א מעכטיגע ריס ביי די יאקבאוויטש'ס.
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1747091
את אשר יגרנו בא.
אינרהאלב די יאקאקאבאוויטש פאמילע בני ר' יעקב נחמי', האט אויסגעבראכן א מעכטיגע מלחמה.
די קינדער טענה'ן אז די צוויי רויבער לייביש און אברהם בער האבן ארויסגעריקט 5 מיליאן דאלאר פון די ירושה וואס האט געדארפט גיין פאר אלע קינדער, און האבן עס געגעבן פאר א בית המדרש אנשטאט. פעלשנדיג די צוואה פונעם טאטן.
ווי מ'הערט יעצט האט לאבין געארבעט צו פעלשן די צוואה ווען ר' יעקב איז שוין געווען אין די לעצטע מינוטן זיינע און ער האט באקומען א פערטל מעלנע צו פעלשן די צוואה און אויסשפילן אלע קינדער פון זייער פארדינטע ירושה עפ"י תורה.
יודעי דבר זאגן, אז אזא מחלוקה'לע וועט האלט כלל ישראל געשפאנט פאר א גוטע פאר יאר.
ממש מורא'דיג.
נאך א מזל אז עס איז דא שטאף.
אין איך האב שוין געמיינט אז עס וועט נישט זיין פין וואס צי רעדען!
ארגינעלער.
ווער זאגט דיר אז די צוויי ברידער ר' לייביש און ר' אברהם בער זענען רויבער.
האסט געהערט אלע טענות?
אפשר זענען די ברידער גנבים. אפשר ווייל דער טאטע לעבט נישט שפירן זיי אז זיי קענען טוישן די צוואה לאחר מותו.
עס איז א אומרעכט און א אקט פון א בהמה צו רעדן אומגעוואוסט.
די ווייסט נישט וואס די רעדסט.
נעקסט טיים שווייג אדער פארצייל די מעשה טרוקן, און לאז פאר די ליינער צו באשליסן ווער ס'איז וואס.
עס איז דא קלארע באווייזן אז לאבין איז געווען א שותף צו די מעשה נבלה, און בארויבן די קינדער פון זייער ערליך פארדינט ירושה.
עס איז דא עדות וואס זענען געווען אין שפיטאל ווען די ברידער לייביש און אברהם בער האבן אריינגענומען לאבין אין שטוב צו ר' יעקב'ן, און פראבירט ארויסצוקוועטשן פון אים, אז מ'זאל גארנישט געבן די קינדער.
ריס -- יאקאבאוויטשעס.
וואס ?? ווען??? ווי???
עס איז דא א אלטער כלל "אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט"...
די מעשה מיט די יאקאבאוויטשעס איז אז די טאטע ר' יעקב ע"ה איז געווען א שותף מיט די צוויי לייבוש אין בערל, (ווי יעדער ווייסט האט ר יעקב פון פאר דעם נישט געהאט קיין געלט, און די צוויי קינדער האבן איהם געמאכט פאר א הרבני הנגיד...) יעצט די געלט פאר די מוירטל שול איז צוגעזאגטע געלט פאר די נייע ביהמ"ד אויף ראס סט, ווער עס גלייבט נישט קען פרעגן זיין ווייב ( די אלטע מיס יאקאבאוויטש), איז אזוי ווי די סאטמארע מחלוקות האט זיך צופלאקערט אין עס קוקט נישט אויס אז מען גייט עס אזוי שנעל בויען, האבן זיי די צוויי ברודער מיטן ראט פונעם מאמע מנדב געווען פאר א נייע ביהמ"ד אויפן נאמען פון ר יעקב נחמי', אין די מחלוקה צווישן די ברידער איז ווייל די צוויי לייבוש און בערל טיילן א יעדע וואך געלט פאר אלע ברודער און די ארימע צווישן זיי קענען נישט צוקוקן ווי די צוויי זיצן אויפן קאסע וואס בלאנג פאר זיי ווי פריער געשריבן...
אבי נישט ביי אידן
ווילאנג די יאקאבאוויטשעס, פריינד'ס, גליק'ס, פליישמאן, לעפקאוויטש זענען ביזי מיט זיך, איז עס מנוחה פאר די איבעריגע וועלט
איך הער אנדערש.
איך הער און איך בין איבערצייגט אז די באבע יאקאבאוויטש איז מיט די אלע קינדער קעגן אברהם בער און דוד לייביש.
זי האלט אז מ'האט פארדרייט די צוואה, מיט די הילף פון דעם כיטערן שווינדלער לאבין.
דאס איז דער טרוקענער מציאות.
וואס ביי דין תורה וועט ארויסקומען, ווייס איך נישט.
די רעדע איז נאר פון פינף מיליאן דאלער ?
לויט וויפיל איך ווייס, רעדט מען פון צענדליגער מיליאנען, וואס לויט די [פאלשע ?] צוואה איז דוד לייבוש דער אפוטרופוס אויף אלע געלטער, און ער דארף טיילן דערפון פאר די איבריגע קינדער.
פונקטליך וואס ווען וואו ווייס איך נישט.
ארגינעלער...
דו הערסט אנדערש, איך ווייס אנדערש!!!
נאכאמאל, רעדן פון זאכן וואס די ווייסט נישט איז נישט קיין שיינע זאך...
די זאגסט אז די מאמע איז קעגן דוד לייבוש - עס קען נישט זיין קודם ווייל לייבוש מיט די מאמע וואוינען אין איין הויז, אין די מאמע דרייט זיך דארטן טאג טעגליך (לויט וויפיל איך ווייס פון גיין נאך געלט...) צווייטענס איך וועל עס נאכאמאל איבער זאגן, די גאנצע טראסק מיט ר יעקב נחמי' זיין געלט זיין כבוד אלעס קומט פון די צוויי ברידער, פון פאר דעם ווער עס געדענקט איז ער געווען א פשוטער איד, איז אז די ברודער פארגונען נישט איז א זאך וואס מען טרעפט אפילו ביי רעבישע משפחות .... וד"ל...
איוואן ווען כ'האב געליינט די שורה וואס די שרייבסט
די מאמע דרייט זיך דארטן טאג טעגליך (לויט וויפיל איך ווייס פון גיין נאך געלט...)
איז מיר גלייך בייגעפאלן דיר צי פרעגן
ווי נאנט ביסטע מיט די יאקאבאוויטש משפחה?? א זון? אייניקעל? איידעם??
געדענק!! די קאווער אפ איז ערגער!!
יא.
האסט מיר געכאפט, איך בין בערל אליינס....
איך האב קיין נאנטקייט נישט דארט נאר ארומפאטשקענען מיט א פריוואטע משפחה קוקט מיר נישט אויס צו זיין מענטשהייט, האב איך פרובירט אביסל אפצוענפערן, נו אז עטס ווילטס דא אויסטוהן פאר פריוואטע מענטשן די הויזן גייטס אן ווייטער אבער נישט פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט...
ח"ו צי באשמיצען א מענטש
עס איז מיר נאר געווען אינטערסאנט ווי די שרייבסט {וויפיל איך זע פין גיין נאך געלט..כאילו די באסט דאר צוויי מאל א חודש..}
סארי
איך האלט אז עס איז א עוולה נוראה צו צושמירן א פריוואטע משפחה על לא דבר, אפילו ווען די מעשה וואלט געווען אמת.
ביידע ברידערס זענן מפורסם אלס בעלי צדקה און בעלי טובה, און אפילו זיי זענן זאליס, טשעפען זיי קיינעם נישט.
אזוי האלט איך, אבער אפשר איז מיין מיינונג קיין מיינונג.
פאקטיש זענען זיי נישט קיין פריוואטע מענטשן
זיי זענען באוויסטע פיגורן, אין פאליטיק ווי אויך אין די אנדערע ענינים
און נישט נאר אז זיי זענען זאלי'ס, זיי סימבאלעזירן זאלוניזם, ר' אברהם בער יאקאבאוויטש'ס בילד ווי ער גיט לחיים פאר רבין שליט"א איז סימבאל פון היפאכאנדיע, שפלות, און דו-פנים
ווייל אויב קען ער געבן די הענט פארן רבין מרצונו איז זיין גרויסער פיסק, זיינע שווערע געלטער ווי מען האט געקענט שטויסן דעם רבין געקומען פון... זאלוניזם,
און בנוגע זייערע צדקה געבעריי, דערמאנט מיר די מימרא פון א ענליכע דאכט זיך אז זיין ערשטער נאמען הייבט זיך אן מיט אביגדור און זיין זיין לעצטע מיט... איך געדענקט שוין נישט....
די ברודערס האבן פארשפאט א צואה פון 10 יאר צוריק ווי דער טאטע ר' יעקב נחמי' שרייבט אז נאך זיין פטירה זאל מען צוטיילן 5 מיליאן דאללער פאר זיינע 10 קינדער חוץ לייביש און אבערה בער, יעדער באקומט קודם א האלב מיליאן דאללער.
און די צואה וואס דער לאבין האט געשריבען אפאר טאג פאר זיין פטירה, איז די געלט אוועקגענומען געווארן און געבען בגניבה פאר א שול.
פאקטיש איז דאס פריוואטע פאליטיק,
אין עס האט בכלל נישט וואס צי זיכען דא אין פאבליק!
מנהלים, וויכטיג--וויכטיג:
ביטע אראפ נעמען דעם אשכול:
עס איז קעגען די תקנות הפורום!!!
זיי זענען אפשר פובליק פיגורען, אבער די מעשה איז 100% פריוואטע פאליטיק!
ישר כח
מנהלים, איך זעה אז עטס האטס נישט קיין פראבלעים מיט פריוואטע פאליטיק.
קענט איר מיר געהעריג מסביר זיין פארוואס?
עס איז דאך קעגען די תקנות הפורום!
אדרבה מר. נארמאל
אפשר זאלן מיר נארמאל דעבאטירן, וואס הייסט דאס פריוואט
ווער מאכט אפ ווער איז פריוואט
מוז יענער אליין אויפגעבן זיינע רעכטן, אדער קען מען דאס טאן אויף היידפארק
ווען איינער ווערט אויס פריוואט, זענען זיינע קינדער, אייניקלעך, אור אייניקלך אויף אריינגערעכט, און לאמיר נישט פארגעסן פון זיין ברודער'ס און שוואגערס, און וואס עפעס ארויסלאזן מחותנים און ערשטע קאזינס, און די גאנצע גזע איז דאך אויך אוודאי שולדיג
נו, נארמאל, לאמיר מאכן סטאנדארטן, אדער עכ"פ פרובירן, איך וועל נישט אריינגיין, אז איך און דו ווייסן פארוואס די דאזיגע תגובה האט ביי דיר אנגעצונדן דעם אקס'ן רויטען טיכל, אבער למעשה אלץ א נייער פארום, וואס זענען טאקע די תקנות דערויף
אבער טייערע מנהלים, אויב וויל מען גיין ביז עולם התיקון, דאן הערט תיכף אויף, א שאד די צייט
מנהלים טייערע
איך מיין אז עס פאלאנגט זיך אן אויפקלערונג פארוואס דער אשכול איז יא אדער נישט לויט תקנת הפורם
איך האב נישט קיין מיינונג ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די תקנת
אדרבה טאמער איז עס יא אויסגעהאלטען ברויכט איהר אויך געבען א הסבר משום והייתם נקיים
איך גיי נישט אריין אין סוגיא צי די אשכול איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה צי נישט
איך האלט אז עס איז דעם שרייבערס אחרוית אז ער זאל שרייבען וואס מען מעג
אבער די נערמאל
די ביסט דאך געווען דער פאן טרעגער אין דעם אלטן חדשות אנש וואס האט באשמיצט טאג אין נאכט פאבליק אין נישט פאבליק אידן
אין דיין פורום האלט מען אין איין באשמיצען אידן
פארוואס פינקט דא האסטע געזען די רויטע שמאטע?????????
נערמאל, איך ווארט אויף א נערמאלען ענטפער
תוקן על ידי - שלום_משה - 04/01/2006 4:01:29
איך קען נישט פארשטיין פארוואס טאר מען נישט דיסקאסן דא א פייט וואס מרעדט אין די גאנצע שטאט?
אין אלע מקוות רעדט מען פון דעם, נאר דא איז עס פלוצלונג לשון הרע?
איך האב מורא אז די טענה קומט פון משפט שלום...
דעבאטירען:
פריוואט מיינט, יעדע אינערליכע משפחה פייט, וואס האט גארנישט מיט קיין קהילה.
אפילו איינער פין די משפחה איז א פאבליק פיגור אין א קהילה.
שלום:
קענסט מיר ברענגען משלים פין וואס די רעדסט?
איך האב אמאל ארויף געברענגט פריוואטע פאליטיק אין פובליק!
איך געדענק בכלל נישט
ריפרעש מיי מעמארי פליס!
מבני:
די ווילסט דא רעדען אלעס וואס מען רעדט אין מקוה?!
איך מיין אז סאיז "נארמאל" צו רעדן אלעס וואס מרעדט "נארמאל" אין מקוה...
איז דער סכסוך אין קאורט אדער דין תורה?
אדער פלעין רומערס?
נארמאל לויט דיר וויל איך פרעגן
אויב גאנץ משפחת טייטלבוים איז פאבליק
יצחק ראזענבערג גאנצע משפחה, ביזנעס [ראוז קעסטל]
אברהם ווידער גאנצע משפחה
לאמיר זעהן וואס דיין שיטה איז
אנאלעזירן,
אויב אזוי, פארוואס האבן די אזויגערופענע נייטראלע מנהלים, אויסגעמעקט די אשכול וואס "שלמההמלך" האט געעפנט צו דעבאטירן איבער יצחק ראזענבערג?
דא האסטו די לינק
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1747751 דא האסטו די ערשטע תגובה, ווייל מזעהט עס נישט אין די לינק.
נושא
יעצט געזען ROS 160)LEXUS) אליין שיך סטאר
1:59 נשלח ב 4/1/2006 שלמההמלך
נעבעך, ער זאגט אליין ROS 160, און נישט 152 ראדני.
און אז דער וואס כאפט אן די בענדל (leash) פין די ארונימלעך, דארף נעבעך אליין גיין אין שיך סטאר, (PRICELESS)
פארוואס פריוואטע פאליטיק קעגען אן ארויני, נעמען די מנהלים גראד אראפ.
אין פריוואטע פאליטיק, קעגען א זאלי, נעמען די מנהלים נישט אראפ?!
איך גראדע ווייס יא דעם ענטפער.
איך וויל נאר אז די זאלסט עס דא מודה זיין.
ישר כח
עס איז נשיט קיין פרי וואטע אישי.
אז מען בויעט א שול מיט גאנצע טראסק פון געגבנטע געלט פון די ברויט צו עסן פון ברודערס או שוועסטער איז עס שוין גארנשיט קיין פריואטע גניבה וגזילה.
נארמאל רופט זיך נארמאל און האלט זיך נארמאל און וויל פארשטיין וואס נארמאל מיינט
לאמיר דאס אנאלעזירן
די אישו איז לויט מיין פארשטאנד - אויב איך בין יא נארמאל - איז אויב מעג מען מעלדן הייסע נייעס פון א יחיד פריוואט וואס דער יחיד איז אבער פון דער צווייטער זייט א פאבליק פיגור
איז דא דערין צוויי תנאים, עס דארף זיין "נייעס" און דער פיגור דארף זיין "פאבליק"
דאס איז אמאל קלאר אז שלמה המלך [וואס האט לכאורה נישט קיין שייכות מיט נארמאל-קייט] האט געברענגט אינפארמאציע איבער א יחיד וואס איז א פאבליק פיגור, אבער איך קען נישט זעהן וואסערע "נייעס" איז דא דערין
ממילא איז קלאר אז שטותים והבלים, בעיבישקייטן באלאנגט נישט דא
און נאכמער, איך בין נישט דא געווען זאגן א מיינונג, איך האב געפרעגט און אדרבה, זאל מען אויסארבעטן א מהלך, און גראדע בין איך דערפאר א די יחידים אליין זאל מען מעגן רעדן אבער די אלע משפחה ארום אפילו פון די מערסטע פאבליק פיגורן זאל מען נישט מעגן
למעשה, איז שלמה המלך אשכול געווען 'קיין נייעס' און געדארפט אויסגעמעקט ווערן
פון די צווייטע זייט, יאקאבאוויטש פרשה אפעקט קלאר דירעקט ביידע פארטייען, מוירטל שוהל יוכיח, הבטחה נייע שוהל יוכיח איז די פראגע צו די אינפארמאציע ארום איז יא פריוואט
מיין וואוט איז אז עס איז פאבליק אינפארמאציע, איך רעד נישט להלכה, וואס גאנץ היידפארק איז אייניג אויסגעהאלטן, איך רעד למעשה איז עס אינפארמאציע וואס יעדער ווייס איבער יחידים וואס זענען פאבליק פיגורן
און יעצט לאמיר זעהן וואס איז נישט נארמאל מיט מיין תגובה אז נארמאל זאל עס נישט קענען נארמאל פארשטיין
אז די מחלוקה צווישן זופניק און יאקאבוויטש איבער א פריואטע ריעל איסטעט אישוי, איז נישט פריוואט, און אלע צייטונגען זענען ביזי דערמיט.
איז די מחלוקה איבער א געגנבעטע שול פון געלט פון שוועסטערס און ברודערס זיכער נשיט קיין פריוואטע אישוי.
ניין ניין ניין.
אנאליזירן
איינער וואס גייט אריין אינעם זודיגן טאפ וואס הייסט פאליטיק, זאל נישט ערווארטן אז ער זאל נישט ווערן אפגעבריהט.
דאס איז היינט דער סדר העולם, אז יעדער עפנטליכער פיגור ווערט אנאליזירט און צולייגט פאר יעדן אטעם וואס ער געט.
איך ווייס נישט וואס טוט זיך מיט די הלכה, אבער על פי הלכה האסטו בכלל נישט וואס צו זוכן ביי אינטערנעט וואס די רבנים האבן געאסר'ט (אחוץ אויב דו קומסט אויף היידפארק וועגן פרנסה צוועקן).
אויב שוין הלכה, איז אברהם בער און דוד לייבוש יאקאבאוויטש פון די גרעסטע שטערער צו גיין צו דין תורה אין סאטמאר, וואס לויט מיין וויסן ערלויבט די הלכה אזא איינעם צו מבזה זיין וויפיל עס גייט, פארריכט מיר אויב איך בין נישט גערעכט.
דער אשכול פון שלמה המלך איז געווען פוסט און נאריש, זאכן וועלכע ווערן נישט געדולדעט פון די מקוה אידן אין נארמאלע מקואות, אריינגערעכנט אין אונזער מקוה...
אברהם בער יאקאבויטש פירט אן די זאלי קא., ער פירט נאך אזויפיל ווי רבי יצחק ראזענבערג פירט די אהרונים.
ר' אברהם בער איז טאקע א פובליק פיגור, אין א אפילו די סיכסוך איז ארויס גערינען אין פובליק, איז עס אבער נאך אלץ א פריוואטע סיכסוך, אין אלס דעם איז עס אקעגען די תקנות הפורום.
משא"כ דאס וואס שלמה המלך האט אריין געלייגט, איז געעפענט געווארען צי דיבאטירען ענקער פירער יצחק ר"ב, וואס ער שעמט זיך נישט צי שרייבען אויף זיין פלעיט, "ROS160" , אין איז מודה אז ער האט נישט 152 ראדני.
אין דאס איז עניטיים נאך אזוי אינטערסאנט, ווי 99% אשכולות דא, אין ספעציעל די שקרים אשכולות.
אבער די מנהלים האבען דאס אויס געמעקט, צי פראטעקטען דעם פירער וואס שלעפט זיי מיטען בענדעל.
אין נאך דערצי האבען זיי חוסם געוועהן שלמה המלך.
פארשטייט איינער פארוואס?!
שלום משה:
קודם, האב איך דיר דזשאסט געענטפערט ביי דיין נייע נארישע אשכול.
אין אויך וויל איך דיך בעטען, ביטע האב רחמנות אויף מיר, אין ריף מיך נישט נערמאל מיט א "ע", ווייל די ווייסט נישט וויפיל שלאף לאזע נעכט איך האב שוין געהאט וועגען דעם.
אגב, ביזטי נישט אפשר בא לשקר אדער ווארהייט?
נרמאל, ציגעטראפן
איך בין סיי ווארהייט אין סיי בא_ללמד
אין ווייסט וואס נאך??
איך בין דער ארוני וואס באהאלט זיך אינטער די ניק פין האסטרעכט
שא שששש דערצייל נישט פאר קיינעם
דער שלמה המלך איז נישט קיין נארמאלע בריאה, ער האט געמאכט צרות אין יעדע פורום ווי ער איז געווען מיט אלע זיינע ניקס.
איך מיין אז דא איז פארגעקומען א טענו בחיטין והודו לו בשעורין.
די יאקאבאוויטש ברידער וואס שלאגן זיך איז דער רויטער דוד לייבוש, נישט דער פון די ראשי הקהלה ביי אונז אין סאטמאר.
פאריגע וואך האבן זיך די ברידער געטראפן ביי די מאמע פאר א חתונה, און מ'האט ממש געדארפט רופן די פאליס זיי צו ראטעווען.
אלו ואלו דברי ...
סיי די קינדער פון דעם איש חשוב מאוד מאוד יעקב יאקאבאוויטש ער זאל זיך מיען פאר יעדן פון זיינע פארערער קעפן זיך ברוך השם
אזוי אויך דער רויטער [ווייל דוד לייבוש בן יעקב איז נישט רויט...] דוד לייבוש און זיין ברודער קעפן זיך אויך, און די מאמע נעמט זיך אן
ברוך השם ביידע איז אמת, אלו ואלו
פירוד רשעים יפה להם ויפה לעולם
מען קען זאגן בא הכתוב השלישי.. אביגדור איז אויך ביזי, און קען זיך נישט געהעריג אפגעבן מיט צוברעכן סאטמאר