היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שפע חיים תמוה מאוד

שפע חיים תמוה מאוד

56 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 57 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1793210
בלאט: 1 2

נבוכדנאצר » 5/2/2006 05:03


פרשת בא תשי"ד האט כ"ק מצאנז-קלויזענבורג זצוקללה"ה (מנוסח הקונטרס) געזאגט אז געלט פון רשעים ברענגט "הרס" און "לא יתכן לחזק את הקדושה",

וואס איז נאכדעם געשעהן?

מוז מען זאגן כאן קודם חזרה כאן לאחר חזרה

אדער זו משנה ראשונה וזו משנה אחרונה

אדער צריך עיון גדול

איך האב איין "ענטפער"

הכסף יענה את הכל

אפשר קען מען זוכן עפעס א גוטן תירוץ? מיין חבר האט מיר עס געוויזן היינט נאכן זמן, כ'האב עס געכאפט און געסקענט ווילאנג עס גייט נאך פרשת בא

חמין במוצאי שבת מלוגמא..


[בילד – נישט אפגעהיט]

שלוםשטוב » 5/2/2006 07:43

איך וויל פשוט פארשטיין, אין בני יששכר שטייט בפירוש אז ווען די נותן גיט מדעת עצמו, מעג מען נעמען אפילו פין א רשע, איז פארוואס טאר מען נישט נעמען פין די מדינה קיין געלט? פארוואס מאכען די סאטמורים אזא ביג דיל פין דעם? און זיי נעמען נישט קיין געלט פין די אמעריקאנע רשעים?

עניה_סוערה » 5/2/2006 07:53

מפי השמועה האב איך געהערט, אז דער רבי אליין, האט איהם אזוין נבוכדרצר פערשוין געכאפט, און ער האט איהם געענטפערט בהאי לישנא, "איך בין עפעס א פערד וואס עסט יעדן טאג היי? איין טאג עס איך פלייש, א צווייטן טאג עס איך קרויט" ודוק.

וכידוע, דאס נישט טוישן א מיינונג קיינמאל, נעמט זיך פון גרויס חכמה....

נבוכדנאצר » 5/2/2006 10:39

... אבער א פערד בלייבט ער, אפגעזעהן וואס ער עסט

א מענטש האט א מיינונג, נאכדערצו ווען ער ברענגט ראיות פון די תורה, וויאזוי ווענדט ער אפ די אלע ראיות?

tzudick » 5/2/2006 15:53


"רשעים" האט ער גימיינט די רשעים וואס האבען עם אויסגעפייניגט די טעג אין די יארען אין וויליאמסבורג.

אויך האט ער גיהאלטען אז די רשעים עסען חלב וטריפות...

ער האט גאנץ גוט געוואוסט מיט וועם ער האט צו טוהן.....

שלוםשטוב » 5/2/2006 17:02

עני' די ברענגסט ארויס א געוואלדיגע נקודה, אז מען מיז נישט האלטען ווי אזוי מען האט געהאלטען נעכטען. צו זיין א העלד און טוישען די שיטה איז נישט קיין לייכטע געשעפט, אבער עס ווייזט אויף איינער וואס קוקט ווייניגער אויף זיין "אימאסדז" און מער אויף די תועלת הענין. לגבי די שפע חיים, ווייסט מען אז ער האט געפליפט פלאפט אין די ענינים אסאך מער ווי איין מאל, איך האב געהערט פין אידען וואס זענען געווען אין פערענוואלד, און דארט האט ער איין טאג געקענט זיין א קנאי, און איין טאג אן אגודיסט, עס איז געווען זעהר שווער אויס צו רעכענען זיין שיטה, אויב האט ער בכלל געהאט איינס.

findodort » 5/2/2006 18:07

איז נישט אמת אז אויך ערליכע ידען צאלן שטייער און די טרפנה מדינה?
איז נישט די הלכה אז יש ברירה?

וואס דען זאלן די מוסדות טון נעמען געלט פון קרן הצלה וואס נעמען רוב געלט פון ידען וואס גייען אין קארט רח"ל, פון ידען וואס רעדן אויף די טעלעוויזע און י"ט, וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט חלב, און נאך   ?

נעמען פון א פארסאמטע קאסע ווי  קרן הצלה וואס נעמט אויך געלט פון ידען וואס טרגען ליידער שבת אין א שטאט מיט א עירוב?

וואס איז געווארן מיט כח הפועל בניפעל ?

תוקן על ידי - findodort - 05/02/2006 18:24:26

נבוכדנאצר » 5/2/2006 19:15

משל למה הדבר דומה?

א קוימען קערער איז אריין אין שטאט, אויסגערייניגט עטליכע צענדליג הייזער, געווארן שווארץ ווי א.. קוימען, קומט איהם אנטקעגן א שווארצער נעגער און הילכט אויס: אוי וויי! וואס איז מיט דיר געשען? ביזט דאך שווארץ ווי קויל פון קאפ ביז פוס!

רעגט זיך דער קוימען קערער: דו פרעכער עזות פזים! דו שווארצער האסט די חוצפה מיר צו זאגן אז איך בין שווארץ?...

איבריג צו זאגן אז דער קוימען קערער איז געבליבן מיט זיין שטייפקייט און פארשמירט, ווייל יענער איז דאך שווארץ - טא וויאזוי קען ער מיר איינטיילן וואס צו טון?

findodort » 5/2/2006 19:30

נבוכנאדצר:

דע פוינט איז נישט ווער איז א גרעסערע שייגץ, מיר אלע האבן וואס צי פארעכטן.
די פאוינט איז :

1) די שפע חיים רעד נישט פין נעמען געלט פון א מדינה וואס ערליכע ידען צאלן דארט שטייער, אין מאכן דערנאך זיכער אז זיי נעמען דאס ציריק, נישט סאזאל אנקימען צי טרפנה פלעצער.

1) אז די אפערסט נישט קיין סעלאשען מיט א קאנטעמענעד און פארסאמטע קרן הצלה קאסע

נבוכדנאצר » 5/2/2006 19:33

ס'קוקט אויס ווי דו ביזט א בעל חשבון, זאג מיר אלזא: וויפיל יאהר נעמט פאר גאנץ צאנז און גאנץ קלוזינבורג צו צאהלן די שטייערן וואס באטרעפן די סומעס פון אויפבויען קרית צאנז און א שפיטאל?

findodort » 5/2/2006 19:39

אין וויפיל ערליכע ידען איז ב"ה דא אין א"י, וואס גייען יא אדער נישט צים כותל,  וואס צאלן ערליך זייער שטייער, אין זענען בארעכטיג צי נעמען פין א קאסע וואס געהערט צי זיי אויך.

דערנאך איז דא א קליין הייפעלע פון די ברקייאים שלוי קארי לבאל, וואס צאלן אויך איין, אין נעמען עס נישט אפ (אפענערהייט), אזוי ארים אז עס איז נאך דא א סארפלאז.

תוקן על ידי - findodort - 05/02/2006 19:43:34

טובעין » 5/2/2006 20:16

נבוכרנצר

פון ווי ווייסטו אז ער האט געטוישט זיין דעה? רוב רבנים אין ארץ ישראל ואוס האלטען אז מען דארף נעמען געלט פון שטייערן, האלטן נישט אז מען מעג נעמען געלט פון רשעים, נאר זיי האלטען את כספינו אנו נוטלים.

אז די וועסט זען אז ער נעמט געלט פון א רשע פרטי קענסטו האבען א טענה.

נבוכדנאצר » 5/2/2006 20:51

טובעין, ענדליך א מענטש מיט וועם מען קען רעדן.

לאמיר הערן: וויפיל שטייערן צאהלט א דורכשניטליכער בירגער אין מדינת ישראל פאר 35 יאהר (65-20)? און וויפיל געלט גיט די מדינה פאר די מוסדות התורה? וויפיל קאסט אויפצובויען א שפיטאל מיט אלע צוגעהערן? איז דא בכלל עפעס א מין פארגלייך צווישן די ציפערן? און מיר דוכט זיך אז אין מדינת ישראל איז אויך דא דער געזעץ אז קהילות מוזן נישט צאהלן קיין שטייערן, נו פונאוונען נעמען זיך די מיליאנען שקלים?

קרית צאנז האט זיך אנגעהויבן בויען גלייך ביים אנהויב ווען דער גרינדער איז ארויף קיין מדינת ישראל, דער תירוץ פון שטייערן פארשטיי איך נישט, אפשר גיסטו מיר צו פארשטיין?

Social Security אין אמעריקע איז את כספינו אנו נוטלים, ס'קלעקט פונקט פאר ברויט און קעז (פאר די וועלכע עס ארבעטן אויף די ביכער וד"ל), ווי קומט מען אבער אהן צו די אסטראנאמישע ציפערן? און די געטרייע שלוחים וועלכע זיצן אין כנסת פּרעסן נאך און נאך, מ'שטיינס געזאגט, קיין איין פרוטה פון די טעקס פון די פרייע זאל נישט צוריקקומען צו זיי...

איך האב נישט גערעדט קיין ווארט וועגן דעם "איסור" פון נעמען געלט פון די מדינה, פשוט א סתירה פון דעם מענטש'ן דיבורים צו זיינע מעשים

ילמדנו רבינו

findodort » 5/2/2006 21:36

Social Security אין אמעריקע איז את כספינו אנו נוטלים, ס'קלעקט פונקט פאר ברויט און קעז (פאר די וועלכע עס ארבעטן אויף די ביכער וד"ל), ווי קומט מען אבער אהן צו די אסטראנאמישע ציפערן?

פין היינט אין ווייטער רבותי, רעכענט אויס וויפיל איר האט אנגעצאלט אין שטייער, אין ווען די בענעפיטען (סעקשן 8, פ.ס., מעדיקעד, סקאל וואטשערס, בילדינקס פין די מוסד ווי אייער קונדער לערנען, לאנטש פראגראמ, אין אויך סאשעל סעקירעטו,  אין נאך) וואס איר געניסט פין די שטאט איז מער ווי איר האט איינגעצאלט שיקט דאס ציריק צי אנקאל סעם. זייט געווארענט די געלט קען קימען פון אידען וואס ליינען די המודיע אין זענען אנגעשטעקט מיט מחשבת ע"ז.  בעיקר רעד איך צי די וואס גייען אין די שיטה פין די שפע חיים לפי פירש  נבוכדנאצר. תוקן על ידי - findodort - 05/02/2006 22:05:54

rotzer » 5/2/2006 23:02




נבוכדנאצר



פון 20 ביז  65 איז  ביי אונז 45

אגב חורפי לא דק

נבוכדנאצר » 5/2/2006 23:30

דער אלעמען-באקאנטער שריפטשטעלער ר' סענדער דייטש ע"ה, דער לאנגיעריגער רעדאקטאר פון דעם חרדישן צייטשריפט "דער איד" איז אין א געוויסן פארטאגס ארויס פון שרייבצימער מיט א קלעם אין הארצן; כ'האב יעצט פארענדיגט צוזאמענשטעלן א לענגערן ארטיקל איבער דעם פארוויקלטן היסטאריע-קאפיטל, טאקע ארויסקומען אויף אן אמת וואונדערבאר - אבער פאר וועמען פלאג איך זיך? פאר וועמען גיב איך אוועק די אלע לאנגע, שלאפלאזע נעכט? דער אונגארישער עולם פארשטייט דאך גארנישט צו וואס איך שרייב?

מיט אזעלכע, און עהנליכע, געדאנקען שפאנט ער פאמעלאך פון איין גאס צו דער אנדערער, דער זייגער קלאפט שוין באלד 4 פארטאגס, ער וועט יעצט זיך אונטערטונקען אין ווארעמען באד כמנהג חסידים, צוגרייטן זיך א ווארעמע שאל קאווע, פארזיסן עס מיט א צוקערל, זופן ביסלעכווייז פאר א אפענער גמרא און אויסווארטן דעם זמן הנחת טלית ותפילין.

ר' סענדער! דערהערט ער א שטימע פון אן עלטערן איד, ר' סענדער דערוועקט זיך פון זיינע מחשבות, און קוקט יעצט אין ריכטונג פון די שטימע - ער זעהט פאר זיך איינער פון די זקנים פון די קהילה, עפעס דוכט זיך איהם אז ער נעמט אנטייל אין דעם משניות שיעור צווישן מנחה און מעריב, ער האט נישט קיין צייט צו פארענדיגן זיך דערטראכטן דעם אידנס נאמען און ער זעצט פאר - איהר האט געשריבן אין איד וועגן ...

ער שפיצט אהן זיינע אויערן, ער האט געגרייזט! עס זענען יא דא אידן וועלכע לייענען און פארשטייען זיינע ארטיקלען, און ער שאקלט מיטן קאפ אויף יא,

כ'האב אייך געוואלט טאקע זאגן אז עס איז געווען א גרייז דארט אויפן ערשטן בלאט..

ער לייגט באלד אראפ אלס וואס ער האט אין האנד און גריבלט אין בוזעם קעשענע ער וועט אפירזוכן דעם בליי צו פארצייכענען דעם גרייז, און יענער זעצט פאר מיט פאטאס:

עס איז געשטאנען פארזעצונג אויף זייט 35, עס דארף זיין 53...

שלוםשטוב » 6/2/2006 00:07

יישר כח ר' נבוכדנצר פאר דיין שיינע מעשה פין ר' סענדער. לגופו של ענין, אויב מאכט מען אזעלכע פשטלעך, מעג מען נעמען, ווייל דאס געלט קומט פין אמעריקא, און אמעריקאנער געלט איז דאך מותר.

rotzer » 6/2/2006 00:29









נבוכדנצר


א ליטווישער ראש הישבה האט אמאל געזאגט אויף חסידים וועלכע זענען שטענדיג פארנימען מיט פארציילען מעשות מיט מופתים פון די רביים בזה הלשון אז קאן זיין אז עס איז ניט קיין ביטול תורה אבער אן עם הארץ בלייבט מען .



די זעלביגע איז מיט אייך איר האט א שיינע מעשה מיט איינער א שרייבער ר' סענדער - וועמען מיר וויסען ניט - אבער רעכענען קאנט איר ניט.



                                                                            ולא עם הארץ חסיד



נבוכדנאצר » 6/2/2006 00:49

פון אמעריקא? חלילה וחס!

לי הכסף, ולי הזהב, נאום ד' צבקות!

tzudick » 6/2/2006 01:07

חוזק איינער,

אין די ציוניסטישע געלט איז נישט דער באשעפערס?

וואס איז היינט גישען?  האסט זיך צעשלאגען מיט א קלויזענבורגער?

האסט אפשר גיהערט א טעיפ פון קלויזענבורגער רבי און ס'האט גיטראפען אין ציל?

אדער ביסטו בזיווג ראשון גיווען אן איידעם ביי א קלויזענבורגער חסיד?

קענסט דיך שוין שלאגען מיט דיינע "אייגענע"

findodort » 6/2/2006 02:14

נבוכדנצר ביזט גערעכט, ס'איז טאקע יא א  שפע חיים תמוה מאוד מאוד, מיר זענען נאר צו נאאיוו נאריש אין סטאפעט עס צי פארשטיין, אין ס'איז פשוט א שאד אויף די שטארק טייערע צייט פין אזא חכם ווי דיר.

טובעין » 6/2/2006 03:22

נבוכרנצר

די פרומע אין ארץ ישראל האלטען זיך פעסט  אז זיי צאלען אסאך מער שטייערן ווי זיי נעמען צוריק, פארגעס נישט אז סעילעס טעקס איז 18% אין יעדער וואס קויפט א דירה אדער ברויט אדער יהיה מה שיהיה,  אפילו דער ארימסטע מענטש צאלט דאס, קיינער קען זיך דערפון נישט אויסדרייען.

האלסט אז זייער חשבון שטימט נישט, אדרבה ברענג א  CPAוואס זאל דאס איבעררעכענען.

אבער יהיה מה שהיה איז דער שפע חיים בכלל נישט תמוה ווייל די האסט נישטג עברנגט א מקור ווי ער האלט אז מען מעג נעמען געלט פון רשעים.

yohcee718 » 6/2/2006 18:58



נבוד ידידי

פשוט אויף די פאקטען ביסטו נישט גערעכט

לפי חוקי מדינת ישראל זענען רוב שטייערן קאלעקטעט דורך SALES TAX וואס דאס רופט מען "מס ערך מוסף" דאס איז אפילו נאך מער ווי אונזער NYC טעקס ווייל דארט איז עס אפילו אויף WHOLESALE אויב איינער קויפט א שיך בענדל צאלט ער [לפי זיכרוני] 16% מס דעראויף

נאר אז מ'אטעמט אין ארץ ישראל צאלט מען שטייער. און דאס האט מען שוין אויף געוויזען אין מערערע ארטיקלען איז אויב מ'זאל צוזאם רעכענען אלע שטייערן וואס די פרומע באצאלען באקומען זיי "חי גארנישט!"

דאס איז סתם איבער די פאקטען.
_________

אבער איצט צום עצם ענין. רוב גדולים אין ארץ ישראל האלטן אז דאס איז דער עיקר קאמפף: ווי מער און מער מ'קען ארויס שלעפען פאר תורה פאר ישיבת פאר מקוואות פאר שיעורי תורה איז א חיוב גמור להוציא יקר מזולל.

עס איז איינע פון די גרעסטע סתירות אין דעם "שיטה הקדושה" פון איין זייט שרייט מען אז אויב די חברי הכנסת זענען שותפים און א קא-אליציע פון דער רעגירונג אין מדינת ישראל איז מען א שותף און אלע עבירות און הפרת הדת.

און ווען עס קומט צו געלט איז עס "זיי" געבען פאר "אונז"

ממה נפשך בין איך נאר א שותף צו די עבירות און צום געלט נישט????

MAKE UP YOUR MIND

איז דער אגודה א שותף?
דאן וואס שרייסטו אז די כופרים "געבען" ?

EXCUSE ME

א שותף נעמט מיט רעכט וואס איז שלו!

נבוכדנאצר » 7/2/2006 00:34

יישר כחכם פאר די שיינע רייד, אבער צוויי נקודות:

1. די קשיא האב איך געפרעגט אליביה דשפע חיים ממפרש בא שנת תשי"ד, (וואס ער האט געהאלטן פאר דעם און נאכדעם ווייס איך נישט) אבער אליבא דער איסור פון די עדה החרדית והקדושים אשר עמהם איז דער טעם אויסדריקליך נישט בלויז אלס כח הפועל בנפעל, מען האט מער מורא געהאט אז די רשעים וועלן זיך אריינמישן אינעם חינוך, איך האב געזעהן אן אלטן קונטרס איבער דעם ענין פון נעמען געלט פון די מדינת ישראל רעגירונג (נישט פרשת הכסף), דער מחבר איז נישט קיין סאטמערער, ס'דא דערין עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן באזירט אויף דאקומענטן, אויב כ'וועל קענען וועל עס שאפן און פרובירן צו סקענען עטליכע גוטע בלעטער לתועלת הרבים, מען קען צולייגן נאך זאכן זינט דאן, כגון תכנית ליבה שר"י, און וואס איז דער ענטפער פון די גדולים און די מועצת דערויף? איז אויך מיט דעם די מציאות אנדערש?

2. קען זיין אז מיטן חשבון בין איך נישט גערעכט, כ'וויל אבער הערן פון מענטשן וואס רעדן צום דבר, כגון טובעין, yhocee718 סתם קללות דרייט אוועק דעם ענין, לאמיר ממשיך זיין

איהר טענה'ט אז מען צאהלט אסאך שטייערן אין מדינת ישראל, און דאס נעמט מען צוריק. לאמיר פארשטיין: איך ווייס נישט וויאזוי עס ארבעט די רעגירונג דארט, אבער ביי אונז אין ניו יארק צאהלט מען עטליכע שטייערן, סיטי, סטעיט, סעילס, פעדעראל, פעיראל, אין אפסטעיט צאהלט מען וויליזש, טאון, סקול און איך ווייס נישט וואס נאך, יעדע שטייער האט א פארוואס, פאר די סיטי צאהלט מען זיי זאלן פארשטאפן לעכער, אוועקטראגן די מיסט, אויפשטעלן לייברעריעס, הלאטן דאס פלאץ זויבער, באצאהלן פאליסלייט און פייערלעשער, העלפן שפיטעלער, און נאך אנדערע זאכן - מיט וועלכע איך בין נישט באקאנט

פאר די פעדעראלע צאהלט מען צו באצאהלן די CIA און FBI, מיליטערישע אינסטאנצן, פליגערס, געווער, און אזי יעדע שטייער האט זיין ציהל, די שטייער צאהלער צאהלן פאר די אלע זאכן וואס די רעגינרונג שטעלט צו, אין אלגעמיין זענען די אויסגאבן פיהל מער ווי די אייקונפטן - פונקט ווי אין א מוסד, שכר לימוד דעקט נישטאמאל האלב פון די אויסגאבן שוין נאך אלע פראגראמען, מען מאכט ווייטער דינערס, מען שנארט, אפיעלס, און מען בארגט שווערע געלטער אזוי איז די מציאות

וועט איינער זיך מאכן א חשבון, כ'האב געצאהלט פופצן מאות דעם פערטל פאר פעיראל פון מיינע ארבעטער, וועל איך אויף דעם חשבון נישט צאהלן Sales Tax פאר דעם פריזשידער וואס איך גיי מארגן קויפן, פשוט איך נעם צוריק די tax וואס כ'האב איינגעלייגט

רעדט ער צו דער זאך, אדער ער מאכט א גזירה שוה פון tax מיט tax אבער עס האט נישט קיין שייכות?

לעכער און קארופציע זענען פארהאן אין יעדן סיסטעם, אבער קארופטירטע ווי ארגענטינע זענען דוכט זיך נישט דא אסאך

אפשר ארבעט דער שטייער סיסטעם אין מדינת ישראל אנדערש, און די פאליציי, פייערלעשער, מיליטערישע אויסגאבן - וואס צוליב איהר מצב צאהלט זי פיהל מער ווי זי דארף, מיסט, טראנספארטאציע, פוצן די שניי (וואו עס איז שייך), ווי אויך פאררעכטן טראטוארן און גאסן, און אלע אנדערע לאקאלע סערוויסעס ווערן באצאהלט פון די איין זעלבע קאסע, און ווען דער ארבייטס געבער באצאהלט שטייערן פארן האלטן ארבעטער (אויב עס איז דא דארט אזא סארט שטייער) צאהלט ער נישט פארן פאררעכטן די גאסן, אויך נישט פאר פאליציי און פייערלעשער, נאר מיטן חשבון אז ער - אדער דער מוסד - זאל דאס צוריקקריגן, און אלע זאכן זאל ער ערהאלטן אומזיסט

פארוואס בלייבט יעדע וועלטליכע מדינה מיט א דעפיציט, און מדינת ישראל מוז צוקומען צו די ביישטייערונגען פון די פאראייניגטע שטאטן אויב מען צאהלט איבער אזויפיהל שטייערן? די מדינה אנשטאלן מוזן ארבעטן אומזיסט? אלע איינגעשטעלטע דארפן נישט קריגן קיין געהאלט- געוואנדן לויט די פאזיציע?

וואו שטעקט מיין טעות?

איך רעד דא אפגעזעהן פון די שיטה הקדושה, כ'וויל פשוט וויסן פאקטן מיט וועלכע איך בין נישט באהאוונט, און איך זעה אז עס זענען דא אידן וואס זאגן אז זיי ווייסן יא וויל איך הערן

yohcee718 » 7/2/2006 14:42

דא האסטו אן ארטיקל וואס איז דאס מסביר
דער שרייבער איז א בעל תשובה וואס איז געוועהן א סטודענט אין HARVARD און איז היינט א חשוב'ער תלמיד חכם אין ירושלים ער האט א שיינער פעדער און ער נעמט זיך אהן כסדר פאר די אינטערעסן פון די חרדים

ער איז אן איינגעשטעלטער פון אגודת ישראל פון אמעריקע אלס "עם אחד" פאבליציסט און שרייבער. איך האב איהם שוין געטראפען א פאר מאהל דא אין אמעריקע און ער האט געמאכט אויף מיר א שיינעם איינדרוק.

Can we talk seriously about the haredim
by Jonathan Rosenblum
Jerusalem Post
February 21, 2003

Just as every gentile child in Europe knew from a young age that Jews were "Christ-killers, bloodsuckers, and parasites," so every Israeli schoolchild can recite the familiar litany of charges against the chareidim. Tommy Lapid draws upon stereotypes that have been drilled into the public consciousness over decades.

Haredi politicians have extorted every available shekel in the country, they don't work, they pay no taxes, and they produce nothing. So goes the charge sheet. Yet each one of these claims is a gross distortion.

Just after passage of the 2002 budget, the newspaper headlines blared, "Half a billion to the haredim" (Yediot); "More for the haredim, less for education" (Maariv). Amnon Abramowitz assured his television listeners that the haredim had succeeded in extorting 500 million shekels more from the Treasury.

Ha'aretz's Aryeh Caspi exploded each of these charges in an article entitled "Who really robbed our kitty?: Everyone is blaming the ultra-Orthodox. No one seems interested in the facts." Far from winning an additional half billion shekels, Caspi found, the sole haredi achievement had been avoiding slated budget cuts from the previous year's educational budget. The total amount involved was 20 million shekels.

In fact, Caspi concluded, far from extorting from the state, haredim are actually discriminated against in the budget. The per student educational expeditures for the year 2000, for instance, show that Israel spent for $181 per month for each elementary school student and $241 per student for each student in grades 7-12 in the state educational system. The comparable figure for the Chinuch Atzmai system was $129 per month, and for students in recognized chadorim $84 per month.

Nor do these figures fully state the differentials in educational spending. Another four billion shekels in the education budget went for pedagogic directors and special services that are virtually unknown in the haredi educational sector. That comes to another $70 per month spent on children in the state system.

The most glaring disparities involved the 20,000 students on kibbutzim and moshavim, which operate under a separate educational budget. Monthly expeditures for those students came to $524 per month, more than four times the per student expediture for Chinuch Atzmai.

So how is the image created that the haredim have squeezed a vastly disproportionate share for their educational institutions. Part of the answer lies in the different budgetary process by which haredi institutions are funded. A very large percentage of haredi funding is not included in the regular state budget, where the allocations are renewed each year according to established criteria. Rather haredi institutions are funded from the so-called "budgetary reserves."

Allocations from budgetary reserves are renewed annually, which means that haredi Knesset representatives have to fight for them again each year with all the attendant publicity. In addition, ministers habitually claim that the "reserves" have been exhausted, and again haredim representatives have to resort to pressure to receive what was already promised.

If a journalist reveals that 50,000,000 shekels have been allocated for haredi residential educational institutions from the budgetary reserves, that sounds like a lot of money. But not when compared to well over a billion shekels for comparable non-haredi institutions in the regular budget. The latter figure, however, attracts no notice.

The result of this process, Caspi sums up, is that "an entire segment of the population is indicted without cause . . . [and] politicians and journalists are dragged into the fray with little or no knowledge of the facts."

The rest of the litany of charges also cannot withstand scrutiny. Take, for instance, the claim that haredim pay no taxes. Half of all tax revenues come from VAT collections. Haredim pay VAT like everyone else. And like everyone else, they make national insurance payments.

Half of the adult population of Israel pays no income taxes, either because they earn too little or nothing at all. Haredim may be disproportionately found in this group, but they constitute only a small fraction of those who do not pay taxes. At the same time, there is no evidence that haredim are underrepresented in the two upper deciles of taxpayers, who pay 90% of all income taxes.

We often hear that haredim do not work. That is only true if one resorts to a tautology: Anyone who works is by definition not haredi. On a recent Friday night in shul, I did my own little survey. This congregation is made up exclusively of those who learned for many years in yeshiva. Yet of more than hundred men over thirty, only five were still in full-time learning, and in each of these cases, the wife worked, as did most of the wives of the others. In the other minyan I attend regularly, every member either works or is retired, even though almost all send their children to chareidi schools or yeshivos.


What about the charge that haredim contribute nothing economically to Israel? That is not even true of the yeshivos and kollels, whose purposes are purely non-economic. For every dollar paid by the State to students in kollel, for instance, another four to five dollars are raised abroad. All that foreign currency comes into Israel and is spent here. The 6,000 unmarried yeshiva students and seminary students studying annually in Israel represent another major influx of foreign currency into the country. An equal number of young marrieds are living in Israel while the husband continues his Torah learning. They are almost entirely supported by monies from abroad, and are a major force fueling whatever demand remains for new housing.

Were Israel to cease being viewed as the center of Torah learning worldwide this vast infusion of money into the country would come to an end. Without haredi visitors, who keep coming regardless of the security situation, El Al and many Jerusalem hotels would have to shut down.

There is something ugly about subjecting different population groups to a cost-benefit analysis, as if to demand that they justify their continued existence. Perhaps only the haredim are subjected to this treatement– never Ethiopian immigrants, Israeli Arabs, development town dwellers, or, for that matter, the top hundred managers at the Israel Electric Corporation, who draw astronomical salaries and all the electricity they can waste.

Why is it that when film makers or artists complain of budget cuts, they receive nothing but sympathy from the media, but when the basic education budget for haredi children, many of whom learn in caravans, is slashed, everyone reacts with glee? The tickets of wealthy theatergoers and opera lovers are subsidized by the taxpayer at more than $20 per ticket, and no one cares. Yet monies for the study of Torah, our common patrimony, are inevitably treated as a waste.

Whatever the impact of the haredi community on Israel's economy, it pales besides other factors that go almost unnoticed. Treasury officials prescribe a 10% cut in government salaries and in the public sector workforce to cut billions from the budget. But everyone knows that will not happen. The Histadrut would paralyze the country with a series of ruinous strikes were wages touched or workers fired. Yet the participation of Am Echad, Histadrut boss Amir Peretz's party, in the next government is casually accepted, despite the fiscal folly he represents.

The kibbutzim have been repeatedly bailed out to the tune of billions of shekels, and they have been permitted to rent or sell valuable state lands worth billions more. Until the Rainbow Coalition came along no one looked askance at this form of massive welfare.

The economic structure of the haredi community is certainly not above criticism. The community is itself in a state of flux due to both internal and external forces. But as long as the public discussion of haredim is colored by so many distortions and irrationality, there will be no fruitful dialogue. Secular critics will only succeed in retarding, rather than advancing, the very trends they wish to encourage.

נבוכדנאצר » 7/2/2006 16:12

כ'וועל באלד דיר ענטפערן וועגן דעם ארטיקל - אויב כ'וועל האבן צייט

דערווייל ברענג איך צוויי דאקומענטן וואס ווייזן אויף קליפ און קלאר אז מען האט קיינמאל נישט גערעדט פון כח הפועל בנפעל
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 7/2/2006 16:14

נאך איינס
[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 7/2/2006 16:49

ס'קיקט עפעס אויס אז נבוכדנצר קריכט שוין אראף פין זיין קלאץ תמוה מאוד אין איז שוין גרייט ציפאדרייען די אשכול, ווייסט איינער פארוואס ?
 

yohcee718 » 7/2/2006 19:10

נבוכד. ידידי

די בריעף פון ר' וועלוועלע בריסקער האט נישט קיין דאטום אבער פון די ווערטער איז משמע אז ער רעדט פון אן ארגאנאזאציע פון ציונים נישט פון 'מדינת ישראל' ווי בירגער האבען לפי שיטתם אלע רעכט און מ'איז נהנה בזרוע.

דאס זעלבע איז דער צווייטער בריעף וואס איז משנת תש"ב.

בכלל מאן יאמר אז גדולי ישראל קענען נישט האבען קיין חלוקי דיעות איבער דעם.

דער חזון איש האט געהאלטן און געשטיצט חינוך עצמאי, וואס שלעפסטו גדולים פונעם בוים אראפ.

ר' אהרן קאטלער האט אנדערש געהאלטן... צו ר' איסר זלמן... מיין נקודה איז: יחי החלוקי דיעות!

און פאר מיר איז כשמש בצהרים אז רוב שומרי תורה היינט אין ארץ ישראל זענען נאר אזוי אלס א תוצאה פון חינוך עצמאי. רוב אידעלעך פליטי חרב וואס זענען געוועהן דערשלאגען און קוים קוים צוגעבינדען צום דת האבען געוואלט אז זייערע קינדער זאלען האבען א חינוך פון תורה מיט מדע, און אויב נישט וועט ביי זיי זיין נאר מדע, אבי דער זיהן אדער טאכטער זאל נישט אויסוואקסן א פרומער שנארער וואס קען נישט רעכענען 1 מיט 2. א הונדערט קרן הצלה'ס וועט נישט ראטעווען אזעלעכע קינדער.

רוב גדולי ישראל האבען געהאלטן אז עס איז א צו השעה דעמאלס און היינט, צו צושטעלען פאר אזעלעכע קינדער א תורה'דיגע אלטערנאטיוו, אין דאס איז חינוך עצמאי.

אויב היינט ווייזט דער סטאטיסטיק אז בערך 30% פונעם פאלק אין ארץ ישראל האלטען מצות מער-ווייניגער אבער זיי זענען פארט מאמינים, דאס איז א גרויסען דאנק פאר די וואס האבען זיך מוסר נפש געוועהן זיי נישט לאזען אויף הפקר.

רוב מקואות אין ארץ ישראל האט געבויעט מיט געלט פון די ממשלה און א פרוי וואס נוצט אזא מקוה איז מדאורייתא אין מדרבנן א טהורה!
___________

די האסט געשריבען איבער תכנית הליבה. דאס געזעץ איז דאס זעלבע אויף דער גאנצער וועלט. און אין NY איז תורה ויראה אויך מחיוב , און זיי נעמען געלט (BOOKS )...  נאר די ת"ת מאכעט שטיק. אבער מ'מישט זיך אריין אין גרויסען.

מ'מישט זיך אריין ווייל די אין איך ווייסען זייער גוט פארוואס אזוי פול היימישע זענען אויף WALEFARE ווייל גרויסע ערוואקסענע מענטשען קענען נישט אפילו שרייבען זייער נאמען אויף ענגליש. ביז דערווייל מאכט דער GOVERMENT א שווייג אבער מאן יאמר אז לימים וועלען זיי נישט מאכען דא שטרענגער און אנהייבען צו פארלאנגען פון סאטמאר ת"ת צו האלטען דאס געזעץ.

און WHATS WRONG בכלל..

אין ספר שו"ת דברי יואל איז דא א גאנצע שמועס איבער אזא "תכנית" החינוך וואס די אונגארישע רעגירונג האט פארלאנגט אין סיגוט און דער קדושת יו"ט האט מסכים געוועהן צו האבען למודי חול פאר קינדער דורך PUBLIC SCHOOL אין סיגוט. (יא דיין זיידע און באבע זענען געזעסן צוזאם אין קלאס און געלערנט אונגארישע היסטוריע מיט "עט, קעטו, האראם..." בהסכמת הקדושת יו"ט)

פארוואס באמת האט ר' ליפא זי"ע מסכים געוועהן צודעם קען מען אראפ שרייבען א גאנצע מגילה מיט א לאנגע אשכול און שטריכען פון די "כהנא-טייטלבוים" מחלוקה [בילד – נישט אפגעהיט]אבער דאס איז פאר NEXT TIME

נבוכדנאצר » 7/2/2006 22:35

* דער בריף פון ר' וועלוול איז יא דאטירט קוק אונטן רעכטס, עס איז קורץ נאך די הכרזת הקמת המדינה ווי דו זעהסט אליין ער רעדט יא פון די רעגירונגס אינסטאנצן כאטש מען האט נישט גערעדט דאן פון די שפע וואס האט זיך אנגעהויבן אין בעגינס צייטן אבער ס'האט זיך גערעדט פון געלט

* וואס דו זאגסט וועגן ליבה אז אין ניו יארק איז אויך אזוי, כ'האב געלייגט א האנט אויף דעם קונטרס פון די ישיבה נתיבות עולם מיט יאהרן צוריק, זיי האבן געוואונען אין קאורט קעגן די רעגירונג איבער לערנען די שפראך וכו' כ'וועל פרובירן עס צו שאפן און סקענעםן עטליכע בלעטער

* כ'האב געברענגט די בריוון אלס א ראיה אז בשעת'ן איסור אויף די געלטער האט מען בפירוש געשריבן אז מען האט מורא אז זיי וועלן באלעטעווען אויף די מוסדות'ער אזוי ווי עס האט פאסירט ביי ווייצמאנ'ען אלעס איז געגאנגען לטמיון - מ'האט נישט גערעדט פון כח הפועל בנפעל

* דאס וואס דו טענה'סט אז רוב שומרי תורה היינט אין מדינת ישראל זענען אדאנק חינוך עצמאי איז ריכטיג, אבער מכאן השהלבת יוצאת, די אונגארישע האבן געהאלטן אז מען טאר נישט מאכן קיין פשרות אפילו אויפן חשבון פון אידישע נשמות, די אנדערע האבן געהאלטן אנדערש (כ'ברענג איין בלעטל פון די באקאנטע תשובה פון טארנאפאלער רב - א בעלזער חסיד - וועגן לערנען נקודות אנדערש ווי די מסורה) ומכאן חילוקי הדעות בענין ההתבדלות מרשעים

* וואס דו שרייבסט וועגן א מקוה פון ממשלה געלטער איז בכלל נישט פארשטענדליך, איינער איז דען מפקפק דערין?

* וואס איז דער שייכות פון חינוך עצמאי צו נעמען שטיצע פאר מוסדות התורה וואס האט נישט מיט די ממשלה? חינוך עצמאי געהער פאר די ממשלה אזוי אויך, אבער גור און בעלז וויזניץ מיר פוניוועזש וכו' וועט דאך געהערן צו די ממשלה בלויז דורך די געלטער

* בנוגע סקולס אין אונגארן איז אמת אז מען האט געלערנט געמישט און מען האט געלערנט אלגעמיינע היסטאריע וויסנשאפט וכו' - נו ובכן? אין די שטעטלעך איז נישט געווען קיין חדרים אין סקול האט מען געמוזט גיין, אבער דו לאזסט אויס האלב פון די תשובה דער ויכוח וואס דער שר האט געהאט מיטן קדושת יום טוב עיין שם כ'פרוביר צו סקענען באלד

* די הלכה איז ביי יהרג ואל יעבור טאמער איז עבר ולא נהרג באקומט ער נישט קיין עונש ווייל עס איז געווען באונס כאטש ער האט עובר געווען אויף ואהבת את ד' אלקיך אפילו הוא נוטל את נפשך און מבטל געווען מצות קידוש השם אבער אונס איז אנדערש

קען מען נישט ברענגען קיין ראיה פון איינעם וואס מען האט געצוואונגען זיך צו בוקן צום געטשקע און ער האט נישט עומד געווען בנסיון און נאכדעם איז בטל געווארן די גזירה און ער איז אריין אין א ישיבה און געווארן א געוואלדיגער גאון - וועט מען דען זאגן אז יהרג ואל יעבור איז א נארישער דין, ווייל שטעל זיך פאר אז דער גאון און ראש ישיבה וואלט זיך געלאזט הרג'ענען וואלט דאך נישט געווען אזויפיל תורה און תלמידים אויף דער וועלט?

פאלש! תורה בלייבט תורה, אי עס געלונגט אסאך מאל פאר עוזבי תורה און פאר מענטשן וואס קענען נישט עומד זיין בנסיון צו זיין שענער און בעסער ווי די שומרי תורה - דאס איז נישט קיין ראיה אז דאס בוקן צום צלם איז נישט געווען יהרג ואל יעבור

קען זיין, אן מן הסתם, וועט זיין כח התורה עפע ברענגען א מליץ יושר אויף די עבירה, אבער מאכן דערפון א לכתחילה איז כנגד התורה!

* דער שטיקל פון ר' ליפא זי"ע (?) כאפ איך נישט

נבוכדנאצר » 7/2/2006 22:42

1.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 7/2/2006 22:44

2.
[בילד – נישט אפגעהיט]

סטלש » 8/2/2006 23:53

נבוכרנצר

דער בריסקער רב דיין  בריוו איז בענין געלט  פון מגבית היהודית המאוחדת "united jewish appeal" אין נישט פון רעגירונג געלטער ויחי ההבדל הקטן.

פאר מער פרטים פון דעם פרשה אין סיגעט ליין "שוחרי השם בהרי הקרפטים" פון דוד שן.

נבוכדנאצר » 9/2/2006 00:26

כ'האב דעם ביכל

נבוכדנאצר » 9/2/2006 00:34

כ'האב שוין געשריבן אז איך לאז זיך נישט אריין אין די פרשה פון דער איסור אויף נעמען געלט איך וויל ארויסברענגען אז דער איסור אז געווען באזירט אויס מורא אז די חברה וועלן טיילן דעות אין חינוך.

פינטל.

yohcee718 » 9/2/2006 00:49

סטלש

שכויח איך האב פשוט נישט צופיל צייט און עס איז מיר נישט וויכטיג צו מנצח זיין נבוכד.
אנדערשט ווי אנדערע דא איך רעספעקטיר איהם זייער א סאך ער האט אן אמת'דיגער און איידעלער צוגאנג.

דער ספר שוחרי השם האב איך דורך געליינט פון דעקל צום דעקל. עס איז א מורא'דיגע ספר [בוך] איבער די טייטלבוים פאמיליע און עס איז לאו דוקא נעגאטיוו פאר מיר איז נישט געוועהן אזא גרויסע חידוש ווייל היסטוריע קען איך.

איך האב געהערט אז סאטמאר רב זצ"ל האט איהם געטראפען אין אר"י און האט מיט דעם מחבר פארברענגט א סאך שעה'ן.

__________

נבוכד.

און איך האב טאקע נאך געקוקט די פרשה פון די גוי'אישע פאבליק סקולס אין סיגוט וואס דער קדושת יו"ט האט מתיר געוועהן אין דעם בוך שוחרי השם.

לויט דעם ספר...ווי באלד די אונגארישע גוים האבען מורא געהאט אז אין מארמאריש זענען נישט דא קיין אינגערישע רעדערס זענען זיי ארויף געקומען אויף א פלאן אז די אידען וועלען זיין די "אינגערישע"  אזוי זענען זיי ארויף געקומען מיט א פלאן אז מ'וועט צוויגען די אידען צו שיקען די קינדער צו סקול און זיך לערנען אינגעריש וכו' וכו' אזוי וועלען זיין מער "אינגערישע" אין מאראמארש ווי ראמעינער אדער רוסען,

ביידע צדדים פון די סיגוט'ע מחלוקה סיי די כהנא משפחה סיי די טייטלבוים פאמיליע האבען געוואלט צייגען אז זיי זענען געטרייע אינגערישע און אז דער גוי'אישער רעגירונג זאל אנערקענען זיי אלס די אפיציעלע קהילה. ממילא האט מען אין סיגוט "פארשוויגען" דעם גזירה. 

אבער אין אלע קליינע שטעטלעך און דערפער האבען די חסידים זיך אקעגען געשטעלט מיט מסירת נפש און באהאלטען די מלמדים מיט זייערע חדרים אין מ'האט געשטעלט שומרים צו זעהן אויב די פאליציי קומט .. און ווען זשאנדארן זענען געקומען זענען די קינדער געלאפען אין וואלד. 

עד כאן פונעם בוך לעיניננו 

די תשובה פון דברי יואל איז פון שפעטער ווען א סאך קהילות האבען פאר געשלאגען פאר די רעגירונג אז די אידען אליין וועלען מאכען זייערע אייגענע "פאבליק סקול" און ווי עס שטייט אין דברי יואל דער קדושת יו"ט האט מהסס געוועהן אז אפשר איז בעסער אז גוים זאלען לערנען גוי'איש מיט קינדער ועיין לעיל.


נ.ב 
אין דעברעצין האבען די אידען געהאט אן אייגענע סקול פאר למודי חול דארט האט געלערנט דער גאלאנטער רב אלס קינד. ער האט געהאט א איד פאר א טיטשער וואס געהייסען מר. שישא ער האט געבעטן דעם פאטער פון ר' יהושיע בוקסבוים אז ער זעט אז ער האט א גוטען קאפ און ער זאל איהם שיקען לערנען תורה. און זיין פאטער האט מסכים געוועהן. 

לימים איז אויסגעוואקסן דער גרויסער גאון וקדוש דער גאלאנטער רב זצ"ל השם ינקום דמו!

נ.ב. דער היינטיגער גאלאנטער רב שעמט זיך מיט דעם געוואלדיגער סיפור און האט משמיט געוועהן די מעשה פון דעם הוצאה חדשה פון ספר אור פני יהושיע. 

נבוכד. 
דער גאלאנטער רב זי"ע איז  א ראיה מפורשת פאר די תשובה פון סאטמאר רב.




סטלש » 9/2/2006 01:03

דער רבי זי"ע האט געטראפען דעם מחבר פון שוחרי השם אין וויליאמסבורג.


דא האט איר א חלק פון זייער אינטערוויא וואס איז געווען שפעטער אין צייטונג "מקור ראשון"

בשנת 1981 פגשתי באדם שלפי הערכתי הכיר את הרבי מסאטמר יותר מכל אדם אחר שאיננו נמנה עם חסידיו. זהו דוד שן, לשעבר עורך העיתון ההונגרי 'אויקלט'. שן ערך מחקר על שושלת טייטלבוים והרבנים שהשפיעו על דרכה ופרסם אותו בספר 'שלוחת החסידות מעבר לקרפטים', שהופיע בשפה ההונגרית בישראל בשנת 1964. הספר תורגם לעברית אך לא ראה אור, והמחבר הואיל להשאיל לי את כתב היד. ראיינתי את שן על היכרותו ופגישתו עם רבי  "יואליש" (כך כינה אותו) לצורך עבודה אקדמית שעשיתי אז, ולהלן תמצית הראיון שלא פורסם מעולם.
"נפגשתי עם הרבי מסאטמר בשנת 1954 בניו-יורק. הראיון עמו היה חלק מסדרת כתבות על ארצות הברית שכתבתי לעיתון 'אויקלט'. כשירדתי מן הרכבת שבה נסעתי לויליאמסבורג נדהמתי לראות שבין גורדי השחקים שוכנת עיירה יהודית כפי שזכרתי מנעוריי בסיגט, שם פגשתי את הרבי לפני השואה, לצורך מחקרי.
"הרב התגורר בבית בן שלוש קומות בלב העיירה שבנה בויליאמסבורג. חדרו האפלולי נמצא בקומה האמצעית. הוא ישב ליד שולחן, עיין בספר ומאחוריו מראה גדולה. הרבי היה אז קרוב לשנתו השבעים, אך פרט למעט שיבה שזרקה בשערו לא היה במראהו כדי להסגיר את גילו. מיד כשנכנסתי הביט בי בעיניים בהירות וחיוניות ומאותו רגע לא הסיר מבטו ממני.

"היו מאות היטלרים"
"פתחתי ואמרתי: 13 שנה רבי שלא התראינו. הוא ענה לי, ביידיש כמובן. רבי  יואליש יודע עברית ורוב כתביו נכתבו בלשון הקודש. אך הוא מתנגד עקרונית להחייאת הדיבור העברי ולמעבר מן ההיגוי האשכנזי להיגוי הספרדי. הוא דיבר אלי בטון של קורא פסק דין בבית המשפט.
"דרכו של עם ישראל, אמר, היא לחיות בין הגויים בהכנעה. הציונים מכריזים על עמדה גאוותנית מתרברבת וזה הביא את זעם העמים עלינו. זו הסיבה לשנאת ישראל.
"אני: איך אתה יכול להגיד דברים כאלה. האם עצם קיומנו לא היה סיבה מספקת לשנאת ישראל? היטלר לא דיבר על הציונות. הוא דיבר על כל העם היהודי כשבא להשמיד אותנו.
" רבי יואליש: היטלר? (צוחק בסרקזם) במשך דברי ימי ישראל היו מאות היטלרים. לא השמידו את העם, כל זמן שעמדו בראש העם אנשים שהיו חרדים לדבר ה'.
"אני: איך זה רבה? לפני הציונות לא היו פוגרומים? לא רצחו יהודים? ואותך מי הציל? ניצלת מתאי הגזים תודות לחילונים.
"רבי יואליש: חבל לדבר על זה, כל אחד יודע מה באמת קרה. לו הציונים לא היו מונעים את הפעולות להצלת יהודי ההלכה (ביידיש הוא אמר 'הלוכה יידן') היה אפשר להציל את רוב יהודי אירופה".

"לא מקלט בטוח"
"אני: אבל זה בדיוק מה שעושה הציונות, שהקימה מדינה. שלא נצטרך לעמוד רועדים מפחד והכנעה ונוכל להגן על עצמנו בנשק ביד.
"רבי יואליש: (קוטע דברי): זאת לא מדינה יהודית זו מדינה ציונית.
"אני: אבל המדינה הציונית קלטה מיליוני יהודים שניצלו מן השואה ונתנה להם מקלט בטוח.
"רבי יואליש: (בבת צחוק): זה מקום בטוח? הם יצאו מן הפח ונפלו אל הפחת. בשום מקום בעולם אין היהודים נתונים בסכנה כמו במדינה הציונית. המדינה הציונית היום קיימת ומחר אינה קיימת ("מארגן הויס", ביידיש).
"אני: האם היית עוזר לאויבי ישראל למחוק את המדינה?
"רבי יואליש (שוקל כל מילה): כל מה שאני עושה, אני עושה רק שארץ ישראל תחיה בתוך התורה.

כמה יהודים בעולם
"אני: וגורל היהודים לא מעניין אותך?
"רבי יואליש: בכל העולם יש עשרת אלפים יהודים והם כאן (הוא התכוון לחסידיו).
"אני: והיתר אינם יהודים?
"רבי יואליש: הם יהיו יהודים אם יחזרו בתשובה.
"אני: ביקרת אשתקד במדינה. ראית מה בנינו ומה עשינו?
"רבי יואליש: עם השנור של הציונים זה לא חוכמה.

"כך המשכנו לדבר סחור סחור כשעתיים וחצי. השיחה נסתיימה כשהוא הושיט לי יד לשלום. הוא לא לחץ את ידי, אלא רק הושיט את קצות אצבעותיו ואני חשתי שבדרך זו הוא מביע זלזול במי שאינו נמנה עם עשרת אלפי היהודים שלו".

findodort » 9/2/2006 01:47

רבי יואליש (שוקל כל מילה): כל מה שאני עושה, אני עושה רק שארץ ישראל תחיה בתוך התורה.
מה פירוש ?

yohcee718 » 9/2/2006 01:58

WOW

אלס אן אגודיסטישער אנטי ציוני, זאג איך אז א יעדען טאג ווערט מער און מער קלארער פאר די גאנצע וועלט אז דער מדינה איז א כשלון פונעם ערשטער קלאס.

לפי הערצעל דארף דאך דער עצם קיום המדינה מבטל זיין אנטי סעמיטיזם פון אונטער דעם זון

און ווער עס זעט וואס די מוסלימענער פארפירען איבער א גוי'אישער CARTOON
און ווער איז שולדיג?

לפי IRAN איז עס מדינת ישראל

בקיצור רוב גוים אין איירופע האלטען שטילערהייט אז אויב נאר נישט פאר מדינת ישראל וואלטען מיר נישט געהאט קיין פראבלעמען.

ציונית לויט איר אייגענע קני המדה האט פושט רגל געוועהן

____

אונזערע חלוקי דיעות מיט סאטמאר זענען נאר טעכניש. יא בחירות נישט בחירות יא געלט נישט געלט אבער בעצם האט סאטמאר רב קולע אל השערה געוועהן

ציונות לא יושעינו ואין לנו להישען אלא ....

שלוםשטוב » 9/2/2006 03:50

הייסט עס יוחי די האלסט אויך אז ווען נישט די מדינה וואלט מען נישט גע'הרג'ט אידען אין ערגעץ? די קרייץ ציגלער האבען אויך נישט ליב געהאט א אידישער מדינה? און וואס איז מיט די אינקויזיציא? ווען אין אמעריקא וועט נישט זיין קיין מקום בטוח פאר א איד ווי וועט מען גיין אז נישט קיין א"י?

שלמההמלך » 9/2/2006 04:03

שלום שטוב, אזוי רעדט נאר א כופר.

ציונות לא יושעינו ואין לנו להישען אלא ....
מיינט ביי דיר גארנישט.

נבוכדנאצר » 9/2/2006 16:31

איי יאסל, יאסל! דו רעדסט דאך שוין ווי א פארכאפטער ל"ע!

איך נעם אראפ פון מיין צייט פשוט צו ארויסגעבן מיינע הרגשים. דאס האלט איך אין איין טענה'ן, נישט איך, נאר אזוי האבן גע'טענה'ט די אלע עהרליכע אידן וואס האבן זיך ג ע נ צ ל י ך אפגעשאקלט פון מדינת ישראל און די רעגירונג, אז ס'קען טאקע זיין אז יעצט איז נישטא קיין פראבלעם מיט די אלע זאכן, אבל תוצאותיה מי ישורנה, דער איש אלקים קדוש דער הייליגער בעלזער רב זי"ע, האט געשריבן מען זאל שטיצן די פרומע חברי הכנסת זיי זאלן אויפטון פאר אידישקייט אין די נייע מדינה, נאר א שוטה האט געקענט טראכטן אז דא איז עפעס נישט אין ארדענונג, אזא איינער איז אבער געווען סאטמארער רב זי"ע, ער האט נישט מחדש געווען שיטת ההתבדלות, ער האט נישט מחדש געווען די קעגנערשאפט צו ציונות, נאר ליידער זענען רוב רובם פון די מנהיגים אוועק אין קריג הי"ד, געציילטע קאפיטאנען זענען פארבליבן, ס'רוב זענען געווען טאקע עהרליכע רבנים, אבער ווייט ווייט פון מנהיגים, דער מהרי"ד מבעלזא איז צוגעגאנגען צו כל נדרי יום הקדוש פארנאכטס בזה הלשון: ציונים (כ'ווייס נישט אויב נאך עפעס, כ'האב מורא אז ער האט געזאגט אגודיסטן אויך... כ'בין נישט זיכער) ימח שמם, על דעת המקום ועל דעת הקהל וכו'

בעלזער רב ר' אהר'לע זכותו יגן עלינו האט נישט עולה על הדעת געווען צו כשר'ן א טריפה'נע מדינה, מיט העברה על הדת, מיט שמד חילול שבת תועבה זימה וכו', ער אבער נישט גערעדט דערקעגן ווייל ער האט נישט געוואלט מקטרג זיין אויף אידישע קינדער, פון דער אנדערער זייט אבער האט ער אודאי געוואלט ראטעווען דעם דת אין מדינת ישראל האט ער געהייסן שטימען פאר פרומע חברי הכנסת, זיכער געווען כוונתו לשמים בלי שום צל ספק

וואס איז געשען מיט בעלז? מען גייט דאך שוין צו די בחירות, גייט מען דאך שוין שטימען אויך פאר ראש הממשלה און אנדערע רעגירונגס פאזיציעס, וועלכער גדול האט דאס מתיר געווען? די בחירות פאר חברי הכנסת זענען דאך א בדיעבד, די מדינה שטייט שוין מוז מען גיין שטימען, אבער פאר ראש המשלה, מאן דכר שמיה? און עולם גולם מאכט א גזירה שוה פון בחירות צו בחירות, און די פלאקאטן שרייען "חוב קדוש" "ככל אשר יורוך" און ווער עס זאגט אנדערש איז א שרעק, הגם וואס די אלע זאכן זענען שקר, ווייל מען האט געהייסן שטימען בלויז פאר חברי הכנסת, און ווי פריער דערמאנט "ויחי ההבדל הקטן"

די אלע "אגודיסטישע" מנהיגים האבן געלעבט בשלום מיט די מתנגדים, יעדער האט געפיהרט זיין מערכה לשם שמים, זיי האבן געטראכט אז סאטמארער רב אין ניו יארק פארשטייט נישט די געברויכן פון אידן אין ארץ ישראל - כ'רעד נישט פון די צואווילדעוועטע חברה וועלכע האבן אלס עקזיסטירט, אבער די עומדים בראש, למשל דער בית ישראל אן אנדערע, זענען געווען גאר נאהנט מיט סאטמארער רב, יעדער פון זיי האט געוואוסט אפצושאצן די אמת'דיגע גדלות פון צווייטן, נאר ס'איז געווען חילוקי דעות וויאזוי צו פיהרן די קריג מיט די רשעים

דער בריף פון ר' יהודה גרינוואלד זצ"ל צו רי"ח זאנענפעלד ווי ער אטאקירט איהם הלמאי ער איז אריין אין די אגודה איז באקאנט (זברון יהודה סימן ר'), און ר' יוסף חיים ענטערט איהם טרעפליך (כ'וועל פרובירן צו סקענען)

אבער די אלע הייליגע אידן זענען שוין ליידער נישטא, ויקם דור חדש, די פאליטיק האט באשאפן נייע מושגים, ביי די אגודה לאגער איז סאטמאר רב געווארן אפגעסטעמפלט אלס "שונא ישראל" און "קריגער", מען האט געמאכט למפרע א מחלוקת צווישן גדולי הדור, א מחלוקה בדבר הלכה מיינט נישט א פערזענליכע "פייט", כ'בין מודה אז סאטמארער רב איז געווען א גברא קפדנא, ער האט געקענט שרייען און זידלען, אבער ווער עס האט געקענט זיין שפראך האט געוואוסט אז דאס איז בלויז שפראך, ער איז באמת געווען א אוהב ישראל במלוא מובן המלה, ווער עס האט איהם געקענט אפילו בלויז איין טאג וועט דאס מודה זיין, ער האט קיינמאל נישט אין קיין איין איינציגע דרשה גערעדט חלילה שלעכטס אויף אידן, אבער וועס עס קומט צו מחבלים בכרם ד', מוז מען דאך אויסשרייען דעם אמת, וואס האט ער דען געהאט פון דעם, כבוד? געלט? מען האט איהם געסטראשעט מיטן לעבן, סאטמאר אין די ערשטע יאהרן איז געווען אויסגעשפילט אין לשער, ער האט דאך געמוזט אנטלויפן פון ארץ ישראל בשנת תש"ו צוליב די רדיפות פונעם המון עם, כאטש וואס די רבנים האבן איהם יא געשעצט, אבער שטענדיג איז יד הבריונים גוברת, ס'איז זעלטן געווען אזא אוהב ישראל, אין די באקאנטע נשא תורה זאגט ער איינמאל ימח שמם וזכרם, און נישט אויף די ציונים, נאר אויף די דייטשן!

בשנת תשכ"ז אינמיטן די ששת ימי אפילה האט ער זיך גע'ישוב'ט צענדליגער מאל צי ער זאל יא דער נישט רעדן קעגן דער מורא'דיגער בלבול המוחות, כ'האב געהערט דעם טעיפ ווי ער ישוב'ט זיך, ער האט מורא אז מען איהם שלעכט פארשטיין, מען וועט פארשטיין אז ער וויל אז די אראבער זאל זיגן, וכו', זיין אויסגערעכנטקייט איז געווען אין לשער

בקיצור (?) נמרץ, ביי יעדן איד א מאמין, איז געווען פשוט אז די מדינה וועט אונז נישט העלפן, ס'איז פונקט אזוי גלות ווי פריער, משיח וועט נאך האבן וואס צו טון, נאר די שיכרות האט פון צייט צו צייט פארטעמפט די חושים, בעיקר בעיקר ביי די ששת ימי אפילה, און די געציילטע אידן וועלכע זענען נישט געווארן מיטגעריסן מיט שטראם, האבן געוויינט און געקלאגט אויף דעם בלבול המוחות, די מדינה איז די גרעסטע סיבה פאר אנטיסעמיטיזם בזמנינו, בין לאדין האט געשיקט טרענירטע טעראריסטן אריינצוקראכן אין די ניו יארקער וואלקן-קראצער בלויז צוליב אמעריקע'ס שטיצע פאר מדינת ישראל, די מיליאנען אראבער האבן פיינט יעדן איד בלויז צוליב די מדינה (כ'וועל באלד ברענגען א דאקומענט פון מלך בבל... צו ר' יוסף חיים זאנענפעלד א עד נאמן), וואס האט מען דא אויפגעטון? אבער די שיכרות האט אנגעהאלטן לאנגע יאהרן, אידן, פרומע אידן, האבן ביסלעכווייז זיך איינגעגלידערט אין די מדינה, איבערהויפט נאך די ששת ימי אפילה האט אנגעהויבן שפראצן די חילוקי דעות צווישן איין לאגער און די צווייטע, די מדינה איז געווארן "אונזערס", די סאלדאטן באשיצן אונז, בלויז די וועלכע עס זענען געבליבן אפגעטיילט פון די מדינה האבן נישט געכאפט קיין התפעלות פון די אלע זאכן

קומט דאך אויס, אז ווען איינער זאל היינט זאגן אז די מדינה האט גארנישט אויפגעטון, מוז ער דאך זיין א סאטמערער לא עלינו, ווייל די אגודה האלט דאך נישט אזוי!

אבער כסילים מתי תשכילו! אז אזוי האבן געהאלטן אלע עהרליכע אידן פון די מועצת גדולי התורה בשנת תש"ט, אויך ר' משה שערער ז"ל ר' יעקב ראזענהיים ז"ל ר' משה בלוי ז"ל וכו' וכו', סאטמארער רב האט זיי זייער שטארק געשעצט, טראצדעם וואס ער האט זיי קריטקירט, וכמים הפנים לפנים, די אגודה פיהרער האבן געשעצט סאטמארער רב, והספדו של הרב שך יוכיח, נאר מיט דער צייט איז געווארן א בלבול המוחות נעבעך, און עס איז געווארן אנגענומען אז די אגודה מיט די מדינה זענען ווי ברידער פון איין מאמען, זיי האבן נאר חילוקי דעות

דאס איז שוא ושקר! דעריבער האט סאטמארער רב זי"ע אזוי געבלוטיגט קעגן די מדינה אין די צייט וואס די גאנצע וועלט איז געווען שיכור, 1954 - תשי"ד האט מען דאך געמיינט אז בעסערס קען נישט זיין, נאך נישטא קיין צעהן יאהר פון היטלער, און אזוי הויך האבן מיר זיך דערדראפעט? מען האט געדארפט זיין א חכם מחוכם און אויסגערופענער מנהיג הדור, א חכם הרואה את הנולד, און דער עיקר, א געוואלד סייעתא דשמיא וואס האט דעם הייליגן רבי'ן זי"ע באגלייט, צו וויסן וואס עס ליגט באמת באהאלטן אונטער די מחולות און טענץ, און וואס עס וועט נאך ברענגען ל"ע

וויפיל אידן זענען שוין ליידער גע'הרג'עט געווארן על קדושת המדינה?

אנשטאט דעם וואס דאס הייליג לאנד זאל זיין ווי זי איז געווען בימים קדמונים, א מקור הקדושה והטהרה ווער עס האט געוואלט גיין קיין ארץ ישראל האט געהאלטן ביי א מדריגה אין אידישקייט, היינט ליידער איז נהפכה הקערה על פיה, אודאי איז דא א געוואלד תורה און קדושה אין ארץ ישראל, עס איז אבער נישט וואס עס איז געווען, אזא טומאה ווי עס איז דא אין תל אביב איז כמעט נישטא אין די גאנצע וועלט, ישראל כשיורדים וכו', און די גזירות על הדת, ועל זה דוה לבינו, ועל אלה חשכו עינינו, קעגן דעם האבן געקעמפפט ווי לייבן אלע גדולי ישראל, אגודיסטן, סאטמעריסטן, און אפילו געציילטע פון די מזרחי'סטן לדעתם (חוץ ר' קוק וואס האט במכוון אריינגעשטאכן א מעסער אין יהדות החרדית, כמבואר באורך בספר מרא דארעא ישראל, און געהאלפן אז דער שלטון אין הייליגן לאנד זאל ליגן ביי די פרייע, ער האט געשטיצט דעם ועד הלאומי וואס הגרי"ח זאנענפעלד זי"ע ובית דינו האבן געזאגט אז יעדער איז מוז ארויס דערפון ואכמ"ל), אבער מיט די יאהרן איז ארויס דער הבדל, ווייל עולם גולם ווערט דאך מיטגעשלעפט מיט די מציאות, מוז זיין א שטאלענער וואנט וואס זאל האלטן אידן ביי אידישקייט, דיעבד זאל בלייבן דיעבד און לכתחילה זאל בלייבן לכתחילה, און די וועלכע עס האבן נישט דעם דעת, וואס דאס איז רוב המון עם לפי הטבע, ווערן צוטומלט און צומישט

דעריבער האבן די אידן אויסגערופן א מלחמה אין אלעס וואס איז אנבעלאנגט די ציונים, בחירות, געלט נעמען וכו', און ווען זיי האבן איינגענומען דעם כותל - איז אויך דאס אריין אין דעם איסור, פשוט אלס התבדלות, פארשטייט זיך אז נישט יעדער קען מיטטאנצן מיט די אלע זאכן, און דעריבער איז סאטמאר געווארן דער ציהלברעט פון די לצים, אבער דאס איז געווען דער תורת ההתבדלות

כ'מיין אז כ'האב שוין גענוג גערעדט

נבוכדנאצר » 9/2/2006 16:54

פון מרא דארעא ישראל ח"ב עמוד רל"ד

עטליכע אויסצוגן פון דעם בריף:

על מחלוקת שהיא לש"ש שידענו ששני הצדדים כל מחלוקתם בשביל האמת אין בזה שום חסרון ולמנצח זמרו למלך שמנצחים אותו ושמח

מורא'דיגע דיבורים

הלואי זאל עס אזוי זיין אויך בזמנינו
[בילד – נישט אפגעהיט]

זיידיאנטשי » 9/2/2006 17:50

איין פרט וואס האסט פארגעסן אינעם גאנצן תורת התבדלות, איז דער חטא ועון נורא פון "דף היומי" ר"ל (ועיין עוד סוכה נב: וברכות ה.) וד"ל

זיידיאנטשי » 9/2/2006 18:08

קוק די צווייטע תגובה אין דעם אשכול: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1779853 וועסטו פארשטיין

טאגליכט » 9/2/2006 21:26

נבודכנצר, מורא'דיג. [בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 10/2/2006 00:44

היות ווי *זיידיאנטשי* איז נישט דער ערשטער וואס רעדט זיך נעבעך אפ וועגן מיין תגובה אויף די פארשידענע אויסגאבעס פון די גמרות, ווי גלייך איך מאך חלילה ליצנות פון די גמרא

סך הכל האב איך ציטירט א ווערטל אויפן חשבון פון די אלע אויסגאבעס, וואס האט עס מיט די גמרא, און מיט דף היומי? כ'האב דען חוזק געמאכט פון א גדול, פון א נאמען פון א מסכת, אד"ג? כ'האב געשריבן א ווערטל צונויפגעמישט פון די אלע אויסגאבעס, סך הכל א "ביזנעס זשאוק"
 
ווען עס קומט צו אנדערע זאכן ווערט איהר אלע אויך אזוי ערנסט, אדער נאר יעצט?

נאך א נקודה. ביזט גערעכט אז דף היומי איז א חלק פונעם התבדלות, טאמער מיינסטו אז כ'האב עס נישט אינזינען געהאט בשעת שרייבן, האסטו א טעות, אבער וויבאלד ס'איז קיינמאל נישט ארויס מפי אותו צדיק א איסור אדער אפילו כמו איסור איבער דעם, האב איך עס דירעקט נישט געשריבן

פאר די אלע נייע חברה דא לייג איך א לינק פון א אלטע שמועס איבער דף היומי

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?whichpage=2&topic_id=1304099

נבוכדנאצר » 10/2/2006 00:48

כ'וועל זאגן די גאנצע דרשה פון דארט אין איין ווארט:

ווער עס איז אין די אגודה, וועט כאפן מלקות ארבעים ליום הדין פארן נישט לערנען דעם היומי, ער קען דאך ענדיגן ש"ס צעהן מאל אין זיבעציג יאהר,

אבער דער וועלכער עס באלאנגט נישט צו די אגודה ווייל לדעת רבו איז עס סותר די עיקרי האמונה, טאר נישט לערנען דעם דף היומי, ווייל דורכדעם ווערט ער בעל כרחו אריינגעשלעפט אין די אגודה, איבערהויפט ווען זיי מאכן די גרויסע סיומים וכו'

מען האט שוין געשריבן מיליאן מאל איבער דעם ענין פון דף היומי, סתם צו ענטפערן נארישע תגובות, פֶּע, סאטמאר, כותל, דף היומי, איז גוט פאר קינדער אין חדר

זיידיאנטשי » 10/2/2006 02:52

בבל טייערער, כנראה אז די ביסט פון די *יונגווארג* וואס האלטן זיך קלוגער אפילו פון זייערע רבי'ס און פרעדיגן פאלשע קנאות, ווען סקומט צו אנדערע ענינים פארנעמסטו נישט קיין גלייך ווערטל און שרייסט יאמערליך חי וקיים, געוואלד! ממאכט ליצנות פון אידישקייט, אבער דאס וואס דו האסט געשריבן אויפ'ן חשבון פון לימוד התורה איז אפילו פאר קיין וויץ נישט גלייך סאיז זעהר שווער אנצונעמען דיין געשרייבעכץ אלץ אויטאריטעט אויפן ענין פון בלבול המוחות ווען דו זעלבסט צייגסט א אומקלארקייט בין הטוב ובין הרע, עהרליכע אידן האבן פארשטאנען וואס אזאנס איז דאס קנאות, אמת'ע קנאים האבן געמאסטן יעדעס ווארט שלא יכשלו בלשונם, דערפאר איז דיין ליצנות פון תוה"ק אויף א ביליגען אופן אין בעסטן פאל א צייכענונג פון שוואכע הבנה, און באמת א פשיעה וואס מען קען שווער פארגעבן אפשר וואלט געווען כדאי זאלסט אנערקענען אז הומאר איז נישט פון דיינע טאלאנטן און צוריק ציהען פון דיין נערישע תגובה וואס טוט אגב שלעכט רעפלעקטירן אויף דיין געווענליכען שרייבעריי בטוב טעם

נבוכדנאצר » 10/2/2006 03:20

זיידי

כ'זעה אז ביז אהער האט דיך גארנישט געבאדערט, ביזווילאנג מען האט מען חוזק געמאכט ל"ע פון:

1. דף היומי (לשיטתך)

2. ליפא שמעלצער
בלאט: 1 2