היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הלעיטני נא מן האדום האדום.. 13 עוו.

הלעיטני נא מן האדום האדום.. 13 עוו.

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1695021

בןמלך » 30/11/2005 20:56

א גאר מאדנע זאך האב איך געזען היינט אויף די דרייצענטע עוו.
א אידישע בעקעריי מיט א גאר היימישע השגחה, טוט אדווערטייזן אויף זייער טיר און פענסטער:
ויזד יעקב נזיד..."הלעיטני נא מן האדום האדום הזה"...
די ספעשל פאר די וואך פרשת תולדות איז רויטע ---- קוקיס...
איך מוטשע מיך זייער צו פארשטיין די עמקות.
עס איז מעגליך אז דער בעקער האלט זיך פאר א יעקב, און ער מאכט א גוטן רויטן "נזיד...". אבער וועם האלט ער פאר אן עשו אז ער זאל וועלן זיך פארקויפן און עסן פון די נזיד עדשים וואס ער האט אנגעריכטן?
אפשר קען מיר איינער צוהעלפן.


קרעמער » 30/11/2005 21:05

אהא, הייסט דאס אז דו האלטסט שוין נאכן פארשטיין "ויהי בחצי הלילה דודי סעיל", און "בני ישראל יוצאים מיט ליבער'ס פאטעיטא טשיפס".

Baachi » 30/11/2005 21:16

האוז אבאוט

"נבילה אנד טריפה קא. אינק."



קומטס ראמבלען ביי אונז



זייטס מקיים: לכלב תשליכון אותו

לאוולי » 30/11/2005 22:31

גיי אריין און קוק ווער סקויפט די קוקיס וועסטו וויסן ווער דער עשיו איז.

yohcee718 » 30/11/2005 22:31

באטשי!

tzvibp28 » 30/11/2005 22:33

באטשי!

knowit_all » 30/11/2005 22:47

Schi=cks Bakery on 16th Ave. has weekly specials based on the weeks parsha.
Breishis=Black & White Coockies
Noach- Rainbow Coockiesetc. etc.

Baachi » 30/11/2005 23:00

וואס וועט זיין קומענדיגע וואך?

קומט זייט מקיים: ויאכל גם אכל
עסט אונזער טשעקער בארד: עקודים נקודים וברודים
אנגעפילט מיט טעם פון די אריגינאלע: דודאים בשדה
סערווירט דורך: הרהטים בשקתות
באצאלט מיט קרעדיט קארדס:ויברח הוא וכל אשר לו

בכבוד רב
אייערע געטרייע צוויי פריינד: גנובתי יום און גנובתי לילה



תוקן על ידי - baachi - 30/11/2005 23:04:12

chaimson » 30/11/2005 23:05

איך האב געזען אן אווארטייסמענט פון א היימישער בייקערי לכבוד שבועות, עס איז געווען א בילד פון די וואלקענס און עס קומט אראפ פון הימל CHEESE CAKE און עס שטייט MADE IN HEAVEN

תוקן על ידי - chaimson - 30/11/2005 23:05:18

yohcee718 » 30/11/2005 23:40

"באצאלט מיט קרעדיט קארדס:ויברח הוא וכל אשר לו "

אדער ויעקבני זה פעמים
SWIPE IT AGAIN



תוקן על ידי - yohcee718 - 30/11/2005 23:39:51

קרעמער » 1/12/2005 02:41

שפאציר איך אריין אין רעסטוראנט פרשת וישלח, איך באשטעל זיך א כמעשה'דיגן בראנטש, פרעג איך אים מה בצע? זאגט ער מיר תיישים עשרים!

פאר די וואס האבן געלערנט אין ... פרעגט איבער.

פישפקלדיין » 1/12/2005 02:58

און אז דער נייער פאמאראנץ געטראנק איז Totally Heimish האט איר שוין געהערט?
מען קען אפשר זאגן: הלעיטנו נא מן הרויטע פאמאראנץ הזה.

natan101 » 1/12/2005 04:05

קרעמער טייערער

האט איר געמיינט

"תשים עשרים" אדער "עשרים ושתיים"?

עליכם_שלום » 1/12/2005 04:29


פר' וירא בין איך פונקט אדורך דארט, האב איך באמערקט אין פענסטער, ביליו איט אר נאט...

ויהפוך את הערים האלה סעיל!


עפל טוירנאויווערס סעיל!

דער חברהמאן פון דער סעילס דעפארטמענט דארט, מוז זיין עפעס א באטעמטע אידעל.

worldwar » 1/12/2005 06:50

די פאמארענץ דזוס גאראנטירט לאנג לעבען כמיין הונדערט
(אויב שטארבט מען פריער באקומט מען צוריק דאס געלט)

gishmoker » 1/12/2005 17:49

באטשי גוט גוט אין כמוך בתגופות

בדו, די קרעדיט קארט ; ויחלף את משכרתי עשרת מונים...

=======

know itall

as far as i understand, the boro parkish bessere
gaatches are doing this due to their high level of knowledge in the chinuch educational procedure.
so, many kids, including themselves, may learn the top topics of the parshe thanks to those strange ads.

but. is that fair to be megashem the pasikim into a narishe cookie ?



תוקן על ידי - gishmoker - 01/12/2005 17:56:22

בןמלך » 1/12/2005 18:06

די בעקעריי איז די הערליכע לוקסוריעזע "ווייס בעקערי" בהשגחת התאחדות.
זיי האבן ידעדע וואך ספעשל'ס באזירט אויף די פרשה אדער סעזאן.
פיל מאל איז די מליצה גאר אינטערעסאנט, אבער צומאל קען מען לאכן און וויינען אינאיינעם. בפרט ווען נזיד עדשים מיינט קיילעכיגע רעספבערי קוקיס...

קרעמער » 1/12/2005 18:06

נתן101;

איך האב געשריבן "תיישים עשרים"

GO FIGURE

shabbos_23 » 1/12/2005 18:07

קרעמער יור גוד!! פאר די וואס כאפן נישט תיישים עשרים "טווענטי באקס.." נאדיר 3 אזעלכע..

natan101 » 1/12/2005 18:56

די יהדות החרדית פון ארה"ק האט נאך אלטס נישט פארשטאנען וואס איז די פירוש פונם ווארט "תיישים"?

קרעמער » 1/12/2005 21:08

נתן;

מאך זיך נישט אזוי תמ'יש, דו ביסט דאך א היימיש אינגל, האט דען דיין רבי נישט געטייטשט "תיישים = באָקן"?

יעצט "באקס" איז א לשון נקי (אדער מגונה) פאר געלט.

יעצט שטעל צוזאם די גאנצע ווערטל.

STILL NEED HELP?

אויסשווארץ » 1/12/2005 21:39

און וואס טוט זיך מיט א גוט שטיקל "דבר אחר"

אדער היינט האב איך געגעסן א גוט שטיקל "אבר מן החי".

די טשאלענט די וואך איז "מפרכס".

natan101 » 1/12/2005 23:49

אההה, יעצט הערט אויס ערעב קרעמער וואס אונזער טעות איז געווען,
אונז האבען געמיינט אז דע "..." מיינט "ישראל" יעצט כאפן מיר אז ס'האט פשוט געמיינט "חדר"...

קרעמער » 2/12/2005 00:01

נישט ישראל און נישט חדר. עס איז געווען א נוסח וואס איינער גלייכט דא זייער צו ניצן... וד"ל.