היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאלונים לויפן נאכאמאל פאר א סטעי?

זאלונים לויפן נאכאמאל פאר א סטעי?

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1808834
בלאט: 1 2

האטבטחון » 17/2/2006 22:43

איך הער עס זעהט אויס עס וועט זיין א סטעי

hotwire » 17/2/2006 22:47

פון ווי זעהט עס אויס????

מ'האלט נאך די ארגיומענטס, מ'ווארט אויף א דיסיזשאן

13Hooper » 17/2/2006 22:47

די מיזט האבען א געוואלדיגען בטחון אין ר' זלמן לייב תוקן על ידי - כל_העולם - 17/02/2006 23:25:17

שפיטצער06 » 17/2/2006 23:02

יעדער זאל זאגן אפאר קאפיטליך תהילים און געבן צדקה וועט אי"ה נישט זיין קיין סטעי

אלעסאמת » 17/2/2006 23:20

דזשאדזש Dilan? דארף געבן ענטפער און בערך 15 מניט

13Hooper » 17/2/2006 23:24

the judge  called in all the lawyers 10 minutes ago
 

שקל_שלם » 18/2/2006 00:02

קאלטס נפתלי משה 212 990 7303 ער איז זיס...

אלעסאמת » 18/2/2006 00:03

עס זעהט נישט אויס אז מען וועט וויסן פאר שבת

איוואן » 18/2/2006 00:07

נאאאאאאאאאאאאא???????????????????
וואס טוט זיך??

13Hooper » 18/2/2006 00:23

די זאלונים גייען מחלל שבת זיין  זיי זענען זייער שפעיט אוועק פין קארט
פיקיח נפש?

איוואן » 19/2/2006 01:52

נישטא ליידער קיין שום סטעי.........


די זאלונים האבן שוין א חזקהפון פארלירן סטעיס אין געריכט..

חיים_יושע » 19/2/2006 01:56

מזל טוב!!! גייט זיין נאך א הירינג דאנערשטיג?

אלעסאמת » 19/2/2006 01:59


[בילד – נישט אפגעהיט] חסדי ד' כי לא תמני כי לא כלי ראחמו

מ'קען זאגן נאכאמאל ויואל משה אמת ותורתו אמת!

ראדני152 » 19/2/2006 02:32

גרויסע פלאפ פאר ארוינים

די אהרונים האבן אריינגעגעבן א בקשה קעגן קהל ,אז נאר בערעל מעג זיך רופן מיטן נאמען קהל יטב לב און נאר ער זאל זיין און אפיס און ער זאל קענען טוישן שלעסער, וועלנדיג שוין דעפאזיטן דעם ראזנוואסער פסק.

אבער דער שופט האט ארויסגעטראסקעט און אפגעמעקט זייער פארלאנג.

נו ארוינים ווער איז בהע"ב און ראדני?????

אלעסאמת » 19/2/2006 02:57

ווי איך הער האבן די זאלי'ס געברענגט דארט 8 לויערס און די הויפט פון HERRICK FEINSTEIN אויך, זיי האבן געטאנעט אז זיי זענען שוין דארט 5 יאר און ווי אזוי קען מע ן זיי ארויס שיקען אינזער לויער האט געזאגט אז אינז זענען שוין דארט פון 1948

און די ארוינים האבן ג'עהאט 3 לויערס און איינער איזי גאלדבער איז א איד ער האט געדארפט אוועק גיין פארן זמן שבת, און די ארוינים האבן אריין געגעבן א מושען אז אויב געט ער א סטעי זאל ער געבן די מושען אז זיי זאלן גארנישט קענען טין און די דזשאדש האט געזאגט ער געט נישט קיין סטעי און די מושען דארף מען נישט

majyar718 » 19/2/2006 03:08

נעבעך 152

לוזער איינער!

ווער איז געגאנגן פרייטיג בעטן א סטעי?
הא?
וואס האט עטץ באקומען?
א פייג!

כאכאכאכאכא

אויך מיר א געווינער....

תימענער » 19/2/2006 03:14

באקומען אין אישי:


מוצש"ק אין ירושלים!!!

א קופקע פון די שפיציגע קעפ פון די זאליס אין ביהמ"ד אהל רחל:
יצחק ווייס, נחום אטיק, יואל בארמינקא, משה יחיאל ראטה, און נאך.

יצחק ווייס:
ס'איז דא 2 קליינע זאכן וואס דאס האט מען פארגעלייגט אין קארט ערשב"ק... און פשטות האט מען גלייך באקומען דעם סטעי...

אבער ס'איז דא א דריטע זאך וואס דאס איז שוין א גרויסע "באמבע", און אזויווי מ'שיסט דאס ארויס איז גלייך דא א סטעי...

משה יחיאל ראטה פאר יצחק ווייס:
באמבעס און באמבעס... קליינע און גרויסע...
בקיצור קענסט מיר ענטפערן צו דע זאך?
איז דא א סטעי אדער נישט???


קאמענטארן זענען איבעריג...

חיים_יושע » 19/2/2006 03:28

מען שמועסט אז ס'האט אפגעקאסט פאר די זאליס דעם פרייטאג מער ווי $450,000!!!

ראדני152 » 19/2/2006 03:50

איך וויל דא הערן א גהעריגע תירוץ פון די ארוינים קעפ, ווי יענקעלע מקוה בא ללמד, אויב איז בערעל עטס געהריג פרעזידענט, פאר וואס האט די ריכטער פרייטאג ארויס געווארפן ענקער פארלאנג

מבני_בניו » 19/2/2006 04:04

מזל טוב פאר אלע חסידי סאטמער איבעראל!
די באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער אז בקרוב וועל מיר אונז קענען פייערן די גאנצע נצחון פון די קדושה אויף די טומאה!
הגזל קאלט ארום אלע רבנים אין די וועלט אז מגייט צוריקנעמען די גזילה, און יעדער לאכט אים אין פנים אריין!

מבני_בניו » 19/2/2006 04:08

תימנער, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, יוסף90 מעלדט אין אנדערן פארום אז די זאליס האבן באקומען א "אומ-העמטליכע" סטעי.

תוקן על ידי - מבני_בניו - 19/02/2006 4:06:53

שפיטצער06 » 19/2/2006 04:19

עס איז ווערט צו ליינען וואס די זאליס שרייבן און ח.א.ס

שופט ווארפט אפ אהרונים'ס פארלאנג!!!

2:23 נשלח ב 19/2/2006 צאנז_קאורט

פרייטאג אין געריכט ווען דער עמוירדזשענס סטעי פון קהל יטב לב אפגעווארפן געווארן, איזאויך דער פארלאנג פון די אהרונים דענייעד געווארן דורכ'ן שופט. ברוך ה'.

די אהרונים האבן אריינגעגעבן א בקשה קעגן קהל יטב לב ד'סאטמאר,אז נאר בערעלע פורים מעג זיך רופן מיטן נאמען קהל יטב לב און נאר ער מעג האבן צוטריט צום אפיס און צו טוישן שלעסער וכו', וועלנדיג שוין דעפאזיטן דעם ראזנוואסער פסק.

אבער דער שופט האט ארויסגעטראסקעט און אפגעמעקט זייער בקשה.

דאס מיינט לעת עתה אז אלעס בלייבט ווי פריער, און די אהרונים קענען יעצט גארנישט טאן. ב"ה. 3:56 נשלח ב 19/2/2006 פעשי

וואס דאס מיינט אז סאטמאר האט באקומען אן אומ-העמטליכן סטעי וואס דאס מיינט אז די אהרונים האבן פון ראזנעווסער'ס פסק גארנישט פארדינט און זיי קענען נישט אויפקעשן פונעם פסק גארנישט.

4:4 נשלח ב 19/2/2006 kleinekup

what in the world are you talkin about? do u realize that you sound as silly as "the blatt-winners?" so are you telling me thatr you won on friday? and your fully convinced that you can convince me or yourself about it? obviously you think of us readers as unintelligent idiots , or you are one

hotwire » 19/2/2006 04:33

איינער ווייסט וואס דאס מיינט א אומ-עמטליכע סטעי, יוסעלע90 האט מחדש געווען א חידוש וואס איך מיין קיין שום שופט אין אמעריקא האט נאך נישט געהערט פון.

בא_ללמד » 19/2/2006 04:50

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

יעצט דארף מען נאך מתפלל זיין אז ס'זאל זיי נישט געלונגען צוזאמצושמעלצן די קעיס מיט די אפעלאט אויף באראש, דאן וועט מען בע"ה קענען זען אין די נאנטע טעג "ונראהו עין בעין בשובו אל נוהו".

שפיטצער06 » 19/2/2006 05:00

דא האט איר נאך טרייסט ווערטער

אמת_זיגט

קליינע קאפ, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין.

די אהרונים האבן באקומען א פסק פון ראזנוואסער, און זיי האבן געבעטן דעם שופט זיי זאלן עס מעגן אינפארסן, דאס מיינט ארויסטראגן די ראשי הקהילה און איבערנעמען די ווירטשאפט - אבער דער דזשאדזש האט זיי געגעבן א שטויס, און געזאגט בלא מיט אן אל"ף, ענק קענען עס אינפארסן אין בלאט און אויפ'ן האטליין, נישט אין רעאליטי. 4:53 נשלח ב 19/2/2006 KJfireman

It's not about ''Winning''; it's just that we are better tonight than we were on last Thursday.

אלעסאמת » 19/2/2006 05:14

ווייסט איינער ווי מ'קען זעהן די טייטל פון 152 ראדני עס איז דא שמועות אז עס איז געטוישט געווארן?

יענקעלע11 » 19/2/2006 05:34

 

מיין חבר א גרויסער זאלוני שוויצער רופט מיך אן יעצט מוצאי שבת

און פראבירט מיר מסביר צו זיין דעם גרויסן געווינס וואס די זאלונים

האבן געהאט פרייטיג אין קארט, ווי דער דזשאדזש האט ארויס געווארפן

דעם אהרונים פארלאנג, האב איך עם בתמימות געזאגט אז דער באשעפער

זאל העלפן אז די זאלונים זאלן ווייטער האבן אזא הצלחה ווי זיי האבן

געהאט פרייטיג, און איך האב געווארט אויף א מעכטיגן "אמן", אבער אנשטאט א "אמן" האב איך באקומען א פארציע קללות נמרצות,
ווייסט איינער פארוואס???

ראדני152 » 19/2/2006 05:38

יענקעלע ווייסט איינער פאר וואס יענקעלע קען נישט פארציילן פאר וואס ער האט נישט געהאט א פלאפ, פרייטאג ער פארציילט נאר א מעשה מיט א חבר?

מבני_בניו » 20/2/2006 07:41

א גאנץ שבת זענען משה און אליעזר און די גאנצע גרופע געווען טויט העפי אין פלארידא, זיי האבן ממש געשיכורט אז זיי האבן געוואינען (אין פלארידא איז די זמן אביסל שפעטער, זיי האבן שוין געקענט הערן צען מינוט נאכן זמן פונטקליך וואס איז געווען), היינט זענען זיי אהיימגעקומען זיך אביסל אויסצניכטערן, און זיך טרעפן ארוגערינגלט פון אלע זייטן מיט פראבלעמען וואס וואקסן אויף הייוון...

נאר_פריילך » 24/2/2006 21:54

די וואך פרייטאג איז גארנישט דא?

בא_ללמד » 26/2/2006 17:50

איך הער, אביסל קראנט, אז דער אפעלאט גייט אריבער צו די ריכטער פון די אלטע אפעלאט אויף באראש, אבער דעם דיון אויב זיי באקומען א סטעי גייט צו אנדערע פיר ריכטער.

לויט יענעם ווייסט מען שוין ווער עס זענען די פיר ריכטער פארן סטעי.

פאקטיש » 26/2/2006 19:22

חלומות איינעם האט זיך געדאכט לויט יענע ווערסיע, גייט אויך זיין 'ארעל' ארגומענטס, דינסטאג צופרי די ריכטיגע ווייסער, ווייסן נאכנישט דערפון
בלאט: 1 2