היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » געמיינע יונגען פאר'מיאוס'ן וויליאמסבורג

געמיינע יונגען פאר'מיאוס'ן וויליאמסבורג

87 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 92 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1870369
בלאט: 1 2

דיפלאמאט » 5/4/2006 21:42

איך בין געווארן אויפגעטרייסלט אראפפארנדיג לי עוו. פריער ווען איך האב באמערקט ווי דער עד פון די וועלט בארימטע ארגאנציזאציע 'עורה' איז פארשמירט געווארן אויף זייער א עקלדיגן אופן.

וואס זיי האט געשטערט דעם בא'חנ'טער בילד פון א יונגל וואס זיי האבן געראטעוועט פון אראפגיין צום אפגרינד גייט מיר נישט אריין אין מח.
 
אז ער גייט אנדערש אנגעטוהן ווי זיי, קען טאקע זיין א געוואלדיגער פראבלעם, און דעריבער האט מען אים געמוזט ארויפלייגן א בארד אז מען זאל אים קענען מצרף זיין למנין. און קען אויך זיין אז מען האט וועגן דעם ארויפגעשלעפט דעם בארד ביז איבער די אויגעלעך, כדי ער זאל נישט נכשל ווערן אין דיר ראיות אסורות וואס ער קען זיך חלילה אנשטעקן שטייענדיג און באטראכנדיג די גאסן פון דעם פריצות'דיגן לי עוועניו.

אזוי צי אזוי, דאס איז א עוולה שאין דוגמתה חוץ די גרעניצן פון דעם הייליגן שטאט ווילי. עס איז פארשטייט זיך נישט דאס ערשטע און זיכער נישט די לעצטע מאל וואס אזא זאך פאסירט. נישט לאנג צוריק האט זיך דער בעה"ב פון דעם סעלפאן געשעפט אויף ראדני סט. געמוזט איבערטוישן זיין סיין ווייל ער האט געהאט א געמאלן בילד פון עמיצער וואס רעדט אויף א סעל ר"ל.

Baachi » 5/4/2006 22:00

דיפלאמאט

ביטע הער אויף צו שרייבן "הייליגע" שטאט ווילי.
קענסט שרייבן קהלה קדושה, קהלה מיינט די מענטשן
שטאט מיינט די גאסען.
קענסט פרעגען די אידען וואס האבן געוואינט אין די הייליגע שטאט "איסט סייד" אדער די הייליגע געגנט "בראנזוויל"

קדושה שבהו להיכן אזלא?

אין ארץ ישראל איז קדוש דאס מקום.
דא הי אין מלכות של "חסד" דערמאנט מען אונז פון הימל מפעם לפעם אז מיר זיצען אויף א פאס שיס פולווער[בילד – נישט אפגעהיט]

menchele » 6/4/2006 01:04

1.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 6/4/2006 02:29

דיסקלעמער: איך נעם נישט אחריות אויף די ראיות אסורות
ווארענונג: נישט ווייזען פאר קינדער (בשם וועד החינוך דווילאמסבורג
)


[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמההמלך » 6/4/2006 05:45

דיפלאמאט,

ווי פיל איז דאס "זיי"?

די האסט אפשר געזען ווער און וויפיל האבן דאס געטון?

און די ביסט אויך מיר א גאנצער פוסק געווארן אז "דאס איז א עוולה שאין דוגמתה"

דיינע קינדער גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות? אויב יא, וואלסטו געוואלט זיי זאלן דאס זען, און וועלן אזוי אויסקוקן?

shia550 » 6/4/2006 06:43

מיינע קינדער זען דאס און עס פאלט זיי נישט איין אזוי אויסצוקוקען ווייל זיי זענען צופרידען ווי אזוי זיי זעען אויס ב"ה.

אויב קינדער וועלן ווילן טוישען א לבוש ווייל זיי זעען א בילד איז זייער חינוך אויף גרויסע צרות.

שלמההמלך » 6/4/2006 07:14

רעדט דיך נישט איין אז די ווייסט אלעס וואס דיין 5 יעריג קינד פאלט איין, די בעסטע חינוך איז נישט קיין סובסטיטוט פאר סיעתא דשמיה און תפילה, און די בעסטע חינוך וועט נישט קאמפענסעיטן פאר עקספאזשער צו זאכן וואס פעלט נישט אויס, אויב יא קענסטו אריינעמען די טעבלויאד מעגעזינען אין שטיב.

דאנט געט מי ראנג, איך בארעכטיג נישט דאס ווענדעלייזן, באט די בילד אין ווילאמסבורג איז אויך נישט ריכטיג.

jewboy » 6/4/2006 11:22


די ערשטע מאל וואס איך זעה אזא יונג קינד, מיט אזא גרויסע בארד.

Baachi » 6/4/2006 16:14

[בילד – נישט אפגעהיט]שיע


שלמההמלך

ווי איך פארשטיי איז דיין פשט אויף שמירת עיניים,  נישט צו קוקען אויף איונגלע  וואס גייט אנדערש די פאות ווי דו.

איך מיין אז איך גיי אהנעמען דיין פשט, סגעפעלט מיר אסאך בעסער ווי דער אלטר טייטש[בילד – נישט אפגעהיט]


למעשה וויאזוי פירסטו דיך מיט דיינע קינדער,
 
1) שפארסט זיי איין אין שטוב?
2) לערנסט זיי אויס נישט צו קוקען נאר אויף איינעם מיט אראפ געלאזטע פאות. ( האוז אבאוט א סאקמערער קניפ? א סקווערער קניפ? ארום די אויערען? דאס שאדט אויך?)
3) זאגסט זיי אז אלע זענען גויים

איך האב מיך נוהג געוועהן ביז יעצט אויסלערנען מיינע אז אלע יידען האט דער רבש"ע ליעב, און ממוז מקבל זיין די מ"ע ואהבת לרעך כמוך פארן דאווענען. יעדער איד גייט די פאות - אדער די הויזען אין העמד- וויאזוי ער פארשטייט, מיר פארשטייען פאות אראפ, אצווייטער פארשטייט פאות ארויף.

סהאט ב"ה זעהר גוט געארבעט ביז יעצט.

דו האלסט איך זאל יעצט טוישן לשיטתך[בילד – נישט אפגעהיט]


דיפלאמאט » 6/4/2006 17:25

באאטשי,

א גוטע נקודה וועגן די חילוק צווישן שטאט און מענטשן, איך האב נאר נאכגעבאבלט די ווערטער פון די צייטונגען.

מענטשעלע, אין בעיה,

יישר כוחכם פארן צוברענגען די בילדער, מען זאל בעסער פארשטיין וואס איך רעד דא.

שלמה המלך,

דא זעט מען טאקע דיין חכמה... א מין צוגלייך צווישן אריינברענגען מאגאזינען אין שטוב און א בילד פון א אינגעלע וואס מען האט צוריקגעברענגט צו אידישקייט.

menchele » 6/4/2006 17:28

שלמה,

די פלאקאטן פון "למען אחי", אויף וועלכן מען זעט רוסלאנד-אפשטאמיגע אידישע קינדער מיט פאות אויף די אויערן, פאלט אויך אריין אין דער קאטעגאריע?

לגבי קינדער - איך בין נישט קיין חינוך עקספערט; אבער מיין שכל זאגט אז לגבי אזעלכע זאכן איז בעסער אויפצובויען אין די קינדער א זעלבסזיכערקייט כלפי דער אייגענער שיטה, ווי זיי אפהאלטן פון זען אנדערע.

kutchma » 6/4/2006 17:54

שלמה-המלך, אנשטאט אריינגיין אין א פארדרייטע תגובה וועל איך זיך האלטן צו מיין נקודה. די ביסט גוט פארוקט!

די ספרעי פעינטען איז א תמצית פון די פארשטינקענע כאראקטער וואס די וויליאמסבורגע קנאים האבן, און דיין תגובה איז א תמצית פון די טרויעריגע תוצאות פון די חינוך וואס זיי לייגען נעבעך אריין אין זייערע קינדער.

Baachi » 6/4/2006 17:56

דיפלאמאט

יישר כוח פאר ארויף לייגן דאס בילד

אזא באחנ'ט יידיש קינד.

דאס צו פארשמירן מוז איינער זיין א

SICK DUDE

שלמההמלך » 6/4/2006 18:45

אין א שטאט ווי אלע יונגלעך גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות איז נישט ריכטיג ארויפצולייגן אזא בילד פון א יונגל מיט א גרויסן טשופ אן קיין פיאות.

וואדאליזירן איז אויך נישט ריכטיג, אבער פאר ענק צו באשולדיגן א רבים וועגן די מעשה פון יחיד ווייזט נאר אויף ענקער פארדארבנקייט און פארביסנקייט אויף יודען וואס האבן נישט דעם זעלבן מיינונג ווי ענק.

דיפלאמאט, די ביסט בכלל נישט דיפלאמאטיש, לייג נישט אריין וועטער אין מיין מויל, אויף יושע'ס ווערטער "אויב קינדער וועלן ווילן טוישען א לבוש ווייל זיי זעען א בילד איז זייער חינוך אויף גרויסע צרות" האב איך געענטפערט אז "די בעסטע חינוך וועט נישט קאמפענסעיטן פאר עקספאזשער צו זאכן וואס פעלט נישט אויס, אויב יא קענסטו אריינעמען די טעבלויאד מעגעזינען אין שטיב" מיין פוינט איז אז אפילו מען האט די בעסטע חינוך וועט דאס נישט מאכן אז א בילד זאל נישט האבן קיין השפעה, ווייל אויב יא קען ער אריינעמען די מאגאזינען, נישט ווייל איך פארגלייך זיי, בכלל נישט.  און דיפלאמאט ענטפער וואס איך האב דיך געפרעגט, דאדזש נישט די שאלות, ווי פיל איז דאס "זיי"? די האסט אפשר געזען ווער און וויפיל האבן דאס געטון? און די האלטסט טאקע אז "דאס איז א עוולה שאין דוגמתה"?

Baachi » 6/4/2006 18:52

מיין "פארדארבנקייט" און "פארביסנקייט" זאגט מיר אז דאס אינגל האט נישט קיין טשופ און ער האט יא כשרע פאות.

ווידער דיין "חינוך" מבינות, איז מחזק מיין טעאריע אז מענטשן נוצען ניקס וואס זענען היפוך גמור פון זייער פערזענליכקייט... 
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמההמלך » 6/4/2006 19:04

בלא בלא בלא.

דיפלאמאט נאך איין שאלה, דיין קעפל "יונגען" וויפיל איז דאס? וואס איז דער מספר?

אהליצדיקים » 6/4/2006 19:14

איך וואוין אין וויליאמסבורג, כאטש איך האב רואיגערהייט די ברירה צו גיין קיין בארא פארק. פארוואס? ווייל איך גלייך זייער די ווערטשאפט פון וויליאמסבורג, און איך שפיר אז איך אלץ אפענער מענטש וועל שטארק פאלן אין עבדות השם וואוינענדיג ערגעץ אנדערש. נישט יעדע קנאותדיגע מעשה אין וויליאמסבורג איז ביי מיר א צדקות. די סיין פון עורה איז טאקע א חשובע זאך פון זייער זייט (און איך וועל זיי בעזה"י שטיצן ווען זיי קומען צו מיר). אבער דורכגייענדיג די אנגעספרעיטע סיין האב איך געקלערט צו מיר אז אן אזא ווערטשאפט וואלט איך געגאנגען קיין בארא פארק. איך גלייך וומסב"ג וועגן דעם אז מענטשן טוען זאכן מיטן אויסרייד פון כבוד שמים. ס'ביי מיר קיין חילוק צו זיי מיינען טאקע צו נישט, זיי זאגן אבער הויעך אז זיי מיינען יא, זאכן וואס מען זעט נישט אין אנדערע פלעצער. דאס הייסט פון איין זייט, האב איך ליב צו זעהן אייביג די אנדערע זייט פון יעדע מטבע, אבער נאכן זען איז ביי מיר א שמחה אז אידן שפרינגן ארויס מיטן אויסרייד פון כבוד שמים. דעריבער וואוין איך אין וויליאמסבורג! קען זיין עס איז דא אנדערע מענטשן, אבער איך ביי מיר האב נישט איינמאל געשפירט אז דוקא מיט דעם דרך האלט זיך אן די אידישקייט אין א היינטיגע מלא-טינופות גאס. צו איך וואלט זיי געשטיצט? קיין שמייכל וואלט איך נישט געגעבן צו זיי. אבער דאס איז ביי מיר א ענין פון קול המעורר הכוונה, אין די היינטיגע וועלט האב איך ליב צו זען אידן וואס טוען עקסטרעמע זאכן, אבי עס איז מיטן אויסרייד כבוד שמים!

Baachi » 6/4/2006 19:19

סוטה כ"ב:
אמר לה ינאי מלכא לדביתיה אל תתיראי מן הפרושין ולא ממי שאינן פרושין אלא מן הצבועין שדומין לפרושין שמעשיהן כמעשה זמרי ומבקשין שכר כפנחס:

yohcee718 » 6/4/2006 19:25

בין איך עפעס בלינד?

איך זעה אויך נישט דעם "טשופיק"

איך האב שוין געזעהן הונדערטער בילדער פון אינגליך אין דער אלטער היים און פון דוקה חסידישע שטעטליך

מ'זעט כמעט קיין איין קינד מיט לאנגע אראפ געלאזטע פאות אויב יא איז ממש גאר גאר קארץ.

איך האלט אבער אז פונקט ווי רוב מענשטען פון דער גאנצער וועלט ליידען די נארמאלע מענשטען פון די קנאים און אלע רעליגיעס און אלע ענינים.

זיי געווינען אלע מאל ווייל די איידעלע לאזען זיך און האבען אנדערע דאגות וכו' די קנאים פירען אויס אלס מער אין מער ביז זיי ציען איבער די שטריק. אין ווילי וועט דאס נאך נעמען א לאנגע צייט.

קרעמער » 6/4/2006 20:33

דיפלאמאט מיין פריינט;

קודם כל, איך ווארט אויף א "יישר כח", מיט די ביסל הארעוואניע פון ארויפקריכן דארט מיט א פלעשל שפריץ-פארב האב איך דיר געגעבן א גוטע טעמע און עס איז "טוט זיך" אויפן פורום...

אלע ווערטלעך אין א זייט געלייגט: ווען איך וואלט אליין באמערקט דעם אנגעשפריצטן שילד גייענדיג אויפן גאס, וואלט איך אויך געגעבן א קרעכץ און א זיפץ אויף די קליינקעפיגקייט און שמאלזיכטיגקייט פון די היינטיגע יונגווארג.

נעם אבער די זאך אין פערספעקטיוו, קוק עס אן מיט דעם בליק וואס איך וועל דיר פרובירן שילדערן.

היינט אינדערפרי שפאציר איך אראפ ליע עוו. גייענדיג צו פלאשינג, הארט פארן זיך איינדרייען אויף פלאשינג (צו די 'הויז און היים' געשעפט), באמערק איך א שילד - א גוי'אישע אדווערטייזמענט פאר א געוויסע ארטיקל - וואס איז אויך שיין אנגעשפריצט אויף די מקומות המכוסים, דארט האלטסטו אויך אז דאס איז א הפקרות וואס פאר'מיאוס'ט וויליאמסבורג?

מיט א פינעף יאר צוריק איז געווען א שרעקליך מיאוס'ע שילד אויף די הייוועי וואס לויפט פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג, דאכט זיך אז עס איז געווען ביים דריי אונטערן ברוקלין בריק, וואס מיינט איר האט א היימישע יונגערמאן געטאן? ער האט מיט מסירת נפש גענומען א פלעשל שווארצע פעינט, ארויס פון די קאר אינמיטן דעם לויפנדן טראפיק, געגעבן א שפריץ ארויף אויף די אויסגעלאסענע בילד און אפגעפיצט פון דארט מיט פעך שווארצע פעינט אויף זיין פנים און בארד!

דאס הייסט מסירת נפש פון אן ערליכן אינגערמאן וועלכער וויל נישט אז זיינע קינדער - אדער דיינע קינדער - זאלן זיך אנזען מיט זאכן וואס קען זיי אין דער ערד לייגן אין פריסטן יוגענט.

נו, זאל איך זאגן אז דער זעלבער אינגערמאן האט פארלוירן זיין זעלבסגעוויכט און האט זיך גענומען שפריצן אויף אומשולדיגע אידישע קינדערלעך וועמען די מאמע האט נישט געלאזט וואקסן קיין לאנגע פאה'לעך? אלץ בעסער ווי ער זאל אויך לאזן אומבארירט די אויסגעלאסענע פארזעהניש אויף די אנדערע פלעצער פון שטאט.

מיר ברויכן האבן אזעלכע אידן צווישן אונז, איך און דו טוען נישט די סארט ארבעט, זיי יא.

א שטאלצער וויליאמסבורגער איינוואוינער
וואס האט אויך געלאכט פון די קול קורא'ס קעגן די עקסערסייז פלעצער

Baachi » 6/4/2006 20:44



אז דער "צדיק הרבה" פעינט אפ יידישע פענימלעך משום לתא דגילוי עריות
לאז ער אויך שוין אפפעינטן מיין פייערעסקעפ משום לתא דשפיכות דמים?

האסט זיין נאמבער?

tzikucht » 6/4/2006 20:58

instead of smearing up his face they  should have just added piyus to the yingele

what a screwed up land!

go willi go!

CHAPLAIN » 6/4/2006 22:00

I guess this is actually what they tried to do, & this man doing the art work started drawing the payos on this kid, & since he isn't so experienced in "wall art", he - accidently - spilled the whole can of paint on the picture, & this smear is the result of the accident......

מקוה_איד » 6/4/2006 22:26

מ'האט אלעס מתקן געווען, מ'האט איהם געמאכט פאר א נטורי קרתא אינגל
[בילד – נישט אפגעהיט]

ליכטיג » 6/4/2006 23:34

אהלי צדיקים

איך וואלט אויך הנאה געהאט צו זיין אין שטאט ווי מענטשען האבען אונזין אידישקייט.

אבער אויב די מענטשען מאכען פערדישקייט ווערט זייערע אידישע פעולות אויך א ליצנות אין קיינער קוקט נישט ארויף אויף דעם, ווייל מען שפירט אז עס האט גארנישט מיט אידישקייט,  נאר זיי מוזען פשוט ארויסגעבן זייער ווילדקייט ווי די חברה אויף 16 עווניו.

כשריקע » 9/4/2006 20:34

איך פארשטיי אויך נישט פינקטליך וואס דער שמירער אין פעינטער האט געוואלט פין דעם יונגעלע אויפן טאוועל, אין וואס אים האט דארטען געשטערט אבער איך וויל אויך וויסען, אויב די אלע וואס האלטען ממש נישט אויס די געפערליכע עולה פין אנשמירען דעם סיין, פארוואס אויף די בארא פארקע ראיאטען פאריגע וואך, וואס האט פארשמירט אינזער נאמען ביי אלע גויים אין ביי אלע גויאישע צייטונגען, פארוואס דארט באדערט עס קיינעם נישט קיינער פין די אלע "נקיי הדעת" וואס טיט מוראדיג וויי די גרויסע עוולה פין פארשמירען א סיין, פארוואס טיט זיי נישט וויי די חילול ה' פין די ראיאטען?

shia550 » 9/4/2006 22:23

קיינער טוט נישט ווי דעם אונשמירען א סיין, סאיז א נארמאלע זאך אז עס איז דא נארישע מענטשען, אזוי דער המוכיח מעל גבי בית הכסא אין ווילי.

די צרה דא איז אז געוויסע עלעמענטן דא אויף היידפארק האלטען אז דאס איז א דרך אין חינוך.

אין בארא פארק האט קיינער נישט געהאלטען אז דאס איז א וועג, איך האב געוואלט זאגען א ווארט דארט פאר איינעם פון די בויעס אין ער האט מיר שיעור אראפגעלאזט צוויי קלונגעדיגע.

Catskills » 10/4/2006 01:12

זיי מוחל שיק דעם אינגערמאן מיט די פעינט און די בית כסאות פון די סאטמארע בתי מדרשים ספעציעל אויף ראדני, וואס שטייט אלע ערליי מיאוסע לאוזינגען מיט ניבול פה, רח"ל וואס אין בארא פארק זעהט מען דאס אין ערגעץ נישט!!! וד"ל.

זיידיאנטשי » 10/4/2006 02:00

סאיז א דבר פשוט אז אויב וואלט אנשטאט דער אידיש יונגל דארט געווען א בילד פון א שפאגל נייעם קעדילעק וואלט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט... אהלי צדיקים, סטוט מיר זייער לייד אז די ביסט דאך טועה טאקע דערפאר ווייל די שמעקסט צו זיין זייער אן אנשטענדיגער נארמאלער מענטש

יאגעלע » 10/4/2006 02:23

סליגט שוין דארט א שטיקעל צייט, זעט אויס אז עורה מאכט מער געלט מיט אזא עד

זיידיאנטשי » 10/4/2006 02:42

אנאנים, יא יא, "ליב צו האבן אידן וואס טוען עקסטרעמע זאכן מיטן אויסרייד פון כבוד שמים" איז א טעות! בעק וכת דיליה טוט עקסטרעמע זאכן מיטן אויסרייד פון כבוד שמים, די מזרחי און זייערע אנהעגער האבן געטאן עקסטרעמע זאכן מיטן אויסרייד פון כבוד שמים, כבוד שמים ליגט נישט ביי קיינעם אין די קעשענע היינטיגע צייטן - אוודאי נישט ביי די וואס זענען עובר איסורי דאורייתא ווען זיי באגייען פאלשע קנאות, ולא עם הארץ חסיד לא בגבורת הסוס יחפץ ולא בשוקי האיש ירצה - רוצה ד' את יראיו למיחלים לחסדו

ווארהייט » 12/4/2006 03:28

איך האב געליינט נאר די ערשטע פעידזש פון די אשכול אבער דאס בלוט איז מיר געקומען אין קאפ וויאזוי איר טענה'ט זיך מיט דעם פערד שלמה המלך.

איינער וואס האט א פראבלעם אז זיינע קינדער וועלן זען עמיצן אן אראפגעלאזט פיאות באלאנגט נישט צווישן נארמאלע מענטשן.

הצלה2006 » 16/4/2006 05:58

איך האב געזען אין ספר קב הישר פרק נ"ב עפעס וואס איך האב זייער שטארק געוואלט ארויפלייגן דא, אבער איך האב עס נישט דא אין פראנט פון מיר, אויב איינער קען עס אריין סקענען אדער אפטייפן דא, וואלט געווען א גוטע זאך, ער רעדט ארים וועגן שלמה המלך'ס ווערטער אל תהי צדיק הרבה אז נישט איינער וואס זיצט א גאנצן טאג אין לערענט דער איז דער צדיק, נישט דער וואס גייט א גאנצן טאג מיט טלית אין תפילין דער איז א צדיק, ער שרייבט קלאר ארויס אז איינער וואס איז צי א גרויסע צדיק, טויג נישט, אדרבא קוקטס אריין אין זיינע הייליגע ווערטער און איר וועט זיך אליין איבערצייגן וואס ער שרייבט,




איך האב געהערט א גוט ווארט יו"ט
לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט אין די הגדה ביי כנגד ארבעה בנים דברה תורה ווערט דארט אראפ געברענגט חכם רשע תם אין שאינו יודע לשאול לכאורה וואלט געדארפט צי שטיין צדיק און רשע נישט חכם אין רשע
נאר די תריץ קען זיין אזוי, די בעל ההגדה האט געוואלט אראפ ברענגן פיר זאכן וואס קענען נישט גיין איינער מיטן אנדערן,
א חכם קען נישט זיין א רשע
א חכם קען נישט זיין א תם
א חכם קען נישט זיין א שאינו יודע לשאול
א רשע קען נישט זיין א תם
א רשע קען נישט זיין א שאינו ידע לשאול
א תם קען נישט זיין א שאינו יודע לשאול
אבער א צדיק קען זיין א שאינו יודע לשאול א תם אין א רשע
וועגן דעם שטייט חכם אין נישט צדיק. איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט" http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296

איןבעיה » 15/1/2007 06:17



[בילד – נישט אפגעהיט]


אגב דא האט איר א בילד פין די רעסטוראנט וואס מען האט אנגעפריקלט נישט לאנג צוריק
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2030554

[בילד – נישט אפגעהיט]

דיפלאמאט » 16/1/2007 18:35

אין בעי',

א דאנק פארן צוברענגען דאס בילד פונעם גע'כשר'טן יונגעלע.

אינטערעסאנט צו וויסן ווער עס האט זיך ענדליך דערמאנט דערין, ווען עס איז שוין דורך א דריי פערטל יאר פונעם באשמירן דאס קינד.

משנתחסידים » 16/1/2007 18:45

וואס איז אויסגעמעקט אויף דעם קאפע הויז?

דיפלאמאט » 16/1/2007 19:16

די טריפהנע אותיות:

WWW. .......... COM

ווי עסקנים געבן איבער, האבן שוין צענדליגע טויזנטער אינגעלייט און בחורים זיך אנגעהויבן באנוצן מיטן אינטערנעץ, זייט מען האט ארויפגעלייגט דעם סיין.

CHAPLAIN » 16/1/2007 23:25

 I am amazed at the wonderful job OORAH has done on this kid, in less than a year they took a ultra modern kid with no peyos at all,

[בילד – נישט אפגעהיט]

and litterally made a "chasidish yungelle" out of him peyos full lenth..., all credits due to you OORAH


[בילד – נישט אפגעהיט]!

משנתחסידים » 17/1/2007 00:39

דיפלאמאט

לאמיר זיך נישט נארען עס איז באמת א גרויסע עוולה אנצוספרעין א סיין, אבער עס איז אויך א עוולה צו שרייבען אינטערנעט אדרעסען אויף היימישע געשעפטן.

עס איז לפחות נאך אזא עוולה ווי גל- פז איז געווען.

שם_אחר » 19/1/2007 00:52

משנתחסידים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דיפלאמאט

לאמיר זיך נישט נארען עס איז באמת א גרויסע עוולה אנצוספרעין א סיין, אבער עס איז אויך א עוולה צו שרייבען אינטערנעט אדרעסען אויף היימישע געשעפטן.

עס איז לפחות נאך אזא עוולה ווי גל- פז איז געווען.



נו וואס איז טאקע געווען די עוולה פון גל-פז?

CHAPLAIN » 19/1/2007 01:22

analyzer





דיפלאמאט » 19/1/2007 04:10

משנת חסידים,

איך וועל דיר ציטירן וואס איך האב געשריבן אין דעם אשכול וואס האט זיך גערעדט פון באשמירן א צווייטנס נכסים:

עס פארשטייט יעדער רעכטדענקענדער מענטש אז מיטן האבן זייער וועבזייטל אויפן געשעפט וועט קיינער נישט קלערן אנצוקומען צום אינטערנעט, און דאס איז געמאכט געווארן פאר ביזנעסלייט וואס זענען ממילא דערויף וואס זאלן גרינג קענען באשטעלן א נארהאפטיגן פרישטאג אן דעם וואס זיי זאלן ברויכן זיך אראפשלעפן צום געשעפט, אבער ווען מען רעדט פון אזעלכע פארשוינען איז דאך נישט שייך.

שם אחר,

אזוי ווי משנת חסידים זאגט, גל פז איז א ענליכע עוולה ווי ארויסשרייבן א אינטערנעט וועבזייטל אויף א געשעפט.

די אנגעגעבענע סיבה פארן יענעם ארויסרייסן די פרנסה און שאדן מאכן אידיש געלט איז געווען אז ער וועט אריינברענגען טריפהנע אויסגעלאסענע טעיפס. איי, יעדער נארמאלער מענטש וואלט פארשטאנען אז ער וועט נישט פארקויפן 'אין וויליאמסבורג' קיינע טעיפס וואס זענען דא נישט ווילקאמען, און וועט זיך האלטן צו נארמאלע גרעניצן ווייל אויב יא, וואלט ער זיכער געווען אז עס וועט פאסירן וואס עס האט פאסירט נאך קוים עטליכע טעג זיין אפן.

נו, לוינט זיך נישט צו וואוינען אין אזא הייליגע און מיט בלוט פארפלעקטער שטאט?



עבדעברי43 » 19/1/2007 05:56

דעם שבת האט איינער פון די הויפט "שאבעס שרייערס" צוזאמענגעשלאגן א יונגל ביז ער איז נעבעך פארגאסען געווארן מיט בלוט. מאנטיג האט די פאליציי אויסגעפארשט דעם בייזען שרייער (פארפירער) אבער די איידעלע עירוב אידען האבען נישט געוואלט "פרעסען טשארדזשעס" קעגען דעם שלעגער און רוצח וואס קלייד זיך אהן מיט א פינסטער מאנטעל פון פאלשע קנאות און צביעות.

דרייט ער זיך ווייטער פראנק און פריי אנצוגיין מיט זיינע מערדערישע אטאקעס קעגען ערליכע יודען .
 
נו, לוינט זיך נישט צו וואוינען אין אזא הייליגע און מיט בלוט פארפלעקטער שטאט?

עבדעברי43 » 19/1/2007 06:03

פאר עטליכע וואכען צוריק האט א בעל תשובה דא חתונה געהאט. אין וויליאמסבורג. זיין ברודער דער וואס האלט נישט תו"מ איז געקומען קיין וויליאמסבורג צו די שמחה צוקוקען דעם לעבנס שטייגער וואס זיין ברודער דעל "בעל תשובה" האט אויסגעקליבן. אויס עס וועט עהם אויך געפעלען.

שבת נאכמיטאג איז ער געגאנגען אויף די גאס מיט זיין ווייב די האלבע גויטע און זי האט געשטופט אין קערידזש די קליינע בעבי. .   איז דער רשע מרושע מיט א פאר ביקעס פון די קווינס ישיבה נאכגעלאפן די פרוי און געשריגען "שרעקליכע" קולות אז זי איז ממש צוזאמעגפאלען פון שרעק.

עס האט געדויערט  א שטיק צייט ביז מען האט איר מסביר געווען אז צווישען יודען איז לייידער אויך דא רשעים און מערדערס. אפילו מיטן חסידישען לבוש. .
דאס איז "דרכיה דרכי נועם" פון די הייליגע תורה.   דאס איז ליידער ראו גידולים שגידלתם.  די איידעלע רשעים וואס צאפען יודיש בלוט לשם שמים. און פארשוועכען זיין הייליגען נאמען . וואס אויף דעם איז ליידער נישטא קיין כפרה נאר זייער יום המיתה רח"ל.
אלעס אונטער א פארשטעלט מאנטעל.

 .
 
נו, לוינט זיך נישט צו וואוינען אין אזא הייליגע און מיט בלוט פארפלעקטער שטאט?



תוקן על ידי jewboy ב- 19/01/2007 10:15:25

שויתי » 19/1/2007 17:52

איך בין נאך א נייע שרייבער, און כהאב זייער נישט געוואלט נוצן מיין שרייבען פאר זאכען וואס האט שייכות מיט פאליטיק, אבער איך זעה ווי דער קנעכט עבד עברי איז אזוי פארקנעכטעט צו מידת השקר, און קען זאגען אזוי גראבערהייט א פרעכען ליגענט וואס איז א מילתא דעבידא ליגלויי פונקט פאקערט ווי די מציאות

איך בין דארט געווען און געזען אליין ווי א בחור (איך ועל מיך איינהאלטען פון זאגען א נאמען) איז צוגעגאנגען צו צוויי מחותנים ווען זיי האבען געגאנגען צו זייער קינדס שבע ברכות, און זיי געשלאגען מכות רצח, איין מחותן איז אינגאנצען צוביילט געווארען און אראפגעווארפען געווארען אויף די פלאר, ווען ער האט געוואלט אוועקשלעפען זיין מחותן פון דעם רוצחס הענט

די עבירה פון דעם ערשטן מחותן איז געווען אז ער האט געשריגען הויך די שרעקליך מיאוסע ניבול פה ווערטער: "שבת! שבת קודש!" דעמאלץ איז דער שלעגער בחור אים באפאלען ווי א ווילדער שיכור

זונטאג צופרי איז דער שייגעץ בחור געגאנגען מיט די הילף פון "א חשובע יונגערמאן פון די עירוב מאכערס און נאך געפרעסט טשארדזשעס אויף די צוביילטע מחותנים, דערנאך איז דער בחור אנטלאפען פון נו יארק אז פאליס זאל אים גארנישט קענען פרעגען

דיינע ליגענט קענסטו פארציילען אין סעינט לואיס, נישט דא ווי איך בין א לעבעדיגער עדות

ואל ישעו בדברי שקר

שויתי » 19/1/2007 18:20

און דער צווייטע מעשה וואס איז אסאך ברוטאלער און געמיינער ווי די ערשטער מעשה,


א גרופע מיט קליינער קינדער זענען געשטאנען אויף א קארנער און געשריגען שבת, איז געקומען א גראבער אנגעפאשעטער באס דרייווער און אנגעריסען די ביינער פאר א יונגעל, די יונגעל האט זיך קוים געקענט כאפען די אטעם, אבער דער גראבער פויער האט זיך נישט געמאכט צוטוהן, און אים שיעור געטויטעט

דעס איז טשיילד אביאז, און פאררעכענט אין די וועלט אלץ פארברעכען פון נידריגסטען סארט, צו שלאגען מיינערס

איך הער אז נאך שבת האט ער געהאט פראבלעמען מיט די מוסד ווי ער ארבעט, סאיז נאר שמועות

אבער די חלק הרציחה פון דעם גראבען שלעגער האט איך געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען


עבד נרצע! אויב דו ווילסט קענען שרייבען זאכען וואס זענען טקע געשעהן, דעמאלץ זיי מוחל זעה אז די וואס האבען איינגעפירט דעם ביטערען מחלוקה פאר דריי יאר צוריק אין וויליאמסבורג מיט איינפירען דאס טראגען, זאלען עס אדער מבטל זיין, אדער זאלען זיי אויפהערען שלאגען יודען!

findodort » 19/1/2007 20:16

די מעשה איז געווען שבת 2 אזייגער נאכמיטוג , העכער די הייווע, ווען דער רוצוח אין רשע איז ציריק געקימען פין זיין שבע ברכות, אן זיין מחותן.

 ווען ער איז געווען מיט זיין מחותן האט ער זיך געשעמט, און האט מער ווייניגער ביהעווד, און די שבת האט נישט אזוי געברענט אים.
 
די בחור איז א יתום, און ער האט געטראגען זיין היט און די הענט ווען עס האט גערעגענט.
די רשע מיט זיינע קונדער האבען זיך ארויף געווארפען אויף אים און געטאנצען אויף אים צישמעטערט, אז סהאט גערינען בלוט פין זיין נאז און אוירען. א יוד (ר' עמרם פישער) איז דארך געגאנגען און דאס ציגעזען, און אנגעפאנגען שרייען שגאץ היטלער, ביז דער אויסווארף האט זיך אפגעטראגן.

די בחור איז בהאנדעלט געווארן דארך הצלה.



תוקן על ידי findodort ב- 19/01/2007 20:20:37

שויתי » 19/1/2007 21:16

דער וואס שרייט קען זיין ער איז א פשוטער משוגענער, קען זיין ער איז א מלאך, קען זיין איז א בהמה, אבער קיין הענט האט ער נאכנישט געהויבען אין די גאנצע צייט, ער שרייט, ער מאכט שרעקליכע קולות, אבער קיין הענט הייבט ער נישט!

א רעקארד פון הייבען הענט האבען די וואס שלאגען די שרייערס, דאס איז פאקט, און איך האב איינמאל מיט מיינע אויגען צוגעזען אויף לי עוועניא ווען דער קלויזענבורגער מ.פ. האט געזעצט אויף דעם שרייער מיט אזעלכע זעצעס אז סהאט זיך גוט געהערט, און דער שרייער האט גארנישט צוריקגעטוהן נאר געזאגט, נאכאמאל און נאכאמאל "אז מאיז מחלל שבת, הייבט מען אויך הענט, אז מאיז מחלל שבת הייבט מען אויך הענט"

די מוסרים וואס שלאגען די שרייערס און לויפען נאכדעם פרעסען טשארדשעס מעשה קאזאק הניגזל, ווארטען שוין דריי יאר אז די שרייערס זאלען איינעם אנרירען, זיי זאלען קענען יענעם איינזעצען אדער כאטשיג קענען זאגען, קוק די פרומע אפגעהיטענע זענען שלעגערס...

און ווען א יונגערמאן "אן א בארד" האט אנגעריסען א שרייער אפאר וואכען צוריק ביי בעדפארד ראטלידש, און ווען מענטשען האבען געשריגען "רחמנות, רחמנות", האט דער האלב אפגעפארענער יונגערמאן נישט געוואלט אויפהערען שלאגען, און געענפערט, איך וויל אים זעהן אנקאנטשעס...

פארדריי נישט די פאקטען, העכטענס זאל מען זיך זעצען פארהאנדלען מיט די שירייערס און מיט די מתנגדי העירוב, ווייל דעס איז נישט קיין תכלית, מיך נערווירט די שרייען און מיך נערווירט אויך די בעיביס וואס גייען מיט די ליידיגע טלית בייטלעך, און סנערווירט מיך אוודאי די שלעגערייען

שויתי » 19/1/2007 21:20

און דער בחור דער יתום - נעבעך, האט אויסגעטוהן זיין הוט ווייל סהאט גערעגענט, דאס זאלסטו פארקויפען פאר די הינער, דער בחור דער יתום ארבעט ביי איינעם פון די וואס מאכען די עירוב, און סקוקט אויס ער וויל יענעם אפשר געפעלען, ווען ער זעט א שרייער טוט ער זיך אויס די הוט זיך צו רייצען, דאס קען מען כסדר זעהן

Baachi » 19/1/2007 21:26

שיויתי היקר

איך זעה ביזט א פרישער, אבער לויט דיינע "לאגישע" טענות וועסטו נישט לאנג אנהאלטן דא...

רעדסט פונקט ווי די אראבער להבדיל, די אידען שיסן אויף זיי און צוברעכן זייערע הייזער

דו לאזט נאר אויס איין פרט פון די מעשה, ווער סהאט וועמען אטאקירט

נאך שרייען "שבת" אויף א ייד וואס פירט זיך על פי שו"ע והוראות רבותיו
מיינט נאשרייען "מחלל שבת"

שטעל דיך פאהר דו גייסט מיט דיין ווייב אויף די גאס און איינער שרייט דיך נאך קולי קולות "לא תנאף"
ווייל זיין רבי האט נישט מסכים געווען צום שידוך

דאס הייסט אטאקירט לכל הדעות, פונקט ווי הקורא לחבירו רשע יורד עמו לחייו
און טאמער שרייט דער פארברעכער נאך, פאר מער ווי איין מענטש איז ער המיצר לרבים וואס מותר להכותו ולבזותו ולמוסרו לרשות.

CAPICHE?

הבנת?

געקאפטשעט?

גוט שבת

בלאט: 1 2