וואו קען איך קויפען קארטאנס פאר דרייסיג צו פינעף און דרייסיג דאלער?
בארא פאק און וויליאמסבורג
צו פארקויפען ציגערעטלעך אין נו יארק אזוי איז נישט לעגאל.
ממילא אזא שאלה באלאנגט נישט און א מקום ציבורי ווי "חדשות אנ"ש"
קרעדיט: "כיטוב03" אין "היימישע קרעטשמע"
תוקן על ידי - lumber - 15/11/2005 21:38:56
[בילד – נישט אפגעהיט]
עפשטיין, ביסט אויפ'ן קאפ געפאלען. ס'פונקט אזוי אומלעגאל ווי דזשעי וואלקינג. יעדער טוט עס.
אבער ביז דער ווייל זעה איך אז נאר די אויבער חכמים ענטפערען דא.
WASSA
אבער אויף J-WALKING וועסטו נישט קריגען א "וויזיט" פון די BATF
דער פארום געפינט זיך נישט אין ניו יורק, און איז נישט פארפליכטעט צו האלטען די ניו יורק געזעצען.
wassa;
די רייכערסט נאך ????
נתן
זיכער. ביז הונדערט און צוואנציג, אי"ה
נאך אלץ
צווישען דריי פיר א טאג?
נתן
איך האב מורא אז דו האסט מיר פארטוישט מיט א צווייטען. איך רייכער קיין עין הרע צווישען אנדערטהאלבען מיט צוויי פושקעס א טאג.
אבער פאר דיין טאטע האסטו געזאגט "צווישען דריי און פיר" ניין ?
ניין
איך בין נייגעריג וועמען דו מיינסט אז איך בין. קענסט מיר עס שיקען אין אישי.
דוגמה!
[בילד – נישט אפגעהיט]
די לעצטע מאל איך האב באשטעלט פון YESMOKE מיט עטליכע חדשים צוריק האב איך עס קיינמאל נישט באקומען. נאך א צוויי דריי חדשים האב איך באקומען א בריעוו פון רעגיערונג אז קאסטאמס האט עס צוגענומען.
איך וואלט געווען גרייט צוצוצאלען ביז דרייסיג אדער פינעף און דרייסיג אבי קענען קויפען אויפ'ן פלאץ אין ניו יורק.