מאה_אחוז:
ס'קען זיין אז די קלויזנבורגע און בעלזע אין פאפאנע ווילען וואזן אז זיי לאזן זיך נישט טרעטן פין די סאקמערע, און זיי ווילן וואזען אז ניין סאטמער איז נישט בעה"ב און ווילי, און אויב זייער רב זאגט אז מותר איז מותר, אין זיי לאכן זיך אויס פון די אלע מוחים. אין זיי טראגן דווקא יא אין ווי מער, וואס באמת איז דאס א געפעליכע פארברעך, טא , אז מיר האלטן מיר זענען בעה"ב ווער זענען זיי צי וואזן אז נישט. אין ווי גייט דער לשון "ווער האט דיך געפרעגט וואספארא רעכט האסטו צו זאגן א דעה"
אבער אויב מיינען זיי מיט דעם צו ברעכן זיי די כוח פינם רעבען האבן זיי א גרויסע מיסטעק.
ווייל ווי קען זיין אז די רבי האט געהאלטן אז ס'איז אסור אין די צייט וואס די פריערדיגע וואס זענען געווען פון בית דינו של רבינו האבן שטארק געשטיצט די עירוב ווי
הגה"צ מפאפא, משארמאש, מסאמבאטהעלי, מטשאקאווע, מאראד, זצ"ל. האבן זיי נישט געוויסט תשל"ג-תשל"ד אז די רבי קאכט א קעגן דעם עירוב?
אזוי לאנג ווי די רבי האט געלעבט האט קיינער נישט געוואגט זיך ציפאריפען אויפן רעבען אז ער איז געגען די עירוב חאטש ס'איז געווען דעלמאס אויך וואס האבן געוואלט שטערן.
ווי קען מען קומען און זיך נישט שעמען אין זאגן אז די רבי האט געהאלטן אז עס איז דא א
חשש פון רה"ר ווי די חכמי ליטא, ווען די רבי האט געזאגט פאר הגרנ"י מייזעלס און פאר פאיע רב אז וויליאמסבורג איז
זיכער ז י כ ע ר נישט קיין רשות הרבים דאורייתא.
ווי קען זיין אז די רבי האט געהאלטן אז ס'איז אסור אין שאפראנע רב געט א ווארעמע הסכמה פאר צ.ה.ג. פון יא צו מאכן א עירוב אין שטאט.
דאס איז א צחוק מכאיב...
וואס ברענגט אפשר יא אינטער די כוח פין רבה"ק איז ווען זיין עדה ווערט א פארטיי ווי אלע פארטייען, און זענען גרייט אן בושה צו פארקוקען אויפן אמת ווייל אזוי לוינט זיך , אדער קוקט אויס אז עס לוינט זיך.
די רבי האט אינז געלערענט אז אפילה אויב ער וועט קימען אין זאגן אז מיר זאלן עובר זאן אויף רצון ה' זאלן מיר נישט פאלגן. דאס הייסט אויב די רבי זאל אליין הייסן נאכלויפן פרויען אין די גאסן, אדער נאך שרייען א צווייטע איד, חאטש ער פאלגט זיין רב,דארף מען אראנפאפען, זענען מיר טאקע יא א פארטיי ווי יעדע פארטיי ?
איז טאקע סוף סוף יא געלינגען פאר די קלויזנבורגע צי וואזען אז רבה"ק לעבט נישט?!?!
תוקן על ידי - findodort - 21/12/2005 6:32:59