היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » לינקס צו מקומות וואס זענען דן הל' עירובין

לינקס צו מקומות וואס זענען דן הל' עירובין

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1922172

דיפלאמאט » 19/5/2006 00:10

די עירוב פרשה אין ברוקלין איז שוין אן אלטע אויסגעדראשענער נושא וואס קריכט שוין פון די נאז לעכער. פארט זעט מען ווי אויך די וואס זענען דערקעגן טוען דאס כסדר איבער'חזר'ן און איבערקייען אן קיין שיעור, כדי צו אויסוואשן דעם אומוויסענדן מוח קעגן די מתקני העירוב.

וואלט כדאי געווען צו האבן איין פלאץ וואס זאל צוזאמקלויבן אלע לינק'ס אוואו מען איז דן איבער דער נושא.

איך וועל אנהייבן מיט דעם פורום 'שיעור עיון' וואס איינע פון די מנהלים ר' דעת ותבונה שליט"א האט געעפנט א אשכול ווי ער שטעלט אראפ אז לויט ווי ער האט צוזאמגעקליבן פון פארשידענע מקורות איז משמע אז מען טאר נישט מאכן קיין עירוב אין וויליאמסבורג.

אנדערע ענטפערן אים צוריק. כדרכו של תורה.

דער אשכול איז גאר אינטערעסאנט און עס רעדט זיך נישט דווקא איבער דעם עירוב.

פאר א ביישפיל האט איר איין אויסצוג דערפון:

עס איז א מימרא שגור בפי אנשים אז 'יעדער זאל זיך פרעגן זיין מורה הוראה'. וואס מיינט דאס? וויאזוי ווערט עס 'זיין' מורה הוראה?, אויב האט מען אייביג געפרעגט א צווייטן וואס איז יעצט די דין?, און צו קען מען טוישן מורה הוראה אינמיטן א געפעכט? און אויב האט ער זיך נישט געפירט אזוי וועט מען אים דן זיין דערפאר? למעשה איז דאך יש על מי לסמוך?

כאפט אייך אריבער און האט הנאה פון דעם רייכן און באלערנדן פורום.

תוקן על ידי - דיפלאמאט - 19/05/2006 0:54:09

findodort » 22/5/2006 01:33

 די באלערענדע אשכול וואס איז מסביר די מחלוקה פון די חסידים אין די תלמידי החת"ס אגעגן די גאוני ליטא ביחס צי הלכות עירוב. אין פארוואס אינזערע רביס האבן געברענט דוקא יא צימאכן א עירוב אין גרויסע שטעט.

מאז ומקדם

בין מחייבי ושוללי תיקון עירובין בעיירות ישראל והטלטול בהן*:NAMESPACE PREFIX = O />


 

Baachi » 22/5/2006 08:46

    • פינדאדארט

      אדאנק פאר דעם לינק, ראיתי דיינע ווערטער און דעת הדעת ותבונה

      איך האב נישט קיין רשות תגובה דארט - ב"ה.

      פרעד אים דו זיי מוחל

      אין דעם מהרשש"ך וואס ער האט געברענגט

      והנה אזכיר כל הצדדין שאפשר לצדד בקוצר. חדא דאפילו את"ל דלא מצו הרוב לכוף את המיעוט היינו במידי דאיתא רוחא להאי ופסידא להאי שאין כולם שוין בדבר,
       
      אמנם במידי דאיכא רווחא להאי ולהאי כנ"ד שכולם שוין בדבר לא מצינו מי שיחלוק ויאמר שלא יוכלו לכוף הרוב את המיעוט ומי שירצה לומר שההסכמה זאת הוי רווחא להאי ופסידא להאי בלי ספק אהבת הניצוח גבר עליו.

      ואם נפשך לומר דאפי' את"ל דבמידי דאיכא רווחא להאי ולהאי מצו לכוף היינו כשהרוב והמיעוט הם בקהל אחד אך אמנם כשהם נפרדים בב' קהלות איכא לפלוגי ולומר דאינם יכולים לכוף דלא שייך לומר רוב ומיעוט אלא כשהם בחברה אחת ובכת א' ונחלקו ועלו למנין ונמצאו הרוב נוטים לצד אחד והמיעוט לצד א'
       
      אמנם בקהלות אשר מתחלה במקום ההוא כל קהל וקהל היה נפרד מחבירו ולא קרב זה אל זה יראה דאין מקום לכופם מטעם רוב ומיעוט, אפילו הכי במידי דהוי מגדר מלתא כל אנפין שוין דמצו לכוף כנידון דידן דהוי מגדר מלתא וכו'.

      הכל מודים אז אז טאמער איז נישט קיין שום פסידא קען זיך דער צוויט קהל נישט אריין מישען

      זאל ער מוחל זיין זאגן וואס פאר א פסידא איינער האט ווען סדא איין עירוב אין שטאט? 

      אין שו"ע ווערט דערמאנט נאר איין פאל ווען סאיז נישט קיין מדת סדום

      שו"ע אורח חיים סימן שסח
      נתוספו דיורים בחצר אם הבית פתוח לשתי חצרות צריך להודיעם מפני שאולי אינם רוצים לערב עם אלו:

      דאס הייסט אז מוועט דורך גיין זיין הויף אין מוועט איהם שטערן מנוחה.
      דאס איז אלעס!!!. 

      קיין שום אנדערע אופנים ווערט נישט דערמאנט ווי איינער מעג זאגן איך וויל נישט קיין כשר'ן עירוב. להלכה ווער ס'זאגט אזוי איז עס א מדת סדום וכופין על מדות סדום.

      אויב ער האט טענות אין הלכה, זאל ער מאכען א בעסערען עירוב. זאל ער אפילו מאכען דלתות.
      ווער שטערט זיי?

      אזוי איז געוועהו אין מאנסי, ר' משה זילבערבערג שליט"א האט מוחה געוועהן ווייל ער האט געהאט טענות אויף דעם אופן וויאזוי מען האט געבויט דעם עירוב, און מען האט טאקע פארבעסערט,

      אבער אז דו ווילסט בכלל נישט קיין עירוב? וואס מישט טו דיך בכלל אריין אין דען גאנצן מדובר? זיץ אינדערהיים אין איגנאריר די גאנצע זאך.


findodort » 22/5/2006 16:17

איך האב געזען דעם שטיקל, אין איך וויל עם פרעגען אויב ער האט דאס בטות דארט געלאזט, נאר זעט אויס אז עפעס דעת ותבונוה האט ער, אין האט געמאכט א היט אין ראן

yeedle » 22/5/2006 21:08

איינער שפירט אז דער שטאט איז זיינער, און אז די מאכסט א עירוב נעמסטו אוועק זיין בעלות.

היש לך הפסד גדול מזה?


findodort » 26/5/2006 16:38

דא האט איר א לינק צום ספר חי אנכי לעולם, וואס איז מבאר דעתו האמיתית פין סאטמאר רבין זי"ע,
ווי אויך פון די אנדערע צדיקים פון דעם פריערדיגע דור. 

לערבעירובו » 21/6/2006 21:35

findodort » 25/12/2006 00:39

עבד_עברי שרייבט אין אן אנדערע אשכל :

דער שאפראנער שרייבט די וואך אין איד . אז די רבנים הרב צבי אייזנשטאט מיט הגאון הגדול רבי יונתן שטייף. מיט רבי מיכאל בער מיט פאפער רב זצ"ל האבען געוואלט מאכן אן עירוב אין וויליאמסבורג. נו!! וואס וויל ער  דער שאפראנער ! ביי אונדז אידען איז גענוג די הוה אמינא פון די הייליגע גדולי הרבנים . וואס ביי רבי יונתן שטייף זי"ע איז פארגעקומען אין איין וואך מער שאלות בד חלקי שו"ע וויא  ביי .... א גאנץ יאר. וד"ל.  נאר ליידער פאר די פארטיי פון יונגעלייטלעך געפעלט נישט די פסק פון די רבנים.  א רבס פסק איז נאר גוט טאמער ער האלט מיט די פארטיי. 
דעם ווינער מעג מען מבזה זיין ווייל ער טאנצט נישט נאך אינגאנצען. און רח"ל כץ מיט הגאון רבי יחזקאל ראטה וואס פאקען איין רז"ל פילעף אין די פאדעשוועס. זיי מעג מען מבזה זיין.


די קשיא איז שטערקער, פארוואס איז די פריערדיגע גדולים נישט איינגעפאלן אז זיי גייען א קעגן א מסורה פין אזויפיל יאר, אין נאר פאר דע שאפרענאר אין די שאטצער  איז דאס א פראבלעם ? 

בדרך אגב, עס איז דא א שיינע בריוו פין די שאפראנער פאר מ.צ.ג. וואס האט געארבעט פאר א עירוב דא אין ווילי. אמת דארט איז נישט הרב חיים לייב כץ שליט"א געווען פארמישט.

ווי ווייט די פעלשאנג פין היסטאריע גייט אן ביי די צדוקים כדי צי בארעכטיגן די מחלקה קען מען זען ווען זיי האבן איבער געשריבן די ע"ה פין די שאטצער, די ערשטע מאל אין די משמרת בזה"ל 
שארמאשער רב שרייבט  אין זיין ספר תפארת נפתלי  סי' ל"ד, עס הייסט אז ער האט יא געהאלטן פין א עירוב, חלילה צי מאכן א עירוב.  (בדרך אגב איז דאס אן אייפאכע שקר וואס יעדער קען אליין נאכקיקען, די תשיבה איז געשריבן תשי"ד צי טראגן אין מאנהעטן א אידענטעפעקעשן קארד, אין דערמאנט נישט דארט קיין ווארט פין קיין עירוב)

ביים איבערזעצען האבן זיי זיך געכאפט, אוי וויי וואס רעדט ער דא, שארמעשער רב האט יא געהאלטן פין א עירוב? נישט קיין פארבלעם מען גייט שרייבן :
 שארמאשער רב שרייבט  אין זיין ספר תפארת נפתלי  סי' ל"א, (וואס מכלומרשט הייסט הייסט עס אז ער האט יא געהאלטן פין א עירוב) שרייבט ער דאס לשון "וקשה עלי להתיר כאן ברה"ר גמור.

מכלומרשט איז דע מכלומרשט פין די בחר הזעצער.
די איינציגע פארבלעם מיט דעם איז נאר, אז דאס מכלומרשט איז א בפירישע מכתב פין די שארמאשער תשל"ג בזה"ל מוצה גדולה לתקן עירוב בוויליאמסבורג

שם_אחר » 26/12/2006 00:17

יישר כוח פון דא און דארט, פאר ארויפברענגן פון דא און דארט דעם אשכול צום אויבערפלאך.

_________________

findodort » 23/2/2007 21:26

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

עבדעברי43 » 25/2/2007 07:23

הייליגע אמתדיגע דיבורים דעת תורה אמיתי.
. יעדער וואס האט נאר אביסעל דעת דער פארשטייט דאך קלאר כשמש בצהרים אז דאס איז די אמתע דעת התורה הקדושה . און דאס איז דער פשוטער אמת.
 אין די גאנצע תורה איז דאך דא אלו ואלו דברי א-קים חיים. דער  ריטב"א ברענגט בשם רא"ה אז אין אלעם איז דא מ"ט פנים טהור און מ"ט פנים טמא. אזוי וויא מען זאגט אין אלע יוצרות.
אז מען קען דאס נישט אקצעפטירען און מען וויל דוקא דורכפירן נאר זיין מיינונג. דעמאלס  קען מען צומאכן  אלע גמרות. און דעם גאנצען שו"ע מיט אלע שיטות קען מען אוועקווארפן ח"ו. ווייל דער וואס האלט אנדערש וויא מיינע אינטערעסען זענען. דער איז דאך א כופר ר"ל. עיין באורים ותומים( חו"מ סימן כ"ה)
 אויזער א פאר משוגעים וואס פארשטייען דאס נישט . לפי מיעוט שכלם אשר חנן להם השי"ת מטעם הידוע לפניו יתברך שמו. .

א שאד א שאד. ווען סאטמארער רז"ל וואלט נישט געלאזט זיך פירען פון די פאר פינסטערע טעראריסטן וואס דרייען זיך צווישען זיין עולם. וואלט ער דאך געווען דאס שפיגעלע פון די  היינטיגע רעבעס. ער וואלט געבליבן וויא א מוסטער . וויא איינער וואס האט צובראכען טעראר און געלאזט דעם עולם נארמאל לעבען. דערווייל ליידער לא זכינו. און ער האט ארום זיך עטליכע רשעים וואס פייניגען די גאס און פארשוועכען זיין נאמען. און זיי וועלען נאך עהם אליין אויספייניגען. ווייל היינט עזותען זיי פאר אנדערע נאכדעם וועלען זיי עזותען פאר עהם זעלבסט. מען קען דאס זעהן פון די מעשה פונעם נאמען "ברך משה" כמובן ואין כאן מקומו להאריך.

מען זעהט פון די גרויסע קידוש השם וואס איז געווען אין בארא פארק לעצטען דאנערשטאג נאכט . וויא דער ציבור איז געקומען מיט פרייליכע הערצער און מיט פרייליכע פענימער. כל איש אשר נדבה לבו. האבען א חלק אינעם עירוב.
 פון דעם זעהט מען וואס איז דער אמתער דעה פון רוב ציבור. אזוי וויא מען טייטשט "פיתחת למוסרי" עפען נאר אויף דאס בענדל און די שטריק וועסטו זעהן וואס דער עולם וויל. (בילטץ נישט און שרייטס נישט מיט פינסטערען טעראר וועט עטץ זעהן דעם דעת הקהל)
מען האט עס געזעהן דעם ערשטען שב"ק חוה"מ פסח שנת תשס"ג אין וויליאמסבורג . וד"ל.

אבער ב"ה נצח ישראל לא ישקר . דאס נצחיות פונעם שו"ע איז שטערקער פון אלעס אין דער וועלט. מען זעהט אז אפילו דער מלאך רע "דער איד" האט אויך אריינגעשטעלט די אדוועטייזמענט אז כ"ק דער סערדאהעלער רב רח"ל כ"ץ שליט"א גייט פירן טיש אין וויליאמסבורג. ממה נפשך. לשיטתם איז ער דאך א פורץ גדר. ער האט דאך צובראכען דעם איסור וואס די רבנים האבען געמאכט אז מען טאר נישט האבען קיין עירוב אין די גרויסע שטעט.   אלא מאי איז ער נישט קיין פורץ גדר.  נאר וואס דען דער גאנצער ציבור שטייט אין שרעק פון א פאר צודרייטע משוגעים.
מען האט געזעהן מוצאי שבת אינדרויסן פון א עלטערן רבס הויז אין ווילי. וויא אן אלטער יוד שטייט און שרייט קולי קולות "לאזט מיך אריין צום רבין ער זאל מיר געבען א ברכה איך זאל געווינען די לאטערי" און דער גאנצער עולם בראש פון די חברה הצלה האבען פרובירט מיט אלע כוחות עהם אוועקצושלעפען. און עס האט גארנישט געהאלפן ער האט נישט אויפגעהערט צו שרייען . מען האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבען.
אזא פנים טראגט די גאנצע שטאט פונעם טעראר פון די געציילטע אויסגערופענע שטאטס משוגעים ומטורפים. מלא רשעות .און עס איז נאך מכלומערשט געבעקט דורך איינעם וואס עס איז דא אויף עהם א בריעף (מכתב קודש) מאת כ"ק הגה":ק מקאשוי זי"ע אז ער איז מכשיל יודען מיט פסולע מקוואות. (איסור כרת סימן ר"א סעיף א יו"ד) און ער הערט נישט אויף מכשיל זיין יודען מיט איסורי אכילה. (אוודאי ער איז נישט מכשיל יודען נאר מיל... קעס..וד"ל).
 יעצט פרייט ער זיך שוין אז הרב בלומענקראנץ וועט מער נישט אויפדעקען זיין שאנדע.
 ויה"ר שהני בריוני יקויים בהם יתמו חטאים ולא חוטאים. צוביסלעך ווערען זיי אלץ ווייניגער און ווייניגער כאשר עיניכם רואות מישרים.
ז אדר יומא דהילולא של אב לנביאים רבן של כל ישראל מרע"ה . ויומא דהילולא של האדמו"ר הראשון בהונגריה מרן רבינו יצחק אייזיק מקאלוב זי"ע.

עבדעברי43 » 25/2/2007 10:58

אנטשולדיגט מיר מיינע ידידים. איך האב פשוט פארגעסען.
  די משוגעים שרייען דאך "אונדז האבען מיר א רב וואס לאזט אונז (הייסט אונדז) שרייען ער האט זייער ליעב די זיסע קולעלעלאך"
אדרבה די מער מחמירים טענהען "אונדז האבען מיר א רב וואס הייסט אונדז אפילו שלאגען אויך די נשים.  נו! וואס זאלען מיר נעבעך טון ? אונדז מוזען דאך פאלגען אונזער רב.
נאך מער מיין רב הייסט אז מען זאל אריינגיין אין סאטמאר ביהמ"ד אין ראדני אראפווארפן דעם רבס רז"ל היט און קאפעל. און נאכשרייען בקולות "גנב" . אויך זאל מען אין קרית יואל אויף אלע גאסען ווען מען טרעפט א בני יואל אויסשרייען מיט קולות אזוי וויא להבדיל "יהא שמי' רבא" נאכשרייען "שייגעץ ארויס" .  נו! וואס ווילט איר אונדזער רב הייסט דאך אזוי. איר קענט דאך נישט האבען קיין טענות אז אונדז פאלגען מיר אונזער רב .
אבער לאמיר נישט רעדען פון דעם "מיין רב אדער דיין רב"  איך בין געווען זייער נאענט מיט להבחל"ח מרן הגה"ק מקאשוי זי"ע. וואס איז טאקע געווען א רב באמת. שטעלט אייך פאר ווען קאשויער רב זי"ע וואלט געהייסן אריינגיין אין יעדע חתונה זאל ווען מען סערווירט דארט "בשר בהמה" און שרייען "געוואלד חלב פרעסערס . איסור כרת רח"ל"  וואס ער האט באמת אזוי געהאלטן. ער האט געפאסעלט לעדות איינעם וואס עסט בשר בהמה.
 אדער ער וואלט אפילו געהייסן נישט ביי א זאל פון א חתונה. נאר מען זאל שטיין ביים טיר פון סאטמארע בוטשער און שרייען נאך יעדען קונה."חלב פרעסער" שייגעץ"   . וואלט דען סאטמאר מסכים געווען און צוגעלאזט אזא פסק מיט אזא נארישע  טענה פון "מיין רב האט אזוי געהייסען ". אוודאי נישט. !!!
עס איז דא א דרשה (אויף טעיפ) וואס איז געהערט געווארן (אין בארא פארק) פון א רב פאר בערך 20 יאר צוריק . וויא ער האט זיך צופייערט און געשריגען בתוך דבריו. אז עס איז א פליכט אויף יעדען ערליכן יונגערמאן צוצולויפן צו יעדע פרוי וואס טראגט א לאנג שייטל אוין אראפרייסען די שייטל פון איר קאפ  אזוי וויא להבדיל דער הייליגער אמורא רב אדא בר אהבה.
נו! יעצט שטעלט אייך פאר ווען מען איז דאס מקיים בפועל ממש . און יונגעלייט וואלטן צוגעלאפן צו עטליכע ווייבלעך און אראפגעריסן זייערע שייטלעך אויף די גאס.  נו! וואס וואלט איר דעמאלס געזאגט דערצו. אפשר די פאר משוגעים רשעים וואלטן דעמאלס אויך אזוי געטון.
טייערע יודישע קינדער אוהבי האמת. עס איז דא א פסק בכתב פון גדולי הרבנים אז מען מעג און מען דארף דעם רשע ערוץ ג. ארעסטירען און מאכען אומשעדליך בכל אופן שהוא כדין "המיצר את הרבים". דאס איז נישט א פסק פונעם גראבען יונג חילל בריתו מאכיל נו"ט מכשיל את הרבים במקוואות פסולות. נאר בכתב מבורר מפי גדולי הרבנים.ועוד חזון למועד.
און זיי שרייבען אויף דעם וואס וועט דאס ערלעדיגען אי"ה  "ברם זכור אותו האיש לטובה ולברכה ויזכה לרב נחת ועושר ואושר מכל יוצאי חלציו. ושכרו עם מצילי עם הקודש בני ישראל לדורותיהם וכו' "
ידידי וחברי ואהובי. טייערע קנאיםלעך. זוכטס ענק א נייע מערכה . ווייל די מערכה איז שוין דערנאך !! נאך שוואכער וויא די מערכה פו די (ארטיסטן- אדער המודיע וכדומה) לאזט איבער די נארישע מערכה צו די פאר אויסגערופענע משוגעים דאס פסולת פון וויליאמסבורג. ג. מיט מ.ר. מיט רש"ד. 
וואס האבען אזא פנים וויא דער רייך וואס שרייט נעבעך אין די גאסען רח"ל. אינדערוואכען אויך. 
היט אפ ענקערע בחורי חמד און יונגלעך זאלען נישט גיין אין זיייערע עקעלעדיגע דרכים וואס איז קעגען די הייליגע תורה "וגם אני נתתי לכם חוקים לא טובים"(מגילה ל"ב)  אוי להם לבריות מעלבונה של תורה "(אבות פ"ו) מה הבריות אומרים עליו (יומא פ"ו) ארור שזה ילדו ארור שזה גידלו רח"ל(סנהדרין מ"ט עיין בר"ן למה מבזין ג"כ אביו ואמו עיי"ש) . 
געט אכטונג ענקער אוצר ענקערע טייערע קינדער זאלען זיין איידל און פיין בעלי מידות טובות . פארמיסט אין זייערע אויגען די שמוציגע פארברעכער. להבדיל בין הטמא ובין הטהור.
עס גייט שוין באלד פארקומען דער שיינער "מעמד זיכוי הפת" בתוך העיר בהשתתפות די סמעטענע מסלתה ומשמנה פון די ערליכע יודען פון די שטאט בראש פונעם בי"ד המיוחד לענייני עירובין ובראשם גדולי הרבנים וואס פאסקענען שוין שאלות פאר אונזערע טאטעס און אפשר גאר זיידעס יארן לאנג.  קיינער מוז נישט האלטן פונעם עירוב. אבער ח"ו נאכשרייען יודען יראים ושלימים חסידים ואנשדי מעשה וואס פאלגען די גדולי הרבנים.  לאז זיין אפילו ח"ו אז די זקני הרבנים מתירי העירוב מאכען א סתירה (פירצה רח"ל) האבען מיר דאך א כלל פון אונזערע הייליגע חכמים(מגילה ל"א . נדרים מ)  "סתירת זקנים איז דאך א בנין" אם יאמרו לך זקנים סתור. טאמער די זקנים הייסן דיר צוווארפן א תקנה זאלסטו זיי פאלגען ווייל סתירת זקנים בנין.
ויה"ר שבין גאולה לגאולה נזכה להגאולה השלימה אמן.

דיפלאמאט » 25/2/2007 20:05

פינדאדארט,

א דאנק פארן צוברענגען דעם מכתב קודש פונעם גאון זצ"ל, וואס מען זעט א קלארער מוח פון א ריכטיגן גדול.

עבד עברי,

עס איז זיכער אז דער איז א מיצר את הרבים.

איך האב נישט געהערט פונעם בריוו, און וועל זיך פרייען עס צו זען.

יישר כוח.

שויתי » 25/2/2007 20:21

איך וויל פרעיגען איין שאלה

דער עבד שימפט און איז מבזה דא א גדול בישראל, א רב מומחה ת"ח מפורסם ומורה הוראה, ווייל ער האט געהייסן מוחה זיין אויף שבת, עבד באטיטלט עים דא (שוין נישט די ערשטע מאל) מיט גרויסע זילזולים ווייל יענערא האלט אנדערש ווי עבד

וויל איך וויסן, אויב זאל איך, אדער א צווייטער וואס האלט "אנדערש ווי עבד" די זעלביגע לשונות נוצען אויף דיינע רבנים וואס זענען "לויט געוויסע פוסקים" מתיר חילול שבת בפרהסיא, וואס וואלסטו געשריגען? הא?

אלע קללות אין די וועלט וואלטען דיר נישט גענוג געווען, דו ואלסט פלוצלינג וויטיגט אויף בזיון ת"ח, נאר דו עבד נרצע וועסט מבזה זיין כל גדולי ישראל פאר דיינע ביליגע אינטערעסען, דו מעיגסט, יענער טאר נישט (כאילו חלילה שתי תורות רח"ל)

איך גיי נישט זאגען דעי ווערטער אויף דיינע רבנים, ווייל ביי אונז איז דא א תורה וואס זאגט וואס יא און וואס נישט, משא"כ ביי מענטשען וואס זענען גרייט צו מאכען דעם הייליגען שבת פאר  א קרבן חטאת פאר אייגענע עינגע אינטעהרעסען,

קענען אויך מבזה זיין רבנים ותלמידי חכמים וואס זענען אויך בבחינת שבת

און איך וועל נוצען פאר עבד זיינע אייגענע ווערטער, ער זאגט "חילל בריתו", יא שבת איז א ברית צווישען אונז און רבושע, לעשות את השבת לדורותם ברית עולם, פיו הכשילו, ווער סאיז מבזה דעם הייליגען שבת איז עס טאקע דעי וערטער, יפה דברת!

נ.ב. בדרך אגב עבירה גוררת עבירה, האסטו שוין אריינגערוקט דארט אין דיין צולאזטע תגובה דברי בזיון אויף א צובראכענע יוד וואס שרייט נעבעך אין די גאסען, דאס הייסט אפשר מכבד בקלון חבירו? צו אפשר גאר מלבין פני חבירו וואס איז ביידע אין לו חלק לעוה"ב? דעיס געשענט ווען מלייגט די גאנצע תורה אינדערזייט פאר אייגענע טונקעלע אינטרעסען

עבדעברי43 » 25/2/2007 21:54

אדרבה איך האב נישט מבזה געווען דעם צובראכענעם יוד וואס שרייט אין די גאסען . איך האב עהם גאר צוגעשטעלט אין די זעלבע רייע מיט די שמייליגע מוחים וואס זיי זענען דאך ביי דיר קנאים. נו! וואס ווילסטו.

איך האב נישט ח"ו מבזה געווען דעם וואס האלט אנדערש וויא אונז. ניין ח"ו. איך האב נאר מבזה געווען דעם וואס האט מכשיל געווען יודען מיט פסולע מקוואות (כעדותו וכמכתב קדשו של מרן הגה"ק מקאשוי נבג"מ זי"ע) און דער וואס הערט נישט אויף מכשיל צו זיין רבבות יודען מיט נו"ט און אכילת תולעים אויפן ערגסטען  אופן וואס לא היתה כזאת מימות היתה ישראל לגוי. אפילו "פינקל" האט נאר מאכיל טריפות געווען. אבער נישט תולעים וואס מען איז עובר עטליכע לאווין אויף יעדע תולע.

און די הייליגע ווערטער "חילל בריתו" האט געזאגט אויף עהם כ"ק מרן הגה"צ המפורסם אב"ד קארלסבורג שליט"א וואס ער איז היינט פון די גרעסטע רבנים בדורינו . און עס איז געווען אפגעדרוקט און צושפרייט בכל קצוי תבל.
ער טייטשט "ביני ובין בני ישראל "אויס" היא לעולם . צווישען אזא איינעם מיט יודישע קינדער מדקדקים במצוות הבורא יתברך איז "אויס" אויף אייביג. וד"ל.
נאר מיט אזויגערופענע מ. ק. מיט זיי האט ער א שייכות נישט מיט ישראל עם קדוש
שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל 

שויתי » 25/2/2007 22:59

האק נישט אין טשייניק, קאשוי רב האט קיינמאל נישט געזאגט אויף עים אז זיינע מקואות טויגען נישט, אדרבה ווען אין קאשוי איז נישטא קיין מקוה גייען זיי אין דעי מקוה וואס איז אינטער זיין השגחה אין מאנט קיסקא, באק נישט קיין מעשיות

און כבהאב זייער הנאה צו הערען אז דיך ווייטיגט אז איינער געבט תולעים פארען עולם, נעם דעמאלץ אויכעט קעיר פון די אנדערע שוואכע השגחות ווי אודווארי א.ד.ג.., וואס געבן נישט נאר תולעים, נאר אויך נבילה וטריפה מיט יין נסך, מיט כל מיני קולות וקלות

מאכסט טאקע זייער א גוטע דזשאב, טוה עס אינגאנצען, ענדיג נישט דא

עבדעברי43 » 26/2/2007 00:08

אפשר האט הגה"צ מקארלסבורג שליט"א אויך נישט געזאגט אויף עהם חילל בריתו. ?

אפשר זאגט איר ווען אין איז קאשוי נישטא קיין מקוה?

מאכט אייך נישט וויא א תם. ווייל די מעשה וויא חותנו הגה"צ אבדק":ק נייטרא זצ"ל האט אפגעשפארט די מקוה תיכף וויא מען האט עהם געכאפט בפסול. איז באקאנט לכל היודעים.
  ווייל תיכף נאכדעם איז אריין א בריעף אין דער איד אין נאמען פון התאחה"ר און אויך צום צייטונג . אז זיי זאלן מער נישט אהנעמען קיין שום בריעף בענייני מקוואות פון דעם מערער וואס האט געפאקט די פסול בי די נייטרא מקוה.אפילו פאר כסף מלא.
 און אז "דו ווילסט נישט הערן נאר וואס דו ווילסט הערן" (לשונו הק' של מרן הקדוש מסאטמאר זי"ע) . הרי שלך לפניך. אבער יעדער קען עס אליין הערן אויפן טעיפ פון נ ר וואס ער איז דעמאלס געווען בעובי הקורה. . וויא הרב ביק האט תיכף נאכן בריעף פון מרן הגה"ק מקאשוי זי"ע מודה ומתודה געווען אויף די פסולע מקוה אין סען פראנציסקא. און דער אנדערער  וואס הייסט בילען. האט נישט געוואלט מודה זיין ביז זיין אייגענער שווער זצ"ל האט אפגעשפארט די מקוה.
 

די דזשאב אראפצורייסען די שוואכע השגחות לאז איך פאר דיר.

איך באפאס מיך בכלל נישט מיט די שוואכע השגחעלעך נאר מיט די השגחות  וואס הייסען די בעסטע . און אויף וואס דער איידעלער עולם פארלאזט זיך נעבעך אויף זיי בטעות וד"ל.
ווייל דאס איז ליידער כולל בעקערייען. און פלייש און אויך מילכיגע פראדוקטען וואס מען קען זיך ממש אהן זיי נישט קיין עצה געבען.

אין מלאך אחד עושה שתי שליחות.(רש"י וירא)  מיין שליחות איז צו ענדיגען און מגלה צו זיין פני הלוט והשקר פון די גוטע( פאלשע) השגחות.
און דו זאלסט דיך נעמען צו די שוואכע השגחות. (חולין ז) מקום הנחתי לך להתגדר.

שויתי » 26/2/2007 00:26

בנוגע די מקוה, מישסטו הודו מיט כוש, הרב ביק מיט אנדערע,

ווען האט קאשוי נישט קיין מקוה? די "גרויסע שטאט קאשוי" האט בלויז איין מקוה, און ווען סאיז דא מיט דעיס א פראבלעים גייען זיי קיין נייטרא וואס איז די נאנסטע יודישע שטאט דארט

די גרעסטע דשאוק פאר היינט.. אין מלאך אחד עושה שתי שליחות.. דו ביסט ביזי אגאנצען טאג מיט פופציג זאכען אויף אמאל, דו פארסט פון איין זאך צום צווייטען, פון איין רב צום צווייטען, דא פלוצלינג קענסטו נישט קעיר נעמען פון מער ווי איין זאך אויף אמאל...

איך האב הנאה אז דו האסט קודם מגדיר געווען יענע השגחה אלץ שוואך, שוין עפעס אויפגעטוהן..

אבער אין אלענפאלס בין איך גרייט צום געשעפט, דו נעם קעיר פון די וואס "הייסען בעסערע", און איך וועל זיך מטפל זיין מיט די וואס זענען באקאנט אלץ גאר שוואכע ווי למשל אודווארי און דעס גלייכען

איך וועל מיר ספעציעל אראפנעמען פון מיין פארנומענע ארבעטס טאג זיך אפצוגעבען, אויך דארעך די וואך, און איך געב דיר חיזוק צו קעיר נעמען פון די אנדערע

איך וועל אנהייבען מיט די פרשה הידוע פון "קאפעי קעי" אין פלעטבוש, דערנאך עמיר גיין קיין פייוו טאונס, און צו די וויטאמינס אא"וו

בנוגע די מקוה, מישסטו הודו מיט כוש, הרב ביק מיט אנדערע רבנים,

שאלה: ווען האט קאשוי נישט קיין מקוה? די "גרויסע שטאט קאשוי" האט בלויז איין מקוה, און ווען סאיז דא מיט דעיס א פראבלעים גייען זיי קיין נייטרא וואס איז די נאנסטע יודישע שטאט דארט

findodort » 26/2/2007 01:57

שויתי שרייב:ט איך גיי נישט זאגען דעי ווערטער אויף דיינע רבנים, ווייל ביי אונז איז דא א תורה וואס זאגט וואס יא און וואס נישט

זאג נאר טייערע שויתי אן צוריפן דעם גאון הגאונים און קדוש ר' פישעלע "פאקרומטע מידות פון קאפ ביז פוס" "ווער האט דיך געפרעגט" "וואספארא רעכט האסטו צוזאגן א דעה" איז אויסגעהאלטן לויט דיין תורה?

נואף גרינבוים שרייט אויף די גאס איין ריפארם ראביי איז מתיר דעם עירוב איז אויסגעהאלטן לויט דיין תורה?


_________________

שויתי » 26/2/2007 02:43

איך קען נישט קיין נואף גרינבוים, איך קען עטליכע נואפים אן בערד וואס זענען מקפיד נישט צו גיין שבת אין די גאס אן נטילת ידים... זענען מקפיד צו גיין גאנץ שבת מיט עפעס אין די הענט, צו א טלית בעג, צו סתם א שאפינג בעג מיט פארפוילטע אראנדשעס, אדער א אלטע אלגעמיינער

דעי טיטעל נואף וכדומה הערט מען אפאר מאל א שבת פון די "אפגעהיטענע" חשובע טרעגערס, וואס די פנים איז מעיד אויף זייער גרויס קדושה, און די ניבול פה וואס פליסט פון זיי איז מעיד אויף זייער תוכן און פנימיות..

פון דעים הרב גרינבוים וואס איז מוחה מידי שבת בשבתו, (לויט די קלארע הוראה פון זיין רב שליטא), אדער פון אנדערע מוחים, האב איך נאכנישט געהערט דעי ווערטער, קען זיין ער זאגט עס יא, דו קענסט דא זאגען וואס דו ווילסט...

אבער נאך ליינען דעי תגובות פון עבד נרצע, ווי ער רייסט אראפ כל גדולי ישראל מיט אלע זילזולים, און דו פארטראגסט עס זייער שיין, האב איך שוין ווייניגער קשיא וויאזוי מזאגט אזעלכע ווערטער ווי דו זאגסט, אויף דיין רב

אדער טאר מען נישט מבזה זיין קיין רב אדער יא, באשליס! דו קענסט נישט זאגען מיין רב טאר מען נישט פארשעמען, און יענע רב מעג מען יא, סגייט ביידע וועגען

און לסיומא דמילתא, אויב איז דא איינער וואס איז מוחה שבת, און ער שרייט דברי זילזול אויף א רב בישראל, בין איך מוחה נמרצות דערויף בכל תוקף ועוז, לא זו הדרך, והזהר בגחלתן שלא תכוה

און דע זעלבע זאג איך צו עבד עברי מיטען לויזען צונג און שלשול אויפען פעדער, איך בין מוחה נמרצות אויף דיין נאכאנאנדיגע בזיון ת"ח, וואס דו רייסט אראפ און ביסט מבזה דיינים ורבני ישראל וואס האבען די "חוצפה" צו האלטען אנדערש ווי דיך, היידפארק שרייבערעל "עבד עברי" 

עבדעברי43 » 26/2/2007 03:25

זיין תורא.. ווערט נשתנה לויט די פארטיי. ווען די פארטיי הייסט גיין לערכאות בשנת מ"ט דעמאלס האבען זייערע דיינים אונטערגעשריבען אז מען מעג גיין לערכאות

און ווען מען גייט לערכאות קעגען די פארטיי איז דאס א מרים יד בתורת משה.


ווען די בני יואל זענען קעגען די פארטיי דעמאלס זענען זייי געאסערט. און מען דארף שרייען "שייגעץ ארויס"
און ווען מען דארף די בני יואל פאר די פארטיי . דעמאלס זענען זיי מותר לבא בקהל


.ווען מען גייט וואיטען אין ניו יארק פאר די מנוולים וואס זענען קעגען די אינטערעס פון די פארטיי דעמאלס קומט ארויס א איסור צו שטימען פאר מנוולים
און ווען די מנוולים זענען פאר די אינטערעסע פון די פארטיי דארף מען שטימען פאר די מנוולים.

ווען ניקעלסבורגער רבי איז קעגען די אינטערעסען דעמאלס איז דא קול קורא אז די כת איז שבתי צבי
און ווען עס איז פאר די אינטערעסען דעמאלס איז דא קול קורא פון די זעלבע דיינים אז דאס איז זייער אחשובע קהילה.

ווען מען וויל גיין צו א פראטעסט וואס וועט מחזק זיין די פארטיי דעמאלס זאגט די תורא "איש בל יעדר"
און ווען קנאים גייען אהן זייער רשות . דעמאלס איז "מצוה להתרחק מהם"

ווען הגאון ר"מ פיינשטיין ז"ל פאסקענט הלכות אין אמעריקא פאר טויזעטער שואלים נאכן האבען דורכגעלערנט ד' חלקי שו"ע 400 מאל . דעמאלס איז ער א עם הארץ וואס אימת שבת עליו. און ער וועט ווערן אויס מורה הוראה.
און טאמער מיטן עירוב האלט ער דאס זעלבע וויא די פארטיי . דעמאלס ווערט ער כשר

דאס זעלבע ווען רבי הלל דעוויד זאגט אז די גאנצע ענין פון די שלש שבועות. איז פונקט אזא  הלכה צו מען זאל עסן שבת לאקשען קוגעל מיט צוקער אדער אהן צוקער(ווייל עס איז נישט מוזכר נישט אין רי"ף און נישט אין רמב"ם און נישט שו"ע) דעמאלס איז ער א אפיקורס
און ווען ער קומט רעדען קיין סאטמאר אין קליימער קעגען דעים טמענעם עירוב דעמאלס איז ער פוסק הדור . אפילו ער דערמאנט פרעכע ציונים "הרב שטיינמאן" וכדומה.

ווען רבי מאטעלע וויזניצער גייט ארויס אינמיטען א פראטעסט תשל"ט דעמאלס ווערט ער פארשריגען אלץ מחוצף א "לינקער" . טאמער יעצט האלט ער ענדליך צו די פארטיי איז ער געווארן א רעכטער

ווען דער קאשויער רב זי"ע האט געאסערט די מיידלעך זאלען ארבעטין אין אפיסעס און זיין זון האט ארויסגעגעבען דעם קונטרס "מדור דור" דעמאלס איז געזאגט געווארן אז מיט א נאר שרייבט מען נישט אונטער אפילו די עשרת הדברות און דאס קונטרס איז אראפגעווארפן געווארן אויף די ערד.
אבער ווען ער האלט מיט די פארטיי איז ער רשכבה"ג.

ווען דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע האט געזאגט אז עס איז געשען "נסים" אין ארץ ישראל האט מען אויף עהם אויסגעלאשן די עלעקטערס (דער בחור איז נאכדעם געשטארבן פלוצלונג ל"ע) און ווען ער האט געזונגען האט מען געזאגט אז דאס "קעצל" זינגט
און ווען מען וויל איז ער היינט א קדוש פאר זייער פארטיי אינטערעס.

איך גיי שוין נישט אריין אין דעם אז אביש שייגעץ איז געווען דער ערגסטער פון כלל ישראל.(אונטערגעשריבען א קול קורא דורך סאטמאר ועוד רבנים)  און רבי הערשעלע ספינקער ווייל ער האט זיך מכניע געווען איז געווארן ענדליך א צדיק.

ווען הרב ביק זצ"ל האט געזאגט אז די דאמינא צוקער איז מער כשר לפסח וויא די סאטמארע מצות דעמאלס איז ער פארשריגען געווארן אלץ "אמעריקאנער לינקער" און ווען ער פארפירט ביי א מיטינג אין תש"מ אז די התאחדות זאל אסערן צו מאכן א עירוב ווייל דאס איז דער רצון פון הגאון ר"מ פיינשטיין דעמאלס איז ער מחייב יעדען איינעם

ווען אין ראדני איז געווען 20 יאר א עירוב מיט א צורת הפתח איז דאס געווען כשר פאר יודען
און ווען די פארטיי וויל ווערט דאס אראפגענומען . און למפרע איז עס נאר כשר געווען פאר גויים.

ווען מען פלעגט רעדן פון ליטווישן דרך הלימוד האט מען געזאגט אז דאס הייסט נישט לערנען.
ווען די פארטיי דארף דאס.. דעמאלס  לערנט מען אין סאטמאר ליטוויש

ווען  אנדערע האבען געהאט מיידלעך סקולס איז דאס געווען געאסערט בכל תוקף ועוז . זאת התורה לא תהא מוחלפת והוא נגד מסורת אבותינו ורבותינו הקדושים ולא תשתנה בשום אופן ובשום פעם.

און ווען מען דארף א אייגענע מיידל סקול איז דאס מותר.

ווען אנדערע האבען אנגעהויבען מאכען פילטערס אין מקוואות איז מען ארויסגעקומען מיט איסורין קונמות וחרמות אונטערגעשריבען פון מרנן רבה"ק זי"ע ואתו עמו הגה"צ מקאשוי דעברעצין מנחת יצחק שבט הלוי ועוד. און ווען מען דארף דאס אליין איז דאס כשר ואין פוצה פה ומצפצף.

ווען זיי וואלטן געמאכט דעם עירוב. וואלט דער וואס וואלט נישט געטראגען געווען א "צדוקי" און מען וואלט עהם נאכגעשריגען
טאמער אבער אז א צווייטער האט געמאכט דעם עירוב. דעמאלס אדער עס איז נישטא קיין עירוב בכלל (מכחיש השמש בצהרים)
אדער עס ווערט א רשות הרבים דאורייתא. נישט חלב דאורייתא און נישט יורש דאורייתא . נאר דייקא רשות הרבים דאורייתא. איי דער רבי האט דאך געהייסן ברענגען די קינדער צום ברית דורך א גוי אין רה"ר עה בע .
איי דע רעבעצין ע"ה  איז דאך געגאנגען יעדע וואך מיט אירע תכשיטין . עה בע.
איי סוכות האט מען דאך געמעגט מאכען אן עירוב . עה בע

איי מען האט דאך דעם רבין זי"ע אליין געטראגען שב"ק פסח פון זיין הויז צום ביהמ"ד אויף בעדפארד עווע. דורך אידען מיט פאליס בעריקאדעס . וואס בימים ההם זענען די פאליס בעריקאדעס  זיכער נישט געווען מער וויא א צורת הפתח . עה בע. ( ניין !!! מען האט געבויעט אום שבת ויו"ט מחיצות ) 

איי מען האט דעם ירושלימער רב רמ"א פריינד זי"ע געטראגען שב"ק אין בארא פארק אויף די גאס מיט פאליס בעריקאדעס דורך יודען.  עה בע.

איי עס איז דאך דא בריוון מכתבי קודש פון ר"י שטייף מיט פאפער רב ז"ל מיט סאמבאטהעלי רב מיט אראדער רב מיט שארמאשער רב יו"ר התאחדות הרבנים. . וואס איז דאך געדרוקט געווען נאך בימים ההם אין אוצרות ירושלים.
עה בע.
און זיי זענען נאך נארמאל. און זיי מיינען אז די גאס איז משוגע וויא זיי
 אוודאי ביי  ענק איז דא א אייגענע תורא וואס  עטץ  בייגט עס  לויט ענקערע  אינטערעסען.

און ווען מען ברענגט ארויס אביסעל די אמתע פאקטן
שרייען זיי "מיש נישט אויס די יוצרות " הודו מיט כוש" יעדע פרשה איז פאר זיך עקסטערע

ברוך א-קינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת

פון די אלע אויבען דערמאנטע זאכען איז דא אין באזיץ אלע קול קוראס מיט אלע חתימות אנגעהויבן פון א ש . אביו של הצה"ק רבי הערשעלע. והאגרת נגד ניקלסבורג ש"ץ.

עבדעברי43 » 26/2/2007 03:35

זיי זענען די לעצטע פאר וועמען מען דארף אפגעבען דין וחשבון פאר מבזה זיין רבנים.

ווען מען איז יעדען טאג אריינגעקומען אין די חדרים אין די יארן פון די סוף יוד'ס אין באוראם סטריט און אין סטאקטאן סטריט און אלע יונגלעך "תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא" און וואס די גאנצע וועלט דארף שטיין על הבל פיהם של התינוקת הללו. . און דער מנהל פון די סאטמארע תלמוד תורה האט יעדען טאג געהייסען אז אלע יונגלעך זאלען זיך אויפשטעלען אזוי וויא צו שמו"ע להבדיל. און ער האט געהייסען אז יעדער זאל נאכזאגען אות באות כהאי לישנא
" דער קלויצענבארגער גלח זלמן לייב האלבערשטאם ימח שמו וזכרו" אלע  ייונגלעך האבען געמוזט נאכשרייען . און ווער עס האט די העכסטע געשריגען האט באקומען א וועיפער.
און אמאל האט עפעס א רעביש קינד נישט געוואלט נאכשרייען ער האט געזאגט אז זיין טאטע לאזט נישט האט עהם דער מנהל איבערגעלייגט אויפן טיש וכו' וכו' כדרכם של המלמדים בימים ההם. און געגעבען מלקות מיט א שטעקען פון א פאן (דגל) .עיין בספר אוצר החכמה וויא ר"מ הלבש"ט פון ביד"צ איז געגאנגען אין פייער פארן קלויזענבורגער (גלח)
איך בין ח"ו נישט מבזה. איך בין נאר מבזה די פאלשקייטן פון די פארטיי. און פון די אנשי סדום וואס זיין דיין און זיין סדומער שופט האט עהם געגעבען רשות מבזה צו זיין אנשים ונשים וטף ברשות התורא.  אונזערע רבנים און דיינים האבען אונדז געגעבען רשות עהם גוט צוזאמען שלאגען. אז ער האט א טענה זאל ער גיין צו אונזערע רבנים וואס ער איז זיי נישט מבזה
יסכר פי דוברי שקר.

findodort » 26/2/2007 05:02

גרינבוים יא שייגץ צו נישט איך האב נישט קיין טעפ פון זיין ניבל פה.

אבער פון דעם ערשטען פון דעם וואס האט פוער  פיו געווען אויף קדשי מעלה, יא דער יעניגע וואס די טרייסט זייער שטארק ער זאל הייסען אן עלעכע רב, וואס טוט זיך מיט עם,  איז ער אויסגעהאלטן לויט דיין תורה?

_________________

 



תוקן על ידי findodort ב- 26/02/2007 5:02:38

findodort » 22/6/2007 21:33


כבר הבטיח לי זה ב' שנים דנפשו חשקה ג"כ לעשות עירוב בווילליאמסבורג.

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

findodort » 22/6/2007 21:39

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

findodort » 10/7/2008 03:43

Baachi » 10/7/2008 06:00

פינדאדארט

שקויעך פאר האלטן דעהם פארום לעבעדיג

פארוואס איז זיך דער עולם צולאפען?

עיניםטובות » 10/7/2008 19:46

פאר די זעלבע סיבה וואס נ"ר ציט א עולם.

דער עולם האט ליב גאסיפ און דאס איז נישט דא היינט דא.

findodort » 21/8/2008 07:34

 

המיעוט כופין את הרוב לעשות עירוב

זה לשון שו"ת מהר"י מינץ סימן ז: דתניא בתוספתא דבבא מציעא כופין בני העיר זה את זה לבנות להן בית הכנסת ולקנות להן ס"ת נביאים וכתובים וכופין בני מבוי זה את זה לעשות להן קורה ולחי למבוי וכו', וכופין בני מבוי זא"ז לעשות קורה ולחי אעפ"י שאין זה צריך כל כך אפ"ה כופין וכו', ואמר אחרי רבים להטות כמה שמסכימים הרוב, אף על פי שהמיעוט המתנגדים נראה להם שטענותם חזקות, הרי הם בטלים ברוב ואין שומעין להם כמו שאין שומעין אם טענו לא נכניס אורחים לא נחלק צדקה לא נשכיר מנין. וכי לענין לחי וקורה אם טען למה אתן לתקנם כדי להכניס ולהוציא בשבת, אני איני רוצה להכניס ולהוציא או אינו צריך להכניס ולהוציא או לכלנו אין צריך לנו כל כך בתקנה זו, כמה שכתב מהר"ם בעצמו על לחי וקורה בסוף התשובה הנ"ל שאין בה צורך כל כך אלא כופין זה את זה כו', אלמא דאין מקבלים טענותם ואין שומעין אליו. וכן גבי בני העיר שכופין זה את זה לקנות ספר תורה נביאים וכתובים, אם טוען אחד מהם לא אסייע לכם באילו כי יש לי כדי צורכי, אין בדבריו כלום. ואיפשר שבאילו דברים שהוזכרו במשנה וברייתא ותוספתא כופין אפילו שלא ע"י הרוב, מדנקט בלשון כופין זה את זה ולא נקט כופין אלו את אלו, אבל שאר דברים הולכין על פי הרוב.

וזה לשון השולחן ערוך בחושן משפט ריש סימן קסב: בני מבוי כופין זה את זה לעשות לחי וקורה למבוי. וכתב שם הסמ"ע דמינה נלמד למבוי מפולש דצריכין לסייע בצורת הפתח.

וזה לשון הערוך השולחן שם: בני מבוי כופין זה את זה, ואפילו המיעוט כופין את המרובין לעשות לחי או קורה להתיר לטלטל בשבת, ובמבוי מפולש כופין על עשיית צורת הפתח.

ויש להסתפק בזמן הזה שמערבין הערים בצורת הפתח אף שהם רחבים ט"ז אמה ואין בה ששים רבוא על פי הכרעת רבינו הרמ"א שם, והרבה פוסקים חולקים על זה, אם יכול אחד לומר: "לא אתן חלק בזה כי אני חושש להפוסקים האוסרים".

ויראה לי דמ"מ צריך ליתן חלקו וכו', יכולים לומר לו: "אף שאתה מחמיר על עצמך מ"מ לתקנת העיר אתה מוכרח ליתן". ואינו יכול לומר קים לי כהפוסקים האוסרין, כיון שכבר נתפשט ההיתר על פי הכרעת רבינו הרמ"א אין שום אדם יכול לומר קים לי, ועשיית עירוב הוא מצוה כדמוכח בש"ס (עירובין ס"ח.), עכ"ל הערוה"ש.

 

Baachi » 21/8/2008 21:54

שמעתי אז אין לאנדאן האט הרב פאדווא פאררופן אלע רבנים אויך איין אסיפה און געזאגט אז ער לאזט נישט ארויס ביז יעדער שרייבט אונטער אז דער עירוב איז א איסור סקילה ל"ע. הרב חיים וואזנער האט געזאגט ער וועט אונטער שרייבן אבער מזאל ארויס נעמען דעם "סקילה". דער נאך האבן טאקע ווי מעקעלעך אונטער געשריבן אחוץ די בעלזער דיינים.

אפשר קען איינער פארשטיין וואס דאס מיינט?

נ"ב קודם איז כדאי מברר צו זיין צו סאיז אמת...

דיפלאמאט » 28/8/2008 20:11

באטשי פרעגט: פארוואס איז זיך דער עולם צולאפען?

א פורום וואס ווערט נישט אפדעיטעד טעגליך אדער כמעט טעגליך האט שוואכע שאנסן עס זאל לעבן און בליען.

לאמיר האפן אז עס וועט ווערן תחיית המתים דא בקרוב.