היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » א באזוך ביי קרעמער מנהל פון "היימישע קרע

א באזוך ביי קרעמער מנהל פון "היימישע קרע

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1671141

jewboy » 15/11/2005 14:38

א באזוך ביי קרעמער מנהל פון "היימישע קרעטשמע"
אויפן טלעפאן געשפרעך האב איך זייער הנאה געהאט באט ער האט מיר געקאלט פונקט ווען איין פיס איז געווען אין בי ענד העיטש סטאר און איין פיס אינדרויסן, אבער מיט דעם אלעם האב איך גערעדט מיט עם קרוב צו א האלבע שעה, מיר האבן געהאט זייער א שיינע שמועס.
שפעטער אויפדערנאכט האב איך עם צוריקגעקאלט און מיר האבן אפגעמאכט מיר גייען זיך טרעפן אויפן טעלעפאן פרעג איך עם ווי ווי אזוי וועלן מיר זיך דערקענען? ער האט געזאגט ווי ער זעהט אויס (באט איך וועל נישט שרייבן ווי אזוי), און איך האב עם געזאגט אז מיר איז זייער גרינג צו דערקענען איך גיי מיט א יוראפעישין דאטשיקל, ער האט מיר דערקענט פאר איך האב עם דערקענט, איי ואז סופרייזט ווי אזוי ער זעהט אויס, ער זעהט עכט אויס ווי איינער וואס פירט א קרעטשמע.
ער האט מיר גענומען צו זיך אין קרעטשמע איך מוז ענק (זאגן) שרייבן אויב האט איר געמיינט אז עס איז נישט דא היינט אזוי ווי די אמאליגע קרעטשמע'ס האט איר א טעות.
א שטיקל באגריף ווי ס'זעהט אויס דארט:
ביים טיר איז דא פארשידענע געקאלערטע בלעטער מיט ביימער פונקט אזוי ווי אין וואלד, דערנעבן איז דא פיר רעדלדיגע וואגאנען אלטע און נייע (אן קיין פערד) דיקע און דינע רעדלעך. אריינגייענדיג צום קרעטשמע איך גענומען א בעסערע בענקל נישט קיין צובראכענע כ'האב נישט געוואלט אראפ פאלן אינמיטן, די טיש האב איך געזעהן האלט זיך אויף האלץ און עס געווען דארט כל מיני געטראנקען און צובייסעכער איך קען נישט אלעס אויסרעכענען ווייל די ליסט איז גרויס, איך באשטעלט פאר מיר א סקראדרייווער טרונק דאס איז צאמגעשטעלט פון וויסקי-סקאטש מיט אראנדזש דזשאס, אינטרעסאנט צו באמערקן. אז עס איז דא דארט א פליישיגע אפטיילונג איך מיין אז עס איז די איינציגסטע קרעטשמע וואס האט צוויי אפטיילונגען פאר אונז יודן, מיר האבן שיין פארברענגט קרוב צו א שעה צייט. איך האב זייער הנאה געהאט ביי עם, איך האף אז ער אויך.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=1663174

תוקן על ידי - פענסטער - 16/11/2005 2:03:20

זארעכפעפער » 15/11/2005 22:07

איך ווייס נישט צי איר זיינט געווען אויפן ריכטיגן אדרעס... ווייל קרעמער איז שוין נישט דער מנהל פון די קרעטשמע

קרעמער » 15/11/2005 22:24

אבי ער איז נישט געווען ביי דיר אינדערהיים ר' זרח.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זארעכפעפער » 15/11/2005 22:27

וואס איז דער אבי?
וואס פאר א שייכות האט דאס בילד מיט דיין תגובה?
און בעיקר ווער רעדט צו דיר?

נא, שנעל, פאוסט נאך א בילד און פארדריי דעם אשכול...

קרעמער » 15/11/2005 22:45

איי וויי

ר' זרח;

איך האף איר זענט נישט באליידיגט ח"ו פון דאס קליין צינגל וואס מיין בעיבאלע שטעקט אייך ארויס (האט נישט מורא, איך האב שוין געלייגט 'פעפער'...).

פון היינט און ווייטער וועט ער שוין זיין וואויל אי"ה.


[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 15/11/2005 22:48

יעצט וועל איך פרובירן מסביר זיין דעם 'אבי' עד שר שלום.

עס האט אויסגעקוקט פון דיין תגובה אז דו רעדסט פון קנאה... יא, דו וואלסט געוואלט אז דער מלך זאל אפשטאטן א באזוך אויך אין דיין דיינ'ישער רעזידענץ. דעריבער - אנשטאט אנרופן דעם קעניג און אים לאדענען אדער באשטעלן אן אוידענץ ביי אים אין פאלאץ - האסטו פרובירט מיר אטאקירן דורך אויפברענגן אז איך 'לויף' (ראן) שוין נישט די קרעטשמע...

און איך פיר זיך אז ווען איינער באליידיגט מיר... מאך איך אים אוועק... דאסמאל האב איך געלאזט מיין קליינטשיגן טאן דעם דזשאב אנשטאט מיר
[בילד – נישט אפגעהיט]

זארעכפעפער » 15/11/2005 23:02

איך בין נאך נישט זיכער אז דער ערשטער בילד וואס האט לכאורה געזאלט מאכן דעם דזשאב איז דיין קליינטשיגער איך האב מורא אז דאס ביסטו אליין...

ווייל מיט דיינע פיקטשער געפאוסטאכטס קוקסטע אויס ווי דער שנה ראשונה אינגערמאן וואס איז געוואויר געווארן דעם סוד העי..

---
יעצט צו דעם אבי עד[ארויסגענומען צוליב וואס גרעניצט זיך אפשר מיט פוליטיק וואס איז קייגן תקנות הפורום]

איך האב דיך אטאקירט ח"ו, איך האב נאר אויפמערקזאם געמאכט אז ער איז לכאורה נישט געווען ביים ריכטיגן אדרעס ווייל דו ביסט מער נישט דער מנהל על כל פנים לפנים...

gishmoker » 15/11/2005 23:04

ריכטער פעפפער

בארוהיגט אייך.... ער איז בכלל נישט דער קעניג....

קרעמער » 15/11/2005 23:26

זרח;

יעצט האסטו מיר אבער יא אטאקירט...

איך האב ביז יעצט געמיינט אז דער עולם גלייכט מיינע בילדער אלבום'ס.

אפשר זאל איך עפענען א באזונדער אשכול מיט דעם אנפראגע: דער עולם גלייכט מיינע בילדער, אדער נישט?

זארעכפעפער » 16/11/2005 01:31

הבהרה על ידי - זרעכפעפער - 18:27:58 15/11/2005

אויב דער באליבטער 'קרעמער' זאל לעבן האט זיך געשפירט אטאקירט ח"ו פון מיין לעצטע טעגיווע, וויל איך דא קלאר שטעלן, אז איך האב כאס וועכאלילע נישט דאס געמיינט.

אויב האט ער זיך געשפירט געטראפן בעט איך אים דא איבער.

קרעמער » 16/11/2005 01:55

מוטער לך מוטער לך מוטער לך

(ביי אונז פלעגט מען דאס זאגען בשעת'ן פאכן מיט די ערשטע פינגער... ווארענענדיג: מיין מאמע וועט זיך שוין אפרעכענען מיט דיר!).