שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב
102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1939864
אינטערסאנט
קיינמאל האט דער סיגוטער נישט קיין עולם, נישט ביי א דאווענען אין נישט ביי א טיש, אין פליצלונג אז גאנץ וויליאמסבורג איז געווארן ליידיג פארקויפען זיי פלוצלינג אז זיי האבען געהאט 4500 שוי וואטשער'ס.
הרוצה לשקר ירחיק עדותו!!!!!!
איך כאפ שויחן דעם מהלך ווען דער עולם גייט אוועקפארן גייט פאר קארקויפען אז ער האט א עולם.
איך האב ארויפגעשטעלט א קליינע קליפ פון דעם פלאמפייערדיגן ה' מלך ביי די טיש אין קרית יואל, אויף GOOGLE
http://video.google.com/videoplay?docid=540282117925320514&pr=goog-sl
עס איז נאר א קליינער חלק.
איך האב אראפגענומען דעם "שם", אז עס זאל נישט זיין קיין שאלה.
זאלן די זאליס מיט אונז קאמפיטן...
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/06/2006 2:58:53
עס איז כדאי צו באמערקן אז די גרויסע ריזיגע טיש פון ליל א' דשבועות האט דער סיגוטער ביסטריצער רבי געפירט אינעם ריזיגען מעכטיגן היכל הפאליש פון ראדני.
עס זענען זיכער געווען דארט א 500 פינגערס מיט שטריימלעך...
דער סיגעטער'ס קליפ פון רזל איז מוראדיג
אבער סאיז בכלל נישט פון רזל טיש...
מען זעט דעם פראדלזאן מיט זיינע צוויי ווייסע גראבע פאות און קלאטש הויך
און די גאנצער עולם קלאטש אים נאך
זעט אויס אז פראדלזאן פירט טיש נישט רזל...
איך זע נישט קיין בעסערע ווארט דערפאר נאר "פלעי"
ער האט די עכטע צוואה !
טאמער לאט מען אים נישט פירען טיש, געט ער ארויס די צוואה וואס שטייט, אז דער רבי זאל זיין רבי איבער גאנץ סאטמאר נישט נאר אין ק"י,
פארמעסט פון א דרום זייט. א געלעכטער. א שטורמיש ליצנות...
נאך א GOOGLE קליפ פון שלוש סעודות אין קרית יואל
נישט צום גלייבן וואס מ'זעט דא
http://video.google.com/videoplay?docid=5069066622813335933
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/06/2006 3:00:14
מקוה_איד:
מעריב זייט ביי ר' זלמן לייב
[בילד – נישט אפגעהיט]
מקוה_איד:
די געדרענג אויף דרום, איז ממש סכנות נפשות...
[בילד – נישט אפגעהיט]
דרום זייט ביים טענטער רבי'ן
מ'קען זעהן דא דעם גרויסן געדרענג, ווי מ'קען נעבך נישט קיין נאדל אריינרוקן דא
די ערענסקייט איז געגאסן דא אויף אלע פנימ'ער, יעדער איז אויסגעדרייט צום טענטער רבי'ן
[בילד – נישט אפגעהיט]
מערב זייט ביים טענטער רבי'ן
מ'זעט דא א פיקטשער פון 1000 אידן
[בילד – נישט אפגעהיט]
פעשי
פארוואס האסטע אראפגעשניטען פינעם בילד??
גיב מיר ביטע די גאנצע בילד, איך וויל עס באטראכטן, ייש"כ
אין בחדרי חרדים האט מען דאס מגלה געווען איבער דעם געפעלשטן בילד.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1939962&whichpage=5אז טראץ דעם וואס שמואל שפיצער אויפן באפעל פון ליפא בן משה פראדעל האט געשטיקעלט און געדאקטערט, און צוגעשטעלט נאך שורות צו די פארענצעס, איז דאך נישטא קיין איין פערזאן (אפילו א יונגל) העכער 1788 נפשות... בו בזמן וועט סאטמאר פארמאגט אין וויליאמבורג קרוב צו 7,500 ראשי בית אב אין וויליאמסבורג. (אן בחורים און יונגלעך)....
די בזיונות זענען ביזן זיבעטן הימל.
פון בחדרי חרדים.
התמונה המזויף של הגרז"ל בווילי,
למרות הזיזוף של הוספת כמה שלבים לפרנצ'ס
אף לא הגיעו למעלה מ1800 עם ילדים ומסקרים
בכל מכל כל.
וזה עולה בערך עשר אחוז מקהלת סטמר בווילי.[בילד – נישט אפגעהיט] שמואל שפיצער... (דער מחבר פון די דאפעלטע יאנקעלעך)...
האט געבוירן שטאקן צו די פארענטשעס.
קוק דעם דיפערענץ פון די ווידיא קליפ פארשפרייט דורך די זאליס
זונטאג אסרו חג צופרי.
און די ניי-געבוירענע שטאקן למז"ט, פארשפרייט דורך די זאליס
מאנטאג ביינאכט
מזל טוב מקודשת
[בילד – נישט אפגעהיט]
היינט נאכמיטאג האט איינער מיטן ניק 13Ave ארויף געלייגט די בילד אויף ח א ס און 5 מניט נאכדעם איז דאס שוין נישט דארט געווען ווייסט איינער פאר וואס???
אפשר ווילן זיי אז די מאגעזין כלל ישראל זאל דאס האבן די ערשטע?
שור.
וואס פארגינסטו נישט זיי די אטעם
לאז זיי לויפן, זיי פרייען זיך אז ענדליך נאך א האלב מיליאן דאלער און א חודש פראפאגאנדע מיט
ביוטיפל סינעריס איז געקומען אפאר מענטשן
פארוואס דארפסטו זיי גיסן זאלץ אויף זייערע וואנדן?
אפשר געסטו מיך ארויס וואו דו האסט געטראפן די אהרונים וואס זענען פיל מיט תירוצים?
און די זאליס וואס זענען פריילעך?
איך געווענטליך טרעף די זאליס נאר אויף היידפארק, און זייט די יעצטיגע רבי פאליטיק האט זיך
אנגעפאנגען האב איך זיי נאכנישט געזען אזוי אין כעס!
יעדע שעה מיט פרישע מעשות און נייע ליגענטס. פיל מיט קללות און מנובלות!
די סאטמארע אידן וואס איך טרעף אין שול זענען איבערגעלאדנט מיט שמחה און התלהבות, פון יעדן
הער איך די זעלבע זאך סהאט זיך געלוינט אלעס אין די וועלט צו זיין אין מאנרא יו"ט
ביי אמתדיקע חסידים איז נישט שייך קיין קשיות
די רבי האט פשוט באוויזען א מופת אז די בענקלעך קענען אויך ניתעבר ווערען
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/06/2006 9:23:15
[בילד – נישט אפגעהיט]דא ווערט געזעהן נאר 4 רייעס מענטשן אויף איין זייט פון רז"ל טיש
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 06/06/2006 8:52:35
יעצט נאך שבעות זעה איך א אינטערעסאנטע זאך,
די חסידים פון ר' זלמן לייב זענען מלא שמחה:
די חסידים פון ר' אהרן זענען מלא חשבונות ותירוצים:
קאמאנטירן זענען איבריג!
הבדלה
ס'איז דא וואס טייטשן "וירא בצר להם בשמעו את רינתם" מ'זעט ווי טיף אין דער ערד זיי זענען ווען מ'זעט אויף וואס זיי פרייען זיך.
קאמענטארןזענען איבעריג
נאך א תירץ, נאך א פשט!
אזוי ווי איך האב געשריבן
איך האלט נישט אז די ארונים זענען מלא חשבונות, די האסט אבער מודה געווען אז די זלונים זענען זייער העפי. איךהאב נאר מוסיף געווען צי דיינע ווערטער.
הבדלה ס'איז פשוט
די נומבערס באלאן האט געפלאצט
דאס וואס זיי שרייען שוין 7 יאר אז זיי זענען רובא דרובא פון סאטמאר און אין ראדני ביי הגרי"י איז נאר דא אפאר שלעפערס קען מען מער פאר קיינעם נישט דערציילען.
אהן אריינגיין און די קליינקעפיגע קינדישע פערדישע טענהריי ווי ס'איז געווען מער מענטשען
ווייל דאס וואס הגרי"י האט געהאט איז אלעס געווען אהן קיין שרייעדיגע קידוש לבנה'דיגע אויפשריפטען גוט יום טוב פאר וויליאמסבורג
דאס אלעס ווייסט נאר אויפען איכות פונעם קלייענטעל וואס מ'סערווירט.
עס שטעלט זיך ארויס אז ביי הגרי"י געפונען זיך לכל הפחות 70% פונעם סאטמארען עולם
שוין אפגערעדט וואס כמעט אלע דיינים און ערליכע יודען פונעם סאטמארען קרייז שטיצען און קערען זיך אהן צו הגרי"י
ממילא דאס אלעס טוט זייער וויי, און כדי די אפרוחים זאלען זיך נישט עפענען די אויגען מוז מען תיכף ומיד קומען מיט כל תירוצים שונים ומשונים פארוואס ס'זעט נאר אזוי אויס.
הבדלה און ווער בין איך
איך האב א גרויסע שאלה
פאר וואס במשך דעם יו"ט איז אין ראדני נישט געווען קיין איין שטייער יעדער האט געהאט א ברייטע זיטץ?
פאר וואס אלע טישן חוץ איינס איז געווען און פאליש?
איך קען מיך נישט איבערקומען ווי העפי ווערבינאיכ איז פון די פאר מענטשן וואס זיי האבן געהאט!!!
דאס ברענגט נאך בעסער ארויס דעם פשט אויף וירא בצר להם וועס כ'האב פריער געזאגט.
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 06/06/2006 19:26:24
דער באלאן קראכט נישט פון אן איינמאל א יובל ארגענאזירטע "בילדער" צערעמאניע, און נאכדעם גייט זיך יעדער לכרמו ולזיתו, פונקט פארקערט, דעמאלטס בלאזט זיך אויף א גרויסע באלאן.
אזוי, אן שרייעדיגע קעפלעך?.
איך בין מודה אז אין בלאט איז געווען מער (לדעתי צו סאך), אבער אין איד די העליינס אין צווייטן אפטיילונג די לעצטע 2-3 וואכן איז געווען וועגן די די גרויסע צוגרייטונגען אויף שבועות, און עקסטרע באשרייבונגען וועגן די נעילת החג טיש מיט די גאנצע פאמפע.
אמת, טאקע נישט ווי אין בלאט, אבער פאר די "עכטע סאטמארע" פאסט דאס נישט, ביי רביה"ק בעל דברי יואל און בעל ברך משה (ביז אפאר יאר צוריק) ז"ל איז קיינמאל געשטאנען נישט פאר דעם און נישט נאכדעם וויאזוי די שבועות איז געווען, וואס איז א נפק"מ מער אדער ווייניגער, יעדער מאכט די מערסטע פראפאגאנדע וויפיל ער קען, די לעצטע פאר וואכן שמועסט מען שוין פון די נעילת החג טיש וויאזוי עס גייט זיין, דער עולם, די שיינע סינערי, קום נישט יעצט דאגן אז עס איז נישט געווען קיין פראפאגאנדע
אם אין דעת הבדלה_מנין
איך האב לעצטענס ארויס געווארפן מיין אלטן קויטש פונעם ליווינגרום, וואס איך האב געירשנט פונעם פריריגן טענענט פון מיין אפארטמענט, ס'האט שוין געהאט עטליכע לאטעס, געווען היפש אפגעקלאפט אויף צוויי זייטן, אלזא האט מיין עקרת הבית באשלאסן, אז ס'האט אפגעדינט, ס'איז צייט פאר א טשענדש, מיר זענען אראפ געפארן קויפן א שיינעם נייעם לעדערנעם קויטש, מיט צוויי שיינע נייע פאטעלן, יא, ס'האט געקאסט א שיינע אפוטיקי, אבער ב"ה מיר קענען זיך ערלויבן, אלזא אשיינעם טאג קריג איך א פאן קאל אז מארגן דעליווערט מען דעם נייעם קויטש, די עקסייטמענט איז געווען געוואלדיג, אך האב אריבער גערופן מיינע צוויי שוואגערלעך זאלן מיר העלפן ארויס טראגן און דאמפן דעם אלטן קויטש, וכך הוה, פארנאכטס האבן מיר ארויס געווארפן דעם אלטן קויטש פארן הויז, און מיט גרויס עקסיידמענט געווארט צו באקומען דעם נייעם קויטש.
א צוויי שעה שפעטער זעה איך פון פענסטער ווי דער שכן בערקאוויטש דער מיט די 12 קינדער, א עני ואביון מגוזלו, קומט ארויס מיט א האלבן דאזן קינדער און מען הייבט אן אריין צו שלעפן דעם אלטן קויטש צו זיך א היים, נו, טראכט איך צו מיר, אבי א איד האט הנאה, און הנאה איז נישט קיין ווארט, דעם נעקסטן אינדערפרי ביים דאווענען, קומט דער הרב בערקאוויטש צו מיר און הייבט זיך אן צו באדאנקן, ער זאגט ר' יאנקעלע, איר האט נישט קיין אנונג וואס פאר א מצוה איר האט, דער קויטש איז דאך צוויי בעטן, און מיינע צוויי בחורים זענען זיך פשוט מחי', ער וואונטש מיר עולם הזה ועולם הבא, בקיצור איך האב אריין געכאפט א מצוה אזוינס און אזעלעכס, מיר זענען שוין געווארן נאנטע מחותנים דורכן "נייעם" קויטש וואס מיר האבן עם "געשענקט"...
צוריק צו אונזער נייעם קויטש, ארום 4 אזייגער נאכמיטאג, מיר ווארטן שוין קוים אויף די גליגלעכע מינוט, און דא באווייזט זיך דער טראק, און מען ברענגט בשעה טובה אריין דעם נייעם קויטש מיט די פאטעלן, און אאאפס..., דער קאליר פון די לעדער איז נישט גענוי וואס מיר האבן באשטעלט, מיר רופן אן דעם סוחר און ער זאגט מיר, דאנט ווארי, מען קען לייכט טוישן די אפאלסטרי, און ביז א צוויי וואכן וועט דאס זיין ערלעדיגט, עס גייט דורך צוויי וואכן, פיר וואכן, זעקס וואכן, און אין קול ואין עונה, מיר רופן דעם סוחר יעדן טאג, און שערי תירוצים לא ננעלו, יא, נעקסטע וואך קמט די נייע לעדער און מיר גייען אייך צופרידן שטעלן, און ער איז מיר מסביר אז סוף כל סוף קענט איר דאך נוצן דעם קויטש מיט די פאטעלן, איז מה כל הרעש, און איך מאך מיט עם דעם חשבון אז פאר מיינע 2800 דאלאר, וואס אויף דעם בין איך שולדיג געבליבן נאר 1000 דאלאר דאס הייסט איך האב שוין באפלאטיעט 1800 דאלאר און איך עקספעקט צו באקומען עקזעקטלי וואס איך האב באשטעלט.
הבדלה זיסער, מיין שכן ואס איז אין זיבעטן הימל, ער איז מלא שמחה, ער איז גליקלעך און צופרידן, אבער מיט וואס מיט א אפגעשמוסענען צופליקטן אלטן קויטש, און איך בין מלא חשבונות, קשיות ותירוצים , אבער איך האב נאך אלץ ב"ה א שיינעם נייעם באטעמטן לעדערנעם עלעגאנטן קויטש,
קאמענטארן זענען איבעריג...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 06/06/2006 19:41:55
ווי איך הער זייער קראנט איז ביים תיקון ליל שבועות טיש אין ראדני געווען א לכל היותר 200 שטראמלעך, די טיש איז געווען אין פאליש פון שול.
איינער זאגט מיר אז ערב יו"ט האבן זיי ארומגעשיקט אזא מעסעדש:
NAAILAS HACHAG TISH IS CRUCIALY IMPORTANT TO ATTEND, WE NEED TO SHOW OUR POWER, PLEASE PASS ON TO ALL YOUR FRIENDS AND NEIGHBOURS
(פרייע אידיש איבערזעצונג: נעילת החג טיש איז קריטיש וויכטיג צו קומען, מיר מוזן ווייזן אונזער כח, ביטע איבערגעבן פאר אלע פריינד און שכנים)
TALK ABOUT A BALOON[בילד – נישט אפגעהיט]
ישר כח ר' יונה אין שורשנגח
די פיקטשער איז געוואלדיג
אזוי גיט אויסצורעכענען,
איך האב עס איבער געציילט עס שטימט, דאס איז שוין מיט די ציגעלייגטע
שטעלט זיך פאר אן די ציגעלייגטע,[בילד – נישט אפגעהיט]
פאר וואס האבען זיי נישט ארויף געלייגט אזא פיקטשער?
זיי האבען עס געוואלט ניצען פאר?
אה! זיי שעמען זיך מיט דעם![בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס?[בילד – נישט אפגעהיט]
יענקעלע זייער א שיינע מעשה און אויב אמת איז טאקע אשריך אז די האבסט זוכה געווען משמח צו זיין א משפחה אידן.
דיין שיינע מעשה, וואס איז נישט דומה צום נמשל ווייל עטס זענטס דאך געבליבן מיטן אלטן זון, איז ווייטער אזוי ווי איך האב לכתחלה געשריבן ,נאך א תירץ/פשט/הסברה וואס עטס זענטס פול מיט זייט דעם הערליכן יום טוב אין וויליאמבורג.
חז"ל האבן אונז געלערנט איזה עשיר השמח בחלקו און ווען מען איז נישט צופרידן מיט דעם אייגענעם חלק, נאך דערצו ווען דער אייגענער חלק איז גרויס, דארף מען צוקומען צו טענטס און תירוצים.
כאשר יענו אותם כן ירבה וכן יפרוץ
הבדלה with all due respect איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן.
איך האב געמיינט ביסט קליגער פון דעם.
יאנקעלע, A-1
You are the best
יענקעלע
כבר קדמוך
די רעפארמער וכל שום וחנוכא דאית להוא האבען שוין אסאך פאר דיר ארויסגעווארפען זייער אלטע קויטש
זיי ווארטען נאך אלץ אויפען פארקויפער פון זייער נייעם קויטש ער זאל זיי קומען געבען וואס ער האט זיי צוגעזאגט
(יקרה ויאה את אין ...)
עכטענייעס, אנטשולדיגט פאר נישט בעסער מסביר זיין מיין ענטפער צו יענקעלע אזוי אז די זאלסט עס אויך פארשטיין אבער ביז ווי לאנג יאנקעלע פארשטייט עס יא וועל איך עס אזוי לאזן.
אין איין וועגס וויל איך דיר זאגן אז די באריכט וואס די האסט פריער געשריבן איז נישט קראנט, עס זענען געווען צוויי גרויסע טישן אין דעם נייעם בהמ"ד, פרייטאגס צונאכטס מיטל נאכט יום טוב איז אויך געפראוועט געווארן דארט ברב עם טראץ די שלאַגס רעגן און שלעכטע וועטער אויף די גאס.
verbeenich עס איז זייער שווער נישט צו ענטפערן,
אבער מה אעשה,
דער רבי שליט"א לאזט נישט,
ומי אני,
ווער בין איך
צו ווידערשפעניגן דעם בפירוש ציווי פון רבינו הקדוש שליט"א,
יא, א שאד א שאד, אז ער לאזט נישט, מיר וואלטן מיט דיר געהאט אסאך אסאך פאן.
אבער דעם רבי'ןס הוראה איז נר לרגלי, איך ווי שווער עס זאל נאר נישט זיין
וועל איך מיך אנשטרענגען דאס איינצוהאלטן.
ווען איך מעג ווען ענטפערן, וואלט איך זייער גרינג געקענט איבערצייגן ווי קלוג דו ביסט,
אבער וואס זאל איך טוהן, גזירה הוא, ואין לי רשות להרהר אחריה...
על כן בדלית ברירה, וועל איך שווייגן...
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] ניין הבדלה,
איך האב קיין אנונג נישט וואס די שרייבסט,
און איך האב א חשד אז דו ווייסט אויך נישט וואס דו שרייבסט,
דאס הייסט אויף לשון הקודש רזין דרזין.
עטס זאלטס מיר אלע זייער מוחל זיין אבער די אהרונים זענען געזונטע FOOLS, עכ"פ דא אויף הייד-פארק, יעדער זעהט אז ר' זלמן לייב האט געהאט א הערליכע ציבור, עס איז נישט מעגליך עס צו פארלייקענען, זענען זיי ביזי מיט בילדער אהער בילדער אהין.
זיי האבן דאך אויך געהאט, לכל הדעות א געוואלדיגן ציבור, נו פארוואס דריקט זיי אזוי צו דיסקרעדיטן די זאלונים? יא, דו האסט, און אסאך, אבער ר' זלמן לייב האט "אויך", פארוואס קענט עטס נישט לעבן מיט דעם?
איגריקע.
גערעכט אויף הונדערט פראצענט.
מיר למשל גייט בכלל נישט אן וואס עס טוט זיך דארט, מער ווי מיין נאטורליכער נייגער, וואס
טראגט מיר אויך צו גער און בעלז (נישט בפועל, דורך בילדער...) צו זען וואס דארט טוט זיך.
איך פארשטיי די וואס זענען זיך יא מטפל מיט די הבלים, ס'איז פארט אינטערעסאנט צו זען דעם שקר
אויף וואס די זאליס האלטן אן זייער חיות, אבער מיר פריוואט גייט עס נישט אן, און איך האלט אז
ס'איז אביסל קינדיש זיך בכלל וויסנדיג צו מאכן פון יענע זייט.
איך האב שוין געשריבן קלאר, לויט מיין אויבנאויפיגן חשבון האבן זיי צוזאמגעקראצט ארום 2000
מענטשן, א שיינער ציבור בליעה"ר, אסאך רבי'ס זענען אים מקנא פאר דעם, אבער צו א יום טוב אין
סאטמאר, בפרט שבועות, קומט עס נישט צו.
אקעי אז די ווילסט איך זאל ארויס שרייבן מיין ענטפער מער באריכות, פיין.
דיין שיינע מעשה פון די נייע קאוטש איז נאך אן הסברה און פשט וואס די פראבירסט זיך צו טרייסטן מיט און פארענטפערן די שמחה און נחת וואס דער יום טוב האט געברענגט פאר די חסידים פון ר' זלמן לייב, אזוי ווי איך האב לכתחלה געשריבן אז עטס זענטס מלא חשבונות ותירוצים.
איך פארשטיי עס איז א ביטערע פּיל אין עטס מיזט דרייען און קייען מיט חשבונות, פשטים, משלים און הסברים צו פארענטפרן פארן מוח אז וואס די אויגן האבן געזעהן איז נאר א חלום און ר' זלמן לייב האט באמת נישט קיין מענטשן וכדומה.
צווייטענס, חז"ל האבן אונז געלערנט איזה עשיר השמח בחלקו, דאס הייסט אז דיין שכן וואס איז בשמחה מיט דעם אלטן קאוטש שטייט בעסער ווי די מיט דיין נייעם קאוטש וואס ערגערט דיר ווייל עס איז נישט ווי אזוי די האסט באשטעלט און נישט ווי אזוי די גלייכסט.
לענינו ווען ר' אהרן וואלט געווען א שמח בחלקו און פארגינען פאר זיין ברידער אויך עפעס וואלט זיין ברידער אפשר נישט אזוי שטארק מצליח געווען, אבער ער איז דאך נישט געווען א שמח בחלקו ער האט עם אפילו נישט פארגינען ירושלים! איז קוק ווי גרויס זיין ברידער איז געווארן און ער בליעט נאך ווייטער.
כאשר יענו אותם כן ירבה וכן יפרוץ
איך האף אז יעצט פארשטייסטו שוין יא.
אויב נישט קען איך דיר נישט העלפן און איגנאר וואס איך האב אויבן געזאגט.
אויב האסטו יא פארשטאנען און די האסט נישט קיין ענטפער אויף דעם דעמאלט קענסטו זיך ארויסדרייען מיט דעם זעלבן תירץ וואס די האסט געגעבן פאר ווערביןאיך ווען די האסט עם נישט געקענט ענטפערן
די ארונים זענען באקאנטע FOOLS.
ווער ווייסט דען נישט אז רז"ל האט געהאט אלפים ורבבות מענטשן ביי זיין דינער אין לארקין.
קומען די ארונים... און טרעפן זיך אן אין עפעס א געדאפעלטן מענטש, מיט'ן נאמען ר' יאנקעלע שתי פעמים
און מ'מאכט א גאנצען בראטעל פון דעם געדאקטערטן פיקטשער. די ארונים וואלט געדארפט מאכן א שווייג, און נישט רעדן פון דעם מורא'דיגן סוקסעס... קומען זיי און צייגען אז יאנקעלע גליק איז בטעות אריינגעפאלן צוויי מאל אין די פיקטשער.
לענינינו, די זעלבע זאך.
רז"ל האט געהאט רבבות מענטשן. בלי גומזא כלל. אזא עולם וואס סאטמאר האט נאך קיינמאל נישט געזען.
קומען די ארונים, אין כאפען זיך אן אינעם פיקטשער וואס איז אביסל געשטיקעלט געווארן.
איז וואס?
פאר דעם דארף מען דען מאכן א בראטעל....????????????
הבדלה, בין איך נישט גערעכט.
וליתר שאת, האב איך טאקע געשאפן נאך א מעכטיגע פיקטשער פון די בעק, ווי מ'זעט די רבבות מענטשן
און ווי גוט עס שטימט מיט די געשטיקעלטע פיקטשער פון דעם מייסטער ארטיסט שמואלי שפיצער.
ביים קארנער... איז געבוירן רייעס מיט מענטשן
רייעס מיט זיצן... וואס דאקטער שפיצער האט אזוי מייסטערהאפט אריינגעפעינט מיט
PHOTOSHOP....
וויאזוי זאגט נאר בערלע קליין
אויב א הייליגער ארון קדוש קען מען ארויפשמירן
מעג מען נישט שמירען אפאר מענטשעלעך דא און דארט...
[בילד – נישט אפגעהיט]
הבדלה... לעבן, ווי נעמט מען דעת?
נאך א קשיא:
אויב מ'האט טאקע רבבות מענטש, פארוואס דארף מען שטיקלען?
נאך א קשיא:
ווי קען מען זיך גיט אויסלערנען PHOTOSHOP, אז מ'זאל נישט דערקענען אז ס'איז געשטיקעלט?
[בילד – נישט אפגעהיט]את אשר יגורתי בא,
איך האב מיך געפארכט אז איך וועל דארפן צולייגן אויף קליין געלט דעם מכיוון מיט מיין קויטש מעשה,
הבדלה, ווי האסטו געזען פון מיר חשבונות און תירוצים, הא?,
ענקער קיבוץ גליות פון אלע סאטמארע שונאים וועט נישט מינימייזן דעם סוקסעס פון רבינו הקדוש והטהור שליט"א,
זאג נאר הבדלה, וויפיל אידן האט איר געהאט דעם יום טוב, און איך רעד נישט פון די תפלות, און טישן,
איך רעד גראדע פונעם נעילת החג, 1000, 1500, צו אפילו 2000, לאמיר שוין זאגן אז איר האט געהאט א מעכטיגן ציבור פון 5000 מענטשן, (אדרבה וואס מער איז מיין פוינט נאך שטארקער), הבדלה, פאר יעדן מענטש העכער 50 (אויך לדעתי איבער געטריבן) וואס איז געווען א חסיד פון רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע, און איז אצינד א חסיד פון אביך רועך, פון דיין צילא דמהימנותך, קריגסטו א דאזן דונאטס, איז דאס א דיעל?
הבדלה מיך אינטרעסירט נישט וויפיל מענטשן עס זענען דא אין ליבאוויטש, בעלז, וויזניץ, צו אין דאראג, עס איז מיר לגמרי נישט קיין נפקא מינה צו די שונאי סאטמאר גייען קיין קאשוי, סקולען, פעשעווארסק, צו צי טודרוס זילבער, אדער קיין שארמאש, WHO CARES , די איינציגע זאך וואס איך קער איז "סאטמאר", און לית מאן דפליג, אז רובא דרובא, איבער 90 פראצענט פון חסידי ותלמידי סאטמאר, און ביי מיר איז סאטמאר, איז דער וואס איז געווען "סאטמאר" די לעצטע 25 יאר, און די אלע זענען אדוק ודבוק צו רבינו הקדוש שליט"א,
ניין, מיר דארפן נישט שיקן קיין 911 מעסענדזשעס, מיר דארפן נישט קלעבן קיין בילדער, כדי צו ווייזן א שטיקל סוקסעס, יעדער עכט דענקעדיקער מענטש, יעדער רעאליסטיקער אבזערווער, ווער עס וויל נאר זעהן און וויסן דעם אמת'ן פאקט, זעהט און ווייסט אז סאטמאר איז ברוך השם ברום המעלה, סאטמאר האט עקזעסטירט 27 יאר אן די דאזיגע מחוצפים, און סאטמאר וועט ווייטער בליהען, מיט די אמת'ע חסידי סאטמאר, און דאס איז געווען מיין פוינט, זיין העפי מיט א צעריסענעם קויטש, איז נאר אז מען האט נישט קיין אפ טא דעיט קויטש, ווי דער ארחי פורחי וואס טרעפט א צעריסענעם קויט אין בית המדרש און איז זיך פשוט מחי', מיינט דאס אז ער איז העפי?, א וודאי נישט, נאר וואס דען, ער האט נעבעך נישט השגה פון העפינעס, ער ווייסט פשוט נישט וואס עם פעלט,
און דאס איז נעבעך ביי אייך, איר ווייסט נישט אמאל וואס אייך פעהלט, רוב פון אייער עולם האט קיין רבין קיינמאל נישט געזען, דער ברך משה זי"ע האבן זיי כסדר געשאלטן, קיין טישן אדער שלש סעודות האבן זיי קיינמאל נישט ביי געוואוינט, קיין דרשות מוסר, קיין שובבים תורות, קיין הנהגה, קיין הדרכה, גארנישט מיט גארנישט, נאר כסדר קללות אויף רבי אהרן און דעדצאיט, על כן איז נישט די אישוי וויפיל שונאים אונזער רבי שליט"א האט, ווייל דאס איז דאך ביי עם א משפחה קראנקהייט, זיין טאטע ז"ל האט געהאט פלענטי שונאים, זיין פעטער ז"ל, האט געהאט פלענטי שונאים, זיינע זיידעס ז"ל האבן כסדר געליטן רדופות וצרות, סא וואט, עס לאנג די חסידי סאטמאר האלטן זיך צוזאם כפוף למשמעתו, ווי לאנג רובא דרובא זקני העדה האבן זיך אונטער געווארפן און מקבל מרות געווען פון עם, אינטרעסירט אונז נישט וויפיל שונאי סאטמאר זלמן לייב האט צוזאמען געשלעפט,
הבדלה, נעם דיר אריין אין קאפ, אן קיין חשבונות פשטים משלים און הסברים, עס איז נישט פאהאנען א גרעסערן סוקסעס פון דעם וואס אונזער רבי שליט"א האט באוויזן, און דאס איז זיין גרעסטער מופת, 7 יאר שווערע ארבייט, אנגעשפאנט די סאמע גרעסטע שישקעס פון אנ"ש, מיטן פורים בית דין בראש, איר האט זייער שווער געארבייט, גאנצע 7 יאר, עם צוגרינד לייגן, איר האט געספענד א הון תועפות, צוזאמען גענומען, זיגי בראך, וואלי לעפקאוויטש, א"י, משה שמואל מיט יונה זופניק, לייבוש און אברהם בער יאקאבאוויטש, לעיזר קעסטענבוים, אשר מיילך מייזעלס, מענדל שווימער, ווראמי לעפקאוויטש, וכו' וכו' אלעס נאר זיכער צו מאכן אז "קיין סאטמארער רבי וועט ער שוין נישט זיין" (כלשונכם הטמא), מזייף געווען בריעוון, געפעלטשט צוואות מיט פאלשע עדות, געגנבעט די מוסדות, אלעס נאר דורכצופירן ענקער רשעותדיגער פלאן, און לבסוף, בלייבט נאר די שאלה, פי כמה חסידים אונזער רבי האט מער פון ענק, צו צוויי מאל, פיר מאל, אדער 10 מאל, נו, הייסט דאס נישט קין אויסער געוועלדליכע סוקסעס אין פילן זין פון ווארט,
ניין, קיינעם אינטרעסירט נישט וויפיל מענטשן איר האט געהאט, כאטש מען מאכט פון ענק ליצי ליצנות פון ענקער שטיקלען און פעלטשן די בילדער, אבער מיר טוהן דאס נאר פאר די פאן אף איט, צו ווייזן פאר די וועלט וואס פאר א לוזער איר זענט, אבער נישט חלילה ווייל מיר דארפן חלילה ענקערע נאכשלעפערס, הבדלה, מיר האבן סיי ווי סיי נישט קיין פלאץ פאר אייך, סא, בלייבטס ביי ענקער, אביכם רועיכם, און מיר וועלן ווייטער זיין אדוק און אונזער רבי שליט"א. עד ביאת הגואל בב"א.
יענקעלע [בילד – נישט אפגעהיט]
A-1
יאנקעלע וואס איז געשעהן מיט די הוראה פון דיין רבין, האסט אזוי שנעל אנגעטרעטן דעם נר לרגלי? איך האף אז דיין שיעור אין מסכת סוכה וועסטו לענגער אנהאלטן ווי דעם הוראה נישט צו ענטפערן.
האסט אפגעטייפט א לאנגער מגילה אבער עס איז נישט מער ווערט ווי די פאפיר וואס עס וואלט גענומען דאס אראפצושרייבן. די שרייבסט דיינע אפשאצונגען און מיינונגען אלס פאקטן ווען און רעאליטעט זענען זיי נישט מער ווי דיינע פאנטאזיעס און האפענונגען. אבער דער אמת אדער פאקטן קענען זיך נישט טוישן ווייל די גלייכסט עס נישט. ביסט טאקע בארעכטיגט צו דיין מיינונג אבער דאס מאכט עס נישט פאר קיין הלכה למשה מסיני אדער פאר א פאקט.
לדוגמא, די שרייבסט
"די איינציגע זאך וואס איך קער איז "סאטמאר", און לית מאן דפליג, אז רובא דרובא, איבער 90 פראצענט פון חסידי ותלמידי סאטמאר, און ביי מיר איז סאטמאר, איז דער וואס איז געווען "סאטמאר" די לעצטע 25 יאר, און די אלע זענען אדוק ודבוק צו רבינו הקדוש שליט"א"
קודם, די גיבסט א ווארף אריין א "לית מאן דפליג", ווען בערך האלב סאטמער ווי אויך אסאך נישט סאטמארע זענען מפליג מיט דעם סטעיטמענט.
אבי געשאסן א סטעיטמענט
צווייטנס, לויט דיר האט ר' זלמן לייב מערסטענס 50 מענטשן וואס זענען געווען חסידים פונעם בעל ברך משה זי"ע, וואס האבן זיך געדרייט אין סאטמאר די לעצטע 25 יאר. נאכדעם שרייבסטו אז 90% וואס האבן זיך געדרייט אין סאטמאר די לעצטע 25 יאר זענען אדוק ודבוק צו ר' אהרן.
לויט די נומערן קימט אויס אז סאטמאר די לעצטע 25 יאר אונטער דעם בעל ברך משה זי"ע האט געהאט גאנצע 500 מענטשן! (10% = 50 מענטשן)
אבי געשאסן א נומער/סטאטיסטיק
דריטענס
פון ווי נעמסטו דעם מעסטער וואס רעכענט איינעם אלס א סאטמארער נאר דער וואס איז געווען סאטמאר די לעצטע 25 יאר?
ווער האט דאס אפגעמאכט?
שטייט אזוי אין די שטאטוטן פון די קהילה? אדער האט איינע פון די רבי'ס דאס אמאל געזאגט? האבן די ראשי קהילה דאס אמאל באשלאסן?
נישט וואס איך ווייס.
וואס איך ווייס יא איז אז כמעט אלע מענטשן וואס פאריפן זיך סאטמארע חסידים אינטער ר' זלמן לייב האבן געלערנט אין סאטמאר אדער דאווענען זיי אין סאטמאר אדער שיקן די קינדער און סאטמארע מוסדות אדער טוהן זיי אלע דריי. און ווי אזוי זאגט די וועלט, אז עס זעהט אויס ווי טשיקן און עס פילט ווי טשיקן און עס האט א טעם פון טשיקן דעמאלט מוז זיין אז עס איז א טשיקן.
אויך איז באוויסט דעם ווערטל פון רבי זצ"ל "דעם פלעק סאטמאר קאן מען קיינמאל נישט אראפנעמען"
אבי געשאסן אן אויסטייטש
נאכדעם שרייבסטו "מיר דארפן נישט שיקן קיין 911 מעסענדזשעס, מיר דארפן נישט קלעבן קיין בילדער, כדי צו ווייזן א שטיקל סוקסעס"
זעהט אויס די האסט נישט געליינט די בלאט די לעצטע חודש ווי זיי האבן געפאמפעט דיין רבין ווי אויך דאס קומען אויף יום טוב קיין קרית יואל אדער אפשר האסטו פשוט שוין פארגעסן דערפון.
אויך שרייבסטו "רוב פון אייער עולם האט קיין רבין קיינמאל נישט געזען, דער ברך משה זי"ע האבן זיי כסדר געשאלטן, קיין טישן אדער שלש סעודות האבן זיי קיינמאל נישט ביי געוואוינט, קיין דרשות מוסר, קיין שובבים תורות, קיין הנהגה, קיין הדרכה, גארנישט מיט גארנישט"
די האסט אפשר געטראכט פאר די האסט דאס געשריבן? אדער אפשר ווייסטו נישט דאס אפטייטש פון די ווערטער "רוב", "קיינמאל" און "קיין".
אינטערעסאנט אז טראץ דעם וואס דער עולם איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי א טיש און שלוש סעודות האבן זיי געקענט און מיט געזינגן אלע ניגונים אזוי שיין ביי זייער ערשטע טיש און שלוש סעודות.
די שרייבסט "על כן איז נישט די אישוי וויפיל שונאים אונזער רבי שליט"א האט, ווייל דאס איז דאך ביי עם א משפחה קראנקהייט, זיין טאטע ז"ל האט געהאט פלענטי שונאים, זיין פעטער ז"ל, האט געהאט פלענטי שונאים, זיינע זיידעס ז"ל האבן כסדר געליטן רדופות וצרות"
די לייגסט די ווארט שונאים אינטער איין גרויסע שירעם, די שונאים פון ר' אהרן זענען נישט די זעלבע ווי די שונאים פון די אנדערע ובפרטית דער בעל דברי יואל וואס זיינע שונאים זענען געווען די וואס האבן נישט געהאלטן פון זיינע קנאתדיגע שיטות און עם פיינט געהאט וועגן דעם, ווי אויך זענען זיי געווען די דרויסענדיגע אידן, ביי די שונאים פון ר' אהרן איז ביידע זאכן פארקערט.
די שרייבסט "עס איז נישט פאהאנען א גרעסערן סוקסעס פון דעם וואס אונזער רבי שליט"א האט באוויזן, און דאס איז זיין גרעסטער מופת, 7 יאר שווערע ארבייט, אנגעשפאנט די סאמע גרעסטע שישקעס פון אנ"ש, מיטן פורים בית דין בראש, איר האט זייער שווער געארבייט, גאנצע 7 יאר, עם צוגרינד לייגן, איר האט געספענד א הון תועפות, צוזאמען גענומען, זיגי בראך, וואלי לעפקאוויטש, א"י, משה שמואל מיט יונה זופניק, לייבוש און אברהם בער יאקאבאוויטש, לעיזר קעסטענבוים, אשר מיילך מייזעלס, מענדל שווימער, ווראמי לעפקאוויטש, וכו' וכו' אלעס נאר זיכער צו מאכן אז "קיין סאטמארער רבי וועט ער שוין נישט זיין" (כלשונכם הטמא), מזייף געווען בריעוון, געפעלטשט צוואות מיט פאלשע עדות, געגנבעט די מוסדות, אלעס נאר דורכצופירן ענקער רשעותדיגער פלאן, און לבסוף, בלייבט נאר די שאלה, פי כמה חסידים אונזער רבי האט מער פון ענק, צו צוויי מאל, פיר מאל, אדער 10 מאל, נו, הייסט דאס נישט קין אויסער געוועלדליכע סוקסעס אין פילן זין פון ווארט"
ר' אהרן קען נישט אריינקומען אין דעם צענטראלן שול פון סאטמאר, דער בית המדרש הגדול אין ווילאמסבורג!
ער האט נישט קיין שום שליטה אויף די גרעסטע סאטמארע מוסדות וכדומה,
ער ציט קוים אן 56% פון די שטימען אין זיין שטעטל (אריינגערעכנט די שטימען פון די ישיבה בחורים פון עלטערן וואס וואוינן אין ברוקלין)
און דאס ריפסטו אן "אויסער געוועלדליכע סוקסעס" און "זיין גרעסטער מופת" און "עס איז נישט פאהאנען א גרעסערן סוקסעס פון דעם"
די 7 יאר האט דאס אויפגעטאהן, אוי האט זיך דאס אויסגעצאהלט!
די שרייבסט "קיינעם אינטרעסירט נישט וויפיל מענטשן איר האט געהאט, כאטש מען מאכט פון ענק ליצי ליצנות פון ענקער שטיקלען און פעלטשן די בילדער, אבער מיר טוהן דאס נאר פאר די פאן אף איט, צו ווייזן פאר די וועלט וואס פאר א לוזער איר זענט"
אויב "קיינעם אינטרעסירט נישט" איז וואס דאף מען "ווייזן פאר די וועלט" זיי זענען דאך נישט אינטרעסירט?!
די אינטערשטע שורה איז, טייטש אויס די שמחה וויאזוי די ווילסט אז די זאלסט זיך שפירן בעסער אבער צוויי זאכן בלייבט,
,1 מיר זענען בשמחה
און 2, אז נאך אז שיינעם יום טוב זענען אונז ביזי צו רעדן פון אונזער יום טוב און עטס זענטס ביזי צו רעדן פון אונזער יום טוב!
אוי איז דאס א גוטער סימן
הבדלה,
על ראשון ראשון,
בנוגע דעם איסור פון רבינו שליט"א, איז פשוט "אין איסור חל על איסור" (מסתמה ווייסטו נישט וואס דאס מיינט, ביסט דאך א זאלוני עם הארץ), אבער אויף די טרפה'נע אינטערנעט איז דאס נישט שייך, צווייטענס, איך ענטפער נאר פחות פחות מד' אמות... (דער עירוב איז דאך נישט כשר), אגב, ביטע שרייב נישט "נר" לרגלי, ווייל דאס דערמאנט מיך פון קיטשי זאלי פיליפ'ס לעכטעלעך, וואס ווען נישט די העראישע אינגעלייט וואס האבן באלד געכאפט אפאר פייער עקסטענווישערס, וואלט דארט חלילה געקענט זיין א מעכטיגע שרפה פון די לעכטעלאך, און זיי האבן עם פשוט געראטעוועט, "היטיבה ה' לטובים ולישרים בלבותם".
הבדלה, נישט אויף מיין רבי'נס איסור בין איך עובר, נאר אויף דעם לאוו פון "אל תענה כסיל כאיוולתו", און איך פרעג ביי אייך "וכסילים" מתי תשכילו, נעבעך נעבעך, אזוי יונג און אזוי צו שאסן, איר זענט דאך עובר אויף "אל תהיו כסוס כפרד (פערד) אין הבין", על כן הבדלה זיסער, ניין, איך ענטפער דיר נישט, איך בין מצווה ועושה, מיין רבי לאזט נישט ענטפערן, און גמרנו...
ווען איך מעג ווען ענטפערן, הבדלה טייערער, דאס מיינט, ווען מיין הייליגער רבי וואלט מיר נישט פארבאטן דיר צו ענטפערן, ווען ער ערלויבט מיר ווען יא מקיים צו זיין די מצוה פון "טענו את בעירכם", וואלט איך אזוי געשריבן...,
קודם, וואס פונקטליך קראצט דיך מיט מיין ערשטן סטעיטמענט פון: "די איינציגע זאך וואס איך קער איז "סאטמאר", און לית מאן דפליג, אז רובא דרובא, איבער 90 פראצענט פון חסידי ותלמידי סאטמאר, און ביי מיר איז סאטמאר, איז דער וואס איז געווען "סאטמאר" די לעצטע 25 יאר, און די אלע זענען אדוק ודבוק צו רבינו הקדוש שליט"א" מיט וועלעכען פארט האסטו א פראבלעם?, אפשר דער נומבער "90 פראצענט" איז צו נידעריג, עס דארף זיין 95 פראצענט?,
הבדלה איך ווייס דאך נישט ווער דו ביסט, קען גאר זיין אז דו ווייסט נעבעך באמת נישט וואס "א סאטמארער חסיד" מיינט, א סאטמארער חסיד איז נישט קיין משפחה זאך, און נישט קיין משפחה קראנקייט, און נישט קיין געבורט פעלער, ניין, אפילו נישט איינער וואס עסט פלייש פון "סאטמארער" בוטשער סטאר, און א וודאי נישט איינער וואס שעלט א גאנצן טאג דעם "סאטמארער" רבי (ז"ל), ניין, א סאטמארער חסיד מיינט איינער וואס איז א חסיד פון "סאטמארער רבי", פשוט און גראד, א וויזניצער חסיד איז א חסיד פון וויזניצער רבין, א בעלזער חסיד איז איינער וואס איז א חסיד פון בעלזער רבין, און א סאטמארער חסיד איז איינער וואס איז א חסיד פון סאטמארער רבין, דאס איז דאך א דבר פשוט וואס יעדער בר דעת פארשטייט, יא, קענסט זיין א לייטנעריסט, א קאשויער, א סקולענער, א שארמאשער, א בני יואל'ניק, און אפילו א "געוועזענער" סאטמארער חסיד, אבער דאס מאכט דיך נישט יעצט פאר קיין סאטמארער חסיד.
ניין, נישט קהל מאכט אפ ווער עס איז א סאטמארער חסיד, נישט יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין, נישט די שטאטאטן, און נישט משה גבאי, ניין, שכל מאכט אפ, די וועלט מאכט אפ, און דער מציאות מאכט אפ,
נעקסט, דיין נעקסטער פארגראף, ווייזט דיין גרויסער טפשות, (און דאס איז מיין מזל, אז איך טאר דיר נישט ענטפערן, ווייל איך טענה נישט מיט קיין טפשים, אפילו ווען מיין רבי וואלט געלאזט), דו שרייבסט: לויט דיר האט ר' זלמן לייב מערסטענס 50 מענטשן וואס זענען געווען חסידים פונעם בעל ברך משה זי"ע, וואס האבן זיך געדרייט אין סאטמאר די לעצטע 25 יאר. נאכדעם שרייבסטו אז 90% וואס האבן זיך געדרייט אין סאטמאר די לעצטע 25 יאר זענען אדוק ודבוק צו ר' אהרן. לויט די נומערן קימט אויס אז סאטמאר די לעצטע 25 יאר אונטער דעם בעל ברך משה זי"ע האט געהאט גאנצע 500 מענטשן! (10% = 50 מענטשן)
הבדלה, איך שרייב נאכאמאל שטאטעלעך, און לייג צו קאפ, (אפילו מיט דיין פארשטאפטן קאפ, דארפסטו דאס קענען פארשטיין), ביי זלמן לייב אין טענט זענען נישט געווען קיין 50 מענטשן וואס זענען געווען חסידי רבינו בעל ברך משה זי"ע, ניין, וואלי לעפקאוויטש איז נישט קיין חסיד רבינו, משה שמואל זופניק מיט יוסל וואלדמאן און שלמה יאנקל געלבמאן זענען נישט קיין חסידי רבינו, א חסיד רבינו איז איינער וואס איז אלע יארן געקומען זיך מסתופף זיין בצילו, זיך געקומען אלע יארן געזעגענען מיט א קוויטל, נישט געטוהן קיין שידוך אן זיך שואל עצה זיין מיט עם, דאס מיינט א "עכטער" סאטמארער חסיד, און פון די מענטשן האט ער זיכער נישט געהאט ביי זיין "מסיבת נעילת החג פלעי" , קיין 50 מענטשן, האלסט קאפ ביזדערווייל?, OK, לאמיר גיין ווייטער, איבער 90% פון די דאזיגע חסידי רבינו, די אידן וואס זענען יא געקומען אלע יארן צו עם, זיי זענען יא אריין כסדר צו עם מיט א קוויטל, יא געקומען צו זיינע טישן און תפלות, די אלע אידן זענען היינט חסידים פון כ"ק רבינו מהר"א שליט"א, אמת מען קען זיך דינגען מיט די נומבערס, אפשר איז עס 95%, אדער גאר 98% צו 99%, אבער געוויס נישט אינטער 90%, זעהסטו עפעס א סתירה צעווישן די צוויי חשבונות?, איך נישט.
הבדלה, כא... כא... כא..., זיך בעטן אויך די ביפערס, אנבאדינגט צו קומען צו דעם נעילת החג פלעי, ווייל עס פעלט זייער שטארק אויס, איז די זעלבע, ווי וואס דער בלאט האט געשריבן אז טויזענטער מענטשן גייען זיין שבועות אין קרית יואל, עס קאסט מיך א לאך, הבדלה, מאך דיך נישט טעמיש, ווייל דו און איך מיט נאך הונדערטער מענטשן וואס באקומען דו מעסידזשעס (יא, מיין חבר יוסי ש. האט מיך ארויף געלייגט אויף ענקער מעסעדזש סיסטעם) ווייסן ווי איר האט אייך געבעטן ברחמים מען זאל זיך באווייזן ביים נעילת החג, איטס ווערי אימפארטענט, האט איר זיך געבעטן, און דו גלייכסט דאס צו צו אונזערע מודעות, קאמאן, הבדלה, וואקס שוין אויף.
והעולה על כולנה איז וואס דו שרייבסט: אינטערעסאנט אז טראץ דעם וואס דער עולם איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי א טיש און שלוש סעודות האבן זיי געקענט און מיט געזינגן אלע ניגונים אזוי שיין ביי זייער ערשטע טיש און שלוש סעודות. יא, הבדלה, גערעכט, איך האב מיך פשוט נישט געכאפט אז איך בין א וויזניצער, ווייל איך קען דעם וויזניצן "מנוחה ושמחה", איך זינג עס אזוי שיין, אלזא מיז איך זיין א וויזניצער, אאאאפפפפס, ניין, איך מיין אז איך בין א באבעווער, ווייל צוויי וואכן צוריק האב איך געזונגען דעם באבעווער קל אדון, הערליך שיין געזונגען, אז בעל כרחך מיז איך זיין א באבעווער, און אפשר גאר בין איך א ליבאוויטשער, ווייל ווען איך פאר אליין אין מיין קאר זינג איך כסדר זייער שיין, "ופרצת"... הבדלה, אויב ווערסטו פרשעמט, זאג מיר, ווייל איך וויל דיר חלילה נישט וויי טוהן, (מיין רבי לאזט נישט וויי טוהן א איד).
הבדלה, א שונא איז א שונא איז א שונא, אונזער רבי שליט"א האט שונאים, פונקט ווי זיין טאטע ז"ל האט געהאט שונאים, פונקט ווי זיין פעטער האט געהאט שונאים, און פונקט ווי זיינע זיידעס האבן געהאט שונאים, דער תירוץ פארוואס זיי זענען שונאים איז לגמרי נישט קיין נפקא מינה, צו ס'איז קנאה שנאה, צו סתם רשעות, צו שנאת עם הארץ לתלמוד חכם, צו "מיין מאן ועט אייך איבער לעבן" שנאה, ס'איז אלעס נישט קיין חילוק, מה שאירע ליעקב אירע ליוסף, מיר האבן בכלל נישט ערווארטעט אז ער זאל זיין עפעס א אויסנאם, ניין, דייקא ווייל ער האט אזויפיל שונאים איז א קלארער סימן אז ער איז דער ממשיך דרכם פון אבותיו ורבותיו, ווי דער רבי דער ברך משה זי"ע האט שוין אמאל מסביר געווען באריכות, אז ווען זיי וואלטן "נישט" געווען זיינע שונאים, וואלטן מיר געדארפט צווייפלען אין זיין צדקות, און דייקא ווייל די אנשי רשע האבן עם פיינט איז שוין א סימן אז ער איז א צדיק.
הבדלה, יא, ס'איז זייער וויכטיג אונזער רבי שליט"א זאל קענען אריין קיין ראדני, און טאקע דריבער זענען מיר אין קארט (בהיתר משה מנחם) אז ער זאל קענען גיין קיין ראדני, אבער גלייב מיר בנאמנות, (מעגסט מיר גלייבן, איך האב דיך דאך קיינמאל נישט אפגענארט,) די ראדני סטריט אישוי איז די סאמע לעצטע אויף אונזער ליסט, נישט ראדני סטריט מאכט עם פאר רבי, נאר די טויזענטער חסידים ותלמידים זיי מאכן עם פאר רבי, לא המקום מכבד את האדם, אלא אדם מכבד את מקומו. (תענית כא), יא, אויב האסטו געכאפט א בליק דעם ערשטן שבת אין טענט (יא, איך שרייב "טענט" איך שעם מיך נישט), וואלסטו געזען דעם גרעסטן מופת בדורינו, 7 יאר עינויים, 7 יאר באשמוצן, 7 יאר השפלה, האט נישט געהאט די מינדעסטע עפעקט, אדרבה ואדרבה, כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ,
איין זאך הבדלה, דו ביסט א אומפארגינער, מיר שעפן נחת פון אייערע געשטיקעלטע בילדער, מיר האבן אביסל פאן, (מיר זענען דאך דערביטערטע אהרוניס [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]) סא, פארגינסטו אונז נישט אביסל פאן?... ביי דע וועי, אלץ גיטער ידיד, וויל איך דיר זאגן א עצה טובה, זאג פאר דיין אביך רועך, (ס'מיז נישט דווקא זיין בשמי), אז כדי צו האבן א שטיקל עולם, זאל ער איין וואך שלש סעודות מאכן א נעילת החג, און דו צווייטע וואך א שושן פורים פלעי, וחוזר חלילה, (קיין תורה האט דאך דער רבי נישט געזאגט שושן פורים, סא, איז עס נא פראבלעם), דאס וועט אייך היפש העלפן צו שלעפן א עולם, זעהסט הבדלה, איך בין נישט סעלפיש,
אבער ווי געזאגט, דאס אלעס איז נאר ווען איך מעג ווען ענטפערן, אבער דבר רבינו יקום לעולם, און איך בין נישט נחשד חלילה עובר צו זיין על פקודתו המפורשת של רבינו הקדוש והטהור שליט"א,
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 07/06/2006 23:05:19
יאנקעלע ענדליך ווייזטו ארויס דיין סענס אף היומער [בילד – נישט אפגעהיט]
אבער אויף די תוכן זעהט זיך אויס אז די האסט צו שנעל געליינט מיין תגובה אדער האסטו אנגעהאט סאֳן גלעסיס ביים ליינען ווייל מער ווייניגער זענען אלע דיינע פאוינטס און קשיות געדעקט און מיין פאריגע מגילה און איך האב יעצט נישט די צייט און מיה צו איבערשרייבן נאך א מגילה.
אויב האסטו געדולד לייען עס איבער שטאטער אויב נישט איז אויך גיט, ווייל איך גלייב אז אסאך האבן יא זייער גוט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן און די מענטשן וואס זענען איגנארענט קען איך נישט העלפן.
OK הבדלה,
שוין אדורך 4 אהאלב שעה און איך האב דורך געליינט דיין תגובה 112 מאל,
זייער שטאטעלעך, גענוי ווי דו האסט געהייסן,
און איך כאפ נאך אלץ נישט וואס עס איז דיר שווער,
איך מיין אז איך האב זייער גיט מסביר געווען מיין יעדע צוטאט,
און אפילו א פערשוין מיט אזא קליינעם IQ ווי די האסט
דארף דאס שוין אויך פארשטיין,
אגב, ס'איז נישט שיין זאלסט חוזק מאכן פון מיינע סאן גלעזעס,
האב איך דען חוזק געמאכט פון דיין אויער רינגל אויפן לינקן אויער?
למעשה איז מיין רבי שליט"א גערעכט געווען ווען ער האט געזאגט,
אז ס'וועט סיי ווי סיי נישט העלפן,
דעם אמת ווייסן זיי דאך במילא,
הבדלה, מיין רבי האט פון דיר גערעדט...
סא, הבדלה, דארפסט נישט שרייבן קיין לאנגע מגילות, שרייב בלויז די פאר ווערער,
יאנקעלע, ניצחתני, איך האב נישט וואס צו ענטפערן...
יאנקעלע, 112 מאל ליינען אין פיר א האלב שעה איז בערך 2 מינוט פאר יעדע מאל ליינען, און דאס רופסטו אן זייער שטאטעלעך געליינט?
עניוועי, די האסט גארנישט מוסיף געווען צום תוכן פון דעם דעבאטע איז האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין מער פון וואס איך האב שוין פריער געשריבן.
א גוטע נאכט
אויב איך מעג דא שרייבן .