דער ציל פון די דעבאטעס איז אויסצושמועסן דבר דבור על אופנו, אזוי אז אפילו ווער עס האלט נישט מיט די טאג טעגליכע פרטים פונעם דיון זאל ארויסהאבן וואס דא גייט פאר.
קיינער איז נישט מחוייב אנטייל צו נעמען אין די דעבאטע און פארטיידיגן זיין זייט, פארשטייט זיך אז פאר די טובה פון די חשוב'ע ליינער וואלט יא כדאי געווען אז יעדער זאל פרובירן צו פרעזענטירן זיין צד מיט די ריכטיגע פאקטן.
די ערשטע דעבאטע וועט זיין איבער דער סכסוך פון המספיק, וואס האפנטליך וועט דאס געבן א שאנס פאר די ליינער (הערת הזעצער: וגם אני בתוכם...) איינמאל פאר אלעמאל צו באקומען א קלארן בילד איבער דעם ענין, און וועט פארענטפערן אסאך פון די שאלות וואס עגבערט די גולשים.
כדי די דעבאטע זאל זיין א סוקסעס וועלן אלע וואס נעמען אנטייל זיך מוזן האלטן צו געוויסע רעגולאציעס.
דער אשכול וועט האבן שטרענגערע רעגולאציעס ווי אלע אנדערע אשכולות אויפ'ן פארום, לטובת הענין, און די הנהלה וועט שטרענג פארסירן די רעגולאציעס.
אויב עמיצער שפירט אז ער איז באעוול'ט געווארן, זאל ער זיך מעלדן צו אלע מנהלים אין תיבה אישית, וואו די טענה וועט באהאנדלט ווערן בכובד ראש אי"ה.
1. דער מנהל וועט שטעלן א שאלה, און ביידע צדדים וועלן דעבאטירן די שאלה, ביז דער מנהל וועט באשליסן אז ער האט שוין געגעבן גענוג צייט פאר די שאלה. דערנאך וועט מען גיין צו די נעקסטע שאלה.
2. די דעבאטע איז נאר צווישן די וואס שטיצן ר' מאיר ווערטהיימער, און די וואס שטיצן די אלטע באורד מעמבערס, ר' ליפא גראס, ר' בערל פאלאטשעק און ר' שמעון משה קעפעטש. ווער ס'האט נישט קיין מיינונג זאל נישט אריינרעדן, און אוודאי נישט פארדרייען די נושא מיט זייטיגע ענינים. אויך זאל מען נישט איבערקייען די זעלבע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, און נישט שרייבן זייער לאנגע אשכולות וואס זענען שווער צו ליינען (די הנהלת הפארום וועט באשליסן ווער עס פארדרייט די טעמע, און אפמעקן תגובות וואס זענען "קאט ענד פעיסט").
3. אויב איינער וויל זיך צוריקקערן צו א פריערדיגע שאלה, ווען מען האלט שוין אינמיטן דעבאטירן אן אנדערע שאלה, זאל ער שיקן א תיבה אישית צו די מנהלים, און מען וועט פרובירן אמבעסטן נאכצוגעבן זיין פארלאנג.
4. לתועלת הענין, וועלן פון פאראויס באשטימט ווערן וועלכע ניק'ס זענען בארעכטיגט אריינצורעדן אין די דעבאטע, ווען א אנדערער ניק וויל אריינרעדן דארף ער צוערשט בעטן רשות ביי די הנהלה, וואס וועט יענעם מעלדן אויב ער איז בארעכטיגט דערצו. א תגובה פון א אנדערע ניק וועט אויסגעמעקט ווערן אן קיין ווארענונג.
5. מען צווינגט קיינעם נישט אנטיילצונעמען אין די דעבאטע. אבער אויב גייט אריבער די באשטימטע צייט ווילאנג דער מנהל האט אפגעמאכט צו געבן פאר א שאלה, און איין צד ענטפערט נישט, וועט מען גיין צו די נעקסטע שאלה. דאס זעלבע וועט זיין אויב קיין איין צד וועט נישט ענטפערן אויף א געוויסע שאלה.
6. פאר די איצטיגע דעבאטע זענען די פאלגנדע ניקס פון פאראויס באשטעטיגט אריינצורעדן אין די דעבאטע: פייפ_ליין, ארענדאר, טאגליכט, גוטזאגער, ביז_אהער, kj_village, מנחה, קאווע, פאקטיש, סקולדיסריק, געשמאק, און פאטאקי08.
7. די אנדערע אשכול איבער המספיק בלייבט ווייטער אפן, פאר די ביז-יעצטיגע אומקאנטראלירטע דעבאטעס.
מיט דאנק און שעצונג.
די הנהלת הפורום.