צוריק צום ענין...
[בילד – נישט אפגעהיט]
נבוכרנצר
ליין איבער דעם לעצטער קול קורא וואס די האסט געברענגט און דו וועסט קענען אביסל פארשטיין פארוואס די גדולים פון די אגודה האבען געהאלטען אז מען מוז נעמען דאס געלט פון די רעגירונג וואס מיר צאלען פאר שטייער, ולו כדי עס זאל נישט גיין פאר בתי ספר חופשיים.
נאך א ווארט איידער איך גיי צום זיידי
איך זעה אז דו קענסט שווער אראפשלינגען מיין ווערטל אויף די פארשידענע אויסגאבעס פון די גמרות וועלכע קומען ארויס לויטן סדר פונעם דף היומי, איך ווייס נישט אויב דו קענסט מיר, איך בין נישט קיין עומד על דעתי, וועסטו מיר אויפקלערן פארוואס איך זאל חוזר זיין פון דעם ווערטל - וועל איך בל"נ אזוי טון, באותו מקום ובאותו זמן, טאקע דא אויף היידפארק.
1. פארוואס מאכן א ווערטל אויפן חשבון פון סאטמאר הייסט נישט מאכן א ווערטל אויפן חשבון פון אידן?
2. פארוואס מאכן א ווערטל אויפן חשבון פון פארשידענע פירמעס וועלכע פרובירן צו מאכן געלט דורך פארשידנארטיגע גמרות הייסט געמאכט "ליצנות פון די תוה"ק אויף א ביליגען אופן"?
3. דיר באדערט אלע אידישקייט זאכן אדער נאר ווען עס קומט צו דף היומי, וואס איז א מצוה עשה מדאורייתא? פארוואס הייסט נישט "א כפרה, א כפרה" ליצנות געמאכט פון כפרות, און "רבותי מיר וועלן בענטשן" ליצנות געמאכט פון בענטשן, און "נישט אום שבת גערעדט" ליצנות געמאכט פון ודבר דבר און שבת קודש אויף א ביליגן אופן אשר לא היתה מאז היידישיסטן?
4. דו ווייסט דאך אז איך האלט נישט אז דף היומי איז טריפה, איך האלט נאר אז א סאטמערער האט נישט וואס צו לערנען דף היומי, איז וואס מאכסטו א רעש סתם אין דער וועלט אריין?
ווען דו וועסט ענטפערן ווי א מענטש קען מען ווייטער שמועסן
טובעין
כ'האב נאך דאקומענטן טאקע פון "גדולי האגודה" אבער כ'וועל זיי פאוסטן הערשט מארגן בל"נ איך מוז אהיימגיין
נבוכרנצר
דער דאקומענט איז אויך פון ראשי האגודה
פארגעס נישט אז מהריי"ץ דושינסקי איז געווען מראשי האגודה, אין לפי עדות הרב שך זצ"ל האט בריסקער רב אויך געהייסען גיין פאר די אגודה.