ר' משולם פאלאטשעק "סובפינע" - מציצה בפה
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1816793
ר' משולם פאלאטשעק האט באקומען א סובפינע אין קארט אויף די וואך דאנערשטיג.
די מעשה גייט ווי פאלגענד:
א נייע קעיס פון הערפיס איז אנטדעקט געווארען אין וויליאמסבורג. די סיטי וויל וויסען ווער דער מוהל איז. די עלטערן האבען נישט געוואלט קא-אפערירען מיט די אינוועסטיגעישאן און האבען נישט געוואלט אויסזאגען ווער דער מוהל איז.
(אפילו נישט אויב פישער איז געווען מוהל אדער נישט. הגם ער איז נישט געווען)
אבער אזויפיל האבען זיי געזאגט אז זיי האבען א ראביי און ער הייסט ר' משולם פאללאטשטעק. האט די סיטי געלאזט רופען ר' משולם אבער נישט וועלנדיג קאאפערירען - האבען זיי אים געשיקט א סובפינע.
ר' משולם זאגט אז ער איז גרייט צו קיין זיצען אין תפיסה - אבער ער גייט נישט קאאפערירען.
---------
איינע פון די תלמידי בעל שם זענען אמאל געווען אויפן וועג צום הייליגען מגיד אויף יו"ט סוכות. אויפן וועג האט ער דערזעהן א איד וויינט. שטעלט ער זיך אפ און פרעגט -פארוואס וויינסטו? ענטפערט ער אז ער דארף חתונה מאכען און כסף מנין. האט ער זיך מרחם געווען און אוועקגעגעבן זיין גאנצע געלט וואס ער האט אנגעגרייט צו קויפן א אתרוג אויף יו"ט, און אויך די גאנצע הוצאות הדרך - וויאויך זיין פערד און וואגען. נו, אזויווי ער האט נישט קיין געלט צופארען ווייטער האט ער זיך אויסגעדרייט און צירוק אהיים געגאנגען.
סוכות . די נענועים ביים הייליגען מגיד - ווער וויל דען נישט זעהן דעם מגיד שאקלען לולב?. אימיטען די נענועים האט זיך דער מגיד צושמייכעלט. אויף די תמיה פון די תלמידים פארוואס ער שמייכעלט - האט ער מסביר געווען אז - ער האט געזעהן אין הימעל וויאזוי גאנץ כלל ישראל שאקעלט לולב, און פלוצלונג דערזעהט ער דארט זיין תלמיד מיט א פערד און וואגען אנשטאט א אתרוג....
איך גלייב אויב האט ער געקענט זעהן בהווה האט ער אויך געקענט זעהן בעתיד.עס קען זיין אז ער האט אויך געזעהן וויאזוי ר' משולם זיצט און תפיסה פאר א נארישקייט נאר ער האט זיך פשוט געשעמט צו זאגען....
------
און וואס זאגט אגודת ישראל?
עס וועט אים גארנישט העלפען צום סוף וועט מען מוזען רעדן.
די אלע זאכען העלפען נישט ארויס פאר די מערכה פאר מציצה בפה. עס שטערט נאר!!!
שלום לכם
די מעשה איז שוין באלד צוויי חדשים אלט
דא האסטו א לינק ווי איך האב מרמז געווען איבער די אנטוויקלונג פון די מעשה
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=7&topic_id=1744420עס איז נישט אינגאנצען ווי די פארציילסט עס, ס'איז זייער גרינג יענעם צו באשולדיגען מיט
Negligence
ווער בין איך
די מעשה איז זייער זייער הייס
ממקורות נאמנים הער איך אז דער קעיס איז EXPLOSIVE
לפי [let me put it this way] די וואס האלטן אז confrontation מיט סיטי האל מאכט די מצב א סאך ארגער כפלי כפלים.
דהיינו דא האבען מיר א קעיס פון נאך אמאל מ'זוכט צו שוצען א געוויסען מוהל. אבער דאס איז נאר א חלק.
לאמיר טראכטען איין מינוט ווי אזוי דער קעיס פון דעם RABBI -וואס וויל נישט זאגען ווער דער מוהל איז- וועט זיך אויס שפילען אין די מידיא, און וואס פארא עפעקט דאס וועט האבען אויף דער מערכה צו שוצען מציצה בפה איבער דער גאנצער וועלט.
פאר דעם געווענליכער גוי וועט אויס קוקען אז דער ראביי איז -פשוט און גרוד איז אן אכזר- וואס שטערט מעדיקאלע פארשונג, און די "ויצעקו" מצד דאקטוירים מצד די צייטונגען וועט דאך ווערען שארפער אין שארפער. און אז מיר ULTRA ORTHODOX זענען פאנאטיקער וואס גייט זיי נישט אהן זייערע קינדער און ענדערש גייען זיי אין JAIL ווי צו העלפען דעם גאווערמענט צו שוצען קליינע קינדער.
מיר ווערן געפירט צום ברעג פון א טיפער טונקעלער טאל ווי מיר אלע ווערען אריינגעפירט אפילו די וואס האלטען אז דער וועג איז נאריש און איז מסכן מציצה בפה בכל העולם! שומו שמים!!! ווי אהין פירט מען אונז?
דאך זענען די משוגעים אונזער פירערס
וויפיל וואלט זיך דער שטיף ראביי געלאזט קאסטן
אז מ'זאל אים שיקן א סובפינע?
וויפיל וואלט דער איד פול געווען אז מ'רופט רח"ל דעם העלדישן רב ר' זלמן לייב אין געריכט צוליב א הייליגע מצוה...
יוסי,
די מעשה מיט ר' משולם איז ווי איך האב דעמאלטס פארציילט
דער דאקטאר האט באשטעטיגט אז די HERPIES קומט פון די מאמע.
ס'איז א מעשה נצחון
ר' משולם טעהנ'ט די קענסט מיך נישט צווינגען.
און די CITY זאגט איך קען דיך יא צווינגען.
די שאלה איז
לאמיר זאגען אז ר' משולם ווייסט ווער דער מוהל איז.
איז ער מחויב דאס איבער צו געבען?
איז א גלח מחויב צו גיין איבערגעבען פאר די רעגירונג ווען איינער איז זיך מתוודע פאר עם זיינע עבירות?
גייט מען טאקע דא טשעלענדזען Clergy Privilege ?
איך בין מיט ר' משולם ווייל געבען א Subpoena פאר א רב איז זייער ווייט געגאנגען מצידם.
אין די אגודה וועט זיך טרעפען זייער אויסגעשפילט אויב שטייען זיי נישט מיט געהעריג אויף אזא זאך.
די פארשטייסט נישט.
די עלטערן האבען נישט געוואלט קאאפערירען. איין זאך האבען זיי יא געזאגט - אז זיי האבען אלעס געטוהן מיט די "ייעוץ" פון זייער ראביי. אויב אזוי, מיין איך אז די סיטי האט רעכט צופרעגן דעם ראביי ווער איז דער מוהל וועמען ער האט רעקאמענדירט.
Put it this way:
די סיטי האט געהאט צוויי אפציעס.
איינס: גיין מיט די עלטערן בע"כ - ביז זיי וועלן רעדן. ווי צ.ב.ש. אינוועסטיגעישאן'ס אן א ענדע, תפיסה, וכו'. און די שטאט וועט זיך איבערדרייען.
צוויי: צו פרובירען קודם מיט גוטען צו רעדן צום ראביי. און אויב דאס וועט נישט גיין - וועלן זיי זיך הערשט נאכדעם נעמען צו די עלטערן - וואס דאס קוקט יעצט אויס.
The bottom line is:
זיי וועלן רעדן.....!!
מיאנכי הער אויף מיט דעמאגאגיע
דער אגודה איז מיט ר' משולם איך בין מיט ר' משולם און דער באשעפער איז מיט ר' משולם ...
די צרה איז אז די סיטי איז נישט מיט ר' משולם.
און ווען דאס וועט זיך אונקלאפען מיט די וועלט מידיא איז א זיכערע זאך אז מיר "אלע" וועלען אויס קוקען ווי חיות. וואס וועט זיין אונזער שטעלע?
1) יא דער מוהל איז שולדיג פונקט ווי דער RAPIST איז שולדיג (דהיינו מציצה בפה איז יא א סכנה) אבער מיר האבען א רעכט צו שוצען א קרימינאל פונקט ווי דער גלח קען שוצען
3) ניין מציצה בפה איז נישט קיין שום סכנה בכלל כלל לא! נאר מיר געבען נישט ארויס דעם מוהל'ס נאמען ווייל די סיטי מאכט אן עלילת דם, סתם זיי קריכען אויף אונזערע נערווען. היה לא תהיה!
3) די מאמע איז שולדיג אין די סיטי מוז אפילו נישט מאכען א טעסט אויף דעם מוהל דאס פעסט צו שטעלען ווייל ר' איצא גליק זאגט אז ער זיכער עס קומט פון די מאמע. [איי עס איז נישט דא קיין שום פאל אויפען רעקארד פון א מאמע וואס האט געגעבן ORAL הערפיס פאר איר קינד - מיר האבען אנ אנדערע מיינונג אין מ'טאר זיך נישט מישען אין אונזער רעלגיע]
4) מיר האלטען אז דער קאמישענער איז א רשע און דער ראביי מוז אים נישט ענפערען.
וועלעכע פון די תורות וועלען די חכמי המציצה איבערגעבען פאר די מידיא און וועלעכע פון די ענטפערס וועט נישט אויף רייצען די קעגענער פון מציצה בפה מיט נאך מער כעס אויף אונז
please tell me how is this going to work in helping to preserve our way?
זייער פשוט.
ר'משה דוד נידערמאן וועט לויפען צו די מידיא און פארשפרייטען אפאר ליגענט'ס. ער וועט זאגען אז ס'איז יעצט נאכט. און אז מען מאכט א יאר מציצה בפה פאר הונדערט טויזענט קינדער.
אפשר קען איינער זאגען פון ווי מען נעמט דאס אז די מאמע האט געהאט הערפיס?
איך זאג נישט אז נישט. אבער ביי פישער איז דאס געווען א ארויסגעזויגטע ליגענט פון פינגער - אז די מאמע האט געהאט הערפיס. און דער קאמישאנער ווייסט אז מען פארשפרייט ליגענט במזיד און ער איז זייער בייז דערוועגן.
סתם פאר אינפארמאציע
א גלח וכדומה להבדיל מוז נישט פארציילען וואס א מתפלל זיינע האט זיך מתוודה געוועהן פאר איהם פריוואט דאס איז א פריווליגע פון דעם געזעץ נישט פון דעם קאנסטיטוציע.
דא רעדט מען נישט פון א קרימינאל
נישט פון א וידוי
נישט פון פריוואט
דער ברית איז געוועהן א פאבליק זאך
ער איז פשוט אן עדות וואס מוז רעדען
מ'האנדלט נישט דא פון מאכען דעם מוהל א קרימינאל העכסטענס רעדט מען דא פון אסר'ן איהם א יחיד צו מאכען מציצה בפה און קיין שום מענש אין אמערקע האט נישט קיין "רעכט" מצד דעם קאנסטיטוציע צו מאכען א רעליגעזע זאך אויף א "צווייטען" דהיינו דאס קינד וואס איז א סכנה או ספק סכנה או ספק ספיקא אחד מיני מיליון די שטאט קען דאס אסר'ן
פשוט מ'לעבט דא מיט חלומות שוא משאות ומדיחים
יוחי.
איך מוז דיר זאגן אז דו האסט זייער שטארקע טענות, און טייל פון זיי קען איך נישט אפווענדן.
אבער איף האף, און איך גלייב, אז די אלע זאכן זענען געהעריג אויסגעארבעט דורך אדוואקאטן און דאקטוירים.
ר' משולם פאלאטשעק איז דער לעצטער מענטש אין וויליאמסבורג וועמען מען קען באשולדיגן אין סאטמארע פאנאטיזם... כיל"ח.
און אז אזא סארט מענטש ווי ער, וואס אויסער זיין גאונות איז ער אויסערגעווענליך א פראקטישער מענטש, א חכם און א מתון, אנערקענט אז מ'טאר נישט ארויסגעבן דעם נאמען, גלויב איך אז "יש דברים בגו".
און לאמיר אננעמען די טעמע פון א צווייטן קוק-ווינקל.
אויב איז דער מוהל יא שולדיג, צי דראען אים נישט קיין קלאגעס מצד די סיטי ?! איז נישט דאס אויסזאגן דעם נאמען פארבינדן א קאפיטשקע מיט "מסירה", וואס דאן קומען די אלע P.R. חשבונות נישט אריין אין בילד ?!
דער קאמישאנער האט נישט קיין קלאגעס קעגן מוהל - ווייל מציצה בפה איז לעת עתה נישט פארבאטען.
ער האט קיין מאל נישט געזאגט אז ער גייט אסר'ן דעם מוהל פון מאכען מציצה בפה.
די גאנצע זאך וואס ער וויל איז די נאמען פונעם מוהל.
נאר אויב גלייבט מען אז עס איז שעת השמד - וואס דאס קומט דאכט זיך מיר נישט צו ווייט פון פאנאטיזעם - מוז מען זיך דאך מוסר נפש זיין.
.
אנטשולדיג מיר
ר' משולם קען איך און די ביסט גערעכט אז ער איז א מתון ונבון אבל לבו אינו ברשותו. דער קאמפף איז נישט אין זיין האנט.
יא די שאלה איז נורא ואיום. אבער איין זאך איז קלאר אז עס האנדלט זיך נישט בכלל פון מסירה כפשוטו ווייל אויפען מוהל דראט נישט קיין שום שטראף בכלל!
לאמיר אביסל צוריק גיין . די קנאים\משוגעים האבען פארלאנגט 100% באווייז אז מציצה איז א סכנה. דער כלל ביי רפואה איז דאך מצד דעם געזעץ און אויך מצד דער הלכה פונקט פארקערט, אז אפילו א שוואכע ספק איז דוחה הכל.
אבער אויב מ'רעדט פון "שטראפען" דעם מוהל איז דאס אומעגליך לויט דעם געזעץ!
ווייל די סיטי קען נישט באווייזען אויף 100% אז ער איז "קרימינאליש" שולדיג. דאס איז פשוט און די וואס דרייען אריין אנדערש דעם אישו איז נאר צו פארדרייען דעם אמת וואס דא גייט פאר.
מ'רעדט דא פון צוויי ברירות אדער 1) פארבאטען דעם יחיד מוהל פון צומאכען מציצה בפה 2) אדער דורך זיך ווידער שטעלען קעגען דעם קאמיש אז ער זאל אסר'ן מציצה בכלל און דער "ווילדע" ווידערשטאנט וועט גורם זיין א געוואלדיגע חילול השם און א איסור גורף מצד דעם קאמיש. אויף מציצה און נאך אים דער גאנצער וועלט וואס קוקט וואס מ'טוט אין ניו יארק בענין המציצה בפה
PICK YOU CHOICE BUT U GOT ONLY 2 CHOICES
תוקן על ידי - yohcee718 - 22/02/2006 22:20:21
דע מעשה ציעט זיך שוין צוויי חדשים ס'האט געדארפט זיין א גרויסע סוד, דאס קינד איז שוין לאנג אינדערהיים געזונט און פריש ב"ה דער אייבישטער זאל העלפען ווייטער,
די איינציגע זאך איז יעצט נצחון*:namespace prefix = o />
יוסי,
ביטע לייג צו א נומבער 5
5) דער דאקטאר זאגט אז די מאמע איז שולדיג.
און דער דאקטאר איז דא אין איז גרייט צו testify פאר די מאמע, די שטאט איז אבער נישט אינטערעסירט און דעם.
אין בד"א ר' משולם איז ניטאמאל געווען ביים ברית ער איז נישט מער ווי א pastor וואס האט גע'עצהט די פרוי רעליגיעזע עצות,
ער איז נישט דא קיין עדות!
ווערט'ס געוואר די פאקטן פאר עטס שרייבטס
יא ס'איז זייער הייס אבער שפרינגטס נישט ארויס פון די הויט פאר עטס וויסטס וואס דא האט פאסירט.
עס איז בכלל נישט קיין שאלה צו דער מוהל איז שולדיג צו נישט
ס'איז א שאלה צו מ'קען מאכן ר' משולם רעדן צו נישט!
תוקן על ידי - כל_העולם - 22/02/2006 22:40:18
מיאנכי
צוויי זאכען
1) קיין שום דאקטאר איז נישט דא אין וואס קען דאס זאגען אהן נעמען א טעסט פון ביידע סיי דער מוהל סיי דער מאמע. און סייענס איז דא א כלל גודל פון you have to rule out all other possibilties און אויב דער דאקטאר האט נישט געמאכט קיין DNA טעסט אויף דעם מוהל'ס הערפיס איז אלס וואס די זאגסט חספא בעלמא בעיני הגעזעץ
2) צי ר' משולם איז דארט געוועהן וועל איך שווייגען... טו פאר וואס אבער גייט ער נישט עדות זאגען אז ער איז נישט דארט געוועהן..
די דרייסט אוועק דעם עיקר אישו. און דאס איז כדלהלן:
וועט דאס אקעגען שטעלען זיך קעגען דעם העלט קאמיש העלפען דעם מצב אדער ארגער מאכען?
אלע אנדערע טענות ומענות זענען אך למותר!!!!
תוקן על ידי - yohcee718 - 22/02/2006 22:50:50
איך בין אויך אביסל באהאוונט אין די פרטים, און ר' משולם איז בכלל נישט געווען ביים ברית. לפחות קען קיינער נישט אויפווייזן אז יא.
יוחי.
איך וועל נישט איבערחזר'ן אונזער אלטן ויכוח בנוגע דעם צוגאנג אין די טעמע, איך בין פארט נישט גענצליך אויסגעקאכט אין אלע פרטי פרטים, און בפרט אין די יעצטיגע פרשה ברענגסטו לכאורה ארויף עטליכע גאנץ גוטע טענות וואס איך קען נישט אוועקמאכן.
אין מיינע אויגן, און איך שטעל זיך פאר אז קיינער איז נישט מחולק, איז דאס בלויז דער אנהייב, עס גייען אנהייבן קומען סובפינעס רעכט'ס און לינקס, טאג נאך טאג. אויב האט טענדלער ימ"ש געקענט זאגן אז מ'קען האבן "לערנינג דיסעביליטיס" יארן שפעטער אין רעזולטאט פון מציצה בפה, איז זיכער אז זיי וועלן זיך ארויפכאפן אויף יעדע קלייניגקייט.
עס איז שטארק מעגליך אז דאס איז דער מאטיוו פון די עסקנים, אפצושטעלן באצייטנ'ס דעם געיעג נאך אומשולדיגע עלטערן, וואס לכאורה וועט די סיטי נישט קענען צופיל ציען די פינגער מיט צופיל רבנים, כאטש יעצט פרובירן זיי צו ווייזן שטארקייט.
ס'איז אמת אז די פרעסע וועט עס אראפמאלן ווי צוריקגעבליבענע בארבארן, אבער נאך אלעם וועט זיין זייער שווער פאר די רעגירונג צו סבופינען אלע רבנים אין ניו יארק.
מעגליך אז דאס איז די סיבה. איך ווייס נישט.
איין זאך בין איך יא איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט, ר' משולם פאלאטשעק וועט נישט גיין זיצן קיין איין טאג פאר הערשל קלאר, און ניטאמאל פאר נידערמאן...
אויב ער רייסט זיך איין מיט די רעגירונג, האט דאס א שטארקן באזיס, וואס ?! איך ווייס נישט !
יוסי די מאמע האט געהאט הערפיס בשעת דאס קינד האט דאס באקומען.
איך דריי נישט אוועק די אישו וייל די אישו איז צו מ'קען מאכען ר' משולם רעדען.
די מאמע האט געהאט הערפיס אין געזייגט דאס קינד
דאס קינד איז ב"ה געזינט
אלעס איז ב"ה אינדערארדענונג
די מאמע האט געפרעגט פונעם NURSE למאי נפקא מינא ווער עס איז געווען דער מוהל?
זי האט געפרעגט די זעלבע קשיא פון די AGENCY
ס'איז געווען נאכדעם וואס דער דאקטאר האט געזאגט אז די סארט הערפיס קומען געווענליך פון די מאמע און דא האט עס די מאמע געהאט.
ר' משולם איז דא נישט געווען מער ווי א רב א רעליגיעזער יועץ
מ'קען נישט אלעמאהל קוקען וואס CLYDE HABERMEN גייט שרייבן אין NYT
בא ללמד
די זאגסט דברים של טעם
אבער איין זאך וואס דאס האט צו טוהן באמת מיט אונזער נייאיווקייט מיר זענען נישט באקאנט אין עניני עלמא ממילא מאכען מיר און אלע חרדישע אידען פארשידענע השערות וואס רוב מאהל מאכט נישט אויס לכאן או לכאן
למשל א יעדעס חסידיש קינד מיינט אז רוב אידען זענען חסידיש ווייל ווי ער קוקט זעט ער חסידים. זיין וועלטעל איז זייער קליין דאס איז בזעיר אנפין
מיר רעדען זיך איין און פאטשען זיך אין בויך אז מיר זענען גאר וויכטיג דא אין ניו יארק סיטי און מ'האט מורא פון אונז. דאס איז א טייל מאהל אמת דארט ווי אנדערע איינוואוינער פון שטאט האבען נישט קיין אינטערעס לכאן או לכאן
ביי מציצה בפה איז ליידער דא א גאר גרויסע אינטערעסע מצד די פרעססע מצד די מעדיצין געזעלשאפט וכו' וכו'
מיר זענען בענין הזה ליידער כקליפת השום בעניהם!! וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו! און ווער פון די גוים, אידען, פרייע, האט נישט ליב אונזער הנהגה, לייגט א פרעשור גדול אויף דעם סיטי אונז צו לערנען א לעקציע.
און ווי פול מער מ'מאכט א טומעל אלס טיפער ווערט אונזער פלאנטער.
איך האב געהערט אז די MEDICAL ESTABLISHMENT איז מלא כעס וחמא אויף דעם קאמישענער פאר זיין "זיידענע" געפירעכץ מיט אונז. מיר האבען נאר איין אפציע במצב הזה
חבו כמעט רגע עד יעבור זעם
נישט דעם היפך מזה.... צו שרייען "רשע" "עלילת דם" וכו וכו'
יוסי קיינער שרייט נישט רשע עלילות דם מ'שרייט אבער יא אז א רב איז נישט מחויב צו ענטפערען.
מארגען קומט פאר א גרויסע אסיפת הרבנים אין עטרת חיה
מיאנכי
אין די אידישע חסידישע פרעססע שטייט יא "עלילת דם" און אויף פלאקאטען און דער קאמישענער "ווייסט" אז דאס זאגט מען אויף אים.
איך ווייס נישט פארוואס עס איז אזוי שווער פאר דיר צו פארשטיין?
סאיז פשוט נישט קיין שום נפקא מינא צו ר' משולם, די מאמע, די באבע, די שוויגער. איז גערעכט.
פאר דעם זאג איך אז דער אישו איז נישט דאס בכלל.
די אישו איז "דער פייט" מיט דעם סיטי בכלל אפילו מ'איז 1000% גערעכט לגבי דעם מוהל. אבער די פראגע איז צו דער "צוגאנג" פון נישט רעדען פון נישט קא-אפערירן מאכט און א שאדען אוים מציצה בפה בכלליות!
און דאס איז ביי מיר א זיכערע זאך מטעמים שהסברתי לעיל אז דער "פייט" פירט אונז אין שאול תחתית למטה מג' טפחים שאין למייטאו העימענו! (בלשון משיח)
איך ווייס פון דעם עטרת חי' מיטינג. עס איז בפירוש נאר פאר בארא פארקער רבנים
נאר מיט איינטריט קארטליך
סאיז בפירוש נאר פאר בארא פארקער - פלעטבוש מכל החוגים ימין ושמאל
כדי צו קענען אפזאגען די משוגעים פון וויליבורג.
איינער זאל זאגען פאר ר' ז"ל אז ער זאל CRASH THE MEETING היתכן מ'רעדט פון מציצה און איהם!!
יוחי:
דעס וואס די די זאגסט וועגן אסר'ן דעם מוהל - איז נישט ריכטיג ווי ווייט איך ווייס. אז דער מוהל וועט קענען ווייזען אז ער איז א מוהל צוואנציג יאר למשל - און קיין הערפיס קעיס איז נישט דא אויף אים און-רעקארד - איז נישט מסתבר אים צו אסר'ן, ווייל עס קען זיין א פערצאפאל די הערפיס קעיס.
אבער עס איז זייער פליכט נאכצוגיין איעדע הערפיס קעיס נאך מציצה, ווייל אויב וועט מען טרעפן נאך א קעיס אויף אים בעבר אדער בעתיד וועט דער קאמישאנער יא מוזען שריט קעגן אים - און איך וועל גארנישט ברוגז זיין.
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די אגודה, און איך האב געהערט פון ר' חיים דוד צוויבעל - פאר די חיות האבען זיך אריינגעמישט - אז דער מעיאר האט זיך פארפליכטעט פאר אים "בכתב" אז ער וועט מציצה בפה נישט אסר'ן גענצליך. אבער א מוהל וואס מען וועט טרעפן אויף אים א Pattern פון הערפיס טרענסמישאן וועט ער יא נעמען שריט קעגן אים.
יעצט, וואס פונקטליך א pattern מיינט ווייס איך נישט - עס קען מיינען צוויי מאל און עס קען מיינען דריי מאל - אבער איין מאל מיינט עס נישט. איך גלייב ווען מען וואלט געהאלטען א נארמאלען- א נארמאלען דיאלוג מיטען מעיאר וואלט מען דאס געקענט בייגען. אזוי האט מען געטוהן זעכציג יאר אין אמעריקע.
אבער די לאקאלען דא ווילען איינפירען א נייע וועג וויאזוי מען גייט אום מיט אינסטאנצען. זיי גייען זיי ווייזען קלאר אז זיי זענען אליינס בעל הבית - און אפגעהיטען זאל מען ווערן אויב די אינסטאנצען וועלן וועלן ווייזען אז נישט.
verbineech
דעס אז די מאמע האט הערפיס - איז נישט קיין גרויסע נפק"מ.
איינס: ווייל די סיטי האט רעכט אריינצונעמען אין די פיקטשער און פארשען אלע מעגליכקייטען.
צוויי: פארגעס נישט אז די סיטי ווייסט נישט קלאר אויף הודערט פראצענט ביי קיין איין קעיס פון וואו דאס קומט. זיי האבען נאנישט קיין קלארען באדייט פארוואס ביי איין מוהל גייט דאס אדורך און ביים צווייטען נישט - הגם ביידע האבען די זעלביגע הערפיס. ממילא לייגען זיי א דגוש אויף די pattern פון די זאך. דהיינו, צוויי מאל ביי איין מאמע איז עס מסתמא פון די מאמע, און צוויי מאל פון איין מוהל -דאנסמאל איז עס דער מוהל. (פארשטייט זיך מיט נאך פאקטארען למשל: דיפלאץ, די צייט, וכו'.)
בא_ללמד
די דארפסט פארשטיין אז די מערכה בגלוי האט שוין אנגעמאכט שאדען אין עס וועט בעתיד אויך מאכען. ר' חיים דוד צוויבעל זאגט אז עס האבען אים שוין געקאלט מוהלים פון אנדערע סטעיט'ס אז מען מאכט זיי שוין טראבעל. סוף כל סוף אז די גאנצע סקאנדאל ווערט דערמאנט איעדע שטיק צייט אין די טיימס - קלונגט עס אפ אין די גאנצע וועלט. נו, צו מיינסטו אז אין די גאנצע וועלט האט די התאחדות הרבנים דעם לעצטען ווארט? צו לייגסטו אויפען געוויכט אז עס איז דא שליחי חב"ד און מוהלים אין יעדן ווינקעל בכל קצווי תבל?
וויאויך דארפסטו וויסען אז: יא! דער קאמישאנער קען אונז גוט צופאכען אויב וויל ער. דער שורת הדין פונעם געזעץ זאגט אז ער דארף די זאך אסר'ן. ער דארף פראטעקטען אינפענטס וואס קענען זיך נישט אליינ'ס העלפען. ער קען נישט לאזען עלטערן טוהן ווא זיי ווילען אונטער דעם שוץ פון רעליגיע.די טיימס מיט די פאוסט שטורמען: היתכן? פארוואס האסטו נאכנישט גע'אסר'ט? - און דער פרייער איד , דער מאדערן ארטאדאקס, די דאקטורים און די סתם שונאי ישראל, זאגען די זעלבע זאך. ממילא זיי קענען די זאך גענצליך אפ'אסר'ן און נאכדעם וועט עס זיי א קריים - און עלטערען וועלן קענען אנגעקלאגט ווערן פארן איבערגעבן פארען מוהל צו מאכען מציצה בפה. זיי קענען נאכדעם האבען א פשוטע עצה " Child abuse" זיי קענען צונעמען די איבעריגע קינדער פון דערהיים. גענוג?
איינער האט מיר געזיקט א גאנצע טוץ בריווען צווישען חיים דוד צוויבל פון אגודה אין טאמעס פרידען דער קאמישינער.
איך וועל עס ליינען און זען וואס ער האט צו פארקויפען.
יוסי האסט עס געליינט?
עפשטיין
אז די רעדסט שוין פון די בריווען, די בריווען זענען זייער שיין און אינטרעסאנט. מען זעהט דערפון צוויי וויכטיגע נקודות.
איינס: אז אגודה האט שווער געארבעט פאר מציצה בפה, עטליכע מיטינג'ס מיטען מעיאר אונעם קאמישאנער דערוועגען.
צוויי: זעהט מען דארט אז דעס אז אגודת ישראל האט נישט געוואלט העלפען הרב פישער איז ליגענט .
ר' חיים דוד צוויבעל שרייבט דריי בריווען צום מעיאר און צו פרידען זיך אננעמענדיג פאר פישער. ער שרייבט גאנץ שארף פאר פרידען, און אויך געהאט מיטינג'ס מיט אים וועגן פישער.
ניין. ער האט נישט געהאלטען אז מען קען זאגען פאר די סיטי סטאפ די אינוועסטיגעישאן.
ער האט נישט געהאלטען אז מען קען זאגען פארען קאמישאנער אז זיין מיינונג איז קיין מיינונג נישט -נוסח התאחדות. ווייל סוף סוף די ראיות זייערע האבען א שטארקען באסיס. און אז דער קאמישענער האט מחליט געווען זיך סומך צו זיין אויף די ראיות וועסטו גארנישט קענען טוהן ווילאנג די האסט נישט קראנטע אנדערע באווייזען.
אבער ער האט געפייט אז פישער זאל יא האבען א יושר'דיגע אינוועסטיגעישאן.
איך האב געהערט קלאר פון זיין מויל און עס איז וויכטיג איבערצו'חזר'ן אז דער מעיאר האט זיך פארפליכטעט בכתב נישט צו אסר'ן מציצה בפה, פאר מען האט אנגעהויבען די ווילדע מערכה.
קומט אויס אז די גאנצע וואס מיר שלאגען זיך דא איז וועגן דעם "פופציגער" וואס פישער וואלט געדארפט אראפגעבן מהיום והלאה פאר א צווייטען זאל מוצץ זיין - אזויווי דער מוהל וואס האט גע'סטאפט מאכען מציצה פאר פופצען יאר צירוק -.
קערי
וואס די זאגסט איבער דעם מוהל פון 20 יאהר איז א געפעליכער טעות וואס איז אויך גורם מסוכן'דיגע סברות ואס דרייען זיך ארום ביים היימישען עולם.
לפי דער NY סיטי העלט קאמיש האט רב פישער אינפעקטעט די קינדער. און ער טענה'ט אז מ'קען אים נישט אפילו אפווענדען בשום אופן אז עס קען זיין די קינדער האבען עס באקומען אויף אנאנדערע אופן.
ער איז אויך געוועהן א מוהל פון אלפי בריתות. איבער 20 יאר. דער תירוץ איז חספא בעלמא פארגעס פון דעם.
דאקטוירים ווייסען נישט פארוואס איין מוהל איז מעביר הערפיס צום קינד און דער צווייטער מוהל וואס האט אויך הערפיס איז נישט מעביר הערפיס צום קינד.
וואס זיי ווייסען יא, איז אז די קינדער וואס האבען יא הערפיס במקום המילה טרעפט מען דאס כמעט 1000% אך ורק נאר ביי קינדער וואס האבען געהאט מציצה בפה. דאס איז א פאקט!
והראיה מאמעס געבען נישט "דער סארט" הערפיס פאר מיידליך און מזעט נישט "דער סארט" הערפיס ביי אינגעלעך וואס האבען נישט געהאט קיין מציצה בפה.
דאס איז וואס דער קאמישענער זאגט אין מיר האבען נישט קיין דאקטאר וואס וויל שרייבען אז ער האלט אז די פאקטען זענען נישט ריכטיג.
עס קען זיין אז לפי הלכה וויבאלד עס איז אזא מיעוט וואס דאס געשעהט מוז מען נאך אלץ מאכען מציצה בפה אבער דאס מיינט נישט אז דאקטוירים דארפען מסכים זיין מיט אהן נעמען אפילו א סכנה רחוקה מאוד. פאר זיי איז א סכנה אפילו די קלענסטע נישט כדי, אויב עס איז נאר כדי צו טוהן א רעליגעזע אקט.
איך האב נישט קיין רשות צו פאוסטען די בריווען.
אבער כבודם פון די עסקני האגודה במקומם מונח אבער איך קען מיך נישט אייהאלטען.
בא_ללמד איז דאס גענוג באווייז אז דער מעיאר האט צוגעזאגט נישט צו פארבאטען מציצה בפה פאר די חברה האבען זיך אריינגעמישט?
[בילד – נישט אפגעהיט]
אנטשולדיגט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' משולם פאלאטשעק פארציילט:
איך האב באקומען א פאון-קאל פונעם מעיאר זעלבסט, און איך האב אים געזאגט:
אויב ווילסטו וויסען צו איך בין געווען די מוהל - איז די תשובה: ניין.
אבער אויב ווילסטו פון מיר וויסען ווער דער מוהל איז געווען - וועל איך דיר בשום אופן נישט אויסזאגען. איך בין גרייט צו גיין אין תפיסה - אבער איך וועל נישט רעדן.
איך גלייב נישט אז די ווילסט מיך איינזעצען - ווייל דא איז ניו יארק נישט רוסלאנד. און אלעס וועט זיך איבערדרייען אז מען זעצט איין א רעליגיעזער פירער.
איך בין גרייט צו פייטען מיט דיר מעדיקאל, פאליטיקעל, און סטאטיסטיקעל.
עכ"ד.
---------
עס איז א צער און א ווייטאג צו זעהן וויאזוי היימישע אידען ווילען אויפרעגן די אינסטאנצען, מיינענדיג אז מיט א קאנפראנטעישאן וועט מען געווינען.
עסקנים און פארפירער איר זענט אין ניו יארק און נישט אין איראן.
דא האט דער געזעץ די לעצטע ווארט - נישט פאנאטישע רעליגיעזע פירער.
קערי, איך האב איבערגעליינט דעם דאקומענט וואס דו האסט ארויפגעלייגט. און איך זע דערפון זייער קלאר אז בלומבערג האט נישט געהאלטן ביים געבן בכתב אז ער גייט זיך מער נישט מישן. וואס באשטעטיגט מיין אלטע טענה, אז ווי לאנג ער געט נישט בכתב, איז עס זילטש, זיראו, נאדא.
איך האב דיר געזאט אז איך האב געהערט פון ר' ח.ד. צוויבעל דירעקט אז ער האט א כתב. אבער דארפסט אליינס פארשטיין אז אזא כתב געט מען נישט ארויס. דער מיעאר וואלט נישט געוואלט זעהן אגודת ישראל'ס אפיס רעליסען אזא בריוו, עס קוקט אויס זייער אומפאראנטווארטליך.
בא ללמד
קודם כל TREATIES אפמאכען, מאכען מדינות איינע מיטען צווייטען, מיט קיינעם אויף לעתיד קען די סיטי אזוינס נישט צו זאגען. די שאלה דא איז צו CONFRONTATION וועט אונז ברענגען גוטע תוצאות צו נישט.
איין גרויסע שקר וואס מ'האלט אין איין איבער חזר'ן, אז דער התאחדות טענה'ט אז אויב מ'וועט אסר'ן איין מוהל וועט מען שפעטער אסר'ן אלע פון צו מאכען מציצה בפה. פאר דעם מוז מען מאכען א שטינק און פייטען.
איך וועל דא איצט ארויף שטעלען דאקומענטן כנגד רצונם פון אגודה איך האלט אבער אז די שקרים מוזען זיך אויף הערען
דא איז א בריעף וואס דר. פרידאן האט געשיקט צו אגודה און א COPY פאר שמחה פעלדר.
1) פון דעם דקאקומענט זעהט "בכתב" [אין דאס א פאקט פון לאנגע יארן] אז אויב הרב פישער וואלט נישט זיך גע'עקש'נט צו האבען ווייטער רעכט צו מאכען מציצה. וואלט דער גאנצער זאך נעלם געווארן .
2) דר. פרידאן טענה'ט אז אויב מ'וואלט און גענומען פונקט ווי מ'האט שוין געמאכט פריריגע יארן [חתן האדמור כידוע לכל] און עס איז שטיל געווארן וואלט ער אויך שטיל געוועהן דהיינו אויב הרב פישער וואלט אונגענומען וואס מ'האט פון איהם פארלאנגט!
3) אנדערע היימישע מוהלים האבען באקומען דעם זעלבען פסק און מ'האט נישט געשטערט מציצה, דער טיאריע האט הרב פישער פארקויפט פאר די קנאים משוגעים פון ווילי און זיי האבען דאס אויף געעסן פון זיין האנט ארויס. א שקר מוחלט שאי אפשר להכחיש.
4) דר. פרידאן האט געוואלט דאס מאכען שיין און עס זאל נישט הייסען אז די סיטי האט זיך געמישט און זאל התאחדות איהם אסר'ן כדי צו באווייזען אז ער וויל נאר פישער זאל נישט ווייטער דאס מאכען וזה הוא.
5) קלארע באווייזען [לויט דר. פרידאן ] אז הרב פישער איז דער מעביר פון הערפיס פאר די קינדער.
נאך דעם בריף האט דער אגודה ווייטער זיך געטענהט מיט פרידאן איבער פישער ועל זה יש לי עוד דאקומענטען
ירא הקהל וישפוט
ווי אזוי די גאוה פון הרב פישער און די אינערליכע מחלוקה אין סאטמאר דער פארמעסט צו ווייזען ווער איז דער מנהיג פון יהדות החרידית אין אמריקה האט פארדרייט די אויגען צו טראכטען אז מיט שקרים וכזבים קען מען דאס לעזען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
2
[בילד – נישט אפגעהיט]
3
[בילד – נישט אפגעהיט]
אכן נודע הדבר!!
ווי איין מוהל האט אריינגעשלעפט גאנץ יהדות החרדות אין א פלאנטער.
הלוואי ווען מען וואלט געקענט אויסלייגען דעם ברייו אין אלע שוהלען.
למען ירא העם וישפוט שפוט.
יא! פישער, און נאר פישער איז געווען דער וואס האט געהאט הערפיס אין די קעיסעס.
א Confirmed Investigation פון די סיטי האט א נאמנות. ווייל ס'איז א מילתא דעבידי לגלויי'.
בפרט אז ער זאגט אז ער איז עס רעדי צו ווייזען פאר א זשאדזש!!.
ער שרייט אין זיין בריוו אז ער האט פארגעשלאגען פאר פישע צו מאכע ןDNA און ער האט מסרב געווען. פארואס??
איך האב נישט יעצט קיין צייט, אבער זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, איך זע דא גארנישט. ואי"ה עוד חזון למועד.
ווער עס קען נישט ליינען פשוט'ע ווערטער ווי ער פארציילט א פשוט'ע אמת! אז כבר היה לעלמים און אויב אונזער קהילה האט באצוימט דעם געוויסען מוהל איז דער דעפארטמענט "צופרידען" א בפירוש'ער בריוו אבער בא-ללמד זעט נישט גארניש מסתמא האט ער נישט געזאגט דעם לעולם יהא אדם...ומודה על האמת.
איך האב איבער געזעצט דעם שטיקל פון p.1 וואס איז נוגע דא.
_________
In several previous episodes of which the Department has knowledge, the orogenital contact entailed in the practice, by some moheilim, of metzitza b'peh resulted in herpetic infections of the penis of the male infants on whom this procedure was prefromed. In thse instances, the community undertook self-regulation, and the mohel in question refrained from further performance of this practice. No Departmental action was therefore required in these cases; this is our strong preference
.
ביי עטליכע פריערדיגע פעלער פון וואס דער [העלט] דעפארטמענט האט א ידיעה, די מויל-ערוה קאנטאקט וואס איז א חלק פון די מעשה [המילה] איז געטוהן געווארען דורך געוויסע מוהלים וואס דער מציצה בפה האט גורם געוועהן הערפיס'שע אינפעקציעס אויף דעם אבר פון קליינע אינגליך אויף וועמען מ'האט געמאכט די מעשה. ביי יעניגע פעלער האט די קאמיוניטי זיך אונטער גענומען זיך אליין צו באצוימען, און יענער מוהל האט זיך מונע געוועהן פון ווייטער טוהן דער מעשה. ממילא ביי יעניגע פעלער האט דער דעפארטמעט נישט גמוזט נעמען קיין שום אקציע. דאס איז אונזער שטארקער לכתחילה'דיגע רצון. [דא]
_____________________
קלארע באווייז אז אויב דער התאחדות וואלט עס געטון וואלט היינט געוועהן שטיל. און עס איז דא בכתב
דאס וואס די צייטונגען זאגען שקרים אז די סיטי האט עס דאמאלס איבער געגעבען פאר התאחדות און וואס זיי וועלן פסק'ענען וועלן זיי אונעמען איז א שקר גמור לסמות עין.
די שטאט האט עס געוואלט מאכען בדרך כבוד און ווי דר. פרידאן שרייבט ער האט געהאפט אויף SELF REGULATION און די משוגעים האבען געמיינט אז זיי קענען משוגע מאכען דעם מעיאר אין איצט איז דער גאנצער ענין אין א סכנה.
תוקן על ידי - yohcee718 - 24/02/2006 4:09:30
ער שרייבט דארט אז פון צווי הודערט און פופציג טויזענט קינדער וואס ווער געבוירען במשך צוויי יאר - האבען בערך זעקס קינדער הערפיס.
און פישער וואס האט געהאט אין די צוויי יאר קאנטאקט מיט פיר הונדערט קינדער האט פערצאפאל - בדרך מקרה- אנגעקלאפט און דריי פון זיי????!!!!!!
די סטשענס אז ער זאל האבען פערצאפאל אריינגעקלאפט אין דריי פון די זעקס איז א זעקס מיליאנסטעל!!!!!
אויב אזוי - פארוואס האט פישער נאכנישט געואונען די לאטערי????
צו גלייבסטו אים - ווען ער זאגט אז די אינוועסטיגעישאן ווייזט אז נאר ער האט געהאט הערפיס?
אדער ענדערש ר' איצא גליק?
קערי
שטאטיסטיק שמאטיסטיק מיר ווערען נישט נתפעל פון דעם אנטי סעמיט פרידאן
1) מיר האבען ידעות אז טענדלער פון מאנסי האט אנגערייצט פרידאן, לאז דיך אפ פון סטאטיסטיק
2) ר' איצא איז גערעכט, מ'מוז גיין צו די סטעיט העלט דעפארטמענט ווייל פאטאקי איז אין מענצער'ס האנט און ער וועט שוין מאכען א שמיי דריי מ'וועט טרעפען נייע סטאטיסטיק , אדער גאר מ'וועט זיך נעמען מיט אנדערע פראבלעמען [כהמלצת ר' איצא פאר דר. פרידאן]
3) נישט ווייניגער ווי דריי רבנים האבען געשריבען מכתבי קודש בעצם כתב יד קדשם אז הרב פישער איז ריין ריין ריין און אלס וואס דר. פרידאן זאגט איז סתם אן "עלילת דם" אויף אונז חרדישע אידען
4) דער אגודת ישראל, זיי ווען עס קומט צו אידישקייט זיכען זיי נאר פשרות און זיי האבען אנגעמאכט דעם גאנצען פראבלעם ווייל זיי האבען נישט געוואלט אויך געבען א בריוו אז רב פישער איז ריין ריין ריין פון הערפיס כמובן.
5) מאך זיך נישט נאריש אויב רב פישער וועט נישט קענען מאכען מער מציצה בפה איז דאך גלייך ווי חורבן בית המקדש כפלי כפלים ווייל די שכינה הקדושה וויל דוקא הרב פישער'ס מציצה און אויב הרב פישער קען נישט מאכען מציצה וועלען מיר מאכען א גרויסע פראטעסט הלמאי מ'רודפ'ט יהדות החרדית און אמעריקה
קערי פשוט די ליינסט נישט גוט דעם בריוו
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
יוחי, קערי.
באמת האב איך נישט צופיל צייט צו ענטפערן, נאר כדי איר זאלט נישט זאגן "מדשתקי ש"מ דניחא להו", וועל איך יא בקיצור ארויסברענגען מיין מיינונג אויף די טעמע, רוב דערפון איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין פריערדיגן אשכול. איך וועל ענטפערן פאר ביידע צוזאמען אין איין תגובה.
אבער צוערשט וויל איך אייך פרעגן, אדרבא, זאגט איר דעם ענטפער, פארוואס מיט 15 יאר צוריק [ביים חתן ...] איז אלעס אדורך גלאטיג כנ"ל, און יעצט האט מען זיך עפעס אזוי שטארק פארלייגט אפצוענטפערן די עלילה ?!
איר וועט אודאי פרובירן ענטפערן אז עס איז דערפאר ווייל יעצט איז דא די מחלוקה מיט די צוויי ברידער, און יעדער האט געוואלט ווייזן אז ער טוט אויף פאר אידישקייט, אבער דאס קענט איר נאר זאגן ווייל איר זענט נישט באקאנט אין די היסטאריע פון סאטמאר. די יעצטיגע מחלוקה איז די אייגנטליכע מחלוקה פון די לעצטע 26 יאר, וואס די מתנגדים פירן א קאמף מיט רבינו שליט"א, און יעדער האט אלעמאל געזוכט צו ווייזן אז ער טוט אויף פאר אידישקייט.
אלזא, אויב וואלט מען געזוכט צו מאכן א מערכה, וואלט מען שוין דאן אויך געקענט מאכן, עס וואלט געהאט נאך מער פשט, צוליב ... כנ"ל.
אלא מאי ?!
גאנץ פשוט, יעצט איז די מערכה געקומען פון אונטן ארויף. עס האט זיך אנגעהויבן פון דר. טענדלער ימ"ש וועלכער האט אפן דערקלערט א קאמף אקעגן מציצה בפה, אונטער א שלייער פון א דאקטארישן מאנטל און מיט כלומר'שטע היגיענע כוונות.
דער ערשטער ציל-ברעט איז באלד געווען ר' יצחק אהרן פישער, פשוט דערפאר ווייל ער איז איינער פון די גרעסטע מוהלים, און עס איז ליידער געטראפן געווארן הערפיס ביי א קינד וואס ער האט גע'מל'עט, וואס האט שוין געגען שטאף פאר דר. טענדלער וואו אנצוהייבן די מערכה.
אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט טענדלער געדארפט גיין צו די געזונטהייט אפטיילונג פון די סטעיט, און דארט פארלאנגען אז מ'זאל אפשטעלן הרב פישער פון מאכן מציצה בפה, צוליב מערערע פארשטענדליכע טעמים, אבער בעיקר ווייל א פארבאט פון דעם קאמישאנער פון די סטעיט וואלט געהאט מער אפעקט און אפקלאנג ווי א פארבאט פון דעם קאמישאנער פון די סיטי.
אבער, א גרויסער אבער, דער קאמישאנער פון די סיטי, איז א רעפארם איד... אזוי אויך דער מעיאר... און דאס האט שוין געגעבן א עפענונג פאר טענדלער וחביריו אז זיי וועלן מער מיטארבעטן מיט די נידערטרעכטיגע פלענער, וואס תוצאותיו מי ישורנה.
-----------------------
איך וועל דירעקט נישט אריינגיין אין קיין ויכוח איבער פרטים, וואס וועט זיך ציען אן א סוף און אן א עק, איך וועל קודם מאכן איין שטארק וויכטיגע הקדמה, וואס איז בעצם פון די גרעסטע יסודי המחלוקת פון די אגודה/ליבעראלע קרייזן מיט סאטמאר/קנאי'שע קרייזן שוין באלד 200 יאר.
ביי אונז האט מען זייער שטארק געהאלטן פון דעם שמעק פון כלל ישראל, א בחינה ווי אין די שפיאנאזש וועלט פארלאזט מען זיך זייער שטארק אויפן זעקסטן חוש ביים אידענטיפיצירן דעם שונא. זינט עס זענען אויפגעקומען ביי כלל ישראל די וועלכע האבן זיך פארלייגט אראפצופירן דעם גאנצן כלל פון דרך הישר, און זיי האבן שטענדיג זיך באהאלטן אונטער פארשידענע שלייערן פון כלומר'שט אומשולדיגע כוונות, האבן מיר שטענדיג געהאלטן פאר א חוב צו פארלויפן דעם וועג פאר די שונאי הדת דורך דערשמעקן זייערע כוונות און עס באצייטנ'ס אומשעדליך מאכן.
עס איז ריכטיג אז טאקע דערפאר האט מען אין אסאך פעלער געטון איבערגעאיילטע שריט, אבער אין גרויסן סך הכל האט דאס געראטעוועט כלל ישראל, און ווי דער חפץ חיים האט שוין געזאגט פאר זיין זון, אז א רודף אחר הרודף ששבר את הכלים איז פטור. און די חסידים זענען רודפים אחר הרודפים ווייל זיי האבן געראטעוועט כלל ישראל, טאקע מיט דעם צוגאנג פון דערשמעקן די סכנה.
---------------------
צוריק לענינינו.
עס איז קלאר אז אלע פאקטן זענען זייער פארנעפלט, אבער עס איז אויסער יעדן צווייפל אז מיר האבן די רעכט, און מיר זענען מחוייב, צו זיין באזארגט איבער די אומשטענדן.
דאס אז דער קאמישאנער פון די סטעיט האט באשלאסן אפצעווארפן די קלאגעס, ווייזט שוין אז עס איז דא זייער שוואכע באווייזן אקעגן הרב פישער. דאס אז דער קאמישאנער פון די סיטי האט באשלאסן יא אנצוגיין מיט די פארשונגען, טראץ וואס הרב פישער וואוינט אין אפסטעיט, און אסאך וויכטיגערע ענינים פון מציצה בפה לאזט די סיטי יא איבער פארן קאמישאנער פון די סטעיט, מוז בהכרח ארויסרופן אן אלארם.
דאס אז דער מעיאר און דער קאמישאנער האבן נאך די וואלן קלאר געמאכט אז זייער פארשפרעכונג פון פאר די וואלן איז געווען בלויזע ליפן שטייער און האט גארנישט געמיינט, איז בלויז נאך א באווייז אז מ'קומט דא מיט א באהאלטענעם ציל, וואס ווי לאנג די מאטיוון זענען באגראבן טיף אין די מח-שארבנ'ס פון רעפארמער אידן, קענען מיר ווייט נישט זיין רואיג.
ועל כולם, דאס וואס טענדלער איז שטיל געווארן אין דעם לעצטן יאר, טראץ וואס ארגינעל האט ער דאך "בלויז" געמיינט הרב פישער, און זיין ציל איז דאך בכלל נישט דערגרייכט געווארן, איז דער גרעסטער באווייז אז דער גאנצער שפיל איז א געהיימע קאנספיראציע צווישן אים מיט די רעפארמער אידן אין די סיטי, און מוז ארויסרופן גרויס פארדאכט און אפשיי פון ערליכע אידן צו יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פונעם העלט קאמישאנער.
דאס איז דער שטעלונג פון די התאחדות הרבנים, און אלע זייערע רבנים, און איך גלויב אז דאס ליגט אויך אונטער די אויפפירונג פון הגאון הגדול ר' משולם פאלאטשעק שליט"א. טראץ וואס עס זענען פאראן פארשידענע חילוקי דיעות איבער די מיטלען וועלכע דארפן אנגענומען ווערן.
און פירט נישט אוועק די גאנצע טעמע אין א חוזק צירקוס אקעגן אונזער שמעק, דאס איז דער ריינער אמת פאר יעדן וואס וויל באמת זען.
בא ללמד
ענטפער און קורצען - נישט איו לאנגע דרשות:
וויפיל קינדער דארף א מוהל אוועקלייגען אז מען זאל אים דארפען אסר'ן?
דריי פון פיר הודערט איז דיר נישט גענוג!!
אדרבה! זאג אן אנדערע ציפער!!.
דרייסיג פון פיר הודערט?
פופציג פון פיר הודערט??
ביי אכציג פון פיר הונדערט וועט שוין דער קאמישאנער זיין אויס שונא ישראל??
לא יאומן כי יסופר!!
איך האב היינט געהערט פון א דיין אין די התאחדות הרבנים, א סטמאר'ער דיין. (נישט אין די קהילה):
איך פארשטיי נישט דעם גאנצען ענין זאגט ער. פארוואס דארף א מוהל וואס האט הערפיס מאכען מציצה - בפרט אז ער האט דאס שוין איינמאל טרענסמיטעט. זאל א מוהל וואס האט הערפיס מיטנעמען צום ברית א אינגערמאן וואס איז געטעסט נעגעטיוו פאר הערפיס, און זאל דער אינגערמאן מאכען מציצה, העכסטענס וועט ער אראפגעבן א פאר דאללער. ס'איז נישט אויס וועלט. מ'דארף לאזען קינדער געדעמעדזשט ווערן?פארוואס?
איי איי איי סאטמאר!![בילד – נישט אפגעהיט]
אז צווישען ענק איז שוין דא אזעלכע וואס זינגען אזוי!?
מה נענה אנן אבתרייהו??
קערי
איך בין גאר נייגעריק ווער דער דיין איז געווען.
און צו מוהל פישער וועל איך זאגען,
שעם דיך די נידערטרעכטיגע אינג, די האסט נישט קיין הארץ אויף צו הערען מאכען מציצה בפה?
שעם דיך די רוצח!!! די האסט די הארץ צו הרג'נן קליינע אומשולדיגע קינדער?
שעם דיך די מנוול, די מאכסט מציצה בפה שלא במקום מצוה, עס איז בכלל נישט קיין מצוה די זאלסט
עס מאכען, און ווען די מאכסט עס יא, ביסטו פשוט א מנוול!!
שעם דיך די בעל גאוה. ווייל צוליב דיין גאות וועלען א גרויסער חלק פין אידען האבען א הארד
טיים מיט מאכען מציצה, ווייל ווי נישט ווי וועט די רעקאמאנדעשען פין די העלט דיפארטמענט האבען
אן עפעקט אויף אידישע מאמעס און עס וועט שווערע מאכען די מצוה.
גיי דיך צו אלע גוטע יאר, אונז דארפען דיך נישט.
איך האב געהערט א גוטע טענה פון איינעם.
ווער ס'איז רב אין די קהילה.............. גייט מען צום זשאדזש
וויפיל בעלות דער רבי זאל האבען........... גייט מען צום זשאדזש
און ווער מעג זיין מוהל............................ מישט אייך נישט אין רעליגיע!!
קערי
עס איז טאקע שמא גרים
די ביזט א ראדיקאלע ליבעראלער, ממש א עקל
Yes i am.
And i'm proud with it!!
בם אני החתום מטה הנני מצטרף לליגיונו של מלך של הקאמענדאנט הליבעראלי קערי שיחי'
הק' יוסי718
השם ית' ברוב רחמיו וחסדיו השאיר לנו יחידי סגולה כמותך הנושאים בגאון ובעוז כבוד התורה וכבוד השכינה הקדושה
השם הטוב עליו יחי'
קערי
מיט דיין ענטפער צי בא ללמד'ס נערמאלע אויפריכטיגע תגובה
טיסטע ווייזן אז ביסט אינו מין הישוב, נאר א ניק וואס עס איז די בחינה פין א שור נגח
ואס שטויסט אין שטויסט אן א חשבון אין אן א ציל, אבי עפעס גע'ענפערט. האסט דערמיט זייער גיט ארויסגעברענגט דיין מהלך המחשבה
יוחי
מיט דיין זיך צישטעלן צי קערי'ס ענטפער
זעט אויס אז די האלסט נאך נישט ביי די מידה פין מודה על האמת
עס איז נישט קיין פעלער, ווייל ביסט נאך אינג, קען זיין אז מיט די צייט וועסט דיך טוישן
ביז היינט האט אויסגעזען ווי די זיכסט ארויסציהאבן אין שרייבען נאר דעם אמת אין די ריכטיגע פאקטן
יעצט זעט מען, אז אלעס איז נאר ביז די פאקטן שטימט מיט דיין מציאות. איינמאל די פאקט טוישט זיך, טרעפט מען א נייעם יוחי
בא ללמד
יישר כח
א טייל פין דיינע פוינטס האב איך געוואלט שרייבען
נאר היות איך בין נישט קיין שרייבער האב איך געוויסט אז איך וועל עס נישט קענען גיט ארויסברענגען
תוקן על ידי - moshe06 - 27/02/2006 4:27:24
באראפארקער
נאכן ליינען דיין תגובה, אין וויסן אז די ביסט פין די חסידים פין מוהרב"צ {48}
הייב איך אן צי פארשטיין די חסידי רמ"ד אין פארוואס אזא גרויסער עולם האט איבער געלאזט דיין רבין
לכאורה האסטע נאכגעשריבען זאכן וואס די הערסט רעדן ביי דיר אין ביהמ"ד, ממילא
אין א ביהמ"ד וואס מען רעדט אזוי מיעס ווי די האסט געשריבען
אין א ביהמ"ד וואס אזעלכע דעפרעסטע אנגעווייטיגטע נערישע מענטשן ווי דיר, טרעפן זיך דאס פלאטץ
קען זיך א לכאורה א נערמאלער מענטש נישט טרעפן דאס פלאטץ דארט
קודם כל,
וויל איך דא טאקע קלאר מאכען אז איך רעד קוים פאר מיך אליין, דאס הייסט אפילו איך אין ביהמ"ד
רעד נישט וואס איך שרייב דא, דא שרייב איך נאר וואס מיין ניק זאגט!
און לגופו של דבר
משה זעקס.
מעגסט דיך שעמען מיט דיין תגובה, אז די מישט אריין פאליטיק וואס קומט נישט דא אריין ללא דבר,
נאר ווייל די האסט נישט וואס צו ענטפערען.
און איך וועל איבער זאגען נאך אמאהל.
א מוהל וואס מלה'ט, און ווייסט אז ער האט הערפיס, איז א רוצח, נישט דא קיים מקום דן צו זיין.