די פלעי אין וויליאמסבורג מוצאי יום טוב איז געווען שרעקליך אויסגעשפילט. עס איז געווען הערליכע סינעריס פון א בית המדרש און פון מענטשן מיט פארענטשעס, אבער דער עולם איז נישט געהעריג געקומען און דער הויפט עקטאר איז געווען א טאטאלער דורכפאל.
ווער ס'האט מער פרטים זאל ביטע באריכטן.
שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב
עס איז געוועהן ווייט פון ליידיג ביי רז"ל'ס טיש מוצאי יו"ט. עס איז נישט געוועהן קיין גרויס געדרענג, אבער וויפיל מ'האט אנגעגרייט איז געוועהן פיל, חאטש מ'האט נישט אנגעגרייט אזא גרויסע שטח.
מוראדיג אינטרעסאנט איז געוועהן די ליידיגע וויליאמסבורגע גאסן איבער שבועות. עס האט זיך שטארק דערקענט אז די עולם איז געפארן אויף ק"י. די גאסן האבן אויסגעזעהן ענליך צו די וואכן וואס די עולם איז אין קאנטרי. אפילו פארקינג איז געוועהן ברווח אפילו הארט פארן זמן, א זאך וואס איז כמעט נישט שייך ערב א יום טוב אין וויליאמסבורג.
דער גרעסטער פלאפ פון סיגעטער רבי'ן איז געווען די ליידיגע גאסן און ליידיגע מקוואות ערב יום טוב. דער עולם האט ממש דעזערטירט די שטאט. עס האט אויסגעקוקט פונקט ווי שבת אין קאנטרי סיזאן.
| [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] | *-- _mName *[בילד – נישט אפגעהיט] | ||
| |||
ווייל פאר יו"ט איז געווען אנגעגרייט 5 רייעס בענק דא זעה איך נאר 4 רייעס
נאך אזאך זעה איך פארשוויטצט ביזטו נישט געווארן איך זעה דער עולם שטייט שיין גראד ברייט אויף די פארענטשעס ביי אינז האט מען געדארפט שטיין זייטיג ציקוועטש
ווען זיי שרייבען גרעסטע טיש אין היסטאריע אן א פיקטשער וואלט איך געמיינט אז ס'איז טאקע געווען עטליסט א פערטל פון ק"י,
אבער אזוי אז ס'איז ב"ה אראפגעגאנגען די איסור קען מען דאך זעהן וואספארא געלעכטער דאס איז.
איך האב יעצט אפגעציילט די מענטשן דא אויף די בילד ס'איז דא 46 מענטשן אויף א רייע נעבך נעבך
ביי אינז איז געווען איבער 100 אויף א רייע
אז די האסט טאקע נישט יעצט וואס צוטון נאר ציילען מענטשען,
וויל איך דיר געבן וואס צו טון,
איך האב לעצטענס געהערט אז "מעכעל'ס טוי סטאר" האט זיך עקספענדעט עפעס מעיזשאר,
ס'איז געווארען א ריזיגע סטאר א קעגן וואס ס'איז געווען,
יעצט טו מיר א טובה צייל אפ די חילוק וויפיל מענטשען גייען איינקויפן איין טאג ביי מעכעל און וויפיל ביי WAL MART
| [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] | *-- _mName *[בילד – נישט אפגעהיט] | ||
| |||
וואס ווייטאגן ענק אזוי ענק האבן דאך געהאט
25,000-30,000
וואס גייט ענק אן אז ער האט געהאט
4,000-5,000
ווייל ער האט נישט געהאט אפס קצהו וואס סאטמאר האט געהאט ווערט ער נאך נישט אויסגעשפילט,
ווען סקאליע רבי האט ווייניגער ווי סאטמאר ווערט ער שוין אויסגעשפילט?
מ'קען זאגען אויסגעשפילט אקעגן וואס א סאטמאר'ע טיש איז 'געווען' און 'איז'
אבער פאר סיגוט דאכט זיך מיר איז עס א שיינע טיש,
די רבי ז"ל (ברך משה) האט אלס סיגוטע רב געהאט אביסעל א קלענערע עולם.
דער קעפל פונען אשכול איז זייער נאריש, איך וואלט ווען געשריבן, "מוצאי יו"ט: די סצענע עפענט זיך!".
לאמיר זיך נישט פאפן, דער בילד איז א הערליכע בילד, עס איז ראוי צו איינפרעמען אין עס ניצן פאר א דעקארעישן.
וואס יא אפאר פונקטן:
1. פאר די וואס ווייסן נישט, דער גאנצער מזרח וואנט איז נישט מער ווי א בילד, דאס איז געמאלאנע קונץ ווערק פון א קאמפיוטער, וואס לכאורה האט דאס געקאסט א מינימום פון א 25 אלף, ווי איך הער האבן זיי געהאט א נדבן דערפאר.
2. די גאנצע יו"ט איז די ביהמ"ד החדש געווען אפגעשפארט, אלעס די פארענצ'עס, די שיינע בילד, האט געשטויבט, די גאנצע הארוואניע און שווערע געלטער איז בלויז געווען פאר די 2 שעה "נעילת החג" פלעי, וואס מ'קען כאפן בילדער.
3. דורכן יו"ט ווייס איך נישט וויפיל מענטשן ער האט געהאט, אין לכאורה האבן זיי נישט געברויכט צופיל מענטשן, זייער גאנצער ציל איז געווען אז ווען דער סצענע עפענט זיך ביי נעלת החג, זאל זיין די מאקסימום מענטשן.
4. ווי איך הער האבן זיי פאר יו"ט ארומגעשיקט מעסעדשעס אז עס איז "קריטיש" וויכטיג צו קומען צו "נעילת החג", ברמז האבן זיי אויך געשריבן אז דורכן יו"ט קען זיך יעדער גוט אויסריען און נישט קיין חויב צו קומען (מ'קען דאך פארט נישט באמיטשען די חסידים), אבער למען השם, זיכער מאכן אז די איינע שעה זאל יעדער דארט זיין.
5. מיין שאצונג איז אז זיי האבן ערייכט זייער ציל, די מציאות איז אז זיי האבן פראדוצירט א שיינער בילד און דאס האבן זיי געוואלט, און זיי האבן דאס באקומען.
6. יא איך ווייס אז ביים סאטמאר רבי אין קר"י איז געווען הערליך און אסאך מער מענטשן, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די שיינקייט פון די בילד, וואס זיי האבן ערייכט.
אבער צו אונזער מזל, איז דערווייל נאכנישט ארויפגעלייגט געווארן קיין איין גוטע בילד פון אונזער טיש ביי נעילת החג, דער פאקט איז אז זייער בילדער זעען אויס סאך בעסער. (נאר אויבנאויף זעהן זייערס אויס בעסער, און ווען מען ציילט די מענטשן קען מען זעהן אז ביי אונז איז דא מער).
ווער ס'האט בעסערע בילדער זאל ארויפלייגן ווי שנעלער. תוקן על ידי - כל_העולם - 04/06/2006 21:13:32
ליצי ליצנות. זאליס כאפן זיך אז ארון הקודש בילד האט נישט קיין בלומען. א היסטעריע נעמט ארום הויכע שישקעס.
אינמיטן יום טוב האבן זיך די זאליס געכאפט אז די גאנצע געמאלענע סינערי איז א מורא'דיגע פלאפ. זיי האבן פארגעסן ארויפצולייגן בלומען אויפ'ן ארון הקודש. זיי האבן געוואוסט אז נאך יום טוב וועט עס זיין די גרעסטע ליצנות ווען מענטשן וועלן זען די בילדער און זיך וואונדערן צו זען אן ארון הקודש אין שבועות אן קיין בלומען. א שרעקליכע היסטעריע האט ארומגענומען די גרויסע שישקעס פון זיי, און זיי האבן זיך גענומען דעבאטירן וואס מען טוט דא צו לייזן דעם פראבלעם. איינער האט פארגעשלאגן אז מען זאל אראפנעמען דעם גרויסן בילד און אהינלייגן א פשוט'ן ליילעך, אבער דאס איז תיכף אויסגעשלאסן געווארן, ווייל עס האט געקאסט טויזנטער דאלאר צו צושטעלן די סינערי, און מען האט עס נישט געקענט אראפפלאשן אין ביה"כ.
פאר א שטיק צייט האבן זיי אפילו געטראכט אז וויבאלד עס איז במילא א סינערי וועט מען פשוט הייסן שמואל שפיצער, דעם פאטאשאפּ עקספערט, צו צולייגן בלומען נאך יום טוב, אזוי ווי ער לייגט אלעמאל צו מענטשן צו זייערע בילדער.
וועלן מיר זען די וואך אין דער איד וואס די גרויסע חכמים האבן באשלאסן צו טאן זיך צו ספראווען מיט דעם פלאפ.
וואס גייט דיך אן וואס מען טראכט?
איך לייג די פיקטשערס ווייל די מענטשען וואס האבען נישט געקענט קומען זאלען הנאה האבען,
על כן זיי נישט אזוי באזארגט!!!
קוק ווי סאך פלאטץ ס'איז דא צווישען איינעם אין צווייטען, ביים סיגעטער!
שטעלט דיך פאר אז ביי אינז ביים רבין וואלט מען אזוי געשטאנען וואלט קיינער נישט געשוויטצט,
כאטש ס'איז געווען פין די בעסטע ערקאנדישען סיסטעם,
איך וועל באלד לייגן א פאר קליפס וועט מען זען א חילוק,
איך האב געטרייט אריינצינעמען איין זייט ברענטשעס, ס'איז אימעגלעך געווען פין א נארמאלע קעמערע ( נארמאל מיינט 35mm wide angle )
אז מען האט געקענט אריין נעמען דאס גאנצע ביי זיי ווען ס'איז געווען נאכדערצי א סאך שמעלער,
איז נישט געווען קיין גרויסער עולם !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!![בילד – נישט אפגעהיט]
אגב, י.ה. וויינשטאק זאגט אז אזוי קוקט מען אויס ווען אלעס וואס מען מאכט איז פאר שאו שפיל: עס איז א געפארבטע ארון הקודש, א געפארבטע רבי, א געפארבטע רביסטעווע און געפארבטע חסידים...
האט ער מיר געזאגט אז דע דיפערענס פין דע סאטמאר חסידים מיט דע סיגעטער חסידים איז אז
סאטמאר חסידים האבן אויפגענומען א רעבין זאל זיי פירן קעגן משיח
סיגעטער חסידים האבן אויפגענומען א רעבין זאל זיי פירן קעגן ר' אהרן
ודפח"ח וד"ל
נאך אזאך רז"ל האט געפירט טיש די ערשטע נאכט און די צווייטע נאכט און פאליש. נישט קיין ווינדער ער האט נישט אנגעטון די ווייסע בעקיטשע.
בנוגע וואס געגאנגען שרייבט וועגין די טענה פון משנה זיין, איז כדאי צו אנמערקן דאס פאלגענדע.
רביה"ק בעל דברי יואל האט זיך קיינמאל נישט אויפגעשטעלט טאנצן ביים טיש, חוץ שש"פ צו די שירה, און אחש"פ צו חסל סידור פסח, ביי אנדערע נעילת החג האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט טאנצן.
אזוי ווי ער האט ליידער נישט געמאכט קיין שמחות איז נישט אויסגעקומען צו טאנצן חוץ די 2 מאל א יאר, איך געדענק נישט כ"א כסלו, אפשר אין די געזונטע יארן.
דאס זעלבע רבינו הברך משה, אין די ערשטע 15 צו 20 יאר, ער האט נאר מוסיף גווען שמחת בית השואבה און כ"א כסלו, און פארשטייט זיך ביי אייניקלעך שמחות.
די לעצטע יארן ווען מ' האט ליידער געטון וואס מ' האט געוואלט מיט אים, איז דאס אויך געווארן איינגעפירט, ביי יעדע יומא דפגרא און סעודת יו"ט האט מען אים אויפגעשטעלט טאנצן.
די עצם זאך איז נישט קיין עוולה, וויייל די היינטיגע דורות וואס די קדושת המנהיגים איז ליידער נישט אזוי גרויס אריין צו שיינען אין אידן בלויז מיט קוקן אויפ'ן צדיק, עס פעלט אויס ווארעמע טישן מיט היימישע ניגונים מעורר זיין אידן, (עיין בייט"ל בפרשתנו עה"כ ומבן חמישים שנה לא ישוב מצבא העבודה, וכעי"ז אמר האהבת ישראל לרביה"ק בעל ד"י כמובא בהקדמה לשו"ת דברי יואל),
אבער די וואס טענה'ן אז זיי טוען דאס נישט, ווייל זיי ווילן נישט משנה זיין,וויל איך פרעגן די פאלגענדע פראגעס.
דאס אויבן דערמאנטע, טאנצן ביי יעדע געלעגענהייט מעג מען יא?
מוזיק ל"ג בעומר ביי די סעודה (נישט היייאר) מעג מען יא?
משנה זיין דעם דרך הלימוד כדי בחורים זאלן נישט גיין אין די פרעמד מעג מען יא?
וועלעכער רב אין א סאטמארע קהלה האט געפירט באטעס (ביז ווען מענטשן זענן געקימען) מיט זינגען וכדומה, פארוואס דאס מעג מען יא?
בטל מאכן די תקנה פון בחורים נישט גיין צו חתונות, און ברבים עס עמטליך מתיר זיין, דאס מעג מען יא?
ווי איז די גרעניץ, וואס מ' מעג יא אדער נישט, דאס וואס רז"ל קען, טוט מען, און וואס ער קען נישט שרייט מען היתכן מ' איז משנה?
ילמדנו רבינו?
עס איז א פשוטע סברה, די ערשטע נאכט איז יעדער במילא אויף, וועט יעדער קענען באשטיין קומען צום טיש, (און עס איז אזוי אויך גענוג געווען די פאליש),
די צווייטע נאכט דארף מען שוין אויפבלייבן און ארויסגיין ספעציעל פון דערהיים, האט מען עס געמוזט מאכן אינטערסאנט, איז מען געגאנגען אין נייעם ביהמ"ד ווי מענטשן וועלן האפענטליך קימען קיקן פאר אינטערסאנטקייט.
צי עס איז געווען מענטשן ווייס איך נישט, אבער ביים דאווענען דעם צווייטן טאג איז געווען שיטער בערך אזוי ווי ביין ברך משה די ערשטע טעג סוכות און פסח.
אמת דאס קעפל וואס FAIRD האט א נאמען געגעבן דעם אשכול, איז לכאורה גרייזיג, ווייל למעשה זעט זיך אן גאנץ א שיינעם עולם, ער האט געהאט כמעט אזא עולם ווי דער אנטווערפענער רב שליט"א האט געהאט דעם פארגאנגענעם שביעי של פסח אין הופפער סטריט, און דאס אנרופן "אויסגעשפילט" איז נישט ריכטיג, אמת, דער נאמען "פלעי" איז זייער פאסיג פאר דעם שפיל פון דעם סיגוטער, אבער פארט נישט קיין אויסגעשפילטער פלעי.
אבער עם כל זאת, HAVING SAID THAT, מיז איך צו קומען צו מיין סך הכל, אז דא איז נישט די אישוי צו זלמן לייב האט יא א עולם צו נישט, ווייל, זייער פלאן און זייער ציל איז נישט געווען, "צו האבן א עולם" , זייער פלאן איז קלאר געווען און זיי האבן דאס כסדר געזאגט, אז זייער ציל איז זיכער צו מאכן אז רבינו שליט"א זאל "קיין סאטמארער רבי נישט זיין" און זיי האבן פאר די לעצטע 7 יאר מיט דעם טרומפייטערט, אז זיי האבן עם אינטער געהאקט די פיס, און ער וועט שוין קיין סאטמארער רבי נישט זיין, "אפשר א קליין בית המדרש'ל אין פלעטבוש" , און אצינד פראבירן זיי צו מאכן דעם פנים, אז זיי האבן געווינען ווייל דער סיגוטער האט יא געהאט א שיינעם עולם,
ביי די סיגוטער טענה'עט מען זיך צו עס זענען געווען 800 מענטשן צו טויזענט, און איינער מיט קאראזש האט היינט זייער דרייסט געזאגט אז ער איז זיכער אז עס זענען געווען איבער 1500 מענטשן, יא, איך האב באמערקט דאס אינטער שמייכלען פון די זאלונים, אבער פארפאלן, א מענטש מיט ב... און איז זיך גרייט צו שווערן אז יא, 1500 מענטשן, איי, נארישע זאלונים'לעך, היפש מער פון 1500 מענטשן האבן מיר געהאט אין פאליש, ביי אונז הייבט זיך אן דער וויכוח, צו עס זענען געווען 8000 מענטשן צו 10000 מענטשן, און די דרייסטע קאראזשפולער מענטשן שווערן זיך אז ביי שלש סעודות זענען געווען אריבער 12000 מענטשן,
זאלונימ'לעך, 7 יאר שווער געארבייט, מבזה געווען דעם רבן של ישראל, אנגעשפאנט דעם פורים בית דין, שלום געמאכט מיטן רבין'ס גרעסטע שונאים, און לחרפתכם איז דער וויכוח, צו אונזער רבי שליט"א, האט 5 מאל מער פון ענק צו 10 מאל מער פון ענק, יא, דער זעלבער רבי אהרן, וואס האט גערופן דעם טאטן אין קארט, וואס האט חתונה געהאט מיט א אגודיסטע, וואס קלאטשט ביי זיינע טישן, און האט שוין ארום געטראגן די ווייסע זאקן אין טאש פאר די לעצטע 7 יאר, האט איבער געקליגט, די גרויסע פיקחים, פיליפ, וויינבערגער, פריעדמאן (ר' ישאל חיים) און פריעדמאן (משה), קעסטענבוים, צוזאמען מיט די די צוויי אחים הידועים לשמצה וואס האבן שווער געארבייט די לעצטע יארן, צו באגראבן דעם רבי אהרן, און דא, אזא ביטערער פיל, ער האט איבער גענומען די מלוכה, ביתר שאת ויתר עוז, סאטמאר האט נאך אזא ציבור אידן קיינמאל נישט געזען, און ווען איך שרייב "סאטמאר" מיין איך טאקע מסלתה ומשמנה, אידן וואס האבן זיך געווייקט ביים הייליגן דברי יואל זי"ע און ביי זיין ממשיך דרכו דער הייליגער ברך משה זי"ע, די אלע שרייען אויס קבל עולם ומלואו, "הוא ולא אחר", עס העלפט נישט ענקערע צוואות, און קיין חרמות, דער פורים בית דין איז לגמרי נישט מאסגעבענד, יעדער ווייסט אז צענדליגע טויזענטער סאטמארע אידן האבן מקבל מרות געווען פון רבינו הקדוש שליט"א זיי שרייען אויס "ימים על ימי מלך תוסיף", און די זאלונים'לעך טרייסטן זיך מיט זייער 800/1500 מענטשן,
וואס עס איז יא מערקווערדיג, און לעכערלעך צו זעהן, אז די אידן וואס האבן 27 יאר געשריגן אז זייט די פטירה פון רבינו בעל דברי יואל זי"ע האט זיך גענדיגט דער באגריף "רבי" און זיי האבן זיך געקנייטשט דעם שטערן און מסביר געווען דאס גדלות פונעם רבין זי"ע, און אז זיי קענען אויף זיך נישט נעמען קיין רבי, ווייל עס עקזעסטירט שוין מער נישט אזא זאך, פאר די אידן שריי איך אויס, "בלאפערס וואס איר זענט" זיצן ביים טיש ביי איינעם וואס לא קרא ולא שנה, דער איז ממשיך דרכו פונעם רבין זי"ע?, איר שעמט אייך נישט צו זיצן ביי עם, עם צו קישן די האנט, און פילייכט עם צו געבן א קוויטל?, איז דאס דען נישט דער גרעסטער בזין פאר רבינו זי"ע, ראו מה בין בני לבן חמי, מיר האבן א רבי, א אמת'ער ממשיך דרכם פון רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זכותם יגן עלינו, קודם כל איז ער א למדן עצום, א מתמיד עצום, א ממית עצמו באהלו של תורה, דערצו א ירא שמים מרבים, א דאווענען בהתלהבות נוראה, מיט בכיות עצומות, א בעל חסד אין לשער, וויפיל פון זיינע אייגענע שונאים האט ער חתונה געמאכט די קינדער?, און וואס מיינט איר האט ער באקומען דערפאר?, נאך אביסעלע בזיונות, אבער, והוא שעמדה לאבותינו ולנו, די דאזיגע בזיונות, האבן עם געקרוינט פאר סאטמארער רבי שליט"א, יא, עס איז אפשר דא א גרעסערער גאון פון עם בדורינו, אפשר איז דא א גרעסערער ירא שמים פון עם, און אפשר איז דא א גרעסערער בעל צדקה ובעל חסד פון עם בדורינו, אבער אלע דריי צוזאמען איז זיכער נישטא, און מיט דעם איז ער גלייך צו זיינע פאארגייערס, און דריבער האט עם כלל ישראל געקרוינט פאר סאטמארער רבי בכל קצוי תבל, וועגן דעם זענען געקומען צו פארן הונדערטער אידן פון די גאנצע וועלט און טויזענטער מענטשן פון גרעיטער ניו יארק צו עם אויף שבועות, אידן וואס האבן געוואלט זיין ביים הייליגן דברי חיים זי"ע בדורינו, ביים הייליגן דברי יואל זי"ע בדורינו, און ביים הייליגן ברך משה זי"ע בדורינו, און איר זאלונים'לעך מיטן סיגוטער צוזאמען, שפילט ווייטער רבי, מיר פארגינען ענק דעם סיגוטער מיטן גאנצן הארץ, מיר האבן נישט פארלוירן קיין 50 סאטמארע מענטשן צום סיגוטער, און איך וועל אייך אנטפלעקן א סוד, מיר האבן פאר אייך במילא נישט קיין פלאץ, על כן יהי לך את אשר לך, סוף כל סוף, דארפן דאך די שונאי סאטמאר אויך א רבי א מורה דרך, און ער איז פאר אייך דער פאסיגסטער מענטש.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געזיכט דעם בילד,
און זעסט פעשעלע, מיין זכרון האט מיך נישט גענארט,
יא, זלמן לייב האט אויך כמעט אזא עולם,
אמת, מען קען דאס נישט רופן אויסגעשפילט?,
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 05/06/2006 1:41:22
לדעתי, האט זיך די יעצטיגע שבועות טיש גארנישט וואס צו שעמען פאר די פריערדיגע טישן פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, דאס רבי'סטעווע פון רז"ל איז אין פולן קראפט. טויזנטער בחורימ'לעך און יונגעלייטלעך טאנצן און שפרינגען, מען קלאטשט און מען ווארפט זיך אין דער לופטן ביי די לעבעדיגע ניגונים, מען שאקלט זיך און מען דביקות'ט ביי די ווארימע ניגונים, אלטע אידן שטופן זיך און מיטליעריגע שטייען מיט קינדער און ווייזן וואו דער רבי זיצט.
דאס בילד פונעם נעילת החג טיש איז באמת געווען אויג-פארכאפנד. איך וואלט עס געשאצט אויף 4 א האלב ביז 5 טויזנט מענטשן (ביים באגלייטן בין איך שוין נישט געווען), א טראפ מער וויפיל איך האב געשאצט דער טיש פון אדמו"ר מהר"א שליט"א אין ערשטן שבת אלס רבי אינעם ריזיגן שאטער אויף ווילסאן סטריט (דער ביהמ"ד איז גרעסער אין מיין אויגן).
דעם יו"ט איז ביי מיר פערזענליך געווארן פעסטער און שטערקער מיין ביז יעצטיגע אפשאצונג, אז סאטמאר איז צעטיילט גלייך אויף גלייך 50-50, ביידע רבי'ס זענען וועלטס-רבי'ס מיט טויזנטער טויזנטער חסידים, אין די גאנצע וועלט שלאגט מען זיך פאר זייער כבוד און זייער השפעה. א ודאי האט איינער איין אלטן חסיד און א צווייטער אן אנדערן אלטן חסיד, יעדער האט קאמפיין סלאגאנען, מסרבים לדין אדער מוסרים ומלשינים, יונגעלייטלעך אדער פארשלאפענע, ברך משה'ס משמשים און אמת'ע חסידים, ר' אהרן'ס שונאים אדער משה גבאי'ס שונאים - אלעס איז אבער סתם שטותים און הבלים!
דעם מציאות קען מען נישט לייקענען, עס פאטשט אין פנים. סאטמאר איז היינט קאמפלעט צעטיילט מיט מענטשן, און אלע קומען פון זעלבן טייג געקנאטן. יעדער נוצט אנדערע מעטאדן וויאזוי צו הייבן דאס חסידות ביי זיין פארטיי. אין בנינים איז מען אויך פולשטענדיג געטיילט: ר' אהרן איז בעה"ב און קרית יואל, ר' זלמן לייב איז בעה"ב און וויליאמסבורג - און אין די גאנצע וועלט וועט מען זיך שלאגן.
א פרייליכן אסרו חג טייערע סאטמארער אידן!
[בילד – נישט אפגעהיט]
גוט געזאגט! עי 1!
די אינטערשטע בארענטשעס זעט מען יא אויף איין קליפ
דארט זענענן די קינדער!!!!!!!!!!!!!!!!
כ'האב די קליפ
כ'מיין אז זיי האבן עס שוין אויס געמעקט
ווער עס האט זאל עס ארויפלייגען!!!!!!!!!!!
לעולם איז זלמן לייב קעגען כאפען בילדער פין זיינע טישען,
מהאי טעמא איז נישט געווען פאר קיין רפואה קיין איין בילד פין זיין עולם ביז יעצט, אזוי האבן זיי געזאגט
אבער איצט, אויב עס ווערט געכאפט דורוך א פראפעשענעל גיט באצלטער מענטש,
וואס ווייסט ווי אזוי עס צי כאפן, דאן קען מען טרעפן א היתר
ל"ג בעומר האבן זיי נישט געלאזט דאס אויך נישט, ווייל וויסענדיג אז דער עולם וועט האבן אייגענע קעמערעס
וועט עס צי שטערן דעם באצאלטן פאטאגראפער, אין יעדער וועט זען דעם אמת
אבער נעילת החג וואס קיינער האט נישט די כלים מיט זיך האט מען יא מייחד געעווען א מקום מיוחד
אז מען זאל גיט ארויסזען די 1000-1500 מענטשן וואס ער האט
סארא לצנות תשס"ו........
דא האט איר דעם לינק ווי מען זעט אביסל {בטעות, פאר נישט מער ווי 4-5 סקונדעס.....} דעם מערב זייט
פין רז"ל טיש, מען זעט די בארענטשעס דארט
אזוי אויך, ווי באלד עס אביסל א קלארע ווידאיו זעט מען די ליידיקייט פין די בארענטשעס
לכאורה וועט עס ווערן גאר שנעל אראפגענימען ווערן פין דארט, ממילא ביטע, דאנלאודען ווי פריער
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=D9EB034A4FCA3CB2 תוקן על ידי - kj_village - 05/06/2006 4:44:22
ענדליך ענדליך.. נאך 5 שווערע שווערע וואכן. שבתים מיט שלשים. און מצבה שטעלן. ל"ג בעומר.
בבברוך השם!! ס'איז געלונגען......
נאכ'ן זעהן אז ס'טויג נישט דער מצב, איך רעד שוין נישט פון די ערשטע שבת - וואס ממש די געלעכטער איז מיר נאך אלס אויפ'ן פנים נאכ'ן אריינסטעפן צום סיגוטער - אפילו נאכדעם די צווייטע און די דריטע און פערטע שבת וואס די אנגעפאקטע באסעס פון אראנדזש קאונטי זענען שוין נישט אריינגעפארן צום רבי'ן, און דאך איז געווען הערליכע געפאקטע מלא תוכן'דיגע שבתים, איז ביים סיגוטע לאגע נעבעך.. נעבעך.. זייער ביטער, אזוי ווייט אז מיין חבר זאגט מיר אז דעס וואס איז געשטאנען אויף הייד פארק אז ער האט געהאט 48 צו 50 שטריימליך פאריגע וואך ביי קידוש איז אויך נישט אמת, ער איז דארט געווען און געציילט נאר 40.
און די צייט וואס 'און גשמיות'דיגען שטאנדפונקט' איז ביי אונז הערליך שיין יעדן טאג ווי די רבי שליט"א גייט נאר, צו אין די ישיבה צו אין בית השחיטה, דאווענען מיט די ישיבה קטנה א.א.וו. יעדע ריר, ווער רעדט נאך פון שבת אלעס איז הערליך שיין פול געפאקט מיט מענטשען.
די מציבה שטעלן, שלושים, ל"ג בעומר, פון אלעם איז דא הערליכע הערליכע בילדער.
אבער ביי די סיגוטע איז ניטאמאל איין בילד נישט צום געפונען, מיט'ן אויסרייד אז "די רבי לאזט נישט" וואס היינט ווייסען מיר שוין זייער גוט וואס דאס מיינט.
אלזא, האבען זיי באשלאסן אז זיי מוזען פאר אלע און טאקע אלע געלטער אהערשטעלן א בילד וואס זאל זיין א היט,
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט פראפאגאנדע אז ס'גייט זיין א טיש, מ'מוז נישט קומען א גאנץ יו"ט, ס'איז גענוג אז מ'קומט צו נעילת החג,
מ'האט באשטעלט א סיין פאר שווערע געלטער ס'זאל שלעפן א עולם,
מ'האט אריינגעלייגט שווערע געלטער אין ביהמ"ד,
ועל כולם מ'האט אויסגעשטעלט די פלאץ אזוי אז ס'זאל קענען אריין נעמען ווי ווייניגער מענטשען (לויט מיין ציילונג איז דא נישט מער ווי 1100 -אויך אסאך געזאגט-)אבער אזוי אז ס'זאל אויסזעהן מעכטיג אויף די פיקטשערס.
און נאך אלעם קען מען זאגען יא ס'איז געלונגען! שיינע פיקטשער! זייער שיינע! אלעס קלאפט, די פארענטשעס די סינערי די 16 פיס ברייטע טיש אלעס אלעס.
אבער
ס'קומסט נישט צו צו א שפיץ נאגעל פון סאטמאר!
איך האב שוין פריער געשריבן איך בין געווען אין וויליאמסבורג אין מיטגעהאלטן יו"ט ביים סיגוטער חוץ נעילת החג וואס איך האב פשט נישט געהאט קיין נערווען צו גיין אין זיך דרייען מיט פארשוינען וואס איך קען נישט , זיי קענען נאר אנדרייען ווייל קיינער האט נישט געזעהן ביידע איך האב געקוקט אויפן ה' מלך קליפף פין וויליboy אפשר איין פארענטש האט ער געהאט,
"אויך נישט זיכער" אין ראדני יו"ט צופרי בין איך דארט געווען די חלל איז געווען גאנץ פיל אבער דער עולם איז געווען באקוועם מען האט געקענט א דורך גיין איבראל חלילה_וחס די ביסט אויך דא געווען האסט עפעס מוסיף צו זיין ? אויב יא רעדט קלארער זאג נישט סטיטמענטס מיט דיין סיגוטע געפיל.
די פאליש איז געווען ליידיג עס איז געווען אנגעגרייט 6-7 שורות עס האט אויסגעזעהן א נערמאלער שבת פאר די סיגוטער איז געקומען קיין וויליאמסבורג [אין געמאכט ראדני פאר א קלענערע שול אין מתפללים ווי נייטרא] ,
לאמיר זאגן ער האט געהאט צופרי 1000 מענטשען פליז.... די קענסט זאגן אז פאפא וואס דערקלערן זיך גרעסער ווי אים לעצטנס. האבן פארלוירן יו"ט דעם פארמאסט [אגב פאפא האט אויך זייער א ענליכע בילד ווי זיי האבן ביי נעילת החג] .
איך בין נישט געווען שבועות היי יאר ביים סאטמארער רבין אבער אויב האט ער נאר געהאט אזוי ווי די ערשטע שבת אין וויליאמסבורג איז עס געווען די זעלבע פארמעסט אין איך פארזענליך האלט ביידע האבן געוויזען סיי די ערשטע שבת אין סיי שבועות זייער עולם אין די ערשטע שבת האט זיי נאר געפעלט זיך אויסצושפרייטן אין אויסשטעלן די פארענטשעס העכער עס איז נישט געווען 1 מענטש מער ,
צי די סאטמארער חסידים זאג איך עס איז נאריש זיך צי טענהן , מארגן וועסטו ענפערן פאר דעם פאפאנער וואס וועט זאגן אז .. אב אין קרית פאפא האבן זיי געהאט מער מענטשען ביים יארצייט טיש ווייל די פארענטשעס האבן אנגערירט דעם דאך עס איז נאריש סאטמאר זאל זיך טענהן מיט סיגוט ,
פאר די סיגוטער חסידים וויל איך זאגן איך האב מיטגעהאלטן יו"ט מיט ענק איך האב דאס ווארט "אהרונים" געהערט 50 מאל בלי גוזמא פין בחורים אדער יונגעלייט ענק וואלטן געדארפט זינגען דער רבי זאל לעבן אונז פירען אקעגען אהרן [רבינו שליט"א], מיין חבר א זאלי וואס האט מיך אהין געשלעפט האט מיך געזאגט אויפן וועג ארויס עס איז עקעלדיג קינדעריש אין נעריש וועגען דעם איז לעצטע וואך ביים טיש נאר געווען 80 קעפ ,
#1
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט] תוקן על ידי - דערסיגעטער - 05/06/2006 7:11:01
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - דערסיגעטער - 05/06/2006 7:26:39
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=CC3DFCF873E7FC06
די איינציגסטער קליפף פין סאטמאר געכאפט מיט א דיגיטעל קעמערע וואס קאווערט בעיקר דעם רבין אין די רעכטע זייט פארענטש דארט איז געווען 3 זייטן
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=37E6ADC640F9F2D4
יעצט געב איך איבער דאס ווארט[בילד – נישט אפגעהיט]
ביי רז"ל'ס טיש איז קעגן איבער די אויבן אן, מעריב זייט, געוועהן פארענטשעס בלויז פאר קינדער. עס איז געוועהן פיל, מיט קינדער.
דער נאך זאג וועגן די פארענטש אין סאטמאר נעכטן אין ביים סיגוטער
[בילד – נישט אפגעהיט]