היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עלילת דם - פרשת דרייליך?

עלילת דם - פרשת דרייליך?

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1765633

אלעסאמת » 16/1/2006 06:27

עס איז ארויס געקימן דער שטערן פריש איבערגעדריקט ספעציעל צום בעפארשייענדיגן
פדיון שבויים אקציע און ק"י

איז יעצט לאמער דא דעבאטירן ווער עס איז גערעכט דא האט איר אן אלטען אשכול פון חדשות אנש וועגן דעם
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1667607

ווילי_חסיד » 16/1/2006 16:48

איך וואלט געזאגט אז דער שטערן איז גערעכט

summer00 » 16/1/2006 18:40

it makes sentce that der shtern is right

וואסענייעס » 16/1/2006 23:30

יא גערעכט נישט גערעכט איך האלט אז עס קומען מענטשן און זאגן אז ס'זוצט א איד און תפיסה על לא דבר און זיי זאגן אז זיי קענען דאס אויפווייזן דארף מען זיי געבן א טשענס מיט די אלע טענות פון די אביסל עלטערע וואס זאגן אז זיי געדענקען די מעשה ווי היינט און דעמאלטס האט יעדער מודה געווען אז ער איז דער מערדער

העלפ_פליז » 17/1/2006 01:48

פאר די אלע וואס ווילן וויסן צו ס'איז אמת
צו נישט גייט צום טיי אווענט ה' שמות אין קרית יואל
שאפינג צענטער

Ahroiny » 17/1/2006 01:56

וואס דארף איך צוקומען צו די עלטערע? די יונגערע געדענקען אויך וויאזוי יעדער האט מודה געווען אז סאדאם כוסעין האט מאסן פארניכטונג וואפן. יעדער איינער האט אזוי געהאלטן.

זאגטס פאר די עלטערע אז אויב האלטן זיי אז זיצן אין גרינהעיווען תפיסה איז א וויץ זאלן זיי נישט לאזן דעם כבוד פאר א צווייטן נאר זיי זאלן עס אליינס טאן.

קומט אלע צו די וויכטיגע מסיבה, דעם דאנערשטאג אין שאפינג צענטער.

בא_ללמד » 17/1/2006 01:57

וואסענייעס. הונדערט פראצענט גערעכט.

אפילו אויב עס איז א צל צילו של ספק אז מ'קען אויסלייזן א איד פון תפיסה איז א מצוה יעדער פרואוו.

אפילו אויב ער האט קלאר באמת געהארגעט איז אויך נישטא היינט קיין בי"ד וואס קען דן זיין דיני נפשות. עאכו"כ אז יעדער איד איז בחזקת כשרות, און א אורטייל פון א גוי'אישן געריכט איז ווייט נישט גענוג אים ארויסצונעמען פון די חזקה.

דער געדאנקען גאנג אז "ער איז זיכער שולדיג" שטאמט פון די קערנדלעך פון דעם ליטווישן/מאדערנעם צוגאנג פון "דינא דמלכותא דינא", וואס האט שוין גענוג חורבנות געמאכט אין כלל ישראל.

פארגעסט נישט, מצות פדיון שבויים איז די גרעסטע מצוה אין דער תורה !!!

kerry08 » 17/1/2006 02:18

איך מיין אז די גאנצע אקציע איז געציהלט צו קענען שיסען הייסע וואסער אויף טענדלער - וואס סאטמאר איז אים שולדיג פאר זיין מיאוס'ע הקדמה צו אגרות משה חלק ח'.

דרך אגב וואס איז דער ראי' אז ער איז ווער עס האט געפייט אקעגן מצציצה בפהת נאר די דרשה איןYU וואס איז דא דא א לינק ערגעץ אין די פארום?, אויב יא בין איך נאך מסופק צו ער איז דער וואס פייט בכלל.

שפיטצער06 » 17/1/2006 23:17

מיינע זיידעס זאגן אז ער האט זיי יא גהארגט

וואסענייעס » 17/1/2006 23:29

שפיצער איך האב אויך שוין געהערט פון עטליכע עלטערע אז זיי ווייסן אז ער האט יא געהארגעט אבער אלעס איז נאר השערות און פראפאגאנדע פון צייטונגען און יענע צייט אדער אייגן געמאכטע קל וחומר'ס גזירה שוה'ס און מה מצינו'ס פרעג זיי איבער פון זיי זענען אזוי זיכער און די וועסט הערן איינע אדער מערערע פון די אויבנדערמאנטע תירוצים

אלעסאמת » 18/1/2006 01:42

שפיטצער
איך געדענק נאך ווען יעדער האט געזאגט אז סאדאם האט נוקלערע וואפן

ווארהייט » 18/1/2006 16:26

גייט אין אנדערע שטעט אויך זיין אקציע'ס?

אלעסאמת » 19/1/2006 01:25

מארגען דאנערשטאג שמות און ק"י

און שאפינג סענטער

יעדער איז געלאדענט

וואסענייעס » 19/1/2006 05:08

ביי אונז און קרית יואל האט מען אפיציעל געטוישט די פרשה נאמען פון די וואך ס'הייסט פרשת דרייליך איינער האט נאר צוגעגעבן אז ס'מאכט זיך א שטיקל פראבלעם מיטן נאמען שובבי"ם ווייל לויט דעם דארף עס הייסן דובבי"ם
ליצנות און א זייט נישט פארגעסן מארגן און שאפינג סענטער

זשוליאני08 » 19/1/2006 19:21

איך האלט אז דרייליך איז מסתם אומשולדיג.

אבער.
וואס קען מען אים העלפן מיט געלט.
אויב די סטעיט וויל נישט דורכפירן קיין DNA, וויאזוי קען מען זיי צווינגען?

געטס מיר א שטיקל הסבר.

נאר_פריילך » 19/1/2006 22:21

מען וועט נעמען א גיטע לויער ער וועט פייטן אז מ'זאל יא נעמען א DNA TEST

אלעסאמת » 20/1/2006 03:16

נישט פארגעסן היינט און שאפינג סענטער

בא_ללמד » 20/1/2006 04:44

אפשר קען איינער ברענגען נייעס איבער די אקציע ?