היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2027724
בלאט: 1 2 3

בעל_גאוה » 8/9/2006 19:35

פישפיק
דער באריכט דיינער שטימט מיט וואס מען שמועסט
אדרבה די אפדעיטן וואס די קענסט

איינער האט געפרעגט צו דער בעל מכשיר איז שולדיג
איך גיי נישט מאכן קיין מסקנות אבער דער ענטפער איז
ער האט שוין באקומען במשך די לעצטע 8 יאר אסאך RED FLAG'S אז עפעס טויג נישט
און ער האט עס פארנאכלעסיגט

אמת אז איבעראל מוז מען אנקומען אויפן חזקת כשרות פונעם סוחר
אבער דאס איז נאר ווילאנג מען האלט א עינא פקיחה
און ווען מען שמעקט עפעס, קערט מען שוין איבער דעם סטאר
אבער אז דער סוחר זעהט אז חכמתו וחזקתו מתקיימת און מען ווישט אפ זייער גרינג א רויטן צייכן
און לעשט אויס א רויטן לעמפל מה יעשה הבן שלא יחטא
אויף אזא השגחה העלפט נישט קיין חזקת כשרות
ובפרט אז ער איז געווען דער איינציגער איד און סטאר
האט ער נישט מורא צו טוען וואס ער וויל רח"ל

התאחדות » 8/9/2006 20:36

רבותי אין די ליכט פון די פאסירונג איז געקומען די צייט זיך אפצושטעלן אן טראכטן.

ווי אזוי קוקט אויס כשרות אין אמעריקא? וואס געבן מיר פאר אונז, אונזערע קינדער, אונזערע שטובער? מיט וואס איז מען אונז מפטם? אויף וועמען פארלאזט מען זיך? איז א רב גענוג א תירוץ אויף יענע וועלט? דארף מען אליינ'ס נאכזוכן און פארשן אויף יעדע זאך וואס מ'נעמט אריין אין שטוב?

די געשעהניש האט געצייגט אלעמען אז:
1. א הכשר פון א חשוב'ער רב און אן ערליכער בעל הבית, קען זיין נבילה ממש.
2. א פלאץ וואס איז נישט דא א משגיח תמידי, איז נישט מעגליך אז קיין פראבלעמן זאלן נישט פארקומען.
3. מיר עסן פון גוטע הכשרים, בו בזמן ווייסן מיר נישט אויב די פראדוקט איז אויסגעהאלטן אין כשרות.
4. די סיסטעם פון כשרות אין אמעריקא איז טיף טייער אין דער ערד.

רבותי לא עת לחשות, מ'דארף איבערקערן די וועלט, מ'דארף אויפרודערן אמעריקא, מ'דארף בויקאוטן אלע הכשרים וואס שטעלן נישט צו פארן ציבור וואס עס פארלאנגט זיך, ווי למשל משגיחים תמידיים אין בוטשערס רעסטוראנט'ס וכו', זיך נישט פארלאזן אויף קיין אנדערע הכשרים ווען די הכשר איז פון אן אנדערן, לדוגמא התאחדות הרבנים זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין OU משגיחים אויף זאכן וואס זיי געבן הכשרים, בעלי מכשירים פון גראסעריס זאלן ארויפלייגן זייער הכשר אויף די געפאקטע טשאקלאדן וכדו', און נישט שרייבן דארט CRC אדער אן אנדערע הכשר וואס געט די הכשר אויף די גרויסע פעקל וואס קומט אן אין גראסערי פון וואס מ'צוטיילט דאס אין די קענ'ס, 'אויב' וויל איך מיר פארלאזן אויף CRC און נישט אויפ'ן בעל המכשיר פון די גראסערי, זאל איך נישט נכשל ווערן אין עסן זאכן וואס דער בעל המכשיר ברוב גאונותו האט אויפגעטוהן אז מ'קען לייגן פון אנדערע הכשרים אונטער די נאמען פון CRC וכדו'.

ס'איז נישט קיין סוד, אז התאחדות הרבנים איז פון די שוואכסטע הכשרים אין אמעריקא, וואלאווע אין נירבאטור פאקן זיי איין אויב נישט הונדערט מאל איז טויזנט מאל, א הכשר פון זיי איז קראנט, פון התאחדות קומט נישט קיין משגיח אריבער פון איין יאר צום צווייטן אויסער אויפצופיקן די טשעק - אויב שיקט דאס נישט די קאמפאני אויף פָּאסט צו התאחדות, וואס פאר א ליצנות מאכן זיין פון אונז?! זענען מיר פאטריקאנער? זיי הייסן די בעסטע הכשר, און זיי נעמן אויף דעם אדווענטיטש, און זיי מיט זייער מזכיר טוען כל מה שלבם חפץ, מיר וועלן עס נישט פארשווייגן, איך אין שטוב האב ארויסגעווארפן יעדע זאך וואס האט נאר התאחדות, זאכן וואס איך פיל מיר גענוג רואיג זיך פארלאזן אויף OU ווי למשל טונא, און התאחדות לייגט אויך זייער מאש, האב איך געלאזט, רבותי, אויב התאחדות וועט רואיג אנגיין, און פארמאכן די מויל פונעם ציבור מיט אן אסיפה נעקסטע וואך, וועלן מיר עסן ווייטער טריפה און נבילה, ביז מ'וועט כאפן נאך א בוטשער ל"ע און מ'וועט יעמאלט דארפן כשר'ן וכו' וכו'.

דאס איז זיכער אויב וואלט התאחדות זיך נישט פארלאזט אויף נאמנות פון א בעלהבית, -וואס אגב דער עולם איז מורא'דיג פארמישט מיט דעם ענין, אמאל האט מען געגעבן א הכשר נאר פאר בעלי בתים וואס האבן א נאמנות, און אויב נישט האט מען בכלל נישט געטראסט צו געבן א הכשר, אבער דאס איז זיכער אז אויף א בעל הבית קען מען זיך נישט פארלאזן, די הארץ רייסט די אויגן זענען נאס אויף די בהמה'שקייט פון די רבנים, זיי האבן באקומען עפעס א נאמנות אויף די בעלי בתים-ווייל אזוי האט מען זיך געפירט, און אויף דעם גייט ארויף די מאש מיט'ן פולן פראכט, אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה- וואלט'ן ווען די אנדערע רבנים אפילו די נישט חסידי'שע מער קער גענומען פון די הכשרים, זיי וואלטן זיך צוגעשטעלט צו די בעסערע הכשרים, ווער וויל דען אז זיין הכשר זאל הייסן שוואך? נאר וואס דען, בושנו ונכלמנו, הרב ברעסלויער'ס הכשר איז גארנישט שוואכער פון די הכשר פון התאחדות הרבנים וואס פירן ערליכע פרומע רבנים מיט ווייסע/שווארצע זאקן, איז פארוואס זאל ער צושטעלן א משגיח תמידי, בו בזמן דער גאנצער ציבור עסט ערליך פון התאחדות הרבנים וואס קוים א משגיח לא תמידי קומט אמאל אין געשעפט אריין?

רבותי איצט איז די צייט, יעדער זאל אנפאנגן נאכפרעגן און נאכגיין הכשרים, אן ערליכער רב, א פרומער, מוז נישט זיין אז ער קען זיין א בעל מכשיר, א בעל מכשיר מוז זיין א כיטערער, צו קענען כאפן א שווינדל פונעם בעל הבית, הויבט אן עסן פון בעלי מכשירים אויף וועמען איר וואלט זיך פארלאזט מיט א $1000.00 דאלער פאר א צוויי-דריי טאג, און ער וואלט דאס טאקע אפגעגעבן. א בעל מכשיר דארף זיין שטארק און נישט קיין געפאלענער, אז ווען ער טרעפט א פראבלעם זאל ער האבן שטארקייט דאס צו פארעכטן, און נישט נתפעל ווערן פון די אויגן וואס דער בעל הבית שטעלט אן מיט א דראונג אז דער טשעק וועט נישט אנקומען, אפשר אזוי וועלן די גרויסע רבנים פון התאחדות נעמען די זאך אין די האנט אריין.

ליידער קען מען זאגן אז די איינציגסטע זאכן וואס האבן א גוטן הכשר פון התאחדות, איז די וואלעווע און נירבאטור, וואס אויב ביי זיי וואלט געווען עפעס א הזנחה, וואלטן די התאחדות ארויסגעקומען בחרב וחנית מיט א קול קורא באקלעפט אין אלע גאסן.

מיר דארפן אריינגיין אין אלע רעסטוראנטן, קוקען די השגחה, אנרופן דעם משגיח, איך בין א רעסטוראנט, איר געט דא די השגחה? ווען זענט איר דא געווען די לעצטע מאל? וואסערע פלייש/מילך/טשיז/ראלס נוצט מען דא? איר זענט דא ווען עס קומט אן די פראדוקטן? וואסערע לעטעס נוצט מען? ווער באקוקט די ווערים? די גוים/טעס אדער דער משגיח? ווער איז דער ריכטיגער בעל הבית דא, איר אדער דער בעל הבית פון די רעסטוראנט? האט איר מורא פון איהם, אדער ער פון אייך? און אז ער וועט אונז אנקוקען ווי פון די לבנה אראפ, זאגט איהם קליפ און קלאר אייער הכשר וועט ווערן פארשפרייט אלץ א שוואכע הכשר, אדער נעמט איר דאס אין די האנט אריין, אדער נעמן מיר דאס אין האנט אריין. די זעלבע מיט די בעקערייען, ווער צינדט אן די אויבן, די גויטע'ס אדער דער משגיח? ווער באקוקט די מעל/אייער? פאפט איר אריין אומגעראכט פון צייט צו צייט? ווילאנג נעמט דאס פון איינמאל צו די צווייטע? קיין איין בעל מכשיר זוכט זיך נישט קיין צרות, מיר באצאלערס פאר די עסן, וואס מיר צאלן מער ווייל די הכשר קאסט געלט, זענען בארעכטיגט צו וויסן אויף וואס מיר באצאלן טייערער פאר א שטיק פלייש ווי מ'זאל דאס קויפן אין א רעסטוראנט פון OU אין מאנהעטן, למה לא תהא כהנת כפונדקית?

יא מיר וועלן טעראריזירן אלע בעלי בתים און בעלי מכשירים, ביז ווילאנג אונזער געוויסן וועט זיין רואיג, אז דאס וואס מיר נעמן אין מויל אריין איז כשר מהדרין למהדרין.

רבותי אן קאפעראציע פונעם ציבור, וועלן מיר צו גארנישט אנקומען, יא! מיר קענען און 'דארפן' ברענגן א תיקון אין די סיסטעם פון קארופטירטע הכשרים, אנשטאט ווארפן פאשקעווילן אויף די מעשה וואס איז שוין אווער, זאל מען פון היינט און ווייטער ווארפן פאשקעווילן אויף די בעלי מכשירים וואס זענען מזניח די השגחות, מיר דארפן נישט אזויפיל נאש אויב איז דא חששות אין די פראדוקטן, און אויב איז די הארבע חששות אין פראדוקטן, און דאך געט דער בעל מכשיר א הכשר, זאל ער דאס מפרסם זיין אין די גאנצע וועלט, מיר ווילן זיך נישט מפטם זיין מיט מאכלות אסורות, וואס די השלכות פון דעם איז נישט צו פארמיידן.

איך האף אז דער עולם איז מסכים צו וואס איך שרייב דא, און מ'וועט מיט שטיין, אדרבה אויב האט איר אן הערה, לאמיר דאס אויסשמועסן דא, און פון דא וועט ארויסגיין די אלע נעמען פון די בעלי מכשירים - רעסטוראנטן - בעקערייען - גראסעריס וואס טויגן נישט וכו'.

תוקן על ידי - התאחדות - 08/09/2006 20:37:57

זיידיאנטשי » 8/9/2006 20:51

אינטערעסאנט, אז התאחדות אטאקירט אזוי התאחדות... ביסט גערעכט אז ממוז מאכן א מהפיכה אינעם ענין פון כשרות, אבער פארוואס האסטו אנגעכאפט דוקא התאחדות, איז דען וואלאווע און נירבאטור יא טויזנט פראצענט? און וואס איז מיט טארטיקוב, מכון להוראה, דעברעצין, ווייסמאנדל, וויינבערגער, גרובער, ציננער, בערגער, האראוויץ, ראטה, אונגאר, אודווארי, יאקע, וכו' וכו' דער חורבן פונעם סיסטעם איז סאך טיפער ווי די מיינסט. איין מענטש קען איך וואס שלאפט זייער רואיג היינטיגע צייטן, הרה"ג ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א, ווער עס קען אים פארשטייט וואס איך מיין.

התאחדות » 8/9/2006 21:08

זיידי [בילד – נישט אפגעהיט]

אינטערעסאנט, אז התאחדות אטאקירט אזוי התאחדות...  דאס איז דאך ליידער דער פראבלעם מיט התאחדות, זיי קענען ארויסגעבן א בריוו אויף זיי אליין, אבי ס'זאל זיין שטיל

ביסט גערעכט אז ממוז מאכן א מהפיכה אינעם ענין פון כשרות, אבער פארוואס האסטו אנגעכאפט דוקא התאחדות, איז דען וואלאווע און נירבאטור יא טויזנט פראצענט?

און וואס איז מיט טארטיקוב, מכון להוראה, דעברעצין, ווייסמאנדל, וויינבערגער, גרובער, ציננער, בערגער, האראוויץ, ראטה, אונגאר, אודווארי, יאקע, וכו' וכו'

איך האב אנגעכאפט התאחדות, ווייל זיי הייסן דאך די בעסטע, און אויב וואלטן זיי געמאכט דראסטישע שינויים וואלט די גאנצע כשרות אינדוסטרי זיך געטוישט פון די אלע וואס דו רעכנסט אויס איצט לאמיר גיין איינ'ס ביי איינס לפי מיין אינפארמאציע, איך טוה שוין אין דעם פאר אפאר חדשים איך וועל אבער געבן סימנים, כ' מיינט אז לפי ידיעתי זענען זיי ערענסטע שטרענגע שטארקע בעלי מכשירים, ל מיינט אז לפי ידיעתי האבן זיי נישט איינע פון די אלע דריי זאכן, ? מיינט אז איך ווייס בכלל נישט, אויב לייג איך א ל/כ-? מיינט נישט זיכער אז נישט/יא, אבער ביז איצט קוקט אויס אז נישט/יא, ?-ל/כ מיינט איך ווייס זייער נישט קלאר, אבער פון די געוויסע סארסעס וואס איך פרעג זיך נאך, זיי זאגן אז ס'קוקט אויס נישט/יא גוט, אבער נישט אויף מיין אחריות:
1. וואלאווע: כ
2. נירבאטור: כ
3. טארטיקוב: ?
4. מכון להוראה: ל
5. דעברעצין: כ-?
6. ווייסמאנדל: ל-?
7. וויינבערגער: ?
8. גרובער: ?-ל
9. ציננער: ?
10. בערגער: ?-כ
11. האראוויץ: ?
12. ראטה: ל-?
13. אונגאר: ?-כ
14. אודווארי: ?-כ
15. יאקע: ל-?

דער חורבן פונעם סיסטעם איז סאך טיפער ווי די מיינסט.
שרייב מער פרטים וואס דו מיינסט, איך ווייס זייער אסאך, כאב אפשר געשריבן א הונדערסטעל פון וואס איך ווייס.

איין מענטש קען איך וואס שלאפט זייער רואיג היינטיגע צייטן, הרה"ג ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א, ווער עס קען אים פארשטייט וואס איך מיין. גערעכט גערעכט.

העלפ_פליז » 8/9/2006 21:37

ווער איז חיים לייב כץ?

אגב ווי איז מאגרוב רב? (דאכט זיך מיר הייסט ער אויך כץ?) ער שרייט שוין לאנג אויף דעם

התאחדות » 8/9/2006 21:48

הרה"ג רבי חיים יודא כ"ץ איז דער סערדאהעליר רב אין בארא פארק

וואס איז דיין שאלה איבער דעם מאגרוב'ער? ער איז מסתמא אינדערהיים, (דזשאוסט קידינג) ליידער האט ער ביז היינט געטאפט א וואנט, מענטשן זענען געווען רואיג, אז מסתמא איז אלעס גוט, אבער איצט האט דאך יעדער געזעהן וואס עס פאסירט, סאו האופפאלי וועט זיך דער ציבור אויפוועקן, און נאר אזוי וועט מען האבן הצלחה אז מיר זאלן האבן כשר'ס אין שטוב.

allllways » 8/9/2006 21:57



יעדער פארשטייט קלאר אז מ'דארף אויפרודערן די וועלט פון הכשירים נאך אזא גרויסן מכשול
,אבער דאס וואס דו עצה'סט אז מיר דארפן דאס נעמען אין דער האנט אריין און פרעגן די צענדליגער קשיות פוון די געשעפטן, גראסעריס רעסטוראנטן וכו' , איז קודם כל וויל איך וויסן צי איך בין מחויב דאס צו טון, קען זיין אז יא, אבער איך דארף א מקור. איז דאס דען נישט די אויפגאבע פונעם בעל מכשיר , פוןנעם משגיח  און פונעם רב צו אבבאכט געבן דערויף. עס איז דאך אין לדבר סוף אויב יעדער דארף מאכן אייגענע חקירות ודרישות.

אויסער דעם האב איך מורא אז ביי די איצטיגע מעשה וואלט מען קיין סאך נישט אויפגעטון מיט די אלע קשיות. דער פ ינקל האט געהאט גרייט א פאק מיט תירוצים אויף יעדע זאך, ווי מענטשן זאגן און האט אלעס כיטרע אויסבאהאלטן. אן איש זדון איז שווער צו פאקן.
אויסערדעם וועט דאס אין פאקט נישט געשען, ווייל קיינער גייט נינישט אנהויבן מאכן אן אויספארשונג ווען מ'וועט אריינגיין אין געשעפט, סיי מחמת בושה און סיי מחמת מאנגל אין נערוון, ביים היינטיגן דור, און ס'איז א גרויסע ספק מיט וואס מ'וועט ארויסקריכן נאך די אלע קשיות.
דעריבער דארפן די רבנים ומכשירים זיך זארגן, ווייל זיי קענען דעם פעלד, זיי ווייסן - ווען זיי  ווילן- וואס צו פרעגן, זיי ווייסן ווי די לעכער קענען זיין, זיי קענען דעם סיסטעם, דעריבער וואלט איך דאס געלאזט פאר זיי, מיר קענען סייווי נישט קיין סאך אויפטון, . דער לעזונג איז אויסשליסלעך ביי די מכשירים אין דער האנט און דאס ביסטו גערעכט אז אויף זיי דארף מען לייגן דרוק.

התאחדות » 8/9/2006 22:09

אזוי ווי דו זעהסט האב איך בעיקר געטענה'ט אז מ'זאל לייגן דרוק אויף די בעלי מכשירים, פארשטייט זיך בעלי מכשירים וואס דרייען זיך ארויס כלאחר יד, זאל מען טאקע בויקאטן זיין הכשר, מיר אידן נאמנים לה' ולתורתו, וועלן זיך נעמן קוראזש און פארפירן און איבערדרייען ביז ווילאנג עס וועט ווערן סדר אין שטאט.

דו דארפסט א מקור אז מ'דארף דאס טוהן? אז דו ברענגסט מיר א מקור אז מ'דארף עסן כשר'ס וועל איך דאס נוצן פאר א מקור אז מ'דארף איבערדרייען, פארשטייט זיך אז מענטשן וואס זענען נישט ביכולת, דארפן נישט, אבער אזויפיל קען מען יא, אז די אלע וואס וועלן ווערן אויפגעדעקט זייער פרצוף ברבים, זאל מען פון זייער הכשר נישט קויפן, און אין א רעסטוראנט וואס שטייט אונטערן הכשר נישט קויפן, און אפרעדן חבירים ברודער זאלן דארט נישט אריינטרעטן ביז ווילאנג עס וועט זיך פארבעסערן אויף טויזנט פראצענט.

איך זעה און איך שטעל זיך פאר אז אסאך ליינען מיין תגובה און זיי טראכטן נע וואס קען מען אויפטוהן, אויף דעם וויל איך אייך בעטן, די מחשבה מאכט חרוב די מערכה, יעדער זאל טוהן כל מה שביכלתו, יעדער וויל דאך אז עס זאל ווערן א דראסטישע שינוי, רבותי נאר מיר קענען דאס נעמען אין די הענט אריין, און מיר וועלן בעזרת השם מצליח זיין.

מלוה_מלכה » 9/9/2006 00:42



אוי וועה איז מיר.

שמועות דרייען זיך ארום אז די קלויזנבורגער זאלן אין וויליאמסבורג, בעדפארד פאראדייס" מיט  "אימפעריעל" פלעגן נעמען ביי שבח פלייש.

וויפיל מאל איז מיר אויסגעקומען צו עסן ביי שמחות אין די זאלן, דערביי ווערנדיג נכשל אומווילנדיג. הלואי און די שמועות זענען נישט אמת. אדרבה אויב איינער ווייסט מער קראנטע אינפארמאציע, ביטע קאמענטירן.

עס זאל הייסן אז דער עוכר ישראל פינקל שר"י האט אויסגעשפרייט זיין טומאה בכל קצוי תבל ממש, מי יודע וואו נאך. ה"י

תכלה שנה וקללותיה.

תוקן על ידי - מלוה_מלכה - 09/09/2006 0:44:46

משוגענער » 10/9/2006 13:23

די ליסטע פון הכשרים איז זייער אומריכטיג און איז סתם נישט אקוראט.
ווער האט דא אפגעמאכט וואס איז יא גוט און וואס נישט? געב סיבות דערצו.

העלפ_פליז » 10/9/2006 22:58

איך ווייס ווער חיים לייב כץ איז איך פרעג נאר וואס מיינט אז ער שלאפט זייער רואיג יעצט?

שמעק_טאביק » 10/9/2006 23:04

יישר כח התאחדות פאר דיין ווארימע דרשה. עס איז ריכטיגע דברים יוצאים מן הלב. פאר די וואס פרעגן הלמאי התאחדות שרייבט אזוי אנטקעגן "התאחדות", איז דער תירוץ אז טאקע היינו טעמא, וויבאלד ער איז אין די "התאחדות", ווייסט ער דאך אביסל וואס דארט גייט פאר.

האמת ניתן להאמר, אז ליידער איז ער גערעכט, איך האב שוין מערערע פלעצער מיטגעהאלטן וואס האבן א הכשר פון התאחדות, און ממש מען קומט קיינמאל נישט אראפ, נאר אפשר איינמאל א יאר, און דאס אויך נאר אויפצופיקן דעם טשעק פארן לאזן נוצן זייער הכשר זיגל... פון אן אנדערן קראנטן מקור האב איך געהערט פון א קרוב אז ער האט אמאל געארבעט אויף א פלאץ וואו התאחדות גיט א הכשר, און אונטערן טיש פלעגט מען נוצן אנדערע זאכן, הגם כשר, אבער נישט אויף די סטאנדארט וואס התאחדות פארלאנגט. און זיי פלעגן האבן א שומר הפתח וואס אויב א משגיח איז געקומען האט מען אלעס תיכף באהאלטן. די קאמפאני איז פון די אויסגערופענסטע כשר'ע קאמפאניס היינט. איך וועל נישט דא מזכיר בשמם זיין. אוי לדור שכך עלתה בימיו! אז זיי פירן די הכשרים און זיי זענען די התאחדות הרבנים... זיי רופן צוזאם אן אסיפה? זיי דארף מען צוזאמענרופן און אביסל אויפשאקלען!

------------------------------

לעצטע וואך איז געווען א ריזן אסיפה אין סאטמאר ביהמ"ד מאנסי. אן אזוי-גערופענעם "עצרת". די רבנים האבן בקול בוכים מעורר געווען אויף די שרעקליכע תקלה און בושה וואס האט באטראפן דעם עיר כלילת יופי מאנסי יצ"ו. דער ריזיגער ביהמ"ד איז געווען געשטאפט מן הקצה אל הקצה. נישט געווען אפילו קיין פלאץ צו שטיין, טראץ דעם וואס מען האט געעפנט דעם גרויסארטיגן חדר הלימוד. קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן אזא געוואלדיגע מעמד. חוץ די מענטשן וואס זענען נעבעך געשטאנען אין די רייע צו כשר'ן זייערע כלים האבן נישט געקענט קומען.

קודם האט הר"ר משה גרין שליט"א גערעדט, און מעורר געווען בעניני תשובה, און אז דער עולם זאל מער נזהר זיין וואס מען נעמט אין מויל אריין. דערנאך האט גערעדט דער רב הקהלה הר"ר חיים יושע האלבערשטאם שליט"א, וואס האט ארומגערעדט א געוואלדיגע דרשה, און צוגעגליכן דעם מצב צו אן אנדערע תקלה פון א מקוה וואס איז פארגעקומען במשך 14 (!) יאר, אין די צייטן פון זיין זיידן דער דברי חיים ז"ל, עס ווערט צוגעברענגט אין שו"ת דברי חיים. ער שרייבט דארט אז הגם דער עולם איז נישט מער ווי אונסין וואס האט זיך געפירט עפ"י הוראת הרב, אעפ"כ איז מען מחוייב צו האבן א כפרה.

נאכן גיסן זאלץ אויף די וואונדן מצד אחד, האט ער מחזק געווען דעם עולם אז באמת מצד שני דארף מען יעצט זיין בשמחה, אז כאטש פון היינט און ווייטער וועט מען נזהר זיין, מה דהוה הוה ומכאן ואילך חושבנא. ער האט געזאגט, אז עס איז א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז מען האט דאס אויסגעפינען איצט, ווייל נאך 3 חדשים האט דער ליעס צווישן הצלחה גראסערי מיט שבח פלייש געזאלט אפלויפן, און דער עוכר ישראל וואלט געגאנגען ערגעץ אנדערש, און מיר אידן וואלטן קיינמאל נישט אויסגעפינען וואס דא איז פארגעגאנגען, און קיינער וואלט נישט געוואוסט צו כשר'ן די כלים, און מקבל זיין א תשובה, און נזהר זיין פון היינט און ווייטער. ממילא איז חסדי ה' אז עס איז נתגלה געווארן באצייטנס, אזוי כאטשיג ווייסן מיר וואס מיר האבן צו טון מהיום והלאה.

ער האט אנגעהאנגען די זכות פארוואס מ'איז ממש אצינד געוואר געווארן דערפון, אין דעם אז לעצטנס האבן זיך אלע מוסדות צוזאמענגענומען אויסצוראטן דעם אינטערנעט פון היימישע שטובער, וואס איז אויך א זאך וואס איז מטמטם דעם הארץ פון א איד, הגם מ'האט אלעמאל זיך געשטעלט דערויף, איז אלץ געווען אסאך מסרבים, אבער איצט האבן אלע מנהלי המוסדות בלי יוצא מן הכלל זיך צוזאמענגענומען בכל התוקף, און טאקע די וואך ביי די רעגיסטראציע האט מען געמוזט חתמ'ענען דערויף, און ווי דער ווינער דיין הרב פישער שליט"א האט שפעטער ארויסגעברענגט, אז מ'האלט אין איין קלאפן אויף די טיר פאר אן "אישור" פון א רב צו מעגן האלטן א קאמפיוטער אינדערהיים לצורך, און נאר מיט א היתר לאזט מען אריין אין די מוסדות. האט השי"ת געהאלפן אין די זעלבע וואך איז נתגלה קלונו געווארן פון דעם שבח פלייש.

דערנאך האט ער מעורר געווען פארשידענע ענינים מענין לענין באותו ענין. למשל אז אידן טרינקען קאווע מיט מילך אין גאז סטעישאנס, ווי ס'איז פאראן א שאלה פון חלב עכו"ם. ער האט אויך ארומגערעדט פון מאכן אן ערליכע ברכה, דאן קען מען האבן סייעתא דשמיא נישט אדורכצופאלן מיט א דבר שאינו כשר ח"ו. און מ'זאל מחנך זיין די קינדער צו זאגן יעדן טאג די מאה ברכות מיט כוונה, און מיר זאלן זיך מתבונן זיין הונדערט מאל א טאג אז מיר דארפון אנקומען צום בורא כל עולמים.

אלס רב הקהלה, האט ער געזאגט פאר זיינע מענטשן, אז מ'זאל זיך מקבל זיין צו פאסטן א' סליחות, אלע מענטשן 18 יאר און העכער. פרויען און מענטשן וואס האבן נישט קיין כח דערצו זאלן זיך אויסלייזן מיט געלט. מ'פאסט דאך ממילא א האלבן טאג – האט דער רב שליט"א באטאנט – טא זאל מען שוין אויסציען ביז פארנאכט. באמת וואלט מען געדארפט פאסטן כמנין נבל"ה, אזוי ווערט געברענגט, אבער אין אונזער שוואכן דור זאל מען כאטשיג דאס טאן.

דערנאך האט גערעדט הרה"ג ר' חיים שרגא פייוול שנעעבאלג שליט"א, א אנגעזעעהנער און באליבטער דיין אין מאנסי, ורב דקהל אברכים במאנסי יצ"ו. ער האט ארויסגעברענגט אין זיין דרשה פארוואס עפעס האט פונקט אין מאנסי געמוזט פאסירן דער שרעקליכער מכשול. האט ער מבאר געווען דעם שפל המצב אין וואס מאנסי איז לעצטנס אריינגעפאלן בענינים שונים, אמאל האט מען געוואוסט אז מאנסי איז א שטילע אפגעזונדערטע שטאט, די כוליגאנעס און פראסטע מענטשן האבן נישט געהאט וואס צו זוכן דא. מענטשן פלעגן קומען פון דער שטאט קיין מאנסי כדי זיך פורש צו זיין פון די גשמיות אין וואס מ'איז איינגעטונקען. ישיבת כרכים קשה.

היינט ליידער האבן זיך געעפנט רעסטוראנטן ווי שוואמען נאכן רעגן, און אלע ליידיגגייער זיצן דארטן אפ, דער הכשר איז א באזונדערע פראבלעם, אבער לו יהא אז דער הכשר איז יא בסדר, וואס דארף זיך אלץ א איד אנזעהן ביז ער קומט אן צו קויפן/באצאלן א פארציע? ראיות אסורות ממש! בכלל איז א רעסטוראנט נישט קיין איידעלע זאך, אבער אין די היינטיגע באקוועמע וועלט קוקט מען נישט אויף גארנישט. מ'גייט מיט די משפחה אין א רעסטוראנט און מ'עסט אפ א נאכטמאל. ס'קומט מוצש"ק, און מ'האלט שוין נישט אויס פון די קדושת השבת... מ'לויפט קויפן הייסע בייגלס... א מין פרעסעריי! האט זיך דער רב אפגערעדט.. ער האט אויך מעורר געווען אויף געוויסע געשעפטן וואס פארקויפן מלבושים נישט צניעות'דיג, וואס איז אויך אימפארטירט פון בארא פארק קיין מאנסי!

דער גאנצער ציטער פאר כשר'ע עסן האט זיך אפגעשטעלט אין אמעריקע. ווי אזוי קוקט היינט אויס א פסח ביי אסאך שטובער? מ'עסט פון אלעם וואס האט נאר א הכשר, בו בזמן וואס ביי אונזערע עלטערן האט מען גארנישט געגעסן נאר דאס ביסעלע מצה, פלייש, אייער און קארטאפל! מ'האט נעבעך רחמנות אויף די קינדער! ער האט פארציילט עטליכע דוגמאות ווי שטארק מ'דארף זיין נזהר פסח (א מעשה מיט עפל דזשוס).

און אין גראסערי די זעלבע מעשה. מ'קוקט נישט ווער דער בעל מכשיר איז, און וואס די זאך איז, יא אדער נישט איבערגעפאקט. אויב האט עס נאר עטליכע אידישע אותיות גייט עס גלייך אריין אין וועגעלע. און אלעס כדי מזכה צו זיין אונזערע קינדער יעדע וואך שבת מיט אן אנדער סארט נאש, און זיכער מאכן אז זיי באקומען טאקע מכל המינים, לקיים מה שנאמר בשר ודגים "וכל מטעמים" – "לא תחסר כל בו" – אכול משמנים שתה ממתקים, וכדומה.

ער האט געבעטן מען זאל איינפלאנצן אין די קינדער א שטאלץ אז מ'עסט נישט מכל הבא ליד, נאר מען דארף חוקר ודורש זיין. ער האט פארציילט בשם א אינגערמאן, אז זיין קינד האט זיך איין טאג אנגערופן אין חדר אז זיי עסן נישט א געוויסע הכשר, און די אנדערע קינדער האבן אים אויסגעלאכט. הזאת נעמי? דאס לערנען מיר אונזערע קינדער? פונקט פארקערט, מיר דארפן לערנען אז אלע קינדער זאלן אזוי זיין!

אויך האט ער שטארק אנגעזאגט אז מען זאל מער נישט עסן פון קיין שום זאך וואס איז איבערגעפאקט! חק ולא יעבור! נישט נאר פלייש, נאר אויך צוקערלעך, טשאקאלאדלעך, ניסלעך, געטרוקענטע פרוכט, א.א.וו. אגב, הרב ווייסמאנדל וואס פלעגט געבן די הכשר אויף א געוויסע גראסערי אין מאנסי וואס פאקט איבער פראדוקטן, האט געהאנגען צעטלעך אז לאור דעם התעוררות וואס אידן ווילן מער נישט עסן די איבערגעפאקטע זאכן, וועט ער מסלק זיין דעם הכשר!

דערנאך האט הרב שנעעבאלג שליט"א איבערגעגעבן אז די רבנים פלאנען אלע ארויסצוגעבן א רוף צו מאכן יום א' דסליחות פאר א יום צום ותפלה, מ'זאל אויסזאגן גאנץ תהלים און פאסטן אלע העכער 18 יאר. אויך א תשובה פרטי, אז יעדער פאר זיך זאל זיך איינהאלטן א שטיק צייט נישט עסן עפעס א מאכל וואס איז אים שטארק חביב. צב"ש א געוויסע אייזקרעים אדער טשאקאלאדע, זאל מען זיך מונע זיין פון דאס צו עסן לכה"פ א קורצע צייט פון עטליכע וואכן.

דערנאך האט גערעדט דער ווינער דיין הרב פישער שליט"א, וועלכער האט אויך ארומגערעדט און מבאר געווען דעם חוב אויף אונז בשעה זו. ער האט נישט געוואלט מאריך זיין ווייל עס איז געווען שפעט, און דער עולם איז געזעסן 11 אזייגער נאך פאר מעריב.

עס איז געווען א געוואלידעגר מעמד קידוש השם, א מעמד תשובה דרבים וואס איז ממש כתשובה מאהבה, און א מעמד התחזקות. אינדרויסן זענען געשטאנען אינגעלייט עסקנים און געבעטן פאר חתימות אז מהיום והלאה זאל זיין שטרענגע הכשרים מיט תיקונים אין דעם ענין. יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט גע'חתמ'עט לאור דעם התעוררות פון דעם שרעקליכן מכשול.

זאל השי"ת העלפן אין זכות פון די תשובה וואס אידן טוהען, זאל ער אונז אנשרייבן דעם יאר א כתיבה וחתימה טובה און פאר א שנת גאולה וישועה, בב"א.

אין אנדערע נייעס, האט הרב ברעסלויער שליט"א געמאלדן אויף צעטלעך אין די בתי מדרשים אז לעת עתה גיט ער מער נישט קיין הכשרים אין ערגעץ! עס טוט אים וויי אז אזא מכשול איז ארויס מתחת ידיו. עס איז כדאי צו באמערקן אז רוב רעסטוראנטן אין מאנסי האבן זיינע הכשרים.

העלפ_פליז » 11/9/2006 04:09

א גרויסען ישר כח
שמעק טאבעק

אבזרווירער » 11/9/2006 05:20

שמעק_טאביק

א ריזן יישר כח, חמרא למריה וטיבותא לשקיה.

מלוה_מלכה » 11/9/2006 07:58

שכוייח שמעק-טאבאק פאר די מיה.

איןבעיה » 11/9/2006 21:12

אין אן אנדערע פארום האט איינער געמאלדען אז עס דרייט זיך ארום א שמועה אז איינע פין די קעטערערס וואס האבען סערווירט נאכטמאל אין די זומער וואכען אין איינע פין די ב"פ זאלען האט געהאט פין די נבלה............

שמעק_טאביק » 11/9/2006 21:19

צבי, וואס נעמט דיר ארויס פון די כלים? וואס ברענט דיר אזוי מלמד זכות צו זיין אויף אן עוכר ישראל??

ס'איז פאראן א באקאנטע ווארט פון סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע (צבי - אנטשולדיגט אויב דו ביסט ברוגז אויף אים...) אויפן פסוק (משלי י"ז) מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם, ד.ה. אז אויב איינער טוט בארעכטיגן א רשע, אדער פארקערט אומבארעכטיגן א צדיק, איז דאס תועבת ה' גם שניהם - ביידע. האט ער געפרעגט, וואס פעלט אויס דער "גם שניהם"? איך פארשטיי אליין אז ביידע זענען תועבת ה' . עס קוקט עפעס אויס ווי א איבריג לשון.

נאר וואס דען, אויב וואלט נאר געווען איינער אליינס, וואלט מען נאך געקענט מלמד זכות זיין אויף אים. דהיינו, איינער וואס נעמט זיך אן פארן רשע, קען מען זאגן אז ער איז א שוואכע נאטור, ער האט אויף יעדן רחמנות, ער איז יעדן מצדיק, ער קען נישט פארנעמען קיין שלעכטס אויף א אידיש קינד, נו, דאס קען מען נאך דערהערן; ווידעראום איז פאראן א "שווארץ-קוקער", וואס זעהט דאס שלעכטס פון יעדן איינעם, און ער איז נישט גענוג שטארק מתפלל בייי די תפלה פון רבי ר' אלימלך שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם, ממילא טוט ער יעדן בא'שגצ'ן, סיי א רשע און סיי אן ערליכן איד. איז אויך נאך נישט אזוי געפערליך. וויבאלד דאס איז זיין טבע.

משא"כ ווען איינער האט שני הפכיים, ער איז סיי מרשיע צדיק - און סיי מצדיק רשע, דאן תועבת ה' "גם שניהם" ,אויב האט ער ביידע איז א סימן אז דאס קומט שוין פון א פארדרייטע מח, אפיקורסות, און איז מקיים דעם "את אשר אהבת שנאתי ואשר שנאת אהבתי" רח"ל.

א מענטש וואס שפעט אפ פון יעדן ערליכן איד, און זוכט נאר צו פארענטפערן די רשעים איז א תועבת ה'!!

פארשטאנען?

verbeenich » 11/9/2006 21:34

איןבעיה,

שקר וכזב!!!
די שמועה גייט אז איינע פון די קעיטערערס פון בארא פארק וואס האט אמאהל געהאט דעם זאל האט גענומען פון דארט פלייש.

מ'רעדט פון איינעם ו..... וואס האט אויך געהאט מנורה און ארמון טערעס

דער קעיטערער האט קיינמאהל נישט געקעיטערט קיין סאפערס.

tzvibp28 » 11/9/2006 21:37

ניין, נישט פארשטאנען!

שכוח פאר די מוסר שמועס, אבער אוואו זעהסטו אז איך בין "מצדיק די רשע?" איך האב פשוט געפרעגט פארוואס נאר פינקל איז די רשע דערווייל, פארוואס איז מען נישט מגלה ווער די אנדערע זענען?

אויך קען מען זאגען אז קנאים זענען בטבע שלעכטע מענטשען וואס טוהען אויסלאזען זייער שלעכטסקייט אויף כביכול קנאת ה' צבקות,

זאב58 » 11/9/2006 21:51

שמעון טאביק ....
דער ווארט איז פון נודע ביהודה.

שמעק_טאביק » 12/9/2006 01:05

אנטשולדיג מיר צבי, אויב איך האב דיר נישט ריכטיג פארשטאנען.

זאב, קען זיין אז ס'איז פון נודע ביהודה זי"ע. אדרבה, דאן איז דער ווארט נאך מער חשוב. סאטמאר רבי זי"ע האט דאס גענוצט אלס דעם אז די אלע אידן בשעתו האבן געוואלט מלמד זכות זיין אויף די פושעים אין כלל ישראל, און געשריגן תינוק שנשבה וכדו', און בארעכטיגט אלע שגץ שטיק פון די אפיקורסים למיניהם, און פונקט אויף די הייפעלע קנאים, וואס האבן בלויז די "איינע עבירה" פון שרייען אויף די רשעים, זיי איז מען מבזה בכל מיני בזיונות.

עניוועי. נחזור לענינינו. לעצטנס הער איך אז מ'האט געטראפן נאך א גאנצע הויפן מיט היימישע חברה וואס האבן שייכות מיט דעם שוידערליכן סקאנדאל. איך ווייס נישט קיין נעמען, אבער איך הער אזוי פון עטליכע מענטשן.

די מעשה איז אזוי, אז נעכטן שפעט ביינאכט זענען די רבנים אראפגעגאנגען מיט דעם מ. פינקל צו דעם געשעפט, און חוקר ודורש געווען. מר. פינקל האט זיך פארדעקט דאס פנים, ער האט נישט געוואלט אז קיינער זאל אים זעהן אריינגיין אין זיין בוטשער'ל. למעשה האט ער זיך שוין געבראכן און אנגעהויבן צו רעדן (ענדליך!) און פארציילן אביסעלע סודות פון חדר, ווי אויך אז די בהמות זענען נישט געווען כשר, וואס איז חייבי כריתות רח"ל, און ווי אויך די אלע וואס האבן א שייכות.

די רבנים און עסקנים זענען שאקירט פון די פרטי הדברים. און זיי זאגן אז די מעשה איז נאך ווייט פון פארטיג!

ווער עס ווייסט מער פרטים, ביטע שרייבן. זעלבסטפארשטענדליך אז אויב איך וועל הערן מער פרטים וועל איך צולייגן אי"ה.

אבזרווירער » 12/9/2006 01:39

וויי און וואונד איז מיר, אויב די לעצטערע שמועות איבער מר. וו. פון ב"פ זענען אמת, איך האב מער ווי איינמאל געגעסן ביי זיינע שמחות.

השם ישמרנו.

tzvibp28 » 14/9/2006 05:23

אזוי זאגסטו, ואכמ"ל

בעל_גאוה » 14/9/2006 23:25

וועגן יודל שעהן ווייס איך שוין פון לאנג
לויט ווי אזוי איך שאץ אים אפ איז ער נישט מער ווי א Whistleblower
אויף אידיש רופט מען דאס א מויל מאכער
למעשה פאר 8 יאר צוריק האט ער געזאגט פאר רב ברעסלויער וועגן די צונגען אבער טונקל האט זיך ארויסגעדרייט ווייל עס איז נאר געווען א השערה און נישט קיין פאקטן אז עס איז טריפה
און ווייל יודל שיין שרייט אויף יעדן (חוץ אויף די וואס האבן אים געגעבן א JOB) הערט מען אים שוין נישט
ווען מען זאל דאס הערן פאר 8 יאר צוריק פון א ערנסטן מענטש גלייב איך אז עס וואלט נישט דורך בשתיקה

אויף רובאשקין איז ער 100% נישט גערעכט
ווייסמאנדל האט געוואלט האבן מיט עם א דעבאטע און יודל שיין האט נישט געוואלט
ער זעט א לאך פון א נאדל און שרייט עס איז א ריזיגע לאך

למעשה אפאר אויף וואס ער העט געשריגן האבן עם פארשטאפט זיין מויל מיט געבן א JOB

Baachi » 14/9/2006 23:39

בעל גאאוה

במחכ"ת איל מיין די האסט געכאפט דעם קאטער, דער טעם וואס מיז זעהן אזוי אויס איז ווייל

א whistleblower הייסט ביי דיר א מויל מאכער.
היינו דאהני לן


 דיקשאנערי :
An informant who exposes wrongdoing within an organization in the hope of stopping it

התאחדות » 15/9/2006 00:08

בעל גאווה, דו קענסט איהם פערזענליך.? און ווער זענען די וואס האבן איהם געגעבן א JOB?

בעל_גאוה » 15/9/2006 00:23

קען זיין איך האב נישט דעם ריכטיגן ווארט
אבער די כוונה איז די זעלבע
ער האט ליב צו שרייען בוודאות אויף זאכן וואס ער מיינט און עס דאכט זיך
פארדעם האט מען עם נישט גענומען גענוג ערנסט
ווייל קיינער האט נישט געחולמט אויף טריפות ביי די מעשה מיט די צונגען
און ער האט געשריגן וודאי טריפה אן קיין פאקטן

התאחדות » 15/9/2006 00:54

איך בין נישט בכוח אריינצוגיין אין קיין וויכוח מיט דיר, אבער ווער עס וויל קען אויסהערן די מעשה וואס ער האט געהאט מיט שבח פאר עטליכע יאר צוריק אויף די האט ליין פון אלטר משה גאלדבערגער, דארט פארציילט ער די מעשה זייער רואיג, מיט שטארקע פאקטן ליידער, איך קען איהם נישט פאר סתם א קאפ דרייער, דאס יא ער קען מאכן גוטע קאפ-וויי פאר א בעל מכשיר, וואס ליידער זענען מיר היינט אויפגעוויזן געווארן איבער די וויכטיגקייט פון דעם.

יוסקעלע » 15/9/2006 03:11

סאטמאר האט מאכיל געווען בשאט נפש חלב

נירבאטור האט זיין קופה של שרצים

אויף רובשקין זאגט יצחק שטיין כל דבר אסור

GOLDEN FLOW נוצט געשטאכענע קיען

ביי NEW SQUARE פאפט דער "חלב ישראל" משגיח יעדן אנדערע טאג ביז צוויי שעה נאך אנהייב חליבה

OU איז סתם גוים

וואס איז היינט יא גוט?

איך וואלט געזאגט אז אלע זענען גערעכט

תוקן על ידי - יוסקעלע - 15/09/2006 3:12:47

מלוה_מלכה » 15/9/2006 08:33

איך וויל אביסל קלאר זיין אין די הלכה'דיגע חלק פון די איצטיגע שערוריה.

איך האב נישט דורכגעקוקט די בלעטער פון די רבנים,

אבער פארוואס האבן די רבנים מחליט געווען אז דאס הייסט ענדערש 'קבוע', וכל קבוע כמחצה על מחצה דמי, והוי ספקו כשר ספק טמא.

פארוואס זאל דאס נישט הייסן ווי 'רובא', ער האט דאך פארקויפט כשר פלייש אלס די מערהייט (לכאורה), און ביי רובא כשרים איז עס כשר.

משנה_למלך » 15/9/2006 10:41

RE: Moshe finkel said that if he would know how much
"BITIL TOIRAH" his "MASAH NEVULAH" will bring, he would never do it...

בעל_גאוה » 15/9/2006 19:08

מלוה מלכה
קודם די לעצטע האלבע יאר ווייסט מען שוין קלאר אז רובא איז געווען נו"ט ליידער
קודם האט מען דאס געזען אז ער האט געהאט מער סעילס ווי פריער
און ער האט געקויפט זייער ווייניג פון אלע כשר'ע סופלייערס
און עס איז אזוי ארויסגעקומען נאכן פארשטן
במילא איז סיי ווי נישט דא א רוב

שנית
קבוע הייסט דארטן -א מקום- ווי עס איז דא וודאי 1 שטיקל טריפה און אפי' 9 כשר ווערט עס א קבוע
און אויב עס האט זיך אויסגעמישט איז כל קבוע כמחצה על מחצה

אבער אויב מען טרעפט א שטיקל און גאס און מען ווייסט נישט פון וואו איז עס פריש
וכל דפריש ממרובה פריש
פארשטאנען?
זעהט אויס אז דיין רבי האט דיר נישט געגבן גענוג פעטש ביי תשע חניות

אוי האט מיין רבי געהקט שטיקער יענע וואך

בירורבהלכה » 15/9/2006 19:13

צו מלוה מלכה:

די הלכה ביי א ספק איז, אז מ'גייט צוריק פין ווען עס ווערט נולד די ספק, למשל אויב מ'טרעפט פלייש אויף די גאס זאגט מען אז רוב פלייש פון די געשעפטן איז כשר פלייש, און ממילא איז עס רוב אין אפילו עס איז טריפה ווערט עס בטל, אין א סטאר הייסט עס אבער א קבוע, אין ביי קבוע זאגט מען כמחצה על מחצה, אין ווייל דא איז נולד געווארן די ספק שוין אין די סטאר קען מען נישט זאגען רוב.

allllways » 15/9/2006 21:48

א פונקט.

די גאנצע סבה פארוואס דער בעה"ב אליין איז נישט באגלייבט און ער מו ז האבן א הכשר ( ווייל לכאורה וואלט ער דאך אליין געקענט לערנען די הלכות און ער וואלט אליין געקענט געבן די השגחה און האבן א חזקת כשרות) איז נאר ווייל דער בעה"ב איז נישט באגלייבט ווייל ער האט א נגיעת ממון , און דעריבער וואלט ער פארקוקט , ער וואלט מקיל געווען, און מ'קען אים נישט געטרויען.
דאס איז א דבר פשוט.

איצט איז די הארבע פראגע אויף וואס איך האב נישט קיין תירוץ.

לויט די אויבנדערמאנטע סבה (וואס שטייט קלאר אין הלכה) זענען דאך די היינטיגע בעלי מכשירים אין די זעלבע מדריגה און אינעם זעלבן פעקל.

ער האט דאך די זעלבע נגיעה צו פארקוקן, און עס אי ז קלאר אז די בעלי מכשירים לויפן ענדערש נאך די פירמעס און בעט ן זיך ביי זיי, און דארפן צוקומען צו זיי, עס איז א פאקט אז פילע פירמעס סטראשען די משגיחים ווען עפעס שמעקט זיי נישט, אז אויב נערווירסטו מיך צו סאך וועל איך זוכן אן אנדערן, נו , איז דאך דער זעלבער פראבלעם. די בעלי מכשירים האבן דאך פונקט אזוי זייער אייגענע נגיעת ממון, זיי ציטערן דאך צו סאך זיך אריינצומישן אדער צו קומען צו אפט און פלוצלינג, ער ווי ל דאך דער בעה"ב זאל זיין 'צופרידן' פון זיין השגחה ארבעט, דעריבער ווי קען מען זיי געטרויען. עס איז דאך א גאלד גרוב פאר זיי.

זיי מוזן זיך האלטן דאס מויל. ווי יעדער האט איצט געזען. יעצט קומען ארויס די אלע מעשיות אז די משגיחים האבן שוין לאנג פארדעכטיגט. איי, פארוואס האסטו נישט געמאכט א געוואלד, פארוואס האסטוו עס געלאזט לויפן? פארוואס האסטו עס דערשטיקט  ביי דיר? אה, דער טאש האט געמאנט. איך וויל נישט ריסקן מיין השגחה ביזנעס. קאמען סענס. כי השוחד יעור ... ויסלף דברי "צדיקים".

איז דען א ספק אז וווען די בעלי מכשירים זאלן באקומען א געהאלט - לאמיר זאגן פון קהל'ס קאסע - און די פירמע זאל זיי סייווי דארפן נוצן צו קענען האבן א הכשר, וואלטן זיי געווען פיל שטרענגער, זיי וואלטן נישט געטראפן די פילע קולות וואסס זיי טרעפן אלץ אויס און אויף וואס זיי פארלאזן זיך, בטל בשישים, נט בר נט, באלף, אינו בן יומו און די גאנצע ליסטע, . איך וויל וויסן צי פאר אומזיסט וואלטן זיי דאס אויך צוגעשטעלט? צי דאן וואלטן זיי געווען אזוי פרום און מדויק ווי ביי אנדערע נישט-אזוי הארבע זאכן.

שלוםשטוב » 15/9/2006 22:05

צו אלע וואס שרייבען וועגען קבוע.

נישט אמת, עס הייסט נישט קבוע, קבוע איז נאר ווען מען ווייסט ווי איז כשר און ווי איז טרייף, און מען ווייסט נישט פין ווי מען האט גענומען, אויב זענען די חניות אליין א ספק, שטייט קלאר אין די פוסקים אז מען גייט יא נאך רוב.
דא אז די ספק איז אין די סטאר אליין, וואלט מען יא געגאנגען נאך רוב, אויב איז דא רוב, איך גלייב אז די רבנים ווייסען א פשוטע הלכה פין רוב, און זעהט אויס אז דא ווייסט מען נישט צו עס איז דא אפילו רוב, ווייל פין ווי זאל מען וויסען?

אויס איז נישט קלאר אז מען דארף צוריק גיין די תחלת ווען מען האט עס פארקויפט, לויט ווי געוויסע זאגען איז עס א מחלוקת ש"ך און ט"ז לגבי א שוחט.

שלוםשטוב » 15/9/2006 22:27

פין די גאנצע שערורי' זעה איך נישט פארוואס די בעלי בתים פין הצלחה האבען נישט אויף געבראכען זיין פריזשערעיטער פין פריער, זיי האבען באקומען גאנץ אסאך קאמפלעינטס, און זיי זענען נישט קיין שוטים, איך בין זיכער אז אין זייערע אויגען איז דער שבח געווען גוט פארדעכטיגט, נאר זיי האבען געקלערט אז עס איז נישט זייער געשעפט.

לדעתי דארפען זיי תשובה טוהן די מערסטע, ווייל גוטע חששות האבען זיי געהאט ביז היינט, און פארוואס האבען זיי גארנישט געטוהן? וואס איז יעצט געשעהן? זיי האבען געהאט א פריוואטע געלט סכסוך האבען זיי געקענט באשטיין צו פאקען מיסטער שבח.

הייסט עס על כבודי לא מחיתם, על כבוד בשר ודם מחיתם!!

דער רב ברעסלוי, דער איינציגסטער לימוד זכות אויף אים, איז אז ער איז א גרויסער טיפש.
די שאלה איז נאר, פארוואס די מאנסיער עולם איז געווען מטומטם צו עסען פין א בעל מכשיר א טיפש, זאל זיין א ירא שמים.

אין בארא פארק איז פארהאן א רב, ער הייסט עמרם ראטה, איך קען אים נישט און האב נישט מיט אים קיין חשבונות, פארוואס לאזט אים זיין טאטע געבען א הכשר??? דער שייגעץ גיט א הכשר ווי אימער, די גרעסטע פויערען האבען זיין הכשר, ווי איז יושר?
מען רעדט אז אונז דארפען מיר תשובה, זאל דער ראטעל תשובה טוהן, און דערנאך מאכען אסיפות וועגען דער שבח פרשה.
התאחדות הרבנים איז סתם אן אנגעפרעגטער זאך. די רבנים וואס באלאנגען אהין זענען עתיד ליתן את הדין.
זיי זענען די וואס האבען אויסגעלערענט דעם עולם אז א הכשר מיז נישט זיין שטרענג, זיי זענען די וואס האבען אויסגעלערענט די רבנים ווי אזוי מען גיט א הכשר, און מען איז מתיר א שרץ בק"ן טעמים.
מילא איציק גליק, ווייסט מען אז ער איז א שייגעץ, אבער וואס איז מיט די רבנים דארט??????
און פאר זיי זאגען אז מען גארנישט טוהן, זאלען זיי מכריז און מודיע זיין אז זיי באלאנגען נישט צו התאחדות הרבנים, נישט אויף כבוד זאלען זיי דא זיין.

ביי מיר, ווען איך הער אז א רב באלאנגט אין התאחדות, איז ער בחזקת טרפות, נישט דא קיין סיבה צו האלטען פין אים, ווער האט אים געמאכט פאר עפעס, מי שמך לאיש? איציק גליק?

וועגען רובאשקען איז שווער אנצוגעבען א דעה, ווייל די אלע וואס רעדען זענען נוגעים בדבר, כאטש איך שמעק אז עפעס טויג נישט דארט, ווייל אז אלע זאגען אזוי, און זיי זאגען פרטים וואס טויג נישט, למשל אז דער בודק דארט איז א קל, מן הסתם איז יש דברים בגוי.
עס איז צייט זיך אויף צו וועקען פין שלאף, און זעהן ווי די אזוי גערופענע רבנים, זעלבסט געמאכטע על פי רוב, פארפירען כלל ישראל, ובתוכם, עמרם ראטה.
לעצם הענין קען מען גארנישט טוהן, ווייל סטארס האבען א רעכט צו פארקויפען, למשל סופער 13 פארקויפט פלייש, פארוואס נישט? טאמער איינער ווי אים טראסטען, זאל ער. א הכשר העלפט נישט, חוץ אויף אן אופן וואס מען קען זיך פארלאזען אויף דעם בעל מכשיר.

רובאשקין אפיציעל מישט זייער פלייש צויישען די הכשרים, איך ווייס נישט צו עס איז דא חילוקים צו נישט, אבער א גונב דעת איז ער זיכער.

א ווארט וועגען קלויזענבערג.
איך הער אז שבח האט פארקויפט קלויזענבערג אויך, איז מיט וואס האלט זיך באטשי אזוי גרויס?
און בכלל מיט וואס איז קלויזענבערגער טשיקענס בעסער ווי סאטמאר?? ווער גענוי גיט א הכשר אויף די דרייסיג עופות א וואך וואס זיי שעכטען אין עפעס א בעיסמענט אין יוניאן סיטי? עס איז נישטא צו באקומען, און דאס איז נישט קיין תקנה!

א וואסט וועגען צבי.
ער איז לכאורה עפעס אדוק אין רובאשקען, און ער מאכט מיר דעם איינדרוק, אז דער עולם מאכט זיך נאריש אז מען האט געכאפט שבח, ווען אין דער צייט איז רובאשקין מאכיל טריפות ואין פוצה פה ומצפצף.

אין די שמועס פין מיסטער משגיח שעהן, דערציילט ער די מעשה פין די צינגען פעברואר 1999, פארוואס האבען רב גרין געזאגט אז מען קען זיך פארלאזען אויף ברעסלויר וואס פארלאזט זיך אויף דעם בעל הבית, ווען דער בעל הבית האט שוין געהאט א ריעותא מיט פארקויפען צינגען אהן א ריסיט, אהן א פלאמבעס???????
דאס איז הלכה?????

בקיצור,

און דער שבח פרשה איז דא אפאר שולדיגע,
אונז כלל ישראל זענען זיכער נישט שולדיג, ווייל אונז האבען מיר גארנישט געוויסט.
די וואס האבען עפעס געוויסט און געקוקט אין די צווייטע זייט.
רב ברעסלוי
זיין משגיח (אולמאן?).
בעלי בתים פין הצלחה.
רב גרין.
איך בין זיכער אז דער ליסטע איז אסאך גרעסער.

זיי אלע, די וואס האבען עפעס געוויסט און געקיקט אין די צווייטע זייט, זיי דארפען א תשובה.

tzvibp28 » 16/9/2006 01:23

שלום

א איד ווי רובאשקין, א בעל חסד, א צדיק, איז כמעט נישט דא. נאר וואס? ער איז א "חאבאדסקער", ממילא מעג מען רעדן אויף אים וואס מען וויל. נו נו.

שלוםשטוב » 18/9/2006 05:14

 

בעל גאוה
וועגען קבוע וויסטו נישט וואס די רעדסט.
איך קען דיך גאראנטירען אז די האסט נישט אנגערירט קיין שולחן ערוך סימן ק"י, ווען יא וואלסט די נישט געשריבען די עם הארצות וואס די שרייבסט.
קבוע איז נישט ווייל די פלייש איז קבוע, איך ווייס נישט וואס די מיינסט צו שרייבען, אבער עס איז זיכער אז מען גייט נאך רוב ווען פלייש ליגט אין א געשעפט.
און צום לעצטען מאל, ווען עס איז א ספק פין וועלכע געשעפט מען קויפט, און איין געשעפט פארקויפט טריפה, דעמאלס איז עס א ספק אין קביעות, אבער ווען מען ווייסט נישט וועלכע שטיקעל פלייש מען האט גענומען, איז די ספק אין די פלייש, וואס איז "נישט" קבוע. פארשטאנען?
און יעצט, פאר די שרייבסט איבער דיין "שיטה", פרעג א תלמיד חכם וואס האט געלערנט אביסעל ק"י, און ווייסט אביסעל מער, און נאכדעם קום צוריק און זיי א מודה על האמת.

און לגבי רובאשקען, איך ווייס נישט די אמת, אבער וואס איך שרייב וועגען א בודק דארט, דאס זאגען די פריעדיגע משגיחים פון מארגרעטען, אין אישית קען איך דיך שרייבען א נאמען, איך ווייס נישט צו זיי זענען גערעכט, אבער הגע עצמך, כל זמן דער מארגרעטענער האט געגעבען די השגחה, האב איך זיי געגלייבט אז די פלייש איז כשר, און יעצט ווען זיי זאגען אז נישט, זאל איך זאגען עד כאן, איך גלייב זיי נישט????? למיחש מיהא בעי.

אדרבה ואדרבה, זאל מיסטער רובאשקען אדער דער ווייסמאנדעל קומען מיט א מכתב גלוי און אפענטעפערען זייערע טענות. (גלייב מיר אלע בעלי מכשירים ווייסען וואס ווערט געשריבען אין דעם אשכול - און אלע הערען אויס גאלדבערגערס קאלד ליין). דער אופן פין איגנארירען איז א ראי' אז זיי האבען עפעס מורא צוריק צו זאגען מחמת פחד פין די פריערדיגע משגיחים.

און דאס וואס די זאגסט אז די בעלי בתים פין הצלחה האבען קיין אנונג נישט געהאט.
שקר וכזב, דערווייל איז די מעשה פין משגיח שעהן גענוג אויף צו ווייזען אז עפעס האבען זיי יא געוויסט, און עס האט זיי גענוג געקיצעלט, אז זיי האבען געפרעגט א שאלה ביי רב גרין.
איך בין בטוח, אז שעהן איז נישט געווען די איינציגסטער, און זיי אליין האבען געהאט די אויגען אפען.

וגם, עס איז ידוע אז מיט בעלזער פלייש איז געווען אן ענליכע פרשה מיט א חודש צוויי פאר קרית יואל (אז זיי האבען אויף געהערט געבען פלייש פאר שבח, און זיי האבען געהערט אז ער פארקויפט נאך), און הצלחה האט גארנישט געטוהן, און דער רב המכשיר רב ברעסלוי, האט נאך געהאט די חוצפה און טפשות צו זאגען אז ער מעג דאס טוהן. שומו שמים אויב דאס מיינט א רב א ירא שמים.

און צום שלוס, איינער האט מיך אויף מערקזאם געמאכט אין אישית, אז איך מאך א טעות, איך האב געשריבען אז אונז דארפען מיר נישט תשובה טוהן, נאר די רבנים. שרייבט מיר יענער, אז עס איז נישט אזוי, אונז דארפען מיר אויך תשובה טוהן, אויף דעם וואס אונז האבען מיר זיי מקבל געווען פאר רבנים.

איז צום נייעם יאר, זייט אייך מקבל, אז אויף הכשר וואס איז דא א רינון, עסט נישט, האלט אייך איין, עסט נישט יאקע, עסט נישט פין האמאראד - עמרם ראטה, איר קענט אים געבען די חלה צו פארברענען פאר פסח, ווייל דאס טוט ער ברבים, אבער מער נישט, עסט לכתחלה נישט רובאשקען.
בעסער איז, טאמער איינער קען, זיך צוריק האלטען פין עסען בהמה פלייש בכלל, און עופות זאל ער נאר קויפען ביי פריוואטע שוחטים. אבער דאס איז שוין געמאכט פאר איינער וואס איז מער א בעל מעשה.

תוקן על ידי - שלוםשטוב - 18/09/2006 5:19:17

בעל_גאוה » 28/9/2006 17:05

א שיינע בילד פון משה טונקל-שטיקל און קומענדיגן גלגול
אויב ער טוט נישט תשובה
[בילד – נישט אפגעהיט]

בעל_גאוה » 29/9/2006 19:55

גייט מען זאגן דעם יאר
על חטא שחטאנו לפניך באכילת נו"ט?

נישט נאר און מאנסי נאר איבעראל
ווער עס האט געגעסן ביי עני שמחה קען נישט וויסן זיכער

shia550 » 4/10/2006 22:46

Case of the non-kosher chicken
could spark changes in industry
By Jacob Berkman
NEW YORK, Oct. 3 (JTA) — A recent case of retail fraud could lead to wholesale changes in the kosher meat industry.

The changes were discussed at two recent meetings of high-level rabbis and kashrut supervisors, one at the Orthodox Union headquarters in Manhattan and another in the heavily Orthodox neighborhood of Borough Park in Brooklyn. The meetings came after a kosher grocery in Monsey, N.Y., was found selling non-kosher chickens under a kosher label in early September.

According to reports, wholesaler Shevach Meats was stocking the shelves of its Hatzlocha Grocery with cheaper, non-kosher chicken that it repackaged and labeled as kosher.

The owner of Shevach Meats was outed after a slaughterhouse that was one of his suppliers realized Shevach Meats was still selling its product — even though the slaughterhouse had stopped supplying Shevach, according to Rabbi Menachem Genack, head of kashrut supervision for the Orthodox Union. Shevach Meats is supervised by a private rabbi in Monsey, not by the Orthodox Union.

The discovery caused a panic in areas that Shevach serves, ranging from Rockland County, a half-hour outside New York City, to upstate New York.

But what happened in Monsey could lead to tighter supervision at kosher retailers across the country — and that added supervision could end up costing consumers at the checkout line.

Orthodox rabbis in Monsey and nearby Spring Valley told everyone in the community to re-kasher any silverware that could have come in contact with meat from Shevach for the past 10 years. Leaders of the area's Orthodox community also called for a public fast before Yom Kippur as atonement for eating treif, or unkosher, meat, even though if community members ate the meat they did so unknowingly.

''For these people, it's a terrible tragedy,'' Genack said. ''Keeping kosher is a basic tenet of their faith, and people compromised that by using other people in this terrible fashion. And if it happened once, it could happen again.''

The implications of the supervision breakdown that allowed the Shevach Meats mishap have rocked the kosher world, said Rabbi Chaim Fogelman, head of kashrut supervision for OK Kosher, which supervises some 240,000 kosher products in 68 countries.

''This is probably the biggest kashrut disaster since Mount Sinai,'' Fogelman said.

The problem is that supposedly credible merchants took advantage of a system built on trust.

''In Monsey, it was a respectable person in the community,'' Fogelman said. ''And in general, even though it wasn't our supervision, it could have happened under our watch. It's an extremely painful story in kashrut.''

The only way to ensure that such fraud doesn't happen again is to have a full-time mashgiach, or kashrut supervisor, on hand whenever any store, supplier or wholesaler operates — even though that would cost $40,000-$50,000 per year and could put some smaller retailers out of business, Fogelman said.

Genack stressed that it was not a problem of kosher slaughterhouses providing non-kosher meat, but a lack of supervision along the distribution chain from slaughterhouse to store.

While the Orthodox Union supervises slaughterhouses, the middlemen in the distribution chain and the retail stores fall under the auspices of local kashrut organizations.

Genack attended the Yiddish-language meeting in Brooklyn — held the week after Shevach Meats was outed — which included representatives from numerous Chasidic kashrut supervising organizations. Another meeting, at O.U. headquarters, included the owners of several kosher slaughterhouses, including Empire Chickens, Aaron's Rubashkin and International Glatt, as well as the rabbis that supervise their plants, Genack said.

Participants discussed how to ensure that meat sold in stores is the same kosher meat that comes out of the slaughterhouse.

Genack said they discussed creating better ways to identify a product as kosher, providing better supervision of after-slaughterhouse distributors — many of whom are not supervised at all — and creating some kind of accounting system by which slaughterhouses can figure out if the amount of meat their retailers sell matches the amount the slaughterhouses produce.

''We have to create some kind of global accounting system so that we can verify the source of the product,'' said Genack, who has consulted with several large corporations about how they avoid retail fraud. But, he noted, ''This isn't going to take a week to fix.''

One head of a local kashrut organization in the New York metropolitan area, who wished to remain anonymous, said his agency has started detailing what each of the 12 kosher butchers it oversees has bought from wholesalers and sold to the public in recent years.

The agency started the laborious process of checking invoice receipts against sales receipts the week after the Shevach Meat scandal was exposed, the rabbi said, adding that it could take several months to complete the initial check and that its stores would be subject to rolling, random checks in the future.

Barry Rosenbaum of Empire Chickens said his company long has been concerned about product counterfeiting.

''We're well aware that buyers buy just a little'' Empire chicken, ''then buy cheaper'' kosher ''products from our competitors, just to put our sticker in their window,'' Rosenbaum said. He said Empire receives reports nearly every week of such fraud, especially as many retailers unpack the whole chickens Empire sells them so they can cut them into smaller pieces that are sold separately.

Rosenbaum said he doesn't know how widespread is the problem of substituting treif meat for kosher meat, having heard ''anecdotal stories'' but having ''no first-hand knowledge'' of other incidents. The problem, he said, is that ''one incident is enough to affect thousands of people and shake the faith of people that have put their trust in the system.''

The aftershocks rumbled through the kashrut community, said Rabbi Binyoman Lisbon, kashrut administrator of Kosher Supervision of America, a California-based organization that supervises more than 400 manufacturers.

''This was a shockwave that reverberated all over the world,'' he said. ''It really shook the foundations of the kosher world. Here was a set-up of people who were trusted and who had an impeccable reputation, and yet you have a tragedy of this sort happen under one's own eyes. It's a wake-up call telling the system to take a look at every single store that we certify.''

יוסקעלע » 5/10/2006 03:19

אשרנו שיש לנו OU כזה

שמעק_טאביק » 17/10/2006 01:37

ווי איר האט שוין מסתמא געהערט, איז ערשינען בעפאר יו"ט א בריוו פון פינקל וואו ער בעהט מחילה פונעם עולם, און ער איז זיך מתוודה.

איך נעם אביסל אינפארמאציע פון דא:

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2061688

אבער איך האב שוין געזעהן דעם בריוו בעפאר דעם, און איך אויך, צווישן אלע אנדערע, בין אביסל סקעפטיקל איבער דעם נושא. איז עס טאקע אמת? איז דאס זיין בריוו? טייל זאגן אז נישט, ס'איז נאר פון זיין משפחה... איי עס האט א נאמען פון א רב? און ווער טאקע איז דער רב? קיינער האט נישט געהערט פון אים? קען מען איהם נישט פרעגן??

ס'רוב מענטשן שעלטן דערויף, און זאגן "לא" מיט אן אל"ף, זיי ווילן נישט מוחל זיין... איך ווייס נאך נישט פארוואס... אויב איז עס אמת, פארוואס דען נישט? עפ"י הלכה "לא יהא אכזרי מלמחול" איז דא אויך שייך... געוויסע מענטשן זאגן אז די רבנים זענען זייער ברוגז אויף דעם בריוו... ספעציעל די מאנסי'ער רבנים... וואס האבן געוואלט ער זאל זיי בעטן א תיקון... (?)

ווייסט איר מער פרטים?

איך, לכשעצמי, אויב איז עס אמת, האב א פילינג אז מען דארף אים מוחל זיין. ער בעהט נישט דא מחילה פארן מאכיל זיין נבילות וטריפות, דאס קענען מיר אים ממילא נישט מוחל זיין. דאס איז בין אדם למקום, און זיין רב זאל אים ווייזן און לערנען א ריכטיגן דרך התשובה. נאר וואס דען, נאך אלעם האט ער געמאכט געוואלדיגע שאדנס פאר אידישע קינדער, אזויפיל קיטשענס און כלים אין מיסט געווארפן; אזויפיל טייער צייט אוועקגעגעבן, און עבירות שבין אדם לחבירו העלפט גארנישט, ממילא וויל ער בעטן מען זאל אים מוחל זיין.

פאר די מענטשן וואס שרייען דערויף און מאכן אלעס אוועק, וויל איך פרעגן: אדרבה, אפשר זאגט איר וואס ברויך ער טאן כדי צו האבן א כפרה? ס'איז דאך קלאר אז מען קען אויף אלעם תשובה טאן, און דער מענטש, זייענדיג א תלמיד חכם, ווייסט פילייכט אז אויב טוט ער אצינד נישט תשובה, וועט ער האבן א פינסטערן סוף לעולמי עד רח"ל, איז ווארשיינליך טוט ער כל מה שביכלתו צו מתקן זיין... טוט ער נישט גוט?

אויף די וועלט איז זיכער א ביטער רחמנות אויף אים... ער איז מאוס ונבזה ומשוקץ בפי כל; זיין אייגענע משפחה וויל אים נישט קענען; ער וועט זיין נע ונד (אזוי שרייבט ער אין בריוו); ער האט נישט קיין שום "פיוטשער" אין זיין לעבן... יעדער מענטש וואס לעבט האט א צוקונפט, מ'ווערט עלטער, מ'שטעלט אויף דורות, מ'וועט נאך זעהן אייניקלעך און אור אייניקלעך, פירן א סדר טיש פאר אלע אייניקלעך, קומען אויף חנוכה צום זיידן, א.א.וו. אך און וויי איז צו א מענטש וואס האט נעבעך נישט אויף וואס צו ווארטן... כמעט ווי א פארברעכער וואס באקומט לעבנסלענגליכע טורמע... וועט ער כאטשיג אויף יענע וועלט יא האבן עפעס?

[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 17/10/2006 03:11

הרב נויבירטה איז די מחבר פון שמירת שבת כהלכתה

יוסקעלע » 17/10/2006 03:17

אזוי שנעל האט ער מחליט געווען אויף תשובה? פארוואס?

Baachi » 17/10/2006 17:49

לפענ"ד וואלט די בעסטע זאך פאר איהם געוועהן צו טוהן תשובה ברבים. ווי למשל ער זאל אויפטרעטן ביי איין אסיפה.

שרייבן צעטלעך האט נישט קיין פשט. סהיינט א וועלט פון פאשקווילן מיט זיופים.

איך גלייב אז סאיז פשוט מסוכן פאר איהם דאס צו טוהן

איז במקום זה זאל ער אויפטרעטן ביי זאב ברענער אויף די ראדיא. אין מתוודה זיין ברבים. עס וועט זיין א קידוש השם.

טאמער אויב ער איז שוין אזא בעל תשובה אז ער איז שוין מקפיד ניט אריין צו נעמען זאב ברענער אין שטוב ווייל ער איז א נישט קיין היימישער.

דעמאלטס קען ער סעטלען פאר קאנטרי יוסי

ער האט א היתר מאה רבנים



שלוםשטוב » 18/10/2006 06:11

אסאך מאכען א טעות. עס וועט אדורעך צייט און ער וועט ווייטער ווערען אנגענומען ביי זיינע קינדער חברים וידידים, טאמער נישט אלע, לכה"פ אפאר פין זיי. די וועג צו קענען צוריק קומען, נישט היינט, נאר אמאהל, שפעטער, ווען די זאך וועט ווערען אנגעקילט, איז קלאר דורך דעם צעטעל, וואס איז גוט, און ברענגט ארויס אז ער האט חרטה, און טוט תשובה. מער פין דעם קען ער נישט. פארוואס זאל איינער זיין בייז אויף דעם צעטעל ווייס איך נישט, חוץ אויב זיי ווייסען אז ער בלאפט דא ווייטער. מצידו איז די צעטעל גאר גוט. די שאלה וואס מען קען דא אריין קלערען, פארוואס זיין ווייב האט זיך געדארפט אזוי שנעל אפגעטען פין אים, און נישט געווארט אפאר חדשים צו זעהן ווי אזוי די זאך וועט אויסשפילען.

Baachi » 18/10/2006 16:34

שלוםשטוב

די גאנצע זאך האט נישט קיין הענט און קיין פוס.

מכשיל געוועהן אידען האט ער ברבים, לכל דכפין, מיט א ריזיקען הפסד ממון.

מתקן זיין וויל ער דורך א צעטל וואס קיינער זעהט נישט ( ווי האט ער דאס מפרסם געוועהן?), נאר יחידים, און דאס געלט וועט ער אחלק געבן פאר א צדקה וואס ער וועט אליין באשליסן.

פארוואס זאל ער נישט געבן געלט פאר א מאנסי בי"ד צו באצאהלן היזיקות פון אידען?

גזל ואינו יודע ממי גזל יעשה מהם צרכי רבים. נישט זיינע אייגענע צדקות, ער'ט  נאך באצאלן שכר לימוד מיט דעהם געלט.

זאל ער פאררעכטן דעם פראבלעמאטישן עירוב אין מאנסי!

דער בריוו שטייט נישט בהסכמת הרב נויווירט. ס'שטייט "היה למראה עיניו"

ער קען אויך יעצט צו שרייבן היה למראה עיני "באטשי" ו"שלוםשטוב"

די טשיקענס וואס ער האט פארקויפט זענען אויך " היו למראה עיניו של המשגיח"

עפעס שטימט נישט דא







שמעק_טאביק » 18/10/2006 18:29

באטשי, ביסט א גוטער לץ...

קודם כל, ס'שטייט אין בריוו אז הרב נויבירטה האט עס געזעהן, "ואישר אותו"... באטשי און שלום-שטוב האבן עס לעת עתה נאך נישט מאשר געווען, און האבן נאך אסאך הערות דערויף...

נאכדעם כל, וואס האסטו געוואלט? ער זאל אצינד גיין קיין מאנסי, און מ'זאל מפרסם זיין אין אלע שוהלן אז ר' משה פינקל גייט האלטן א חרטה דרשה, און דער גאנצער עולם איז געלאדנט...??? חוץ מזה וואס מאנסי האט נישט גענוג א גרויסער זאל פארן עולם וואס וועט זיך צוזאמענקומען הערן אזא היסטארישע דרשה, וועט מען דארפן האבן ווי פאלגענד: פאליציי און סעקיוריטי מענטשן וואס זאלן אים באשיצן פון ווערן איינגעשלינגען לעבעדיגערהייט; א מייקראפאן וואס זאל זיין גענוג הויך איבערצושרייען די אלע געשרייען וואס וועט אפהילכן אין זאל (יא מוחל נישט מוחל, פוי, א.א.וו.); אפשר אויך אויערן שטאפערס; און נאך אזעלכע צוגעהערן....

וויצן אין א זייט געלייגט... וואס זאל ער טאקע טוהן? גיין אדורכשמועסן מיט מאנסי'ער רבנים וואס ווילן אים צורייסן ווי א פיש וואס ער זאל טוהן? געבן פאר זיי די געלט זיי זאלן עס צוטיילן פאר זייערע מוסדות? צרכי רבים מיינט נישט דווקא אין די שטאט וואס ער האט שאדן געמאכט, כאטש ס'וואלט געווען יושר אזוי צו טוהן...

אפשר אין א יאר ארום וועט ער נאכאמאל קענען פרובירן אריינקומען קיין מאנסי...

און שלום שטוב: איך גלייב נישט אז זיינע ידידים וועלן מיט די צייט צוריק גוט ווערן מיט אים. פארוואס דען יא? אפשר אלס רחמנות אויף אים? אויב אמת'ע רחמנות, דארף מען זעהן ער זאל האבן זיין ריכטיגע תיקון אויף דער וועלט און קומען אויסגעלייטערט אויף יענע וועלט... אויב האט זיין רב באשלאסן אז "והייתי נע ונד, והייתי מגורש מחביריי אוהביי וידידיי" איז זיין תיקון, דארפן זיינע חברים דאס העלפן מקיים זיין.

פארוואס זיין ווייב האט זיך אפגע'גט פון אים איז נאך נישט אינגאנצן פארשטענדליך, הגם אז מען וויל דווקא קען מען עס פארשטיין... איך האב געהערט עטליכע אידן שמועסן הלמאי זי האט אים אפגעלאזט יעצט, נאך יארן וואס זיי האבן אזא גוטע לעבן (עכ"פ למראית עין...) בשעת וואס דער עיקר וואס מען דארף א שותף אין לעבן איז לעת הצורך ווען עס מאכט זיך א שווערע צייט זאל מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן... זי וואלט אים געדארפט מעודד זיין ער זאל זוכן א תיקון, און פאררעכטן וואס ער האט פוגם געוען, און אים שטיין צו די האנט אין אזעלכע שווערע צייטן... די מענטשן וואס טענה'ן דאס האבן א פוינט, אבער ס'איז נאך אלץ נישט צו שווער צו פארשטיין זיין ווייב וואס האט נישט געעואלט לעבן מיט אזא גרויסן פלעק כל ימי חייה...

בקיצור, די מענטשן וואס האבן טענות, זאלן זיך לאזן הערן... איר ווייסט אז די רבנים לייענען אין היידפארק וואס צו טוהן (?)...

Baachi » 18/10/2006 19:15

שמעקטאביק

"ואישר אותו" מיינט אז ער האט מסכים געוועהן אז דאס איז גענוג?
דאס מיינט אפשר אז ער האט מקיים געווען די חתימת ידיו

נאדיר, דא האסטו א גרויסען חידוש!

סדא אפאהר מנינים ערליכע אידן און מאנסי וואס האבן  נישט קיין אינטערנעט! אין זיי האבן געגעסן דאס פלייש און געקאשערט די כלים! 

פון ווי דארפן זיי וויסען פון דעהם?

ער האט געמאכט אשטינק ברבים, אנגעקומען ביז אין דעם ניו יארק טיימס. זאל ער מתקן זיין ברבים.

גיין אויף די ראדיא LIVE איז די איינציגע עצה. אבער קודם גוט מפרסם זיין. איך בין בטוח אז זאב ברענער ודוגמתו וועט עס בחפץ לב אהננעמען, די פאבליסיטי וועט זיין אין לשער. 

וועגען צרכי רבים, מיינט עס לכאורה על פי פשטות אין די שטאט ווי ער האט מזיק געוועהן. 
נישט גאנווענען אין ניו יארק און באצאהלען אין ירושלים.

ער דארף עס נישט געבן פאר ארב מיט מוסדות, ער קען זעצען א בית דין וואס זאל באשליסן וואס ער זאל טוהן. אדער מאכען א קופת גמ"ח, אדער עירוב, אפילו אויס צאהלען הוצאות פון א מקווה פאר א יאהר, מזאל קענען גיין בחנם לכל דכפין. ספעלט וואס צוטוהן?

זיין ווייב?

קודם האט עס מיך אויך געבאדערט וואס זי איז איהם נישט געשטאנען צו הילף בעת צרתו. כמאה"כ :ואשה בכל אלה לא מצאתי.

אבער יעצט ווי איך זעה אז ער נעמט נישט ערנסט די גאנצע מעשה. פארשטיי איך איהר שוין בעסער.
איך מיין פון זיין לשון אין דעהם בריף אז ער באגרייפט נישט פשוט די היסטארישע עוולה וואס ער האט אפגעטוהן.

ווי גייט דאס ווערטל. 

If Mr Finkel  would have known how much bitul torah and loshon horah it will cause' he would never have done it






 

בלאט: 1 2 3