מסיבות א' שמות = להצלת הקהלה
89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1847884
היינט צפרי זענענן די עסקני וחברי הקהלה געזיצען אין ביהמ"ד אין אנגעהויבן צי נעמען געלט
אזוי אויך האט מען זיך געקענט איינשרייבען זיך צי פארזיכערן א זיץ ביי דעם געהויבענעם שיינעם מעמעד א שמות
וואס גייט פארקימען דעם מוצש"ק,
דער עולם האט אויסגעקיקט מורא'דיג ווארעם פאר די זאך, עס קיקט אויס אז דאס מאל גייט עס זיין מיט א גרויסע באטייליגטע ציבור
ווער עס האט פרטים איבער די מסיבה זאל עס ביטע מיטיילען מיטן ציבור
וועליכער ארויני איך פרעג צו ער גייט געבן געלט פאר אלף שמות
זאגן זיי די מיינסט איך בין משיגע
מ'האט שוין צו געזאגט 100 מאל מ'גייט געווינען מ'גייט געווינען מ'גייט געווינען מ'גייט געווינען
און גארנישט
די נארמאלע ארוינים פלאנען נישט צו געבען געלט דאס מאל
היינט אינדערפרי זענען חברי ועסקני הנהלת קהילתינו הק' געזוצען אין די סאטמארע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג - בארא פארק - קרית יואל ווי מען האט זיך געקענט איינשרייבן פאר א זיץ
און רעזערווירן א קארטעל פאר די קומענדיגע מסיבות "אלף שמות"
די פרייז איז:
בעל הבתים - $1000
אברכים - $500
עס וועט פארקומען דעם קומענדיגען מוצש"ק ויקה"פ הבעל"ט
א הערליכע פראגראם ווערט פארגעגרייט
ראדני !!
איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא אזא זאך ווי נארמאלע ארונים
!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ראדני, מיין קרעדיט קארטל איז שוין דורכגעגאנגן "קהל יטב לב'ס" מאשין. אראפגערוקט א טויזענטער. ברוך השם פארדעם.
דאס יאר וועט עס קאסטן מער מסי"נ ווייל עס פעלט דעם מוצ"ש פון פאר פסח ארויסצוהעלפן אין שטוב, און מ'וועט מוזן אויפזיין דעם ליל ששי, אבער נישט קשה, מיר וועלן זיך אנשטרענגן. ראדני152, ווילסט קומען צו מיר אינדערהיים צוצוהעלפן? דו וועסט הנאה האבן, מיר פארמאגן גאר גוטע ארטיקלן און ארכיוון פון די לעצטע 25 יאר ווען עס איז געווען "משה ואהרן בכהניו".
און א נקודה צום צד שכנגד, איך געב יעצט דאס געלט רואיג, ווייל אונזער קהל איז נישט קיין גנבים, זיי גייען נישט פאר "געלט אויפצוהאלטן בתי מדרשים" און נעמען דאס געלט צום לויער! עס איז צוויי באזונדערע זאכן, מ'נערט נישט קיין מענשטן.
ראדני, דו וועסט נאך אסאך שפרינגן צוליב מיין אלף'ל.
ביטע שרייבן נאר דא די נייעס פון דעם מעמד "אלף שמות".
יישר כח.
דער אמת איז
אז געלט דארף מען סיי ווי געבן אפילו ווען זיי מאכן ווען נישט די שיינע מסיבה
פשוט מען דארף זיי באצאלן פאר זייער ארבייט אין ארויסווייזן הכרת הטוב
די מסיבה איז נאר באנעס
רבותי!! אייער געלט גייט פאר א הייליגען צוועק
עפענט אייער הארץ!!
עפענט אייער טאש!!
די לעצטע פאר שעה האבן די ארוינים דא אויף הייד פארק געפענט א מעכטיגע קאמפיין אז מ'זאל געבען געלט פאר וואס??
איך וועל ענק זאגן
ס'איז אריין געקומען זייער ווייניג געלט האבן די ארוינישע קארפן קעפ געהייסן פאר זייער באצאלטע שרייבערס דא צו מאכן א מעכטיגע קאמפיין און דאס זעהט מען דא יעדע 20 מניט נאך א אשכול וועגן אלף שמות
please rodny please dont tell anyone about it we r not going to make nothing
ראדני,
זיי נישט קיין שוואנץ,
די האר וועט זיך דיר אויפשטעלן פון קאפ, ווען דו וועסט הערן די סאקסעס
וואס קהל יטב לב דסאטמאר (די עכטע) , האט מיט די מסיבה פון "אלף שמות",
ס'איז פשוט מיינד באגלינג, די השגות און ווארעמקייט וואס אנשי שלומינו
האבן פאר די מערכה, אי"ה נאך די מסיבה וועל איך אראפ ברענגען
קראנטע נאמבערס,
בקשה צו אלע חברי הקהלה חסידים ותלמידים פון כ"ק רבינו שליט"א און פון כ"ק הגאב"ד שליט"א
אויב האט איר נאכנישט אייער "אלף שמות קארטל"
דאן פיקט עס שוין אויף!
ס'איז א שאד צו פארפאסן
כלנו למעמד אלף שמות
מ'וועט קענען באקומען א קארטל ביים טיר?
קען דא איינער ארויפלייגן דעם אדרעסס מיטן זיפ קאוד? יישר כח
מיין אינגערער ברודער וואס האט ]פאראיאר חתונה געהאט דערציילט מיר נעכטן אז ער האט געקויפט 12 איינטריט טיקעטס פאר $500 יעדע איינצלענע (ער איז דאך א אברך) און האט שוין פארקויפט 8 שטיק פאר $750 יעדעס איינע, פאר בעלי בתים (וואס פאר זיי דארף ווען צו קאסטן $1000 א שטיק), און זאגט מיר מיט א שמחה אז ער האט געמאכט ריוח $2000 אין צוויי טאג, האב איך עם געזאגט אז לדעתי טאר ער דאס נישט טוהן, ווייל די טיקעטס וואס ער האט געצאלט $500 איז אויסשליסלעך נארפאר אינגעלייט, און אז ער פארקויפט דאס פאר בעלי בתים איז דאס רעכט גנבה פון קהל, ער האט זיך מיט מיר געשפארט און געטענה'עט אז בשעת ער האט דאס געקויפט האט מען עם בכלל נישט געזאגט אז עס דארף זיין נאר פאר אינגעלייט און לדעתו האלט ער אז ער האט די פילע רעכט דאס צופארקויפן און מאכן געלט,
הקיצור איך האב עם געשיקט צום דיין, און ער האט מיר צו געזאגט אז אינדערפרי ביים דאווענען וועט ער צו גיין צום דיין רבי חיים דוד שליט"א און ער וועט עם פרעגן, לעת עתה האב איך פון עם נאכנישט געהערט, (איך האב נאר געהערט אז ער האט שוין צו געקויפט ביי קהל נאך 10 איינטריט טיקעטס, זעט אויס אז די פרנסה גייט זייער גיט), איך בין סתם אזוי נייגעריג וואס דער עולם האלט, מעג ער דאס טוהן צו נישט???
The Westin Stamford. 1 Stamford Pl Stamford, Connecticut 06902
דיירעקשאנס פון מעפ-קוועסט:
אויפמערקזאמקייט:
איך בין נישט זיכער אז ס'איז דער האטעל, איך האב בלויז געזוכט אויף גוגל פאר א WESTIN האטעל און איך האב דאס געטראפן, ביטע זיכער מאכן איידער איר לאזט זיך ארויס, מעגליך איך האב א טעות.
פון וויליאמסבורג
פון קרית יואל
פון מאנסי
פון בארא פארקאז מוצאי שבת איז א' שמות,
קען איך ניצן דעם זמן פון מוצאי שבת פרשת ויחי,
וואס איז געווען 7:25,???
און איך קען מיר שפארן א גאנצע שעה,
ווייל אזוי קען איך שוין 7:30 זיין אינטערוועגענס...
13 הופער שרייבט:
"איין זאלי האט מיר זיך שוין פארענטפערט אז די טעיפס זענען פאלטש
האב איך עיהם געפרעגט ווער זאגט אז עס גייט זיין טעיפס
זאגט ער מיר אז דאס האבען די זאליס מורא
אויך זאגט ער מיר אז די וועקי טעיפ איז אויך פאלטש
אינטערסאנט זאג איך עיהם,
אין דיין רב ביסטי זיכער איז אמת" ע"כ
איך ווייס נישט פון קיין טעיפס מען גייט סך הכל ווייזן דעם עולם אלטע "דער איד"ס
פון די לעצטע יארן
למשל די דרשה וואס דער איד האט אריינגעלייגט תשס"א פון
"דרשת הרה"ג רב דקיט"ל בקר"י שליט"א"
א דרשה וואס דער רב האט געזאגט מ"ז אז מען דארף גיין צו די אייגענע דיינים
האט דער בלאט עס אראפגעברענגט צו פארענטפערן שאול תחתית'ס פורים דרשה
איך האב עס אפגעליינט און איך האב אליינס נישט געגלייבט וואס מיינע אויגן זעהן!!!!
זיי ברענגען אראפ א בריוו וואס ווארט נאך ווארט (דעיס איז שוין נאכדעם וואס דער איד ארבעטער האבן שוין אויסגעדרייעט די לשון כרצונם...) איבערצייגט קלאר ווער עס איז דער מסרב לדין!!!
גראד נאכן ענדיגן ליינען האב איך ארויסגנעמען פון טאש 6 הונדערטערס 2 פופציגערס און 15 צוואנציגערס
אין עס אריינגעלייגט אין א ענוועלאופ!!!... און אויפגעשריבן דערויף "אלף שמות"
איך וויל נישט פארפאסן צו זען דעם מוצאי די אנדערע שטיקלעך איד וכדומה... פארוואס די מסרבים לדין האבן אזוי מורא פון א דין תורה... ועוד ועוד.. וואס מען גייט ווייזן
הכר נא למ החותמת ולמי הפסילים.....
בכלל איז דער גאנצע דרשה פון פערלשטיין און פון דעם טשיף ראביי שוין אפגעפרעגט נאך פארן אלף שמות
דא קענט איר זעהן אביסל
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1835537http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1849894
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 24/03/2006 20:59:56
איז דא א האטליין צו הערן לייוו?????
איך בין יעצט דארט ס'איז נישט דא קיין איין ליידיגע פלעצער און פון אלע זייטן שטייען מענטשן וואס האבן נישט ווי
צו זיצע
Reporting live!
ן
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 26/03/2006 5:34:24
רופט אויף
212-990-8000
דערנאך דריקט 2000 און דערנאך #
מ'ברענגט יעצט אריין הינדערטער בענקליך פאר די וואס שטייען
אזוי ווי די עולם וואס זיטץ און בעק קען נישט זעהן די רעדנערס האט מען אנגעצינדן א פארשעקטער און בעק ווי מ'זעהט די רעדנער לייוו
יעצט רעדט ר' בערל
R' Duved Houer, S'gan Rosh Hakohol, is talking now
1
[בילד – נישט אפגעהיט]
1
[בילד – נישט אפגעהיט]
3
[בילד – נישט אפגעהיט]
4
[בילד – נישט אפגעהיט]
5
[בילד – נישט אפגעהיט]
6
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען מ'דרקיט אויף די האטליין *8 קען מען הערן וויפיל מענטשן הערן יעצט הערן עס 1,100
1354
יעצט גענדיגט חלק א פון מאחורי הפרגוד
הרה"ח ר' אלישע הורוויץ רעדט.
8
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' אלישע יעצט גענדיגט רעדען. ר' יצחק רז"ב נעמט די מייק ווידער און רעדט בנוגע בני ברק, זאגט אז מ'האט געהאט הצלחה אין ר' משה חיים ווייס איז די מנהל אין אלע רשויות.
די פליגער האט געקראכט אבער נישט אונזערע
וואס האט מען אויפגעדעקט ביי די אחורי הפרגוד עפעס אינטערעסאנטע זאכען ?
יעצט בין איך אנגעקומען אהיים , איך האב נישט די ווערטער אין מויל צוזאגן וואספארא געלונגענע אין שיינע מסיבה עס איז געווען איך האב א TREO 650 אין איך האב גענומען אפאר ווידיאו קליפס אויב איינער וועט מיר זאגן וויאזוי וועל איך עס ארויף לייגן , איך בין געווען שאקירט אריינקומענדיג אין זאל צו זעהן אזא עולם.. כן ירבו !!!!
www.yousendit.comלייג עס דארך דעם ארויף
א מעכטיגע מסיבה!
ס'איז ב"ה געווען מורדיג
די טעיפ פון שואל פערלשטיין מיט רבינו שליט"א האט מיר געוויזן א זאך וואס די ארוינים פארקופן שוין די לעצטע פאר יאר... און איך האב קיינמאל נישט געגלייבט אויף 100% אז ס'איז אמת אבער יעצט גלייב איך שוין 100% אז ס'איז אמת ס'איז ווערט געווען 1000 $
פון די טעיפ פון די רבי שליט"א זעהט מען אז די רבי האט קיינמאל נישט ארויס געווארפן ר' בערל פר"מ... אזוי ווי די זאלי'ס זאגן
די בעסטע שטיקעל איז געווען ווי די רבי שליט"א פרעגט שואל אויב בני יואל איז די וואס שלאגן זיך און ער ענפערט יא
ווי אויך ווען די רבי שליט"א פרעגט שואל פאר וואס זיי קומען נישט צו עם זאגט שואל אז מ'לאט זיי נישט אריין צום רעבין שליט"א
נאכדעם האט מען געגעבן פאר די ארוינים די געלגענהייט מיט צו האלטן א סדר טיש ביי רבינו שליט"א מ'זעהט אז די ליגעל טים האט די גאנצע לעצטע 7 יאר לייוו און זייער באזיטס ב"ה
איך גיי יעצט אויף די זאלי פורום זעה איך אז דער שוטה ווילי_יונג שרייבט דארט אז ער האט גערדט צו ארוינים און די ארוינים שעלטן אז מ'האט גארנישט געוויזען
איך האב נישט געזעהן קיין איין ארויני וואס זאל נישט זיין צופרידן פון וואס מ'האט געוויזען
עפשר האט ווילי_יונג גערעדט צו איינע פון זיינע ניק'ס דא אויף הייד פארק וואס שפילן ארויני?
ס'איז געווען מוראדיג א שיינע מסיבה, נאר צו זען די ריזיגע עולם וואס האט אנגעפילט יעדע לאך איז שוין כדאי געווען צו פארן. פארוואס דארף מען זיך אייביג אונטערשאצן און צושטעלן ווייניגער פלאץ פון וואס מ'דארף?
יעדע איינציגע דרשה איז געווען פיל מיט טעם און מלא תוכן (אפילו פון דוד הויער...), די עיקר איז פארשטייט זיך געווען אלישע האראוויץ און יצחק ראזענבערג וואס האבן געשניטן שטיקער פון די זאליס, אלישע האט זייער גוט צולייגט די ליגנטס פון שאול פערלשטיין, און יצחק האט ליגעל געמאלדן אז ס'איז געלונגען פאר משה גבאי, די פליגער האט טאקע יא געקראכט... אבער נישט אונזער פליגער...
די הויכפונקט איז געווען צו הערן די טעיפ פון שאול פערלשטיין. ס'איז נישט מעגליך דא צו אראפצולייגן די שאק פון מיטהאלטן לייוו די זאך וואס אונז ווייס מיר שוין אזוי לאנג, וויאזוי די רשעים נוצן אויס די רבי'ס מצב פון געזונט פאר זייערע ביליגע אינטערעסן, און מ'זעט קלאר אז אפאר יאר נאכן גיין אין קאורט איז די רבי נאך אלץ נישט ברוגז אויף שמואל אבערלענדער וואס "מיט זיין גרויס חוצפה וויל ער נאך יעדע וואך זאגן גוט שבת פארן רבין"... נאר גאר אויף שאול פערלשטיין (די בני יואל...).
נארישע ארוינים ווערן פאר קויפט פאר די בלאט אז עס גייט זיי עפעס א מעכטיגע סוד וואס ווען ווי????????
און דער גרויסער ארויני בא ללמד שרייבט מעכטיגע פרעזענטציע מ'וועט נישט וויסן ס'גייט בלייבן א סוד????
דער גזבר זאגט ס'איז א מילטערישע סוד.
ארוינים עפענט ענקער אויגן זעהט ווי מ'פארקויפט ענק שקר די אלע אנדערע זאכן וואס מ'זאגט ענק איז די זעלבע שקר
בטחון,
איך בין גראדע יא נעכטן נאכט געוואר געווארן א גרויסן מעכטיגן "סוד"
האסטו דען ביז היינט אויך געוויסט אז,
ר' בערל פריעדמאן
ר' דוד הויער (דעם רבינס תלמיד)
ר' שמואל אבערלענדער
ר' יצחק ראזענבערג
ר' אברהם וויעדער
ר' דוד עקשטיין
ובראשם ר' אהרן טייטלבוים
זענען בני יואל???
דעם סוד בין איך נעכטן נאכט געוואר געווארן ווען דער רבי שליט"א האט געפרעגט
דעם "שאול תחתית" ווער זענען די מענטשן, די בני יואל?
און דער "דורש ומסלף" דער "לץ הגדול" שאול פאערשטיין ענטפערט דעם רבי'ן מיט א גרויסן
יא !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
די מסיבה נעכטן איז געווען געלונגען אויף יעדען הינזיכט מלא תוכן, מלא טעם
איינער וואס איז נישט דארט געווען האט פארפאסט, יא באמת פארפאסט
אבער איין פוינט וויל איך ארויסברענגען
עס איז קלאר אז אלישע הורוויץ'ס דרשה איז געווען פין די הויך פונקטען נעכטן ביי די מסיבה
א זעלטענהייט פין א געלונגע דרשה, אויף זיין שטייגער האט ער אלעס אלעס מסביר געווען אויפן בעסטן אופן וואס עס איז שייך
אבער נעכטן האב איך געטראכט, אלעס זייער פיין מיר הערן די דרשה, וואס טיט זיך אבער מיטן צד שכנגד?? ווי אזוי גייט אנקימען די דרשה צי זיי????
היינט קימענדיג אין היידפארק האב איך געזען אז יעדעס ווארט וואס אלישע האט נעכטן געזאגט איז שוין אנגעקימען צים ריכטיגען אדרעס אין עס שטעכט שוין ווי שפיזען דארט
ליינט מיט הנאה ווי דרייניץ פין די גרויסע זאלי קעפ שעלט אין קאפעוט אויף די דרשה
{היות זיין זעלבסט איגא לאזט אים נישט שרייבען דא ברענג איך אראפ זיינע ווערטער}
עס איז נישט נויטיג קיין קאמענטארען אויף דעם נעכטיגען מוראדיגען מעמד פון איבער 3,000 אידען וואס האבען איטליכער געגעבען לכה"פ $500 צו קענען מיטהאלטען די פרעזענטאציע לייוו, סך הכל איז נעכטען נאכט אריינגעקומען צווישען 2 און 3 מיליאן דאלאר פאר די הצלת קהילתינו הקדושה קאמפיין, ווער עס גלייבט נישט איז אזוי אן אפיקורוס ווי דער גאנצער ציבור אנש וואס יצחק ראזענבערג און אלישע האבען באקרוינט פאר אפיקורסים פארען חטא פון זיין א מבזה תלמיד חכם, איך ווייס נישט צו דאס מיינט יוסף הערש סופר צו ר' אהרן...
צום ענין, א פערזענליכער מעסעדזש צו ר' לישע, איך ווייס אז די לעבסט אין דיין וועלטעל און פאנטאזירסט אז אלע אויערען פון די גאנצע וועלט זענען אנגעשפיצט צו הערען דיינע דברי חכמה און אנעמען דיינע רעזאלוציעס, אין דיין פאנטאזיע באשטייט די וועלט פון די צוהערער וואס קלאמערען צו הערען דיינע ווערטער אין מקוה אויף גארפיעלד רד אדער אין גרענד פוד אויף פארעסט רד, די פאנטאזיע ערלויבט דיר די מעגליכקייט צו שיקען אן אולטימאטום צו אלע רבנים אויף די גאנצע וועלט מיט די מוראדיגע סטראשע אז טאמער מען ענטפערט נישט אפ דיין קונטרס איז בעל כרחך א סימן אז מען איז מודה צו דיר.
לישע טייערער איך האב נייעס פאר דיר, אלע ערענסטע רבנים איבער די וועלט זענען נעכטען נאכט 12 אזייגער אדער געשלאפען אדער געלערענט, רוב פון זיי ווייסען מיטאמאל אז עס איז דא א לישע אויף די וועלט און די וואס ווייסען יא האבען נישט קיין מינדעסטע אינטערעסע זיך צו שטעלען אין ווארט און פארהערען מיט דיר. נישט זיי ווייסען פון דעם אולטימאטום און נישט עס גייט זיי אן, די רבנים טוהען וואס זיי ווילען אפגעזעהן פון די דיקטאטען פון לישע און אפילו אפגעזען פון די דיקטאטען פון ר' אהרן, יא, עס איז א נייע וועלט לישע, ...........בלא בלא בלא .....................................
די לעכערליכקייט פון די אולטימאטום און טענה פון לישע שרייט ביזען הימעל...
סאטמאר, וואס פיהרט זיך על פי פסקם פון רבנים ודיינים יושבים על מדון, רבני הקהלה רבות בשנים, מפורסמים כגדולי תורה ויראה בכל קצוי תבל, און האט צו זיך די הסכמה פון הגר"י ראטה שליט"א גאב"ד קארלסבורג און הגרי"י פישער זצ"ל ראב"ד העדה החרידית און עד היום איז נאך קיין איין בית דין אדער רב ארויסגעקומען זאגען אז זיי פירען זיך שלא על פי תורה, די אלע אויבענדערמאנטע איז גלוי ומפורסם ארויסגעקומען בכתב נישט אין שופלאדען, סאטמאר איז גאר די מסרבים לדין און די וואס זענען עוקר דעם ואלה המשפטים, לויט לישע.
סאטמאר איז גאר דער וואס דארף ענטפערען אויף דעם רוף פון לישע און טאמער שווייגען אונזערע רבנים איז א סימן אז שתיקה כהודאה דמיא, אז מיר זענען מודה צו זייערע שייגעץ שטיקעס על אף וואס אונזערע רבנים האבען ארויסגעגעבען מכתבים און פסקים קעגען זיי. די שתיקה אויף לישע'ס בריוו און זיין פארלאנג וועגט איבער דאס וואס זיי שרייען כסדר אין זייערע דרשות און אין זייערע בריווען......
משא"כ די ארוינים .....בלא בלא בלא ................, זיי דארפען לויט לישע גארנישט ענטפערען, אויף זיי איז נישטא קיין קשיא, זיי האבען א היתר פון שתיקה כהודאה ווייל א גרויסער טייל פון די רבנים האבען אונטער זייער שטארקען טעראר זיך אפגעהאלטען פון ארויסזאגען זייער דעת תורה און דאס איז גענוג פאר די ארוינים אלץ היתר.
לישע, קען זיין ביסט גערעכט, ...........בלא בלא ........., דער ברייטער ציבור איז אסאך קליגער ווי דעם, און זיי לאכען פון דיר, זיי לאכען פון דיינע אולטימאטום, און יא זיי לאכען אפילו פון דיינע מעכטיגע בריווען והעולה על כולנה זיי לאכען אין די פויסטען פון דיין רב,
ע"כ פין דעם חכם דרייניץ
מען זעט אז די דרשה ב"ה האט געהאט דעם ריכטיגען עפעקט
יא דרייניץ מען זעט אז די אמת'ע דיבורים טיט דיר וויי
האסט נעבעך נישט געקענט שלאפן ביינאכט
תוקן על ידי - kj_village - 26/03/2006 19:48:02
אבער ווער זענען זיי?
וויאזוי ווערט מען פטור פון זיי?
זענען זיי די בני יואל?
וויאזוי קען דאס זיין? קיינער פון זיי איז נישט געקומען צו מיר. פארוואס?
פון מיינע אויגן זענען גערינען זודיגע טרערן הערנדיג די איידעלע הייליגע שטימע פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וויאזוי ער פרעגט די שאלות פון דעם טיפש פערלשטיין.
אבער איך דאנק דעם אויבערשטן אז איך האב געהאט שכל ארויסצונעמען 1,000 דאלאר פון טאש, זיך צו קענען באטייליגן ביי די מסיבה. קיינמאל פריער האט זיך נאכנישט ארויסגעשטעלט אזוי שטארק פארוואס עס איז אזוי וויכטיג אנצוגיין מיט'ן קאמף פאר'ן כבוד שמים.
ווער וואלט זיך אמאל געגלייבט וואספארא אפענע שקרים וכזבים זיי פארקויפן דעם רבי'ן, אן קיין טראפן בושה. נישט מער און נישט ווייניגער, נאר מיר זענען אלע בני יואל וכו' וכו'.
אונזער הייליגער רבי וואונדערט זיך וויאזוי ס'קען זיין אז די אלע אידן וועלכע זענען אלע יארן געווען זיינע פריינט זענען זיינע שונאים, און ער פרעגט מיט שטוינונג און ווייטאג פארוואס קיינער פון זיי איז נישט געקומען צו אים.
וואס ענטפערט אים דער נישט-קלוגער פערלשטיין? נישט מער און נישט ווייניגער נאר זיי ווילן נישט קומען צום רבי'ן, זיי ווילן גארנישט קומען. די טירן פון רבי'ן זענען ברייט אפן און מען לאזט זיי אריין, נאר זיי האלטן נישט ביים קומען.
און שוין נאכדעם וואס דער רבי איז זיך מתמרמר אז זיינע גוטע פריינט קומען נישט צו אים, זאגט פערלשטיין פאר'ן רבי'ן וואספארא מחוצף שמואל אבערלענדער (מען רעדט נישט דא פון א יונגערמאנטשיק, נאר א זקן מיט א הדרת פנים, א תלמיד חכם) איז, אז ער וויל דירעקט קומען צום רבי'ן זאגן גוט שבת. יעדע וואך שטופט מען אים אוועק און מען גיט אים פעטש, אבער דער מחוצף און עזות פנים קומט צוריק.
ווער וואלט זיך געגלייבט אז אין די 21סטע סענטשורי קען אזאנס פארקומען?
איך האב א קליפ פון די גאנצע מאחורי הפארגוד זאל איך עס ארויף לייגן ס'איז גאנץ גיט???
יא, לייג עס ארויף