לידיעה בעלמא, און מזל טוב!!!
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1658123
די וואך שבת און בית המדרש הער איך וויאזוי אפאר אינגעלייט האבן א וויכוח, צו פענסטער האט יא געמעקט נאטורליך'ס תגובה, צו נישט, עטס קענטס ענק אויפהערן צו טענה'ן, איך האב גארנישט געמעקט, און שוין.
(פאר ווער פון ענק ס'איז נייגעריג ווער איך בין....., איך בין די שעמעדיגע אינגערמאן און די זייט, איך רעד קיינמאל נישט אריין און די שמועס'ן.)
===========
און יעצט א מזל טוב צום געבורט פון מיין בן זכר, עטס זענטס אלע געלאדנט צום שלום זכר.
וואו??? אין בית המדרש...
הצלחה רבה, פענסטער.
מזל טוב
(איך יאג זיך, אי"ה לכשירחיב, וועל איך בלי נדר שרייבן ווי עס פאסט פאר אזא שיינע פענסטער און אזא חשוב'ע מנהל ווי אייך).
מזל טוב דער אייבישטער זאל העלפן אז די זאלסט זען אסאך נחת
די וויפילטע קינד?
'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' האט א פארגעניגן זיך מיטצופרייען מיט דעם ניי געבוירן בן-זכר, וואס איינע פון די חשובע בעלי בתים פון די קרעטשמע האבן נאר וואס געווינען.
ער שטרעקט אויס זיין רעכטע האנט פאר א הערצליכן:
מזל טוב!!!
און וואונטש צו מיט זיין שמייכל אויפן פנים: דער פון אויבן זאל העלפן, אז דער חשובער בעה"ב זאל זוכה זיין אים מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו בעתו ובזמנו, ווי מיר לערנען אין די היינטיגע סדרה, און זוכה זיין אים מגדל צו זיין לתורה ולחופה ולמעש"ט. אמן
מזל טוב מזל טוב, יא געמעקט נישט געמעקט. דער זכר זאל אייך פארשאפען אסאך אידיש נחת. מיט אלעם גיטען בשיבה דשנים ורעננים.
אז די וועסט מיך רופען צום וואך-נאכט וועל איך אי"ה ערשיינען, געדענק איך דארף 3 פעקלעך.
אויב וואונסטו פון צווייטען שטאק און העכער אן א עלעוועיטאר, רוף מיך נישט. חוץ אויב די שטעלסט צו פאסטראמי אין קליינע מזונות ראלל'ס מיט זויערע איגערקע'ס. דאן וועל איך זיך איבער רעכענען.
מזל טוב מזל טוב טייערער פענסטער = נפחא
ווען האסטו דאס געהאט אום שבת קודש?
וואו גייט זיין דער שלום זכור?
איך האף ערגעץ נענטער פון נתן'ס
קרעמער;
ברוכים תהי', (איך האף אז כ'וועל נישט דארפן גרינדן אן אשכול, "א דערמאנונג פאר קרעמער #2)
אומפארנומענער;
ברוכים תהי', אי"ה ביי דיר אויף שמחות.
(איך ענטפער נישט אין פאבליק אויף דיין פראגע)
חיים חייקעל;
ברוכים תהי', אמן, די ביי דיינע געזונטערהייט.
נאטורליך;
ברוכים תהי', (יא געמעקט און נישט געמעקט איז נישט די זעלבע זאך, ודו"ק) איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס ס'גייט זיין ביי די וואך-נאכט, אבער אז די געסט מיר דיין אדרעס, העל איך דיר שיקען אפאר פעקלעך.
התאחדות;
ס'איז דא גענוג צייט ביז שבת, אז די זאלסט קענען אנקומען צום שלום זכור, החכם עיניו בראשו.
און אנדערע ווערטער, קום נישט איך וועל דיר אפשיקען די פעקלעך? שיין דערלעבט.
מזל טוב!!!
בשיר וקול תודה נברך ברכת מזל טוב
לכל הידידים היקרים שנתברכו בבנים ובבנות
כל אחד בשמו הטוב יבורך
תזכו לרוות רב נחת דקדושה מכל יוצ"ח
ביחד עם בני ביתכם וכל המשפחות הכבודות
וכל אחד יזכה לגדל את צאצאיו על דרכי התורה
כפי שהורונו אבותינו ורבותינו נ"ע
עדי נזכה בקרוב ממש
לביאת גוא"צ בב"א
לחיים!!!
מזל טוב מזל טוב !
מיט מיין פויערישן שכל פארשטיי איך אז דאס קינד איז נישט געבוירן שבת, ווייל אויב יא ווען איז ער געווען אין שול צו קענען הערן די טענות צי פענסטער האט יא געמעקט צי נישט ?
אזוי צי אזוי, מיין טאטע על אב האנשלום פלעגט זאגן ווען עס איז גבוירן א מיידאלע "עשטעלעסט זיקאוו פראבסקי"
מיינט צו זאגן, "שעהנע מיידאלע שעהנע מזל'ע"...
מזל טוב
תזכה להכניסו בבריתו של אברהם אבינו, בעתו ובזמנו,
ולגדלו לתורה לחופה ולמעשים טובים,
ונאמר אמן.
ויהי רצון, אז דער נייער פענסטער'ל זאל באלייכטן פונקט און נאך מער ווי זיין טאטע דער גרויסער פענסטער באלייכט אונז דא...ונאמר אמן.
מי שברך את האבות, הוא יברך את הבנים, ונאמר אמן.
איך מיין אז דו זאלסט א נאמען געבן דיין בייבי 'יצחק'
אזוי וועט ער אלטן דעם נאמען פון דער אמורא
'ר' יצחק נפחא'
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
תוקן על ידי - חי_וקים - 07/11/2005 2:16:21
מזל טוב!!
צוהר תעשה לתיבה = דער פענסטער זאל מאכן א ווארט
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים!
פענסטער וואס האסטו געשריבן החכם עיניו בראשו
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט
דאס איז די פלאץ פונעם שלום זכר?
מזלא טבא וגדיא יאה
םאר אונזער חשוב'ען 'פענסטער' וואס לופטערט דא אויס כסדר די קרעטשמע אויב עס ווערט ח"ו פארשטיקט די לופט, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זעהן אסאך נחת פון און פון דיר און די שמחה זאל משפיע זיין מזל און ברכה נחת והרחבה, אמן.
יגדלו לתורה ולחופה ונאמר אמן, מזל טוב
נאטורליך;
איך האב דעס נישט געזאגט, איך האב נאר געזאגט אז אזויווי איך ווייס נישט וואס ס'גייט זיין ביי די וואך-נאכט, און די עלעוועיטאר ארבעט מער נישט ווי יא, במילא אז די געסט מיר דיין אדרעס קען איך דיר נאכשיקען א פעקל.
קרעמער;
א שכח, און לחיים לחיים. (העסט מיר מוזן אנטשולדיגן, יאך קען נישט שרייבן אזוי שיין לשון קודש ווי דיר)
פויער;
ברוכים תהי', איך האב הנאה אז די האסט געכאפט די זאך, איך האב טאקע געהאט דאס קינד זונטאג. (אגב, איך האב געהאט א זכר, נישט קיין מיידאלע...)
חי וקים;
ברוכים תהי', אמן, אי"ה ביי דיר אויף שמחות.
ס'פאלט דיר נישט ביי אז אפשר הייס איך גאר יצחק?
גראף;
ברוכים תהי'!!! אמן (דער גראף לערנט אויך גאר...!!!)
התאחדות;
איך האב אמאל געמיינט אז די האסט מער שכל ווי דעם, איך האב געשריבן החכם עיניו בראשו, אז די זאלסט דיך יעצט ארויסלאזן צום שלום זכר, נישט אזויווי ביי נתן האסטו דיך דערמאנט פרייטיג נאכמיטאג.
בן הרחמן;
ברוכים תהי', אמן אויף אלע דיינע ברכות וואס די האסט געווינטשען דארט.
שנאפס;
אמן!!! ברוכים תהי'.
אה טייערער פענסטער
איך האב נאך די זעלבע שכל ווי אמאל, איך האב נאר נישט פארשטאנען די ווערטער וואס דו האסט געשריבן.
איצט לאמיר פרובירן די עברי טייטש:
החכם = אז די זאלסט דיך יעצט ארויסלאזן צום שלום זכר,
עיניו = נישט אזויווי ביי נתן
בראשו = האסטו דיך דערמאנט פרייטיג נאכמיטאג.
תוקן על ידי - התאחדות - 08/11/2005 3:51:10
דערמאנסט מיך פון מיין געוועזענע מנהל, וואס האט אמאל געטייטשט ביי א דרשה,
וביום השמיני: ווער ס'וועט קומען נאך אכט אזייגער
ימול בשר ערלתו: ווארף איך אים ארויס פון ישיבה!...
מיר דערמאנט ער א צווייט ווארט:
מזמור שיר = עס איז מיר שיער
ליום = אראפגעפאלן
השבת = די דאכענע...
מפוקל
און קרעמער
איך האב שוין לאנג נישט געלאכט אזוי ווי ביי די צוויי לעצטע תגובות.
בעני;
וואס שטערט דיך צו געבן אזאנס פאר התאחדות אויך?
קוקט אויס אז בעני האט נישט געלאכט פון מיין תגובה
איך מיין אז 'בעני' איז א צונאמען... מען דארף זייער אכט געבן נישט צו מאכן קיין צונעמען דא...
עס איז נישט אז איך האב איהם נישט פארגינען איך האב פשוט פארגעסן נאכדעם וואס איך האב געליינט די אנדערע צוויי תגובות, איך האב נישט אזא פע(נ)סטער קאפ צו געדענקן יעדענ'ס תגובה מיטן לשון
אבער סאכדעס איך האב יא געלאכט פון דיין ווערטעל
דעריבער דא האסטו אזאנס
קרעמערל
דו האסט מורא אלץ המכנה שם לחבירו, אדער אלץ די תקנות פון היידפארק.
פענסטער
וועסט מיך רופן צו מעריב?
נו פענסטער וויאזוי איז די בעיבי?
אלעס בסדר?
וועמען נעמסטו פאר מוהל?
אויב סנדקאות איז נאך ליידיג דאן בין איך עווילעבאל, איך בין גאנץ א חשובער רב, וועסט דיך נישט דארפן שעמען.
תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 2:15:03
אומפארנומענער;
די ווייסט דאך אז איך וואוין די אנדערע עק שטאט, סאו איך וויל דיך נישט מטריח זיין. אז די ווילסט דוקא יא קומען קענסטו קומען.
====
התאחדות;
דאס קליינער איז ברוך השם קניינע הארע וכו' בלא בלא בלא.
וועגן מוהלות און סנדקאות דארפסטו דיך פארבינדען מיט מיר אין אישי.
פענסטער;
דאס מאל קום איך דיך נישט קריטיקירן,
נאר פארן געבורט פון דיין קינד גראטולירן,
זאל דיך דער אייבירשטער מיט אלע ברכות באצירן,
זאלסט אים געזונטערהייט קענען אונטער די חופה פירן.
תוקן על ידי - יענטאאש - 10/11/2005 5:34:41
פענסטער; איך האב נישט געוואוסט אז דו נעמסט דאס אהן אזוי ברצינות, אוקיי נאו פראבלעם וואס ווילסטו וויסן פון מיר אין אישית? גראדע בין איך שוין א מוהל אויך געווען, זיי מיר מודיע ווי פריער איך זאל מיר די נאגל אויסקראצן.
איך האב זיך דערמאנט נאך א תורה'לע אין די סגנון פון מזמור שיר ליום השבת און וביום השמיני וגו'...
למען יזמרך כבוד = מען זאל אריינשניידן אין די לעבער
ולא ידום = און עס זאל נישט בלוטן...
קרעמער דאס איז דאך נישט אין די סגנון דאס איז דאך שוין געהעריג א פשט וואס א רב וואלט געקענט זאגן ביי שאלעשידעס טוירע
פענסטער
אויב די קענסט גיי דא אריין און כאפ א בליק זאלסט וויסן וויאזוי זיך צוציגרייטן צום ברית
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1664166וואס לייגסטו דא לינקס צו פארשפארטע קרעטשמע'ס? איך האק און איך זעץ און עס מאכט זיך נישט אויף, באלד רוף איך אריבער מיינע דזשאנדארן און מיט א אפיציעלע סובפינע פון די פאליציי וועט מען אויפברעכן די טירן דארט. ווארט נאר ווארט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
הרב גראף דו האלטסט אויך פאר א ברית?
אוי א שמחה אין קרעטשמע!!!
הנני לאחל ברכת מזל טוב חמה ולבבית לכבוד ידידי החשוב
והיקר מו"ה פענסטער שליט"א ולרעייתו החשובה שתחי' על
הולדת בנם בשטו"מ, ויה"ר שתזכו לגדלו ולחנכו לתורה לחופה
ולמעשים טובים ע"ד ישראל סבא וע"ד החסידית מתוך שמחה
אמיתית ומתוך אושר ועושר והרחבת הדעת בגשמיות וברחניות
ממנו ומכל צאצאיכם ושהברית יהיה בשטו"מ בעתו ובזמנו.
מאחלים משפחת 101
יא איר זענט אלע גערעכט איך וואלט נישט געדארפט לחחגען א לינק צו א פארמאכטע פורום אן זאגן וואס עס שטייט דארט
דא האט איר אלע וואס איך האב געוואלט ווייזן פאר פענסטער
די סדר ביים ברית
דער קוואטער נעמט דאס קינד ביי די פרויען [פון זיין ווייב, געווענדליך], געט עס איבער פאר "חיקה" אדער "הבא אל הכסא", דער "הבא אל הכסא" לייגט דאס ארויף אויפן "כסא של אליהו", דערנאך קומט "הבא מן הכסא" און געט עס איבער פאר'ן אבי הילד, בשעת מעשה זעצט זיך דער "סנדק" אראפ אויפן כסא של אליהו.
דער אבי הילד לייגט ארויף דעם קינד אויפן סנדק'ס שויס [און אין מדרש שטייט אז "דאס ארויפלייגן אויפן סנדק" איז אזוי ווי מקריב זיין א קרבן אויפן מזבח / נוסח אחר: קטורת]. דערנאך איז די "ברית".
נאכ'ן ברית איז דא די "הבא מן הכסא" וואס געט עס איבער פאר'ן "עמידה לברכות".
א גרויסן שכח יענטאאש. (אגב, ס'קוקט אויס אז דיין חתימה תוקן וכו' האט זיך צוריק אנגעטשעפט אין דיר)
התאחדות;
די י.. קאפ איך האב עס נישט געמיינט ערנסט...
נתן;
דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע ברכות וואס די האסט דא געווינטשען זאלן מקוים ווערן ביי דיר אויך. (און קורצן: והמברך יתברך)
אומפארנומענער;
א שכח פארן צוברענגן די טעקסט אויך, נישט נאר א לינק.
געשמאקער;
איך האב געהאט א זוהן, נישט אן אייניקל.
קרעמער, ס'איז אביסעל צו שפעט, בוט פאר די רעקארד.
מיין זיידע, א איד אין די הויכע 80'ער, איז מרגלא בפומיה, ווען איינער קוועטשט אריין א העטעכפעטעך פשט אין פסוק, זאגט ער אזוי: ווען שבת טייטש ווען דאכענע, האב איך א גיטער פשט.
מזמור = ס'איז מיר
שיר אראפגעפאלן
ליום = ביינאכט
השבת = די דאכענע...
ויסכר פי דוברי שקר.....
תוקן על ידי - בדעבד - 11/11/2005 4:28:16
נו פענסטער די בונדליך זענען שוין גרייט???
פענסטער
וואסערע ביר גייסטו האבן?
ס'געווען פריערדיגע צדיקים וואס האבן געהאט א מהלך צו פארטייטשן אזוי פסוקים, ווי למשל דער רבי ר' מאיר'ל פרעמישלאנער.
אט למשל א באקאנט ווארט אויף די היינטיגע סדרה, פר' לך לך, פונעם ערשטן בעלזער רב ר' שלום:
ומלכי צדק מלך שלם
ומלכי = ווייל מלכה (די רביצין פון ר' שלום)
צדק = איז א צדיקת
מלך שלם = קען שלום זיין א רבי
מען וואלט געברויכט עפענען א באזונדערן אשכול פאר די סארט תורות, עס איז דא איבערגענוג פון זיי אנצופילן בלעטער בלעטער.
פריי דיך אז דער גראף איז נישט דא יעצט און ער פאוסט נישט קיין פיקטשערס...
מאך נישט קיין עין הרע, באלד וועט ער אנקומען מיט אזעלכע בילדער אז דו וועסט נישט קענען אראפשלינגען די פיש היינט ביי די סעודה.
היות סאכדעס איז היינט אויפגעשטאנען אין א גוטע גיסטע, און ער האט געטרינקן צופיל ביר מיט יין שרף, האט ער זיך צולאזט און געפענט א אשכול אויף אן ענין וואס סישוין דא א אשכול דערפאר, ממילא ברשות די באהערדע נאך א רעגולער אסיפה האבן מיר דאס אריינגעלייגט אין דעם אשכול וואס סיבאלאנגט
__________________________________________
התאחדות
_____________
ווען קומט פאר די גרויסע ברית פון אונזער חשובער מנהל פענסטער שליט"א, איז עס שוין געווען??
יאך האב איבערגעקוקט אלע נעמען פון די וואס מאכן היינט א ברית, און....... לא מצאתי, איי קענט בליוועד,
איך האב פרובירט איבעראל צו זוכן א ווארט, א רמז, עפעס, וועגן...פענסטער... און סיז נישט געגאנגען, איך האף אז ער וועט בכלל מכניס זיין בנו בבריתו של אברהם אבינו עליו השלום בעתו ובזמנו
התאחדות;
די ברית איז שוין פארגעקומען ב"ה, די האסט עס נישט געטראפן אויפן צעטל ווייל אונז וואוין מיר נישט און די זעלבע געגנט...
אזויווי איך בין נאך אביסעל מיד פונם וואך נאכט, גיי איך מיך יעצט צולייגן איך האף אי"ה דא צו זיין מארגן מיט פרישע כוחות.
תוקן על ידי - פענסטער - 14/11/2005 5:01:17
לויט ווי מיינע אינפארמאטארן געבן איבער, האט אונזער פריינט ר' פענסטער א נאמען געגעבן פאר זיין ניי געבוירן קינד 'יוחנן'.
ווייסט איינער פארוואס?
פענסטער;
גראדע האב איך געזוכט אין גרעיטער נוי יארק און איך האב דיר אויך נישט געפונען.
קרעמער דיתירוץ איז פשוט, ווייל יוחנן איז א זוהן פון פענסטער
התאחדות;
פרש דבריך. איך פארשטיי נישט דיין תירוץ.
אגב, די וויירוס וואס איך האב דיר אריינגעשיקט (וואס האט גע'הרג'ט די אידיש אויף דיין קאמפיוטער) ארבעט נאך? אדער איך ברויך שוין שיקען א נייע וויירוס...