היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בני ברק אפגעראטעוועט פון זאלונים

בני ברק אפגעראטעוועט פון זאלונים

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1746000

זשוליאני08 » 3/1/2006 01:27

דאס שרייבט איינער אינען אנדערן פורום איבער די מוסדות אין בני ברק.

עס קומט צו לאכן ווען מען ליינט די הייסע און נאסע חלומות פון די זאלונים איבער בני ברק.


דער בורא כל עולמים דארף נישט דעם רבי'ן פרעגן וואס צו טאן. און דארף נישט צוקומען צו משה בן פראדע'לס חכמה'ס.

און ווער עס וויל זיך איבערצייגן דערין זאל נאר זען דעם דאקומענט פון די מוסדות אין בני ברק.


מער וועל איך נישט שרייבן איבער בני ברק
ביז ווילאנג די דעפרעסע זאלונים ברענגען נישט קיין דאקומענט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 3/1/2006 01:38

די דערביטערע זאלונים באקן מעשה'לעך און רעדן זיך איין אז אזוי וועלן זיי צוריקבאקומען בני ברק.

דער שיכור פון די זופניק מקוה רעדט זיך איין אז מיט זייער נייעם לאיער יעקב וויינרוט וועלן זיי עפעס באקומען.

לאמיר נישט פארגעסן, לויט דעם פארזיצער פון די זופניק מקוה האבן די זאלונים שוין צוריק די בניני המתיבתא אויך.



..., חלום ווייטער

תוקן על ידי - כל_העולם - 03/01/2006 1:39:03

תוקן על ידי - פשטידא - 03/01/2006 1:45:12

ניו_יארק » 3/1/2006 01:41

ווארהייט,
פארוואס ביזטי מגלה שמות?!

די שרייסט אויף יענעם, אין די טיסט עס אליינס?!

אינז ווילען מיר האלטען דעם פורום אויף א הויכען ניווא, פארוואס ציקלאפסטי דאס?!

תוקן על ידי - ניו_יארק - 03/01/2006 1:43:22

זשוליאני08 » 3/1/2006 01:49

איך האב פריער גערעדט קיין בני ברק, זיי האלטן זיך ביי די זייטן פון די חלומות פון די זאלונים.

זיי זאגן אז עס געט זיי א שטיק געזינט צו לייענען ווי די זאלונים חלש'ן צו ווערן באלעבאס.

ניו_יארק » 3/1/2006 01:55

דזשוליאני:
אז די ברענגסט נייעס פין אנדערען פורום, דעמאלסט ברענגסטי אינטער אינזער פורום!

קודם, ווייל די צייגסט אז זיי האבען נארמאלע אישאס.

אין אויך, אז די ברענגסט זייער נייעס, נאך פאר זיי האבען געהאט א טשענס צי ענטפערען, אין נאך דעם ענטפערען זיי דאס אפ, זעהסטי אויס ווי א שטיקעל חוזק.

סארי, אבער איך פיל אז פאר א היימישען קען איך דאס זאגען.



תוקן על ידי - ניו_יארק - 03/01/2006 1:55:04

אלעסאמת » 3/1/2006 01:59

דא האט איר יוסף90 חולם חאלום

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1744487

ווארהייט » 3/1/2006 02:09

דרייניץ, גיי שרייב ביים אנדערן פארום.

קיינער וועט נישט וויינען נאך דיר.

ניו_יארק » 3/1/2006 02:14

ווארהייט:
אזוי ווי איך ווייס אז די מיינסט מיך, םינעם אנדערען אשכול, וועל איך דיר ענטפערען:

סארי, אבער די מיט דיינע ווילדע שטיק, ברענגסט אינטער אינזער פורום!

זייט די האסט דא אן געהויבען צי שרייבען, רעדט מען נישט פין קיין נארמאלע אישאס, נאר פין יענע פורום.

פארוואס ביזטי אזוי ביזי מיט זיי?

אין פארוואס מיזטי פינקטלעך וויסען ווער א יעדער איז?

סטיק צי די אישאס אין פארטיג!

שורשנגח » 3/1/2006 02:15

מעכטיגער דורפאל פאר די זאליס אין בני ברק פאריגע וואך!

קורצע השתלשלות איבער די נייעס.

ווי זשולאני08 האט דא ארויף געלייגט די דאקומענטען, וואס די ערי' פון בני ברק האט געשריבען פאר 5 חדשים צוריק וואס בשעתו האב איך עס מודיע געווען דא אויף הייד פארק, די שאס וואס די זאליס האבן געכאפט אין בני ברק מיט דעם.

און דער רבשו"ע האט געהאלפען, אז די ערי' האט צונישט געמאכט אלע זייערע פלענער כחספא דעלמא און ווי זיי שרייבן קלאר אז די הייליגע מוסדות באלאנגען פאר מוסודת יטב לב דסאטמאר בני ברק בראשות המנהל רבי משה חיים ווייס שליט"א.

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו

הרשעים כים נגרש די זאליס האבן נישט איין געריט, און פראבירט וואס זיי קענען נאר, אבער דעם לעצטען פייניל מעכטיגער שאס האבן זיי געכאפט פאריגע וואך.

די זאליס זענען געגאנגען צו די ערי' מיט א הויפן "פאלשע" דאקומענטען, קלאמפיש פון 30 יאר צוריק וואס פון דארט זעהט מען אז רבי משה חיים איז נישט בעל הבית, מה עשה הקב"ה די ערי' איז צוגעגאנגען צו די ארכיווען און געפינען דארט די עכטע דאקומענטן, ווי זיי האבן זיך איבערגעצייט דער אמת און ווארהייט, די ערי' האט זיי ארויסגעווארפן פון דארט, און זיי געזאגט אז פארן מאכן פאלשע דאקומענטען וועט די ערי' אנקלאגען דערוועגן.

זייער עורך דין האט זיך גלייך אפגעזאגט ער האט געזאגט אז ער איז אריינגעפירט געווארן אינעם געשעפט ער האט נישט געוויסט אז די דאקומענטען איז פאלש.

און עס איז געווארן חושך ואפילה ביי די זאליס.

און די טויזענטער סאטמאר אידן פון איבער די וועלט דאנקען דעם אויבערשטען אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטאן.

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו



תוקן על ידי - שורשנגח - 03/01/2006 2:16:09

אלעסאמת » 3/1/2006 02:30

איין זאך איז נאך פארבליבן פון דער אלטער דרייניטץ אז ווען מכאפט עם ביי די מעשה איז ער מודה

ארגינעלער » 3/1/2006 02:33

עפעס באגלייט דער שלימזל די זאליס די לעצטע פאר חדשים. וואו זיי דרייען זיך כאפן זיי נאר רוקעס.

אלעסאמת » 3/1/2006 02:37

דרייניטץ/ניו יארק
ווער איז צונאר געב א קיק אויף דיין פורום איחודמעמבר וויינט צו יוסף90

3/1/2006 איחודמעמבר

יוסף90

עס ליגט יעצט ביי דיר אין די הענט צו האלטן אויסשוואורף (אויסשווארץ) שטום!

ווילאנג דו ברענגסט נישט קיין דאקומענט וועט כאטש איין אשכול זיין "אויסוואורף" פריי!

בא_ללמד » 3/1/2006 02:38

שור.

א יישר כח פאר די נייעס.

אויב מעגליך ביטע ברענג דאקומענטן, זאל זיך דער עולם איבערצייגן דעם אמת שווארץ אויף ווייס.

ארגינעלער » 3/1/2006 02:42

נעבעך, די זאלונים ליידן זיך צוזאם פון דעם אויסשווארץ.

ביי אונז קען ער נישט שרייבן צוליב זיין מיאוס'ן מויל קעגן רבינו שליט"א. אונזער געטרייע מנהלים האבן אים נישט געגעבן קיין רשות כתיבה.

דערגייט ער זיי דארט די יארן און זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אים.

תוקן על ידי - ארגינעלער - 03/01/2006 2:45:23

גוטזאגער » 3/1/2006 07:52

איך האב גערעדט צו די אהרונים אין בני ברק, זיי לאכן אין די פויסטן פון דעם ירושלימ'ער פאשקעווילן שרייבער פון די זופניק מקוה.

זאל ער ווייטער פאנטאזירן אז עס איז אים געלונגען איבערצונעמען קאנטראל פון די בני ברק'ער מוסדות.

מבני_בניו » 3/1/2006 16:39

למעשה איז דא איינער וואס קען ברענגען פעיפערס? סאיז נישט קיין קונץ סתם צו לייקענען, לאמיר זען פעיפערס.

זשוליאני08 » 3/1/2006 17:58

נישט אומזיסט האבן זיך צוויי לאיערס אפגעזאגט פון די זאלונים.

זייער נייער לאיער, איז טאקע א מייסטער. די בעסטע אין די וועלט אבער פארקויפן די ברוקלין בריק קען דער בעסטער לאיער אויך נישט.

דאס איז דער מזל פון משה בן פראדעל.

אלעסאמת » 3/1/2006 18:08

מבני_בניו
קודם דארף יוסף90 ברענגן פיעפערס ווייל ביז יעצט איז עס געווען ביי די ארוינים און יוסף90 טאנעט אז די זאליס האבן עס יעצט דארף ער ברענגן פיעפערס

ארגינעלער » 3/1/2006 19:35

די זאלונים לייקענען אז אין בני ברק האט מען ארעסטירט דעם זאלוני שלעגער אהרן הערש היימליך און ער האט באקומען א צו הרחקה.


פון דעם רעדן זיי עפעס נישט.

jhhoruyr » 3/1/2006 22:11

די ערשטע זאך וואס די זאליס האבן געסטראשעט איז געווען אז הרב חיים הערש מייזליש גייט פליעהן פונעם ביהמ"ד סאטמאר אין זכרון מאיר.

דא האט איר א בילד וואס איינער האט מיר יעצט צוגעשיקט פון נעכטן זאת חנוכה, ביי א מסיבה לבחורי ישיבתינו הק'.


[בילד – נישט אפגעהיט]

בא_ללמד » 3/1/2006 22:13

דו זעסט נישט אליין ווי ער פליהט ?

פאקטיש » 3/1/2006 22:21

מנהלים

אין ווייס אז איך וועל אויסזעהן ווי א חושד בכשרים

אבער דער JHHOUROR איז א פארברעכער, און איך מיין נישט קיין סתם קיין זאלי, נאר פון די גר צדק פון ירושלים סארט

איך האב נישט קיין צייט צו קוקן אויפן בילד, אדער קאלן קיין בני ברק פרעגן וואס דער תמימות'דיגער בילד דארף מיינען, אבער נעקסט טיים ווען איינער לייגט א בילד דארף די תגובה האבן שייכרת דערמיט, און דא האט די תגובה כלל נישט קיין שייכות מיט די בילד,

סאיז ביי מיר ברור אז איינעם אויפן בילד וויל ער עפעס

מען דארף אים ווארענען אין אישית,

בא_ללמד » 3/1/2006 22:22

פאקטיש.

פאקטיש קען מען יעדן איינעם חושד זיין אלס זאלי...

איך זע גארנישט שלעכט מיט דעם בילד.

פאקטיש » 3/1/2006 22:26

צוויי זאכן

איינס קען זיין איך בין מיר טועה, אבער בכלליות באלאנגט ער צו איין זייט, און ווען איינער לייגט א אומשולדיגע בילד איז די פראגע פארוואס, וואס וויל ער, עס עפענט בדרך כלל א קען פון ווערעם

און צווייטענס מעג מען בדרך כלל מאכן א תקנה - מען מוז עס נישט אינפארסירן בכל חומר - אז א בילד זאל האבן א הסבר, נישט בבחינת טענו בחיטין והודו לזכר קדשו

און אויב טעיתי, איז טעות לעולם חוזר, און איר האט שוין מיין אנטשולדיגונג

בא_ללמד » 3/1/2006 22:31

צוריק צום ענין.

וואס טוט זיך אין בני ברק ?

איז אמת אז די זאליס האבן פרובירט צו מאכן א TRO אקעגן ר' משה חיים ווייס ?

ארגינעלער » 3/1/2006 22:39

פאקטיש.
אנשולדיג מיר.
די ביסט דא א גר. (די האסט געמאכט א נייעם ניק צו פארדעקן דיין אלטע)

jhhoruyr איז א אלטע באקאנטער פיגור.


פאקטיש ביטע נישט סאבאטאזשירן או נישט באליידיגן
jhhoruyr.

jhhoruyr ער איז פון ארענטליכסטע און בעסטע קוועלער פון קוואליטי נייעס..

weiss321 » 3/1/2006 22:42

One think you may learn from Moshe Friedman
he don't give up even in bnei brak

שורשנגח » 4/1/2006 01:11

אין קורצן די ווארהייט.

1) די אהרונים האבן געברענגט שווארץ אויף ווייס די דאקומענט וואס מען האט צוגעזאגט צו ברענגען, אז די ערי' האט קלאר באשטעטיגט זייער פסק אז אלע אלע בנינים פון די סאטמאר מוסדות אין בני ברק גהערט פאר די אהרונים מוסדות יטב לב בראשות רבי משה חיים ווייס שליט"א.

2) די פאקט איז אז די אהרונים פירן עס און האבן די פולקאמע בעלות דעראויף.


3) די פאקט אז זלמן לייב איז אנטלאפען פון דארט באוואשען מיט אייער, און נאכן שווערן נקמה האט ער גארנישט גארנישט און נאכמאל גארנישט געקענט טאן ב"ה. און די ערי' האט אלע קלאר אפגעשלאסן.

4) אז יוסף90 וועקט זיך אויף און וויל דרייען א קאפ אז עס איז געשעהען יעצט א "מעכטיגער" שינוי און א פולקאמער u-tarn זאל ער ברענגען באווייזן.

שלום_משה » 4/1/2006 04:27

דאס איז וואס יוסף90 שרייבט אין חדשות אנש

פילע מעמבער'ס פון "הייד פארק" האבן שוין באקומען די דאקומענטן פון מיר און אישי אבער עס איז אפגעמאכט געווארן אז מ'לייגט עס נישט ארויף, כדי אז "שור שנגח" זאל טאקע מיינען אז מיר האבן נישט קיין דאקומענטן.

איז דאס יוסף90 ווי שטענדיג, אז מען דארף אים נישט נעמען ערענסט??
אדער דאס מאל שרייבט ער יא אמת??

האט שוין איינער פין די אנדערקאווער זאליס באקימען די דאקומענטען פין אים??

jhhoruyr » 4/1/2006 12:08

נו זאליס האט שוין יוסף געשיקט פאראיינעם פון אייך "אין אישי" די טוילעט פעיפער פונעם זשופניק מקוה???

בא_ללמד » 4/1/2006 16:27

מיין שאלה איז עפעס אנדערש.

איז שוין געווען אמאל וואס יוסף 90 זאל האבן פאפירן און ער זאל עס נאר שיקן אין אישית ?

מבני_בניו » 4/1/2006 17:00

יוסעלע.
וואס גייט זיין אויב שור שנגח גייט "מיינען" אז דו האסט נישט קיין דאקומענטן? וואס שטערט דיר אז ער זאל "וויסן" אז דו האסט יא? יעצט קען מען "מיינען" אז דו האסט נישט?

שורשנגח » 4/1/2006 21:16

ווי א בהמה וואס איז מעלה גרה נאכמאל און נאכמאל, אזוי קוקו אויס יוסף 90 מיט זיינע שקרים און דמיונות חלומות.

די קלארע דאקועמנט ווי עס שטייט ארויס דער פסק אז רבי משה חיים ווייס שליט"א איז דער פולקאמער בעל הבית זעהט דא יעדער שווארץ אויף ווייס.

און אזוי איז דער פאקט רבי משה חיים פירט אלעס, ער זיצט און אפיס בויעט און טוט ככל העולה על רוחו, און די זאליס האבן נישט קיין דריסת הרגל.

אז יוסף90 נאך צוזאגן 4 טאג אז ער ברענגט קאומענטען, קומט ער אויף מיט א נייע ליגענט אז ער האט עס געשיקט (צו זיין אנדערע נעמען...), אין אישית, איז עס אזוי אמת ווי די מעשה זיינער פונעם ירושלימער גר פון 37 יאר צוריק.

איין זאך יא!

די זאליס האבן די וואך געכאפט א פרישער מעכטיגער שאס אין די פרשה וואס איך וועל מעלדען די פרטים אין די קומעדיגער טעג אי"ה.

וואס איך וועל מודיע זיין פאר ידעם אין נישט אין מיין תיבה אישית...

שפיטצער06 » 11/1/2006 21:10

וואס האט באטרא שוין ווייטער גע'חלומט דאס שרייבט ער און זאלי פורום
20:12 נשלח ב 11/1/2006 באטרא

דורכבראך אין ב"ב: פאליציי פירער ביים רב

מקוה_איד » 11/1/2006 21:48

יוסף90 וכל חוניכו שרייט חי וקים אז די זאלונים זענען 100% די לעגאלע בעלי בתים, ווידער שורשנגח שווערט זיך ביים באבען פונקט קאפויע, סיז באמת נישט מעגליך צו וויסן.

נאר איין זאך וואס מ'זעהט מפורש איז אז די אהרונים פירן די ווירטשאפט דארט מיטן פולו טעמפא, און די זאליס שטייען גענצליך אינדרויסן.

volvi06 » 11/1/2006 21:50

and the zalis can't provide any doc.

jhhoruyr » 13/1/2006 05:37

עס זעהט אויס אז די זאלונימלעך האבן שוין געטוישט זייער האפענונג אויף די הנהלת המוסדות אין בני ברק, ווייל זיי האבן שוין געטוישט די נעמען פון זייערע פארפירער אלס "הנהגת המוסדות",
אפשר אזוי וועט זיי שוין עפעס געלונגען,

אבער ביטע טוישט נאר נישט קיין נעמען וויפל לויערס איהר האט שוין געטוישט די לעצטע וואכן אין ב"ב.
(לויער שיין, לויער מירון, לויער דחוח, לויער אמיר, לויער וויינרוט, לויער גבעתי, המשך יבוא...).

כל_העולם » 18/1/2006 04:36

ראדני152:

קרעדיט באטרא חדשות אנש סאטמאר

עס האט מיר איינער געזאגט היינט. ק.ל.ג. פון וויליאמסבורג, אז ער האט געהערט משמו ומפיו פון יצחק ראזענבערג וועלכער האט געזאגט און מקוה פאר איינעם אז עז זעט עם נישט אויס אזש מ'וועט קענען בויען און בני ברק, פאר א האלבע יאר, וועגן ביראקראטישע פראבלעמען.

ווי עס זעט ארויס פרובירט שוין יצחק ראזענבערג צו פארענטפערן זיין דורכפאל מיט ביראקראטישע תירוצים און ענטפער'ס.

ווי האלט מען שוין נעבעך.

ווארהייט » 18/1/2006 16:44

וואס מיר קאסט א לאך, אז ניטאמאל סטראשען די זאליס אז מען גייט עפעס טאן, נאר סתם חלומ'ן זיי זענען בעה"ב, ווייז עפעס מיט וואס

jhhoruyr » 21/4/2006 17:52

א בילד פונעם שטח ווי מ'האלט יעצט אינמיטן בויען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 21/4/2006 17:55

.


[בילד – נישט אפגעהיט]