דער אלייענס בלוט בלבול-תשס"ו
א שרעקליכע סקאנדאל איז אויפגעדעקט געווארן, אז די בייזוויליגע נידערטרעכטיגע פושעי ישראל, די ארכי סעלף העיטינג דזשוס, המכונה אלייענס און שפיץ פון דעם געלד גיייציגען מחוצף און עזות פנים, דער הדיוט קופץ בראש, פנחס \פיני \פונקוס יאקאבאוויטש, צוזאמען מיט יחזקאל (טראסטי) וויינשטאק, האבן אריינגעגעבן א א בייז וויליגען בלוט בלבול קעגן דעם קרית יואל ווילידזש פובליק סעיפטי, און דער הויכפונקט ( צווישן אנדערע בלבולים) איז, אז די ווילידזש פובליק סעיפטי האט פיזיש פארכאפט, און געהאלטן איינגעשפארט און געפענגעניש פאר א לאנגע צייט, כ"ק ירושלים'ער רב, ר' יצחק טוביה ווייס, שליט"א, ביי זיין באקאנטען מלכות'דיגע באזוך און קרית יואל, אזש אז די סטעיט פאליס האט עם געמוזט קומען ראטעווען און באפרייען.....
די קידנעפינג בלבול, האט געזאלט פארקומען פאר צוויי יאר צוריק, ווען דער שטעטל קרית יואל, האט אנטפאנגען דעם ירושלימער רב, מיט א מלכות'דיגע קעניגליכע אויפנאמע, ווי עס פאסט פאר דעם מרא דארעא דישראל, אבער די נידערטרעכטיגע יונגען רעכענען זיך מיט גארנישט, ווען עס קומט אנצוזייען, זייערע מעשה השחתה און מלשינות ר"ל.
שומו שמים: צו זעהן דעם נידעריגקייט, וואס די נידערטרעכטיגע פארשוינען האבן זיך דערקייקלט, און זייער אום דערפאלגרייכער, האפענונגס-לאזער קאמף, צו שטערן דעם בליה און וואוקס פון די הייליגען ירושה, דער הייליגער שטעטל קרית יואל, וואס דער רבי זיעועכ"י, האט אונז איבערגעלאזט.
זיי האבען ארומגעשיקט א העסליכען בריוו פאר די סאמע העכסטע סטעיט רעגירונגס איסטאנצן ווי פאלגענד:
גאווערנאר פאטאקי
ניו יארק סטעיט פאליס סופער-אינטענדענט אין אלבאני
NEW YORK STATE DIVISION OF CRIMINAL JUSTICE SERVICES
און זיי פארלאנגען אין דעם מסירה, אז די סטעיט זאל קומען מאכען "ארדענונג" אין קרית יואל, ותוצאותיו מי ישורנה.
תוקן על ידי - כל_העולם - 28/02/2006 6:52:49