היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » קומט אין מאסן! קאמפיין ראלי!

קומט אין מאסן! קאמפיין ראלי!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2083229

גרויזאמער » 13/11/2006 19:15

זעט אויס אז אינעם אלטן-נייען קרעטשמע לויטעט דער געזעץ אז מען טאר נישט שטימען פאר זיך אליינס, ווייל איך קען נישט שטימען דא...

איך פלאן בקרוב צו ארגאנאזירן א מאסן ראלי, מיט א פייערליכקייט, ווי עס וועט געהערט ווערן מעכטיגע דרשות איבער מיין צוקונפטיגער אמט.

געדענקט עס פעלט נישט קיין געלט אין מיין קאמפיין קאסע, איך קען מיך עני טיים פארמעסטן מיט יעדע באזונדערע קאנדידאט. אזוי אז אלע שטיצער זאלן נישט זיין צובראכן אין די אנדערע צדדים'ס פרעס ריליסעס. ק.נ.א. וועט לכאורה מארגן מיך אינדארסן אין זייער הויפט עדיטאריעל פון די הויפט נייעס אפטיילונג.

געדענקט! דער איינציגער קאנדידאט וואס שרייט און ווילדעוועט, דער איינציגער קאנדידט וואס וועט זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין רעפארמירן די קרעטשמע! קומט ארויס אין מאסן!!! זאל אונזער שטימע דערהערט ווערן!!!

גרויזאמער » 13/11/2006 19:18

מען בעט יעדעם איינעם בלי שום יוצא מן הכלל יעדער זאל נעמען אזא היטל און ארויסקומען אינדרויסן היינט מיטאג!
[בילד – נישט אפגעהיט]

סאכדעס » 13/11/2006 19:21

מר. גרויזאמער אין די ביכער זען מיר אז איר האט אמאל עובר געווען א גניבה אין די שותפות ניק.
וואס ענטפערט איר אויף דעם?

משנה_למלך » 13/11/2006 19:26

סאכדעס זיי שטיל,

באלד נעם איך אפיר יגר'לס היסטארי........

סאכדעס » 13/11/2006 19:30

אוקיי דו ביסט פאר גרויזאמער'ן כעריך, אבער כ'מעג דאך האלטן אנדערש.

יגרסהדותא » 13/11/2006 19:32

וואסס? געלט פארמאגט ער??
[בילד – נישט אפגעהיט]

סאכדעס » 13/11/2006 19:44

קוקט נאר זעהט נאר, ווי יגר'ל לייסטעט שוין דעם ציבער פאר אזא לאנגע צייט, זעהט נאר זיין אקטיווע חיילעק אין די גרויסע רעזולטאטן וואו מ'זעמיר אנגעקומען.

קרעמער » 13/11/2006 20:14

יוא לאך איך... איך האלט אז די צוקונפטיגע מעקעין/קלינטאן קאמפיין קען זיך לערנען טאקטיקן פון גרויזאמער/יגרסהדותא..

gishmoker » 19/11/2006 22:33

אן היסטארישע בילד פון גרויזאמער, קרעמער יאנאש און שוועמל.

[דאס אריגינעלע בילד געפונט זיך אין ניי קרעטשמע]


[בילד – נישט אפגעהיט]