היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א באזוך אין ניו יארק

א באזוך אין ניו יארק

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1663174

jewboy » 10/11/2005 08:05

ארויספארענדיג פון ירשלים עיה"ק צום לופט-פעלד האט גענומען גאנץ שנעל, ביים איינגעבן די רענצלעך אין ישראל האב איך געבעטן מ'זאל מיר ארויפלייגן א ווי איי פי סטיקער ווייל דארט גייט מען מיר אויפ-פיקן ווי איי פי, נאכן איינגעבן די רענצלעך זעמער ארויף אויבן ווי מ'סטעמפט די פאספארטן און אונז זעמער געגאנגען זוכן א פלאץ ווי מ'קען דאווענען, אזוי גייענדיג האמער געזעהן פון דערווייטענס א חבד טישל, די ליבאוויטשער דארט האבן יעדן דורכגייער געאפערט צו שאקלן מיטן לולב, און סי געווען אזוינע וואס האבן געשאקלט און אזוינע וואס נישט, שוין. איך שטעל מיר דאווענען דארט, און עפעס א חבדסקער רוימט מיר אריין אין אויער אז דא דערנעבן איז דא א ביהמ"ד, איך האב מיר זייער געפרייט דאס צו הערן, איך כאפ שנעל מיין האנדבאגזאש און איך גיי מיר אריין אין ביהמ"ד, איך קאל מיין רעבעצן זאגן אז איך גיי דאווענען אין ביהמ"ד פרעגט זי ווי? זאג איך איר דא ערגעץ איז דא א שול, (מיין ווייב האט שפאצירט אין לופט פטעלד ווי ביים טאטען אין וויינגארטן , ס'איז דעס ערשטע מאל וואס זי גייט פליען מיט א עראפלאן) שוין כ'האב מיר געשטעלט דאווענען, און ס'איז געווען מנין ב"ה, איז געווען דארט אפאר סאטמארע בחורים, וואס א חלק זענען געפארן מיט קאנטיננטל, און א חלק מיט די ציוניסטישע על אל די ליבאוויטשער האבן געליינט פונעם ספרדישן ס"ת און שוין.
נאכן דאווענען האבן מיר שפאצירט צום דיוטי פרי סטאר געקויפט אפאר קלייניגקייטן, און געגאנגען צום עראפלאן געיט, מיר גייען אריין אינעם עראפלאן, מיר זעצן זיך, ס'געווען היבש ליידיג און היבש געפילט מיט חסידים און עמך יודן.

אנקומענדיג קיין אמעריקא האבן מיר שוין געזעהן די גרויסע שאסייען פון די לופטן איך זאג מיין רעבעצן שווער צו גלייבן אז דאס איז שוין ניו יארק לויט ווי איך געדענק פארט מען אויך העכער אנדערע שטעט וואסאחילוק , די פליגער לאנדעט דער עולם געט א קלאטש יוצא צו זיין און מ'הייבט זיך אן גרייטן ארויס צו גיין, איך זאג מיין רעבעצן קענסט נאך רואיג בלייבן זיצן ס'איז נישטא דא ווי צו לויפן, דערנאך האבן מיר זיך געשטעלט אין די רייע ארויס צו גיין פונעם פליגער, און וועם זעהן מיר דארט ביים טיר? שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו ארי לייב האט אונז זייער שיין אויפגענומען א קאסטום גארד האט גענומען אונזערע פאספארטן גלייך געזיגלט אן דארפן ווארטן אין די ליין, מיינע רענצלעך האט זיך שוין געדרייט אויפן עסקלעיטער (ווי אויבן געשריבן האב איך אין ישראל געבעטן א ווי איי פי סטיקער) מען האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען מיטן לולב ב"ה ווי איך האב מורא געהאט אין ישראל עס מיט צו נעמען בכלל, ארויסגייענדיג האבן מיר געזעהן א סאטמארע יעלא באס וואס האט אפגעווארט די ישראל בחורים וואס זענען געקומען צו וויליאמסבורגער סאטמאר רב שליט"א, און האט אויך גענומען די וואס זענען געקומען צו קרית יואל'ער רב שליט"א.

אנקומענדיג קיין ווילי בין איך געגאנגען דאווענען מנחה אין סאטמאר ביהמ"ד [ראדני] (היינט איז דאך שוין קע"ה דא אסאך דארף מען שרייבן וועלכע) צופעליג איז דארט געווען ר' זלמן לייב האב איך שוין אריינגעכאפט א שלום נעמען פון עם, שפעטער בין איך געגאנגען אין סאטמאר רבי'ס סוכה כאפן א נאש און אויך א בליק טוהן אויפן מצב דארט, מ'האט ארויסגעהערט זינגען באט די סוכה טירן זענען געווען פארשלאסן און פארקלאפט אזאש אז ניטאמאל האט מען געקענט וויסן וואס דארט טוט זיך, קוקענדיג צווישן די שפאלטענעס האב איך געזעהן פלאכע ביבער היטן, בין איך געגאנגען פון דארט.

שפעטער אביסל ארום 10נע צייט בין איך נאכאמאל געגאנגען דארט איז שוין געווען אפען און מ'האט געזאגט אז נאך א שעה בערך הייבט מען אן, קיין כוח האב איך נישט געהאט איך בין געווען אויסגעמוטשעט און יעך בין מיר אהיים געגאנגען שלאפן צו ארי' לייב'ן געוואלט האב איך אויך גיין קודם צו די פלעי פון דאס זיידענע העמדל באט איך בין געווען מיט האלב צוגעמאכטע / אפענע אויגן.

מוצ"ש חוה"מ בין איך געגאנגען צום פלעי מיט מיין רעבעצן, אונז זעמער אריין פון בעק סטעידזש און טאקע דא איז די פלאץ צו פארדאנקען פארן אראנזישערער פונעם הערליכן פלעי הר"ר שאול (שולי) ריכטער פארן אונז אריינעמען צום פלעי אן קיין אפצאל מיר האבן זייער הנאה געהאט דארט האב איך געהאט די זכי' זיך צו באקענען מיט א שרייבער און מייסד פון חדשות אנש עולם הנגינה איך האב גענומען בילדער אבער איך האב געזעהן אין א אנדערע אשכול אז מ'האט שוין געלייגט בילדער יעמאלט, סא מיינע בילדער האבן שוין נישט קיין טעם צו לייגן יעצט דא לויט ווי איך האב געהערט זענען געווען ביים מוצ"ש פלעי היבש אסאך שרייבער און ליינער (אגב: ווען איך בין אנגעקומען דאנערשטיג האב איך געקאלט א שרייבער אונזערער האט ער מיר געזאגט ער איז אויפן וועג צום פלעי יעצט) איינער פון די שרייבער האט מיר ארויפגערופן אויבן צום גאלעריע באט איך האב נישט געהאט קיין געדולד צו גיין און איך בעט טאקע אנטשולדיגט.

שנימי עצרת ביינאכט בין איך געווען אין טענט בשעת סאטמאר ראש הקהל ר' יצחק ראזענבערג האט געזאגט אז די סאטמארע (ארונים) האבן געווינען די קארט קעיס און אז מארגען גייט מען דאווענען אין סאטמאר (ראדני) אי"ה און דער עולם האט זיך ווארעם צוזינגען 'חסדי ה' כי לא וכו'' דער עולם ב"ה דארט אין טענט האט אויסגעזעהן זייער פרייליך איך בין ארויף אויפן בלעמער זעהן די גרויסע עולם וואס איז געווען אין טענט ארויפגייענדיג הער איך ווי איינער זאגט "איך האב עס געליינט אויף הייד פארק" איך האב מיר נישט וויסענדיג געמאכט אראפגייענדיג זאג איך זיי אז נישט אלעס וואס שטייט אויף ה"פ איז אמת און איך בין געגאנגען ווייטער דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב מיט א מוראדיגע התלהבות און איך האב קאנטיניוט גיין צו ווי איך האב געדאווענט.
צופרי האב איך געטראכט צו גיין צו 13 הופער צו שחרית ס'איז געווען דארט א איזראעלי מנין, אבער אויפן וועג האב איך מחליט געווען אז איך דריי מיר צו ראדני כאפן א בליק וואס דארט טוט זיך און דערנאך גיין דאווענען אבער ווי איך בין אנגעקומען דארט זענען געשטאנען גוים מיט א איד ביים אריינגאנג און צו מיין מזל האט מען מיר אריינגעלאזט א סקונדע פאר מיר איז אריין ר' משה פר"מ הי"ו סאטמאר משב"ק בין אריין און געקוקט וואס דא גייט פאסירן איך בין געווען דארט פון 8:30 ביז 11 און צו אלעם צוגעקוקט וואס איז געווען דארט, באט איך האב מחליט געווען אז איך גיי נישט שרייבן וועגן דעם, אין איין ווארט עס איז געווען א מוראדיגע חילול ה', און דערנאך האב איך געדאווענט אין זופניק וואס דארט איז אויך געווען א איזראעלי מנין.

די צווייטע טאג ביי ענק יו"ט ביי מיר אסרו חג בין איך ארום געגאנגען מיט מיין ווייב צו אלע קליינע בתי מדרשים קוקן ווי די רבנים טאנצן מיט די פיס ארויף און די הענט אראפ יעדער רב שליט"א מיט זיין התלהבות אין נאמבער'ס רבנים ביי וועם מיר זענען געווען די מערסטע איז געווען "ספינקא" אין די סאטמארע זענען מיר נישט געווען שטופן זיך איז נישט פאר מיינע נערווען.

ביי איינס פון די טעג האבן מיר נישט געהאט וואס צו טוהן האט מען אונז געצה'ט איך זאל ווייזן מיין ווייב די חסידישע שולן אין ווילי און ער האט געזאגט פארשידענע נעמען, און צווישן די נעמען האט ער געזאגט "פאפא" מיין ווייב האט הנאה געהאט, (איר וועט באלד זעהן פארוואס) שוין מיר זענען געגאנגן שפאצירן אויף די ווילי גאסן אינמיטן זאג איך פאר מיין ווייב דא איז "פאפא" פרעגט מיין ווייב וואס "דאס איז א שול?" זאג איך איר יא, זאגט זי איך האב געמיינט אז מיר גייען צו די קאמפאני, פרעג איך איר וועלכע קאמפאני? זאגט זי אז עס איז דא קאסמעטיק קאמפאני וואס הייסט "פאפא" מיר האבן אויסגעשאסן אין א געלעכטער פאר די גוטע דזשאק.

מיר זענען געווען ביי פארשידענע אינטרעסאנטע פלעצער חוץ ביי די טווין טאוערס.

עס איז מיר געווען איינגענעם זיך צו באקענען / שמועסן מיט:
געשריבן לויט די א"ב:
איחודמעמבער (ניי)
דיפלאמאט (ניי)
זיידיאנטשי (ניי)
יקרבו
יאמאמיי (ניי)
מוזיקאנט
מאנטריאל (ניי)
עליכם שלום (ניי)
עץ הדעת (ניי פון א אנדערע פורום)
שור שנגח
תיבה אישית


(ניי)Jid613
Jet blue
Mench
(ניי)Polish
Sammy
Rotzer
Yankees

jewboy » 10/11/2005 08:20


אגב:
זיץ איך יעצט ביים אלעגענטן אפיס פון אונזער'ס א חשובער מעמבער דיפלאמאט וואס האט רייכספולן האָב ראַדער און איך האב מיר איינגעשטעקט מיין לעפטאפ און איך גליטש מיר דא ווי ס'ברויך צו זיין און ער איז זיך שוין לאנג אהיים געגאנגען שלאפן צו זיינע בני בית.

איך מוז ענק זאגן אז איר האט נאך אזא אפיס אין אייער לעבן נישט געזעהן, פארשטייט זיך איך קען נישט שרייבן וואס ער טוט פאר פרנסה אלץ גלוי שמות, באט אז איר וועט עם קענען וועט איר נישט חלומען אז אזא גרויסע ביזנעסמאן מיט היבש סעקרעטערי'ס און קאמפיוטער'ס האט צייט און שרייבט אויף "חדשות אנש", איך בין אריין צו די אנדערע צימער דא בין איך ערשטוינט געווארן צו זעהן די טעקנאלעדזשי וואס עס איז דא אין דעם צימער.

דיפלאמאט כה לחי

בענעדיקט16 » 10/11/2005 08:27

דאס מאכט נאר שטארקער מיינע רייד אין דעם שוין היינט באקאנטן אשכול: "מיר איגנארירן"!

וזה לשוני:

"טאמער מיינט איר אז אונזער פארום ווערט געליינט נאר דורך מינדעריעריגע, בחורים און שנה ראשונה אינגעלייט וואס דער ארטיקל פון "צייט" איז ביי זיי א שפילעכל, און זיי ברויכן נישט אהיימקומען אראפלייגן ברויט אויפן טיש יעדן טאג; לעבט איר אין א דמיון! איר פאנטאזירט! ווייל: דער פארום ווערט אויך געליינט דורך מיטליעריגע אידן, אידן וואס פירן אן ריזיגע פארצווייגטע געשעפטן, ערנסטע אידן וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט א גאנצן טאג נעמען זיך די מיה אדורכצוליינען די "גאר וויכטיגע" תגובות וואס מיר לייגן דא ארויף טאג טעגליך!"

עד כאן לשוני.

הגם איך האב נישט געקלערט אז די סארט אידן "שרייבן" אויף היידפארק

glickman » 10/11/2005 13:19

JEWBOY



אהבתי...

זאליweaky » 10/11/2005 17:01

פון מיר האסטו פארגעסן...

באט כ'על דיר נישט זאגן וואו איך האב דיר געזען עניוועי...

אגודיסט » 10/11/2005 17:40

אוי א שאט ווען איך ווייס, וואלט איך דיך געוואלט טרעפען

איןבעיה » 10/11/2005 17:56

jewboy פין מיר גלייב איך נישט אז די האסט פארגעסען, מן הסתם האסטו פארגעסען מיין ניק

אין ווי שטענדליך איך האב הנאה צי ליינען דיינע בא'טעם'טע באשרייבינגען

דיפלאמאט » 10/11/2005 21:22

Jewboy

נאכן ליינען דיין שיינע איבערלעבעניש האט זיך מיר שוין אויסגעצאלט די עלעקטריק וואס האסט פארנוצט... אויך דארף איך דיר קאמפלימענטירן פאר דעם וואס דו האסט אויסגעלאזט פון דיין באשרייבונג די ראדני פרשה, וואס ווי אומפארטייאיש זאלסט עס נאר באשרייבן קען זיך אריינגליטשן א ווארט וואס זאל "אויסזען" ווי עס ציט דיר איין צד, (וואס זיך באקענענדיג מיט דיר האב איך געזען אז דו נעמסט בכלל נישט קיין שטעלונג אין דעם גאנצן פארדרייעניש) און אלס גרינדער און פון די פירער פון היידפארק דארף זיך מער ארויסשטעלן דיין אמת'ע נייטראליטעט.

און דא איז טאקע דער פלאץ איך זאל זיך עפנטליך באדאנקען פאר דעם וואס דו האסט געגרינדעט אזא הערליך פורום וואס איז דער טאטע (אדער זיידע...) פון אלע אנדערע פורומים (ווי נעמט מען צייט אלעס צו ליינען?)

איך ווייס נישט אויב וועסט נאך ליינען די שורות פאר דו וועסט צוריקפליען אבער דו ביסט וועלקאם ביי מיר סיי ווען, און קענסט אריינקומען אפי' נאר צו כאפן א טרינק.

----------
בענעדיקט, גלייב מיר אז איך האב טאקע נישט קיין צייט צו שרייבן, און בעיקר שרייב איך טאקע ביינאכט ווי איך קען זיך אביסל אויסזשוכענען אבער בייטאג קאסט מיר דאס געלט.

עפשטיין » 10/11/2005 21:42

א שאד אונז אלע וואס שפירען אזא הכרת הטוב פאר אונזער באליבטער JEWBOY האבען זיך נישט צוזאמענגענומען אין געמאכעט א מסיבה פאר אים לכבוד זיין נסיעה.

אפשר קען מען נאך משלים זיין?

דיפלאמאט » 10/11/2005 22:29

נו אדרבה כאפ אריין ווילאנג ער איז נאך דא. זאג מיר נאר איןוועלכע האל דו מאכסט עס?...

BFLAT » 11/11/2005 00:52

דיין אפיס?

jewboy » 11/11/2005 01:21

איןבעיה

איך האף וועסט מיר מוחל זיין.
איך האב באמת פארגעסן דיין ניק, עס איז מיר געלעגן אין קאפ עס צו שרייבן באט סאמהאו איז עס ארויס געפלויגן פון מיין קאפ.

גראדע. האב איך דיר געקאלט נעכטן.

אחת_למעלה » 11/11/2005 01:30


JB, it was nice reading about your visit. Was this a belated honeymoon of sort? Anyway, I am glad that you're hapily married. Although we met on a few occassions, I will leave you guessing who I am.

jid_613 » 11/11/2005 01:44


ווי האסטו געטראפען "ראצער"? אין די קארליבאך שול אין די איסט סייד?

עניוועי, איך האף אז דו מיט דיין ווייב האבען זיך ענדזשויט ביי מיר אינדערהיים.... עכ"פ איך האב געטרייט מיין בעסט...

קרןהתורה13 » 11/11/2005 01:47

דזשובוי, דיין באשרייבונג איז עפעס געוואלדיג!

פון מיר מאכסטו זיך נישט וויסנדיג. כ'האב דיר אפילו געגעבן שלום און זיך אידענטיפיצירט, אזא שוואכן זכרון האסטו?

שירעם » 11/11/2005 03:37

דזשובוי;

די האסט נישט געשריבן אז די האסט געדאווענט שחרית איינע פון די טעג חוה"מ אין 13 האפער.

JETBLUE » 11/11/2005 20:04

האסט נישט געשריבען דיין באזיך אין ק"י

דיפלאמאט » 13/11/2005 17:31

האב געדולד. עס וועט נאכקומען. ער איז דאך דא אויף האני-מון, באלד פליט ער אפ און וועט אראפגעבן א פולן באריכט

jewboy » 15/11/2005 14:32


ביי איינע פון די וויליאמסבורגער מקווה'ס האב איך געזעהן אז מ'פארקויפט דארט די זיצן אויך.

ביי א צווייטע וויליאמסבורגער מקווה איז די וואסער געווען געל אזוי ווי א טיי.

אין עפעס א שול האב איך געזעהן 5 גויאישע קעפ פלאגן זיך צו אויפשטעלן א קליינע פארענטשע.

ביי א געוויסע שול האט מען געטיילט עפל מיט מאנדלעך שמחת תורה.

שמחת תורה האט מען נישט געקענט אריבער גיין אויף בעדפארד עוועניו, פשוט די דארטיגע נשים שפרייטן זיך אויס אויף דער ברייט פון די סיידוואלק, איך רעד שוין נישט פון די קערידזשעס.

ביי בי ענד העיטש פאטא זענען די מענטשן געבליבן די זעלבע, נאר די פראדעקס האבן זיך געטוישט.

ביי מעיסיס איז דא גאנצע צוויי שטאק נאר פון שיך, ס'איז א שרעק צו גיין דארט, ס'זעהט אויס ווי יעדע שיך איז גרייט צו געבן א שטויס.

אין קרית יואל איז דא א שול וואס איז שוין היבש לאנג שטייט עס אזוי אומגענדיקט.

אין קרית יואל איז דא הייזער וואס זעהט אויס ערגער ווי אין האליוואד.

איך האב געוואוינט יארן אין ב"פ, און יעצט זיך די ערשטע מאל אנגעטראפן אין א גאס וואס איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון דעם צו זאגן, ס'האט נישט קיין נאמען. ס'שטייט נאר דארט אז עס איז א פריוואטע גאס, ס'איז נעבן די 19טע עוועניו ערגעץ.

אין ברוקלין איז דא א געגנט וואס די יודן האבן עס א נאמען געגעבן "ניי וויליאמסבורג" בשעת ס'האט נאך אלץ דעם נאמען "קלינטון היל".

ס'איז פחדים צו גיין אין די וויליאמסבורגער גאסן, יעדער שרייט ג'ובוי קיין איין מינוט קען מען נישט האבן מנוחה דארט.

שבת חול המועד האט גערעגנט האב איך געלייגט א פלעסטיק בעג אויף מיין שטריימל, איך בין אריין אין א געוויסע שול האט מען מיר אנגעשריגן פארוואס איך טראג א פלעסטיק אויף מיין שטריימל, האב איך צוריק גענטפערט זעהסט נישט אז ס'רעגנט? זאגט יענער מ'טאר נישט טראגן דא, זאג איך עם די טראגסט דאך אויך א פלעסטיק אויף דיין שטריימל, זאגט ער מיינס איז מחובר צום פלעסטיק מאנטל, זאג איך עם מיינס איז מחובר צו מיין שטריימל, זאגט ער אויבער חכם וואס די ביזט, זאג איך עם צוריק און די ביזט א אונטער חכם.

נאך מנחה בין איך געגאנגען צו א געוויסע סוכה ווארפט מיר איינער פאר דארט פארוואס איך גיי מיט א פלעסטיק בעג אויפן שטריימל, פרעג איך די ווילסט מיר צאלן א נייע שטריימל אויב ווערט עס קאליע? איז געווען דארט א גוטע יוד און ברימט מיר אריין אין אויער אז איך זאל זאגן אז איך האב יעצט געלייגט די פלעסטיק בעג ווייל אז נישט וועט מען מאכן פאטאש פון מיר, איך האב געזעהן וואספארא פיינע יודן ס'איז דא, דא. בין איך מיר געגאנגען קיין וויען דאווענען מעריב, דארט האט אויך גערעגנט אין סוכה באט קיינער האט נישט געבאדערט.

אין איינע פון די שולן ווי איך האב געדאווענט אין ב"פ האב איך זייער הנאה געהאט, מ'לאזט נישט רעדן דארט אינמיטן דאווענען, ממש אזוי ווי אינדערהיים ווי איך דאווען דא אין ישראל.

זעהט אויס אז ביי די חסידים אין ברוקלין איז עס נישט איינגעפירט.
ביי אונז אין ביהמ"ד גייט יעדער מיט אזא שיינע קייטל אויפן טלית אז ס'זאל נישט אראפ פאלן, און אין ברוקלין קוקט יעדער אויף דעם מיט 20 פאר אויגן.

אין קרית יואל האב איך געטראפן חנוכה געלט פון א געוויסע רבי, ווער עס וועט געבן ריכטיג סימנים וועל איך עס צוריק געבן, אפי' על פי הלכה דארף מען נישט.

א באזוך ביי קרעמער מנהל פון "היימישע קרעטשמע"
אויפן טלעפאן געשפרעך האב איך זייער הנאה געהאט באט ער האט מיר געקאלט פונקט ווען איין פיס איז געווען אין בי ענד העיטש סטאר און איין פיס אינדרויסן, אבער מיט דעם אלעם האב איך גערעדט מיט עם קרוב צו א האלבע שעה, מיר האבן געהאט זייער א שיינע שמועס.
שפעטער אויפדערנאכט האב איך עם צוריקגעקאלט און מיר האבן אפגעמאכט מיר גייען זיך טרעפן אויפן טעלעפאן פרעג איך עם ווי ווי אזוי וועלן מיר זיך דערקענען? ער האט געזאגט ווי ער זעהט אויס (באט איך וועל נישט שרייבן ווי אזוי), און איך האב עם געזאגט אז מיר איז זייער גרינג צו דערקענען איך גיי מיט א יוראפעישין דאטשיקל, ער האט מיר דערקענט פאר איך האב עם דערקענט, איי ואז סופרייזט ווי אזוי ער זעהט אויס, ער זעהט עכט אויס ווי איינער וואס פירט א קרעטשמע.
ער האט מיר גענומען צו זיך אין קרעטשמע איך מוז ענק (זאגן) שרייבן אויב האט איר געמיינט אז עס איז נישט דא היינט אזוי ווי די אמאליגע קרעטשמע'ס האט איר א טעות.
א שטיקל באגריף ווי ס'זעהט אויס דארט:
ביים טיר איז דא פארשידענע געקאלערטע בלעטער מיט ביימער פונקט אזוי ווי אין וואלד, דערנעבן איז דא פיר רעדלדיגע וואגאנען אלטע און נייע (אן קיין פערד) דיקע און דינע רעדלעך. אריינגייענדיג צום קרעטשמע איך גענומען א בעסערע בענקל נישט קיין צובראכענע כ'האב נישט געוואלט אראפ פאלן אינמיטן, די טיש האב איך געזעהן האלט זיך אויף האלץ און עס געווען דארט כל מיני געטראנקען און צובייסעכער איך קען נישט אלעס אויסרעכענען ווייל די ליסט איז גרויס, איך באשטעלט פאר מיר א סקראדרייווער טרונק דאס איז צאמגעשטעלט פון וויסקי-סקאטש מיט אראנדזש דזשאס, אינטרעסאנט צו באמערקן. אז עס איז דא דארט א פליישיגע אפטיילונג איך מיין אז עס איז די איינציגסטע קרעטשמע וואס האט צוויי אפטיילונגען פאר אונז יודן, מיר האבן שיין פארברענגט קרוב צו א שעה צייט. איך האב זייער הנאה געהאט ביי עם, איך האף אז ער אויך.

א טועמיהו ביי דיפלאמאט אינדערהיים:
דיפלאמאט געט מיר א קאל פרייטיג מיטאג אויב וויל איך אריבערקומען צו עם כאפן א בייס? איך זאג פארוואס נישט.
קומענדיג נעבן זיין הויז בין איך געווארן זייער באגייסטערט פון די הערליכע גארטן וואס עס איז דא אין פראנט פון זיין הויז, איך קלינג די קלינגער און ער זעהט שוין פון די הידען קעמרע אויג ווער עס איז, די באזער מאכט א שטיקל גרודער און די טיר עפענט זיך מיט א קליינע שטופ, נאך אביסל שמועסן ברענגט זיין ווייב אריין א גרויסע טאץ מיט סאלאטן און דערנאך א גרויסע טעלער מיט טשולענט, פאטעיטע קוגל, לאקשן קוגל, פערפעל. איך האב געטראכט צו מיר איך קען דאך נישט עסן די גאנצע (בטבע בין איך א קליינער עסער) אבער מ'וועט זעהן וויפל ס'וועט גיין און ס'איז געגאנגען באט נישט די גאנצע.
אין דע מין טיים זענען די קינדער געקומען מיר זעהן איך האב שלום געגעבן פאר יעדן יעדער האט שיין געזאגט זיין נאמען און ווי זיי לערנען, דער גרעסער האט שוין געקענט אויסווייניג משניות, און דער קלענערער האט געקענט די גאנצע פרשה צעטל, די מיידל האט געוויזן ווי שיין זי קען מאלן. און אזוי מיר האבן געשמועסט וועגן אלע זאכן חוץ די סאטמארע שמוץ, בעיקר האב מער געשמועסט וואס מ'קען אימפארטן זאכן וואס מ'מאכט נאכנישט אין טשיינע קיין ישראל אויף צו מאכן עפעס פרנסה. דערנאך האב איך מיר באדאנקט פאר זיין ווייב פאר אלעם. איך האף אז ער האט הנאה געהאט פון מיר, ווייל איך האב זייער הנאה געהאט.

א מלוה מלכה ביי איןבעיה:
די לעצטע מוצ"ש בין איך געווען ביי איןבעיה אינדערהיים, (קיין סאך צייט איז שוין נישט פארבליבן איך האב נאך געדארפט לויפן צום בר מצווה פון מיכאל שניצלער) זיין ווייב האט צוגעגערייט מכל טוב וטוב (נישט שבת'דיגע שיריים) מיר האבן אביסל ארום געשמועסט זאכן וואס מ'קען טוישן אויף "חדשות אנש" און אזוי אויך סתם גערעדט על דא והא. קוקענדיג אויפן זייגער האב איך מיר פארנויגט פאר עם און זיין בני בית געדאנקט און געלאפן ווייטער.

אין אמעריקא האט יעדער א העלפערין א גויטע, מיין ווייב וואונדערט זיך פארוואס יעדער נעמט אריין אין שטוב א גויטע אין די ווייבער זיצן ווי מלכה'ס און טוהן גארנישט, נאר גייען אנגעטוהן און שיינע טייערע קליידער דזשאלערי, איך פרעג מיין ווייב ווילסט אויסקוקן ווי זיי? זאגט זי ח"ו.

איך האב געמערקט אז דער מיט די לאנגע געקלעפטע האר און בארד וואס פלעגט זיך דרייען אויף לי עוועניו נעבן כף בעקערי איז שוין נישט דארט, ווייסט איינער וואס איז געשעהן מיט עם?

און טאקע וויל איך מיר אויך פארדאנקען פאר די אלע וואס האבן מיר געזאגט פלעצער ווי עס איז דא וויי פיי אינטערנעט, אויך איז געווען וואס האבן מיר געבעטן איך זאל נישט ארויסגעבן פארשידענע פלעצער, און אזוי וועל איך טאקע טוהן.

שמועסענדיג מיט סאטמארע חסידים:
יעדע פארטיי זאגט איך געהער צו די אנדערע, איך זאג "איך געהער נישט צו קיינעם".

ביידע באבובער רבי'ס האבן א שיינע עולם, געווען בין איך ביי די טישן פרייטיג צונאכטס פרשת לך לך.

די אלע אויבערדערמאנטע זאכן זענען נישט געשריבן מיט א סדר.

babyfish » 15/11/2005 14:59

דזשוי בוי

זייער שיין אמתדיג נאטורליך

שטארק ליעב געהאט


דו פרעגסט
איך האב געמערקט אז דער מיט די לאנגע געקלעפטע האר און בארד וואס פלעגט זיך דרייען אויף לי עוועניו נעבן כף בעקערי איז שוין נישט דארט, ווייסט איינער וואס איז געשעהן מיט עם?


ער הייסט אפרים
ער געפינט זיך ביים מעקעניק אויף 62 פען סטריט

משה און יאקאב
בהנהלת האברך החשוב חיים בער גראד נ"י

monseyblvd » 15/11/2005 15:10

jewboy
סקראדרייווער איז נישט וויסקי עס איז וואדקא מיט אראנדג דזאס

קרעמער » 15/11/2005 16:18

jewboy;

דא קענסטו זעהן אויב איך האב אויך הנאה געהאט:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1664585

אויף ווידערזעהן!

jewboy » 15/11/2005 21:26

די וויליאמסבורגער פערד.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 15/11/2005 21:29

די אייראפעישן דאטשיקל מיט וואס קרעמער האט מיר דערקענט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלום_משה » 15/11/2005 21:40

אה. די ביסט דאס????

jewboy » 16/11/2005 07:15

די חב"ד טישל פארענדיג קיין אמעריקא
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 16/11/2005 07:19

ביי די פלעי.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 16/11/2005 07:20

ביים בארוהיגן די וויליאמסבורגער פערד.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 16/11/2005 07:21

ביי א שמועס מיט ליפא'לע אין זיין קאר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 16/11/2005 07:22

הגה"צ סאטמאר רב פון ירושלים שליט"א דאווענט מעריב אויפן פליגער צוריק פארענדיג קיין ישראל.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 16/11/2005 07:25

די שיינע קאלירטע הימל וואס מ'זעהט פון פליגער, צו מיין מזל בין איך געזעצן פונקט ביים לאנגען פליגעל און נישט געקענט מאכן געהעריגע בילדער.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 16/11/2005 07:26

די צוויבל וואס איז פארבליבן אינדערהיים האט באקומען וויידלעך.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 16/11/2005 07:45

די פאטעיטע האט אויך באקומען עפעס שוואנצעס, זעהט אויס ער מקנא געווען די צוויבל.
[בילד – נישט אפגעהיט]

אחת_למעלה » 16/11/2005 08:57


Jבוי, פלאנץ עס איין אין א בלימען טאפ. ס'וועט ארויסוואקסען א בוים וואס קען דערגרייכען א הייך פון איבער 5 פוס.

דיפלאמאט » 16/11/2005 22:41

יעצט כאפ איך מיר פארוואס דו האסט נישט געגעסן די לאקשן קוגל. ביסט דאך געווארן א תושב אין ירושלים, ממילא גלוסט זיך דיר א שארף ירושלימער קוגל...

און איך האף אז עס וועט עפעס ווערן פון די ביזנעס וואס מען האט גערעדט

שרייב נאך, עס איז זיס צו ליינען דיינע ווערטער