היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווער וויל זיצן נעבן מיר?

ווער וויל זיצן נעבן מיר?

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1812965

קרעמער » 19/2/2006 22:12

מיר אלע גלייבן אין די הייליגע מאמרים פון חז"ל, אלזא ווען די חז"ל לערנען אונז אז כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא (מגילה כ"ח ע"ב, נדה ע"ג ע"א), און מיר האבן ב"ה א שיעור קבוע יעדן טאג דא אויפן פארק, וואו דער חשוב'ער דיין הרב התאחדות שליט"א לערנט פאר יעדן איינציגן טאג א סעיף צוויי אין שולחן ערוך, ער נעמט אדורך דאס ענין מיט א ברייטקייט, ציטירט די שיטות הפוסקים און קומט ארויס מיט א הלכה למעשה, כמבואר כאן: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1806618 איז דאך א פשוט'ע זאך אז מיר וועלן זיצן אין גן עדן, ניין?

שטעלט זיך א פראגע: ווער נאך וויל זיך מצרף זיין צום שיעור?

א מינוטקעלע צוויי א טאג, און איר האט געלערנט א הלכה-צוויי, פארגעלערנט דורך א שיינעם בעל הסבר, שלא על מנת לקבל פרס, גלייבט מיר עס לוינט זיך די אינוועסטמענט.

אויף ווידערזען אין גן עדן!

שם_אחר » 20/2/2006 21:10

יישר כח קרעמער מ'קען דאך וואקסען דא א תלמיד חכם, האסט מיך ממש מחי' געווען.

meshug » 20/2/2006 21:16

ועכשיו הפסקה לפרסומת.

סאכדעס » 21/2/2006 00:42

משה סליחה
אולי תסביר ת'תגובה שלך יותר ברור?

נבוכדנאצר » 21/2/2006 01:06

אין אידיש:

"וועלטליכע נייעס וועט נאכפאלגן די (איין) אדווערטייזמענט"

גראף » 21/2/2006 02:00

נבוכד

פארפאלן, מ'האט דיר געכאפט ביי די מעשה, דו הערסט זיך ערליך צו צום קול מבשר...

נבוכדנאצר » 21/2/2006 02:30

אבער מ'האט געכאפט דעם וויץ

money235 » 21/2/2006 17:56

MR. KREMER I"M READY LET"S START
 YOU"LL BRING ONE HALUCHA I"LL BRING ANOTHER ONE  

natan101 » 24/2/2006 03:12

im here too[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 24/2/2006 15:41

מאני235;

דער שיעור עקזיסטירט שוין און גייט אן ב"ה בכל תוקף, ביי דעם אויבערשטן לינק, עיין שם.

(שלום עליכם נתן101, לאנג טיים נאו סי).

shia550 » 24/2/2006 21:47

קרעמער

וואס איז מיט דא ביי אונז? אפשדר מאכסטו דא א שיעור אויך?

יגדיל תורה ויאדיר!!!!!!

סאכדעס » 7/3/2006 02:01

פאר וועמען סיז אינטערסאנט צו וואוסען, סיז איצט דא צוויי נייע שיעורים, קומט און האט הנאה

כל-השונה-הלכות-בכל-יום-מובטח-לו-שהוא-בן-עוה"ב

בענעדיקט16 » 7/3/2006 07:02

יישר כח התאחדות, איך מוז דיר זאגן אז איך לערן אדורך די שיעורים יעדן טאג (ווען עס ווארט אפדעיטעד) און איך בין דיר מכיר טובה פארן געבן די געלעגנהייט צו לערנען 2 סעיפים מחבר און רמ"א צולייגט מיט א שיינע ביאור.

findodort » 7/3/2006 18:19

פליס לייגן JNET פרענדלי לינקס

סאכדעס » 8/3/2006 00:55

די שיעור פון היינט אויף דעם טיש, לערנט און האט הנאה,

כל השונה הלכות בכל יום מובטח שהוא בן עוה"ב

פאר עני קאמענאטרן קריטיק און שאלעס קליקט דא

שאלעס

ליכטיג » 8/3/2006 01:32

אז די ווילסט אזוי שטארק מיר זאלן קומען צו דיין שיעור, אפשר גיסטו עס דא?

קרעמער » 8/3/2006 03:15

ליכטיג, קודם כל איז "שכר הליכה" א גרויס ענין.

שנית, איז נישט אזוי שווער צו געבן א קליק אויף דעם לינק וואס דער דיין ברענגט פונעם שיעור, עס איז קיין דיפערענץ וואו דער שיעור געפונט זיך, אין וועלכן לאקאל, עס איז בלויז איין 'קליק' אוועק.

היינט האט ער שוין געלייגט אפילו דעם לינק צו מסורת!

ליכטיג » 8/3/2006 04:52

עס איז אפשר נישט שווער, אבער דאך שפיר איך מיך נישט באקוועם צו לערנען אין א קרעטשמע.

דא צווישען אנ"ש שפיר איך מיך היימיש.

איך בלייב דא.

קרעמער » 8/3/2006 05:33

ליכטיג;
איידער דו גייסט ארויס פון דא, פארלעש ביטע די לעמפ.

ליכטיג » 8/3/2006 19:40

קרעמער

די מצב קען נישט זיין אזוי געפערליך אז די פרובירסט נאך טעגליך צו שלעפן פון דא גולשים צו דיין פורום.

זעט אויס אז עס קומען נאך דא אפאר חברה וואס די קענסט זיי נוצען.

מלוה_מלכה » 10/3/2006 03:18

סאכדעס » 10/3/2006 06:01

סאכדעס » 10/3/2006 21:14

התאחדות » 24/3/2006 05:29

סאכדעס » 24/3/2006 20:55