די שעדליכקייט פון רויכערן!!!
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1670684
ב"ה אריינקומענדיג דא אין קרעטשמע זע איך אז קיינער פארלעצט נישט דעם געזעץ פון רייכערן אין פובליק, אבער עס איז אלעמאל דא פלאץ אויס צושמועסן דעם ענין.
אדרבה טייערע ליינער איך ליידן אייך איין אנצופאנגען א דעבאטע איבער דעם נושא.
[בילד – נישט אפגעהיט]
לדעתי העני' געבעסט אויף שטודיעס פון דאקטוירים, איז ציגרעטליך א זאך וואס די באדי קען פארנעמן, אזוי האט גאט אונז באשאפן, איצט יעדע באדי קען פארנעמן אסאך זאכן, למשל סטעק, פארשטייט זיך אליין אז א מענטש וועט זיך איבערעסן מיט סטעק דאן איז ער אין א סכנה, די זעלבע סיסטעם איז ציגרעטליך, נאר היות ציגרעטליך האט א ניקאטין וואס ציט ווייטער צו רייכערן, ממילא איז שווער אז א מענטש זאל האבן א נארמאלער סיסטעם, אז ער רייכערט נאר כך וכך א טאג, למשל פינף, וואס אויף דעם איז דא א שטודיע נאך אויף היינטיגע צייטן, וואס די לופט איז פול מיט פאלושן, אז סי פעלט זיך אויס פאר די באדי סיסטעם, סאו ממילא שרייען זיי אלע אז די ערשטע ציגרעטל איז סם המות, וכו'
למעשה ביסטו מודה אז עס איז א פראבלעם,
איך האב געהאט א שטארקע מלחמה מיט מיר אליינס (און -ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין- מיין ווייב) און שוין זעקס יאר צו גוטן וואס איך האב נישט אריינגענומען אין מויל קיין ציגאר.
איך קען אייך זאגן איין זאך, ווי גוט איך האב מיך געשפירט נאכן רייכערן, פיל איך יעצט אסאך בעסער.
כיטוב03;
דו ביסט אפשר א נביא? א תופס מחשבות? פונקט היינט האב איך געוואלט גרינדן אן אשכול וואס זאל דעבאטירן אט דעם נושא פון רייכערן.
די איינציגע סיבה פארוואס איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון דאס טאן איז: ווייל מיר פארמאגן דא צווישן די ליינער עטליכע שווערע רויכערער, און איך האב זיי נישט געוואלט קריכן אויף די הינער אויג (אויב דאס איז נאכנישט אוועק ביי זיי מיטן רויך).
אבער אז איר ברענגט דאס שוין אויף, וויל איך טאקע ארויסברענגן מיין עקל און אפשיי פון רויכערער... אנטשולדיגט מיר, איך האב גארנישט קעגן אייך פערזענליך, אבער די רויך וואס קומט ארויס פון אייער ציגארעטל און די גערוך דערפון, זיי הרג'נען מיר (אויסער וואס זיי ממית'ן אייער געזונט, און דאס פון אייער ווייב און קינדער).
דא האט איר איין זייט פון די דעבאטע. יעצט לאמיר הערן וואס איר האט צו זאגען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער, איך בין מיט דיר. רויכערען איז ביי מיר א גרויל.
ביי אונז אין אפיס ארבעט א נישט אידישע פרוי און זי רייכערט, זי ווייסט אז זי וויל צו מיר אריין קומען מיז זי ערשט פארלעשען דעם קוימען.
יישר כח נאטורליך;
כאטשיג האב איך איינעם אויף מיין זייט
[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער איך בין אלל דע וועי מיט דיר,
איך עקיל מיך זייער פין איינעם וואס רייכערט, אויף אזוי ווייט.... איינער וואס רייכערט געב איך נישט קיין היטש מיט מיין קאר, אין דאס מיין איך וועט איר אלע מודה זיין צו מיר, אז דאס ערגסטע איז אין די פאבליק טולעטס, וואס דארט איז עס ממש נישט אויס צי האלטן.
די בארירסט א פוינט, אין די פובליק טוילעטס איז עס ממש שרעקליך, ווער רעדט נאך אין טוילעט פון מקוה, איך בין נישט אנגעטאן בשמונה בגדים, און מיין שכן לאזט זיך וואויל גיין אויף מיין חשבון, אזש נאכן נעמען א שויער דארף איך איבערנעמען.
חברה איין זאך האט איר שוין זיכער אויפגעטוהן, וועלנדיג שרייבן די תגובה האב איך פארלאשן דעם ציגרעטל ביי האלב.
אז פארברענגן האט שוין דערמאנט א היטש, וויל איך אייך עפעס פרעגן, איך פיר זיך צו געבן אסאך היטשעס, דאס איז איינע פון מיינע מצות, סאו מיין שאלה איז ווען איך האלט אינמיטן מיין ציגרעטל, איך מיין צו זאגן צופרי די צווייטע, און ביינאכט די פינפטע, און איך וויל געבן א היטש, בין איך מחויב אויסצולעשן דעם ציגרעטל, אדער בעסער נישט געבן קיין היטש.
אסאך מאל גייט עס מיר ממש אויף די נערוון, ווען איך זעה א איד וואס שטייט אויף א היטש און איך בין איהם חושד אז ער וועט מיר פארהאלטן פארוואס איך רייכער, יעמאלט געב איך איהם דוקא יא א היטש, און איך וויל איהם מסביר זיין מיין אויבנדערמאנטע הסבר, אבער ליידער לא איסתייע מילתא, קיינער האט מיר נאך נישט געזאגט קיין ווארט
איך האב אמאהל געדאווענט אין א שול וואס עטליכע האבען זיך אפגערעדט אז די רייכענען שטערט זיי און מ'זאל מאכען א באזונדערע צימער פאר דעם
האט די רב געענפערט אז א געזונטע מענטש שטערט איהם נישט די רויעך, איז וועם יא? די קראנקע, נו זאל מען מאכען א צימער פאר אלע קראנקע און די געזונטע זאלען בלייבען אין ביהמ"ד...
נאך פאר איך האב געהאט צייט אפצוליינען די אשכול האט מיר די דראנג פאר א ציגארעטל אנגעפאנגען אזוי שטארק נאגן אז יך עס איבער געלאזט אינדערמיט און...
פויער שרייבט:
ביי אונז אין קאזאנסטינטאוו האט דער טאטע פארויכערט שטענדיג א ציגאר און די מאמע האט דאס נישט געגליכן.
אזוי האט מען זיך אויף יעדע זאך געאמפערט...
{איבערגעשריבן צוליב א בילד וואס איז געווען אנטקעגן די תקנות הפורום, מיט אנטשולדיגונג, און גרויס האפענונג פאר איינזעעניש. יישר כח}
איך בין גראדע יא א רויכערער און איך פלאן כלל נישט אויפצוהערן!
ס'נישט אזוי געפערלעך ווי מ'מאכט דאס, איך זאג נישט, איך ווייס אויך ס'נישט עפעס דאס געזונטסטע זאך, אבער ס'נישט אזוי געפערלעך.
די פראפעגאנדע וואס מ'מאכט דערקעגן, די נאכאנאדיגע רעקלאמעס דערקעגן, וואס מען זעט כסדר, דאס איז א גרויס חלק פארוואס רוב מענטשן זענען דערקעגן.
אפשר קענט איר מיר זאגן וויפיל מענטשן איר קענט וואס זענען נישט געזונט נאר צוליב די סיבה פון רויכערן?
און יא... אהא... די וואס זיי שטייען נעבן רויכערער איז נאך סאך ערגער.
פון ווי ווייסטע?
ס'הייסט פון ווי? ווייל רוב מתים האבן דאך נישט גערייכערט... אלא מאי מיז מען זאגן זענען געשטאנען נעבן רויכערער.
יא, אז דער ריח שטערט פאר מענטשן, דאס פארשטיי איך. איך רייכער טאקע נישט אויף א פלאץ ווי ס'קען איינעם שטערן.
איך בין אויך א סמאקער.
איך רייכער נישט אינדערהיים, און בין זיך משתדל נישט צו רויכערן נעבן מיין רעבצען.
די אלע דאקטורים און פראפעסער'ס וואס שרייען מ'זאל נישט רייכערען, זיי אליין'ס רייכערען אויך.
אמאל פלעג איך רייכערען 2-3 פעקלעך א טאג, היינטיגע צייטן שוין ווייניגער, ווענדט זיך ווי בארד איך בין.
אזוי ווי קרעמער האט נישט געוואלט זיין דער ערשטער וואס איז קעגן ציגרעטלך האב איך נישט געוואלט זיין די ערשטער וואס נעמט זיך אן פאר ציגרעטלך
געלויבט איז דער וואס האט אויסגעטראפן די זאך ציגרעטלך
א געווענליכע טאג רייכער איך 10-15 ציגרעטלך א טאג וואס די קרעטשמע איז ליידיג רייכער איך 15-20 ציגרעטלך
אין קרית יואל איז אמאל געווען א איד וואס איז געווען זייער שטארק אקעגן ציגרעטליך איך בין נייגעריג אויב ער האט דא א ניק
איך וויל נישט באקלאפן די ביינער פון מיינע פולצאליגע חברים וואס רויכערן, אבער פאלגענד איז א לינק פון הערליכע בילדער פון אייער פאררייכערטע לונג:
http://images.google.com/images?q=smokers+lung&svnum=10&hl=en&lr=אבער שרעקט אייך נישט... עה... ס'קען גארנישט געשען... איי? פיטער דזשענינגס האט געפייגערט ווי א הונט נישט לאנג צוריק צוליב דעם וואס ער איז געווען א שרעקליכע שווערע רויכערער? עה... כאפט אריין א ציה.
[בילד – נישט אפגעהיט]אבער פארגעסט נישט!
[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער
די מיינסט אז דעס וועט מיר מאכן אויפגעבן די געשמאקע ציגרעטלך?
איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וואס גרוילן זיך פון דעם אויבערשטן בילד (נישט פון די ציגארעטן...).
אבער א פאקט איז א פאקט, און איך האב געהערט פון מענטשן אז נאכן זעהן וויאזוי די לונג קוקט אויס, רייכערט זיך גאר אנדערש. (נישט בעסער...).
קרעמער
די מיינסט עכט אז דעס איז א פיקטשער פון איינעמס לינגען?
Compare the above picture with the picture from a non smoker's lung
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין אלל די וועי פאר רייכערן, בנוגע היטשעס; ווען איך געב א היטש פאר איינעם, האלט איך מיך נישט צוריק פון רייכערן.
כ'געדענק ווען איך האב ארויסגעטראגן קרעמער באטשי קיין מאנראוי, פרעגט ער מיך וואס איז די תאווה פון רייכערן, ער וויל פארשטיין פונקטליך וכו'. (איך קען נישט דא שרייבן פונקטליך וואס ער האט געפרעגט, ס'איז קעגן די תקנות הקרעטשמע.)
אוי וויי, דערמאן מיר נישט יענע נסיעה... מיין לונג איז נאכנישט אפגערייניגט געווארן זינט דאן.
אגב, ווען דער קעניג האט געוויילט ביי מיר אין די קרעטשמע האט ער געפרעגט אויב ער מעג רייכערן, אבער איך האב אים געזאגט אז די 'בני בית' (נאך א צונאמען פאר מיר אליין) גלייכן נישט דעם גערוך...
סאו הייסט אז די בילד וואס די האסט פריער ארויפגעלייגט פון א פארויכערטע לונג איז גאר דיינס...
פענסטער דאס ממש האב איך איהם געוואלט פרעגן ליינענדיג זיין טעגיווע, נאר דו האסט מיר אויסגעכאפט, באט מאכט נישט.
דאס איז אן ענין פון טפיסעת מאכשאווע
אין דא האט איר א בילד פון די הונט וואס האט גערייכערט
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי אלט זענט איר געווען ביים אנהויבן ?
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
נתן די בילדער קומט אין אן אשקול אנדער דע נעם
סיז נישט שעדליך צו רויכערן
בדרך אגב האלט איך איצט א ציגרעטל אין האנטאיך אויך!
וועלכע סארט רייכערסטו?
דאס איז מיינע
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב גערעדט צו איינעם היינט, זאגט ער מיר: די סיבה פארוואס איך רייכער נישט איז ווייל איך דארף שיינע 'פינקע' לונגען, די וואס רייכערן האבן גרויליגע שווארצע לונגען.
עס איז באקאנט אז דער צאנזער רב פלעגט רייכערן (קרעמער: קארעקט מי איף איים ראנג) ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט "גערייכערטע פלייש האלט זיך לענגער"
איך רייכער אדער פארלעמאנט, ווייל דאס קומט א 3 פעק פאר ארום 12 דולר, און אז איך האב עפעס ביליגע מארלבארא לייט'ס, פאר ארום 3 דולר, דאן רויכער איך דאס
איך רייכער פארלעמאנט, ווייל איך האב דאס ליב מערער.
here u go i love parleiment and im smooking about a box a day
and i wont get blackmailed by any one not in here and not in shul. vda"l
One big "Nekume" i have in the smokers, The taxes are raising on cigarettes like never before, They are spending a fortun on it.
סושי די צאלסט פאר די געז פון דיין קאר און איך צאל פאר מיינע ציגרעטלך
נארעלע אידעלעך קויפן ביים דוטי פרי....
First of all it still dosent cost me more than tow years ago
Second of two even it will it pays just like u spend on all other items u like
Dear Noto..
Hashem should help and you will buy a car will you pay for both...
תוקן על ידי - sushi123 - 16/11/2005 23:47:32סושי
אמן פאר דיין ברכה און איך וועל צוריק ווינטשן א ברכת הדיוט אז דער אייבישטער זאל העלפן די זאלסט מער נישט האבן קיין פראבלעימן מיט די וואס רייכערן אין די פובליק טוילעטס אדער אין טוילעט פון מקוה
A Charlotte, North Carolina man, having purchased a box of 24 rare and very expensive cigars, insured them against... fire. Within a month, having smoked his entire stockpile of fabulous cigars, and having yet to make a single premium payment on the policy, the man filed a claim against the insurance company.
In his claim, the man stated that he had lost the cigars in "a series of small fires." The insurance company refused to pay, citing the obvious reason: that the man had consumed the cigars in a normal fashion. The man sued, and won.
In delivering his ruling, the judge stated that the man held a policy from the company in which it was warranted that the cigars were insurable. The company, in the policy, had also guaranteed that it would insure the cigars against fire, without defining what it considered to be "unacceptable fire," and so, the company was obligated to compensate the insured for his loss. Rather than endure a lengthy and costly appeal process, the insurance company accepted the judge's ruling and paid the man $15,000 for the rare cigars he had lost in "the fires."
However, shortly after the man cashed his check, the insurance company had him arrested on 24 counts of arson. With his own insurance claim and testimony from the previous case used as evidence against him, the man was convicted of intentionally burning the rare cigars and sentenced to 24 consecutive one-year prison terms.
NOT TO
A-1
הא הא הא, איך לאך נאך אלץ פון נאט-טו-ביזי'ס וויץ...
==
איר קענט מיר רופן ראסיסט, אידן-פיינט, וכל שם וחניכא דאית להו. אבער ווען איך זעה א ארץ ישראל'דיגע איד גיין נאך געלט אין בית המדרש, און איך געב אים - לאמיר זאגען - א טאלער (אי"ה אין אן אנדער געלעגנהייט וועלן מיר פונקטליך אויסשמועסן אויב, ווען, און וויפיל איך געב פאר צדקה), דאן גיי איך ארויס אין גאס און איך באמערק דעם איד פאררייכערן א ציגארעטל...
איך שפיר ווי ער האט צוזאמגעדרייט מיין דאלער און דאס אנגעצינדן ביים עק און אויסגעווארט ביז עס גייט אוועק מיטן רויך!
יא, איך ווייס פון די הלכה אז מען ברויך צושטעלן פאר אן ארימאן אפילו א פערד צו רייטן דערויף. אבער מיט מיין איינזייטיגן אומרייכערער בליק באטראכט איך אים ווי א מאביד עצמו לדעת!
זאל ער זיך מאכן א חשבון פעדער און פאפיר און אויסרעכענען וויפיל געלט עס גייט אים אוועק מיטן רויך, וועט ער זעהן אז איין נסיעה קיין אמעריקע וואלט ער זיך איינגעשפארט (איך וויל אים נישט אוועקנעמען די וואקאציע פון זיין ווייב ח"ו... אבער ער וואלט געקענט סתם אהערקומען אן ארומלויפן יעדן צופריה אין די שוהלן).
אפשר זאל ער מאכן א חשבון וויפיל געלט סיגייט איהם אויס פאר עסן מיטאג אלע טאג, וואס גייט אלע טאג אין זיין בויך אריין?
מ'קען זיך באגיין אהן מיטאג, פונקט וואו מ'קען זיך באגיין אהן א ציגרעטל.
מ'קען זיך באגיין אן מיטאג?
איך האב היינט געהאט ב"ה א נארהאפטיגן פרישטאג, א נארהאפטיגע מיטאג, און... איך בין יעצט הונגעריג ווי א בער... גרייט איינצושלינגען וואס עס קומט אונטער די האנט.
יא אבער די איזריילים עסן נישט אזוי פיל וואו ביין-אונז אינדערהיים, זיי האבן נישט קיין אונגארישע ווייבער וואס זאלן זיי קאכן א גוטן מיטאג
Man Gets 15 Months for Smoking on Plane
Nov 17, 5:41 PM (ET)
ATHENS, Greece (AP) - A Greek court sentenced a man to 15 months in prison for smoking on a plane, and then hitting a male flight attendant who told him to put his cigarette out, court officials said Thursday.
The 50-year-old Greek resident of New York was also convicted of endangering the aircraft. He was traveling on Olympic Airlines Flight No. 412 from New York to Athens last week.
Flight attendants said the defendant had been smoking in the main passenger area of the plane and in the toilet.
The man, who remains free pending appeal, said a 45-minute delay in takeoff from New York had made him nervous.
http://apnews.myway.com/article/20051117/D8DUGED8A.html