דו פרעגסט אזוי ווי דער האן אין בני אדם, צו ווייסט איינער פארוואס זיין זוהן הייסט יוחנן, אויף דעם האב איך דיר גענפערט, אז די סיבה איז פשוט ווייל אזוי הייסט ער, מיינע אינפארמאטארן האבן מיר אויפגעשפילט דעם קאסעט, און מ'הערט קלאר וויאזוי דער ברכות זאגער זאגט בזה"ל: "ויקרא שמו בישראל יוחנן בן פענסטער ישמח האאאב וגו'" וואס איז דא נישט צו פארשטיין, מיט א פאקט קען מען זיך נישט קריגן.
אוקיי וועגן די וירוס, איך האב עס נאך, ביסטו צופרידן?, בעיקר שיק נישט נאך איינע
התאחדות'ל;
מיר האבן שוין געהאט אסאך גולשים וואס פלעגן שרייבן, דרוקן 'שלח תגובה', און הערשט נאכדעם צוריק טראכטן וואס אין דער וועלט זיי האבן געשריבן...
זעה אז אין די צוקונפט זאלסטו נישט זיין איינער פון זיי.
ווען איך פרעג א שאלה, ערווארט איך אן ערנסטן ענטפער, נישט דאמירן בעלמא, געזאגט אין די וועלט אריין.
יישר כח פון פאראויס.
נ.ב. איך בין נישט נערוועז.
קיינער?? קיינער?? ממש קיינער פון אייך ווייסט נישט פארוואס 'פענסטער' האט א נאמען געגעבן זיין ניי געבוירן קינד "יוחנן"???
איך געב אייך נאך איין שאנס!!!
קרעמער, לית נפחא ובר נפחא דיפרקיניה!
מפוקל;
קענסט עס אויך נוצן פאר דיין תגובה ווי די ביסט מוחה אויף די עוולה פון יאנאש.
איך זאג דיר פענסטער ס'איז צרות, באלד איז שוין נישט דא פארוועם מגיב צו זיין, ער לאזט נישט נאך!
תוקן על ידי - mefikel - 17/11/2005 21:30:27
איך האב מיך נישט אנגערופן ביז יעצט ווייל איך האב מיך נישט געוואלט פארלאזן אויף מיין זכרון אבער יעצט האב איך אויפגעזוכט די מקור,
אין סנהדרין צ"ו ע"א זאגט די גמרא: טבא מליה דר' יצחק נפחא מדבר נפחא, און רש"י איז מסביר: ר' יוחנן דמקרי בר נפחא בכולא התלמוד, כמו (בבא מציעא פה, ב) מאן עייל בר נפחא, נראה למורי דאביו של ר' יוחנן הוי נפחא ולהכי מיקרי בר נפחא עכ"ל.
ממילא איז פשוט פארוואס דער רך הנמול הייסט יוחנן
בןהרחמן
בנינו בן הרחמן המרחם רחם עלינו!
שרייב זייזשע אזוי גיט מער אפט, ס'איז א שעת חירום!
אפשר זאל מען רופן דעם גראף?
מפוקל / בן הרחמן;
אז מען קען, קען מען!
אדער ווי די בני עדות המזרח זאגן: אז מ'קען מ'קען!
פענסטער וואס האסטו געגעבן פאר שלישי למילה
למאי נפקא מינא?
כ'האב געגעבן מזונות מיט לעקאך. יעצט ביזטו רואיג.
נא יאך וויל וואוסען וואסארא יי"ש דו האסט פארטיילט
וואט די העל דו יו קער וואסערע יי"ש כ'האב פארטיילט דארט, ס'איז שוין עניוועיס גארנישט איבערגעבליבן.