היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מסיבות א' שמות = להצלת הקהלה

מסיבות א' שמות = להצלת הקהלה

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1847884
בלאט: 1 2

עכטע_נייעס » 26/3/2006 20:03

the clip is too big, it's 232 MB. some one has an idea how to make it smaller?
[בילד – נישט אפגעהיט]

העטעכפעטעך » 26/3/2006 20:04

יא לייג עס ארויף וועבט מהנה זיין הונדערטער אדער טויזענטער מענטשען.

ווארהייט » 26/3/2006 20:06

אמעריקע איז זייער א גוט לאנד - האט געזאגט שאול קליינקעפיגשטיין פאר'ן רבי'ן - נאר איין שלעכטע זאך האט עס, אז מען קען רופן גנבים און רויבערס אין קאורט.

נאכ'ן הערן פערלשטיינ'ס ווערטער טראכט איך אז איך ווייס שוין איבער וואס ס'איז געווען די באוואוסטע גרויסע היסטארישע מלוקה פון די צדיקי הדור איבער'ן קייסער נאפאליאן.

נאפאליאן האט געוואלט געבן אלע פרייהייטן פאר אידן, אבער מיט'ן פרייז פון די איין שלעכטע זאך אז מען זאל קענען רופן גנבים און רויבערס אין קאורט. די צדיקים האבן דן געווען צו ס'לוינט זיך צו באקומען די אלע גוטע זאכן, אז אידן וועלן זיך אזוי ביטער צוזאמליידן פון די איינע שלעכטע גזירה.
 
נישט אזוי, בא ללמד?

פאטאקי08 » 26/3/2006 20:11

עכטע נייעס
מוזט עס נישט מאכן קלענער
סעט נאר רעדוצירן די קוואליטי
יו סענד איט האט זייער א שנעלע סערווער
קענסט עס לאזן לאודן סעט נישט נעמען מער ווי אשעה זיכער

עכטע_נייעס » 26/3/2006 20:14

אקעי איך וועל עס בלי נדר ארויף לייגן שפעטר נאכמיטאג אדער ביינאכט יעצט קען איך נישט

יענקעלע11 » 26/3/2006 20:20

kj-village און גוטזאגער,
איר האט זייער גיט ארויס געברענגט, און מיינע קאמענטארן זענען איבעריג,
היינט אינדערפרי ביים דאווענען אין 53טע סטריט, האב איך געזען אז ס'איז ב"ה העכסט געלונגען,
השם לי בעוזרי, ואני אראה בשונאי, פון  ווי ווייס איך אז דער בוכ"ע העלפט מיר, ווייל איך זעה ווי מיינע שונאים שימפען און שעלטן,

ס'איז געווען א פלעדזשער צו הערן די קללות נמרצות פון די שונאי רבינו, ווי זיי שעלטן, בעיקר האבן זיי געשאלטן ר' אלישע, זעט אויס אז ער האט זיי ארויף געטרעטן אויף די הינער אויגן, און נישט געוואלט אראפ גיין, ניין ער האט זיך נישט געבעטן  צו קומען פארהאנדלן (ווי שאול תחתית האט זיך געבעטן), ער האט נישט געשריגן "אנשים אחים אנחנו" (ווי שאול תחתית האט נעבעך געוויינט מיט דמעות שליש), ער האט נאר געשריגן הויעך און קלאר, "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם" מיר האבן א סכסוך און מיר דארפן גיין צו דין תורה, נישט קיין חילוק וואס ר' ישראל חיים, ר' זלמן לייב פיליפ, ר' שלמה ליים און ר' חיים דוד האלטן, די תורה הקדושה שרייט הויעך "לפניהם" מען דארף גיין צו א "בית דין", און אויב ווילט איר נישט קומען לדין תורה זענט איר "מסרבים לדין" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט, און וואס שאול תחתית זאגט איז לגמרי נישט מאסגעבענד, דער עיקר איז וואס רבינו יוסף קארו האט צו זאגן אין דעם אינזיכט, און עפעס איז ער זייער נישט געאייגענט פאר ענק, ער רופט ענק אן מיט שרעקלעכע לאזענגען, און דאס נעמט ענק נעבעך ארויס פון גלייך געוויכט,  

פאטאקי08 » 26/3/2006 20:26

פארוואס קענסטו נישט יעצט?
קענסט רואיג ניצן דעם קאמפ.
עס שטערט נישט גארנישט אונעם קאמפיוטער
קענסט עס לאזן לויפן און קענסט ראויג ניצן אונטערנעט עס מאכט נישט עס זאל גיין שטאטער ווייל עס ניצט נאר אפלאוד און בראוזן ניצט דאונלאוד
מינימייזס און פארטיג
זיי מהנה דעם עולם

כל_העולם » 26/3/2006 21:35

עכטענייעס:

א גיטס פון ר' יצחק

ער האט געזאגט אז די זאלי'ס האבן געזאגט אז אויב זיי זענען נישט די פיילעט פון די פליגער וועלן זיי עס אראפ קראכן האט ער הויך אויס גערופען יא יא זיי האבן אראפ געקראכט די פליגער אבער נישט די ווי די ארוינים זענן געווען

כל_העולם » 26/3/2006 21:36

abi_gezint:

The best in my opinion was what Lisha Said

"Don't Confuse me with the facts as I already have set up my mind" which in our case
describes the Zolis at best

אלףשמות » 26/3/2006 21:40

א גוט מארגן אידן.
וואס זאל איך אייך זאגן די נעכטיגע מעמד האט נישט פארשעמט מיין ניק,

"מלא תוכן"

נאר פאר'ן זעהן אזא ריזן ציבור אחים לדעה וואס יעדער וואס איז געקומן האט באצאלט פאר'ן זיץ. דיינו!
נאר פאר'ן זעהן די עקסטאז ביים עולם ווען מ'האט אויפגערופן הרבני החסיד ר' יצחק ראזענבערג שליט"א סגן ראה"ק דקהילתינו. דיינו
נאר פאר'ן הערן די דברי פי חכם חן פון הרה"ח הר"ר אלישע שליט"א. דיינו!
נאר פאר'ן מיטהאלטן די העצע פון'ם שאול תחתית. דיינו!

על אחת כמה וכמה
אזא מסיבה!
אזא עולם קיע"ה!
אזעלעכע דרשות!
אזוי אפען ווייזן למי החותמים ולמי הפוסלים!

יעצט זאל זיך דער "גרויסער לץ" אדער דער "בעל שלא עשני גוי" נאכאמאל אויפשטעלן מיט א פלאמפייערדיגע דרשה בעטן
אביסעלע טינט פונעם קליינעם פעדער
 און מיר וועלן בעטן
געב אונז נאר דעם צעטיל ווי צו לייגן די טינט און איר וועט עס באקומן אויפן מינוט

שפיטצער06 » 27/3/2006 00:47

קרעדיט zalishor

ר' ז"ל זאגט תורה בעט א סידור גאר גוט http://video.google.com/videoplay?docid=4938332520831192745&q פאר וואס האט מען דעס נישט געוויזען נעכטן

פאטאקי08 » 27/3/2006 01:49


ביטע לייג עס ארויף אויף יו סענד
דער עולם וואס האט JNET וויל אויך הנאה האבן

ווארהייט » 27/3/2006 02:23

די לצים זאגן אז ביים מעמד אלף שמות האט מען אויסגעראפעלט דעם "אבנטו של כהן גדול", און די "מכנסיים" פון שאול פערלשטיין......

זשוליאני08 » 27/3/2006 06:13

לתועלת הרבים שטעל איך ארויף די טעקס פון שאול תחתית'ס שמועס מיט רבינו שליט"א.


ס'איז צוויי זייטן.

דאס איז זייט איינס



[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט צוויי פון שאול תחתית העצע שמועס מיט רבינו שליט"א



[בילד – נישט אפגעהיט]

יענקעלע11 » 27/3/2006 17:51

דרייניץ שרייבט:
אלף שמות
do you want the long version or the short version?

for the long version
הער אויס די דרשה פון ראש הקהל דקהלתינו הקדושה הרה"ח ר' שאול פערלשטיין שליט"א

for the short version
שיק אונז אן הזמנה וועלען מיר גיין!!!!!!!!!

איינמאל האבען ענק געשיקט א הזמנה פון בית יוסף, בית יוסף האט דאס מבטל געווען און געשריבען אז זיי זענען זיך מער נישט מזדקק צו דעם דיון ווייל די ארוינים האבען אריינגעגעבען אין ערכאות תביעות שלא ברשות בית דין אין די צייט וואס בית דין האט נאר געגעבען רשות לעקל.
אלזא שיק אן הזמנה וועלען מיר גיין צו דין תורה!!!!!!!!!!

און שעפעלע טאמער האסטו נאך שאלות, פרעג מיין קינד פרעג, און מיר וועלען דיר ענטפערען כפי מיסת הפנאי.
פרוביר צו פרעגען קורץ און צום פינטעל אזוי וועלען די תשובות זיין קלאר.

דרייניץ, זיסער, דו ווייסט דאך אז איך האב דיך ליב, סא ביטע הער אויף צו האקן א טשייניק, איך האב געהערט דעם שאול תחתית טעיפ, נישט איינמאל, נאר נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב שוין מזכה געווען צענדליגע אידן מיט די הנאה צו הערן א דערביטערטן טיפש ווי ער מיטשעט זיך מסביר צו זיין אז מיר זענען גאר די מסרבים לדין, על כל פנים דו דרייניץ ביסט דאך לדעתי  קלוגער ווי רוב זאלונים (עכ"פ אויבן אויף זעט אזוי אויס), סא, האלט איך אז, דו אליינס גלייבסט דאך נישט זיינע שטותים,

דרייניץ, האט דער נעווארדיק'ער בית דין אמאל צוריק געצויגן פון די הזמנות, דרייניץ, ענטפער יא צו ניין, ווייטער ענטפערסטו מיט פשעטלעך, איך פרעג דיך קלאר, יא צו ניין, הע?,וואס זאגסטו?, ניין, אמת?, זיי האבן נאר צוריק געצויגן פון ענקער סירוב, נו, פיר אויס, ווייל... איר האט זיי ביטערליך טעראריזירט, סא, פרעגט זיך ווייטער פארוואס ווילט איר נישט קומען צו דין תורה???.

איך פארשטיי דרייניץ, אז ס'איז היפש ווייטאגלעך ווען מען שרייט אייך נאך "מסרבים לדין", אבער איר דארפט פארשטיין, אז טאמער וויל מען נישט גיין צו דין תורה איז מען א "מסרב לדין", און איר קענט נישט האבן ביידע וועגן, איר קענט נישט, "נישט" קומען צו דין תרה, און "נישט" הייסן א מסרב לדין, ס'ארבייט נישט אזוי, שאול תחתית קען האלטן בכיות'דיגע דרשות פאר 20 שעה, ס'וועט עם גארנישט העלפן, טאמער וויל מען נישט גיין צו דין תורה, איז מען לכולי עלמא א "מסרב לדין".

דערמאן דיך נאר דרייניץ'ל, אייערע פוילע נארישע תירוצים, נאר צו אונזערע דיינים... נאר אויב מען רעד פון... נאר אויב ער שרייבט אינטער די... נאר אויב מען רעדט נישט פון... נאר... נאר... נאר..., און ווי זאגט שאול תחתית, א ביסעלע טינט, שאול, מיר גייען דיר שיקן א טראק לאוד מיט טינט, אויב דער בית דין וועט אזוי הייסן, און מיר וועלן אלעס טוהן על פי התורה,אן קיין תנאים, און אן קיין זמנים ותקופות, "אלעס" און "אייביג" נאר על פי התורה, אזוי ווי ערליכע אידן פירן זיך אויף, און איר זאלטס ווייטער מסביר זיין מיט אייערע נארישע קינדערישע תירוצים פארוואס איר דארפט "נישט" פאלגן די תורה,  און דאס וועט אייך ווייטער אפזיגלען אלץ "מסרבים לדין".

דרייניץ, אזוי ווי די האסט ליעב "קורץ און צום פינטל" וועל איך דיך פרעגן "קורץ און צום פינטל", האסטו געזען דעם פסק פון זקן הרבנים הרה"צ מאודווארי שליט"א, אז דער דין תורה באלאנגט צו זבל"א, נו אויב אזוי ווער זענען אייערע בוררים?, נו ווער?, דרייניץ דו הערסט נישט, ווער?, מיר האבן שוין געמאלדן ווער אונזערע בוררים זענען, און דו זאגסט דאך אז איר ווילט יא גיין צו דין תורה, נו זאג שנעל ווער זענען אייערע בוררים???

 דרייניץ,   YOU FAKE PHONY FRAUD.................

מקוה_איד » 28/3/2006 00:26

אבזערוואציעס און קרישקעלעך פונעם פארגאנגענעם אלף שמות.

1. סיז קלאר אז די זאליס האבן נישט קיין שום שאנס בעולם צו געווינען ביי א די"ת בזבל"א. זערא, זילטש, נאדא, און איך רעד טאקע בנוגע דאס "רבנות", וואס דאס מיינט שוין אטאמאטיש די קהלה, און דאס איז שוין נאכדעם וואס איך האב אויסגעהערט שאול פערלשטיין'ס דרשה, דאס מיינט איך האב שוין געהערט ביידע צדדים, די אהרונים וועלן האבן אן איזי טיים אויפציווייזן פאר א זבל"א אז דער רבי שליט"א בהסכם פון קהל "אינקלודינג" יענקל  קאהאן האט אויפגענומען ר' אהרן פאר רב אין וומ"ס איידער מ'האט אויפגענומען ר' זלמן לייב'ן, און ע"פ הלכה איז נישט דא קיין שום וועג ווי אזוי מעביר צו זיין א רב לעולם ועד אויב מ'האט איהם שוין אויפגענומען איינמאל כדת וכדין, אויב יא, זאלן די זאליס טאקע אויך מערער זיין אויף די רבנות אין קרית יואל ווייל דער רבי האט דאך געשריבן אז ר' אהרן איז א "מועל בשליחתו", זיי וועלן האבן די זעלבע שאנסן ביי ביידע. און איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די מציאות הדברים, ווייל לענינו איז נאר נוגע וואס אן אביעקטיווער בי"ד וועט גלייבן, נישט וואס מיר הייד-פארק שרייבערלעך גלייבן.

2. די טענה אז ר' אהרן איז דער איינציגער צוריקהאלט צו די"ת ווייל ער האלט נישט ביים אונטערשרייבן שטרי ברורין, איז צושמעטערט געווארן אויף פיצלעך, צוליב 3 פעסטע טעמים וואס איך האב נאך נישט געהערט דערווייל קיין איין תירוץ מיט דברים של טעם פון קיין איין זאלי, 1, די זאליס ווייזן דערווייל נישט קיין שום גרייטקייט בכלל צו גיין בזבל"א, זיי האבן נאך מיטאמאל אויסגעוועלט בוררים, נו וואזשע שפרינגסטו שוין צו ר' אהרן'ען אז ער זאל אויך אונטערשרייבן שטרי בורירין, סיז דאך נאך נישט דא פארוועם צו אינטערשרייבן, 2, די נתבעים האבן ע"פ הלכה נישט קיין שום רעכט צו באשליסן ווער עס מוז אינטערשרייבן שטרי ברורין, בנוסף צו די אפציעלע נתבעים, דאס קען נאר דער בי"ד באשליסן נאכדעם וואס ביידע צדדים קומען צו א הסכמה ווער דער בי"ד זאל זיין, זעצט מען זיך אראפ ביים בי"ד און דעמאלטס לייגן פאר די צדדים די טענות ווער נאך עס מוז אונטערשרייבן, אבער די נתבעים אליין מדעת עצמם? און זיך נאך אויף דעם זיך אליינס געבן א היתר נישט צו גיין צו דין תורה? איז א טיפשות, ווייל אויב אזוי קען זיך יעדער ארויסדרייען פון קומען צו די"ת, ווייל יעדער נתבע וועט אלס טענה'ן אז "זרח משה" מוז אויך אינטערשרייבן, און זיך "אליינס" געבן א היתר, נישט קיין נפק"מ וואספארא שטארקע טענות דו האסט פארוואס דער אדער יענער מוז אויך אונטערשרייבן שטרי בורירין, דאס קען נאר דער בי"ד מחליט זיין, נישט דער נתבע מדעת עצמו, דאס איז א דבר פשוט, 3, די גאנצע זאך איז א שקר גס, קוקטס אריין אונעם בריוו וואס אלישע הורוויץ האט געשריבן צו רמ"מ טירנויער, שרייבט ער דארט קלאר אז ר' אהרן איז גרייט אינטערצושרייבן, אויב בי"ד האלט אז ער מוז.

3. די ראשי הקהל האבן באקומען אן אפטנארמאלן חיזוק פון דעם פארגאנגענעם "אלף שמות", סיי פינאנציעל און סיי מאראליש, דאס איז געווען די מערסטע סוקסעספטלע מסיבה פון די אלע פארגאנגענע יארן, ס'זענען דארט געווען לכה"פ 2000 אידן, די זאל איז בערך 2 מאל אזוי גרויס ווי ויואל משה זאל, די טישן זענען געווען באזעצט צו די מאקסימום, וויפיל בענקלעך מ'קען נאר צאמשטיפן ארום א רינדיגן טיש, אויסער דעם האט מען אריינגעברענגט בענקליך אין מ'איז געזעצין צווישן די טישן, און מ'איז געשטאנען ארום אלע ווענט, סיז געווען א מחזה הוד צו זעהן אזויפיל טויזענטער סאטמארע אידן זקנים ונערים, וואס האבן זיך ארויסגעשלעפט ביז קאנעטיקעט, און זיך נאך געלאזט קאסטן גוט געלט. לויט ווי איך הער איז אריינגעקומען עפעס אסטראנאמישע ציפערן געלט.

4. די שאול פערלשטיין קאסעטע האט מיר זייער געציפט דאס הארץ, צו זעהן ווי א ווילד פרעמדער לץ, וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום הכנעה צו רבינו שליט"א, זיין אקצענט הערט זיך מער ווי א כנסת דעפוטאט קאנדידאט, רעדט מיט אזא ווילדע פארגרעבטקייט צו אונזער באליבטן רבי, נזר מחמדינו, און מוסר'ט גאר דעם רבי'ן, א קעגן וועם? א קעגן זיינע געטרייסטע סולדאטן, זיינע אייגענע קינדערלעך, אברהם ווידער, בערל פר"מ, שמואל אבערלענדער, מענטשן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר כבוד רבינו, יא!! ליידער, דער בעלזער מנוול איז זיך נוקם פורסט הענד מיט זיין שונא נומער איינס, "סאטמאר רבי בכבודו", ער צאפט איהם דאס בלוט!! אוי איך שודדנו!!, יעדעס מאל עקסטער וואס רבינו שליט"א פרעגט מיט ווייטאג, נאכאמאל און נאכאמאל "ווער זענען זיי?", האב איך געשפירט ווי א שפיז גייט דורך מיין הארץ, וואס ברויך דער רבי נעבעך צו טראכטן אלע זיינע ידידים אלע זיינע קינדער, האבן איהם פאראטן און ער איז נעבעך געבליבן סטאק מיט וועם? יא!! שאול פ"ש, יאסל וואלדמאן, זיגי בראך, וואלי לעפקאוויטש, און אשר מיילך מייזלס, שיין דערלעבט!!! ס'דערקענט זיך קלאר אז דער פ"ש רעדט מיט א פלעזשער און זאפט. וואס זאל איך ענק זאגן זאליס, אויב דאס איז געווען ענקער ציל, זיך צו נוקם זיין אין רבינו שליט"א, האט עטס געוואנען!!! בראווא!!!

כאב נאך צו זאגן כעל קאנטיויען שפעטער...

יענקעלע11 » 28/3/2006 01:30

מקוה איד,

עקסעלענט !!!!!!!!!!!!!!!![בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

אגב, דערציילט מיר א רב פון בארא פארק, א רב וואס זיצט כסדר ביי דין תורות, א רב וואס איז אנגענומען ביים ברייטן ציבור, זאגט ער מיר אז ער האט זיך צוגעהערט צו אלישע'ס דרשה אויפן טעלעפאן, (זיין זוהן האט דאס געהערט אויפן ספיקער פאן, און ביי אלישע האט ער עם צו גערופן), און ער איז מורא'דיג ענטציגט פון זיין דרשה, ער האלט אז מען איז דאס מחוייב מפרסם צו זיין, 

יענקעלע11 » 28/3/2006 02:10

קרן התורה אין חא"ס, באוויינט מורא'דיג דעם פארגאנגענעם שמיני עצרת,
שוין נאך זייערע ריזיגע נצחונות,
נאך זייער מעכטיגן סטעי,
נאך דעם שאול תחתית דרשה,
נאך דעם מרא דאסרע דרשה,
נאך די טשיף קארדינאל דעקלערעישאנס,
נאך דעם אלעם, וויינט ער בדמעות שליש אז ער וועט
נישט אזוי שנעל פארגעסן דעם לעצטן שמיני עצרת,
ווייסט איר פארוואס???
ווייל דעם לעצטן שמיני עצרת האט זייער באלון אנגעהויבן צו באסטן,
זייער סלאגן "WE ARE HERE TO STAY" האט אנגעהויבן צו וועפן,
זייער "ר' זלמן לייב וועט פון ראדני קיינמאל נישט פליען" האט פשוט געקראכט,
און ווייניגער פון 5 מינוט האט מען ראדני געמאכט "זאלוני פריי"
און דער טשיף ראביי איז געלאפן אויף אלע פיר, כל עוד נשמתו באפו,
און ווען זיי דערמאנען זיך אין דעם, ווערט זיי נעבעך ביטער אויפן הארץ,
זיי באקומען נעבעך NIGHTMARES פון בלויז זיך דערמאנען פון דעם,
יא דער דאטום שמיני עצרת תשס"ו וועט אייך לאנג לאנג פארבלייבן אין זכרון...

פאטאקי08 » 28/3/2006 05:01

פארוואס זעהט מען נישט עפעס ?
פיקטשורס קליפס דאקאמענטען  עפעס
וואס האט מען גערעדט פון מאיר ווערטהיימער וואס האט מען געמיינט דערמיט?

יענקעלע11 » 28/3/2006 06:05

איךהאלט אז ווילי איז גערעכט, דער שמיני עצרת איז טיף טיף אנגעזייט אין זייערע ביינער און זיי וועלן דאס נישט אזוי שנעל פארגעסן, דאס איז ביי זיי THE BEGINING OF THE END,

דרייניץ איז מחזק ווילי, און ווילי איז מחזק דרייניץ, און זענען ביידע נעבעך גיט חוזק...

וויאזוי שרייבט דרייניץ?
ווילי, גוט געזאגט
און איך וואל נאר צולייגען, אז טאמער זענען דא עטליכע בלינדע מענטשען וואס האבען נאך נישט געכאפט שמיני עצרת מיט וועם מען האנדעלט דא, איז געקומען דער אלף שמות און געוויזען דעם בילד נאכאמאל.

דרייניץ, דו ווייסט נישט ווי גיט דו שרייבסט, דער אלף שמות האט באשיינפערלעך געוויזען פאר די וועלט מי ומי ההולכים, טויזענטער אידן מסלתה ומשמנה פון עדת סאטמאר, דאס שפיגעלע פון סאטמאר דאס סמעטענע פון אונזער קהילה הקדושה, האבן זיך דארט באטייליגט און געשריגן הויעך, אין לנו חלק ונחלה במהרסי ומחריבי סאטמאר, און דער קול ה' בכוח האט זיך דערהערט מסוף העולם ועד סופו, און דאס טיט ענק נעבעך אזוי וויי,

דרייניץ, וואלסט שוין געמעגט וויסן, אז עס קלעפט נישט, כלל ישראל זענען נישט קיין קעלבלעך, דרייניץ, עס איז נישט קיין פעלער צו ווערן אלט, עס איז נישט קיין פעלער פאר א יוד פון איבער די תשעים איבער צופרעגן עטלעכע מאל, ניין, קיינער באשולדיגט נישט דעם רבין שליט"א, אבער ווען א חצוף מחוצף, א שייגץ וואס האט צענדליגע יאר מבזה געווען דעם רבין, זעצט זיך צו עם אריין און ניצט אויס זיין זקנה ושיבה, ער ניצט אויס זיין שוואכקייט אויף צו מאכן פון עם ליצי ליצנות, מיט שקרים וכזבים, דאס איז א הימל געשריי, און דאס איז וואס ווערט פארדאמט ביי גאנץ כלל ישראל,

דער גרעסטער כבוד וואס רבינו שליט"א האט, איז וואס כלל ישראל זעט בחוש, ווער עס זענען דו וואס קימערן זיך מיטן רבין, ווער זאגט תהלים פארן בריאות השלימות פונעם רבין, און ווער עס איז עם כסדר מבזה מיט שקרים וכזבים, און ווען מען איז מגלה קלונם ברבים, זענען זיי מהפך הקערה על פיה און שרייען אז מיר זענען גאר די מחוצפים, דרייניץ, ווען די וועלט ואלט געווען אזוי פינסטער נאריש ווי דו מיינסט, וואלט דאך יעדער געווען א זאלוני, וואלט דאך זלמן לייב נאך געפירט באטעס פרייטיג צו נאכט, נאר דרייניץ יקירי, די וועלט איז פיל קלוגער ווי דו מיינסט...

דרייניץ, אפהאלטן דעם רבין פון באשיינען ביי די שמחות פון די קינדער און אייניקלעך, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, שלעפן דעם רבין קיין מאנסי צו משה גבאי'ס תנאים, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, שלעפן דעם רבין קיין בארא פארק צו כלומרשט זיך אנעמען פאר זיין טשיף ראביי דער בנו יקירו, וואס דער רבי האט נעבעך נישט געוויסט וואס מען וויל פון עם, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, פעלטשן חתימות פון דעם רבן של ישראל פאר אייגענע אינטערעסן, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, נאך מאכן זיין שטומע מיטו ליצי ליצנות און זאגן מיט זיין נאכגעמאכטע שטומע דברים אשר תסמרנה שערות אנוש, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, איר דרייט איבער די פאקטן האפענענדיג אז כלל ישראל וועט זיך נישט כאפן, דרייניץ, TOO BAD, אז יעדער לאכט פון ענק, I FEEL YOUR PAIN...



ווילי_חסיד » 28/3/2006 07:59

דאס האב איך באקומען אין אישי פון א זאלי וואס האט מיר געבעטן איך זאל דאס ארויף לייגן ווייל ער וויל נישט דא שרייבן ער האט געבעטן איך זאל נישט שרייבן זיין ניק

ס'איז דא ארוינים וואס שריין אז סאטמאר איז שילדיג און די ווידיא'ס וועגן סאטמאר האט ארויס געגעבן פון ראדני ווי די ארוינים שלאגן וועל איך זאגן אז ס'איז אנדערש ווייל סאטמאר האט אויפגעדעקט פאר די וועלט וויאזוי ר' אהרן איז מחלל א מקום קדוש בלויז פאר די אינטערעסע פין דעם גייציגן אני אמלוך! די ארוינים האבן אויפגעדעקט ווי א איד וואס איז נזהר אויף יעדן סעיף אין שלחן ערוך קלה כבחמורה איילט זיך צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות!

סאטמאר האט אויפגעדעקט פאר די וועלט אז ר' אהרן בגנותו ובעצמו פירט אן די גאנצע מסרבים לדין קאמפאני אויף טריט און שריט אין איז אריינגעקומען פראווען יו"ט אין וויליאמסבורג כדי מהרס צו זיין אין מחלל זיין כל הקודש לנו, אין ווארט אין זיין פארקלויזשטן דירה ביז מען וועט עם מבשר זיין אז דער באדן אין ראדני איז יודן ריין ח"ו!!! די ארוינים האבן אויפגעדעקט אז אין סאטמאר רירט מען זיך נישט אן די פערזענליכע מיטטיילונג פונעם רבין שליט"א על כל פסיעה ופסיעה!

911zalis » 28/3/2006 08:26

שיק צוריק פאר דעם זאלי וואס האט דיר עס געשיקט אין אישית . אז די סדר ווידיאו ווייזען איז געווען א מעסעדזש פאר איינעם...... אין עס איז אנגעקומען והמבין יבין ...

אין לגבי דער בעלזער פערלשטיין וואס האט זיך אויסגעטוהן זיין בעלזע לבוש די שווארצע זאקען אלס חתן וואס וואלט על פי יושר געדארפט העלפן היינט זיין ברידער וואס פירט די בחירות פוליטיק אין בעלז אין זיך שלאגן דארט אין נישט זיצן אין פייניגען דעם סאטמארען רבין זאל זיין געזונט [איינער האט מיך געזאגט אז ער ארבעט מיט זיין ברידער בשותפות פארן בעלזער נאר זיי האבן אנדערע פאזיציעס]

וואס קען אים דער רבי זאל זיין געזונט העלפן זאל איינער דא מסביר זיין נאכן הערן די טעיפ וואס וויל ער פין רבינו שליט"א איך דארף איין טעם - געלט? א בריוו? ער זאל אנטוהן באקסינג גלאווס אין קומען פייטן ? ער זאל בעטן פין די רב  ער זאל געבן די קרית יואל וויליטש  געלט צי פייטן אברהם ווידער? וואס האט ער געוואלט פין דעם אלטן צובראכענעם איד וואס איז די גרעסטע מנהיג אין די וועלט??????

majyar718 » 28/3/2006 15:26

דער מענטש דארף זיין אויסגעשפיגן איבעראל
ווער עס זעהט איהם אויפן גאס איז מחויב מוחה צו זיין

monroe06 » 28/3/2006 17:06

נישט מוחה זיין,

א שפיי איז פונקט גענוג.

kligeryid » 28/3/2006 17:26

he still thinks that he is rush limbo by the yidden

פאקטיש » 28/3/2006 18:07

יענקעלע האסט ארויסגעשלעפט דרייניץ פון לאק און אריין אין נעץ דא האט איר וואס דרייניץ ענטעפערט, למען הפונקליכקייט, עס איז איינס פאר זיין לעצטע פאראגראף וליתר שאת האט הגה"צ דומ"ץ מאנטרעאל פארגעשלאגען א זבל"א אבער נאר מיט א חתימה פון ר' אהרן, מיר זענען גרייט, כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א איז גרייט אונטערצושרייבען אפילו אן א חיוב בית דין, איז ר' אהרן גרייט?????????? ע"כ פון דרייניץ איז פרעגן מיר אלע דרייניץ, 1- זענט איר גרייט צו גיין צו זבל"א א יא אדער ניין [פארוואס איך פרעג א יא אדער ניין, ווייל ווער עס האט שוין דעבאטירט מיט דרייניץ ווייסט אז נאכדעם הייבט זיך אן, איר זענט שוין געגאנגן אין קאורט, ניין, מען גייט נאר צו די דיינים, נאר צו די 3 בתי דינים, און פילע אנדערע תירוצים] 2- קען מען האבן בכתב ובעל פה פון ר' זלמן לייב אז ער איז גרייט צו גיין צו א זבל"א יא אדער ניין 3- אויב קען מען דאס האבן פון אים, פארוואס האט דאס נאכנישט פאסירט ביז יעצט 4- זענען כהנא און פערלשטיין גרייט צו גיין צו זבל"א, יא אדער ניין [פארוואס איך פרעג, ווייל ווער עס ליינט זעהט קלאר ווי דרייניץ רעדט פון די דין תורה איבער די רבנות צווישן דער רב און ר' זלמן לייב און די רבנות, און ביזדערווייל רעדט מען דא פון די דין תורה צווישן ר' בערל פרידמאן ושותפיו און כהנא פערלשטיין, און לאמיר דא, קלאר שטעלן קלאר, אפילו ווען ר' זלמן לייב זאל געווינען די דין תורה אז ער איז לעגיטימער רב אין וויליאמסבורג, און אפילו ווען ר' בערל פרידמאן זאגט קלאר אז ער גלייכט נישט ר' זלמן לייב אינגאנצן נישט, און אפילו ער זאגט אז ער איז פון ר' אהרן מענטשן האט ער נאך אלץ א דין תורה צווישן אים און כהנא פערלשטיין , ווער עס זאל זיין די ראשי הקהלה פון קהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג , בפרט אז וויליאמסבורג איז די צענטראלע קהלה, עס איז דא און עס מעג זיין דין תורה'ס צווישן ערוועלטע רבנים און די בני הקהלה, צווישן די ראשי הקהלה און די רבנים, און מען דארף גיין צו דין תורה דערפאר

יענקעלע11 » 28/3/2006 18:51

לא בחינם האב איך ליב מיין פריינד דרייניץ, ער איז געווען יוצא מגדרו און געספענד אויף א לאנג דיסטענט דיסקאשן, נאר מיך צופרידן שטעלן, דרייניץ, WE ARE NOT GOOD FREINDS FOR NOTHING.

פאר איינעם וואס עס ארט עם לגמרי נישט אז מען שרייט זיי נאך "מסרבים לדין" ספענד איר צופיל צייט, דאס צו פאטרענטפערן, שאול תחתית אין זיין באקאנטע פורים דרשה מאטערט זיך מורא'דיג מסביר זיין אז איר זענט "נישט" מסרבים לדין, ווייל (קענסט אליין אויסהערן דעם טעיפ...), אויב ארט ענק נישט, וואס פארפירט ער אזוינס?, הא?, וואס גייט עם אן אז בערל פריעדמאן, יצחק ראזענבערג, יוסי בראך אן יענקעלע פון היידפארק שרייען עם נאך "מסרב לדין", זאל ער זיך אויס לאכן, עפעס זעהט אויס אז עס קומט עם גארנישט צו לאכן...

דרייניץ, הער מיך אויס, די חזערסט איבער דיינע שטותים ביז דו אליינס הייבסט דאס אן צו גלייבן, האסט אמאל געהערט פון א באגריף "תורה הקדושה", און וועמען איז דאס מחייב?, האסט אמאל געהערט פון רבינו יוסף קארו, און ווייסטו וואס ער פסקעט?, און וועמען איז ער מחייב? די קארו מעמבערס?, האסטו אמאל געהערט פון א ב"ח פון א ש"ך, פון א רמ"א, פון אזא זאך וואס הייסט ביי אידן שלחן ערוך? און וועמען זענען זיי מחייב? הא?, דרייניץ, דער אודווארי רב מיט זיין פסק איז יעדן מחייב, ווייסט פארוואס?, ווייל דאס איז נישט קיין דין תורה פסק, דאס איז א שלחן ערוך הלכה, א תורה'דיגע הלכה, און דו מיט דיינע אינטערגעקויפטע רבנים קענען דאס נישט טוישן, "וזאת התורה לא תהא מוחלפת" די תורה איז א ניצחית, און ווער עס זאגט אנדערשט איז א "מגלה פנים בתורה שלא כהלכה" און "אין לו חלק לעולם הבא".

דרייניץ, ענקער ווייטאג איז אז טראץ ענקערע נאכשלעפערישע דיינים'ס פסק, האלט די גאס קלאר אז איר זענט די וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה, ווייסט פארוואס זיי האלטן אזוי?, ווייל איר אליינ'ס האט כסדר געשריגן אז איר "דארפט" נישט גיין צו דין תורה, שאול תחתית אליין, בעפאר ער האט געטוישט זיין ניגון, האט כסדר געלאכט פון דין תורה, ער האט געשריבן א בריעף אז כאטשיג ס'איז געווען א שטיקל צייט וואס איר האט יא געקענט באשטיין צו גיין צו דין תורה, (מיט אייערע באגרענעצטע תנאים,) איז דאס שוין לאנג בטול ומבוטל און איר ווילט נאר גיין צו אייערע דיינים, וואס דער פארלאנג האט אייך געמאכט צו שאנד און צו שפאט, ללעג ולקלס ביי יעדן איינעם, האט איר שוין אמאל געהערט אז ראובן הט א סכסוך מיט שמעון און ער רופט עם צו דין תורה און שמעון ענטפערט אז ער איז גרייט צו גיין צו דין תורה נאר דער דיין דארף זיין זיין אייגענער ארבייטער, הישמע כזאת?,

דרייניץ, רבי ישראל חיים איז פסול צו פסק'ענען די דין תורה, על פי תורה, על פי שלחן ערוך, יעדער נישט אינטערגעקויפטער רב האלט אזוי, ס'איז נישט קיין דבר התלוי במחלוקת, עס איז קלאר ווי דער טאג, אז ער איז פסול, נישט יענקעלע פון היידפארק האט עם געפסלט, נאר די תורה הקדושה, דער שלחן ערוך האט עם געפסלט, על כן איז א שאד יעדעס ווארט, איר מיט נישט וועלן זיך אהער שטעלן צו דין תורה זענט איר "מסרבים לדין" און אייערע בכיות וטענות וועט אייך דעם פלעק נישט אראפ נעמען, SORRY...

אגב, בנוגע אינטער שרייבן די שטרי בירורין,  איז ענקער שקר נתגלה געווארן, ועל דא קא בכינא, אויף דעם וויינט ער נעבעך דער שאול תחתית, ענקער נאך שלעפער הר' משה מנחם (כבודו במקומו מונח), האט געהערט קלארע דיבורים, און באקומען בכתב, אז אויב וועט דער בית דין פארלאנגען פון קרית יואל''ער רב שליט"א אינטער צו שרייבן די שטרי בירורין וועט ער דאס אינטער שרייבן לפנים משורת הדין, און דער חצוף דער שאול תחתית שעמט זיך גארנישט, און לויפט ארום שרייען אז ער דארף אביסל טינט פון קרית יואלער רב, טינט דארף ער? בלוט דארף ער !!!, והנה דמו נדרש !!!, שאול, ווי זאל ער אינטער שרייבן, אדרבה ברענג א שטרי בירורין פון א בית דין מיט א פארלאנג פון א בית דין ער זאל אינטער שרייבן וועט ער גלייך אינטערשרייבן,

בכלל, שאול, ביסט א פאלנער עם הארץ, דער נתבע איז נישט דער וואס פארלאנגט אינטער צו שרייבן שטרי בירורין, דאס איז די אויפגאבע פונעם בית דין, שאול, אפשר ווילסטו גאר ארויס געבן דעם פסק דין אויך?, זאג נאר שאול, האט שוין דיין רבי, דער מונקאטשער רבי פון בארא פארק שליט"א,  אינטער געשריבן די שטרי בירורין, וואס איז דען? אז דו פארלאנגסט פון רבי אהרן שליט"א ער זאל אינטער שרייבן די שטרי בירורין, נאר ווייל רבי בערל פריעדמאן שליט"א איז זיינס א חסיד, נו, אויב אזוי איז נאר יושר אז "דיין" רבי דער מונקאטשער רבי שליט"א זאל אויך אינטער שרייבן, און איך האב שיעור נישט פארגעסן דיין אנדערן רבי, דער בעלזער פון ירושלים, לויט ווי איך הער האט ער נאך אויך נישט אינטער געשריבן...

דרייניץ, זייענדיג אזוי אנגעצויגן פון דעם העכסט סוקסעספולן אלף שמות, כאפסטו נישט אז דו שפרינגסט פון ענקער אויסגעזויגענע טענה אז איר "דארפט נישט" גיין צו דין תורה, צו די נייע טענה אז איר זענט גאר די וואס פארלאנגען צו גיין צו דיו תורה, און רבי אהרן איז דער וואס וויל נישט, דרייניץ, זעץ דיך אראפ, כאפ א טיפן אטעם AND MAKE UP YOUR MIND, איז ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ענק מחייב, און אויב יא, פארוואס ווילט איר נישט קומען צו דין תורה?, און אז איר ווילט נישט קומען, פארוואס טיט אייך אזוי וויי אז מען שרייט אייך נאך "מסרבים לדין", דאס איז דאך די טייטש פון מסרבים לדין, מען וויל נישט גיין צו דין תורה, און איר האט דאך כסדר מודה געווען אז איר ווילט נישט גיין צו דין תורה, נו, ומה כל הרעש הזה???,

דרייניץ, אויב האט איר זיך געטוישט די מיינד, און באשלאסן זיך צו ברעכן, און זענט שוין "יא" גרייט צו גיין צו דין תורה, זיי אזוי גיט לאז מיך וויסן ווער ענקרע בוררים זענען, און LETS GO TO WORK, דרייניץ, די צייט איז קורץ, אט אט איז MAY  5, און דאן וועט שוין זיין צו שפעט, איר וועט זיין א צועק לשעבר און קיינער וועט זיך צו אייך נישט צו הערן, ס'וועט זיין א קול קורא במדבר, דרייניץ, THE TIME IS NOW...

דרייניץ, אויב האסטו א כתב פון נעווארדיקן  בית דין אז איר דארפט נישט גיין צו דין תורה, וואלט איך דאס זייער געוואלט זען, און אויב ווייזטו דאס נישט איז א סימן אז דו ביסט דער זעלבער שקרן ווי דיין לידער דער שאול תחתית...






פאטאקי08 » 28/3/2006 18:53

איך אפעליר צום עולם דא אויף דעם פורום
ביטע נישט זיך טעהנען אויף די בויך קרעמפן פון יענע פורום ווער עס וויל זאל גיין שרייבן אויף יענע פורום
מען דארף עס איגנארירן
ווער עס וויל קען דא שרייבן און דא צוריקענטפערן
מיט דאנק

שפיטצער06 » 28/3/2006 19:26

יענקעלע A1

דא האסטו נאך פון דרייניץ

DRYNITZ

FYI רב טירנויער האט פארגעלייגט ווער אונזער בורר איז, אויב זאלען ענק נאכקומען די תנאים איז אונזער בורר הגה"צ ראב"ד דקהלתינו שליט"א.

און יא די קענסט שרייען הונדערט מאל אז מיר זאלען אויסוועלען בוררים, דאס איז אונז נישט מחייב דיר איינצומעלדען ווער אונזער בורר איז. מיר וועלען זיך נישט זעצען צום טיש מיט די הולכי לערכאות איידער די מינימאלע תנאים ווערען נאכגעגעבען, און איינע פון די תנאים איז א התחייבות פון ר' אהרן אונטערצושרייבען שטרי בירורין, דאס איז א תנאי קודם למעשה, איידער מיר זעצען זיך צום טיש מיט אייך.

די אלע תירוצים פון לישע אז בית דין זאל אויף דעם דן זיין איז נישט מער ווי א פוילער תירוץ זיך ארוסיצודרייען פון קומען צו דין תורה, מיר האבען אלע רעכטען ווען איר פארלאנגט פון אונז לפנים משורת הדין מיר זאלען גיין בזבל"א זיך אויסצונעמען תנאים, און דאס איז א תנאי וואס יעדער פארשטייט די נויטוועדיקייט דערפון.

פאטאקי08

אז דיר געפעלט עס נישט מיזטו עס נישט ליינען

מקוה_איד » 28/3/2006 19:33

יענקעלע, א הארציגן ישר כח, פארן שפארן מיין צייט.

בא_ללמד » 28/3/2006 19:36

איך האלט אז מ'דארף נישט ענטפערן קיין שום שאלה פון סיי וועמען, ביז ווען די זאליס ענטפערן נישט די פאלגנדע צוויי פראגן:

1) וויאזוי האט שאול פערלשטיין זיך כסדר אויפגעשטעלט מיט א בלעכענעם פנים אז די אהרונים זענען מחוצפים פארן רבי'ן", ווען ער האט קלאר געוואוסט, וואס יעדער ווייסט שון לאנג און יעצט האט עס יעדער אליין מיטגעהאלטן, אז כ"ק רבינו שליט"א איז בעוה"ר נישט אין קיין מצב פון מאכן באשלוסן ?!

2) וויאזוי וואגט זיך דער עזות פנים שאול פערלשטיין צו גיין מצער זיין דעם רבן של ישראל, און טראץ וואס ער זעט קלאר אז דער רבי כאפט נישט וואס דא גייט פאר, זאגט ער איבער און איבער אז דעם רבי'נס בעסטע פריינט ווי ר' בערל פרידמאן, ר' שמואל אבערלענדער, ר' אלישע הורוויץ, אא"וו, ווילן אים צוברעכן ?! וואס האט ער געהאט דערפון אויסער מצער זיין און פייניגן דעם רבי'ן ?!

פאקטיש » 28/3/2006 20:35

יענקעלע היות אז דרייניץ ענטפערט דיר ענדערשער פון מיר ביטע פרעג אים ווי פאלגענד ווען ער שרייבט אז הריח"ם פר"מ שליט"א איז זייער בורר מיינט עס אז "זיי" מעלדן ווער "זייער" בורר איז, אדער מיינט עס 'אויך' אז וויבאלד הריח"ם פר"מ שליט"א איז זייער בורר, 'פאדערן ' "זיי" ווער "אונזער" בורר זאל זיין, אז עס זאל זיין הר"ג בערקאוויטש שליט"א [אזויווי הרמ"מ טירנויער שליט"א האט שוין מיט זיין גרויס חכמה געמאלדן ווייל מיר האבן קיין פראבלעם ווען "זיי" נעמען "זייער" בורר, אבער מיר האבן יא א פראבלעם, ווען "זיי" קלייבן אויס "אונזער" בורר, בפרט ווען הרב בערקאוויטש האט שוין קלאר געמאלדן אז ער האלט נישט דערביי, און ער האט זיך נישט פאר דער גרעסעטער שפעציאליסט אין בוררות, שוין אפגערעדט אז פאר די זעלבע סיבה וואס מיר ווילן נישט קיין איינגעשטעלטע ווילן מיר נישט קיין איינגעשטעלטע איז יענקעלע, ביטע פרעג עס מר. דרייניץ, אויב זיי ווילן הריח"ם פר"מ שליט"א אפילו אויב מיר נעמען איינע אדער ביידע פון הר"מ זילבער שליט"א און /אדער הר"מ בראנדסדארפער שליט"א

יענקעלע11 » 28/3/2006 23:01

פאקטיש,
ווי מער איך ליין דרייניץ'ס תגובות, כאפ איך מיך, אז ער איז א פאלנער עם הארץ, לולי דמיסתפינא, וואלט איך געזאגט אז דאס איז גאר דער טשיף קארדינאל בכבודו ובעצמו, (כבודו במקומו מונח), ער ווייסט בכלל נישט די טייטש פון בורר, שטרי בירורין, דין תורה, שלחן ערוך, וכו', ער קען לגמרי נישט קיין לשון הקודש, ער פלאפעלט נאר נאך וואס זיינע אויבערהארן הייסן עם שרייבן, און ס'מיז נישט שטימען צום ענין, ער פארשטייט נאר, קארדינאל, טשיף ראביי, וכו',

איך האב שוין אמאל זייער שיין באשריבן די נגיעות פון ר' ישראל חיים מנשה, אויף דעם אלטן פורום ז"ל, פאר ס'איז אומגעקומען על קידוש השם, מיט אזא ביטערע אכזריות, וחבל על דאבדין,

דרייניץ שרייבט איבער זיינע שקרים נאכאמאל און נאכאמאל, האפענדיג אז אולי ואולי וועט דאס קלעבן, דרייניץ, דאס וואס דו שרייבסט אין נאמען פון רבנים מפורסמים איז מלא שקר, הגאון האדיר הגרי"י פישער ראב"ד ירושלים זצ"ל האט דאס קיינמאל נישט געשריבן, יעדער אין ארץ ישראל ווייסט אז הגר"י פישער זצ"ל, קודם פטירתו איז נעבעך געווען אין א מצב ווי אונזער באליבטער רבי שליט"א איז ליידער בעוונותינו הרבים די לעצטע פאר יאר, און  אז פרויעקע שטערן איז שוין לאנג אין זעלבן מצב ווי משה גבאי איז דא ביי אונז די לעצטע 50 יאר (א שקרן וכזבן און א זייפן אן קיין שום בושה), ווידער גאב"ד "קהילתכם" און דייני "קהילתכם", זענען אקאראט דאס, ענקערע דיינים, און ס'איז נישט קיין פראגע אז זיי זענען פסול לדון אין דעם סכסוך, אין לך "נוגע בדבר" גדול מזה,

עס ווערט דערציילט, אז דער היילגער ש"ך ז"ל האט אמאל געהאט א סכסוך מיט א בעל הבית אין זיין שטאט, און יענער האט עם גערופן צו דין תורה, האט יענער געזאגט, רבי איר זענט דאך באקאנט דא אין שטאט אלץ דער הייליגער ש"ך און יעדער קען אייך אלץ גרויסער צדיק, אלזא האלט איך אז די רבנים וועלן מצדד זיין לטובתכם, דעריבער האלט איך אז מיר זאלן גיין צו א שטאט ווי מען קען אונז נישט, און דארט זאל זיין די דין תורה, דער ש"ך האט איינגעזען די ריכטיגע טענה פונעם תובע און האט באלד מסכים געווען, וכך הוה, זיי זענען געפארן צו א בית דין פון א אנדערע שטאט און דארט געהאלטן די דין תורה, די דין תורה איז געווען זייער היציג, סיי דער תובע און סיי דער נתבע האבן אראפ געגעבן זייערע טענות פארן בית דין מיט טעמים ונימוקים פארוואס זיי זענען גערעכט, לבסוף ווען עס איז ארויס געקומען דער פסק פון בית דין האבן זיי רעכט געגעבן פארן תובע אקעגן דעם נתבע, דער ש"ך, דער ש"ך האט געפרעגט דעם בית דין מהיכן דנתני, האבן זיי גענטפערט דעם טעם פארוואס זיי האבן אזוי געפסקעט, דער ש"ך זייענדיג דער שר התורה וואס ער איז געווען, זאגט רבותי די סברה איז א אייגענע געבויטע סברה און ס'האלט נישט אויס, ווי האט איר געזען די דאזיגע סברה? האט ער זיי געפרעגט, ענטפערט דער ראש בית דין, אז לעצטענס איז ארויס געקומען א ספר פון א גאון עולם וואס הייסט שפתי כהן פונעם גרויסן גאון דער ש"ך, וואס דאס איז געוארן אנגענומען להלכה פון אלע בתי דינים, און דארט ווערט געברענגט די דאזיגע סברה, שרייט אויס דער הייליגער ש"ך, אז יעצט פארשטייט ער וואס עס הייסט "כי השוחד יעוור עיני חכמים", ער אליין, דער אויף טוהער פון די סברה ווען ער האט נישט געהאט קיין נגיעה, האט אזוי געפסקעט, און יעצט, ווען ער איז א צד צו די דין תורה, ווען ער האט א נגיעה, האט ער גאר געהאלטן פארקערט, א מורא'דיגער מוסר השכל.

איך האב שוין אמאל געברענגט וואס דער רבי זי"ע ברענגט אין ויואל משה, (איך שרייב יעצט פון זכרון נאר בערך) בענין סנדל המסומר, ווי חז"ל פסק'ענען א פסק און שרייבן צו, אז אפילו אליהו הנביא וועט זאגן אנדערש, לא תשמעו לו, זאל מען עם נישט פאלגן, מורא'דיגע, מורא'דיגע ווערטער, אפילו אליהו הנביא'ן זאל מען נישט פאלגן אויב זאגט ער פארקערט, פרעגט דער רבי א געוואלדיגע קשיא, היתכן מען איז אזוי מבזה אליהו הנביא, חז"ל האבן דאך געקענט שרייבן אז די הלכה איז כך וכך, און אפילו אליהו הנביא וועט נישט אנדערשט פסק'ענען, פארוואס האבן חז"ל געשריבן מיט אזא פחיתות הכבוד פאר אליהו הנביא, ס'איז דאך זיכער אז אליהו הנביא וועט נישט פסק'ענען בניגוד להלכה, ענטפערט דער רבי זי"ע אזוי, אמת, אליהו הנביא וועט זיכער נישט פסק'ענען בניגוד להלכה, אבער אויב וואלטן חז"ל געשריבן מיטן לשון אז אפילו אליהו הנביא וועט אנדערשט נישט פסק'ענען, וועט חלילה שפעטער לדורות ארויס קומען א געוואלדיגן מכשול, עס וועט קומען א דיין וואס מען וועט עם האלטן אלץ ערליכען איד, א חשובער רב, א דיין, און ארויס קומען מיט א פסק בניגוד להלכה, א פסק ווי יעדער וועט וויסן אז ער איז משוחד, ער איז בלינד, אבער די תמימי לב וועלן זאגן, אז דער דיין זאגט, מסתמה ווייסט ער וואס ער טוהט, ער איז דאך א צדיק, זיין שמונה עשרה געדוירט דאך איבער א האלבע שעה, מען טאר זיכער נישט רעדן אויף עם, ער וועט זיכער נישט טוהן אקעגן די הלכה, האט אונז חז"ל געוואלט לערנען א קאפיטל אין  "פסק הלכה" אז אפילו דער דיין איז אזוי גרויס ווי אליהו הנביא, טאמער זאגט ער א פסק נגד ההלכה, לא תשמעו אליו, געוואלדיג, געוואלדיג...

דרייניץ, איך גיי נישט אריין צו ר' ישראל חיים מנשה מיט זיינע אזוי גערופענע חברי הבית דין זענען צדיקים צו נישט, אבער אפילו לו יהא זיי זענען גרויסע צדיקים, אזוי גרויס ווי אליהו הנביא, זאגן אונז חז"ל, לא תשמעו אליהם, דרייניץ, די ביסט דאך מודה אז זיי זענען "דייני קהילתינו" און דאס אליין פסל'ט זיי, זיי קענען זיין די גרעסטע צדיקים אויף די וועלט, און אפילו שמעון מאיר לאנדא מיט ר' אברהם לייטנער זאגן אז זיי זענען יא כשר צו פסקענען, זאגן נאך אלץ חז"ל אז נישט.

דרייניץ, גיין צו דין תורה איז נישט לפנים משורת הדין, גיין צו דין תורה איז א חיוב על פי דין, אן קיין תנאים, אן קיין קינצן און אן קיין פשעטלעך, און די אהרונים זענען גרייט צו גיין צו דין תורה צו א בית דין המרוצה "לשני" הצדדים, און די זאלונים זענען די וואס ווילן נישט, און אויף לשון קודש הייסן די זאלונים "מסרבים לדין", און די אהרונים הייסן הולכים לערכאות בהיתר גמור.

 כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים.

שפיטצער06 » 29/3/2006 01:06

יענקעלע A1

גיט און צו דערזאך

בא_ללמד » 29/3/2006 01:24

איך וויל ווידערהאלן מיינע פריערדיגע ווערטער:

איך האלט אז מ'דארף נישט ענטפערן קיין שום שאלה פון סיי וועמען, ביז ווען די זאליס ענטפערן נישט די פאלגנדע צוויי פראגן:

1) וויאזוי האט שאול פערלשטיין זיך כסדר אויפגעשטעלט מיט א בלעכענעם פנים אז די אהרונים זענען מחוצפים פארן רבי'ן", ווען ער האט קלאר געוואוסט, וואס יעדער ווייסט שון לאנג און יעצט האט עס יעדער אליין מיטגעהאלטן, אז כ"ק רבינו שליט"א איז בעוה"ר נישט אין קיין מצב פון מאכן באשלוסן ?!

2) וויאזוי וואגט זיך דער עזות פנים שאול פערלשטיין צו גיין מצער זיין דעם רבן של ישראל, און טראץ וואס ער זעט קלאר אז דער רבי כאפט נישט וואס דא גייט פאר, זאגט ער איבער און איבער אז דעם רבי'נס בעסטע פריינט ווי ר' בערל פרידמאן, ר' שמואל אבערלענדער, ר' אלישע הורוויץ, אא"וו, ווילן אים צוברעכן ?! וואס האט ער געהאט דערפון אויסער מצער זיין און פייניגן דעם רבי'ן ?!

יענקעלע11 » 29/3/2006 01:51

בא ללמד,
נאך צוויי מאל פרעגן, דארף איך שוין ענטפערן,
דו וואונדערסט דיך טאקע?,
איז דאס דיר באמת שווער?,
וואס הייסט פארוואס?
און וואס הייסט וויאזוי?
דער שאול תחתית, איז א באקאנטער שונא פארן רבין,
א חצוף מחוצף מקדמת דנא,
ער האט אלץ פיינט געהאט סאטמאר און דעם רבין,
כסדר געשאלטן דעם סיגוטער מיט קללות נמרצות,
ליגענט איז ביי עם גארנישט,
ער קוועלט יעדעס מאל ווען ער שטעכט דעם רבין,
מען האט געקענט הערן מיט וואס פאר א שמחה דער שייגץ
האט געזאגט "איך האב דאך שוין געזאגט פארן רבין"...
און ווען דער רבי איז שטיל געווען אר איין מינוט,
און ס'האט אויסגעזען אז דער שמועס איז פארטיג,
האט ער ווייטער אנגעהויבן, ווארטענדיג אז דער רבי
זאל עם נאכאמאל איבער פרעגן "ווער זענען דעי מענטשן" הא?
און מיט א אפענע פרייד האט ער ווייטער געצויגען דעם שמועס,
"דער רבי ווייסט דאך...  די פון קרית יואל...

בא ללמד, די קשיא איז נישט אויף דעם מחוצף, דעם אפענעם שונא,
וואס האט ער דען מיטן רבין, וואס פאר א פליכט האט ער בכלל פארן רבין,
דער רבי איז דאך ביי עם א פרעמדער מענטש,
די קשיא איז נאר אויף דעם בן השלישי, וואס מאכט זיך ווי א תם,
און שטויסט ווי א מועד, עס איז קלאר פארוואס ליפא (אלץ דער בן השני)
האט איבערגעגעבן דאס רבנות פאר זלמן לייב (דער בן השלישי)
וואס איז, ער קען נישט אזוי פיל לערנען ווי ער?
נאר ליפא ווייסט דעם אמת, אז נאכן חכם, (בן הראשון)
קומט דער רי"ש שי"ן עיי"ן (בן השני)
און ערשט דערנאך דער תם (בן השלישי),
און ליפא ווייסט דעם אמת, אז דער בן השלישי איז פיל מער רשע פון עם,
על כן האט ער עם איבערגעגעבן זיין פלאץ.
 

שמח_תשמח » 29/3/2006 05:30

מען קען הערן ר' אלישע האראוויץ דרשה אויף קול סאטמאר 2129907303#2
 עס לונט אויסהערן ביזן סוף.

כל_העולם » 29/3/2006 06:25

אלףשמות:

איך דארף א תירוץ אויף א אנדערע קשיא,


פארוואס קומט עטץ (זאליס) נישט צו די"ת?

אלע זאלי חכמים האבן מיר שוין געטרייעט צו ענטפערן
איך בין אבער נישט צןפרידן פון קיין איין תירוץ.

עס גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ.

פאטאקי08 » 29/3/2006 18:48

אלף שמות
וואס הייסט ס'איז דיר נישט אריין אין קאפ

מיר איז עס יא אריין אין קאפ און כולם פה אחד אמרו שוין הונדרעט מאל


"איך ציטער צו גיין צו דין תורה"

אין קארט האב איך גרעסערע טשענסעס

פינטל.

בלאט: 1 2