלט פון די ארטיקלען אדער גראפישן אויסשטעל, וואלסטו אפשר געווען גערעכט מיט'ן זיך צוגלייכן צו די קריטיקס, אבער אנשטאט האסטו זיך באצויגן צו א פונקט וואו דער בלאט איז דאס ערגסטע פון אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס, טאקע דאס אז זיי פארמישן זיך גאנץ אפט צווישן און/אין, צו/צי, און זיי ווייסן נישט וואו מען דארף לייגן די ריכטיגע קאמעס, פאינטס, עקסקלעמעישאן פאינטס, קוועשן מארקס, סעמי קאלאנס, קוואוטס, סקווער ברעקעטס, פערענטעסיס, א.א.וו. און דו האסט גע'טענה'ט אז דארט צייכענען זיי זיך גאר אויס.
די קריטיקס קענען טאקע נישט בעסער שרייבן ווי די שרייבערס און קענען נישט בעסער דירעקטירן ווי די דירעקטארס, אבער זיי קענען יא בעסער ריוויוען ווי די שרייבערס און די דירעקטארס. אין אנדערע ווערטער: ווען זיי שרייבן א ריוויו קען מען תיכף זען אז דער וואס ס'שרייבט עס איז א מבין (Maven).
אויב פארשטייסטו נאך אלץ נישט וואס כ'מיין, לאמיר דיר געבן נאר איין משל: ס'איז נישטא אזא זאך ווי פון מיט א י'...
זיסקייט,
יפה דברת. ובכן, נאדיר א גרינעם אגודל
א פרישע ווארט האב איך געזען אין בלאט:
אזאנער.
מסתם א צוזאמשטעל פון 'אזא איינער'.
_________________
אפשר אריזאנער?