היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ~~= {{ חידות }} = ~~

~~= {{ חידות }} = ~~

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1641983
בלאט: 1 2

natan101 » 27/10/2005 20:53


לויט'ן קעפעל קענט אליינס פארשטיין וואס די אשכול איז געאייניגט פאר.
לכתחילה איז דער וואס ענפערט א חידה זאל האבען גרייט א פרישע כדי ס'זאל זיך נישט אפשטעלען.

בשום פנים ואופן נישט אריינמישען קיין פאליטיק דא
ס'איז דא גענוג אשכולות פאר דעם. און טאמער נישט קען מען עפענען נאך אפאר.

(טאמער ס'איז שוין דא אזא אשכול ערגעץ ווי זאל איינער מוחל זיין און עס ארויפברענגען.)

natan101 » 27/10/2005 20:55

די ערשטע חידה,

ווער איז געווען די גרעסטע רוצח אין די היסטארי?

הערמיך » 27/10/2005 20:59

לערנסט שוין חומש?


ביז שני, אדער ביז אויס?

natan101 » 27/10/2005 21:04

א גוטען ראביי הערמיך,
ווילט איר אויסלערנען חומש? נא פראבלעם.
נאר איך בעט אייך עפענט אן אנדערען אשכול פאר דעם,
דער אשכול איז געאייניגט פאר יונגעלעך פון כתה ג' אין העכער...

קרעמער » 27/10/2005 21:12

אז דו פרעגסט דאס פונקט אין פרשת בראשית, קען איך זיך פארשטעלן אז דו רעדסט פון קין, וועלכער האט אויסגע'הרג'ט א פערטל וועלט.

אז מ'רעדט שוין פון קין און הבל;

ווי אלט איז הבל געווען ווען ער איז גע'הרג'ט געווארן?

oyvey » 27/10/2005 22:11

לויט ווי איך האב פארשטאנען ס"ה איין יאר.
מקור- מקץ ימים. שנולדו. שנה תמימה נקראת "ימים", (פירוש החזקוני)
נעקסט חידה (זייער א באקאנטע אבער בעסער ווי גארנישט)

סוף סוף תחילת שמו, תחילת סוף סוף שמו, ואח"כ בא נח אל התיבה...
מה שמו?

גאסט » 27/10/2005 22:34

פנחס

און יעצט א נייע וואס מען האט שוין אסאך דעבאטירט אבער איך האב נאך נישט קיין תירוץ

וואס זאגט מען מער מאל אין יאר מוריד הגשם אדער מוריד הטל?

קושקע » 27/10/2005 22:41

אויוון אויף קוקט אויס אין א געווענליכע יאר מוריד הטל, און אן עיבור יאר, מוריד הגשם,

בין איך גערעכט?

קען זיין ס'ווענדט זיך אויך אין וואספארא יאר אונעם מחזיר?

נע, קען נישט זיין, ווייל אפי' ביי א שנה שלימה איז סך הכל דער חילוק נאר 1 טאג, ווידער דער חילוק צווישן דעם ערשטן טאג פסח וואס איז דעם 15טער אין חודש מיט שמ"ע וואס איז דער 22סטער איז 7 טאג,

בין איך גערעכט?

דאכענע » 27/10/2005 22:43

ווער איז דאס "פנחס"?

קושקע » 27/10/2005 22:46

ווייל דער לעצטער אות פון די ווארט "סוף" איז א "פ", דער ערשטער איז א "ס", יעצט שטעל אריין די ווארט "נח" צווישן די "פ" אין די "ס" ווערט עס "פנחס"

קושקע » 27/10/2005 22:47

חוץ אויב די רעדסט פון ראש השנה ביז ראש השנה...

רעדסטו פון דעם?

קרעמער » 27/10/2005 22:59

דער ענטפער אויף מיין שאלה פון הבל:

זעה אין סדר הדורות (אלף הראשון) שכתב וז"ל: הבל חי נ' יום (בראשית רבה פרק כ"ב), וכתב היפה תואר כי טעות סופר הוא, ר"ל לדעת מאן דאמר שהיה קיים עד חנוכה היה יותר מנ' יום, ונ"ל שצ"ל צ' יום כו'. ובאברבנאל בראשית ובמכלל יופי בראשית דף ל"ו בשם יוסיפון שהיה בן ק' שנה כשנהרג, וראב"ע כתב ויהי מקץ ימים שנה, ובתנחומא קין היה בן מאה שנה כשהרג את הבל.

איך האב נישט יעצט א נייע חידה אויפן מאמענט, ואתכם הסליחה.

worldwar » 28/10/2005 16:37

ווען זאגט מען דריי מאל לעילא

Pirro06 » 28/10/2005 16:48

אלול ווען מען זאגט בטעות לעילה איו יעדער שרייט זאגט מען שנעל נאכאמאל לעילא ולעילא

באראפארקער » 28/10/2005 17:25

קושקע
איך געדענק אין די צייטונג איז געווען אמאהל א לענגערע "פלפול" וועגען דעם.

לאמיר מאכען דעם חשבון.
אין א שנה פשוטה.
מוריד הגשם. מען הייבט אהן שמיני עצרת ביי מוסף שטילע שמו"ע.
לאמיר רעכענען די חדשים, חשון כסלו טבת שבט אדר,
29
30
29
30
29
* 3
= 441
רעכען צו אזוי,
14 טעג פין ניסן, איז 42 מיט דריי תפילות פין ערשטען טאג פסח (שטילע פין מוסף זאגט מען נאך מוריד הטל) איז 45
האלט מיט 486.
רעכען צו זיבען טאג חנוכה וואס מען דאווענט מוסף (איין טאג איז שבת),
האלט מען 493.
רעכען צו פין תשרי זיבען טעג, איז 21, מיט פינעף פין שמ"ע שמח"ת איז 26
האלט מען 519.
מוספים פין שבתים אין ר"ח וועלען מיר נישט רעכענען ווייל זיי זענען אייניג ביי ביידע.

ווידער מוריד הטל
הייב אהן מיט 441 פין פינעף חדשים.
רעכען צו אכט טעג פסח מאהל 4 איז 32 נעם אראפ דריי פין די ערשטע טאג איז דרייסיג, האלט מען 471
רעכען צו אכט טעג נאך פסח מאהל דריי איז 32 האלט מען 503
רעכען צו 14 טעג פין תשרי מאל דריי איז 42
האלט מען 545
רעכען צו צוויי פין ראש השנה און צוויי פין יו"כ (נעילה) איז 549
רעכען צו זיבען פין סוכות מאהל פיר (מוספים) 28 האלט מען 577
נאך צוויי פין שמנ"ע האלט מען 579.

דער געווינען איז מוריד הטל. אבער אין א איבער יאר קומט צו ניינציג צו מוריד הגשם, דעמאלס איז ער דער געווינער.

באראפארקער » 28/10/2005 17:26

תיקון טעות (איך האף דאס איז די איינציגסטע) עיבור יאר.

באראפארקער » 28/10/2005 17:31

נתן
דער גרעסטער רוצח איז די "מלאך המות".

גאסט » 28/10/2005 19:48

איינער האט אויסגעשטעלט 10 טשעקס, אויף יעדן טשעק אויסגעשטעלט א סומע דערין.
וועלעכע נאמבער פון 1 ביז 1000 קען מען געבן פון די טשעקס געוויסע נומערען איז 1 טשעק גענוג און געוויסע דארף מען אפאר טשעקס אבער מען דארף נישט אויפטוישן קיין איין טשעק

ווער קען זאגן וואס די סומעס אויף די 10 טשעקס זענען?

באראפארקער » 28/10/2005 20:16

א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל.
איך הייב נישט אהן צו פארשטיין דיין שאלה.

פדן_ארם » 28/10/2005 21:19

1
2
4
8
16
32
64
128
256
489

13Hooper » 28/10/2005 21:36

אין וועלכע יאר פין 2000 ביז 2010 וועט נישט זיין א שבת חנוכה (נישט קיין JOKE )

13Hooper » 30/10/2005 02:23

sorry from year 2006 till 2015

גאסט » 30/10/2005 02:47

פדן_ארם

גאסט » 30/10/2005 02:49

ס'איז נישט מעגליך צו זיין א יאר אן א שבת חנוכה. ווייל חנוכה איז 8 טעג און 8 טעג מוז זיין כאטש איין שבת

מקוה_איד » 30/10/2005 03:09

אויפן גויאישן/קריסטישן קאלאנדער איז יא מעגליך אויב NEW YEAR איז אין מיטן חנוכה 2 יאר נאכאנאנד

תוקן על ידי - מקוה_איד - 30/10/2005 3:09:42

13Hooper » 30/10/2005 04:02

מקוה_איד

גאסט » 30/10/2005 04:16

ישר כח פאר מקוה איד פארן מיר קלאר מאכן מיין טעות.

אבער 13 איך האב פרובירט אבער לויט מיין חשבון וועט נישט זיין אזא יאר פון 2006 ביז 2015 ווייל די איינציגסטע מאל פון די 11 יאר וואס די צייכנסט אן וואס סוף חנוכה געפאלט אין ערשטן פון גויאישן איז היי יאר. אבער קומענדיגע יאר געפאלט חנוכה אינמיטן דעצעמבער. קען זיין אז איך מאך א טעות אבער איך האב פרובירט ביי די לינק צו זוכן און נישט געקענט צוטרעפן

http://www.hebcal.com/hebcal/

מלוה_מלכה » 30/10/2005 04:43


2012

יאנואר איין געפאלט דינסטאג אינעם 7 טאג חנוכה
דעצעמבער 29 געפאלט דאנערשטאג אינעם 5 טאג חנוכה

13Hooper » 30/10/2005 07:02




תוקן על ידי - 13Hooper - 30/10/2005 7:04:20

13Hooper » 30/10/2005 07:38

איך האב געמאכט א טעות אין מיין קשיא אויף 2006-2015 עס וואלט געברויכט זיין 2006-2050 אין דער תירוץ איז..



2043

גאסט » 30/10/2005 15:32

מלוה מלכה. וואו האסטו געזעהן אז דער ערשטער 2012 איז אינמיטן חנוכה? איך זעה עס אין ערגעץ נישט

גאסט » 30/10/2005 15:34

2043 שטימט ווייל אין אנהייב איז שוין נאך חנוכה און שבת חנוכה פאלט אויס דעם צווייטן אין 2044

ישראלטשע » 1/11/2005 00:52

ווער האט געזאגט די ווערטער

"רעיון מצוין עולה בליבי למשוך אנטישמים ישרים ולעשותם מחסלי רכוש יהודי"?



תוקן על ידי - ישראלטשע - 01/11/2005 1:14:01

APPLE » 1/11/2005 01:10

הערצל האט עס געזאגט

אבער מען שרייבט רכוש יהודי

מענדלדרעי » 2/11/2005 23:54

ווי איז שייך אז איינער זאל ארויסגיין שבת מיט א טלית אויף זיין פלליצע אין רשות הרבים אין זאל זיין מחויב א חטאת?

אייןסאטמאר » 3/11/2005 00:05

אויב עס האט נישט ציצית

מענדלדרעי » 3/11/2005 00:09

אייןסאטמאר


ווי איז שייך אז אויף וויין זאל מען מאכען א שהכל?

מקוה_איד » 3/11/2005 00:22

אויב סיז געפרוירן

מקוה_איד » 3/11/2005 00:23

וואס זאגט מען מער האלב הלל אדער גאנץ?

גאסט » 3/11/2005 01:02

גאנץ הלל זאגט מען אייביג נאר בבט"ח 21
ב-פסח
ב-שבועות
ט-סוכות
ח-חנוכה

האלב הלל
שנה פשוטה
21 אדער 22 (ווענדט זיך אויב חשון איז 29 אדער 30)
שנה מעובר
23 אדער 24

בעל_גאוה » 3/11/2005 02:41

מלוה מלכה
האסט א טעות
שבת חנוכה און 2012 איז
DEC 15 2012

http://www.hebcal.com/hebcal/?year=2012&v=1&month=12&yt=G&nh=on&nx=on&i=off&vis=on&set=on&heb=on&c=off&geo=zip&zip=&m=72&.s=Get+Calendar&.cgifields=nx&.cgifields=nh&.cgifields=set


און 13 HOOPER האט אויך א טעות און 2043 איז דא 2 שבת חנוכה,
די ערשטע שבת חנוכה (א' חנוכה) 2043 איז
DEC 26 2043
און די 2-טע שבת נר ח' איז טאקע JAN 2 2044
אבער איין שבת איז דא אין 2043
http://www.hebcal.com/hebcal/?year=2043&v=1&month=12&yt=G&nh=on&nx=on&i=off&vis=on&set=on&heb=on&c=off&geo=zip&zip=&m=72&.s=Get+Calendar&.cgifields=nx&.cgifields=nh&.cgifields=set


עס קען נישט זיין עס איז נישט מעגליך ווייל יעדעס יאר און DEC איז דא א שבת חנוכה

אלא אי אתמר הכי אתמר

ווי קען זיין אז א חנוכה וואס האט נאר איין שבת זאל האבן און זעלבן יאר 2 חנוכה שבתים

אדער בעסער
ווי קען זיין א זאת חנוכה געפאלט אין א דאנערשטאג און יענעם יאר זאל זיין 2 שבתים חנוכה
אויף דעם איז דער תירוץ 2044 ווייל JAN 2 2044 איז זאת חנוכה - ב' טבת תת"ד און DEC 17 2044 איז שבת חנוכה נר ד כ"ז כסלו תת"ה

משיח וועט אוודאי שוין לאנג דא זיין

ווער עס וויל נאכקוקן זאל גיין אויפן לינק און אליין מברר זיין מען קען זוכן וועלעכע חודש מען וויל

בעל_גאוה » 3/11/2005 02:52

אזוי ווי איך האב די לעצטע פותר געווען וועל איך לייגן א חידה

ווען קומט אויס אז מען זאל ליינען א סדרה (פרשה) 2 שבתים א יאר
און ווי קען זיין א סדרה (פרשה) וואס מען זאל עס נישט ליינען א גאנץ יאר קיין איין שבת?

און ווי קען זיין א סדרה וואס מען זאל עס ליינען נאר צויי מאל א יאר?

א געווענליכע סדרה ליינט מען 4 מאל שבת ביי מנחה און ב' וה' און שבת

אייןסאטמאר » 3/11/2005 19:16

וען קומט אויס אז מען זאל ליינען א סדרה (פרשה) 2 שבתים א יאר
פרשת וילך היי יאר
און ווי קען זיין א סדרה (פרשה) וואס מען זאל עס נישט ליינען א גאנץ יאר קיין איין שבת?

פרשת וילך האט מען נישט געליינט פאריאר
און ווי קען זיין א סדרה וואס מען זאל עס ליינען נאר צויי מאל א יאר?

א געווענליכע סדרה ליינט מען 4 מאל שבת ביי מנחה און ב'
וה' און שבת

פאריגע וואך בראשית האט מען געלייענט נאר דאנערשטאג און שב"ק

באראפארקער » 3/11/2005 19:31

איין סאטמאר
לא דובים ולא יער, מען איז נישט מחויב אויב א בגד האט נישט קיין ציצית, פונקט פארקערט, מען איז פטור פין ציצית אין שבת, ווייל מען טאר נישט קניפען אין שבת, כמבואר בהל' ציצית.

און די אמת'ע תשובה אויף די שאלה איז, אז מען איז מחוייב ווען איין ציצית איז פסול, איז מען חייב אויף די אנדערע דריי, עס איז א גמרא אין מנחות.

אייןסאטמאר » 3/11/2005 19:49

ביסט גערעכט, איך האב דאס געמיינט (דארפסט מיר נישט גלייבן)

APPLE » 3/11/2005 19:52

באראפארקער

קוק אריין אין שולחן ערוך סימן ש"ג, סק"א, קוק וואס דער בית יוסף ברענגט בשם תוספות.

מקוה איד

געפרוירען איז דאך נישט קיין דשוס מער.
איך קלער אז ער מיינט די גמרא על שמרי יין מברכים שהכל,
אדער שיטת רש"י אז יין מבושל מברכינן שהכל.

בעל_גאוה » 4/11/2005 00:18

איין סאטמאר

יא צווי תשובות איז ריכטיג אבער נישט די 3-טע

פרשת וילך דארף זיין די תשובה פאר אלע 3 שאלות ווייל תשס"ה האט מען געליינט וילך שבת כ"ז אלול ביי מנחה און מאנטאג ער"ה

אבער בראשית האט מען געליינט 3 מאל דעם יאר
ווייל שמחת תורה, יום ה' און שבת אינדערפרי
(אפשר האסטו געטרינקן צופיל שמח"ת האסטו נישט געהערט ליינען?)

אייןסאטמאר » 4/11/2005 00:57

איך האב געמיינט צו זאגן אז עס איז נישט געגאנגען קיין פרשת וילך, מ' האט עס נישט מעביר סדרה געווען

בעל_גאוה » 4/11/2005 01:06

מען מוז ארויף לייגן א נייע חידה

עס איז אלטע אבער בעסער ווי גארנישט

ווי קען זיין אז ניסן פאלט און סוכות?

אייןסאטמאר » 4/11/2005 01:27

ר' ניסן איז אראפ געפאלן סוכות
בלאט: 1 2