די וויליאמסבורגע טערור גייט ווייטער אהן
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1721006
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
די אנווייזונגען. זיי האבן פארגעסן די געלע שטערנס.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט טעראר? איז דא א רב וואס איז מכשיר דעם ערוב? קען מען עס זעהן? איז דאס דער רצון פון רוב תושבי וויליאמסבורג? אויב דער ענטפער אויף די אלע דרי שאלות איז ניין, וויאזוי וואגט זיך איינער צו מאכען אן עירוב? און פארוואס זאל מען נישט לוחם זיין דערקעגן?
ממש אבסורד אין א חילול ה'
עי דשזוי, א קליינע שאלה: נעמען געלט, פארקויפן, געשטיצט ווערן, מעג מען יא פין די וואס טראגן מיט די עירוב אדער דאס אויך נישט?
אין אז די ענפערסט שוין, זאג נאר, האלטסטו טאקע אז יינם פין די וואס טראגן האט א דין פין יין נסך?
JEW,
רוב העיר דארף וועלען א עירוב?
און אויב א מיעוט העיר וויל א עירוב, זענען זיי נישט בארעכטיגט?
און חוץ מזה, האט דער אונז דער סאטמארע רבי זי"ע נישט געלערענט, אז ס'נישט קיין נפק"מ וואס רוב ציבור וויל?
אחד היה אברהם!!!
וואס איז ריכטיג איז ריכטיג.
קוטשמע
וואו זעהסט דו דא טעראר? שטייט דא מ'זאל איינעם שלאגען אין קאפ מיט א אייזען? אדער סיי וואס?
בסך הכל שטייט מ'זאל זיך אויפפיהרען דעמאקראטיש, נישט גיין וואו מ'וויל נישט, נישט אויפנעהמען מענטשען וואס מ'וויל נישט, און מודיע זיין מונדליך אז ס'טוט וויי. וואו איז דער טעראר?
נישט גיין וואו מ'וויל נישט, נישט אויפנעהמען מענטשען וואס מ'וויל נישט,
נעקסטע וואך וועט מען שיקען צעטלעך אז מען זאל נישט עסען וואס מען וויל נישט און נישט טרינקען וואס מען וויל נישט
מ'זאל זיך אויפפיהרען דעמאקראטיש,
תוקן על ידי - worldwar - 18/12/2005 4:59:00
ווען להבדיל א גויאישע קאמפעני איז נישט ציפריעדן למשל מיט וואס א רעדיא טאלק שוי האוסט האט געזאגט אדער וואס ער האלט, נעמען זיי גראד אראפ זייער אדווערטייזמענט פין די פראגראם, אין דאס איז זייער נארמאל אין דעמאקראטיש.
פארוואס זאל דא זיין אנדערש?!
אז זיי הערען נישט אויף צי טראגען, וועט מען מפרסם זיין ווער פינקטלעך זיי זענען, אז מען זאל זיי נישט שטיצען, אין מען זאל נאר שטיצען שומרי שבת!
וואס איז ראנג מיט דעם?
אין אז זיי לאכען זיך אויס, אין זאגען "אינז האמיר געניג שטיצערס", פיין, נא פראבלעם, איז דאך גיט.
די שמיעס, וואס דער רבי זי"ע האט געהאלטען, האט מען שוין געניג מאל ארויס געברענגט, אין מען דארף דאס נישט איבער קייען, יעדער ווייסט.
דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז מען קיקט נישט אויף רוב, איז נאר ווען זיי זענען ראנג, אבער דא האמיר סיי רוב, אין סיי די גירעכטיקייט, סוי איז דער אמת אין הלכה זיכער מיט אינז!
אין אז מיר האלטען אז זיי זענען מחלל שבת בפרהסיא, יא, איז זייער וויין "יין נסך".
אין זיי האבען א ברירה צי אויף הערען מחלל שבת צי זיין, אין אויף הערען אינז וויי צי טאן, אין אויף הערען די מחלוקה, וועט זיין שלום על ישרא-ל.
BTW די שבת האב איך אסאך ארים געוואקט, אין איך קען זאגען, ב"ה, איך האב געזעהן אפשר 2-3 טראגערס, דעטס איט!
איך שריי שוין לאנג אז פאר צוויי דריי טרעגערס דארף מען נישט ארויס שיקן אזעלכע בריוון צו גאנץ וויליאמסבורג.
עפעס שטימט דא נישט.
השאלה הוא האם נורמל הוא כ"כ טיפש שהוא מאמין בעצמו במה שהוא אמר?
או שהוא כותב ויושב ליד המקלדת וצוחק בעצמו על השטויות שלו?
מיט נארמאל אלץ אדוואקאט ווערט די נושא טאקע קלארער. קען גאר זיין אז עס האנדלט זיך דא פין וויסטע משוגעים אין טיפשים, נישט בייזוויליגע טערוריסטן.
JEW
ווי זענט עטץ געווען שמיני עצרת ווען מ'האט גערעדט "בפרהסיא" בעצם יום טוב אויפ'ן טעלעוויזיע?
דעמאלס האט דיר אויך געבלוטיגט דאס הארץ?
דעמאלס איז יא געווען א הכשר פון רבנים?
איז זייער וויין אויך יין נסך?
גוטע וואך
מחמת איזה סיבה זעה איך אין דעם עירוב איין התגלמות פון שיטת סאטמער, די סיבה וואס האט מיך באוואיגן זיך אפצושאקלען פון זייער מהלך המחשבה,
פארדרייען די פאקטן
נוצן גראנדיוזע לאזונגען,
מתיר זין יענעם'ס בלוט
אנשטעלן אפרום פנים פון א נרדף
AJEW
דיינע פערל ווערטער אין גרין
איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט טעראר?
איז דא א רב וואס איז מכשיר דעם ערוב?
קען מען עס זעהן?
איז דאס דער רצון פון רוב תושבי וויליאמסבורג?
אויב דער ענטפער אויף די אלע דרי שאלות איז ניין, וויאזוי וואגט זיך איינער צו מאכען אן עירוב? און פארוואס זאל מען נישט לוחם זיין דערקעגן?
דער ענטפער אויף די שאלות איז: וואס איז דיינע קאטן פיקן ביזנעס? דער עירוב איז נישט געמאכט ביי דיר און אויך נישט פאר דיר. דו ווילסט נישט טראגן? טראג נישט! ווער פרעגט דיך? דאס איז דען אשאלה פון רוב? סזיצט דא אסנהדרי גדולה צו קטנה, צו אפילו א בית דין פון טובי העיר? ווער זענען דא דער רוב? דער רוב המון?
אויב אזוי? ליהוי ידיע לך אז רוב תושבי ניו יארק רבתי האלטן אז דו זאלסט דיך שמד'ן דעם קומעדיגן זונטיג און ווערן א גוי, אזוי האלטן אויך רוב תושבי אמעריקע און אויך רוב תושבי כדור הארץ בעולם השפל? זייט ווען טוט אייד וואס רוב באפעלקערונג וויל? יידישקייט איז א דעמאקראטיע?
לשיטתך זענען דאך אלע שונאי ישראל פון אלע דורות אנגעהויבן פון פרעה מיט די יוונים דורך די נוצרים אין שפאניע, סטאלין אין דער רשע ימ"ש געוועהן גערעכט. רוב שפאניע האט נישט געוואלט סזאלען זיין יידן!
דיין מלכות של חסד האט טאקע יא פארשטאנען צו פארהיטן די רעליגיעזע רעכטן פון דעם מיעוט. אבער די עסטערהאזיס אונזערע מיט דעם אנגעזאפטן אונגערישן דיקטאטורישן גויישקיט האלטן נישט דערפון.
וויאזוי וועסטו זאגן דעם חנוכה על הנסים "מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים", זיי זענען דאך גערעכט געווען די יוונים, די יידן האבן זיך נישט צו געשטעלט צום רוב,
זיי האבן עובר געוועהן אויף דיינע דריי עבירות
1) זיי האבן אויך נישט געוואלט אויסזאגן ווער זייערע רבנים זענען, (מאותו חשש מוועט זיי הארגענען)
2) "לא גילו מסתורין שלהם"
3) און אויך געווען עובדי השם קעגן רצון פון רוב יוונים.
האט מען לוחם געוועהן קעגן זיי.
וואסא_דיף
וואו זעהסט דו דא טעראר? שטייט דא מ'זאל איינעם שלאגען אין קאפ מיט א אייזען? אדער סיי וואס?
בסך הכל שטייט מ'זאל זיך אויפפיהרען דעמאקראטיש, נישט גיין וואו מ'וויל נישט, נישט אויפנעהמען מענטשען וואס מ'וויל נישט, און מודיע זיין מונדליך אז ס'טוט וויי. וואו איז דער טעראר?
איך האלט דיך פאר קלוגער,
דו רוף נאר אויס אז יענער איז א מחלל שבת בפרהסיא ודינו כגוי, און אוך א מכשיל את הרבים, א מיצר לרבים, מכשיל מיט גילוי עריות, מצער אידן, שופך דם, א רודף מיט אנדערע אייערע מרגליות, וואס האב איך דען געזאגט???
דער רבי זי"ע פלעגט ארבעטן אויך דעם וועג, אנגערופן יענעם א גוי א רשע, א מסית ומדיח, אין עובד ע"ז וכו'. אבער קיינאהל נישט געזאגט אז מזאל שלאגן אייד!
ביי א צוויטן שיעור האט מען געלערט אז מסית ומדיח און איין אגוי וכו' דארף מען עוקר מן השורש זיין.
די קעלבלעך האבן שוין פארשטאנען וואס צו טוהן. אבער ער אליין? קיינמאהל חלילה נישט געזאגט מזאל יענעם שלאגן. וואס פארא איין איידל לשון האט ער זי"ע געהאט?
נארמאל
דו מיינסט דאך נישט מזכה צו זיין די קל"ב מיט בעלזער, דו האסט דאך מורא אז דיינע המונים וועלן זיך צוכאפן!
דו האסט דאך רוב, הלכה, גירעכטיקייט, אלעס.
נו פארוואס מוזטו סטראשן דיינע אייגנע מענשטן מיט ארויס ווארפן קינדער פון חדר, פארוואס איז נישט גענוג אז די "גירעכטיקייט" געט ארויס איין איסור? פארוואס האסטו אזוי מורא אז דיינע חברה וועלן טראגן?
BTW
איין עם הארץ ביזטו ב"ה אריזיגער, ביי הלכות עירוב פסקענט אז א מיעוט קען כופה זיין ארוב. וויאזוי ווערט מען דא אמחלל שבת?
אפילו סזאל א מלאכה דאורייתא גמורה, ווען איינער פאלגט זיין רב, איז ער נישט קיין מחלל שבת!
לערן די גמרא במקומו של ר' אליעזר היו כורתין עצים וגו'. בעט איינער זאל דיר דאס איבערטייטשען אויף מעכטיג וו"ב יידיש. נאכדעם וועסטו שרייבן.
באטשי
הערליך! האסט זיך אליין איבערגעשטיגען דאסמאל.
איך האלט דיך פאר קלוגער,
דו רוף נאר אויס אז יענער איז א מחלל שבת בפרהסיא ודינו כגוי, און אוך א מכשיל את הרבים, א מיצר לרבים, מכשיל מיט גילוי עריות, מצער אידן, שופך דם, א רודף מיט אנדערע אייערע מרגליות, וואס האב איך דען געזאגט???
דער רבי זי"ע פלעגט ארבעטן אויך דעם וועג, אנגערופן יענעם א גוי א רשע, א מסית ומדיח, אין עובד ע"ז וכו'. אבער קיינאהל נישט געזאגט אז מזאל שלאגן אייד!
ביי א צוויטן שיעור האט מען געלערט אז מסית ומדיח און איין אגוי וכו' דארף מען עוקר מן השורש זיין.
די קעלבלעך האבן שוין פארשטאנען וואס צו טוהן. אבער ער אליין? קיינמאהל חלילה נישט געזאגט מזאל יענעם שלאגן. וואס פארא איין איידל לשון האט ער זי"ע געהאט?
זאג, דא ווייזט דו ארויס דיין וויסטען שנאה צו'ם רבי'ן זי"ע צו דו טרייבסט סתם ליצנות?
איך האף אז דו מיינסט עס ערנסט,ווייל אויב מ'קען ארויסנעמען פון דיין פערל ווערטער אז דאס איז געווען דער רבי'ןס וועג, דאן דארף איך מער גארנישט. ביטע זאג נאכאמאל, קלאר און דייטליך אז דאס איז געווען דער רבי'ןס וועג, אז ממנו נלמד וכן נעשה.
און צו דיינע איבריגע שטותים. יא, דא איז א דעמאקראטישע לאנד. דיינע רבנים (הרוצים בעילום שמם) האבען אייך מתיר געווען "חילול שבת,און אויך זיין א מכשיל את הרבים, א מיצר לרבים, מכשיל מיט גילוי עריות, מצער אידן, שופך דם, א רודף מיט אנדערע אייערע מרגליות" טא וואשזע איז? זיי דו ווייטער מחלל שבת געזונטערהייט, דא איז א דעמאקראטיע.
אונזערע רבנים פארגינען אונז נישט מתיר זיין אזעלכע גראבע עבירות אבער קלייניגקייטען ווי נישט שטיצען, ארויסווארפען פון חדר וכו' האבען זיי יא. וועלען מיר אונז אויפפיהרען דעמאקראטיש לויט אונזערע רבנים, דו לויט דיינער, נהרא נהרא ופשטיה, אלו ואלו דברי אלוקים חיים והכל על מקומו יבא בשלום.
wassa
מיט וועלכעם פרט לגבי דיין רבין האלטסטו נישט מיט מיר
1) אז ער האט אנגערופן זיינע פאליטישע געגנער מיט די אלע שיינע נעמען
2) אז ער האט געהאלטן אז א דין מסית איז לא תחמול ולא תכסה עליו וגו'
3) אז ער האט אפען קיינמאל נישט געזאגט מען זאל איינען שלאגן
לידיעתך דעמאקראטיע איז נישט מתיר
TO YELL FIRE IN A CROWDED THEATER
כללי הדברים דיינע רעכטן ענדיגן זיך ווען יענעם'ס רעכטן הייבן זיך אהן.
און אנדערע ווערטער מה דעלך שנאי לחברך לא תעביד?
דיינע התאחדות קאלעגעס האבן גאנץ גוט געשוויצט ווען אפאהר אידען האבן געוואלט באיקאטירן זייערע פראדוקטן צוליעב זייערע פאליטישע מיינונגען.
די עגלה משולשת פון אייערע צייטונגען זענען געווען פול מיט שמן זיתדיגע ארטיקלען ווי רבינו הקוה"ט האט מקפיד געווען נישט "מקפח זיין פרנסות".
פארשטייט זיך דאס איז די שיטה הקדושה, אנוכי ולא יהיה לך. איך מעג אלעס, נאר דו טארסט נישט.
איך האב נישט קיין "וויסטע שנאה" צו אייער רבין זי"ע, נאר איך בין א גרויסער מתנגד צו זיין שיטה וואס ער האט אויסגעלערנט זיינע חסידים, בעיקר דאס וואס ער האט אויסגעלערנט וויאזוי נישט צו נוצן דעם שכל נאר אויף צו מאכן געלט.
BTW די שנאה פון וועלכע דו רעדסט איז נישט קיין וויסטע? זי איז זעהר א באוואוינטע.
תוקן על ידי - baachi - 18/12/2005 17:47:24
באטשי! וואס קען איך דען צולייגן.
איך וויל נאר איין זאך וויסען. אויב איז דער ארום-געשיקטע צעטל נישט קיין טערור, אין זעלבסט פארשטענדליך פאר די עירוב געגענער, פארוואס ברויך מען געבן אנווייזונגען פונקטליך וויאזוי זיך אויפציפירען אקעגן די וואס טראגן? וואלטן די אנטי-עירובניקעס דאס נישט געדארפט אליינ'ס פארשטיין?
מיר איז אויך פין לאנג שווער געוועהן, פארוואס זענען די אנטי-עירוב'ניקעס אזוי דערשראקן פין די עירוב? אויב אלע זייערע דיינים שרייען מ'טאר דערמיט נישט טראגן, וואלטן זיי געדארפט פאלגן אהנע מבוכות פונקט אזוי ווי זיי פאלגן נא זייערע רבנים אין זונגען א ספעציפישע ניגון אויף שהשלום שלו ביי שלוש סעודות. וואס איז די חילוק?
נאך מער, פארוואס קומט נישט אזא צעטל חאטש מיט די חתימות פין רבני ודייני סטמאר? אויב איז דעס אן הוראה פאר די פאלק וואלט די עולם געמעגט וויסן וועק גיבט זיי אט די אנווייזונגען.
די תירוץ איז אבער א פשוט'ער: דאס איז די זעלבע דעת בעל הבית פין אפאר ליידיגע זעק וואס קענען נישט איין רוען זעה'ענדיג אז אין וויליאמסבורג זענען דא קהילות וואס פאלגן זייערע רבנים אנדערש ווי זיי. די בלי בתים געבן ארויס די צעטלע, זיי שרייען שאבעס, אין זיי שעלטן קללת בלעם אויף די וואס טראגן.
עס איז מאדנע אבער פארט א פאקט: אינגאנצן איין רב האט געהייסן שרייען (מילך קעסטל), אלע אנדערע רבנים אריינגערעכנט ר' זלמן לייב האבן זיך געמאכט ווי געשטארבן, אין א קול קורא דערויף איז קיינמאל ערשינען. אין אויף ר' וויינבערגער'ס הוראה זענט עטץ גרייט צו פארלירן ענקער חלק בעלמא דקשוט.
איך בין נייגעריג וואס עס וואלט געוועהן ווען ר' וויינבערגער געט ווען זיין פסק להיתר. ווייסט עטץ וויפיהל וויינען וואלטן געוועהן יין נסך? די איסור וואלט זיכער מנסך געוועהן זיינע ברוינפענ'ס אויך.
באטשי
יישר כח נאך אמאל.
איך וועל זיך ח"ו נישט דינגען מיט דיר אויף פרט איינץ און צוויי (איך בין יא מחולק מיט פרט דריי).
אדרבא, מיר איז עס א בחינה פון מלאך רע יענה בעל כרחו אמן. איך דארף זיך מער קיין זאך נישט פארענטפערען. מיר זיינען ביידע איינשטימיג אז דאס איז דער רבי'ןס וועג און אונז גייען אין פיסטריט פון הייליגע סאטמאר רב זיעוכי"א.
נאר וואס, אז מיר שמעקט דאס יא און דיר שמעקט דאס נישט.
לעצטענס האסט זיך גענומען שיטען ענגלישע לאזונגען.
"ס'נישט דיין קאטען פיקען ביזנעס" נישט שרייען פייער אין ש CROWDED THEATRE" ס'זייער שיין, ס'וואלט געווען נאך שענער ווען דו נוצט די אויסדרוקען אויפ'ן פלאץ.
נישט שרייבען פייער איז זייער ווייט פון מאי דעלך סני, כאטש דאס איז א ברייטערע שמועס און נישט אין די ראמען פון אונזערע נושא.
וואס יא, אז דער לאזונג קלעבט זיך צו ארויסווארפען קינדער פון חדר אדער באיקאטיערען ווי ארבעס צו'ם וואנט. מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
באיקאטיערען איז אן אנגענומענער דעמאקראטישער שריט און יעדער רעליגיעזער אנשטאלט איז בארעכטיגט אנצונעמען נאר אזעלכע מענטשען וואס האלטען פון איהרע פרינציפען.
BTW דער שיטה הקדושה פון אנכי ולא יהיה לך האט נישט מיט'ן רבי'ן זי"ע, ס'ווערט פראקטיציערט דורך א גרויס חלק פון כלל ישראל אין אלע קרייזען און שיכטען.
זיי פארשנעלערען די אינטערגאנג פון ווילי, ביז 15 יאר
ארום וועלען אין ווילי זיין נאר שומרי שבת. תודה לקל.
די רעשט וועלען בעזהי"ת אנטלויפן.
ומי שעינו בראשו תומ"י ימכור ביתו להארטיסטן וירוח לו.
פון צייט צו צייט ענטפער איך כסיל כאיולתו, לכבוד כ"א כסליו וועל איך זיך אביסל רייצן מיט די חברה
קודם כל וויל איך דיר גראטולירן פארן מקיים זיין ובערת הרע מקרבך, ביזט ארויס פון סאטמאר! יענער אפיקורוס וועלכער האט זיך באריהמט פארן מלבים אז ער האט שוין עובר געווען אויף אלע עבירות שבתורה, און דער מליבם האט איהם געזאגט חוץ ובערת הרע מקרבך - האט נישט געוואוסט אז מען קען אזוי גרינג מקיים זיין די מצוה אהן זיך הרג'ענען! חידוש נפלא!
יעצט צום עצם טענה. דו טענה'סט אז הרב הקדוש מסאטמאר זצ"ל האט אנגערופן זיינע פאליטישע געגנער מיט די אלע שיינע נעמען
איז אזוי: ברבים ביי קיין דרשות זיכער נישט, אינדערהיים צווישן משמשים און שטוב מענטשן איז עפעס אנדערש, מיר דוכט זיך אז פון די שפראך פון הרב הגאון בעל דברי יציב ז"ל אויף די הייליגע אבות (כגון: טעם למה תפלת ערבית רשות לפי שיעקב נשק לבתולה ומגיע לו שתפלתו שתיקן תהא רשות ולא חובה, ועוד פנינים יקרים ערבים לאוזן שומעתם כנתינתם מ..) און אויף זיינע פאליטישע געגנער (כגון: "רשע" על הרב מסאטמאר ועוד הרב אשר הזמן יכלה והם לא יכלו) קען מען צוזאמענשטעלן א שיינעם חיבור
אין די ספרים באנוצט זיך סאטמאר רב יא מיט די לשונות מינים אפיקורסים וכו' דאס איז געווען זיין שפראך, לאמיר זיך זיין שוואכער צד, אבער אין די דרשות האט ער קיינעם נישט געזידלט אפילו נישט די ציונים, ער האט זיי גערופן "די כת", יא ער האט געזאגט אז עס איז מינות און כפירה אבער קעגן א יחיד האט ער קיינמאל נישט גערעדט ברבים, מה שאין כן רבך הקדוש לך
אין ספרים געפינט מען שוין אין קדמוני קדמונים פארשידענע שארפע אויסדרוקן, איך ברענג דא בלויז איינס,
**
זאגסט אז ער האט געהאלטן אז א דין מסית איז לא תחמול ולא תכסה עליו, מיר דוכט זיך אז עס איז א פסוק אין עפעס אן אלטן ספר, ספר דברים (קאפיטל י"ג פסוק ט') און נישט סאטמאר רב האט געשריבן ספר דברים, אין ויואל משה ברענגט ער נאך מראי מקומות
ועיין דעת רבך הקדוש לך בספר דברי יציב יורה דעה סימנים מ"ז, מ"ט נ' ער האךט עפעס אויך אז עס עקזיסטירן מינים און אפיקורסים (ער האט עס געשריבן תש"ל, אפשר האט ער געטוישט זיין מיינונג זייט דעמאלס?), ער האלט אז אבעל גאוה האט א דין פון אן עובד עבודה זרה שוין יעצט, און ער זאגט וזה נכון ואמת וזה לשונו בסימן נ' די איבריגע וועסטו שוין אליין נאכקוקן:
ב"ה, קרית צאנז, פרשת יתרו תש"ל
א) במשנה בסנהדרין דף צ' ע"א, כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב וכו' ואלו שאין להם חלק לעוה"ב האומר אין תחיית המתים מן התורה ואין תורה מן השמים ואפיקורוס וכו', ויל"ד בהא דפתח ותני כל ישראל יש להם חלק דמשמע כל אחד ואחד מישראל, ומיד חזר ושנה ואלו וכו'. והגרע"א בגליון הש"ס שם ציין להתוס' בסוטה דף ה' ע"א בד"ה כל, שתמהו אמאי לא חשיב במשנת חלק בין אלו שאין להם חלק לעוה"ב הא דכל אדם שיש בו גסות הרוח אין עפרו ננער, וכן הא דכתובות דמתים שבחו"ל אינם חיים, וכן ע"ה אינם חיים אא"כ יהנו ת"ח, וכן מלוי ברבית עיי"ש.
והנה בטעם דהאומר אין תחיית המתים מה"ת אין לו חלק לעוה"ב, מבואר בגמ' שם בסנהדרין, וכל כך למה תנא הוא כפר בתחה"מ לפיכך לא יהיה לו חלק בתחה"מ שכל מדותיו של הקב"ה מדה כנגד מדה עיי"ש. וי"ל כן גם באומר אין תורה מן השמים, דכיון שכופר בכלל אמיתיות התוה"ק ממילא הוא כופר גם בתחה"מ מה"ת, ולכן אין לו חלק לעוה"ב. וכן באפיקורוס שכופר בעיקר, שבודאי אינו מאמין בתחה"מ כלל. ולפ"ז כל אלו שאין להם חלק לעוה"ב היינו משום שבעצם הם כופרים בתחה"מ ונדונין מדה כנגד מדה, וא"כ צ"ב באדם שיש בו גסות הרוח ושאר דברים שהביאו התוס' בסוטה הנ"ל שאין להם חלק לעוה"ב דהלא אין בזה מדה כנגד מדה.
ונראה עפמ"ש הרמב"ם בפהמ"ש סוף מס' ברכות, בפסוק עת לעשות לה' הפרו תורתך, כי כשיבא העת להפרע מהם ולהנקם יזדמנו סיבות לבני אדם להפר התורה כדי שיבוא עליהם העונש במשפט, וזה הענין ארוך ורחוק עמוק עמוק מי ימצאנו וכו' עיי"ש. ואפשר שזה חומרתם של חטאים האלו שהביאו התוס', דקים להו לחז"ל דעברה גוררת עברה ומזה נגרם בסוף לבא לידי כפירה בתחה"מ רח"ל, ואשר אז יבא עליהם העונש במשפט שאין להם חלק לעוה"ב במדה כנגד מדה וכנ"ל. ובזה יתיישב קושיית התוס' הנ"ל ודו"ק.
ובדרך זה אפשר ליישב כמה וכמה מאחז"ל התמוהים, וכגון כל המעלים עינו מן הצדקה כאילו עוע"ז [כתובות ס"ח ע"א], וכל המעמיד דיין שאינו הגון כאילו נוטע אשרה בישראל [ע"ז נ"ב ע"א], וכן כל אדם שיש בו גסות הרוח כאילו עוע"ז וכאילו בא על העריות [סוטה ה' /ד' ע"ב/], והרבה כיו"ב. ולהנ"ל א"ש דהעובר אחד מן העבירות הללו ידעו בו חז"ל שסופו שיבא לעבירות חמורות אלו, וכאורז"ל [שבת ק"ה] היום אומר לו עשה כך וכו' עד שאומר לו עבוד ע"ז והולך ועובד, ולכן אדם שיש בו גסות הרוח כבר יהא בעיניך כאילו עע"ז כיון שברור הדבר שסופו שיבא לכך, וזה נכון ואמת.
ב) ועיין בתשובות הרשב"א ח"א סי' תי"ד, שתפס על השוקדים בספרי היוונים ודורשים דרשות של דופי ואינם מאמינים בדברי התוה"ק, וכתב שם ובאמת האיש ההוא העיד ונאמן על עצמו יותר ממאה עדים שאינו מזרעו של אברהם ותפלתו לא ישמע א' שאינו אפילו מזרעו של עשו וישמעאל רק מאותן שדין ולילין שנולדו מחוה ואדה"ר על כן תקללם בכל לשון וכל ישראל נקיים וכו' עיי"ש. דלאמיתו של דבר האפיקורסין גרועין אף מבני עשו וישמעאל ואינם בכלל ישראל, וכמ"ש הרמב"ם בפ"ג מממרים ה"א מי שאינו מודה בתורה שבע"פ וכו' הרי הוא בכלל האפיקורסין. ובהלכה ב', הרי הוא כשאר כל האפיקורסים והאומרים אין תורה מן השמים וכו' שכל אלו אינם בכלל ישראל עיי"ש. וכבר הארכנו בתשובה [לעיל בסימן הקודם] בענין זה ובהחילוק שצ"ל בין הכופר בדברי חז"ל דהוי כמומר לכל התורה, לבין אוחזין מעשה אבותיהם בידיהם דלא הוי כמומר לכל התורה. וכן הוא להדיא שם בפ"ג מממרים ה"ג עיי"ש.
ועכ"פ מי שכופר אף בדבר אחד מדברי חז"ל מין גמור הוא ויצא מכלל ישראל, והוא מן המורידין ולא מעלין כברמב"ם שם. ועיין לשון הרמב"ם בפ"ב מתפלה ה"א בימי ר"ג רבו האפיקורוסין והיו מצירים לישראל ומסיתין אותן לשוב מאחרי השם כו' והתקין ברכה אחת שתהיה בה שאלה מלפני השם לאבד האפיקורוסין וכו' עיי"ש. ועיין בטור אהע"ז סי' מ"ד די"א שמומר אין קידושיו קידושין עיי"ש ובפרישה, ובבאה"ט שם סק"ז ממהר"י מינץ סי' י"ב דקידושיו תפסי רק מדרבנן, ושם הביא מכמה ראשונים שרק חששא בעלמא. ועיין ברדב"ז ח"א סי' שנ"א ובח"ד סי' אלף פ"ו, דקידושין תופסים משום חומרא דאשת איש שאני אבל בשאר דברים ה"ה כעכו"ם עיי"ש.
ועיין בהוספות מהרצ"א על סור מרע ועשה טוב [אות פ"ו סק"ד] מ"ש אא"ז על החטאים האלה בנפשותם שזהו גמר הבירור של הערב רב, וכתב שם ע"כ תדעו אחיי ורעיי שהחטאים האלה כבר מנודים מפי כל חז"ל והמה מכת המורידין ולא מעלין וכו', וכתב שם שזה קולא גדולה וטובה מאד לישראל שבזה נפטרין אנחנו מערבותם ואחריותם עלינו והמה בלבד ישאו את עונם עיי"ש בדבה"ק החוצבים להבות אש. ועפ"ז א"ש מאוד לשון הרשב"א בתשובה הנ"ל, על כן תקללם בכל לשון וכל ישראל נקיים, היינו שתקללם בכל לשון ומוכח שאינם בכלל ישראל ואינם בגדר אחיך, וממילא כל ישראל נקיים מערבותם, ולא יוכלו החטאים האלה להכריע את בני ישראל לכף חובה ח"ו והבן.
ג) ויש לרמז כן באלה מקראי קודש שנאמרו קודם נתינת התורה [שמות י"ט ג' - ו'], כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל, פי' שתגד ותקבע גבולות מי נכלל בגדר בני ישראל. אתם ראיתם את אשר עשיתי למצרים ואשא אתכם על כנפי נשרים, ונרמז כאן האמונה בתחיית המתים, וע"ד דמצינו בסנהדרין צ"ב צדיקים שעתיד הקב"ה להחיותן אינן חוזרין לעפרן וכו' הקב"ה עושה להם כנפים כנשרים ושטין ע"פ המים וכו' עיי"ש, ואין כל חדש תחת השמש דמעין זה כבר היה בעת יציאת מצרים, עיין בתרגום יוב"ע כאן [שמות י"ט ד'] שהובאו בענני הכבוד כעל כנפי נשרים אל מקום המקדש לעשות שם הפסח ובלילה חזרו למצרים עיי"ש. ורמז הכתוב כאן ענין תחיית המתים, ולהורות נתן שהאמונה בה היא אחד מהתנאים להיות בכלל האומה הישראלית.
עוד תנאי פרט הכתוב, ועתה אם שמוע תשמעו בקולי, וכפל ואמר שמוע תשמעו היינו תורה שבכתב ותורה שבע"פ, תשמעו בקולי דייקא להאמין שתורה מן השמים. ושמרתם את בריתי, היינו שמירת השבת ברית עולם. ורק אם תקיימו כל אלה הדברים, והייתם לי סגולה מכל העמים וגו' ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, דבר זה התנה הקב"ה עם בני ישראל קודם מתן תורה שאך ורק ע"פ תנאים אלו יהיו נכללים בין בני ישראל, ובזולת זה אינם בכלל זרע קודש בני א' חי ואין להם חלק לעוה"ב עם בני ישראל והבן.
וא"ש דברי המשנה כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב, היינו דבאמת כל אשר בשם ישראל יכונה בלי יוצא מהכלל יש לו חלק לעוה"ב, ואלו שאין להם חלק לעוה"ב וכו' היינו שהחוטאים האלה בנפשותם אינם נכללים בעם בני ישראל ולכן אין להם חלק לעוה"ב.
ובזה יבואר מאה"כ [שמות כ' א'] וידבר אלקים את כל הדברים האלה, היינו שרק מי שמקיים את כל הדברים שבתורה לאמר אנכי ה"א וגו', כי ביהדות ובשמירת המצוות לא יתכן שום פשרה ומי שכופר אפילו באות אחת שבתורה ואומר שאינה מן השמים, ואפילו בתורה שבע"פ שנרמז כאן באומרו כל הדברים, הרי זה ככופר בעיקר ואינו בכלל בני ישראל שאליהם דיבר השי"ת אנכי ה"א וגו', והיינו שיאמינו במציאות השי"ת שהוא עילת כל העילות וסיבת כל הסיבות, ובאומרו אשר הוצאתיך מארץ מצרים רמז לתחה"מ וכנ"ל מפסוק ואשא אתכם על כנפי נשרים. ורק אם תאמינו בכ"ז תהיו בגדר בני אל חי ובכלל עם ישראל.
ד) ובדרכנו יבואר מדרש תנחומא בפרשתן [סימן י"ד] וידבר אלהים ילמדנו רבינו כמה דברים שכרן לעולם הבא, כך שנו רבותינו אלו דברים שאדם אוכל פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא וכו' עיי"ש, ותמוה השייכות לפסוק זה, וגוף השאלה צ"ב דהלא כל המצוות שכרן לעוה"ב ושכר מצוות בהאי עלמא ליכא כדאיתא בקידושין ל"ט ע"ב.
וי"ל דהנה בהנ"ל שיגיע לידי כפירה בתחה"מ או בשאר עיקרי האמונה ח"ו מחמת שהיה מלוה ברבית או נהג בגאות לב וכדומה, אף שלעומת זה עושה גם מצוות מ"מ אין המצוה מגינה אלא בעידנא דעסיק בה כמ"ש בסוטה כ"א ע"א, אך כשמקיים מצות כבוד אב ואם או שאר המצוות שהקרן קיימת לעוה"ב, י"ל שהמצוה מגינה עליו שאף אם יצא לתרבות רעה ח"ו מ"מ לא יבא עד לכדי כפירה בעיקר ובתחה"מ רח"ל, ואף אם ח"ו יבא לידי זה מצוות הללו יבואוהו שיחזור עכ"פ לתוך כלל ישראל ויוכל לזכות לעוה"ב, ויקבל עונש עונותיו בעולם הזה, וכמ"ש בקידושין שם דעבדין ליה יום טב ויום ביש עיי"ש. משא"כ כשאין לו ממצוות אלו שהקרן קיימת לעולם הבא, לא יוכל להיות סמוך ובטוח שלא יתדרדר ע"י עבירה הגוררת עבירה עד לידי כפירה בעיקר ח"ו, ואם יבא לידי כך רח"ל אזי יקויים בו מאה"כ [דברים ז' י'] ומשלם לשנאיו אל פניו להאבידו וגו', וכפרש"י משלם לו גמולו הטוב כדי להאבידו מן העולם הבא עיי"ש.
ואמר הכתוב וידבר אלקים את כל הדברים האלה וגו', וברש"י אין אלקים אלא דיין וכו' לפי שיש פרשיות בתורה שאם עשאן אדם מקבל שכר ואם לאו אינו מקבל עליהם פורעניות יכול אף עשרת הדברות כן ת"ל וידבר אלקים דיין להפרע עיי"ש, וכבר עמדו המפרשים וכי יש פרשיות בתוה"ק שאין עליהם שכר ועונש ח"ו. אך י"ל הכוונה שאין מקבל עליהם פורעניות בעוה"ב כי סובל יסורים ועניות בעוה"ז למרק עונותיו כדי שיזכה לעוה"ב, יכול אף עשרת הדברות כן ת"ל וידבר אלקים דיין להפרע, רצ"ל שאם אינו מאמין באלה המצוות שבעשרת הדברות ח"ו מאבד חלקו לעוה"ב ויקבל הפורעניות לאחר מותו.
וא"ש סמיכות המדרש לכאן ששאל כמה דברים שכרן לעוה"ב, היינו כמה מצוות יש שבקיימו אותן מובטח הוא שהקרן קיימת לעולם הבא דהמצוות יגינו ויצילו אותו שלא יבא לידי כך שיצא מכלל ישראל ח"ו, וע"ז אמר כך שנו רבותינו וכו' וכנ"ל ודו"ק.
ווייטער אין קומענדיגע הודעה
[בילד – נישט אפגעהיט]
און כלפי די טענה וואס דו ביזט שטענדיג מעלה גרה פון בויען הלכות פון אגדות וועל איך דיר איינמאל אויף אלעמאל ענטפערן מיט א מאמר פון א "לינקן" הרב שמואל קלמן מירסקי (כ'לאז זיך נישט אריין אין ויכוחים איבער איהם יעצט) אין זיין צייטונג תלפיות,
אט זענען עטליכע בלעטער
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך איינס
[בילד – נישט אפגעהיט]
זאגסט יתברך אדער בלייבסט שטיין ביי עלמיא?
[בילד – נישט אפגעהיט]
ואין לי זמן להעתיק השגות הראב"ד על רמב"ם והשגות מבי"ט על ב"י וכו' וכו' לשונות חריפים מאוד
[בילד – נישט אפגעהיט]
the word of the day
TIRADE
a long angry speech or scolding
באטשי נבוד וגם WASSA
איר זענט אלע גערעכט לע"ד און אויך נישט גערעכט בחדא מחתא
1) סאטמאר רב איז געוועהן זייער זהיר בלשונו בפומבי און עס איז כמעט נישט דא און זיין PUBLIC RECORD קיין שום פערזענליכער אטאקע אויף קיין שום מנהיג
(אין הספר תח"י אבער עס איז פארהאנן א ספעציעלע הוצאה פון "על הגאולה ועל התמורה" ווי דארט איז דא אן הקדמה פון משמשים ותלמידי מהר"י ט"ב מיט היסטוריה והשתלשלות הספר הנ"ל. דארט האב איך געזעהן אז לכתחילה האט ער געבערנגט א מאור ושמש וואס פון דארט איז משמע א בזיון אויף די מנהיגים וואס האבען חולק געוועהן אויף איהם. האט דער סאטמאר רב זיך אליין צענזורירט און געהייסען ארויס נעמען הקטע כדי מ'זאל נישט האבען קיין טענות אויף איהם אז ער איז מבזה אנדערע גדולים. דהיינו סאטמאר רב איז געוועהן זייער סענסיטיוו אז פרעמדע חסידים פון אנדערע רבי'ס זאלען נישט האלטען אז ער איז מבזה זייערע רבי'ס -- השווה זה להבזיון שעשו להרב שטיינעמאן בשם "רביה"ק" ) [נבוד. אפשר טוסטו א טובה להגולשים ותביא הקטע]
2) לע"ד איז אזוי פיל באטשי גערעכט אז דעם טעראר וואס האט א לאנגע היסטורי' און רוב סאטמורים טוהן באקוועמטערהייט דאס פארגעסען. מוז מען זאגען אז דאס איז פרתו של ...אויב איך קען נוצען א מעשה\משל פון א גלח מיט א רב... דער רב האט זיך געטראפען מיטן גלח און איהם פארגעהאלטן: היתכן א יעדען זונטיג נאכן דרשה זיינער קומען ארויס די שקצים און ווארפן שטיינער אויף די אידען?
האט איהם דער גלח גע'ענטפערט: "איך? איך זאג דען מ'זאל ווארפן שטיינער? איך האב דען איינמאהל געהייסט מיינע גוים צו שלאגען אידען? "
האט דער רב איהם גע'ענטפערט: " אמת! דו האסט קיינמאל נישט געהייסען דאס אבער פון דיינע דרשות פארשטייען דיינע חברה אזוי צו טוהן... אויב אזוי בוסטו שולדיג!
3) איך האב שוין איינמאהל דא מגיב געוועהן אז דער סאטמאר רב האט עס זייער וויי געטוהן ווען זיינע חסידים האבען געטוהן מעשים "טובים" איך האב אבער געהערט פון א מקור מוסמך אז ער האט געהאלטן אז אפילו אויב מ'פארשטייט איהם נישט, אבער דאך אויב דער ALTERNATIVE איז צו שווייגען דהיינו ער זאל מער נישט האקען אויף ציונות מוז ער מקבל זיין די עגמת נפש און ווייטער שרייען..
דהיינו ער האט עס אריינגערעכט און זיינע חשבונות פון הנהגה.
4) אבער צו האלטען אז אזוי דארף מען זיך פירען לגבי שבת עירוב וכו' וכו' איז א מורא'דיגע סילוף פון דעם דרך פון סאטמאר רב.
א) ער שרייבט אז אין אמעריקע און בכלל בזמן הזה איז נישט שייך ביי קיין שום פאל דער ענין פון 'רוב' דיעות
ב) ער שרייבט אין שו"ת דברי יואל אז א רב פון א קהילה קען נישט מאכען א 'תקנה' [און די אלע אנטי ווילי עירוב האלטן אז ע"פ הלכה קען מען מאכען א כשר'ע עירוב נאר עס איז דא א 'תקנה' פון סאטמאר רב] צו אסר'ן א דבר המותר און אפילו א 'יחיד' קען מוחה זיין אויף אזא תקנה!
ג) ער שרייבט אז איינער וואס זאגט אז ער איז זיך סומך אויף א פסק פון א פוסק אחד אף על פי שאין הלכה כמותו קען מען אבער שוין נישט מוחה זיין!
יש הרבה לדבר מזה אבל לעת עתה זאל דאס זיין גענוג
תוקן על ידי - yohcee718 - 18/12/2005 22:07:28
איך האב נישט גענומען קיין שום צד אין דעם עירוב און עס אינטרעסירט מיר נישט צו נעמען. איך בין נישט קיין ווילי און אפי' נישט קיין אמעריקאנער. איך האב ס"ה געפרעגט אפאר שאלות און איך ווארט נאך אויף א תשובה. איז דער עירוב טאקע אונטער א רב? וועלכע רב? קען מען זעהן און בודק זיין דעם עירוב? ווילען רוב רבנים דעם עירוב?
טאמער נישט, ווי וואגען זיך אפאר יחידים צו קומען און איבערדרייען א גאנצע שטאט מיט א ספק חילול שבת?
אויב יא, ווער איז דער רב און ווי קען מען זעהן דעם עירוב?
דער וויין פון איינער וואס טראגט איז לכאורה נישט קיין יין נסך ווייל אפי' עס איז אסור איז יענער א שוגג (אומר מותר שוגג). איך בין נישט קיין פוסק, איך זאג נאר פון מיין אייגענע סברא.
A_Jew, ביסט אינגאנצן משוגע???
טראכסט איין מינוט אז עס איז נישט דא קיין איינער וואס ווייסט ווי דער עירוב איז???
טראכסט טאקע אז עס האסט נישט קיין "איין" רב???
פארוואס גלייבסטע ווי א פערד אלעס וואס עס שטייט אין "דער איד"???
טראכסט טאקע אז הינדערטער וומסב"ג ווילען פליצלינג טראען שבת אן א עירוב???
זיי נישט משוגע, איך האלט אויך נישט פין די צד המתירין, אבער איך איך ווייס אז זיי זענענן דא,
אין זיי האלטן "יא" אז עס איז מותר!!
אונז טראג מיר נישט אין זיי יא, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענענן מחללי שבתות
תוקן על ידי - שלום_משה - 18/12/2005 22:39:26
כ'גיי נישט איבערקייען אלטע זאכן,
נאר עטליכע הערות:
דער דמיון פון סאטמאר רב זצ"ל צו א גלח איז א קנאפער פארגלייך; דער ציהל פונעם גלח איז געווען אויפצורייצן דעם המון, און געזאגט אז די אידן זענען פארשאלטן זיי האבן געטייט אונזער גאט, דער הער וועט זיי פארטרייבן באשטראפן וכו' און דער המון עם האט "פארשטאנען" וואס ער "מיינט" צו זאגן, ער רעדט און רעדט מיטן ציהל צו רייצן זיינע פויערן
ווידער להבדיל דער הייליגער סאטמארער רב זצ"ל האט שטענדיג געשטורעמט געגן די ציונים, און אז מען טאר נישט מיט זיי זיך מתחבר זיין, און אז ווער עס טראכט אנדערש איז אן אפיקורוס, דער ציהל פון זיינע דרשות און תורות זענען נישט געווען צו צוברעכן שטעכן צוהאקן, ער האט געהאט ווילדע חברה וועלכע עס האבן עס געטון, אין יעדע פארטיי געפינען זיך אונטערוועלט חברה
ער האט געהאלטן אז נישט צוליב דעם דארף ער אפשטעלן די מערכה געגן ציונות און וכל הכרוך בה, סוף סוף וועלן די "אומרוהען" זיך אויפהערן און דער דעת תורה וועט ווייטער געהערט ווערן
זכר לדבר "שמדא עבידא דבטלא"
טאמער וועט ער שטיל בלייבן, בלויז צוליב די עבירות פון די בחורים, האט ער דאך אויפגעגעבן די מלחמה אויף אמונה און קעגן די רשעים (אויך בעלז קלויזנבערג און אגודה האלט נישט אז בן גוריון איז א צדיק) צוליב א זייטיגע פראבלעם, וואס די היסטאריע האט געוויזן אז עס האלט נישט אהן
און אפילו אויב יא איז עס נישט קיין תירוץ צו לאזן דעם עולם ווערן געכאפט אין דעות כוזבות
שאלה פשוטה (כ'האב עס שוין געפרעגט עטליכע מאל און נישט באקומען קיין תשובה): דיין קינד קען נישט מיטהאלטן מיט די לימודים ווייל ער האט א Low Self Esteem, ער וועט נישט רעדן א הויך ווארט, איז דא צוויי ברירות:
1. איהם לאזן וואקסן אן עם הארץ אבער א מורא'דיגער ביישן און בעל מדות, און שבת וועט ער טראגן ברשות הרבבים (!) ווייל ער וועט נישט וויסן די הלכות,
2. איהם לערענען זיין א געזונטער עז פנים, אבער ער וועט קענען אלף בית און א בלעטל גמרא, און מען האפט אז ביז די חופה וועט ער אויסוואקסן דאס עזות, און אויב נישט וועט ער דאך סוף כל סוף נישט עובר זיין אויף א דאורייתא, טאקע א דאנק די עזות
על אחת כמה וכמה, סאטמאר רב זי"ע האט קיינמאל נישט געהייסן שלאגן, דאס איז אויך נישט געווען זיין ציהל, דער מתנגד וועט זאגן אז עס האט אים נישט געשטערט - כ'וועל זיך נישט דינגען מיט דעם, אבער מיט וואס וועט איהר זיך פריער ספראווען: עזות אדער עםהארצות?
דער אגודיסט איז חלילה נישט קיין כופר בעיקר, ער האט דאך א רבי'ן וועמען ער פאלגט, אבער "גוטע מדות" און "עטישקייט" זענען געווען ביי די נעאלאגן, שלעכטע מדות קריגערייען און געשלעג זענען שטענדיג געווען ביי די "אפגעטיילטע".
מיט לא תרצח לא תגנוב אליין קען מען קיין איד נישט זיין, די עשרת הדברות איז א Pacage Deal, נאר אינאיינעם מיט אנכי און לא יהיה לך, אויב ביסטו מוותר אויף אנכי און לא יהיה לך צוליב לא תרצח - ענטפער דו
אין סאטמאר איז חלילה קיינמאל נישט בטל געווארן לא תרצח און לא תגנוב, אבער אין די אנדערע מקומות וואו מען היט אזוי שטארק אויף לא תרצח און לא תגנוב (און לעצטנס אויף לא תלך רכיל) אויפן חשבון פון אנכי און לא יהיה לך, כלומר: אז מען איז מוותר לגמרי אויף א מערכה קעגן ציונות - רשעים - אפיקורסים בלויז ווייל מען חלילה וחס נישט אדורכפאלן מיט לא תרצח - דאס איז קעגן דעת תורה, דער גרעסטער אפיקורוס וועט זאגן אז ער גלייבט אין אויבערשטן, אני יהודי בלב!
א טיילונג האבן די קלוזשער ספרדים געמאכט מיט גלאזנער'ן בלויז פארן זיין א ציוני! וואס איז אלזא געשען אין יוניאן סיטי? מען דארף שוין נישט מלחמה האלטן מיט די רשעים זינט פעלדאפינג? איז דאס א קבלה נאך פון רודניק? אדער ער האט אליין ממציא געווען די זאכן בפלפולו? אדער האט ער דורש געווען א גזירה שוה מי שענה להרצוג יענה לקרית צאנז, הדא הוא דכתיב הכסף יענה את הכל
**
יוחי האט געבעטן א דאקומענט, דא איז עס
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך גלייב? איך פרעג דאך! אויב מען ווייסט וואו עס איז און עס זענען דא רבנים וואס געבן א הכשר פארוואס ענטפערט מיר קיינער נישט? איך ליין נישט דעם איד וכדו' מיו"כ זה עד יו"כ הבאה עלינו לטובה. אין אמת'ן אריין ביז די פארגאנגענע שבת האב איך גארנישט געוואוסט קיין פרטים פון דעם ווילי עירוב, פונקט איז מיר אויסגעקומען צו שמועסען מיט א סאטמארע קאזין האב איך איהם געפרעגט. ער האט געטענה'ט אז עס איז א 'cordless' עירוב און עס איז נישט דא קיין שום פוסק וואס געט א הכשר. מוצ"ש האב איך געשעהן דעם אשכול האב איך געטראכט אז דא איז א גוטע געלעגנהייט צו פרעגן מער איינצעלהייטען. איך לעצמי נעם נישט קיין שום צד - I couldn't care less!
נבוד
ווער האט פארגלייכט סאטמאר רב צו א גלח?
איך האב פארגלייכט די 'טענות' פון "ער האט קיינמאהל נישט געהייסען אדער מתיר געוועהן געשלעהג" אויף דעם האב איך געזאגט "אמת" אבער אזא "טענה" איז גלייך צו "גלח'ס טענה"
והראי' דו ביסט ממשיך און די געסט א הסבר אז טראץ דעם סכנה פון וויסען אז דער סוף וועט זיין אז א טייל מחוצפים וועלען פארפירן, דאך איז דער דרך פון זיין רעדען געוועהן ריכטיג!
און איך האב געשריבען אז דאס איז געוועהן דעם דעת תורה פון סאטמאר רב. אבער מי יגלה עיני רבינו...
ווער ווער האט זיך געקענט חלום'ענען אז די קנאים וועלען נוצען זיין עזות דקדושה נאכצושרייען יראי השם.
והוא הדבר אשר אמרתי לעיל און די ביסט מודה להדברים שזה היה דעתו של הרבי מסטמר. און איך האב נייעס פאר דיר בדרך כלל אין חינוך בין איך מודה צו דיר אז צו לייגען א דגוש אויף "נימוס" שמעקט מיט גויאישקייט.
אלס ווענט זיך און כמות און אין איכות פון א יעדע זאך.
איך בין זיך משתדל אריינציווארצלען און מיינע קינדער צו זיין א "אחד הי' אברהם" ואפילו כל רבני העיר ווילי וועלן זיי נאך שרייען שאבעס! שאבעס! זאלען זיי ווייטער גלויבען אין דער שלחן ערוך כנתינתה מסיני און טראגען מיט א שמייכל.
אגב שכויח גדול פאר דעם קאפי פון על הגאולה... קען דען איינער ליינען דעם שטיקל און זאגען אז מ'דארף מאכען א גאסען מחאה קעגען הרב שטיינעמאן?
אבער דער סילוף פון דרך האדמו"ר מסאטמאר גייט אהן ווייל אזל גברא שהמשוגעים היו מסתפנא מניהו
:A_JID
איז דא א רב וואס איז מכשיר דעם ערוב?
די וואס טראגן נישט דארפן נישט צי וויסען ווער די רבנים זענען , אין די וואס טראגען פאלגן אין פארלאזן זיך אויף זייער רב. וואס א טייל זענען פין די מכשירם אין טייל ווייסן אין זענען בקשר מיט די רבנים המכשירם.
קען מען עס זעהן?
ניין די קענסטעס נישט זען, ווייל מ'גייט דיר עס נישט וואזען, אין פארוואס יא?
ווען האסטו די לעצעטע מאל געזעהן די לינג אדער די קישקע אין באטשער?
לאמיך דיר פרעגן א בלינדער מעג טראגן מיט א עירוב?
איז דאס דער רצון פון רוב רבני ווילי?
א) יא, אין נאכאמאל יא , (די ריטב"א שרייבט אז תלמידום פון איין רבין קען מען נישט רעכענען פאר רוב)
ב) און אויב א מיעוט העיר וויל א עירוב, זענען זיי נישט בארעכטיגט
ביי הלכות עירוב פסקענט אז א מיעוט קען כופה זיין ארוב
ג) האט דען אונז דער סאטמארע רבי זי"ע נישט געלערענט, אז ס'נישט קיין נפק"מ וואס רוב ציבור וויל
ער שרייבט אז אין אמעריקע און בכלל בזמן הזה איז נישט שייך ביי קיין שום פאל דער ענין פון 'רוב' דיעות
ד) דאס איז דען אשאלה פון רוב? סזיצט דא אסנהדרי גדולה צו קטנה ווער זענען דא דער רוב?
ה) די רבי שרייבט אז דארט ווי עס איז דא טעראר קענמען נישט רעכענען קיין רוב (טייל זענען תגבות וואס די האסט פאר סאם ריזען נישט באמערקט)
און פארוואס זאל מען נישט לוחם זיין דערקעגן?
לאז מיך יאזען דיין לאגיק: איז דאס דער רצון פון רוב רבני ווילי?
וואזט דאס נישט אויף א היפעקריטע פונעם ערשטע קלאס .
אויף אינזערע גאסען זאגט פאיע רב אז די רבי האט עם געזאגט אז ס'זיכער נישט קיין רשות הרבים, האט עם די רבי אויך געזאגט אז הלבנת פנים איז מותר?
תוקן על ידי - findodort - 19/12/2005 17:37:25
עס איז אויפפאלענד און עס ציט שטארקע אויפמערקזאמקייט, ווי פון יעדע איינציגע ווארט פון דעם שרייבער " פוןדאדארט " שפריצט שנאה כבושה אויף סאטמארער רב זי"ע און אויף אלע אידן וואס האבן שייכות מיט ערליכקייט און פרומקייט.
די געבאקענע שקרים און פארקרומטע פאקטן, אבי צו צוקומען צום ציל פון אויספירן און ווייזן אז סאטמאר רב איז "נישט" בעה"ב אויף די שטאט ווילי און אוודאי נישט אויף די גאנצע וועלט.
עס איז בכלל נישט אינטערסאנט זיך אריינלאזן אין די זינלאזע וויכוחים און איבערקייען די דברי הבל ורוח, אנגעפיקעוועט מיט נקימה ונטירה ושנאת הדת.
די עצם יא עירוב נישט עירוב, לאז איך פאר אנדערע.
אבער איך וויל פארשטיין, איז טאקע צוליב די אלע דערמאנטע זאכן בארעכטיגט געווארן צו הייבן הענט אויף אידן, דער שרייער טאר ניטאמאל נישט שרייען, אבער דער טרעגער מעג אפילו שלאגן??
איז דא א היתר צו שרייען?, אויף א טרעגער טאר מען נישט שרייען, אבער אויף איינעם וואס איז מוחה מעג מען יא שרייעו?
זיי מחליט, מעג מען שרייען, מעג יענער אויך, טאר מען נישט טארסטו אויך נישט.
דערנאך הערט מען פון מענטשן איבערדערציילן מיט שטוינונג, ווי די טרעגער קענען צומאל אזוי צוזאמען שעלטן די שרייערס מיט אזוינע קללות, אז עס איז שווער צו דערהערן א איד זאל אזוי קענען רעדן בכלל.
איז בארעכטיגט צו טעראריזירן און אפשרעקן די ווייבער און קינדער פון די שרייערס?
איז דא א היתר צו אנרופן די בעלי בתים פון די שרייערס זיי קאליע צו מאכן די פרנסה?
האבן די אלע זאכן אויך א היתר פון רוב רבני העיר?
אדער איז דאס טאקע פונקט אזא רוב ווי אויפ'ן עירוב?
מ'קען נישט פרעדיגן און אין דער זעלבער צייט זיין א צוויי-פנים'דיגער.
דער קאזאק הנגזל איז נאכאמאל באגאזעלט גיווארען
בן מלך וואס קימסטע דא ווי א לעמעלע,????
די מוחים קעגן עירוב מעגן טיען וואס זיי ווילען אבער מען טאר נישט צירוק טיען????????????
יא, איך בין אויך קעגן עירוב, אבער ווייז מיר ווי עס שטייט אז כדאי צי וויזן בעלות אין ווילי, מעג מען טעראזירען מענטשן נאכשרייען מפרסם זיין נעמען!! הער אויף
מלך בבל
שקויעך גדול ועצום
קודם כל בין איך געואהר געווארן אז שו?ת דברי יציב איז אויף בר אילן
יעצט לגופו של דבר
סמיר שווער צו ליינען דיינע תגובות ווייל דו האסט אריין געסקענט אזוי געלונגען ברייטער ווי לענגער די קאפי פון ויואל משה,
איך האף סנישט בכוונה
צוויטע קשיא איז
ווער איז דער שמואל קלמן מירסקי?
איך גלייך נישט זיינע ראשי תיבות...
דריטע זאך
ווער איז דאס ספר וואס דו ברענגסט פאר יוסי718 ?
די פערטע קשיא איז
צו וואס האסטו געברענגט דעם נקודות הכסף? איז דאס צוליעב די שארפע לשונות? ער האט איהם דען גערופן מסית ומדיח און בפניהם של עמי הארצים בעלי זרוע וידי עשיו וואס דרכם לילך ולהזיק?
ברענג בעסער אראיה פון די גמרא עם הארץ מותר לקרעו כדג ביום הכיפורים שחל להיות בשבת, ומגבו
אפשר פארשטיי איך נישט דא עפעס.
וואס איז דיין מכוון? וואס ווילסטו אויפווייזען?
וואסא
איך שאץ דיין אפענקייט. אין חטפי ודידי חטפי, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אזוי: איך וואלט דיך לעבעדיגערהייט צוריסן ווי א הערינג, כי כן נצטווינו מפה קוה"ק בעל ההילולא, איך האב נאר מורא מלכות.
אשכוח פאר די ווארענונג
AJEW
דער עירוב איז אונטער דעם אחריות פון הרה"ג האדיר ר' אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א, אויב דו ווייסט נישט דערפון עיין היטיב בדרשות המילך קעסטלעך מאת הגאון מקענטאקי ר' הלל וו"ב שליט"א. ער איז דאס דער מיט די פארקרומטע מדות פון קאפ ביז פוס.
בן מלך
די שרייבסט >>>>> "[אלעס] אבי צו צוקומען צום ציל פון אויספירן און ווייזן אז סאטמאר רב איז "נישט" בעה"ב אויף די שטאט ווילי און אוודאי נישט אויף די גאנצע וועלט. "
און די האלטסט אז סאטמאר רב איז יא בעה"ב אין ווילי ?
נישט ער האט אזוי געהאלטען, און ער איז געוועהן דערגעגען פון האלטן אזוי, און די פאקטען בימיו איז נישט געוועהן אזוי
ביז תשכ"ח וואס דאמאלס איז ער ל"ע נישט געזונט געווארען קען מען בשום אופן נישט טענה'ן אזא זאך אז סאטמאר איז געוועהן רוב אין ווילי. זיי זענען אפשר געוועהן דער גרעסטער קהילה אבער ווייט פון 'רוב'.
סאטמאר רב האט בפומבי געמאכט נאר איין תקנה אין אמעריקע אין דאס איז געוועהן אז מ'זאל מחמיר זיין שבת לשיטת ר"ת 72 אויף דעם האט ער געשטורמט און געמאכט א פובליק אסיפה לפני עין כל
דאך איז עס א דבר ידוע אז עס זענען געוועהן קהילות אין ווילי וואס האבען ווייטער נישט געהאלטען 72 מינוט לגבי שבת.
דער גרעסטער קהילה איז געוועהן וויזניץ וואס האלט 52 מינוט וואס דאס איז לפי סאטמאר רב חילול שבת ודאי דאורייתא.
האט ער געהאלטן אז ער איז בעה"ב אין ווילי און געמאכט א מוחאה אויף ר' מאטעלע?
איז איינער געקומען שרייען היתכן מ'פארט מיט קארס אין ווילי פאר 72?
איז שוין איינער געגאנגען זאגען פאר ר' מאטעלע אז סאטמאר רב איז זיין בעה"ב?
און דא רעדט מען פון א דבר מפורסם וואס סאטמאר רב האט געמאכט א תקנת רבים לאנשי קהילתו ולאנשים שסרים לפסקי הההתאחדות הרבנים.
אבער עס איז נישט דא (חוץ ספורי מעשיות לכאן ולכאן) קיין שום הוראה קיין שום אסיפה קיין שום כתב לגבי עירוב בווילי פון סאטמאר רב נאר להיפך עס איז געוועהן אלע מאהל אן עירוב אויף ראדני א יעדעס יאר אויף סוכות
מוזען דאך די אנטי עירוב מענשטען טענה'ן עפעס א מין טענה פון:
א) אתרא דמר.
ב) דער 'מר' האט דאס טאקע נישט גע'אסר'ט (והראי' סוכות) אבער משום תקנה האט ער דאס גע'אסר'ט
ג) א סיפור פון זיין התנגדות האט א דין 'תקנה' ממנו
ברענג איך דא א קטע פון שו"ת דברי יואל (חו"מ סי' קלח) ווי עס איז קלאר אז נישט נאר ער האט דאס נישט גע'טוהן ער האלט אז עס איז דא א קלאר'ע סדר ווי אזוי מ'מאכט א תקנה ואפילו הגדול הדור קען נישט מאכן סתם א תקנה וואס איז מחייב אלע אידען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
באטשי
אז דו קענסט מיר נאר ברענגען עפעס א מראה מקום פון רבי'ן וואס שטייט מ'דארף דיר רייסען ווי א הערינג, און צוגעבען דיינע פערזעהנליכע אינצעלהייטען (מעגסט מיר עס שיקען אין אישי) בין איך שוין גרייט מקיים פסק זיין.
ביז דערווייל ווייס איך נישט פון אזא פסק, אבער דו קענסט דאך די רבינו יונה אויף מעשיו מרובה מחכמתו.
בןמלך: דיינע תגובה'לעך זענען פעלזן פעסט צוליב כמה טעמים. וואס איך האב אבער די מערסטע הנאה איז אז מ'ברויך ניטאמאל ענטפערן אויף זיי. זיי פארענטפערן אלעס.
די שלעגער איז די געשלאגענער.
די רודף איז די נרדף.
די שעלטער איז די געשאלטענער.
שטיפת המח - נוסח סטמאר.
דיין גאנצע תגובה איז אזויוי די חידה: וואס קומט קודם די האן אדער די איי? מ'דארף אבער קיין סאך נישט קלערן לענינינו. אפילו אויב מ'וויל גלייבן דיינע געבעקס אז די טרעגערס שרייען, שעלטן, אין שלאגן, דאס איז אבער אמאל זיכער, די טרעגערס האבן קיינעם נישט אנגעשריגן, קיינעם נישט טעראראזירט, אין נישט געסטראשעט כל זמן מ'איז זיי נישט דערגאנגן די יארן. (נישט אז יעצט ווען ענקער איבעלדיגע שנאת ישראל גייט שוין אהן א לענגערע צייט טוט יא איינער עפעס צירוק).
זיי אזוי גוט, אין פארשעם נישט אונזער איטעליג'ענס. אונז ווייסן ווער עס שרייט, ווער עס שטעכט רעדר, ווער עס שלאגט, ווער עס שעלט, ווער עס קלעבט פאשקעווילן אין סטיקערס, ווער עס מאכט פואני קאלס, וכו' וכו'. נישט נאר ווייל גאנץ וויליאמסבורג איז עדות דערצו מדי שבת בשבתו, נאר ווייל מיט דעם האט זיך ענקער פאלק אייביג סימבאליזירט אין שטאלצירט.
וראי' לדברי, אין בארא פארק איז אויך געוועהן אפאר געציילטע שרייערס (פארוואס דארט איז עס סטמאר נישט אנגעגאנגן איז א נושא ארוך בפני עצמה) מ'האט זיי געלאזט הייזעריג ווערן אין פין די "קולות" איז געבליבן איין "קול." וד"ל. ס'איז שא שטיל אין די גאסן. די וואס זייערע דיינים האבן געהייסן נישט טראגן - טראגן נישט.
נ.ב.
ברענג ביטע נישט ארויף די מעשה מיט מ.ר. כל זמן מ'האט קיינעם נישט ארעסטירט אדער אפילו אנגעטאטלט מיט'ן פינגער. ס'קומט ענק טאקע גיט אויס אז די עירוב'ניקעס זאלן עם האבן געשלאגן, דערווייל איז עס אבער געזויגן פון פינגער אין פיסטע דמיונות.
יוחי,
נישט גוט פארשטאנען, מיין ציל איז נישט ארויסצוברענגען ווער עס דארף זיין בעל הבית אין שטאט. פון מיין זייט זאל זיין אן עירוב, אבער בתנאי עס זאל זיין שלום ושלוה.
איך ברענג ארויס אז מיט דעם וואס מען נוצט אלע מינים טעראר און צוואנגס מיטלען צו באגלייטן דעם עירוב. דאס האט נאר איין ציל, נישט קיין מנוחת שלום ושלוה השקט ובטח, נישט קיין חסד פאר די איינגעשפארטע פרויען, נישט קיין סערוויס פאר די ציבור.
נאר צו עוקר זיין די הו"א אז סאטמאר רב איז בעה"ב אויף די שטאט. דעריבער, און דאס צו פארשטארקן, איז עס באגלייט מיט כל מיני מעשי אלימות וטעראר עד כדי הכאה, ועד בכלל.
ווייל "המטרה מקדשת את האמצעים". און עס איז אויסדרוקליך דא א ציל, און דעם ציל וויל מען פאר יעדן פרייז אויספירן.
נישט גוט פארשטאנען, מיין ציל איז נישט ארויסצוברענגען ווער עס דארף זיין בעל הבית אין שטאט. פון מיין זייט זאל זיין אן עירוב, אבער בתנאי עס זאל זיין שלום ושלוה.
חברה עס ווערט בעסער פין מינוט צו מינוט!!
א קליין שאלה בןמלך טייערע. די שבת נאך פסח - די ערשטע שבת וואס די עירוב איז געוועהן אין קראפט. געדענקסטו וואס עס האט זיך אפגעטין אין די גאסן פין וויליאמסבורג?
עס האט אויסגעזעהן ווי א שלאכט פעלד.
די וואס האבן געטראגן האבן געשריגן? אויף וועם? אויף די וואס האט נישט געטראגן?
די גאסן זענען געוועהן אנגעפלייצט מיט פלאטשיגע ביבער היט'יגע בחורים וואס האבן נאך נישט געהאט פארענדיגט זייער בין הזמנים. די בחורים האבן נישט געטראגן אין יא געשריגן, געשטיפט, געשלאגן אין געשאלטן.
זיי מסביר וויאזוי דעס שטימט מיט דיינע ווערטער וואס זעהן לעצטנס מער אין מער אויס ווי א מדרש פליאה וואס האט נישט קיין פירוש.
ענדליכס שפילט זיך נאך אפ יעדן שבת. אפשר ווען די וואלסט געוואוינט אין וויליאמסבורג וואלסטו געהאט בעסערע אינפארמאציע ווי דעס וואס עס ווערט געדרוקט אין די איד און אין די משמרת מוחותינו.
און קאמיש אינטערעסאנט איז, אז יעצט ווילן זיי צוקנאקן די אזוי גערופענע סאטמארער טעראר, אדער די סאטמארע בעלות אין א זמן וואס עס איז קיין סאטמארער בעלות שוין לאנג נישט דא, און קיין טעראר אוודאי נישט. אפשר צווישן זיך.
און פונקט יעצט זענען געקומען מענטשן מיט אלטע חשבונות און אפגעלאפענע אקאונטס, זיך אפצורעכענען...
אזויפיל טוט מען א אז מען צודריקט די פאר ערליכע וואס האלטן זיך ווי פעלזן נישט דוקא בענין עירוב ושבת, אפילו אין טאג טעגליכע פראבלעמען. און מיט א פויסט און מיט שלעק וויל מען זיי משתיק זיין.
אינטערסאנט אז איך האב נאך נישט געזען מען זאל שלאגען איינעם וואס שרייט.
אבער די שרייערס זאלען שטופען פרויען מיט קינדער וואס טראגען. דאס זע איך כסדר.
חברה, נעמטעס נישט צום הארצען, בןמלך ווייסט אויך ווי נאריש אין קינדיש זיין דיפענס איז, אין ער עקספעט די ריעקשן, סאיז נישט די ערשטע מאל וואס ער טרייט עס, נאר וואס דען, אין די מין טיים געט ער די מעגליכקייט פאר אזא צדיק ווי A_JEW אפצויאגן אין נעלם ווערן פון שטח.
צי ווערן אנגעריפן א צוויי-פנים'דיגער דארך דעם פארשוין איז ווי ווערן אנגעריפן שטינקער דארך א סקאנק.
למשל ווען ער שרייבט אז
"פון מיין זייט זאל זיין אן עירוב, אבער בתנאי עס זאל זיין שלום ושלוה."
אין אין 11.12.05 שרייבט ער אין אן אנדערע אשכול
"איך האב הנאה... דער קאמף גייט ווייטער אן.
דאס איז א קידוש ה'."
בןמלך איז אויך מסכים אז ר' זלמן לייב זאל זיין רב אבער נאר בתנאי עס זאל זיין שלום ושלוה???
תוקן על ידי - findodort - 20/12/2005 4:17:51אזויפיל טוט מען א אז מען צודריקט די פאר ערליכע וואס האלטן זיך ווי פעלזן נישט דוקא בענין עירוב ושבת, אפילו אין טאג טעגליכע פראבלעמען. און מיט א פויסט און מיט שלעק וויל מען זיי משתיק זיין.
קאמאנטארען זענען איבעריג
גיי שבת נאכמיטאג ביי לי קארנער היוז וועסטו זעהן אז יעדע נישט טראגער וואס גייט אדורך ווערט באפאלען מיט קללות און קלעפ והמפורסם אין צריך ראיה
אויב כ'מעג אביסל פארדרייען ווייטער דעם שמועס.
נבוכדנאצר.
כ'מיין אז די שארפסע ווערטער וואס מען קען טרעפן איז אין צוויי פלעצער:
א) משמרת הבית פון רשב"א אקעגן דעם רא"ה
ב) פון מהרש"ל אקעגן רמב"ם.
ממש שרעקעדיג.
עס איז אויך אינטערעסאנט צו זען די תשובות פון מהר"י בירב אקעגן דעם מהרלב"ח וועגן סמיכה
אדרבא
עס הייסט נישט פארדרייען א שמועס
איך מיין אז דער מלחמות (רמב"ן) מיט'ן בעל המאור אין מס' שבת איז ממש הפלא ופלא.
מ'דארף אפילו נישט קענען די סגי' נאר די לשונות פון אונהייב יעדעס שטיקל איז געפערליך.
איבער די לשונות פון ראב"ד בהשגותיו על הרמב"ם האב איך געזעהן אן אינטערסאנט שטיקל און דעם ספר משנת חכמים על מס' אבות פון מהר"ם חגיז (בהקדמה?).
אז ווי באלד דער רמב"ם האט געשריבען זיין ספר כאילו דאס דארף זיין דער הלכה פאר כל ישראל בלי שום חולק כנתינתה מסיני . כדי צו קענען זיין א חולק האט דער ראב"ד געמוזט נוצן לשונות להקטין קצת ההערצה לספר היד כאלו כביכול אסור לחלוק עליו. וזה אינו
און דאס איז אויך דער טעם פארוואס מ'זעט שארפע לשונות בין תנאים ואמוראים כגון "שיננא" ועוד כאלו. אלס כדי להוציא מדעתן של אנשים שאסור לחלוק
(אין הספר תח"י איך שרייב פון זכרון)
והנני להמליץ בעד באטשי היקר, ער נוצט די לשונות בנוגע די שיטה נאר ווייל ער וויל דאס זעלבע זאל מען קלערען בנוגע הספר ויואל משה.
אז דער סאטמאר רב שטייט נישט העכער פונעם רמב"ם ועוד און אין תורה מוז מען קענען חולק זיין...
פארשטייט זיך מיט גוטע ריאות וסברות כיד ה' הטובה
איך שרייב עס ווייל עס איז דאך א מצוה מפורשת לדון את חברינו לכף זכות
אדער איז בעסער דער אייקון? >>>>
רבותי, קודם א הקדמה קטנה. איך בין א סאטמארער חסיד, איך טראג נישט מיטן עירוב אין וויליאמסבורג, ווייל אויב עס איז דא א חשש אז מרן מסאטמאר זי"ע האט גהאלטען אז נישט, האב איך מורא יא צו טראגען.
אבער בכל זאת, וויל איך אייך פרעגען, אחינו לדעה חסידי סאטמאר, עס איז דאך נישט קלאר 100 פראצענט, וואס פונקטליך איז גוועהן דעת קדשו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, עס זענען דאך דא גאונים מפורסמים שליט"א וואס זאגן קלאר אז זיין שיטה איז גוועהן להיתר (זעה בייגלייגט די תשובה פון הגאון המפורסם האבדק"ק אונגוואר שליט"א).
אויב אזוי פון ווי נעמט זיך דער היתר אויף נאכצושרייען אנדערע וואס האלטען אז דעת קדשו של רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז גוועהן להיתר ?
מבזה זיין יענעם איז דאך אן איסור דאורייתא ממש (ומאידך דער איסור אויפן עירוב איז "אפשר" א דרבנן), און ווי חז"ל זאגן מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש, ואל ילבין פני חברו ברבים. רבותי מאכט א חשבון איז נישטא דא קיין יצא שכרו בהפסדו ?
[בילד – נישט אפגעהיט]
המשך:
[בילד – נישט אפגעהיט]