היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » קאמענטארן שאלות אויף דעם שיעור

קאמענטארן שאלות אויף דעם שיעור

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1806613
בלאט: 1 2

סאכדעס » 15/2/2006 00:07

היות מיין באס התאחדות האט זיך היינט אפגערעדט אויף דעם טעלעפאון פארוואס מ'טוהט אריינהאקן אינמיטן די שיעור, ענדערשט זאל מען מאכן אן עקסטער טישל אויף דעם, כדי לעשות רצון צדיק, טוה איך אויף מיין אייגענע פלייצע אויפשטעלן א טישל, וואס דא זאל מען אלע שאלעס, און קאמענטארן, פארשרייבן.

וואו אויך האט מיר דער דאיען שליט"א געבעטן אז תשובות אויף מינדעוויכטיגע שאלעס, זאל איך ענפערן, ער טענה'ט אז איך האב שוין גענוג שימוש ביין איהם, ער זאגט אזוי ווי די וואכעדיגע סדרה, כל הדבר הקטן ישפטו הם, כל דבר גדול יבואו אליך, ודוק כי קצרתי.

סאכדעס » 15/2/2006 00:26

אויף דעם פארלאנג פון דעם ציבור טוה איך קאפירען די שאלעס און קאמענטירן וואס געפונען זיך אין דעם ארידזשענעל אשכול

cano
ילמדינו רבינו המעשה שנדפס בסדורים

עס וועט זיין אינטערעסאנט פארן עולם 
_____________________________________
 
jewboy
חשעבער דיין שליט"א כל הכבוד פארן מזכה זיין דעם רבים.

כ'האב טאקע ניט איבער געליינט די גאנצע, באט איך גלייב דיר אויפן ווארט אז איר שרייבט אמת.
______________________________________


התאחדות
קענא גערעכט טאקע פארגעסן אנצורירן די נקודה אי"ה מארגן ביים שיעור.

יישר כח מלך הייד פארק פאר די קאמפלימענט.
_____________________________________

קרעמער
יישר כח הרב דיין שליט"א

דער רעיון פון כל השונה הלכות איז אן אור אלטער, עס ווירבעלט מיר שוין זייער לאנג אין די געדאנקן, נאר... זעהט אויס אז עס איז געווען באשערט אז דוקא דו - אונזער חשוב'ער דיין - זאלסט זיין דער מתחיל במצוה.

לאמיר טאקע האפן אז דער שיעור וועט מצליח זיין, איך גלייב אז אסאך אסאך היימישע אידן קענען נוצן אזא סארט שיעור פון א הלכה-צוויי א טאג, נישט נאר פארן צוגעזאגטן חלק עוה"ב, נאר אפילו דאהי אויפן עולם הזה ברויך מען וויסן את המעשה אשר יעשון.

גלייב מיר אז איך האב הנאה געהאט פון דעם היינטיגן שיעור, עס איז געווען מיין ערשטע ווארט לימוד התורה היינט! און איך האף אז דיינע שיעורים וועלן טאקע אנהאלטן, און איך ווארט אויך צו הערן די מעשה שנדפס בסידורים.
_____________________________________

TOTHETHING
AT LAST SOME TORAH
I AM SITTING ON THE SCREEN ALL DAY
DONT WANT TO UPSET BOSS BY OPENING A SEFER PHYSICALLY
PERHAPS  CONSIDER ALSO SOME VERY SHORT STUFF
AT WORK A DONT HAVE THE KUP TO READ LONG STUFF
______________________________________

נאטורליך
א שיינעם דאנק פאר'ן דיין דקהלתינו הק' וואס איז זיך מטריח אריין ברענגען א תורה'דיג גייסט צו אונז אין קרעטשמע לזכות את הרבים.
עס דערמאנט מיך יענקעל מיללער'ס א ווארט,
א איד וואס האט געגעסען פרוכט פון יענעמ'ם א בוים, דער בעה"ב האט אים אנגעשריגען לא תגנוב, האט ער אים געזאגט, געוואלדיג, נאר אין ישראל קען מען עסען אין הערען א דבר תורה צו דער זייט.
זאל דאס דינען אלץ דער גלייך ווערטעל איידער מען הייבט אן לערנען.
______________________________________

קרעמער
עס שטייט אז אויב מען איז איינעם חושד אז ער קען 2 מסכתות, דערווייל קען ער נאר 1, ברויך ער מודיע זיין!

דער דיין לייגט דא אראפ כאילו איך האב געדענקט די מעשה פון סידור יעב"ץ, און כאילו איך האב דאס אפגעשריבן פון זכרון... הלואי ווען מיין זכרון וואלט אזוי גוט געווען, ליידער איז דער מציאות זייער ווייט דערפון.

ווען איך האב געזען אז דער משנ"ב שרייבט אז די מעשה ווערט געבראכט אין סידורים, און איך ווייס דאך אז אין די סידורים וואס דרייען זיך אויף די טישן אין אונזערע שוהלן זעהט מען נישט אזא סארט מעשה, האב איך צו זיך געקלערט: מן הסתמא אין דעם דיקן יעב"ץ סידור ווערט יא צוגעברענגט די מעשה... אומר ועושה, גלייך אויפגעמישט און טאקע געפונען ווארט פאר ווארט וויאזוי דער דיין האט דאס צוגעברענגט.
______________________________________

יאנאש
התאחדות;

אסאך דאנקן, יאנאש איז זיך ממש מחיה.

קיפ איט אפ.
_______________________________________

קרעמער

איך האלט נאך אינמיטן לערנען די שיעור כללי פונעם חשוב'ן דיין, אבער איך וויל אריינהאקן מיט עטליכע פרטים וואס דער דיין האט נישט אויסגערעדט.
1) דער רמב"ן שרייבט (אין פרשת תבא) אז אויב מען דרייט נישט ארום די ספר תורה צו אלע זייטן איז מען חלילה בכלל ארור אשר לא יקום את דברי התורה הזאת!
2) דאס וואס דער דיין שרייבט אז פרויען זאלן אריינקוקען אינעם אפענעם ספר, איז נישט געזאגט געווארן אויף אלע סארט פרויען וד"ל.
3) אין מיין מחזור (הוצאת עטרת) שטייט אז דאס וואס מיר פירן זיך צו זאגען "על פי ה' ביד משה" נאך די פסוק פון "וזאת התורה וגו'" האט נישט קיין פשט, און מען זאל דאס נישט זאגען.
________________________________________

חבירים

שערכּויכ חאָשעבער דאַייען פער דע דיווריי טורע, דער אייבעשטער סאָל דעך באַצאָלען קפל קפליים פער די מצבס וואַת די מאַכסתּ אונד יעך האַב מאיין געווען אין די משנ"ב  אין עך זעה קמעתּ אלעז איס וואָרתּ ביי וואָרתּ אויזער דע יידישע ווערתּער, נאָח וויל עך דער זאַגן אַס דע יידישע ווערתּער שתּימתּ אויך וואָרתּ ביי וואָרתּ מיתּ וואַז האַבן זי געשריבן.
טודעטינג, געוואָלתּ האַב עך פרעגן זי וויזא קען מען זיצן אויפן סכרין, צעברעכען זי זעך ניכשט? אָטער איס דאַז סעפשעל סכרין זעך צו זעצן דעראָף?
________________________________________

ובזה יצאתי ידי חובתי

קרעמער » 15/2/2006 00:53

סאכדעס/התאחדות;

יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן פארוואס איר דרייט זיך מיט צוויי סעלפאונ'ס אויפן פאסיק... עס איז פשוט אז איר זאלט קענען מיט איינע אנרופן די אנדערע זיך אפרעדן אז דער עולם האקט אריין ביים שיעור.

ערנסט גערעדט, יישר כח סיי פאר די שיעורים (איך האב באמת הנאה דערפון, און איך גלייב אז צענדליגער אנדערע זענען זיך מחי' דערמיט) און סיי פארן געבן א געלעגנהייט פארן עולם אנצופרעגן שאלות און זאגען הערות, וואס דאס איז דאך דער עיקר תורה בפלפול התלמידים, יגדיל תורה ויאדיר.

איך וויל דא צולייגן נאך קאמענטארן אויפן שיעור פון יום ג' פרשת יתרו:
1) דאס וואס דער חשוב'ער דיין שרייבט אז עס איז אן ענין אז דער מאן זאל גיין פתיחה אינעם ניינטן חודש, געהערט האב איך פון א חשוב'ן איד פון פריערדיגן דור, אז אין דער אלטער היים פלעגט די סגולה זיין אויף די פרוי! מען פלעגט לאזן ציען א לאנג בענדל פונעם ווייבער שוהל ביזן ארון הקודש (לויט ווי יענער האט מיר דערציילט האט מען אמאל געצויגן א שטריק ביז צו די פרויליין אין שטוב אריין!) און אזוי האט זי געשלעפט דאס בענדל ביז דער ארון הקודש האט זיך צועפענט.
2) מזמור הבו לה' בני אלים איז קאפיטל כ"ט.
3) ליינען מאנטאג און דאנערשטאג איז פון די תקנות עזרא, נישט משה רבינו (בבא קמא פ"ב ע"א).

בןהרחמן » 15/2/2006 00:57

שכח פארן חשובן דיין פאר די שיינע שיעורים הלכות וואס ער לערנט פאר פארן גאנצן ציבור,

איין נקודה וואס איך האב געוואלט וויסן די ענין וואס דער עולם זאגט נאך דעם פסוק גדלו נאך דעם בעל תפילה, איינער האט מיך פאראיאהר מעורר געווען דערויף און זיט דעמאלס זאג איך עס טאקע נישט, אבער איך זעה דו שרייבסט אז עס איז יא דא מקור דערויף וואלט כדאי געווען עס צו וויסן. (נישט ווייל איך וויל צוריק אנהייבן צו זאגן, נאר איך קען באשטיין צו וויסן אויף וואס תולה צו זיין די אלע אידן וואס זאגן יא).

סאכדעס » 15/2/2006 17:26

שלום הרב קרעמער אין לך הודעות חדשות בתיבה האישית

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:

1) יאך ווייס נישט פונקט ווער איז דער אלטער איד געווען, און וואו אויך ווייס איך נישט אוואו דער מקור דערפון איז, אבער די רייד פון אונזער דאיען הרב התאחדות האט א מקור אין חיד"א עבוה"ק מורה באצבע, סי' ג' אות ד' דאכצאך, און אזוי קומט אויס פון שערי חיים, און נאך מקובלים, אז די סגולה איז פאר דעם מאן.

2) ייש"כ פאר די הערה, דער דאיען האט טאקע געשריבן דאכצאך, ווייל ער איז נישט געווען אזוי זיכער, און ווי דערמאנט האט דער דאיען נישט זיינע ספרים מיט זיך.

3) דאס איז שוין א שווערע ענין, און יאך על פרובירן כיד ה' הטובה עלי, עיין ברמב"ם הלכות תפלה, פרק יב, ערוה"ש סי' קלה סעיף ב, מג"א פתיחת הסי', ריף, משה רבינו האט מתקן געווען אז מ'זאל ליינען שבת ראש חודש יום טוב חול המועד, נביאים שבימי משה האבן מתקן געווען אז מ'זאל ליינען אלע מאנטאג און דאנערשטאג, כדי ס'זאל נישט אדורכגיין דריי טאג אהן א קריאה, עזרא האט מתקן געווען שבת ביי מנחה, און אז מ'זאל נישט ליינען פחות מג' קרואים.

בעני דער דאיען דענקט נישט דעם מקור, אבער דאס איז נאר וויבאלד מ'פירט זיך ממילא אזוי, האט מען געזוכט א מקור, ולדינא האט שוין דער דאיען געפסק'עט, איצט זאגט ער מיר אז ער געדענקט אז אין מנהג ישראל תורה, איז צוגעברענגט די מקור, ווער עס איז ביכולת זאל דאס אויפקוקען און אהערברענגן, לדון את העולם לכף זכות.

נאך אזאך וואס דער דאיען האט זיך דער דאיען דערמאנט די סיבה אויף וואס אויב מאנטאג האט מען צוליב א סיבה נישט געליינט, איז דער ענין אזוי, מאנטאג איז דאך נאר צוויי טאג פון שבת, ממילא אז מ'וועט ליינען דינסטאג עט מען נאך ליינען יעדע דריי טאג, משא"כ דאנערשטאג אז מ'האט נישט געליינט, איז שוין ממילא אדורך 3 טעג אומגעליינט, עט מען סייווי נישט האבן פון ליינען פרייטאג, אינטערסאנט צו באמערקן אז דער ערוה"ש האלט אז מ'זאל בכלל נישט איבער ליינען אויב מ'האט נישט געליינט מאנטאג און דאנערשטאג, ווייל ער האלט אז סיז נישט דא קיין תקנת חכמים צו ליינען דינסטאג אדער פרייטאג, און סייווי וועט מען דאס ליינען שבת, עט מען דאך קיין שום קריאה נישט אויסלאזן, ממילא האלט ער אז מ'דארף נישט קיין תשלומין, די אחרונים וואס נעמן אהן אז מ'זאל יא ליינען, האלטן אז דאס איז אזוי ווי לענין תפלה, אז מ'זאל דאס משלים זיין ביי די נעקסטע תפלה, אין די היינטיגע שיעור עט מען לכאורה רעדן מער באריכות פון דעם ענין.

בענעדיקט16 » 15/2/2006 18:14

ס'מיר א פלא אז דער דיין ברענגט נישט צו דעם אבני נזר (דאכט זיך) אז די גאנצע תקנה איז נאר אויפן ציבור, עס איז בכלל נישט קיין חובת גברא צו הערן ליינען (אך און וויי אויב איר לויפט ארויס פון בית המדרש אויף מיין אחריות!).

סאכדעס » 15/2/2006 22:42

במחילת כבוד הרב בענעדיקט נישט פארשטאנען די שאלע-תגובה, דאס איז אן אנדערע הלכה אז מ'טאר נישט ארויסגיין אינמיטן ליינען, דאס וועט שוין דער דאיען פארלערנען ווען מ'עט דארט האלטן.

צייטליך » 15/2/2006 22:58

העלא?
יא
איז דעס די דיין?
יא,נו
איך האב נאר געוואלט פרעגן פין ווי נעמט זיך די מנהג וואס ביי געוויסע חסידות'ער ווי אין וויזניץ אין איך שטעל מיך פאר אז עס איז דא ביי אנדערע אויך אז מען איז מער מקפיד אויפן לוי ווי אויפן כהן, ?
דאס הייסט אז פאר מ'הייבט אן ציליינען שרייט מען קודם אויס לוי... לוי... דערנאך ווען מ'זעהט אז עס איז דא א לוי דאן קוקט מען אויב עס איז דא כהן ?

ילמדינו רבינו
וואס איז פשט ?

סאכדעס » 15/2/2006 23:34

יאך געהער נישט צו די חסידות, און אין הלכה האב איך נישט געטראפן קיין מקור אויף דעם.

אזוי האט גענפערט דער דאיען, ערעב התאחדות.

cano » 16/2/2006 00:06

א גרויסער ייש''כ דיינו איך האב נאך נישט גענדיגט דעם היינטיגן שיעור אבער איך האב נאר א שאלה אויב לערנען דא אויפן קאמפיוטער הייסט א מצוה הבא בעבירה

צייטליך:
איך וייס נישט  צי דאס איז די סיבה אבער עס איז דא הלכה מזאל נישט עולה זיין צוויי מאל א טאג אין די זעלבע פרשה
 אבער ביי אינזער ביהמ''ד פארלאזט מען זיך אויף א התיר פינעם חת''ס (מיין איך) און מען איז עולה כהן במקום לוי

סאכדעס » 16/2/2006 00:25

קנאי יאך האב אנגעפרעגט דיין שאלע ביים דאיען, האט ער זיך בענוות קדשו אנגערופן צו מיר בזה"ל:

יאך האבע נישט געוואוסט אז מיינע שיעורים זענען שוין אויף דעם קאמפיוטער, אזוי ווייט גרייכענדיג זענען מיינע שיעורים? יאך האב געקלערט אז דאס איז נאר אין קרעטשמע, עכל"ק

און וואס דו שרייבסט איבער צייטליך'ס שאלע, איז נישט מובן, ביטע אביסל מער הסבר.

cano » 16/2/2006 23:21

אויב איז נישט דא קיין לוי איז דער כהן עולה במקום לוי און דאס איז לויט געוויסע פוסקים עולה געווען צווי מאל ממילא אויף געוויסע פלעצער פרעגט מען קודם אויב עס איז דא א לוי און טאמער יא קען מען געבן די ערשטע עליה פארן כהן אין טאמער נישט שיקט מען ארויס דעם כהן פין ביהמ''ד אין מען זאגט אם אין כאן כהן יעמוד פב''פ במקום כהן

בןהרחמן » 17/2/2006 05:57

אויב איך מעג מעורר זיין, דאכט זיך מיר אז מנהג הפשוט איז נישט טייטש דער פראסטער מנהג עס איז נישט פראסט כנלע"ד.

התאחדות » 17/2/2006 18:43

פשוט אין אידיש איז פראסט, דאכצאך אז יאך האב אמאל געהערט א טעיפ פון סאטמאר רב זצ"ל, אדער האט מיר דאס עמיציר געוויזן אין די העתקות, זאגט ער דארט דער פראסטער פשט איז.

קרעמער » 20/2/2006 15:26

א גוט מארגן חשוב'ער דיין שליט"א
מיט א שטיקל שפעטיגונג קום איך דא מעורר זיין עטליכע קורצע נקודות אויף די גאר טייערע שיעורים יומיים (וואס איך האב מפרסם געווען אויף נאך ערטער אינעם פארק).

1) אינעם שיעור פון מיטוואך יתרו האט דער חשוב'ער דיין געשריבן ווי פאלגענד: איצט טוהט זיך א גאנצע מחלוקת הפוסקים, וואס טוט מען ביי פרשת וואס זענען מחוברים, לדוגמא, תרומה תצוה ווען דאס גייט ביינעזאם וכו'. איך ווייס נישט אויב דער דיין האט זיך געכאפט, אבער אויב תרומה-תצוה גייען אינאיינעם, גייט דער דיין אויף דייעט... כ'מיין, אין אנדערע ווערטער, "תרומה און תצוה קענען נישט גיין אינאיינעם"!

2) שפעטער אביסל שרייבט דער חשוב'ער דיין כהאי לישנא: אויב האט מען זיך טועה געווען ביי מחוברים, למשל חוקת און בלק, און מ'האט געמיינט אז ס'איז מחוברים, און למעשה האט מען נאר געדארפט ליינען חוקת, קומט דאך אויס אז מ'האט נישט געליינט ז' קרואים כהלכה, ווייל דאס איז דאך געווארן צוטיילט אין צוויי סדרות, און מ'כאפט זיך לאמיר זאגן שבת ביי מנחה, אז מ'האט נישט גוט געליינט, איז די הלכה אז אעפי"כ דארף מען נישט איבערליינען פ' מטות עכ"ל.
לא זכיתי להבין, פתח בכד וסיים בחבית, טענו בחטין והודו לזכר קדשו, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, טוביה חטא וזיגוד מינגיד, איר הייבט אן מיט חוקת-בלק און איר ענדיגט מיט מטות? עס איז דאך כי אכלא לדנא, ווי א דעקל צו א פעסל, און ווי סאכדעס צו התאחדות... אתמהה.

3) ביים סוף פונעם שיעור שרייבט דער חשוב'ער דיין שליט"א אז די פסוק פון ויתנה אל הכהנים בני לוי שטייט (דאכצאך) ביי די מתנת כהונה.
וויל איך אים מעלדן אז עס דאכצאך אים נישט גוט, און אז מען מיינט נארט מען זיך (להוסיף אצל אשכול "קינדערישע גערעדעכצער"), ווייל דער פסוק שטייט אין דברים (ל"א, ט'), דער פסוק הייבט זיך אן ויכתב משה את התורה הזאת ויתנה אל הכהנים בני לוי וגו'.

לסיומא: א גרויסן יישר כח אייך פאר די טייערע שיעורים, מען דערקענט אויף זיי די ארבעט וואס איר לייגט אריין, עס איז נישט סתם נאכגעטייפט פון משנה ברורה און איבערגעטייטשט אויף דזשארגאן, דא ליגט אן עבודה פון שעות נאכצוקוקען די שיטות הפוסקים, ותשואת חן חן לך, חזק ואמץ, יגדיל תורה ויאדיר.

סאכדעס » 21/2/2006 00:26

א גוטן הרב קרעמער
א גרויסן יישר כח אויף די שיינע שאלעס, דער דאיען האט מורעדיג הנאה אז איר לערנט דורך זיינע שיעורים אזוי בעיון.
און וואו אויך טוט ער זיך באדאנקן אויף דעם וואס איר האט דאס מפרסם געווען אויף נאך מקומות אין פארק, יגדיל תורה ויאדיר.

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

1)דער דאיען שליטא ווייסט פון דעם סוד אז תרומה און תצוה גייען נישט צוזאמען, דאס איז נאר גענוצט געווארן פאר א דוגמא, נישט אז ער האט געפסק'עט אז דאס גייט צוזאמען, אין א בחי' פון מדחריף כוליה האי לא דק, און אגב אויף דייעט גייט נישט דער דאיען.

2) איבער דעם האט דער דאיען טאקע מיר געבעטען אז איך זאל דאס פאררעכטן, היות ער איז נישט פון די באהערדע, און ער קאן נישט מתקן זיין קיין הודעה נאך אזא לאנגע צייט, ממילא כדי לקיים דברי חכמים, על איך דאס טאקע באלד פארעכטן, און נאכאמאל יישר כוח פאר די הערה.

3) ווי דערמאנט אז דער דאיען האט נישט קיין ספרים מיט זיך, האט ער דאס נישט געקענט אויפקוקען, און היות דער זכרון ארבעט נישט אלעמאל אזוי גוט, אלזא דער דאיען געט רעכט דעם קרעמער, בבחי' אין אדם עומד בדבר הלכה אלא אם כן נכשל בו, און יישר כוח פאר די הערה, זאל דער עולם טאקע וואוסען דעם ריכטיגן מקור.

לסיומא: א גרויסן יישר כח אייך פאר די וויכטיגע הערות, מען דערקענט אויף זיי אז איר לערנט בעיון די שיעורים, קיפ אן גאונג זאגט דער דאיען, ותשואת חן חן לך, חזק ואמץ, יגדיל תורה ויאדיר.

קרעמער » 21/2/2006 01:14

סאכדעס;

זאג דעם דיין אז ער האט מזל ווי א גוי אז מיינע גוגעל שמועסן זענען OFF THE RECORD (צוליב פארשטענדליכע סיבות), ווייל אויב נישט וואלט איך אים יעצט דא מעתיק געווען א געשפרעך וואס איך האב מיט אים אפגעהאלטן היינט אינדערפרי (11 אזייגער פארטאגס אויפן דיין'ס זייגער), וואו דער דיין האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון דעם נייעס אז "תרומה תצוה" גייען נישט אינאיינעם...

סאכדעס » 21/2/2006 17:28

יאך מיין כ'פארשטיי מיך נישט מיט דיר, בזיון תלמידי חכמים איז גארנישט?

קרעמער » 21/2/2006 20:37

הכל לפי המבייש והמתבייש. ומאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה. אבער אלץ לפנים משורת הדין, ומהיות טוב אל תקרי רע, בעט איך מחילה סליחה וכפרה.

יאנאש » 21/2/2006 20:56

קרעמער;

אז די זאגסט אזוי סליחה מחילה כפרה, דערמאנסטו מיר אזוי א טייער ווארט פון א טייערער איד שכבר הלך לעולמו זאל ער זיין א גוטער בעטער.

פלעגט ער אזוי צו פארציילן;

געווען אמאל א איד אינדערהיים, ער איז אויפגעשטאנען ערב יום הקדוש אינדערפרי, גענומען און איין האנט די סליחות, און אינעם אנדערן האנט א כפרה, און זיך ארויסגעלאזט צום שוחט.

האט פאסירט אז ער האט נישט געקוקט ווי ער גייט, האט ער ארויפגעטראטן אויף עפעס גליטשיק, זיך אויסגעגליטשט אז אלעס איז אים געפלויגן.

(איך האף אז עס איז נישט אנטקעגן די תקנות)

האט ער זיך אנגערופן צום בורא עולם;

זה שאין לי סליחה מילא, וזה שאין לי כפרה החרשתי, אבל מה יהיה עכשיו שאין לי מחילה.

עד כאן המעשה. (דוי דארף מען לאכן)

 

קרעמער » 21/2/2006 23:59

חשוב'ער דיין, איר זאגט אזוי רואיג וועלן מיר לערנען אין סימן רפב, וועלן מיר לערנען אין סימן קפט, לויט ווי עס קוקט אויס ווערן די שיעורים אזוי איינגעשרינקן און איינגעשרומפן אז איך גלייב אז ווען מען וועט האלטן ביי יענע סימנים וועט איר נאר שרייבן די קעפל: סימן רפ"ב ובו ו' סעיפים סארי איך בין ביזי, דער עולם זאל אליין לערנען.....

סאכדעס » 22/2/2006 00:21

קרעמער, איך זעה אז דו פארשטייסט נישט.
איך מיין אז איך פארשטיי דיין פראבלעם נאדיר לשון המחבר, אם קטן קורא בתורה בצבור, בסימן רפב. אם אין כהן אלא סומא או שאינו בקי, בסימן קלט.
עכל"ק פון דעם מחבר, דרוקט דיר נאך אלץ עפעס?

קרעמער » 22/2/2006 08:25

יא צדיק, מיר דרוקט פארוואס די שיעורים ווערן אזוי קורץ און איינגעשרינקן אזש עס בלייבט נישט איבער קיין כדי אכילת פרס, אלעס מיטן צוזאג אז מארגן, אה מארגן וועט שוין זיין הו הא מי יודע סארא לאנגע טיפע שיעור.

findodort » 22/2/2006 15:29

אפשר איז כדי צי מאכן בולד די לשון המחבר,
קען מען קראס פאסטן אויף חדש"א ?

יאנאש » 23/2/2006 23:29

היינט ביים שיעור האט דער דייען אנגערופן יאנאש "שמש". יאנאש האט נישט געוואוסט אז אין אידיש רופט זיך א "בארטענדער" א "שמש".

סאכדעס » 24/2/2006 00:28

יאנאש טייערער, דער דאיען פרייד זיך צו הערן אז דו ביסט געווען ביין שיעור, (דער דאיען קוקט געווענדליך נישט ארויס פון די דלת אמות, ער קוקט גלייך אריין אין סקרין, ער האט נאך נישט קיין קארדלעס קיבאורד.)
יא טייערער יאנאש דו האסט אפילו נישט געוואוסט דיין פאזיציע, פון איצט און ווייטער ביזטע געהעריג שמש. פארגעס נישט ערב יום הקדוש צו ברענגן די קעיק וכו'.

יאנאש » 24/2/2006 00:47

אוי וויי;

מקוה געלט איז אויך מיין פאסטן? א יא ברויך מען אנרופן לעפקאוויטש

TOTHETHING » 24/2/2006 18:17

findodort » 24/2/2006 19:23

דא האט איר זייער א באלערענע בלאג צי בלעטערן ביזן שיער

http://www.eruvonline.blogspot.com/

סאכדעס » 24/2/2006 20:13

וואס האט די לינק מיט אונזערע שיעורים?

סאכדעס » 27/2/2006 22:19

דער דאיען האט מיר באויפטראגט אז איך זאל שנעל צו שרייבן א הערה צום שיעור פון פרייטאג משפטים, כדי שלא יצא דבר מתח"י שאינו מסוקן -עפעס אזא לשון האט ער מיר געזאגט-
איבער די מועדים אין סעיף ג סימן קלז, איז דא א וויכטיגע זאך, דער דאיען האט געשריבן אויב האט מען געליינט חוהמ"ס נאר איין מוסף און נישט די צווייטע וואס מיר ליינען מחמת יו"ט שני של גלוית, דאס איז נאר בחול, וויבאלד פאר דעם שלישי האט מען שוין סייווי געליינט דעם מוסף, אבער בשבת אז מ'האט דאס נישט געליינט, און מ'האט נאך נישט צוריק געלייגט די ספר תורה, דאן זאל מען דאס ליינען אהן א ברכה.
נאך א וויכטיגע הלכה, יום טוב אויב האט מען אויסגעלאזט און מ'האט נישט געליינט די גאנצע קריאה וואס מ'האט מתקן געווען, און דאס איז פסוקים וואס איז מחובת היום, אזוי ווי יום טוב ליינט מען דאך מענינו של יום, דאן זאל מען איבערליינען אהן א ברכה, וז"ב.

קרעמער » 27/2/2006 23:50

סאכדעס;

געב איבער פארן דיין א יישר כח אין מיין נאמען, איך ווייס אז די שיעורים קומען נישט צופיס, און ער לייגט אריין א גרויסע יגיעה אין דורכטאן די ווערטער פונעם מחבר און די פוסקים, בפרט אז ער איז אויך נאכגעקומען די פארלאנג פון איינעם פון די צוהערער "בולט" צו מאכן די דברי המחבר, עס קומט זיך אים די פולע קרעדיט פארן מזכה זיין דעם עולם מיט דברי תורה הלכה למעשה, ויהי חלקי עמו.

סאכדעס » 28/2/2006 00:24

קרעמער דער דאיען זאגט אז סיז נאך נישט צו שפעט איר קענט נאך פארלערנען הלכות פורים.

קרעמער » 28/2/2006 01:16

במחילת כבוד הדיין, פרשת פרה וועט היי יאר נישט אויסגעפאלן פון דעם שבת א וואך, נאר פון דעם שבת 2 וואכן, צוערשט קומט פרשת זכור, דאס וועט זיין אי"ה שבת פרשת תצוה, הערשט דאן קומט פרשת פרה. (אפשר אויב תרומה-תצוה גייען אינאיינעם - לשיטת הדיין - קומט דאס אויס די קומענדיגע וואך).

סאכדעס » 28/2/2006 16:42

ניצחתני בני איך האב זיך צומישט מיט פרשת זכור, אזוי האט דער דאיען געזאגט הערנדיג אייער הארה

סאכדעס » 7/3/2006 01:56

ראבויסיי דע מיירע איז אינדרויסן, יאך מיין דע שיעור, גייט אריין און זעצט אייך לערנען.

דא-זאגט-דער-דאיען-דעם-שיעורר

קרעמער » 7/3/2006 06:44

חשובער דיין ומשנהו בדומה לו סאכדעס (אגב; האסט געמאכט א גוטן דזשאב דעם שבת וד"ל).

איך וויל פרעגן אויב דאס וואס איך פיר זיך, און אזוי זעה איך אויך ביי אנדערע, אויפצוהייבן די ספר תורה ביים פארענדיגן די 2 ברכות, בשעת מען זאגט די ווערטער "נותן התורה" האט אויך א מקור, ווייל דער דיין האט ביים שיעור נאר געזאגט אז מען זאל אונטערהייבן ביי "אשר נתן לנו תורת אמת" אדער ביי "ונתן לנו את תורתו".

אויך לגבי קושן, מיר פירן זיך צו קושן דירעקט איידער מען מאכט די ברכה, סיי ביי די פאר ברכה און סיי ביי די נאך ברכה, אנדערש ווי דער דיין שליט"א האט געזאגט אז מען פירט זיך צו קושן נאך די ברכות.

ילמדנו רבינו איזהו דרך ישרה שיבור לו האדם.

קרעמער » 7/3/2006 06:49

אור ליום ז' אדר, יומא דהילולא דמשה רעיא מהימנא, ואיתפשטיתיה דמשה בכל דרא ודרא, ובדור הזה בודאי יש בו ניצוץ בדיינו שליט"א ששונה הלכות בכל יום ומזכה את הרבים בלימוד התורה הלכה למעשה.

איך האב נאך אן הערה אויפן שיעור וואס איך לערן יעצט, דער חשוב'ער דיין שרייבט בתוך הדברים: סעיף ו, זאגט דער הייליגער מחבר, אומר ברכו והברכות בקול רם, מ'זאל זאגן ברכו מיט די ברכות הויך אויף דעם קול, והאומרים בלחש טועה, און די וואס זאגן דאס שטיל לעבן אין א טעות, דער משנ"ב שרייבט אן אינטערסאנט לשון, דלמי אומר ברכו כשאומר בלחש, פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל?,

איך וואלט אביסל אנדערש געטייטשט די ווערטער פונעם משנה ברורה "דלמי אומר ברכו כשאומר בלחש", נישט פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל, נאר "פאר וועמען זאגט ער ברכו = איר זאלט בענטשן ווען ער זאגט עס שטיל", איך מיין אז דאס שטימט אסאך בעסער און איז מער פארשטענדליך.

ווייל אנדערש האט דאך דאס נישט קיין פשט, די שטילע שמונה עשרה לדוגמא זאגט מען אויך שטיל, און דארט פרעגסטו נישט "פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל", ווייל דו גלייבסט באמונה שלימה אז השי"ת איז דער בוחן כליות ולב, און ער הערט אלעס!

דער משנה ברורה מיינט נאר צו פרעגן: ברכו מיינט דאך אז מען בעט דעם חשוב'ן ציבור זאל מיטבענטשן מיט אים, נו, אויב אזוי ברויך דאך דער עולם הערן וויאזוי ער פארלאנגט דאס פון זיי. ופשוט. וקל להבין.

קרעמער » 8/3/2006 02:43

ביים שיעור פון פרייטאג תרומה האט דער חשוב'ער דיין געשריבן די פאלגענדע ווערטער, פארזעהנדיג א וויכטיגע ווארט וואס דרייט איבער די גאנצע דערהער:
וזה לשון הדיין:
כבר נפטר מלברך ברכת אשר בחר בנו, דארף ער שוין זאגן ביי ברכת התורה די ברכה פון אשר בחר בנו, עכ"ל.

עס פעלט די ווארט "נישט"! וכצ"ל: דארף ער שוין נישט זאגן ביי ברכת התורה די ברכה פון אשר בחר בנו.

======
די מעשה פון יאנקל הכהן איז זייער שיין אראפגעלייגט, ממש כאילו בעל השמועה עומד לנגדו, איך האב גארנישט געוואוסט אז דו ביסט א כהן...

קרעמער » 8/3/2006 03:05

דער חשוב'ער דיין האט היינט פארגעלערנט וועגן די 2 ברכות התורה, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו וואס מען זאגט איידער מען ליינט אינעם ס"ת, און די נאך ברכה פון אשר נתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו.

האב איך זיך דערמאנט א ווארט פונעם ערוך לנר (ביים סיום פון מס' כריתות) אויף די חילוקים צווישן די 2 ברכות.

ער זאגט אז עס זענען דא 2 חילוקים, 1) ביי די ערשטע ברכה זאגט מען את "תורתו", השי"ת'ס תורה, ווידער ביי די צווייטע רופט מען דאס אן "תורת אמת". 2) ביי די ערשטע ברכה זאגט מען נישט "וחיי עולם נטע בתוכינו" נאר ביי די צווייטע.

פארענטפערט ער דאס אזוי: די גמרא זאגט אין עבודה זרה, איידער דער מענטש לערנט, ווערט די תורה אנגערופן תורת ה', אזוי ווי עס שטייט כי אם בתורת ה' חפצו, ווידער נאכן לערנען הייסט עס שוין "תורתו", דעם מענטשן'ס תורה, ווי עס שטייט ובתורתו יהגה יומם ולילה.

מיט דעם וועט מען שוין פארשטיין פארוואס ביי די פאר ברכה רופט מען אן די תורה "תורתו", השי"ת'ס תורה, ווייל מיר האלטן נאך פארן לערנען קען דאס נאכנישט אנגערופן ווערן אויף אונזער נאמען, ווידער נאכן ליינען קען מען שוין זאגן "תורת אמת", ווייל עס איז שוין אונזער תורה.

דערפאר קען מען שוין ביים צווייטן ברכה בעטן אויף שכר, ווי מען זאגט "וחיי עולם נטע בתוכינו" וואס דאס גייט ארויף אויפן שכר וואס מען באקומט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, ווייל מען האלט דאך שוין נאכן לערנען איז שוין שייך צו בעטן די שכר וואס קומט אונז דערויף, משא"כ פארן לערנען קען מען נישט בעטן קיין שכר, זאגט מען סתם אשר בחר בנו וכו'.

התאחדות » 10/3/2006 05:55

סאכדעס » 10/3/2006 05:58

ייש"כ הרב קרעמער, דיינע הערות איז געוואלדיג, מ'דערקענט אז איר זענט א סאלידער תלמיד חכם, דער דאיען אגב חורפיה משבשתא, האט ער נישט געלערנט די רייד פון דעם משנ"ב, די תיקון טעות אין די ווערטע נישט, דארף איך טאקע פאררעכטן עי עס עי פי, און א גרויסן דאנק פאר די שיינע ווערטער און הוספות אויף די ברכות.

סאכדעס » 10/3/2006 21:13

קרעמער » 13/3/2006 05:41

יישר כח סאכדעס/התאחדות פאר די הערליכע שיעורים, איך וויל נאר אויפמערקן דעם עולם אויף אן אינטערסאנטן לשיטתיה פונעם חשוב'ן דיין, דער דיין שרייבט ביי איין שיעור די פארגאנגענע וואך די פאלגענדע ווערטער:

יום ד תרומה ס"ו

האלטן מיר סימן קמא סעיף ב, זאגט דער מחבר, לא יקראו שנים, צוויי מענטשן זאלן נישט צוזאמען ליינען, אלא העולה קורא וש"צ שותק, נאר דער וואס איז עולה זאל ליינען און דער ש"ץ איז שטיל, או ש"צ קורא והעולה לא יקרא בקול רם, אדער זאל דער ש"ץ ליינען, דאס הייסט דער בעל קורא, און דער וואס איז עולה זאל זיין שטיל, ומכל מקום צריך הוא לקרות עם הש"צ, אבער דאס איז זיכער אז דער עולה זאל מיטזאגן שטיל מיט דעם בעל קורא, כדי שלא תהא ברכתו לבטלה, כדי זיין ברכה זאל נישט זיין פאר אומזיסט, אלא שצריך לקרות בנחת, אבער דער עולה זאל אכט געבן אז ער זאל ליינען אזוי שטיל, שלא ישמיע לאזניו, אויף א אופן אז ער זאל אליין זאל נישט הערן וואס ער ליינט, אזוי האלט דער מחבר.
(דער רמא קריגט אויף דעם מחבר, און ער זאגט, ואפילו משמיע לאזניו ליכא למיחש, אפילו אויב דער עולה אליין הערט יא זיין אייגענע קול, איז נישט געפערליך, דלא עדיף מתפלה, ווייל דאס איז נישט ארגער פון תפלה, וואס מיר פסק'ענען אז סימעג זיין משמיע לאזניו, כדלעיל סימן ק"א, אזוי ווי סיווערט מבואר אין סימן קא) (דעת עצמו).


סעיף ג, זאגט דער מחבר, ויש נוהגים להעמיד מי שמקרא לעולה מלה במלה, סיז דא וואס פירן זיך אז מ'שטעלט איינעם וואס זאל פארליינען פאר דעם עולה ווארט ביי ווארט, ואחר שגומר המקרא המלה אומרה העולה, און נאכדעם וואס דער וואס זאגט פאר ענדיגט איין ווארט, זאל עס דער עולה איבער זאגן, דאס הייסט למשל די וואך, זאל דער מקרה זאגן ואתה תצוה, מיט די נקודות און די טעמים, און דער עולה זאגט נאך ואתה תצוה אזוי ווי דער מקרה האט איהם דאס פארגעזאגט.

איר באמערקט אויך ווי דער דיין הייבט אן אז עס איז מיטוואך תרומה, און ביי די פרשה פון די וואך שרייבט ער תצוה? דאס איז א געוואלדיגע לשיטתיה פונעם חשוב'ן דיין וועלכער האט שוין ארויסגעברענגט דעת קדשו מיט עטליכע וואכן צוריק אז "תרומה-תצוה" גייט ביי אים אינאיינעם...

וואס זאגן די חז"ל אויף המברר מקחו של צדיק? יה"ר שיתקיים ...

סאכדעס » 24/3/2006 05:27

איך געב א קוק און איך זעה גוט יא דער דאיען האט זיך באמיט פון בעלגיע האט ער געזאגט א שיעור הגם סיז נאר איינע לאמיר האפן אז סיעט קומען מערערע 

קרעמער » 24/3/2006 05:52

סאכדעס;

אזא גוטען אונטער-שלאק-שמש ווי דיר וואלט זיך יעדער דיין ומורה צדק און אפילו יעדער פשוט'ער איד געוואונטשן, אזוי געטריי צו זיין דיין בעל הבית, ממש לא זז ידו מתוך רגלו, כ'מיין עס איז ממש א יחיד במינו, ניעמאל געהערט ענליכס צו דעם.

איך ציטער אויב דאס גרעניצט זיך מיט בי-פאולער דיסארדער (אמאל געווען דא א שמועס דערוועגן, אין די געזונטע יארן), דו פארקערפערסט אין זיך אסאך...

עניוועי, זאג דעם דיין: א גרויסן יישר כח פארן היינטיגן שיעור, עס איז געווען אזוי געשמאק און שיין צולייגט, אז איך האב ממש נישט וואס אריינצופרעגן אדער אפצואווענדן.

א גוטע נאכט

סאכדעס » 24/3/2006 20:52

קרעמער » 24/3/2006 21:33

דער דיין האט היינט פארגעלערנט:
סעיף א,
זאגט דער מחבר, אין קורין בתורה, מ'טאר נישט ליינען קיין קריאה, בפחות מעשרה, ווייניגער פון צען אידן, וויבאלד דאס האט א דין ווי סיי וואסערע דבר שבקדושה, גדולים, דארפן זיין בר מצוה, בני חורין, און נישט קיין קנעכט.

לכאורה מיינט דאס אז עס מוז זיין ביי אונז אין שטעטל צען אידן אויסער יאנאש...

יאנאש » 26/3/2006 05:14


קרעמער;

סטעי אוט, די ווייסט אז איך האב נישט צופיל צייט איצט צו קאמפיינען, אבער איך לויף נאך אלס, צו ווערן ראש הקהל.

סאכדעס » 19/5/2006 06:26

ווער האט זיך געגלייבט אז נאך אזא לאנגע צייט זאל דער דאיען נישט אויפגעבן זיינע רצונות און צוריק צום שיערו, נאט איך שיערו לה' שיעור חדש

בלאט: 1 2