ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1839153
איך וויל קויפן א DIGITAL CAMERA מיין אלטע קעמערע איז געגאנבעט געווארן, איך האב געהאט ביז היינט א CANON S500 איך בין געווען ציפרידן מיט דעים אבער נישט אלץ האט עס געמאכט קלארע פיקטשערס,עס האט געהאט 5 MEGA PIXAL
ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?
Stick with Cannon and you'll be ok.
5Mega Pixel set on the finest setting and highest res. should give you real nice photos.
אזוי ווי קיינער האט מיר נישט געגעבן א ריכטיגן ענטפער, אין איך וויל קויפן א DIGITAL CAMERA וואס איך זאל הנאה האבן פון דעם, האב איך גענימען א ביסל עקסטערע צייט היינט, אין איך בין אראפ געפארן צי B&H איך האב דארט זיך נאך געפרעגט אויף א גיטן DIGITAL CAMERA
איך בין ארויס פין דארט מיט ליידיגע הענט אבער מיט א ביסל ידיעות
די מעלה פון CANON איז אז עס געט ארויס די קלארסטע אין שענסטע פיקטשערס, מיט די בעסטע קאלערינג וואס עס איז דא, אבער כדי די פיקטשער זאל אויסקימען קלאר אין שארף, דארף מען האלטן די קעמערע זייער גראד אין נישט שאקלען די קעמערע בשעת מען מאכט א פיקטשער, אויב שאקעלט עס זיך אפילו א ביסל, וועט די פיקטשער אויס קימען נישט קלאר,
PANASONIC אדער SONY האבן א זאך וואס הייסט ANTI-SHAKE דאס מאכט אז אפילו ווען די קעמערע שאקעלט זיך א ביסל וועט די פיקטשער אויס קימען קלאר, אבער די חסרון פון די קאמפעניס איז אז די קאלערינג איז נישט אזא גיטע קאלערינג ווי CANON
אבער עס איז דא גיטע נייעס
CANON קימט יעצט ארויס מיט א נייע קעמערע וואס גייט האבן ביידע מעלות אין איין קעמערע, סיי די בעסטע קאלערינג אין סיי די זאך וואס העלפט א קעגן שאקעלדיגע הענט
עס גייט זיין אין די געשעפטן בערך אין צוויי וואכן ארים, די מאדל פין דעם וועט זיין CANON SD630 עס וועט קאסטן בערך $400.00
יעצט פארשטייט איר פאר וואס איך בין ארויס פין דארט מיט ליידיגע הענט?
בדרך אגב בין איך אויך דארט געוואר געווארן, אז די מעגא פיקסל איז נישט אז די פיקטשער איז קלארער ווי גרעסער די מעגא פיקסל איז, די חילוק פון א גערויסע מעגא פיקסל אין א קליינע פיקסל וועט זיין אויב מען וועט גרעסער מאכן די פיקטשער, למשל אויב מאכט איר א שיינע פיקטשער, אין איר ווילט דעוועלאפן פין די פיקטשער א גערויסע פיקטשער, לאמיר זאגן אז איר ווילט האבן פין די פיקטשער א 10X13 ווי גרעסער די מעגא פיקסל וועט זיין אלץ קלארער וועט די גערויסע פיקטשער זיין, אבער פאר א געהעריגע סייז פיקטשער איז א קליינע מעגא פיקסל גענוג.
Canon Already has the Image Stabilizing in the S2-IS and they will soon have the S3-IS
Nikon is known to have the best lense
קענאן, און נאכאמאל קענאן.
קויף נאר קענאן, וועסט נישט חרטה האבן, אפי' זיי האבן נישט די דינסטע און וכו'.
עץהדעת שרייבט אין בח"ח משפחה אידיש:
שלום עליכם ברודער, איך זעה מען שמועסט פון קאמערא'ס, וועל איך פרובירן שרייבן אביסל פון מיין ערפארונג בעז"ה
די דריי הויפט פונקטן וואס איז וויכטיג ביי א קאמערא חוץ פרייז, איז:
1) די לענז,
2) די פראסעסאר,
און 3) די פיקסעלס.
און אויף מאמע לשון: Lens, Proccessor, Pixels
1.
די לענז איז די וויכטיגסטע ווייל דאס איז פאקטיש דער אויג וואס כאפט די בילד, ווי בעסער דער לענז אלץ בעסער דער בילד. די ריכטיגע לענזעס זענען געמאכט פון גלאז, די ביליגערע זענען כמו-גלאז, צומאל אפילו געמישט מיט פלאסטיק. אויך האבן די בעסער לענז קאמערא'ס א אפשען ארויף צו לייגן א אנדערע (בעסערע טייערערע) לענז וואס מען קען צוקויפן שפעטער אויב מען איז אינטערעסירט. די פראבלעם איז, אז רוב קעמארע'ס אונטער 400-500 טאללער פארמאגן בלויז די ביליגערע לענזעס און אן די אפשען פון טוישן לענז.
2.
די פראסעסאר איז דער מח אינעם מאשין, ענליך ווי ביי א קאמפיוטער טוט דער פראסעסאר צוזאם שטעלן די אינפארמאציע, און ווי מער פארגעשריטן די מעכאניזם פונעם פראסעסאר איז, אלץ בעסערע בילדער קען עס אהער שטעלן. די שנעלקייט פון א קאמערא ווענדט זיך אויך אינעם פראסעסאר.
3.
פיקסעלס מיינט די שארפקייט פונעם בילד, ווי מער פיקסעלס די קאמערא פראדוצירט פאר'ן בילד אלץ קלארער און שארפער איז דער בילד. דאס איז ווייל יעדע בילד איז צוזאם געשטעלט פון פיצקעלע קעסטעלעך וואס מען רופט פיקסעלס, ווי מער פיקסעלס קען ווערן אריין געשטופט אין א סקווער אינטש, אלץ מער data איז דא, און ווען מען ציעט אויס א בילד עס גרעסער צו מאכן למשל, ווערט אויטאמאטיש צוגעלייגט נייע (פאלשע) כמו-פיקסעלס אנצופילן דעם בילד, ממילא ווי מער אמת'ע פיקסעלס די בילד האט מלכתחילה אלץ ווייניגער דארף ווערן צוגעלייגט און דער בילד איז סאך קלארער און שענער.
(מען קען דא אריין גיין אין אריכות אבער בקיצור איז כדאי צו דערמאנען, אז מעגא פיקסעל מיינט א מיליאן פיקסעלס, און וויבאלד פיקסעלס ארבעטן נישט גלייך אויף גלייך שתי וערב נאר 1.3 איין וועג ביי 1 די אנדערע וועג, מיינט דאס צו זאגן אז א 2 מעגא פיקסעל קאמערא למשל וועט פראדוצירן א 5x7 בילד פון בערך 1600 ביי 1200 פיקסעלס, משא"כ א 3 מעגא פיקסעל קאמערא וועט פראדוצירן די בילד מיט בערך 2048 ביי 1536 פיקסעלס.)
פארשטייט זיך אז ווי מער מעגא פיקסעלס איז בעסער, אבער אויב גייט איר ניצען די קאמערא נאר פאר געהעריגע 5x7 פיקטשער'ס איז א 4 מעגא פיקסעל קאמערא גוט און גענוג.
ע"כ די דריי הויפט פונקטען - מכאן ואילך בנוגע Canon.
בנוגע קאמערא'ס בכלל, איז טאקע קענאן די בעסטע און שטארקסטע אויפ'ן מארק ווען עס קומט צו פערסאנעל קאמערא'ס (ביי פראפעשאנעל איז נייקאן מסתמא די בעסטע), און זיי טיילן איין זייערע קאמערא'ס אין דריי חלקים, 1) ערשטע מדריגה פאר פערסאנעל, 2) אביסל בעסערע קאמערא'ס מיט בעסערע לענזעס און פראסעסאר'ס, 3) פראפעשאנעל קאמערא'ס.
און אויף מאמע לשון:
1-Point & Shoot Digital, 2) High-End Digital, 3) Digital SLR
גייט צו
www.powershot.com צו זעהן זייער גאנצע פראדוקט ליין, זיי האבן דארט אויך א גיטע אפשען צו פארגלייכן צווישן פארשידענע קאמערא'ס
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=1488247
תוקן על ידי - איןבעיה - 22/03/2006 4:01:00
[בילד – נישט אפגעהיט]פארגעס נישט די סייז (SIZE) פון די סענסור.
http://www.dpreview.com/learn/?/Glossary/Camera_System/sensor_sizes_01.htm Example:
Small Sensors.................
Panasonic LZ5 = 2.5
Canon A520 2.5
most small cameras
Larger Sensors..................
Fuji Finepix F10/F11
This does not by default give more megapixels.
This does however give much better quality pictures in high ISO settings (less noise) and better dynamic range.
See here:
http://www.dpreview.com/learn/?/Glossary/ for an explanation of these two terms.
I would even put this before the lens quality (assuming that there is no great optical/barrel distortion) as the sensor quality is directly related to the type of film you would put into a film camera. Any proffesional photographer will tell you that if you put junk film into a $3,000 camera you will get a bland and grainy picture.
Sensor quality is also an issue but that is a bit more complicated.
To really get a feel of how this affects image quality, take a look at Amazon.com reviews for the following (once) popular cameras: Canon A85 and A95
תוקן על ידי - Eitzah - 22/03/2006 21:48:27
וואס איז די בעסטע קעמערע אויפצוכאפען א גרויסע מעמד?
ווען איך כאפ בילדער מיט מיין קעמערע זעט עס אויס צען % פון דאס ריכטיגע, מצד שני זעט אויס אנדערע בילדער צען מאל אזוי גרויס ווי א מעמד.
די דארפסט א WIDE ANGLE LENS די איינצעלע קאנסומער קעמרע וואס קען דאס טאן איז די CANON S80 וואס כאפט א ברייטקייט פין 28MM אין האט א געוואלד מיט מעניול קאנטראלס, עס איז גאר א גיטע קאמערא.
אויב דארפסטו נאך ברייטער, פאר אפאר דאלער מער וואלט איך מן הסתם געקויפט א NIKON D50 וואס איז א ENTRY LEVEL DIGITAL SLR עס קימט מיט א 18-55 WIDE ANGLE LENS
http://dcresource.com/reviews/canon/powershot_s80-review/index.shtml
תוקן על ידי - איןבעיה - 23/03/2006 22:23:18
בנוגע די Canon PowerShot SD700 IS
איז די קעמערע שוין אויף די מארקעט? אויב יא ווי קען מען באקימען א גיטן פרייז דערפאר? אויב
נישט ווען וועט עס זיין עוועילעבל?
יישר כח
Per Amazon.com
This item will be released on May 20, 2006. You may order it now and we will ship it to you
When it arrives.
The list price is $500 but I expect it should be available a week or two after its release for about $425 from a reptuble dealer I'll keep you posted
http://www.amazon.com/gp/product/B000EN0K94/sr=8-1/qid=1145833462/ref=pd_bbs_1/102-7043996-9214543?%5Fencoding=UTF8
תוקן על ידי - איןבעיה - 24/04/2006 2:10:16
אה הצלה!
דו ביסט דאס געווען דער אינגערמאן וואס האט מיך משוגע געמאכט דעמאלט
ביי בי ענד עיטש.... אוי ביסטו א דרייקאפ
ניין!!! נישט איך בין עס געווען ס'איז געווען מיסטער
[בילד – נישט אפגעהיט] אין בעיה, ער האט מיר אפילו געזאגט די ווערטער
"לי
אין בעיה לשגות אנשים"
[בילד – נישט אפגעהיט].
די ביסט ממש א
חושד בכשרים
איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט"
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296אז מ'שרייבט דא פון דיזשיטעל קעמערעס, לאמיר צולייגן אביסל מעניות דעתי.
צו זאגן אז "CANON" איז די בעסטע בלי שום פירוש איז נישט ריכטיג. דער אמת איז, אז במשך די יארן האבן זיך אלע קאמפאניס ארויפגעארבעט, און רובא דרובא מאכן שוין היינט גאר גוטע קעמארעס, הגם נישט ממש אלע. CANON איז שטענדיג געווען פון די בעסערע, אבער גאר אסאך מאל - אין געוויסע אויסגאבעס און וועבסייטס - זענען אנדערע קאמפאניס געווען RATED העכער ווי קענאן, בפרט פון די קלענערע-מדרגה-קעמערעס (LOW END). למשל CASIO איז לעצטנס שטארק אויפגעכאפט ביי פילע "REVIEWERS", אזוי אויך די נישט-אזוי באקאנטע PANASONIC קעמערעס, וכדומה.
צ.ב.ש., קענאן גייט יעצט אריינלייגן די ANTI SHAKE אין די SD700 צום ערשטן מאל, בשעת אנדערע קאמפאניס טוען דאס שוין פאר יארן. הגם "קענאן'ס" וועט זיין א "אפטיקעל" אנטי-שעיק, וואס איז פיל בעסער ווי די "דידזשיטעל" וואס רוב אנדערע האבן (KODAK, CASIO, ועוד). (כמעט די זעלבע נפק"מ ווי צווישן OPTICAL ZOOM און DIGITAL ZOOM, כידוע איז אפטיקעל "באמת", און דיזשיטעל איז פאלש, נאר נאכגעמאכט די אפטיקעל.) ד.ה. אז די אפטיקעל אנטי-שעיק האלט באמת אן די לענס און לאזט אים זיך נישט שאקלען אפילו דער בילדער-כאפער גיט א שאקל זיין האנט..
גראדע אויף די נייע SD700 זענען שוין דא עטליכע קאמפלעינטס (צב"ש לייענט דא: http://forums.dpreview.com/forums/read.asp?forum=1033&message=17341006) און ס'איז נישט עפעס אזוי איי איי איי ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט.
עס איז אויך ארויסגעקומען יעצט א נייע CASIO, מאדעל איז EX-Z850, וואס איז 8.0 מעגאפיקסעל און האט א געוואלד מעלות, און איז מיט א הונדערטער ביליגער ווי די קענאן, אבער אויך דאס האט געוויסע קריטיק, ווי למשל אז די "ווידיאו" איז נישט אזוי קלאר ווי די אנדערע קעמערעס - אריינגערעכנט אלטע CASIO קעמערעס. די CASIO איז אסאך שנעלער פון קענאן'ס - אפילו פון די נייע קענאנ'ס (וואס האבן די DIGIC II פראסעסאר), כאפט קלארערע בילדער, עס האט א קליינע לייט וואס מאכט ליכטיג ווען עס איז טונקל און מ'דארף נישט נוצן קיין פלעש, דאס איז ספעציל נוצבאר אויב איר כאפט א ווידיאו אין א טונקעלערע פלאץ. עס האט אויך די שטערקסטע פלעש, און מ'קען ADJUSTEN ווי שטארק די פלעש זאל זיין. אויך האט עס די בעסטע בעטערי, וואס קען כאפן ביז 440 פיקטשערס (אן קיין פלעש און אן נוצן דעם סקרין). אויך האט עס די בעסטע ווידיאו פארמעט, עס איז קאמפרעסד פאר א MPEG-4 אבער עס איז א AVI פייל, ד.ה. איר קענט עס זעהן אויף WINDOWS MEDIA PLAYER, און עס איז קאמפרעסד אזוי ווייט אז אויף איין GB 1 קארטל קענט איר רעקארדירן א שעה קלארע ווידיאו. CANON האט נאר נישט-קאמפרעסד, וואס לאזט נישט נעמען מער ווי 8 מינוט אויף א 1 GB קארטל, און דער קארטל איז שוין פול.
KODAK הייסט נישט איינע פון די בעסטע קעמערעס, אבער איז דאך גוט פאר רוב מענטשן. זיי זענען יעצט ארויסגעקומען מיט א 6 מעגאפיקסעל V603, מיט די קלארסטע סקרין, (230,000 פינטעלעך "פיקסעלס" - אנשטאט די 115,000 פון CASIO און 175,000 פון CANON). עסס איז אויך די איינציגסטע קעמערע פון די אויבנדערמאנטע וואס לאזט נוצן דעם OPTICAL ZOOM בשעת איר רעקארדירט ווידיאו - CASIO און CANON לאזן נאר נוצן DIGITAL וואס איז ממש גארנישט ווערד. די ווידיאו איז אויך קאמפרעסט, אבער אויף QUICKTIME פארמעט, וואס איז בעיקר גוט פאר מעק נוצערס, נישט אזוי גוט פאר PC נוצערס.
די אלע אויבנדערמאנטע קעמערעס זענען פון די גאר קליינע. אויב קען מען באשטיין צו נעמען אביסל גרעסער, איז דער אויסוואהל פיל מער. CANON האט אויך א ליין וואס הייבט זיך אן מיט אן A. למשל (A620, A700) וואס מיינט אז זיי נוצן AA בעטעריס, און איר בלייבט קיינמאל נישט סטאק ווען איר זענט אונטערוועגנס.
מ'קען נאך שרייבן מער, אבער איך האב בלויז אנגערירט אויפן שפיץ גאפל, וישמע חכם ויוסיף לקח.
שמעק_טאביק איך דאנק דיר זייער, קענסטו מיר נאך אלעם זאגן וואסערע איך זאל קויפן?
איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט"
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296שמעק_טאביק זייער שיין באשריבען, איין זאך האסטו א טעות אויפען SD700 איז דערווייל נאכנישט דא קיין קאמפלעינטס, עס איז פשוט נאכנישט ארויסגעקימען. די חברה אין לינק רעדען פין די אנדערע SD מאדלען.
דער אמת איז אז עס איז ממש נישט בנמצא א גאנצען קאמערא, יעדע קאמערע האט אנדערע מעלות אין חסרונת אין overall האלט איך אז די SD700 וועט זיין די בעסטע Choice פאר א Point and Shooter אין די קליינע קאמערא קאטעגארי.
נו געגאנגען דא האט איר כאפט א בילד פין מיר
[בילד – נישט אפגעהיט] שמעקטאביק
כמוני כמוך, איך האלט אויך זעהר פון CASIO זייער EXILIM ליין איז אויסגעצייכנט
איך האב א Z757 . פינף מעגאפיקסלס זענען גענוג לכל הדעות פאר ביז אכט ביי צען פרינט
די קעמערא איז דין, מיט א גרויסען סקרין
זייער בעטערי האלט אויך משונהדיג לאנג
די איינציגע פראבלעם וואס איך האב איז מיט זייערע AVI פיילס
איך קריג נישט קיין SOUND אויף mpplayer . נאר א מעסעדזש Error downloading codex
איך מוז דאס שפילען אויף א DIVX שפילער, דארט איז עס בסדר
באטשי אינסטאלירט אייך דעם Codec Pack וועלכע האט אין זיך אלע וויכטיגע Decoders אין דאס זאל קעיר נעמען פין דיין פראבלעם http://video.google.com/videoplay?docid=2748447830672822788&q=boro+park&pl=true
אין בעיה - איך האב פאריגע וואך געהאלטן אין מיין האנט א SD700 אין CIRCUIT CITY. מהיכי תיתי אז עס איז נאכנישט דא צו באקומען?
באטשי - CASIO האבן פארשידענע פראבלעמען, אבער זיי האבן כסדר UPDATES אויף זייער וועבסייט - דאונלאוד און קאננעקט דיין קעמערע מיט דיין קרעדל, און זאכן ווערן בעסער.
רעדנדיג פון קרעדל'ס, מוז איך זאגן אז איך גיב קרעדיט פאר "קענאן" פארן נישט האבן א קרעדל. די מעלה איז אז מ'קען האבן 2 בעטעריס, טשארדזשן איינס און נוצן דערווייל די צווייטע - א זאך וואס איז נישט במציאות אויף CASIO און KODAK און אנדערע (SONY) און נאך.
הצלה - דו דארפסט מוסר מודעה זיין וואס דו ווילסט. ביסטו גרייט צו ספענדן? דארפסטו אויסטערלישע קלארע בילדער? ווילסטו דווקא א פיצעלע אדער א גרעסערע איז אויך גוט? איז דיר ווידיאו וויכטיג אדער ביסטו פון די וואס זענען מקבל דעם איסור אויף ווידיאו באהבה, אדער האסטו א באזונדערע CAMCORDER? - באמת, אויב ביסטו אזוי צופרידן געווען מיט דיין S500, וועסטו ליב האבן סיי וועלכע נייערע קעמרע - בפרט די קענאן'ס - קענסט קויפן די SD400 אדער SD450 פאר גאר ביליג און דו וועסט זיכער הנאה האבן. די SD450 האט אביסל א גרעסערע סקרין ווי די SD400, אבער די קאנטראל באטענס זענען קלענער - וואס איז א פראבלעם אויב דו האסט גרויסע פינגערס.
ביסטו גרייט צו ספענדן? יא
דארפסטו אויסטערלישע קלארע בילדער? יא
ווילסטו דווקא א פיצעלע אדער א גרעסערע איז אויך גוט? קלענער איז בעסער
איז דיר ווידיאו וויכטיג? א ביסל
ביסטו אזוי צופרידן געווען מיט דיין S500? ניין, איך בין נישט געווען צופרידן
איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט"
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296 איך האב א סתירת הרמב"ם:
איך וויל קויפן א DIGITAL CAMERA מיין אלטע קעמערע איז געגאנבעט געווארן, איך האב געהאט ביז היינט א CANON S500 איך בין געווען ציפרידן מיט דעים אבער נישט אלץ האט עס געמאכט קלארע פיקטשערס,עס האט געהאט 5 MEGA PIXAL
ביסטו אזוי צופרידן געווען מיט דיין S500? ניין, איך בין נישט געווען צופרידן
ווי אזוי פארענטפערט מען דאס??
עכ"פ, אויב דו ווילסט האבן IMAGE STABILIZER און בלייבן ביי קענאן, איז נאר די SD700 די עצה, אבער עס קאסט דערווייל 450 טאלער - אויף די אינטערנעט. מסתמא ביז א חודש-צוויי וועט נאך אביסל פאלן די פרייז. די מעלות דערפון האב איך שוין אויבנדערמאנט, אבער בקיצור, עס האט א 4X OPTICAL ZOOM; צוויי-א-האלב אינטש סקרין; 6.1 מעגאפיקסל, די DIGIC II פראסעסאר מאכט דאס ארבעטן לכה"פ 4 מאל אזוי שנעל ווי די S500, ווי אויך פארבעסערט עס די פיקטשער קוואליטי. דא האסטו אויף ענגליש:
The PowerShot SD700 IS Digital ELPH sets a new standard. The first Digital ELPH equipped with Canon's Image Stabilizer technology, its sleek, tri-color body is loaded with high-end features that make taking great pictures more stylish and convenient than ever. Engineered with Canon's sophisticated Image Stabilizer technology, the SD700 IS Digital ELPH gives you the "shake-free" performance that makes your pictures sharp and clear. No matter how close you zoom in, the SD700 IS Digital ELPH keeps everything stable. All you have to think about is your subject. This is a camera that could make it on looks alone. But wait until you see its performance. The 4x optical zoom brings you in for intimate close-ups. The 6.0 megapixel CCD produces images of impressive quality with resolution that lets you create big prints.The PowerShot SD700 IS Digital ELPH features new ISO 800 and High ISO Auto settings that reduce the effects of camera shake and sharpen subjects in low-light situations, giving you greater flexibility for shooting.DIGIC II Image Processor Canon's DIGIC II Image Processor is designed to improve processing speed and image quality, so DIGIC II provides markedly faster startup, autofocus and playback, plus it assures that every image is more colorfully vibrant.iSAPS Technology is an entirely original scene-recognition technology developed for digital cameras by Canon. Using an internal database of thousands of different photos, iSAPS works with the fast DIGIC II Image Processor to improve focus speed and accuracy, as well as exposure and white balance.The PowerShot SD700 IS Digital ELPH includes a widescreen resolution option, producing images and film clips that are perfect for your widescreen TV or computer monitor.
אז דו ווילסט קענסטו גיין מיט די POWERSHOT S80, וואס איז מער פאר פראפעשאנעלס, עס איז נישט גרעסער ווי דיין S500, אפשר א טראפ קלענער, עס האט 8 מעגאפיקסל, און 3.6 ZOOM, ד.ה. כמעט 4X.
אדער קענסטו נעמען די CASIO.
פארגעס נישט, אז סיי וואספארא קעמרע דו נעמסט, וועסטו מוזן קויפן א נייע SD קארטל (אויב מ'האט נישט גע'גנב'עט די קארטל צוזאמען מיט די קעמרע), ווייל די S500 נוצט COMPACT FLASH קארד און אלע היינטיגע נוצן בלויז SD קארדס. קויף מינימום 1 גיגאבייט, און קויף די ULTRA II וואס איז אסאך שנעלער.
אין בעיה,
דיין לינק צו דאונלאודן די דעקאדערס איז עפעס נישט די ריכטיגע.
ווילסט געבן א טשעק ?
I see on some sites that Canon SD700IS has been released alread (example B&H has it in
stock for $499) so now who can scratch together a great price for this camera?
דא האט איר א CANON SD700 פאר $449.00
http://www.royalcamera.com/powershotsd700.html
איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט"
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296
הצלה שטיי ווייט פין די חברה, דארטען ענדיגט מען צאלן די הויזען, מען ברויך זייער אכטונג געבען ביי וועם מען קויפט עפעס אויף די אינטערנעט אלץ קיק פאר Reviews דא.
http://www.resellerratings.com/seller1895.html
רוב פין די זענען פראסטע גנבים, די אינטערנעט איז פיל פין די סארט סוחרים (וואס זענען אגב משלנו)
לכבוד_שבת איך וועל דיר לאזען וויסען ווען איך טרעף עפעס פין א Reputable Dealer
איר קענט יעצט באקימען די SD700 IS ביי DELL פאר $424
דאס איז גאר א ביליגע פרייז פין א רעפטובעל דילער.......
http://accessories.us.dell.com/sna/productdetail.aspx?c=us&l=en&s=dhs&cs=19&sku=A0620512שוין צו שפעט, איך האב שוין געקויפט מיין קעמערע א CANON SD700 פאר 499.00 ביי B&H
איך בין זייער צופרידן פון דעם.
איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט"
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296האט איינער אן אהנונג לגבי די A700 ווי גוט דאס איז?
איך פרוביר עס צו קאמפערן צו די קלענערע קאמרעס די SD700 - (פארשטייט זיך עס האט נישט די IMAGE STABILIZER) און די SD600-630 פארשטייט זיך אז ביידע זענען אביסל קלענער, מיין שאלה איז פיטשערווייז.
תוקן על ידי - dan_pearl - 28/05/2006 21:25:58
עטס מאכט מיר א תאווה צו איינהאנדלן איינס.
איך האב ביז יעצט דעם olimpus stylus נישט דיגיטאל.
איינער קען מיר ארויסהעלפן ?
איך זוך מיט די פאלגענדע איינצלהייטן:
קליין, און קאמפעקט, פון איין אינטש דיק און קלענער.
7-8 מפ.
לאנגע בעטערי לייף.
גאר גוטע ווידיאו קוואליטי קעפטשורס.
א לענז וואס זאל קענען כאפן בילדער פון האריזאנט, נאטור, ד"מ א גוטע X ZOOM .
אגב, עס זענען דא נאך פיל קאמעראס פון ברענד נעימס אזויווי OLYMPUS אדער SONY
די מומחים דא האבן נישאמאל גערעדט דערפון, איז עס טאקע אזוי שלעכט ווי איך טראכט ?
ליידער יא. SONY - אנדערש ווי געווענליך - מאכט נישט קיין גוטע קעמערעס. די פיקטשער קוואליטי איז ווייט נישט אזוי שיין ווי די אנדערע. הגם די קעמערעס בעצם זענען זייער שיין און סטייליש, מיט גוטע סקרין'ס און געשמאקע FEATURES.
און ביידע, OLYMPUS און SONY, און אזוי אויך FUJI, נוצן נישט די געווענליכע SD קארדס וואס אלע אנדערע נוצן, און איז היינט געווארן דער סטאנדארד צווישן קעמערעס, זיי זענען קליין (פיצל), פראקטיש, און ביליג, און איז פאראן ביז 4 גיגאבייטס. משא"כ SONY נוצט בלויז זייער אייגענע קארטלעך הנקרא MEMORY STICK און איז נישט קאמפעטיבל צו אנדערע קעמערעס; און די אנדערע צוויי נוצן XD פיקטשער קארד, וועלכע קאסטן טייערער, און איז נישט אזוי באנוצט.
NIKON איז אויך גאנץ א גוטע קאמפעני, אבער אין קליינע קעמערעס מאכו זיי נישט קיין גוטע דזשאב. ביי די גרויסע SLR קעמערעס זענען זיי זייער גוט.
ס'זענען פאראן נאך פיל מער קאמפאניס, יעדע איינע מיט זייערע מעלות און חסרונות, צ.ב.ש HP מאכט זייער פשוט'ע קעמערעס, אבער ס'האט גוטע "העלפ" אויפן סקרין, ס'העלפט מאכן גוטע בילדער דורך "פארשלאגן" בשעת מעשה ווי אזוי איז די בעסטע אופן צו כאפן דעם בילד...
PENTAX איז אויך גאנץ א גוטע קאמפאני.
MINOLTA, און VIVITAR, און SAMSONG, זענען גאר קליין אין דעם פעלד פון קעמערעס, און עס לוינט נישט אהינצוגיין.
איך האב אויך למעשה געקויפט די נייע CANON SD700, און איך בין גאנץ צופרידן דערמיט, אבער עס פעלט אסאך וויכטיגע FEATURES וואס אנדערע קאמפאניס האבן.
א גרויסן שכוייח שמעקטאבאק.
ווי דערמאנט זוך איך דוקא א קליינע קעמרא וואס זאל כאפן גאר גוטע בילדער פון נאטור, סינעריס אד"ג, דעריבער איז וויכטיג אז די אפטיקל זאאם זאל זיין בעיקר נוצבאר , ווייל דיגיטאל זאאם קען זיך נישט צופאסן וויאזוי איך וויל.
וועט די סד700 דאס טאן פאר מיר ?
מלוה_מלכה מיך אינטערעסירט נישט קיין ZOOM בכלל אויף די קליינע קאמערעס ווען איך ניץ עס איז די פאקוס קיינמאל נישט גיט געווען, אין די בילדער קומען נישט אויס קלאר, איז קראפ איך די בילד.
אדער אז די האסט אזוי ליב שיינע בילדער אין די קענסט דיר ערלויבען א SLR פאר בערך $700 ווארף אוועק די POINT & SHOOT אין שאף דיר איין א CANON REBEL מיט א 50MM 1.8 LENS עס איז אן לשער וואס מען קען דערמיט טאן, עס איז א געוואלדיגע אינוועסטמענט אין די בילדער וועלען דיר אלס באגלייטען.
איך האב א
SD400
אין ווען איך מאך זום אדער נעם א בילד איחן מער א טינקעלע צימער אזווי א ביהמ''ד אדער א טיש ביי א רבי קומט עס אויס טינקל, אפשר ווייסט איינער וויאזוי עס אויפציסעטן אדער וועלכע צי קויפן
SD400 איז באקאנט פאר א שוואכען פלעש אין שלעכט פאר INDOORS ווי אויך אלע גאר קליינע קאמערעס קענסט פראבירען אין מאניול ארויף ציריקען די ISO ביז 200 אבער דאס וועט אייך קאסטען א שוואכערען בילד וואס מען ריפט NOISE ווי אויך שוואכערע קאלירען.........
מער איבער דעם דא
מער טייערע קאמערעס זענען באקאנט מיט שיינע בילדער אפילו אין הויכע ISO
אויב האט איר א LENS מיט א APARTURE פין 1.4 אדער 1.8 קען מען אפילו כאפען אן א פלעש, פארשטייט זיך איך רעד דא פין א SLR
פין א POINT & SHOOT ערווארט נישא קיין גרויסע זאכען INDOORS אבער ווי געשמיסט די SD700 איז די בעסטע אויסוואל עס איז נישט די קלענסטע קאמערע אבער געניג קליין, עס האט א שטערקערען פלעש אבער עס ווענט זיך ווי ווייט די זאך וואס די ווילסט לעכטיג מאכען איז..........
עס איז יעצט $449 ביי אמאזאן
אגב שרייבט דארט איינער דאס
Very low noise image up to ISO 200 and fully usable at ISO 400.
canon 20D
or 30D
Willyboy די קריכסט שוין אביסעל צי ווייט.............דאס זענען נישט קיין קאנסומער קאמערא ווי די REBEL
די SD700 איז יעצט $389 ביי DELL
קליקט דא אין אינעם CART לייגט אריין די צוויי קופאנס קאדס
W00T5CR67WQRCF
C99$273GQ1L4W8
איך נוץ קיינמאל נישט דיג'טל זום, ס'איז זייער אומקלארע בילדער.
איך קען נישט ממליץ אויף א קעמרע, די קעמרע'ס וואס איך האב, איז שוין ביידע א דיסקונטיו'ד אייטעם ביי בי ענד העיטש.
אנהייב ממש האב איך גענוצט א פוג'י A200 איך בין געווען זייער צופרידן דערמיט.
היינט נוץ איך א SLR מיט POINT & SHOOT.
איך האלט זאלסט אנקאלן בי ענד העיטש אדער אדערמא און זיי אויספרעגן אויפן טלפון, פונקט וואס ווען ווי, זיי העלפן זייער גוט אויפן טלפון, אפי' דו קויפסט נישט גלייך אדער בכלל ביי זיי.
אזויווי איך בין אויך געווארן אביסל פארנומען מיטן קויפן א קאמערע, וויל איך פרעגן אפאר
קשיות, איך וועל זייער דאנקבאר זיין פאר די ריכטיגע תשובות.
1
וואס איז באמת די אייגנשאפטן פון א slr? מען זעט נישט קיין preview אויפן סקרין? פארוואס טאקע
געלונגט די בילד קלארער? וועט א פוינט און שאט נישט קענען געלונגען אזוי קלאר ווי א slr?
2
איך האב געהאט ממש ביז לעצטנס א (-דזשאנקי) olympus d-560, וואס די שאטער ספיד איז געווען פון
1/1000 ביז א האלבע סעקונדע, ווען דער מציאות האט געוויזן אז עס נעמט אסאך מער. לויט ווי איך
פארשטיי איז פארהאן צוויי זאכן, איינס ווילאנג עס געדויערט פון ווען מען דרוקט די קנעפל ביז
די בילד איז רעקארדירט, און איינס ווילאנג מען דארף ווארטן צווישן איין בילד און די צווייטע.
איז פארהאן אזא זאך אז אין די רגע וואס מען דרוקט אראפ די קנעפל איז די זאך געכאפט און
פערטיג? (און דאן וואלט נישט אויסגעפעלט קיין אנטי-שעיק, איך בין ריכטיג?)
3
דער אויבנדערמאנטע קאמערע האט מיר געקאסט באטעריס טאג און נאכט, נאך יעדע פינף צען בילדער איז
די באטערי אריין אין גסיסה פאזע. וויאזוי באווארענט מען דאס בעפאר מען קויפט א נייע קאמערע?
יישר כח!
רבותי ! וועם עס האט אינטערעסירט די SD700 אין האט געווארט פאר א מציאה קען עס יעצט באקימען ביי AMAZON פאר קנאפע $359 עס קאסט נישט קיין טעקס אין נישט שיפינג, כאפט עס פאר דעם פרייז עס איז ווערט יעדען דאלאר!
אין ווי איך קען AMAZON קען דאס ציריק ארויף גיין עני מינוט
קליק דא
טאקע ביליג
נישט צו לאנג צוריק האט דאס געקאסט קנאפע 500$
האו אבאועט
קענאן
S3 IS?
איך האב מיך איינגעהאנדעלט אזאונס צוליב די עיקר סיבה
אנשטאט צו פוינטן און שאטן
וויל איך רעקארדען א ווידיאוי און דערנאך נעמען פון די ווידיאוי פיקטשערס
קען זיך איינער אויס מיט דעם עס 3 איי עס?
קענאן גייט נאר ביז א 2 גיג קארטל
4 גיג ארבעט שויין נישט ביי קענעאן
און עס פיט אריין סך הכל 15 מינוט ווידיאוי
פאר אלע וואס זוכן אצינד איינצוהאנדלען א נייע דיזשיטעל קעמערא:
ווי אויבנדערמאנט, איז CANON זייער א גוטע כלי, ספעציעל די נייערע SD700 וואס האט Image Stabilizer, און נאך מעלות.
יעצט האט CANON מפרסם געווען אז זיי גיבן ארויס צוויי נייערע קעמערעס, SD800 און SD900. די נייע מעלות זענען ווי פאלגענד:
א) ערשטנס, נוצן זיי צום ערשטן מאל זייער נייע DIGIC 3, ביז היינט האבן זיי גענוצט די DIGIC 2 פראסעסאר, וואס איז געווען זייער גוט אנטקעגן די DIGIC 1, אבער די נייע פראסעסאר איז נאך שנעלער סיי מיטן אויפכאפן דעם בילד, סיי מיט אוטא פאוקוס, און נוצט ווייניגער באטערי, און נאך פארשידענע איינצלהייטן.
ב) די סקרינס זענען קלארער און האבן שארפערע רעזאלושענס. די 900 איז שארפער ווי די 800, אבער די SD800 איז דאך פיל שארפער ווי די SD700.
ג) מער מעגאפיקסל. די SD900 האט נישט ווייניגער ווי 10 מעגאפיקסל. וואס דארף מען אזוי סך? אמת, עפ"י רוב דארף מען נישט, אבער כידוע קען עס צונוצקומען ביי פארשידענע געלעגנהייטן, ווי למשל מען דארף כאפן א בילד פון דערווייטנס, קען מען מער אריינזאמען אָן פארלירן אזויפיל קוואליטי, אזוי אויך אויפן קאמפיוטער קען מען מער "קראַפּן" (אפשניידן פון בילד) און פארגרעסערן איין חלק דערפון, וכדומה.
דער פראבלעם איז, אז די SD700 האט 4X אפטיקל ZOOM, און די SD800 האט בלויז 3.8X ZOOM, און די SD900 בלויז 3X ZOOM. גיי ווייס פארוואס זיי לאזן נישט די 4X.
אלע פון די האבן Image Stabilizer. אויכעט, אלע פון די קענען פארנעמען א GB 4 מעמארי קארטל, וואס רוב ביז איצטיגע קענאן'ס האבן נאר געקענט פארנעמען ביז 2 גיגאבייטס.
עס וועלן זיין אין די געשעפטן בקרוב, (OCTOBER), פאר די פרייז פון $499 (אזוי האט זיך אויך אנגעהויבן די פרייז פון די SD700, אבער קאסט שוין היינט, א האלב יאר שפעטער, בערך $375 אדער נאך ביליגער).
Beatiful scope on Digital Cameras.
How about a Digital Video Camcorder ?
I'm looking for a real good one I nnow have the Cannon ZR65 and I'm extremely unhappy.
The typical view is very narrown and when taking videos of any moving object I have to keep moving ehe camcorder because I can't get enough of the view.
(no I"m not zooming)
Please recommend something really good.
Thanx
די SD700 קאסט יעצט $334 ביי אמאזאן אין דערווייל לוינט זיך נישט די איבער $150 פאר די קליינע חילוקים
אגב איז אויך ארויס געקימען די נייע REBEL XTI איך האב די REBEL XT
אין בעיה,
אודאי האב איך נישט געמיינט צו גיין אצינד קויפן פאר $499. כ'האב ספעציעל געשריבן אז די SD700 האט לכתחילה אויכעט געקאסט אזויפיל, און נאך א האלב יאר איז די פרייז אזוי נידריג. איך מיין ארויסצוברענגען אז אויך די נייערע וועט פאלן די פרייז צוביסלעך, און ביז א האלב יאר וועט עס שוין זיין שפאט ביליג.
אודאי וועט דעמאלס די SD700 קאסטן נאך ביליגער, אבער עס וועט זיך שוין לוינען דער דיפערענץ פאר די מעלות.
שמעק_טאביק איך האב נאר קאנפערמירט וואס די האסט געשריבען, אדרבא איך האלט ווי דיר........