היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?

ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1839156

הצלה2006 » 12/3/2006 20:57

איך וויל קויפן א DIGITAL CAMERA מיין אלטע קעמערע איז געגאנבעט געווארן, איך האב געהאט ביז היינט א  CANON S500 איך בין געווען ציפרידן מיט דעים אבער נישט אלץ האט עס געמאכט קלארע פיקטשערס,עס האט געהאט 5 MEGA PIXAL



 ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?

שכלהישר » 13/3/2006 00:40

הצלה:

וואס זאל איך דיר זאגן,  מיין מעשה ממש,  יאך האב געהאט א  nikon 5400, ויהי היום בעסער געזאגט ויהי הלילה און  ויבא דער גנב איז אנגעקומען און פונקט די קעמערא מיינע האט אים געשמעקט, נו מברויך דיך האבן א קעמארא, מלאט זיך ארויס אויפן יאכט פאנגען עפעס א פרישען בילדער כאפער, בקיצור to make a long story short איך האב געקויפט טאקע ביי אונזער ברויט געבער b&h א casio exilm
מעלה
1 איז סאיז זייער דין
2 די בעטערי האלט זייער לאנג
3 סהאט א גיטע סקרין
וכו,,,וכו,,,

אבער די canon מעלות
1 סאיז בעסער פאר די קולירינג, (אינטערסאנט אז די האסט געהאט א פראבלעם מיט די קלארקייט)
וכו,,,, וכו,,,,
 די נקודה איז canon איז א קאמפאני וואס פרודיצירט קעמראס משא"כ casio פרודיצירט טעיפריקארדערס און אגב קעמראס אויך מילא האבן זיי מער קוואלטי און די פיקטשער זעלבסט,

ישמע חכם ויוסף לקח,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,

הצלה2006 » 21/3/2006 03:39

אזוי ווי קיינער האט מיר נישט געגעבן א ריכטיגן ענטפער, אין איך וויל קויפן א DIGITAL CAMERA וואס איך זאל הנאה האבן פון דעם, האב איך גענימען א ביסל עקסטערע צייט היינט, אין איך בין אראפ געפארן צי B&H איך האב דארט זיך נאך געפרעגט אויף א גיטן DIGITAL CAMERA

איך בין ארויס פין דארט מיט ליידיגע הענט אבער מיט א ביסל ידיעות


די מעלה פון CANON איז אז עס געט ארויס די קלארסטע אין שענסטע פיקטשערס, מיט די בעסטע קאלערינג וואס עס איז דא, אבער כדי די פיקטשער זאל אויסקימען קלאר אין שארף, דארף מען האלטן די קעמערע זייער גראד אין נישט שאקלען די קעמערע בשעת מען מאכט א פיקטשער, אויב שאקעלט עס זיך אפילו א ביסל, וועט די פיקטשער אויס קימען נישט קלאר,
PANASONIC אדער SONY האבן א זאך וואס הייסט ANTI-SHAKE דאס מאכט אז אפילו ווען די קעמערע שאקעלט זיך א ביסל וועט די פיקטשער אויס קימען קלאר, אבער די חסרון פון די קאמפעניס איז אז די קאלערינג איז נישט אזא גיטע קאלערינג ווי CANON

אבער עס איז דא גיטע נייעס
CANON קימט יעצט ארויס מיט א נייע קעמערע וואס גייט האבן ביידע מעלות אין איין קעמערע, סיי די בעסטע קאלערינג אין סיי די זאך וואס העלפט א קעגן שאקעלדיגע הענט

עס גייט זיין אין די געשעפטן בערך אין צוויי וואכן ארים, די מאדל פין דעם וועט זיין CANON SD630 עס וועט קאסטן בערך $400.00

יעצט פארשטייט איר פאר וואס איך בין ארויס פין דארט מיט ליידיגע הענט?

בדרך אגב בין איך אויך דארט געוואר געווארן, אז די מעגא פיקסל איז נישט אז די פיקטשער איז קלארער ווי גרעסער די מעגא פיקסל איז, די חילוק פון א גערויסע מעגא פיקסל אין א קליינע פיקסל וועט זיין אויב מען וועט גרעסער מאכן די פיקטשער, למשל אויב מאכט איר א שיינע פיקטשער, אין איר ווילט דעוועלאפן פין די פיקטשער א גערויסע פיקטשער, לאמיר זאגן אז איר ווילט האבן פין די פיקטשער א 10X13  ווי גרעסער די מעגא פיקסל וועט זיין אלץ קלארער וועט די גערויסע פיקטשער זיין, אבער פאר א געהעריגע סייז פיקטשער איז א קליינע מעגא פיקסל גענוג.

הצלה2006 » 21/3/2006 12:23


איןבעיה THANK YOU

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1839153



דאס איז א טעות די SD630 וועט נישט האבען די IMAGE STABILIZER ער האט געמיינט די SD700 וואס וועט קאסטען בערך $500



http://consumer.usa.canon.com/ir/controller?act=ModelDetailAct&fcategoryid=145&modelid=13019



http://www.amazon.com/gp/product/B000EN0K94/ref=pd_sbs_p_2/102-6462037-1496109?%5Fencoding=UTF8&v=glance&n=502394


דא קענט איר זעהן אלע מאדלען, אויך 9 נייע מאדלען.

http://consumer.usa.canon.com/ir/controller?act=ProductCatIndexAct&fcategoryid=113