מיין ברידער וויל מיר געבען זיין SONY DSC T1 וועלכע איז קלענער
מיין ברידער וויל מיר געבען זיין SONY DSC T1 וועלכע איז קלענער
אין בעי' ישר כח פאר די הילף, איך האב געשריבן אז איך דארף "נישט" קליין, ועל כן וויל איך נישט צאלן פאר די SD700. האסט נאך הצעות?
קודם כל איז די SD700 געפאלען צי 299
נאך דעם אז די ווילסט גאר א גיטע קאמערא אין די קיקסט נישט אויפען סייז זיי בודק דעם פאנאסאניק דאס האט א געוואלד מיט אפשענס ווי די IMAGE STABILIZER א 12X זום, עס קאסט ארום 275
http://www.amazon.com/Panasonic-DMC-FZ7-Digital-Optical-Stabilized/dp/B000EBK3FW/sr=1-13/qid=1162094883/ref=sr_1_13/102-8871801-2467304?ie=UTF8&s=photo
אויב דאס איז נאך אלס איבער דיין ספענדינג לימיט אין ווי די שרייבסט אז רוב בילדער זענען אינדערויסען, קויף דאס פאר $129 עס איז די #2 בעסטסעלינג אויף אמאזאן
http://www.amazon.com/Canon-PowerShot-Digital-Camera-Optical/dp/B000EMU888/sr=1-1/qid=1162096198/ref=sr_1_1/102-8871801-2467304?ie=UTF8&s=photo
תוקן על ידי jewboy ב- 21/01/2007 20:56:47
גיי אריין צו MENU, אבער זיי זיכער אז דו ביסט ביי "פיקטשער" מאוד, אויב ביסטו ביי REVIEW MODE, ד.ה. דארט וואו דו קוקסט איבער די בילדער וואס דו האסט געמאכט, וועסטו באקומען אנדערע אפציעס. דער מעניא טוישט זיך לויט וועלכע MODE דו ביסט אנגעשטעלט, (דו האסט דריי, איבערקוקן, פיקטשער, און מאווי - ס'איז אויבן רעכטס, א קליינער רוקער).
ממש אנהייב, וועסטו טרעפן AF-assist Beam, וואס איז געווענלך אנגעשטעלט אויף ON, מאך עס אויף OFF, און דער פראבלעם וועט זיין געלייזט אי"ה.
אגב, איך האב זייער געוואלט עפענען פאר אונז אין היימישע מאמע לשון, אביסעלע אינסטראקשענס ווי אזוי צו נוצן א דידזשיטעל קעמרע. עס זענען פאראן אין ענגליש אזויפיל בוכער און וועבסייטס, אבער איך בין זיכער אז רוב אידעלעך האבן נישט די מח און כח, צייט און מיה, צו גיין אדורכלייענען דאס אלעס.
למעשה רוב קעמארעס האבן אין זיך אזויפיל תוכן, און מ'צאלט געלט פאר די אלע פיעטשארס, ממש א שאד זיי נישט צו נוצן. צי ווייסט איר למשל וואס מיינט די פאלגענדע:
- פאוקאס (אוטא און מענועל)
- ווייט בעלענס
- ISO (נידריג אדער הויך)
- שאטער ספיד אדער שאטער לעג
- אפטיקעל און דיזשיטעל זאם,
- אימעדזש סטעבילייזער
- סטיטש אסיסט - (פאראנאמא)
- עקספאושער (אנדער און אווער)
- אלע סארטן פלעש, ווען יא און ווען נישט?
- סין מאודס (פארשידענע סצענעס קומען פראגראמירט)
- מעקראו מאוד
א.א.וו. צי ווייסט איר למשל אז ס'איז נישט כדאי אריינצודרוקן דעם גאנצן שאטער באטן ווען איר נעמט א בילד, נאר קודם דרוקן האלב דערפון, עס קומט ארויף אדער א גרינע באקסעלע אדער אן אנדערע צייכן, און דאן טוט עס "לאקן" (צושפארן) דעם פאוקאס און עקספושער פאר די בעסטע רעזולטאטן, און ערשט דערנאך דרוקט איר אריין גענצליך?
מיין שאלה איז דא צום עולם: איז איינער אינטערעסירט דערין? איז דא איימיצער וואס קען דאס, אדער וויל וויסן? אדער רעד איך בעיקר צום דופן?
_________________
דערווייל רעקאמענד איך נישט די נייע מאדלען פאר די וואס ווילען דאס ניצען בעיקר INDOOR ווייל קיין איינס קומט נישט מיט די IS סטאביליזעשאן, אויף דערווייל ווארט איך אויף די פראפעשינאל REVIEWS, עס קען זיין זיי האבען ארויסגענימען די IS צוליב די פארהעכרטע ISO וואס מיינט אז מען אנשטעלען דעם קאמערא צו זיין מען סענסעטיוו צו ליכטיקייט, אבער דאס אלעס איז נאר גיט אויב דאס אפעקט נישט די קוואלעטי פינעם בילד.
תוקן על ידי איןבעיה ב- 25/03/2007 8:19:13
שמעק איך האב דיר אנגעפרעגט עפעס (נישט דא) בנוגע קאמערעס און דערווייל נאכנישט ערהאלטן קיין ענטפער.
ביטע לאז דיך הערן ווען דו האסט א טשענס. אדאנק.
און וואס זאגען די מבינים אויף די A710 IS
אדער די נייע A570 IS
לוינט זיך צו פארקוקען די נייע טשיפ Digic 3 פאר 6X zoom
שמעק, כל כבוד די וועסט מחיה זיין דעם עולם דא.