היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » געמיינע יונגען פאר'מיאוס'ן וויליאמסבורג

געמיינע יונגען פאר'מיאוס'ן וויליאמסבורג

87 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 92 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1870369
בלאט: 1 2

findodort » 19/1/2007 21:38

קוק ער ווייסט שוין אז דער בחור האט געכאפט פעטש, נאר וואס, ער האט זיך אנגעפאנגען, ער האט זוך גערייצט.

די בחור האט ביז היינט געארבעט ביי ר' שלום דייטש פין די גרויסע קעפ ביי ר' זלמן לייב

_________________

 



תוקן על ידי findodort ב- 19/01/2007 21:39:26

עבדעברי43 » 19/1/2007 22:04

שויתי.  אבער נישט השי"ת לנגדי תמיד.  נאר שויתי אני ואפסי לנגדי תמיד. אלע מעשיות מיט אלע אמתע פאקטן מיט די הייליגע תוה"ק צוזאמען קען ער אויסדרייען פאר זיינע פינסטערע פאליטיק(ער וויל נעבעך נישט שרייבן פאליטיק ווייל ער איז א שטיק פאליטיק) ) און פאר זיין פאלשע אפגעפרעגטע בעלי מדות פארטיי

ער זאגט אז ער איז א נייע שרייבער . אבער ער שרייבט דאך גאר אלטע זאכען פון די געזעצביכער פון סדום ועמורה אשר הפך השם באפו ובחמתו ל"ע. .  אז דער אומשולדיגער "שעפעלע" רוצח  וואס אין אונזער שו"ע ווערט געפאסקענט אז ער איז המיצר לרבים . אבער ביי זיין סדום שו"ע להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה איז דער געשלאגעגענער יתום . דער שלעגער. 

קודם פארקויפט ער ליגענט פון סענט לואיס (וואס דער נאמען איז דאך אליין א שם עבו"ז (סעינט הייסט הייליג(שמייליג) לואיס איז דער גלח פון די נוצרים) . ער איז מודה בעבו"ז. 
אז דער בחור האט געשלאגען די מחותנים סתם פאר גארנישט און נישט .  שפעטער איז ער מודה אז דער בחור האט געוואלט טראגען צו געפעלען פאר זיין בעה"ב..

אבער ביי מיר איז זיין גאנצע שרייבן קיין חידוש נישט . ווייל איך האב נאך געלערנט אין דעם חדר פאר ער איז נאך געבוירן געווארן. . איך קען גוט דעם נוסח בעל פה. .
 מען דארף יענעם נאכשרייען און שלאגען און דאס איז נאך לשם שמים.  מען מעג פארברענען די בעלזע סקול . און נאכדעם זאגען אז פארקערט אז די בעלזער האבען דאס אליין אונטעגעצינדען.. איך קען אויסרעכענען א רשימה וואס איז גרעסער וויא גאנץ היידפארק. אילו כל הימים דיו וקני כל חורשתא וכו' וכו'. 
.
איינער פון די בארא פארקער אויסגעשפילטע שרייערס כקול קורא במדבר. נ. ש. איז געווען ביים וויזניצער רבין רבי מאטעלע שליט"א . אינמיטן שמועס האט ער דערציילט פארן רבין אז ער שרייט נאך די טראגערס (כידוע האלט נישט דער וויזניצער רבי פון מאנסי אז זיינע חסידים זאלן זיך באנוצען מיטן עירוב)
האט זיך דער רבי אנגערופן בלשון קדשו "ח"ו נאכשרייען אידען וואס פאלגן זייערע רבנים איז ערגער וויא טראגען מיטן עירוב" . (יעצט קעסטו שוין שימפן אויך אויפן וויזניצען רבין ווייל ער טאנצט נישט נאך  ענקער אני ואפסי)
דו זאגסט אז די שרייערס זענען אפשר נישט קיין מענטשען.  מען האט אמאל געזאגט פארן הייליגען צאנזער רב אויף א רוצח אז ער איז משוגע. האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געזאגט אז ווען ער הארגעט זיך אליין קען זיין אז ער איז משוגע.  טאמער אבער האט ער געהארגעט א צוווייטן איז ער פשוט א פינסטערער רוצח. אהנע לימוד זכות

דאס זעלבע ווען דער רשע דער שרייער שרייט אויף זיך אליין. דעמאלס איז ער א משוגענער. טאמער אבער  ער שרייט אויף אנדערע איז ער א רשע מרושע . און טאמער ער שרייט ח"ו אויף נשים כדרכו הנלוזה. איז ער א "נואף"  אזוי  שטיייט אין הייליגען בני יששכר בשם ר"מ פשעווארסקער זי"ע .(אגרא דפירקא מל"ת)  אז ווער עס שרייט אויף נשים אפילו לדבר מצוה איז א סימן בוודאי אז ער איז א נואף.
וועגען דעם שטייט טאקע "נואף אשה חסר לב" אז ער איז א נואף וועגען דעם רופסטו עהם אהן "חסר לב משוגענער"
די אלע זאכען וועט נאך נתגלה ווערען . (אלעס וואס די הייליגע ספה"ק זאגען איז ברור ואמת)נאכאמאל אלמלי מוראה של מלכות איש את רעהו ווען נישט די פאליס וואלטן די שרייערס געשלאגען און געראצחענט . אזוי וויא זיי האבען געראצחענט ר' מ וו ועוד אשר אין כדאי לעשות רשימה.
יודען טייערע ..זייט ענק מחזק. כלל ישראל האט שוין איבערגלעבט גערעסערע רשעים וויא די פאר אויסגעפליקטע פינסטערע שרייערס.  טאמער ח"ו מיר האבען נאך נישט די זכיה מקבל צו זיין פני משיח צדקנו . וועט דער הייליגער עירוב איבערלעבען די אלע צדוקים למיניהם. אזוי וויא די נרות חנוכה און אלע מצוות דרבנן ודאורייתא האבען איבעגלעבט די אלע ייונים און מתיוונים.
מען וועט ניטאמאל געדענקן אז עס איז געווען א מערכה קעגען דעם עירוב . אזוי וויא קיינער געדענקט נישט אז עס איז אמאל געווען א שטארקע מערכה קעגען מאכען א מיידל סקול . מיטן איסור פון אלע אונזערע רבנים ובראשם כ"ק רבה"ק זי"ע . וואס זיי האבען געשריבען אז צו מאכען א סקול פאר מיידלעך בכל אופן שהיא איז עקירת התורה והמסורה . וזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא ישתנה ולא ישונא בשום אופן שבעולם עד עולמי עד.
פרעגט אלא יונגעלייט צו זיי געדענקן בכלל אזא מערכה . על אחת כמה וכמה קעגען די מצוה עירוב . וואס אלע דורות איז געווען די הייליגע מסורה צו האבען עירובין אין אלע שטעט.
שמא תאמר לרעתכם ניתן לכם השבת . תלמוד לומר ... לטובתכם ולעונג ניתן לכם השבת. (מד"ר)

עבדעברי43 » 19/1/2007 22:13

איך האב דערציילט די מעשה פאר א גרויסן רב א געוואלדיגן ת"ח עצום ויר"ש וואס שאקעלט אויס.... אין די שיך פאדעושוועס . האט ער מיר געזאגט . אז עס איז א שאד אז אויף די מעשה איז נאר דא איין לעבעדיגער עדות וואס ער איז אליין דארטן געשטאנען. און איין עדות איז דאך לויט אונזער הייליגע תורה נישט באגלייבט( אפשר
לויט זיין געזעצבוך פון סדום איז איין עדות יא באגלייבט אפילו ווען ער האט געזעהן די מעשה פארקערט)
וואס הייסט ער איז דאך אליין א לעבעדיגער עדות נישט קיין טויטער עדות
אבער האט דער רב מוסיף געווען אז טאמער מען האט עפעס געטון פאר דעם בחור . ווייל ער האט זיך אנגענומען פאר די היילגע מצוות עירוב. דעמאלס מחלקו יהא חלקי ומגורלו יהא גורלי (מס' עבו"ז פ"ק)
תוקןעלידיעבדעברי43ב-19/01/200722:13:40

 

 



תוקן על ידי עבדעברי43 ב- 19/01/2007 22:25:08

עבדעברי43 » 19/1/2007 22:33

יעדער מעג טאקע פאלגען זיין מורה הוראה. און דעם בחור'ס מורה הוראה האט עהם טאקע מתיר געווען צו שלאגען די מחותנים. נו!  וואס ווילסטו?

און די סדוםער מורה הורעה האבען מתיר געווען נישט נאר צושרייען נאר צו שלאגען אויך נו!! וואס ווילסטו.

וואס האסטו טענות צו דעם בחור אז ער האט צוביילט דעם מחותן  ער האט דאך געמעגט שלאגען.און צוביילן זיין מורה הוראה האט דאס מתיר געווען.

יעצט זאל גיין דער מחותן און רופן דעם בחור צו דין תורה . און ברענגען דעם "שויתי" פונעם הייליגען (שמייליגען) היידפארק וואס ער איז דאך "איין" לעבעדיגער עדות. . און זיין מורה הוראה וועט פאסקענען כדין הפארטיי של אני ואפסי. אז היפאקריזם האט אויך א  שיעור . און דער מחותן וועט דארפן באצאלען פאר דעם בחור פאר די מכות און שלעק. . און אויך דער טאטע פון דעם געשלאגענעם יונגעל זאל באצאלט פאר דעם באס דרייווער פאר אלעם

_________________

עבדעברי43 » 19/1/2007 22:44

זה הכלל .  יעדער מעג פאלגען זיין מורה הוראה פאר זיך צו טון וואס ער הייסט עהם. אבער צו טון פאר א צווייטן אדער מבזה זיין א צווייטן דאס איז א חושן משפט שאלה. . קיין איין מורה הוראה האט נישט קיין רעכט צו הייסן גיין מבזה זיין אדער שלאגען א צווייטן .אפילו מלקות של תורה ווען מען איז עובר א לאו דארף זיין א בי"ד פון דרייען צוואנציג כ"ג און א שמוע בין אחיכם.
מבזה זיין א יוד איז פונקט אזא עבירה וויא שפיכת דמים. און מען קען היינט נישט דן זן דיני נפשות אפילו עס זאל זיין א בי"ד של ע"א אזוי וויא די סנהדרי גדולה.
האסט פארשטאנען . נאכאמאל . יעדער מעג טון וואס זיין מורה הוראה זאגט . סיי צו טראגען . סיי אנצינדן די לעקטער שבת . אדער מחלל שבת לצורך פיקוח נפש וואס זיין מורה הוראה איז עם מתיר. אדער אפילו עסן א זאך וואס האט געהאט א שאלה און זיין מורה הוראה האט עהם מתיר געווען.
ביז עס קומט צו יענעם.. עד  כאן ...  יענעם זאך צו רירן דארף זיין א דין תורה און א שמוע בין אחיכם..
מאך נישט פון אנוזער הייליגע תוה"ק א געלעכטער.
אז ביי אונדז ח"ו איז דא אזא זאך אז איינער קען באפאלן דעם צווייטן מיטן רשות מכלומערשט פון די תורה ישתקע הדבר ולא נאמר . כי מכבדי אכבד ובוזי יקלו. אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.
ובזכות נישט מבזה זיין איינעם וואס האלט פארקערט וויא דו וועלען מיר אלע זוכה זיין נישט מבוזה צו ווערען לא בעלמא דין ולא בעלמא דאתי. גוט שבת גוטן חודש לנו ולכל ישראל.

_________________

עבדעברי43 » 21/1/2007 03:58

מיין מורה הוראה וואס איז אויך א רבי  האט אונדז געהייסען אריינגיין אין א ביהמ"ד און שניידען שטיקער פון די מתפללים און שטערען דאס דאווענען. . נו!! דארפן מיר נישט פאלגן אונזער מורה הוראה?
א יונגערמאן איז אריינגעקומען אין א ביהמ"ד און געזאגט אז זיין מורה הוראה האט געפאסקענט אז ווען זיין חבר איז נישט אינדערהיים . דעמאלס מעג ער אריינגיין אוועקגאנבענען יענעמס אלע חפצים. (פארשטייט זיך אהן אויסהערען דעם צווייטענס צד) . נו!! יעדער מעגט דאך דאך פאלגען זיין מורה הוראה.

דאס איז טאקע ווייל זיין מורה הוראה האלט נישט דעם חילוק. און האלט אז ווען עהם געפעלט דעמאלס מעג ער צוזאמעברעכען יענעם די ביינער.
לויט דיר און דיין גלייכן וואס דו מאכסט פון די תורה און פון שו"ע א שפיעל און א געלעכטער. און די מיינסט אז מיט אנאנים קען מען אנאליזירען די תוה"ק

דעמאלס וואס זענען שולדיג די יודען און בחורים וואס דער הייליגער בירך משה זי"ע( וואס איז חאטשיג נאך געווען אזא מורה הוראה וויא די פאר צודרייטע מענטשען וואס הייסן נאכשרייען אידען נשים ובתולות.  )  האט זיי מחייב געווען נאכצושרייען די בני יואל . פונקט אזא חיוב וויא אמן יהא שמיה רבא.  זיי נאכצושרייען בקול רם "שייגעץ ארויס" (דברות קודש שנשמעו במוצאי ש"ק פרשת תשא באולם ויואל משה במעמד רבנים ואלפים מישראל) . לויט דיר דארפן זיי דאך פאלגען זייער מורה הוראה.  און ביז ער האט נישט צוריקגעצויגען זיין פסק. מוזען זיי אדער עכ"פ מעגען זיי גיין נאכשרייען אלע יודען פון בני יואל . און דאס איז לויט דיר די הלכה פון אונזער היילגע תורה..
נו!!1 השמע לאזנך מה שאתה מוציא מפיך. הער אליין וואס דו זאגסט . אז א רב אדער מורה הוראה האט רשות ארויסצוגעבן א "פסק" אז מען מעג יענעם נאכשרייען. דעמאלס האב נישט קיין טענה. טאמער יודען שרייען נאך די בני יואל.אונדז יודען האלטן נישט פון דעם חילוק

_________________

דענקער » 21/1/2007 04:19

עס וואלט געווען א גוטע זאך צו מאכן א רשימה פון די רבנים וואס זענען אונטערגעשריבן אויף דעם צעטל וואס רייסט ארויס איינע פון די תקנות חכמינו ז"ל, און זיי אנפרעגן אויב זיי האלטן טאקע אז מען דארף אנשרייען, באשייגעצן, און מבזה זיין אידן וואס האלטן זיך יא צו די רייד פון חז"ל און זענען מתקן עירובין.

באוואוסט זענען ר' אברהם לייטנער שליט"א, און ר' טודרוס זילבער שליט"א וואס זענען ביי דער מיינונג אז עס איז פון די גרעסטע מצוות צו אנזידלען אנשים נשים וטף וואס ווילן נישט מיטהאלטן מיט זייער דעת תורה.

איך ווייס דערווייל נישט וויפיל פון די מער באזעסענע און לאגישע חותמים אז זיי זאלן מיטהאלטן מיט זיי. אויך אויב עס איז דא פון זיי צעטלעך מיינט נאכנישט אז זיי האלטן טאקע אזוי. וואלט געווען אינטערעסאנט זיי אנצורופן און זיך טאקע איבערצייגן אויב עפעס ליגט אונטער די משוגעים וואס ווילדעווען ארום און ראיאטירן די אמאליגע שטילע שבת'דיקע שטאט.

שויתי » 21/1/2007 04:39

עבד נרצע, דו רעדסט דא צוזאמין פאר פייער און וואסער דו מאכסט א קוגעל מיט הודו און כוש

ביי דיר איז שרייען שבת די זעלביגע ווי שלאגען, מוחה זיין אויף א פירצה איז ביי דיר א חושן משפט שאלה (עם הארצות אויפן העכסטען גראד), אפשר האט זיך רבינו הקדוש אויך געזעצט צו דין תורה פאר יעדען פראטעסט קעגען בחירות אדער די מדינה, ביי גיוס בנות אדער חיטוטי שכבי? טיפשות מיט עם הארצות אינאיינעם, סארי,

דיין משל מיט אריינגיין אין יענעםס ביהמד און רייסען שטיקער... איז אפשר מער גלייך צו דיינע טרעגערס וואס גייען אריין מיט לייגידע שאפינג בעגס אדער טלית בייטלעך אין פריוואטע בתי מדרשים ווי טראגען אין וויליאמסבורג איז ביי זיי חילול שבת "לויטען פסק פון זייער רב", און טרעטען אויף יענעמס רעכטען און יענעםס געפילען

און וואס דו ווילסט וועגען פארברענען בעלזע מיידעל סקול ווייס איך נישט וואס דו ווילסט, איך געדענק נישט אין מיין לעבען אזא זאך, און אויב סאיז אמאל געשען ווי קומט עס דא אריין סתם צו פלאטשקענען נאך אביסעל שטותים?

און ווען מהאט גערצחענט מ.וו. איך ווייס דא ווייטער נישט וואס דו ווילסט, אפשר איז דאס געווען אין קראלע אדער ארשיווא? ווייל איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא

בנוגע די סדוםער מורה הורעאה ווי דו באטיטעלסט די רבנים וואס האלטען אנדערש ווי דיר

פארוואס פארשטייסטו אז די רבנים מוואס הייסען זייערע מענטשען שרייען דעם מיאוסען ווארט "שבת" די זענען ביי דיר געווארען אין איין מינוט סדוםער מורה הורעה...

און ווען איינער זאגט אז די רבנים וואס זענען מתיר צו טראגען שבת מיט א "ווייערלעס עירוב" פסקענען נישט ריכטיג זענען זיי שקצים און מבזי תלמידי חכמים??? אתמהה

דאס מיינט א היפאקריט!


ביי דעי מעשה איז געווען מער ווי איין עדות, צום אנהייב איז געווען געציילטע מענטשען, נאך אפאר מינוטען איז געווען דארט א שיינע צוזאמלויפעניש, מענטשען זענען געשטאנען און געשטוינט פון די ברוטאלקייט, און צו וואס די תאוה פון נצחון און טראעגן שבת קען צוברענגען

באטשי, דו רעדסט שוין יא אביסעל צו די זאך, אפילו דיין משל מיט די אראבער האט נישט קיין פירוש דא

אויב וואוינסטו אין וויליבורג, ווייסטו גאנץ וואיל אז די יודעלעך וואס ווילן "פלעין טראגען" זענען נישט אזעלכע שעפעלעך, דאס רייצען גייט צו מיט שלעכטקייט, מיט זעק פון חשבונות וואס זיי ווילען זיך אפרעכענען דא מיט רבי יואליש (כלשון קדשם..) מיט אלע פרומע און אזוי ווייטער

זיי ענפערען אז ייער רב לאזט, נו האט דאך אנאנים געענפערט, זייער רב לאזט זיי שרייען, און נישט נאר זייער רב לאזט, נאר געוויסע האלטען אז סאיז א חיוב מחאה אווי יעדע פירצה

איז ממה נפשך, מעג יעדער פאלגען זיין רב, איז דאך גוט, דער טראגט ווייל זיין רב לאזט, און דער שרייט ווייל זיין רב לאזט

הייבען הענט, דאס לאזט שוין קיינער נישט, און ליידער און די לעצטע דריי פיר יאר זייט דער מחלוקה האט אנגעהויבען, האבען שוין די טרעגערס געשלאגען און פארוואונדעט אסאך מענטשען, און געמסרט אפאר מאל

שויתי » 21/1/2007 04:52

און זיך טאקע איבערצייגן אויב עפעס ליגט אונטער די משוגעים וואס ווילדעווען ארום און ראיאטירן די אמאליגע שטילע שבת'דיקע שטאט

מיין טייערע דענקער, אויב האסטו געזען וויאזוי האט אויסגעזען אויף קיפ סטריט א גאנצע יאר פאר מהאט איינגעריסען דעס טראגען אין גאנצען שטאט, האט יעדער געזען אז אויב עט מען פרובירען מאכען אינגאנץ שטאט א עירוב, וועט דאס אויפפלאקערען ווי א באמבע, ידערע האט געוויסט אז דא גייט מען צושטעטרען דעם שבת פאר טויזענעטער משפחות, אבער די אזוי גערופענע וועד העירוב האט דאך זייערע חשבונות פארוואס זיי ווילען מזאל טראגען שבת, און דעריבער גייט זיי נישט אן קיין תורה און קיין דעת תורה, און אוודאי גייט זיי נישט אן דאס אונטערצינדען א גאנצע שטאט אין א ברענעדיגע מחלוקת מיט שנאה און רייסערייען

פאר די בעלי חשבונות, זיי גייט נאר אן וועמען צוצופיקסען מיט דעם טראגעריי, און וועמען מגייט דא מיט דען עוקר מן השורש זיין (היל"ת)


אויב איז דא איינעם צו באשולדיגען אויף מאכען מחלוקת און צושטערען דעם שבת איז עס די עירוב מאכערס, וואס האבען געוויסט אין וואס זיי פירען אריין די שטאט, נאר מיט זייערע שנאה צו די ערליכערע און זייערע אנדערע חשבונות פייפען זיי אן יעדעם, און צוברעכען די שטאט אויף שטיקער

דענקער » 21/1/2007 04:59

און ליידער און די לעצטע דריי פיר יאר זייט דער מחלוקה האט אנגעהויבען, האבען שוין די טרעגערס געשלאגען און פארוואונדעט אסאך מענטשען, און געמסרט אפאר מאל

טייערע שויתי, אויב עס איז דיר נישט שווער שרייב ארויס וועלכע געגנט דו מיינסט, ווייל איך דענק נישט אז עס זאל האבן פאסירט אין וויליאמסבורג (אויב מיינסטו דעם שטאט).

עבדעברי43 » 21/1/2007 07:11

פארוואס פארשטייסטו אז די רבנים מוואס הייסען זייערע מענטשען שרייען דעם מיאוסען ווארט "שבת" די זענען ביי דיר געווארען אין איין מינוט סדוםער מורה הורעה...

ע"כ לשון פון "שויתי ודוממתי"
 
פארוואס ביזטו דעמאלס ברוגז אויפן הייליגן "ברך משה" כ"ק אדמו"ר ר"מ ט"ב אב"ד סאטמאר זי"ע פארן הייסן זיינע מענטשען שרייען "שייגעץ ארויס" . פארוואס איז זיין הוראה ביי דעם ענין נישט קיין הוראה?

דער חפץ חיים ז"ל האט געזאגט א משל אז איינער איז אריינגעקומען אין א שול און געזעהן אז מען געט א עליה פאר יענקל און פאר משה .האט ער זיך גענומען צו מאכען קולות  היתכן " פארוואס געט מען נישט פאר ראובן און שמעון. האט עהם דער גבאי גענטפערט. "ר' יוד דו קומסט אריין אינמיטן . האסט נישט געזעהן אז פריער האט ראובן און שמעון באקומען" 
ר' יוד וואס דו רופט דיך שויתי. ביסט אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג אינמיטן . דו ווייסט נישט  אדער דו מאכסט דאך "עד דלא ידע"  וועגען די בעלזע מיידל סקול"    הא!! וואס איז געווען מיטן ראש ישיבה(נישט אין קראלי נישט אין ארשיווא)  טאקע דאהיאין עיר הקודש וויליאמסבורג  אין תשמ"ג רבי מ. ו. וואס דער וואס האט עהם נאקעט ארויסגעווארפן פון א פארענדיגען ווען צוהקטערהיייט מיט די הסכמה פון די היינטיגע רוצחים די עירוב שרייערס און ער האט געמוזט ליגען אין שפיטאל.. דער רוצח וואס האט דאס געטון איז שוין ב"ה די וואך געפלויגען בחרפה ובבושה פון 82 לי עווע.

אבער ביז יעצט האט ער וכת דידי ודילך געצאפט אאידיש בלוט.

פריי דיך נישט דו עושה מעשה עשיו ומבקש שכר כפינחס.

דו תולה קללתו באחרים. מה דרכו של עשיו הרשע מכה ורוצח . ואח"כ פושט טלפיו כחזיר ואומר "מען שלאגט מיך.   " נעבעך צוויי מחותנים גייען אומשולדיג אויף די גאס און א בחור איז זיי פלוצים באפאלן און געשאלגן און ער איז נאך געגאנגען מסרן זיי.. מעשה פוטיפר . נעבעך!    
מען האט נעבעך אומגליקליך געמאכט די משפחה פון הרב מ. ו. ביז יעצט האט געדויערט.. יעצט איז נאר געקומען די פארשפייז פונעם ביטערען עונש. על אחת כמה וכמה די שרייערס

הטרם תדע כי אבדה........

די רציחהישע וועלט האט שוין ב"ה געסטאפט.
קודם ביאת המשיח וועט גרינגער זיין דער עול הגליות אזוי וויא אין מצרים איז זעקס חדשים פריער אויפגעהערט דער שיעבוד.
רוסלאנד הארגעט שוין נישט. די בני יואל רודפט מען שוין נישט. על הכל יביא השם במשפט. אפילו הצועק על חבירו לשמה.   האט דער בוטשאטשער רב געזאגט טאמער ער מיינט עס נישט הונדערט פראצענט לשמה . ער האט נאר אפילו א שטיעקל נגיעה עצמית וועט דער גהינם זיין ווייניג פאר עהם אויף די וועלט און אוודאי אויף יענע וועלט.

ביזט מדמה די פאר פינסטערע שקצים וואס שרייען. ביזטו מדמה צום הייליגען סאטמארער רבין זי"ע וואס האט געמאכט א פראטעסט קעגען רשעי בני ישראל מינים וכופרים. וואס ווילן עוקר זיין כל התורה כולה
.ביזט מדמה יודען יראים ושלימים שומרי תורה ומצות וואס פארלאזן זיך אויףן רבנים גדולים וואס פארפאקען אלע ענקערע רבנים.. וואס עטץ אליין פארלאזט זיך אויף די רבנים בענייני איסור והיתר און אין איסורי כריתות. ביזטו מדמה להבדיל אלף אלפי הבדלות צו די מלחמה וואס דער רבי האט געבלוטיגט קעגען די רשעי ארץ תתקע"ד דורות שנקמטו רח"ל.

שעם דיך מיט דיין קרומקייט.
ווילאנג דו ענטפערסט נישט די שאלה " אז פארוואס די פסק פון "ברך משה" בענין שייגץ ארויס" איז נישט קיין פסק וועל איך דיר בל"נ מער נישט ענטפערן

איך וועל מקיים זיין צוויי הייליגע מצוות
איינס כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע
און 2 ודע מה שתשיב לאפיקורס. הני מילי אפיקורס עכו"ם אבל אפיקורס ישראל אסור לטעון עמו כ"ש דפקר טפי.
און טאמער דו וועסט ענטפערן די קשיא אפילו מיט א נארישן תירוץ . קען מען מיט רעדן וד"ל 

דו מיינסט אז מיט דעם וואס די האסט פורץ געווען גדרו של עולם און דו שרייבסט אויפן טמאנעם קאמפיוטער מעגסטו שוין טון כל עבירות שבתורה זאגען ליגענט און צאפן יודיש בלוט .ח"ו

ירבעם בן נבט וועט אפגעבען דין וחשבון אפילו פאר יעדעס מאל וואס ער האט זיך נישט געוואשן "מים אחרונים" אזוי זאגט דער הייליגער גר"א

דו ביסט דאך אליין עובר אויף דעם פסק פון די זעלבע רבנים וואס האבען מתיר געווען נאכצושרייען.  זיי אליין האבען דאך געאסערט "אינטערנעט"  די גמרא שרייט דאך   אי כבית שמאי  דעמאלס כקוליהון וכחומריהון   ואי כבית הלל כקוליהון וכחומריהן.  מען קען נישט זיין אוחז את החבל בשתי ראשים.

אויסער אז טאמער דו שרייבסט אזוי וויא עס שטייט אין די מגילה
כתבו על היהודים כטוב בעיניכם. דעמאלס מהיכי תיתי.
אבער פלאג דיך יעצט און ענטפער מיין קשיא . אז נישט איז בל"נ כנאמר לעיל.

Baachi » 21/1/2007 09:40

אגוטע וואך

פאר איך ליין קר"ש מיטן הרני מוחל בין איך נוהג, בודק צו זיין אלע מעסעדשעס צו זעהן ווער סהאט געטשעפעט מיט מיר. האב איל אריין געבליקט אין פארק וזאת מצאתי

שוויתי
עבדעברי האט דיר געשריבן דברים של טעם, א רב קען נישט פאסקענען פאר איין צד קיין חושן משפט שאלה, טאמער יא איז אפשוט א עבריין מדאורייתא, ער איז עובר אויף דעם גרעסטן יסוד פון א דיין: "שמוע בין אחיכם" ווי קען מען איהם דאן בכלל  אנרופן א רב? אויב איינער האט א טענה אז מען האט איהם בעוול'ט דורך טראגן א ליידיגן שאפינג בעג, זאל ער איהם  רופן צו דין תורה, אין זאל דאס בי"ד פסקענען צו ער מעג איהם נאכשרייען "מחלל שבת" אויף די גאסן בקולי קולות.  

מזעהן אז דו ביזט אנייער שרייבר, דו קייסט איבער די אלטע אפגעפרעגטע אויסגעבלאזענע טענות, איך וויל זעהן ווי לאנג דו וועסט מאריך ימים זיין דא, וועסט מסתם באלד נעלם ווערן פון דעם אשכול זיכער.

 ענטפער מיר אויף די שאלות

א) די ערשטע שאלה האט שוין עבד עברי באטאנט, האסט א טענה אויף איינעם, רוף איהם צו דין תורה. מיך למשל, מאכט  נערוועז יעדען שבת מיין שכן'ס  ירושליםמער געלע  בעקיטשע, וויל עס דערמאנט מיך אין משה בער בעק מיט זיינע איראנער חברים, מעג איך נאך שרייען אויף די גאסען?

ב) ו טענעסט אז די טרעגערס טראגן נאר צוליעב דיך אויפצורעגן, קיין שום אנדערן טעם 
פארוואס טוט איהר נישט וואס יעדער נארמאלער יונגל ווייסט, אז טשעפנאקעס טשעפען איהם, איגנארירט ער זיי און מען הערט אויף? איגנארירט איהר אויך די טרעגרס אוואך צוויי, וועלען זיי אויף הערן צו טראגן, קומט דאך אויס אז די שרייערס, נאר זיי זענען גורם דעם גאנצו עירוב מיטן "חילול שבת" (עפ"ל)?

ג) ווי קענסטו זאגן אז די בעלי העירוב האבן געמיינט "אונטערצוברענגען" רבנו יואל,ווען  זיי האבן אויס געגעבן ממון אין דמים מפרסם צו זיין די עדיות פון אלטע סאטמערער רבנים ווי דער אודוואריער רב שליט"א ולהבל"ח דער שארמאשער רב, וכן הרבה ועל כולם דער ברך משה אליין אז דער סאטמערער רב האט נישט געהאט קיין שום התנגדות קעגן אזא עירוב?  ווי קענסטו זאגן אז מען האט געמיינט צו גיין קעגן סאטמערער רבי זצ"ל?

ד) נאכדעהם ווי דער עירוב איז געווהן א פאקט און זיי האבן איינגעזעהן אז דער עולם נעמט אהן ענדערש דעם פסק פון רבני העירוב, פאר וואס זענען געגאנגען די נייע רבניטשיקלאך מפרסם זיין השכם והערב אז דער סאטמערער רבי איז געוועהן קעגן עירוב? זיי האבן דאך געזעהן אז דער אייגענער עולם לאכט זיך אויס, און מדארף נוצען טעראר ווי סטראשען ארויס ווארפן קינדער פון מוסד און פון קהל,  איז דאס נישט אפען מבזה געוועהן בראש כל חוצות דעם סאטמערער רבינס כוח, אז דער אייגענער עולם פאלגט ענדערש די קלויזנבורגער אין בעלזער דיינים?   

אגוטע געזונטע מזליגע וואך

רבש"ע הריני מוחל לכל אדם , חוץ ממי שהכעיס והקניט אותי או שחטא כנגדי בין.... (נוסח חדש) 

דיפלאמאט » 22/1/2007 17:23

קען איינער ביטע ארויפלייגן דעם בריוו פון כ"ק מאודווארי שליט"א, וואס אין דעם בריוו דערציילט ער אז ער נעמט זיך ארויס פון געבן דעם השגחה אבער מען קען זיך פארלאזן אויף די אנדערע רבנים?

איך האב אליין געפרעגט הרב מהאליין שליט"א אויב מען מעג טראגן מיט דעם עירוב האט ער מיר קלאר געזאגט אז יא.

איך קען זיך קוים איינהאלטן פון שרייבן איבער איינע פון די גרעסטע מורה הוראות אין וויליאמסבורג וואס זיין נאמען שטייט אונטערגעשריבן אויף דעם איסור פון מאכן אן עירוב, אבער זיין מיינונג איז אינגאנצן אנדערש, און זאגט קלאר פאר ווער עס פרעגט אים אז ער האט אונטערגעשריבן צוליב די שרעקליכע טעראר און רדיפות וואס מען האט אים אויסגעטיילט, צוליב דעם וואס ער איז א שטארק אנגענומענער פערזענליכקייט אין ווילי. פארשטייט זיך אז איך קען דאס נישט טוהן ווייל נאך אלעם וואוינט ער אין דעם קאמוניסטישן ווינקעלע פון אמעריקע, אין ווילידארף. איך וועל אבער שרייבן גענוג קלאר אז ווער עס האט נאר געהערט פון אים, וועט זיכער וויסן פון וועם איך רעד. און אויב איינער וויל שטארק קען ער מיר אנפרעגן אין אישי.

איך האב דאס געהערט פון איינער וואס איז אים געגאנגען פרעגן אויב מען מעג טראגן, האט דער דיין וואס האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ספרים איבער הלכות שבת אים קלאר געזאגט, אז וויבאלד ר' יעקב זיידא שליט"א האט געזען דעם עירוב און ווייסט ווער עס זענען די וואס גייען יעדן ערב שבת דאס באטראכטן, איז נישטא קיין שום פראבלעם דערמיט און מען קען זיך פארלאזן אויף דעם גאון.

שפעטער בין איך אריבער צו הרב יעקב זיידא שליט"א און געכאפט מיט אים א שמועס אין דעם ענין, און בתוך הדברים האט ער מיר געזאגט אז דער עירוב אין ווילי איז פיל בעסער און מהודרדיגער ווי סיי וועלכער עירוב אין אלטן היים.

מאה_אחוז » 22/1/2007 19:11

איך בין אינגאנצן מבולבל, איך בין נישט געווען א שטיק צייט דא, איך גיב א קוק, א גאנצע אשכול מיט אקייגנגעזעצטע טענות...

 וואס איז שווער צו פארשטיין, אז די וואס אבן קיין פראבלעם ניט מיט גדולי ישראל וואס זאגן (לפי שיטתם) אז עס איז חילול שבת גמור, און געוויסע אידן וועלן זיך ניט מונע זיין פון טראגן שבת אפילו אויף ספק, אפילו ווען אס איז שלא לצורך כלל, נאר סתם אין די וועלט אריין, נאר צו שטעכן און ציפן אנדערע אידן, וואס איז די חידוש אז זיי שלאגן די וואס שרייען שבת?

אין אלע מקומות בעולם, וועט דער חילוני שלאגן דעם שומר תורה, און דער שוואכער אידן וועט משפיל זיין און הייבן ידים ידי עשו אוף די ערליכע

איך ווייס ניט בדיוק וואס טוט זאך מיט די כשרות העירוב, אבער אס איז קלאר כצהרים, אז די וואס טראגן און שלאגן שטאמט פון שנאת עם הארץ לת"ח, די לינקע אבן פיינט דעם רעכטן שנאת מות, און דאס איז בולט אויכט פון די שרייבער דא.

געבן תשובות אויף די אלע שטויות, איז ביטול זמן, איך אב דורכגעגאנגן אלע טענות משני הצדדים, מ'קייט וואסער, אס איז פונקט ווי די מערכה קייגן מחלללי שבת אין א"י, דארט גייט אויכט שלעק מיט מסירות, און אזוי אויכט אלע אנדערע מערכות קודש פון כלל ישראל.

איך האב געהערט פון א אידן אין ווילאמסבורג וואס אט געהערט מיט זיינע אוירן ווי א טרעגער שילט צוזאמן א שרייער מיט בלעם'ס קללות רח"ל, בעת דער מוחה האט בלויז געשריגן צוויי וערטער, שבת קודש

אויב אזוי איז קיין חידוש, אויב איז דער הייליגער שבת א שפיל פון נקמה און נצחונות, איז שילטן און שלגן אידן א שיינער צחוק

שויתי, פארברענג ניט דיין צייט זיך מפלפל זיין מיט די להכעיס'ניקס, חבל על הזמן!

findodort » 23/1/2007 14:19

 ווער קען נישט פארגעסען דעם העסליכען בלוט בלבול וואס דער שטאטס שיכור מ"ר האט פראבירט אנצוקלעבען אויף די עסקני העירוב

געזאגט: צו מאר ר. קרעדיד איז ער נישט מיט געשטאנען מיט די בלוט בלבול, דאס איז געמאכט געווארן דארך י. ש. און קלאר ענד קא. די משמרת האט געשריבן אז די פאליציי האט די נעמען און נאך אביסל וועט מען זען קלאר (מסירה?) , זיי ווייסן אז זייער חברה קען מען איינרעדן א קאץ און בויך, און זענען גרייט אלס צו קויפן

עבדעברי:
די מאכסט זוך טעמיש?
 די עירוב איז נאר געמאכט געווארן פאר מחלוקת.
עס איז קודם געווען א עירוב אויף די גאסן. 
(ווי למשל ראדני -  פאר גוים , יאז - שאפרן, ראדלידש דארך יאווזנע, א.א..וו.)
אבער אויף קיף סטריט האבן א פאר בחרים מחליט געווען געניג איז געניג און געריסן א יעדע וואך,
 ווי קימען נאכדעם די עירוב מאכערס אין מאכן אן א מחלוקה מיט א עירוב וואס די רשעים ווייסן נישט ווי צורייסען?

בקרוב גייט ר' זלמן לייב אויפגעבן זיין רבנית ווייל עס מאכט אן מחלוקת דא און שטאט


תוקן על ידי findodort ב- 23/01/2007 14:20:14

קאמענטאטאר » 23/1/2007 18:26

hievery1, here you go



[בילד – נישט אפגעהיט]


קען זיין ס'וועט זיין אביסל פלאטשיק אינעם בילד צוליב וואס ס'איז נישט פונקט פיר עקיג, אבער דאס בעסטע וואס כ'האב געקענט.

_________________

קאמענטאטאר » 23/1/2007 18:38

אביסל בעסער
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

Baachi » 23/1/2007 21:20

קאמענטאטאר

די פאות וואס דו האסט אנגענייט דעם תכשיט זענען גוט פאר מאנסי אדער ב"פ

פאר ווילישטאט דארפן די פאות זיין אוועק פון אויער לצד המצח לכל הפחות איין אינטש, וכל המרבה הרי זה משובח

זה הנקרא בלשונינו "יואלי פאות"

פראוו נאכאמאהל

הצלחה.

קאמענטאטאר » 23/1/2007 22:32


די פאות וואס איך האב אנגענייעט?
איך פארשטיי (קאפטשע בלע"ז) נישט וואס דו רעדסט, אדער האסטו פארזוכט דעם ביטערן טראפן... (ווי ס'שיינט פון דיין תמונה אישית)

איז דער בילד דיר קענטליך פון ערגעץ ?

[בילד – נישט אפגעהיט] 

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 23/01/2007 22:36:09

Baachi » 24/1/2007 00:28

קוימען טאטער

אתך הסליחה

דאס בילד אויף די וואנט קוקט דער ילד שעשועים אויף דרום, משא"כ אין דיין קליין פינגערהוטל ציור איז ער דערבויגן אויף צפון, דאס האט מיך אינגאנצן אפגעווארפן. 

 אקיצער' כ'הא שטארק מורא אז די מבינים וועלן דעם נייעם פרצוף פנים אויכעט באצירען כיד השם הטובה עליהם, ווייל דער נייער צדיקל האט נישט קיין "יואלי פאות" און דאס הייסט אין יענעם לאך פון דעם כדור הארץ "ניש קא האיימישער" . און ווער ווייס צו וואס דאס קען צוברענגען, דעי פארשטעלטע חברה.

Stay Tuned




איןבעיה » 24/1/2007 20:29

איך האב דאס געהערט פין פארלעסליכע מקורת, אין זיי האבען דאס אוועק געלייגט פארן בעסטען טאג "די סאנדעי נוי יארק טיימס"

קאמענטאטאר » 24/1/2007 22:53

האסט פארגעסן אז אונז האבן אינגעלייט מיט אמביציעס קיין האליוואד?...

דאס איז טאקע נאר מעט מזעיר, אבער נישט אוועקצומאכן...

שויתי » 25/1/2007 03:02

אזויווי עבד עברי איז ליידער ארבייטסלאוזיג, און איך דארף ליידער שווער ארבייטען אגאנצען טאג, וויפיל דברים של טעם איך על שרייבען, אין מיים ביסעל צייט, וועט ער אלץ האבען די וועלטס צייט צו אנפילען גאצעטע אשכולות מיט שטותים און פוסטע שקרים,


ער האט נישט קיין שום פראבלעם זיך סותר זיין פון איין תגובה ביז דער צווייטער, דארף מען טרעפען איינער  כדוגמתו וואס זאל נעמען די צייט און פשוט צולייגען זיינע אייגענע תגובות איינץ מיט איינץ און ווייזען די לעכערלעקייטען דערינען, ווי ער שפרינגט ווי אשיכור פון איין זייט צו דער צווייטער, און טוישט טאון און ליניע פון איין רגע צו די צווייטע, לויט יעדע תגובה און ווי ווייט סרירט איהם אהן פרעזענליך

איך האף נאך קענען צוריקקמען און צונעמען די יסודותדיגע זאכען און וויזען ווי ער מיט זיינע שותפים טרייען מיט אפענע שקרים אפילו במילתא דעבידי ליגלויי,  צו זיין

מצדיק רשע ומרשיע צדיק, תועבת וכו'

תוקן על ידי allnewspic ב- 26/01/2007 3:59:43

hievery1 » 25/1/2007 09:07

if I remember correctly it's the second

עבדעברי43 » 25/1/2007 10:53

טייערער נייער שרייבער "שויתי" דיין אינטערעסט איז געווען מתחילה נישט אריינצוגיין אין פאליטיק . נאר אינפארמירן דעם היימישן ציבור . פאקטן און נייעס פון די שטאט און יודישקייט לכאורה.
דערווייל זוכסטו צו פארדרייען פאר עפעס א אינטערעס וואס דיך באדערט בתוך תוכיות לבך.

בעט איך דיך "אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם ונהיה כולנו באגודה אחת לעשות רצונו יתברך ולעבדו בלבב שלם"

וויסן זאלסטו אז די חששים וואס זענען היינט דא אין פלארידא . ביי די בעקערי (איך רעדט נישט יעצט פון די טעיק אוט וואס עס קען זיין טריפה מדאורייתא רח"ל) .
די זעלבע זאכען זענען דא אין וויליאמסבורג אליין..

איך רעד נישט פון די גערט... בעקערי וואס איך האב שוין געשריבען אז עס איז א מילתא דעבידי לגלויי . קענסט אליין אדער מיט דיינע חברים אריבערפארן די בריק און וועסט אליין זעהן וויא גויים באקען אלעס מילכיגס און פארעווע. איך רעדט שוין נישט פון די חששים ביי הפרשת חלה.
וויסן זאלסטו נאך א זאך . אז די או יו לאזט נישט אין זייערע בעקעריס באקן מילכיגס מיט פארעווע. און טאמער א בעקערי באקט צוזאמען די צוויי . דעמאלס זענען אלע פארעווע פראדוקטן פארצייכענט אוי יו דעירי. ווייל ביי זיי הייסט דאס מילכיג.
אבער נאך מער. עס איז דא א בעקערי אויף ליע עווע. ע. (נישט מזונות מבין) וואס הייסט היימיש. און ביז יעצט איז געווען א הפקרות . גויים האבען געבאקן . טאני פלעגט זיך דארט דרייען. די גאס האט געמאכט א ויצעקו. האט די התאחדות גענומען א משגיח הרב זיל.. א חשובער יונגערמאן . און ער נעמט ערענסט קער פון די בעקערי
איז פארגעקומען א טענה עפעס וועגען של"ס בילקעס צווישן הרב גליק פון די התאחדות מיט וו. דער בעה"ב פון די בעקערי. האט הר   ג די וואך אראפגעשיקט דעם משגיח. און האט געגעבן פאר דעם בעה"ב "וואל.. א ווייאלעשין טיקעט. מיט א קנס. אז מען האט געטראפן אין די בעקערי אז נאר גויים האבען געבאקן אהן קיין יוד מיט אן אזהרה אז טאמער דעס וועט נאך פארקומען . וועט מען עהם קאנסענען שטערקער.
זענען געגאנגען נעכטן נאכט עטליכע יונגעלייט און געוואטשט ביי סאנ.. בעקערי אין וויליאמסבורג באישון לילה. און געזעהן וויא א סטעף פון דריי גויים באקען אהן קיין שום יוד. און אינמיטן איז איין גוי ערגעץ אוועקגעפארן און געקויפט פון ערגעץ א טריפה געשעפט . א סענדוויטש מיט א טריפענע קאפי . און צוריק געקומען און אריין אין די בעקערי קנעטען מיט די קאפי אין די הענט די יונגעלייט האבען דאס געוואטשט.
האבען זיי צוריקגענטפערט פאר די התאחדות " מה נשתנה" פארוואס ביי ע.. האט מען געגעבען א ווייאלעשין און ביי ס.   נישט . אשוו מידותיכם . אדער טאר מען נישט לאזן די גויים אליין . אדער מעג מען יא. בשלמא ביי ג.. איז חאטשיג נישט אין די היימישע געגענט. אבער דא ביי ס... איז דאך בתוך העיר יעדער זעהט דאס הפקירות ואין פוצה פה ומצפצף.
איך הער אז עס איז דא א ערענסטען שמועס אז אלע בעקעריס גייען באקומען דעם הכשר פון נייעם סאטמארען בי"ד פון וויליאמסבורג אפשר דעמאלס וועט די זאכען האבען א תיקון.

שטעל דיך פאר
 אידען גייען קויפן חלות לכבוד ש"ק און קעיקס . מיטן הייליגסטען און בעסטן חותם די התאחדות. און זיי באקומען שוואכער וויא דאס שוואכסטע . סמיכה אויף גויים רח"ל.
דו ביסט דאך נאך יונג. אבער רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע ווען ער האט מייסד געווען די  התאחדות הרבנים מיטן עידוד פונעם קראסנער רב זי"ע. האט בשום אופן נישט געוואלט אז די התאחדות זאל געבען השגחות . עס איז דא דער אריגינעלער בריוו פון די תקנות פון די התאחדות נחתם בחותם קדשו פון רבינו הקדוש והטהור זי"ע ביי די קינדער פונעם אלטן קיויאשדער רב הרב אייכענשטיין פון פארעסט היללס. וואס ער איז געווען אנפאנג צייטן פון די בריחים התיכונים פון די התאחדות. התאחדות מעג נאר געבען א הכשר אויף פסחדיגע זאלץ און צוקער און פטעטע סטארטש. און אויל.
 די איבריגע זאכען פלעגען געבען דער באטורער רב ז"ל און נאך רבנים. אפילו אין די ת"ת האט מען גענוצט נאר די זאכען וואס הגה"צ ר י ה דייטש פריימענער רב פלעגט געבען די הכשר דער רבי האט נישט געוואלט אז די התאחדות הרבנים זאל געבען א הכשר
דעמאלס ווען עס איז בסוף ימיו של רבינו הק' זי"ע נתייסד געווארן די בית הוראה פארן אודוואריער רב שליט"א און די בי"ד המיוחד לענייני כשרות פאר הגה"צ מוואידיסלאוו. און הגה"צ מטארטיקאוו. און להבחל"ח הגה"צ ר"י ראטה קארלסבורג. איז הר גליק ניטאמאל געווען אין די התאחדות עפ"י רבינו זי"ע . שפעטער האט מען עהם צוריקגענומען. צוזאמען מיט הרב יודא גרו.. שפעטער ווען נאך די פובליק סקול מעשה האט מען ארויסגעווארפן. הרב ג . איז געבליבן א ג דער גאנצער שץ מאץ ועל פיו יצאו ועל פיו יבואו הוא וכל העדה. ע"כ.
און צו דיר שויתי. טאמער דו פארשטייסט נישט עפעס. אבער טאמער דו ווילסט עפעס פרעגען. קענסטו מיך פרעגען באישי . לא לקנתר רק לידע האמת. און איך וועל דיר בל"נ ענטפערן . כפי יד השי"ת הטובה עלי. . עס טוט מיר זייער וויי אז איך מוז אויסלופטערן די זאכען לעיני כל ישראל.

אבער ביי ס בעקערי קענסטו אליין גיין זעהן ווען דו ארבעטס נישט. ווער עס באקט יעדע נאכט און אויב עס איז דא א יוד דארטן. . געדענקסט דאך די שרעקליכע מעשה ווען מען האט געטראפן טרייפענע אייער פון טרייפענע קענס ותהום כל העיר. וד"ל. 

גלייב מיר נאכאמאל . עס טוט מיר נישט וויי פערזענליך.דיינע אנגריפן קעגן מיר  ווייל דער אמת בלייבט ווייטער אמת. איך וויל נאר נישט אז דער עולם וואס ווייס נישט זאל זיך איינרעדען דברי שקר. וואס דו אליין מיינסט אז עס איז אמת. ווייל דו ווייסט נישט אדער דו ווילסט נישט וויסען
יה"ר שתרצה לידע האמת ותלך בדרך האמת. ויתקדש ש"ש על ידך ועל ידינו. 

_________________

עבדעברי43 » 25/1/2007 11:16

די פריערדיגע תגובה באלאנגט אין אמתן צו דעם אשכול . "צו מיר זענען גרייט אויף נאך א פינקל" וועגען די פלארידא פרשה וואס שויתי האט געגעבען פאלשע אינפארמאציע ודו"ק

אבער דא באלאנגט  די אינפארמאציע

עס איז דא א געשעפט אין וויליאמסבורג. וואס א טאכטער פון ב. פוצט אויס נשים פאר חתונות וכדומה. היינט אינמיטן טאג ווען אין געשעפט זענען געוווען עטליכע פרויען און מיידלך. איז אריינגעקומען א ירושלימער פרוי מיט א ירושלימער לבוש. און זיך גענומען צו זאגען אז אזוי וויא עס ליידער געשען לעצטענס א סאך עקסידענטען ל"ע . א בחור איז צו לאנג געווען אונטערן וואסער אין מקוה און דערטרונקען געווארן. ל"ע א צוויטער בחור אין מאנרא. וכדומה. (האט די פרוי דער בעה"ב פון די סטאר געזאגט אקעי איך געב אייך געלט.  זי האט געמיינט אז מען איז געקומען בעטען געלט)

האט זיך דיע ירושלימער פרוי גענומען צו שרייען.קולי קולות. אויך די בעלהבאסטע  . איר זענט דערשולד אויף אלע צרות רח"ל ווייל איר פוצט אויס די פרויען. רח"ל. שפארט שוין אפ אייער געשעפט איך גיי פון דא נישט ארויס. ביז מען וועט אפשפארן. זי האט זיך גענומען צומאכן שרעקליכע קולות אזוי וויא די שאבעס שרייערס. פון איראק און איראן דזשיהאד . אלע פרויען זענען געבליבן פארגליווערט פון שרעק.
ענדליך האט זיך די באלעבאסטע ארינטירט און געשריגען . "גייטס שוין ארויס פון געשעפט. אז נישט רוף איך די פאליציי" האט די ירושלימער פרוי געשריגען "איר מעגט רופן איך גיי נישט ארויס אפילו איר זאלט מיך ארעסטירען"   האט די באלעבאסטע געפרעגט. "איר קומט מכח רבנים? אדער איר קומט סתם מיט אייערע שטיק" האט זי נאכמער אנגעהויבן שרייען ממש וויא א בער. האט די בעלאבאסטע. געזאגט איר זענט א גנבטע איר האט נישט רשות צו טרעטן אין מיין געשעפט .עס איז א איסור דאורייתא גניבה.
האט די פרומע פרוי צוריקגעשריגען "ניין עס איז נישט אייער געשעפט און זי איז צוגעלאפן צו די מזוזה און געקראכט דערויף מיט כח און געשריגען. דאס געשעפט איז נישט אייער דאס איז דעם אייבישטען געשעפט. ארויס פון דא". ביז מען האט איר ענדליך פארטריבען.
זי קומט מכח דאס ביכל "עם סגולה" וואס ווערט געדרוקט דורך דעם טמעניק און מנוול ג. דער רוצח ערוץ און שרייער נאך נשים . וואס דער הייליגער בני יששכר זאגט עדות פון ר"מ פשעווארסקער זי"ע אז ער איז א "נואף" און האט נאר אונזין נשים ובתולות. און לייגט דאס נאך אריין אין שמד שטיק. און איז מטמא די גאנצע שטאט ל"ע. און ברענגט רח"ל אן אנדרלמוסיא . רח"ל. און שרייט נאך אויף אנדערע צו פארדעקען זיינע תאוות און זיינע טמנא רציחות . עושה מעשה זמרי "ניאוף" ומבקש שכר כפנחס. פונקט וויא ער וואלט געווען א קנאי.
דער באשעפער זאל העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ עס זאל נישט זיין ביי אונדז אזאלכע דזשיהאדס און רוצחים וויא די איראקער און איראנישע גויים. לא תהא תורה שלימה שלנו כשיחה בטילה שלהם.
הם רצים לבאר שחת ואנו רצים לחיי העולם הבא שנאמר אנשי דמים ומרמה לא יחצו ימיהם ואני אבטח בך. תרוממנה קרנות צדיק קץ הגאולה ע"י משיח צדקנו.

_________________

aron » 26/1/2007 03:24

טייערער עבד עברי און די איבריגע שרייבערס.

איך לייען שוין דא די נייעסער און די וויכוחים אויפן היידפארק א לאנגע צייט. אוך איך זעה אז זייט לעצטענס ווען דער הרב עבד עברי האט אנגעהויבן צו שרייבן די מגילות ארוכות. אז ער איז נישט סתם אבי ווער. ער איז עפעס נישט קיין סתם שרייבערל וויל איך מיך ווענדען צו עהם דא ברבים.

הער מיך אויס הרב עבד עברי ..איך בין א שריפטקענער און איך זעה פון דיינע געשרייבעכץ אז דו ביסט א ת"ח עצום נישט סתם געווענליך. און דיינע מגילות האב איך פאר מיר געקאפיט און דורכגעלייענט עטליכע מאל . און אויך געוויזען פאר מבינים. . איך האלט אז עס  איז נישט לפי כבודך צו טענהען מיט די סתם שרייבערליך דא אויפן אינטערנעט. וואס זיי זענען בכלל נישט דיין גלייכן.

איך זעה אז דיינע ידיעות זענען קראנטע און דו באקומסט די ריכטיגע אינפארמאציע פון מקורות מוסמכים .
נאך א זאך זעה איך אז דו טאנצט אויף ביידע חתונות פון די ארונים און זאלונים.אזוי וויא א נארמאלער מענטש וואס נעמט נישט קיין שטעלונג אין די פארטייען.  
אויך זעה איך אז דו האסט א שטארקע התקשרות לבית הדיין ק . וואס מען האט עהם דא לעצטענס ארויפגעברענגט זייט די מעשה פון די שמן זית.
 דו האסט דא לאנג צוריק דערמאנט אז דיין רבי איז א גאון הגאונים וכו' וכו' אפשר ביזטו גאר א תלמיד פון הדיין הנ"ל. ווען ער איז געווען ראש ישיבה אין סאטמאר מתיבתא אין בארא פארק פאר 22  יאר צוריק בערך תשל"ה. אדער האסטו געלערענט ביי אים אין כולל ווען ער איז געווען ראש הכולל ביי מרן הרה"ק מסקולען זי"ע אין תשל"ב אין קראון הייטס. . אדער אין זיין אייגענעם כולל וואס ער האט אנגעפירט אין די יארן פון תש"מ. אין או... ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
 
אזוי וויא ביז יעצט האב איך נישט געבעטן קיין רשות כתיבה. אבער אזוי וויא זעה אז לעצטענס רעגטסו דיך געפערליך אויף און שרייבסט שוין צו שארף. . האב איך גענומען רשות כתיבה אין דעם פורום. דיך צו בעטן . טענה נישט מיט די סתם שרייבערלעך. אפשר מיט באטשי. אדער דיפלאמאט
איז כדאי אביסעל זיך צו ווערטלן . אבער נישט צו רעגן זיך .
אלע עקשנים וועלען ממילא בלייבן עקשנים . קבל את האמת  ממי שאמרו.
איך וויל אויך הערן די מיינונג פון אלע שרייבער בנוגע דעם ענין.  א דאנק

שויתי » 28/1/2007 04:17

ממש א שאד, אויב דיין גאנצען ציהל איז פשוט צו בעטן עבד עברי זיך נישט צו טענהן, האסטו דעיס געקענט טוהן אין תיבה פרטית, האסט נישט וועגען דעם געדארפט באקומען קיין רשות כתיבה....

אויזער אויב האסטו געהאט נאך אנדערע טעמים........

לאוולי » 30/1/2007 22:27

איןבעיה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך האב באקימען אינפארמאציא אז דער NEW YORK TIMES גרייט צו א גרויסען ארטיקעל פאר דעם קומענדיגען זונטאג איבער דעם טאוועל.




i didnt get a chance to buy it this week. was there a pic of it? did they wrote about it?

קאמענטאטאר » 30/1/2007 23:53

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאמענטאטאר » 4/2/2007 17:57

איןבעיה » 4/2/2007 18:02

דא האט איר דעם ארטיקעל פינעם היינטיגען ניו יארק טיימס, עס איז נישט ערשיינען פאריגע וואך צוליב אן ענדליכען ארטיקעל וואס האט באשריבען וועגען א ענדליכע וואנדעלזירונג ביי די ארטיסטען.


Williamsburg

With Curls and a Haircut, a Billboard Is Reborn

Josh Haner/The New York Times

On a billboard in Williamsburg, fake graffiti is part of the design.

Published: February 4, 2007

THE first time, the boy ended up with a smear of black paint across his face. But after some digital alterations — adding curls on the sides of his face, shortening his haircut and buttoning his shirt higher at the collar — he was ready to try again.

The boy was not offended by these changes, because he is not real. Rather, he is an image on a Williamsburg billboard for Oorah, a children's charity that wants to encourage donations of cars.

The group advertises in Williamsburg, leaders of the organization say, because the Hasidic Jews of the Satmar sect, many of whom live in the neighborhood, are generous donors. But the original billboard was defaced last spring, apparently because it offended the religious sensibilities of some of the Satmars. It stayed that way until the boy's makeover was revealed on Jan. 3.

''They don't want to see a clean-cut boy without the traditional peyos that their own children have,'' Chana Nestlebaum, the group's public relations director, said, referring to the young Satmars' side curls. ''It's of importance that the children portrayed in their community look like their own.''

In something of a pre-emptive *, spray-painted graffiti was incorporated into the new billboard, which stands over the corner of Lee Avenue and Keap Street. The message reads, ''Zeit menadev aer car,'' Yiddish for ''Donate your car.''

''We thought that injecting humor might also defuse tension,'' said Rabbi Eli Mintz, the director of Oorah, ''and perhaps even work to our advantage as a marketing tool, and bring in more cars as a result.''

He may be right. The agency said that it had been getting been getting positive responses and that the billboard was being talked about in the streets and in the shuls.

No one is sure who painted over the first billboard. ''Like in any group, there are some hotheads who are exercising the restlessness of their age,'' said Marty Needelman, a lawyer who lives in Williamsburg.

The billboard was not the neighborhood's only advertising casualty. Storefront signs are routinely taped or painted over because some consider them inappropriate. The Web address on a sign for a kosher-food delivery service, Cafe W, was blacked out; the Satmars don't use the Internet.

Still, officials of Oorah are just relieved that the problem involving their billboard was resolved with a few keystrokes on a computer.

''We have a good relationship with the Satmar community,'' Ms. Nestlebaum said. ''They are charitable and supportive of our work.''


איןבעיה » 6/2/2007 17:13

CHAPLAIN » 8/2/2007 21:23

the way the goiym look at it, is in my opinion a big chillul hashem, one should think twice before doing a stupid act, bringing public shame to the whole jewish community

gezoogt » 9/2/2007 04:49

Mr. Chaplaim you expect them to do what ? THINK?  now, thats a new one.

Can you please explain to these leidigeirs what this creation "thinking" is all about?      and then ask them to try to "think", even once, forget about twice

tatenyu » 12/2/2007 14:05

איך מיין אז עס איז געקומען די צייט אויפצוהערן עוסק זיין אין נעגאטיווע זאכן. מען מעג שוין אנהייבן אויפצוטון עפעס פאזיטיוו. פארוואס איז מען אלץ פארנומען מיט וואס און מיט פארוואס מען טוט נישט גוט.

hievery1 » 12/2/2007 22:41

what's the article about the artists? can you put up a link?
thank you
בלאט: 1 2