ויואל משה תמוה מאוד
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1648966
אין מאמר לשון הקודש
[בילד – נישט אפגעהיט]
סוטה מ"א ברש"י
וקורא מתחילת אלה הדברים עד שמע - שבואתחנן:
ושמע והיה אם שמוע - ע"י דילוג ומשם מדלג לעשר תעשר ומשם מדלג וקורא כי תכלה לעשר וברכות וקללות ומשם חוזר למפרע וקורא אשימה עלי מלך שמע קבלת מלכות שמים והיה אם שמוע קבלת עול מצות כדאמר בפ' שני דברכות (דף יג) וכן ברכות וקללות קבלת בריתות של תורה ומשמיע לרבים עשר תעשר כי תכלה לעשר מפני שהוא זמן אסיף ומתנות עניים והפרשת תרומות ומעשרות ואע"פ שפרשת המלך מפסקת בין עשר לכי תכלה קורא את אלה יחד שלא להפסיק במעשרות ואח"כ קורא פרשת המלך ואי משום דיש כאן דילוג בתורה בכדי (שלא יפסיק) התורגמן אין למלך תורגמן ואין מתרגמין אחריו:
מגיט יעדן א טשענס צו ענטפערן
תוקן על ידי - baachi - 31/10/2005 22:28:23
[בילד – נישט אפגעהיט]
יש לחלק, דמש"כ רש"י שאין למלך מתורגמן, היינו שאין המלך קורא פסוק או פרשה והמתורגמן מתרגם אחריו, אבל עדיין יכול להיות מתורגמן שמתרגם לנשים ועמי הארצים אחר שהמלך גומר קריאת כל הפרשיות. או שהיו מחלקין ארטסקרא"ל חומשים לכל הנשים והבאטשי"ס.
בענדיקט נאדיר אזאנס
[בילד – נישט אפגעהיט]
בענעדיקט פיין געזאגט,
נאדיר דריי פינגערס
איך מיין מען האט דארט אויך געטיילט די 'באטשי' גלעזערס פאר די וואס קענען נישט געהעריג ליינען
באטשי
בחיים חייתו פון רביה"ק זי"ע זענען געווען גענוג אין נאך רבנים גדולים וואס האבן זיך מפלפל געווען מיט רבין איבער זאכן וואס ווערן געברענגט אין ספה"ק ויואל משה, די רבי זי"ע האט יעדעם שיין מסביר געווען בטוב טעם ודעת אלעס וואס ער שרייבט איז אויסגעהאלטן, אזוי אז בחיים חייתו האט קיינער נישט געקענט אפווענדן עפעס וואס עס שטייט דארט , רבינו הקדוש האדם גדול בענקים וואס כל התורה כולו איז געווען ביי אים מונח בקופסא כל רז לא אניס לי' הן בנגלה והן בנסתר, האט זיך געקענט מיט יעדן ספראווען, איצט 25 יאר לאחר הסתלקותו לה"ה ווילסטו טרעפן קשיות , להוי ידוע אז אפילו מיר האבן נישט קיין תירוץ בלייבט נאך אלץ ביי אונז ויואל משה אמת ותורתו אמת אונזער שכל קען נישט אלץ יורד זיין לעומקן של דבריו אין די ביסט אויך נישט דער וואס קען זיך פארמעסטן מיט רביה"ק, ע"כ אויב האסטו א קשיא זאלסטו עס תולה זיין אויף דיין שכל אין נישט אויף דעם אילן רברבן, אפילו מיר האבן נישט קיין תירוץ.
בענעדיקט און די "פינגער טיילערס"
מגילה כ"ג ע"ב
משנה, הקורא בתורה לא יפחות משלשה פסוקים ולא יקרא למתורגמןיותר מפסוק אחד .
ברש"י
שלא יטעה מתורגמן (מן) המתרגם על פה:
ובנביא שלשה -
רש"י אם ירצה, ולא איכפת לן אם יטעה, דלא נפקא מיניה הוראה
תוקן על ידי - baachi - 31/10/2005 23:38:38
דיין סברה נוצט סאטמאר רב אליין אין א סאך תשובות אז אויב מ'האט א קשי' אויף א ראשון און אפילו אויף א מגן אברהם קען מען נאך נישט משנה זיין אן הלכה.
דער מגן אברהם זאגט "אין לנו רשות הרבים בזמה"ז"
זאג מיר צו מ'קען זיך קריגען אויך דעם?
לגבי דעם ויואל משה די האסט רעכט צו אננעמען א שטעלע אז אפילו דבר אחד בהויואל משה אי אפשר לסתור.
דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט פרעגען אין אז די ביסט פטור פון ענטפערן,
דאס איז דער דרך התורה מ'פרעגט און מ'ענטפערט אידען דינען נישט קיין פויפסט להבדיל אלף אלפי הבדלות וואס זיין ווארט איז שמייליג אין מ'קען נישט פרעגען.
הכשר טייערער
פטרתני פון פארענטפערן אלע קשיות אויף'ן רמב"ם
יישר כוחך!
איך בעט דא אלע סאטמארער גולשים זיך נישט צו לאזן אריינשלעפן אין קיין וויכוחים איבער'ן ספה"ק ויואל משה.
דא האנדעלט זיך מיט א פארשוין וואס זוכט בלויז אפצואווענדן און נישט צו הערן א תירוץ, און אויף אזעלכע איז געזאגט געווארן "כש"כ דפקר טפי"!
לאזט אים זיך אליינס מתוכח זיין...
תוקן על ידי - איחודמעמבר - 31/10/2005 23:53:18
באטשי אָמָה טיילער (געדענקסט נאך דיין איידעלן אויסדרוק פון פאן..?).
ברענגסט זייער גוט ארויס די נקודה. א מתורגמן געווענליך טייטשט איבער יעדע פסוק. אבער ביי א מלך איז מען נישט מתרגם כרגיל, נאר כמו שביארתי.
איחוד
ב"ה אז רוב גולשים אויף חדשות אנ"ש זענען נישט אאלעכע עמארצים ווי דו און קענען ענטפערן בטוב טעם.
טייל אונז נישט איין וואס צו ענטפערן אין וואס נישט, האסט א ברירה זיך צו זעצן לערנען וועסטו אויך פארשטיין א שטיקל ויואל משה.
וואס ווילט עטץ???
פארוואס האט ער נישט די רעכט צי פרעגן???
איז עס הייליגער ווי אלע ראשונים אז אויף ''דאס'' טאר מען נישט פרעגן??
תורה היא, אין יעדער האט די רעכט צי טיען דערין
דעם קעפל פינעם אשכול האב איך נאר נישט ליעב
עס וואלט געדארפט שטיין יש לי קשיא וכו'
עס ווארט נאך נישט ''תמוה מאוד'' חוץ אפשר אויב מען טרעפט נישט א תירוץ
תוקן על ידי - שלום_משה - 01/11/2005 0:19:24
בענעדיקט
מיר איז קודם געפאלען דיין הסבר אבער עס איז דוחק'דיג
"ואין אחריו מתורגמין" מיינט וואס עס מיינט
איחוד מיינט נעבעך אז רביה"ק זיעועכי"א איז געווען א ז"ל אן תורה, אין מען קען פון איהם מאכען ליצנות.
איחוד שאקל דיך אפ פון רבי'ן, פארטרעט ווייטער רז"ל אבער פון אונזער הייליגער רבי נעם אראפ דיינע לאפעס.
בענעדיקט
איך פאר שטיי נישט וואס די מיינסט : אמה טיילער?
דו חזרסט איבער דיין תירוץ וואס איז מופרך פון די משנה
די האסט נישט געזעהן די משנה, מאיז נישט מתרגם מעהר ווי איין פסוק ווייל איך האב מורא א דער מתורגמן וועט מאכן א טעות. דאס איז שייך ביי א מלך אויך.
מענדעלע דרעי
קענסט ווייזן בקיאות, אבער סאטמארער חסידים וועלן זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון איינעם וואס וויל "נישט" וויסן דעם אמת, נאר כסדר צו טרעפן סתירות!
דערפאר זע איך טאקע וויאזוי סאטמארער חסידים ענטפערן נישט, נאר דו מאנראוער–שווארצער רופט זיך אן...
באטשי
קודם כל:
אמה איז די מיטעלסטע פינגער, און גראמט מיט פאן.. וואס דו האסט געשריבן אין א דערנעבנדיג אשכול.
לענינינו:
רש"י הקדוש איז מדייק בלישניה:
ולא יקרא למתורגמן יותר מפסוק אחד. שלא יטעה מתורגמן המתרגם על פה:
איז דאך משמע פון רש"י (מיטן ניגון הידוע) אז די גאנצע פראבלעם פון זיך טועה זיין איז שייך נאר ווען מען איז מתרגם יעדן פסוק כדרך המתרגמין, וואס דאן איז דער תירגום בעל פה. אבער לפי מה שביארנו אז דא איז געווען אן אנדער סארט תירגום, טאקע דערפאר וואס המלך אין מתרגמין אחריו (לכאורה משום כבודו ושלא להטריחו יותר מדאי), האט מען אבער דערפאר אחרי ככלות הכל מתרגם געווען פאר די נשים ועמי הארצים. דאן האט מען געקענט מתרגם זיין מתוך הכתב (ארטסקראל וכדומה ) איז שוין נישט געווען קיין חשש טעות און מען האט געקענט מתרגם זיין די גאנצע תורה אויף איינמאל.
יעצט = פאר ווער עס האט נישט באמערקט:
די היינטיגע "תמיה" פון באטשי איז אויפן לעצטן עמוד פון הייליגן ספר ויואל משה. שטעל איך זיך פאר אז א גרויסע
מסיבת סיום ויואל משה קומט יעצט פאר ביי די הויז געזונד פון באטשי. א קלייניגקייט? ער מוטשעט זיך שוין ווייס איך ווי לאנג אויפן ספר, און ענדליך מיט גרויס מיה און פלאג (און מיט עטליכע תמיות) איז אים געלונגען מסיים צו זיין דעם הייליגן ספר. (חוץ אויב ער וועט זיך נאך פארטיפן אין די שמות הפרענומעראנטן).
בלייבט אונז איבער צו ווינטשן:
יהי רצון אז באטשי זאל זיין דער איינער אויף וועמען דער רבי האפט אזוי שטארק אין די הקדמה
ואם יעלה בידי שאזכה להוציא מהמבוכה בדעה הרעה הזאת אף אחד מישראל, הכל כדאי.
אויב דאס וועט מקוים ווערן:
מוזען מיר זיך יעצט שיידן פון באטשי'ן אויף אייביג...
ווייל חז"ל הקדושים לערנען אונז (עבודה זרה י"ז ע"א):
כל הפורש ממינות מיית
איחוד מאך נישט דערפון קיין פאליטיק ביטע
אויב נישט:
איז א סימן אז דער רבי זי"ע האט צו אים נישט גערעדט! ווי דער רבי שרייבט אין די הקדמה: וככה אומר גם אני, שאינני כותב כלל לכל אלה הכתות שאסרו חכז"ל להוכיחם, כי אם לאנשים מועטים המבקשים לידע האמת וכו' ואקוה להשי"ת העוזר וסומך להאיר עיני המחכים לו לראות האמת עכ"ל הנצרך לענינינו.
אדער ווי דער רבי שרייבט דארט אביסל ווייטער אין די הקדמה:
ובקונטרס הזה כתבתי בדרך אגב לסתור כמה ענינים שהתפשטו מהם בעולם להטעות עיני הבריות, וכל מי שיש לו מוח בקדקדו יראה האמת, אבל אי אפשר לטפל בכל הבליהם ושקריהם ודמיונות שוא ודברי זיופים שלהם להביא הכל על הגליון וכו' עכ"ל הנצרך לענינינו.
התאחדות!
איך האלט אז היידפארק איז נישט קיין פלאץ פאר יעדן שמויגער אויסצולופטערן זיין עם הארצות אויף ספרים פון קדושי עליון!
עס איז ענדערש געמאכט צו דיבעיטן פאליטישע זאכן!
תוקן על ידי - איחודמעמבר - 01/11/2005 2:23:03
בענעדיקט
לייג צו א משנה
משנה י"ב
ולמה נקרא שמו משנה תורה ששני פעמים קורים בספר זה, גמר המלך לקרות, נסתלק לו למקומו, והסגן קורא למתורגמן לעמוד על בימה של מלך, ואע"פ שאין עומדין במקומו, קרא המתורגמן כל הפרשה חוזר חלילה, ותירגם כל הפרשה בבת ראש. כמו שנאמר ונווסרו כל הנשים.
כפטיש יפוצץ ראשו
די נארישקייטן לאז איבער יעצט. דו האסט וואס צו ענטפערן צו נישט?
איחוד מעמבער
וועלכע איז די עם הארצות פון וואס דו רעדסט?
דער ויואל משה?
אדער די רש"י?
אדער די משנה?
א זוכעניש אין א דיקשאנערי אויף באטשי האט געברענגט די פאלגענדע:
bach also batch ( P ) Pronunciation Key (bch) Informal
n.
A bachelor.
intr.v. bached, also batched bach·ing, batch·ing bach·es, batch·es
To live alone and keep house as a bachelor.
נאך אזא חילול השם וואס חסידי סאטמער האבן אנגעמאכט. און נאך יארן זיך ארויסשטעלן ווי די גרעסטע מטורפים אויף'ן כדור העולם.
זענען זיי מיט אלע זייערע מנהיגים אפגעפרעגט געווארן אין די גאנצע וועלט. ביי יעדען ערליכע יודן. יעדע זאך וואס האט אויף זיך די ווארט סאטמער איז ממילא מופרך מעיקרא.
ס'איז שוין א שאד די צייט צו פרעגן קשיות אויף א אפגעפרעגטער.
יאנקי
פוסטע נארשיקייטען
ויואל משה אמת ותורתו אמת, האט נישט קיין שייכות ווי א סאטמארער חסיד פירט זיך, פונקט ווי מציאות ה' איז נישט נוגע צו א איד פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין.
בענעדיקט
אהן די גאנצע פיאסקע דא, תרגום מתוך הכתב?
דברים שבעל פה אי אתה רשאי לאומרן בכתב.
נאך אלע מעשיות, וואס איז די הכרח אבער צו זאגען אז עס איז געווען א מתורגמן?
מיר איז ענדרעש צו זאגען אז די סאטמאר רב האט פארזעהן א גמרא.
און פאר אלע וואס וועלען טענה'ן אז עס איז חוצפה אזוי צו זאגען, עיין בשולחן ערוך, אז די לשון אישתמיטתי' איז א לשון של כבוד. עס איז קיין שום עוולה נישט אז איינער פאר זעהט אמאהל א גמרא.
וכן הוא בנידון דידן.
די קשיא פרעגט נישט אפ די גאנצע שיטה, עס איז פשוט א הארבער פרט אין ויואל משה. דער ויואל משה איז נישט קיין ראשון אז מען זאל זיין מחוייב צו פארענטעפרען יעדעס פרט דארט.
איך האב שוין א שטיקל מהלך, אבער איך וועל בשום אופן עס נישט שטעלן אויף הייד פארק, והרוצה לטעות יטעה.
נאר צוליב מראית עין וועל איך סקענען פון צוויי ספרים וואס עס קוקט אויס אז די הלכה איז נישט ווי רש"י, ועיין שם במאירי ותוספות יום טוב, אבער דאס איז בלויז דער אנהויב פון פשט'ל.
נאך איין נקודה וועל איך צולייגן, אז ס'איז דא א דעה אז אלעס האט מען געליינט בכל לשון חוץ פרשת המלך ממש (כלומר שום תשים אין פרשת שופטים) ווי עס איז משמע אין די משנה, וכעין תירוץ שני בויואל משה, אבער איך וועל נישט פיהרן דא קיין ויכוחים ווי אמאל.
[בילד – נישט אפגעהיט]
הלכות חגיגה פ"ג
[בילד – נישט אפגעהיט]
נבוכדנצר
איך בעט דיך אז די זאלסט יא געבען דא א מהלך
אפילו אויב א פרט א שורה בלייבט ביי א צריך עיון ווערט דען די רבי קלענער אדער אפ גפרעגט.
אדרבה גיב אריין דא א ענרענסטקייט אין דורך ערענסט נעמען דעם ויואל משה גיבסטו מער כבוד פאר סאטמאר רב ווי די אלע וואס שרייען אז מע זאל נישט ענטפערען.
איך וועל קודם שטעלן דא דעם מגן אברהם וואס די צייכענסט צו עס זאל זיין גרונגער פארען ליינער.
_______________ מגן אברהם סימן רפב
אבל להיות הוא מקרא אינו יכול עד שיביא ב' שערו' (ר"מ מלונדרש בתשו' ב"י סימן מ"ג) אם אין שם כהן אלא קטן קוראין אותו אבל בלוי אני מסופק אם יקראו לכהן פעמים [רי"ט סי' קמ"ה] ורדב"ז כ' דאין קורין לכהן קטן למנין ג' אבל קורין למנין ז' (כ"ה סי' קל"ה) ול"נ דמ"ע דוקדשתו לא נאמר על כהן קטן דהא כתיב כי את לחם אלהיך הוא מקריב וקטן לאו בר עבודה הוא והאידנא לא נהיגי לקרות קטן אלא למפטיר, ומצאתי בריב"ש סי' שכ"א בשם רש"י דמ"ש בגמר' הכל עולין וכו' היינו דוקא למפטיר וכ"מ בהג"מ גבי עבדים כנענים ובב"י ססי' קל"ה בשם הרוקח ומיהו משמע דלאחר שנשלם מנין הקרואים מותר לקרותו ואין נוהגין כן, משמע מכאן דאשה חייבת לשמוע קריאת התורה ואע"פ שנתקנה משום ת"ת ונשים אינן חייבות בת"ת מ"מ מצוה לשמוע כמו מצות הקהל שהנשים והטף חייבים בה עסי' קמ"ו, ומיהו י"ל דאף על פי שאינן חייבות עולות למנין וכ"כ התוספות סוף ר"ה אבל במ"ס פי"ט כתוב הנשים חייבות לשמוע קריאת ספר כאנשים ומצוה לתרגם להם שיבינו עכ"ל וכאן נהגו הנשים לצאת חוצה:
יישר כח פאר נבוכדנאצר (מיין גאנצע פשט'ל איז נאר געווען א הצלה פורתא, וכמאמר החכם: ביז צו די קרעטשמע...).
אז דו קענסט יא, ברענג אונז נאך. יישר כח למפרע.
==
א ווארט צו יענקי'ס
אן בארעכטיגן די גיעול הנפש'דיגע דערנעבנדיגע אשכולות (איבערדעם באריכות אי"ה לכשירחיב), כידוע אז איך פרוביר נישט צו נעמען קיין שטעלונג אין די מאראסט.
אבער ווער ביסטו צו רעדן פון חילול השם, ?
---------
אמר המנהל
אז די האסט א הערה די די מנהלים קענסטו זיין שרייבען אין תיבה אישית
דא איז נישט קיין פלאץ צו אויסלופטערן טענות צו די הנהלה.
תוקן על ידי - allnewspic - 01/11/2005 20:11:21
לכאורה אין גמ' חגיגה איז משמע קלאר אז מ'האט נישט מתרגם געוועהן פאר נשים און עס איז לכאורה א שטארקע ראיה אז לפי הגמ' זענען די נשים בכלל נישט געקומען צו הקהל צו "פארשטיין" תורה. צו וואס דארף מען א מתורגמן
נאך מער אויב עס איז געוועהן א מתורגמן צום סוף וואס איז פשט אין די גמ' חגיגה
איך אליין בין נאך נישט קלאר אבער לאמיר מעיין זיין
אבער קודם א ראיה צו בענעדיקט, אז עס קען זיין אזוי ווי מ'האט געטוהן ביי מגילה נישט ממש א מתורגמן נאר די נשים פרעגען די וואס פארשטייען:
תלמוד בבלי מסכת מגילה דף יח עמוד א
והלועז ששמע אשורית יצא וכו', - והא לא ידע מאי קאמרי? - מידי דהוה אנשים ועמי הארץ. - מתקיף לה רבינא: אטו אנן האחשתרנים בני הרמכים, מי ידעינן? אלא מצות קריאה ופרסומי ניסא - הכא נמי מצות קריאה ופרסומי ניסא.
רש"י שם
ופרסומי - ניסא - אף על פי שאין יודעין מה ששומעין, שואלין את השומעין ואומרין מה היא הקרייה הזו, ואיך היה הנס, ומודיעין להן.
___________
אבער אחרי העיון איז אין חגיגה דארט משמע ובפרט אין טורי אבן אז באין לשמוע איז "להבין" דהיינו מן התורה דארפן די נשים פארשטיין בלשון הקודש דעם מלך אליין בלי מתרגומן.
תלמוד בבלי מסכת חגיגה דף ג עמוד א
תנו רבנן: מעשה ברבי יוחנן בן ברוקה ורבי אלעזר (בן) חסמא שהלכו להקביל פני רבי יהושע בפקיעין, אמר להם: מה חידוש היה בבית המדרש היום? אמרו לו: תלמידיך אנו, ומימיך אנו שותין. אמר להם: אף על פי כן, אי אפשר לבית המדרש בלא חידוש, שבת של מי היתה? - שבת של רבי אלעזר בן עזריה היתה. - ובמה היתה הגדה היום? אמרו לו: בפרשת הקהל. - ומה דרש בה? +דברים ל"א+ הקהל את העם האנשים והנשים והטף אם אנשים באים ללמוד, נשים באות לשמוע, טף למה באין? כדי ליתן שכר למביאיהן. - אמר להם: מרגלית טובה היתה בידכם ובקשתם לאבדה ממני!
טורי אבן מסכת חגיגה דף ג עמוד א
...ותמה על עצמך מי שהוא לועז ואינו מבין בלשון הקודש הא וודאי דפטור מהקהל(כז) דהקהל אינו נאמ' אלא בלה"ק כדתנן ריש פ"ז דסוטה (דף ל"ב) והאי אינו בילמדו ע"י ביאה זו אפי' לעצמו ואפילו בישמעו נמי ליתא דישמעו לשון הבנה הוא כמו ולא ידעו כי שומע יוסף. וכן אמר גוי אשר לא תשמע לשונו שהוא לשון הבנה. ...
איז קלאר דא משמע לכאורה אנדערש ווי דעם ויואל משה .. און אז נשים וואס קענען נישט קיין לשה"ק זענען אין גאנצען פטור פון הקהל ולכאורה אפילו אויב שפעטער וועט מען זיי מסביר זיין איז עס שוין נישט די מצוה אליין פון לשמוע מפי מלך עיין שם בענין חרש באחת מאזניו
אין אזוי איז משמע פון שפת אמת שם.
תוספות שם
נשים לשמוע - אמר בירושלמי דלא כבן עזאי דאמר חייב אדם ללמד לבתו תורה.ובשפת אמת בד"ה נשים כו' דלא כבן עזאי כו' קצת קשה לתלמודא דידן לעיל דילמדו לאחרים קאמר קרא א"כ יש לפרש אנשים ללמוד היינו לאחרים ועלייהו כתיב למען ילמדו ונשים לשמוע פי' להבין ולא ללמד לאחרים דבזה נראה דמודה בן עזאי:
עכ"פ א מתורגמן איז נישט געוועהן ווייל ממילא איז מען נישט יוצא אויב מ'פארשטייט נישט
וצ"ע
תוקן על ידי - yohcee718 - 01/11/2005 7:03:02
אהה, א נחת צי צוקוקען. מען רעדט דא אין לערנען מיט אזא געשמאק. מען מישט די בלעטער פון די הויפענעס ספרים. מען איז פארמח'ט. מען פארקנייטשט די שטערן. מען דרייט מיטן גראבען פינגער. און אופס, די קאווע האט זיך אויסגעגאסן. דעם האלב פילען גלעזל, וועלכע האט שוין קובע מקום געווען אויפן ספרים טיש זייט ליל שישי, האט דער רמב"ם איבערגעדרייט. אחחחחחס. דער קוים-געליינטער מושיען של ישראל האט אריינגענומען דער גרעסטן טייל פונעם חרון אף. עס וועט שוין בלייבן דערויף אן אות הוא לעולם. דעם ריטב"א און שו"ת יביע אומר האט די קאווע אויך נישט אפגעשוינט. די מועדים וזמנים און קונטרס ויבנו להם בתים זענען ב"ה אפגעקומען בלויז מיט שרעק. אוי וויי, ווער קומט עס דארט אריין? ניין, רבוש"ע, די עקרת הבית עפנט די טיר.
"כ'האט דיר שוין געבעטן פאר שבת די זאלסט דעם קאווע אויסגיסען. יעצט וועסטו שוין וויסען."
יישר כח יוחי (אנדערש ווי אנדערע, קוקט נישט אויס ווי דו לערנסט לקנתר/לקנטר [תלוי בלשונות רש"י ותוס' ברכות י"ז ע"א]).
ועי' ברמב"ם פ"ג מהל' חגיגה (איך האב עס נישט דא פאר מיר מעתיק צו זיין) שמפורש יוצא מדבריו שאין צריכין להבין דבר המלך, אלא לשמוע באימה ויראה ויל"ע בזה.
בענדיקט
נבוכדנצר
גוט מארגן
נאר פאר אייך, איך זעה איהר זענט מבקשי האמת
נאדיר דעם לשון רמב"ם
ה) הקריאה והברכות בלשון הקדש (נ"ב זה דעת יחיד של רש"י ורמב"ם ושאר ראשונים, אבל האמת הוא שהוא בכל לשון, חוץ מפרשת המלך, נבוכדנצר מלך בבל) שנאמר תקרא את התורה הזאת בלשונה אע"פ שיש שם לועזות:
ו) וגרים [ נוסח בענעדיקט הששה עשר "ונשים"] שאינן מכירין חייבין להכין לבם ולהקשיב אזנם לשמוע באימה ויראה וגילה ברעדה כיום שניתנה בו בסיני אפילו חכמים גדולים שיודעים כל התורה כולה חייבין לשמוע בכוונה גדולה יתרה ומי שאינו יכול לשמוע מכוין לבו לקריאה זו[או שישמענה מפי המתורגמן שיחזור על כל הקריאה בשעת ההפסקה] שלא קבעה הכתוב אלא לחזק דת האמת[כוונת בענעדיקט ה ט"ז והאמונה תתחזק אע"פ שאינו מבין אות אחת] ויראה עצמו כאילו עתה נצטוה בה ומפי הגבורה שומעה שהמלך שליח הוא להשמיע דברי האל:
איך האב געשפארט צייט און אריין געלייגט אייערע הוספות און הגהות אין מודגש.
באטשי
די שרייבסט מיר
הכשר טייערער
פטרתני פון פארענטפערן אלע קשיות אויף'ן רמב"ם
יישר כוחך!
די האסט נישט גוט פארשטאנען, לאמיך דיר פרעגען , האסטו שוין געהערט פון איינעם זאגען, איך האב א שטארקער קשיא אופן רמב"ם א סתירת הרמב"ם, אין איך האב נישט קיין תירוץ, במילא פרעג איך אפ דעם רמב"ם ח"ו????
אוודאי נישט
די זעלבע איז לגבי דעם ספה"ק ויואל משה
אוודאי איז מען זיך מפלפל אינעם רמב"ם צי פארענפערן סתירת הרמב"ם, כך הוא דרכה של תורה
אבער איין כלל נעם דיר אריין אין קאפ, אז די קשיא איז נאר א קשיא אויב די האסט א גוטן תירץ, אויב נישט, זאלסטו פארשטיין אז דיין שכל איז נישט יורד לתוך עומקן של דברים, אין בכלל ווער עס קען נישט כל התורה כולו איז בכלל נישט בארעטיגט צי זאגען מיינונגען.
הכשר
וכי רבך משה?
אבער אפילו לשיטתך
בימי הרמב"ם זענען געוועהן אסאך קשיות אויף דעם ספר המורה, זיינע תלמידים האבן געפראווט צו ענטפערן וויפיל זיי האבן געקענט, אין וואס זיי האבן נישט פארענטפערט, איז געבליבן שווער עד היום הזה, און איז נישט געווארען אהנגענומען ביי אידען.
למשל זיין מיינונג וועגן שדים און כשפים אדער מעשה מרכבה.
דו מעגסט האלטן אז דיין רבי איז אזוי גרויס ווי דער רמב"ם, אבער קעגן חז"ל קען קיינער נישט זאגן, נישט דער רמב"ם אין נישט דיין רבי.
אז איינער פרעגט דיך אזא סתירה קעגן דיין רבי'ןס א ספר ליגט אויף דיר א חוב אלץ כבוד רבו לברר מקחו של אותו צדיק.
איך האב נישט געזעהן די תלמידי הרמב"ם זאלען ענטפערן שאני מינות דמשכי, אדער מטאר זיך נישט טענה'ן מיט איין אפיקורס ישראל.
אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן?
אדער פרעג איינעם וואס ווייסט יא
אדער גיב מיר די אדרעעס פון איינעם וואס ווייסט
אדער זיי מודה אז דו האסט נישט קיין תירוץ
גיי נישט ארום פויקן אז דו האסט ארעכט ארויף צו צווינגען דיין מיינונג אויף אלע אידן ווייל דיין רבי האט געמאכט "א ספר וואס קיינער קען גארנישט אפפרעגן"
באטשי די שרייבסט
גיי נישט ארום פויקן אז דו האסט ארעכט ארויף צו צווינגען דיין מיינונג אויף אלע אידן ווייל דיין רבי האט געמאכט "א ספר וואס קיינער קען גארנישט אפפרעגן"
איך צווינג נישט ארויף מיין מיינונג אויף קיינעם, אבער פארשטייט זיך אז די קענסט אויך נישט ארויף צווינגען דיין פארדארבענע מיינונג אויף קיינעם, איך זאג דיר א מציאות בחיים חייתו פין רביה"ק האט קיינער נישט באוויזן עפעס אפציפרעגען אדער אפווענדען, דאס איז כולו עלמא מודה אז רביה"ק מסאטמאר איז געווען דער גדול הדור, איז וואס פארשטייסטו נישט אז ווען די האסט א קשיא , איז אזוי, האסטו א תירוץ איז גוט, אין אז נישט זאלסטו עס אנלייגן אז היות די ביסט נישט בקי אין כל התורה כולו האסטו נישט זוכה געווען יורד צי זיין לעומקה של דבריו הקדושים.
אבער זיך ארומטראגען ווי א נער אין זיך אויפטוהן, הע הע איך האב א קשיא אויפן ויואל משה , איז נעריש אין אבסורד.
אין גלייב מיר , איך האב ניטאמאל געקוקט וואס די קשיא איז, נאר אזויפיל שטעל איך מיך פאהר אז ווען די ווילסט אמתדיג וויסן פשט אין א שטיקעל ויואל משה קומסטו נישט אהער דא אויף הייד פארק, עס איז נאך דא געניג תלמידי חכמים צי טרעפען וועם מען קען פרעגן פשט, אין אז די קומסט דא ווייזט דאס דיין מהות אין מחשבה.
איך מיין איך האב דיר שוין גענוג מסביר געווען דעם ענין אין בל"נ מער וועל איך מיך נישט מטפל זיין מיט דיר, ווייל די האלסט אין איין איבער זאגען די זעלבע זאכען.אין ווי איינער האט שוין אויבען געשריבען "שאני מינות דמשכי" ווייל בדרך כלל די מענטשען וואס זוכען צי פרעגען קשיות דא אויף הייד פארק זענען נישט מענטשען וואס ווילן פארשטיין, נאר מענטשען וואס ווילן בלייבן מיט די קשיות אין זענען רח"ל געכאפט מיט ציונות למחצה לשליש ולרביע, אין ווילן קענען זאגען פאר יעדעם, הע הע איך האב א קשיא אויפן ויואל משה.
תוקן על ידי - הכשר - 02/11/2005 23:51:00
בענעדיק: דיין סאטמערע גערעדעכצט "ווער ביסטו" וועט מיך נישט אפהאלטען פון ארויסשרייען די ביטערע וויי געשריי וואס ליגט אויף'ן הארץ פון יעדן ערליכע יוד.
די גרויליגע מידות וואס מ'האט ענק געלערענט. פארשמירט און פאר'חזר'ט די שיינקייט און איידעלקייט פון כלל ישראל אין גלות. קיינעם גייט נישט אן וואס ס'טוט זיך ביי ענק, זאל זיך בלוט גיסן געזינטערהייט, אבי נישט צווישן יודן, אבער אריינצומישן די אומות העולם, און זיך עפענען דאס נאריש פיסקל פאר די מידיע, למען ישמעו ויראו, אז יודן פירן זיך אזוי אויף. דאס באדערט פאר יעדען יוד!
מ'וואלט זיך געדארפט צאמנעמען און אויסשרייען א קול מחאה אז אינז האמיר נישט קיין חלק אין די שרעקליכע חילולי השם וואס ווערט אפגעטאן מידי יום ביומו. דורך א קהילה וואס פארופט זיך כלומר'שט אלס די פרומסטע ביי כלל ישראל. און האבן יארן לאנג גערודפט און געשחטן ווער ס'איז נישט געגענגען מיט זיי אין שפאן.
סאטמער רב ז"ל איז געווען א גדול הדור, ער האט אוודאי נישט דעיס געוואלט.
תוקן על ידי - allnewspic - 04/11/2005 7:19:14
איך בין א שפעט קומער. אבער די קשיא איז אן אלטע קשיא איך האב א קובץ פון די עדה תשמ"ח ווי איינער שרייבט א שיינע תשובה וועגן די קשיא. איך גיי פרובירן דאס ארויפצולייגן דא
נישט געלונגען די ערשטע מאל
שער בלאט
[בילד – נישט אפגעהיט]
1
[בילד – נישט אפגעהיט]
2
[בילד – נישט אפגעהיט]
3
[בילד – נישט אפגעהיט]
4
[בילד – נישט אפגעהיט]
5
[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס איך וועל יא זאגן איז א ויואל משה תמוה (אויך נאר ביים לעצטן שטיקל) איז נאך נישט קיין קשיא אויפן ויואל משה. נאר אזויפיל אז איך און די פארשטייען עס נאך נישט.
נאר איך האב געהערט פון א איד א תלמיד חכם אז בשעתו האט ר' משה פיינשטיין געשיקט פרעגן דעם רבין די קשיא און דער רבי האט געזאלט ענטפערן א בירור וויאזוי ער האט מברר געווען די הלכה אזוי ווי דער תוספות יו"ט וואס איז מחולק מיט רש"י. אבער ווי געזאגט איז די מעשה מפי השמועה און דער תלמיד חכם האט נישט געהאט געהערט דעם בירור דעמאלטס קען איך דיר עס נישט מער זאגן דערוועגן אבער די אויבן געברענגטע תשובה פארענטפערט עס סיי ווי אז עס איך נישטא קיין מחלוקה.
לכבוד ר' גאסט נ"י
תניח דעתך שהנחת את דעתי
יישר כח פארן מעתיק זיין די בירור פון ר' ישראל דוב האלבערשטאם פון אנטווערפן (איז דאס הרה"ח ר' בערל הלברשטאם ז"ל?), וואס ער ברענגט למעשה ארויס אין א לענגערן בירור דאס וואס אני הקטן האב געשריבן גלייך ביים אנהייב אשכול אין געציילטע ווערטער, אז אית מתורגמן ואית מתורגמן, און ביי א מלך איז מען נישט מתרגם יעדן פסוק, אבער אחרי ככלות הכל איז מען יא מתרגם פאר די נשים ועמי הארצים.
איך וועל האבן אי"ה א פרייליכן שבת א דאנק דיין טירחא
יישר כח שנית, תשואת חן חן לך
בענעדיקט16
תוקן על ידי - בענעדיקט16 - 04/11/2005 21:19:35
גאסט:
א שיינעם דאנק אייך.
איז דאס געדריקט ערגעץ אין א ספר. אדער איז דאס סתם א קונטרס?
אויב א ספר ביטע צייכן וועלעכע.
די זכות פון רבין וועט דיך אוודאי ביישטיין פארן פארענטפערן די אלע וואס פרעגן אפ די שיטה. כ'האב שוין שיעור געוואלט גיין צו די בחירות. האסט מיך נאך געכאפט אין צייט.
א גרויסן שכוח און א גוט שבת.
יענקיס
רש"י הקדוש האט אויך געשריבן זיין פירוש אין א קונטרס.