מיר האבן היינט געליינט אין די תורה "ויזד יעקב נזיד", יעקב האט אפגעקאכט א פיין געקעכטס, עשו קומט אריין און שרייט אויס בקול רעש גדול "הלעיטני נא מן האדם האדם הזה", ווי רש"י איז מסביר: איך וועל מיר עפענען דאס מויל, און דו גיס נאר אריין וויפיל עס גייט...
רש"י שרייבט אז דאס איז געווען עדשים אדומות, און פארוואס פונקט דאס? ווייל דאס איז רינדעכיג, און אבילות/טרויער איז אויך א זאך וואס דרייט זיך ארום אין די וועלט, אדער ווייל עדשים האבן נישט קיין עפענונג (מויל), און א אבל איז אויך אסור צו גריסן.
דער רבי אין חדר זאגט: רויטע לינדזען.
אלע קינדער שרייען נאך מיט א הויך קול: רויטע לינדזען.
אבער וויי געוואלד: וואס מיינט רויטע לינדזען?
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דאס איז? (א בילד דערפון האט איר אפשר?).
יישר כח למפרע!

וואס מיינט אבער "עדשים אדומות"?