~~= {{ חידות }} = ~~
83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1641983
1 סאטמאר
לייג ארויף עפעס א חידה
איך האלט א שטיקל חמץ אין מיין הענט,
עס געהרט צו מיר,
עס איז גרעסער ווי דער שיעור,
עס איז נישט מילכיג אדער פליישיג,
אויך איז עס נישט טריפה,
איך מעג הנאה האבן פון עס אדער עס פארקויפן,
עס איז נישט פאר שחרית אדער קידוש,
עס איז נישט ערב יום טוב נאך חצות
אבער דאך טאר איך להלכה דאס נישט עסען, פארוואס?
תוקן על ידי - פדן_ארם - 04/11/2005 3:01:11
חמץ שעבר עליו הפסח
א שווערע חידה
איינער האט 12 מטבעות
איין מטבע איז פאלש
וויל ער וויסן וועלעכע, דארף מען עס אפוועגן
ער ווייסט אבער נישט וויפל וועגט א ריכטיגע און וויפיל א פאלטשע
ער האט א וואג וואס ער קען ניצן נאר 3 מאל
וויאזוי קען ער טרעפן די פאלשע מטבע מיטן וועגן נאר 3 מאל?
(א שאד איך וואלט עם געלאזט ניצן מיין דיגיטל וואג וויפל ער וויל)
איך מעג הנאה האבן פון עס אדער עס פארקויפן
חמץ שעבר עליו הפסח איז אסור בהנאה
פדן ארם
נו וואס איז דער ענטפער אויף דיין חידה?
וועגן חמץ
ווי לאנג ער ענטפערט אויף זיין שאלה, וועל איך ארויפלייגן א פרישע.
ווי טרעפט מען ביי איין הלכה, אז די ספרדים פסק'נען ווי די אשכנזים, און די אשכנזים פסק'נען ווי די ספרדים?
איזהו היונק שהוא דו פרצופי ולפי שמו אינו יכול להיות שחור-לבן
אין יום כיפור תשעה באב אדער די אנדערע פאסט טעג
בעל-גאווה
וועגען די פאלטשע מטבע קען איך צילייגען אז עס קען אפילו געלאנגען אמאל נאר צי וועגען 2 מאל הא? בין איך גערעכט
שירעם
בשר גלאט
ווי קען געמאלט זיין: דו האסט צוויי סארטן עסענווארג איינע איז כשר צו עסן די צווייטע איז נישט, דו לייגסט די נישט כשר עסן אויפן כשר'ן און עס ווערט פארקערט די כשר עסען ווערט נישט כשר און די נישט כשר עסען ווערט כשר
פלייש אין זאלץ
chaimson;
קען זיין אז ביסט גערעכט מיט דיין ענטפער,אבער אן א מראה מקום קען איך נישט.
די ריכטיגע ענטפער איז אין טו"ז סימן תרע"א סק"א, ביי נר חנוכה. עיי"ש
13HOPPER
די שרייבסט
איך האב נישט געמאכט א טעות אז אין 2043 למספ פאלט נישט אויס א שבת חנוכה
עס איז נישט גרינג צי כאפען אדרבה באטראכט גיט נאכאמאל דעם קאלענדער וועסטי זעהן אז איך בין גערעכט
קוק אויף יענעם לינק וואס די האסט געברענגט דארט וועסטו קלאר זעהן אז די ערשטע שבת חנוכה (א' חנוכה) 2043 איז
DEC 26 2043
איך ווייס נישט וואס איז דא צו כאפן?
13HOPPER
בעל-גאווה
וועגען די פאלטשע מטבע קען איך צילייגען אז עס קען אפילו געלאנגען אמאל נאר צי וועגען 2 מאל הא? בין איך גערעכט
ניין לפי ידיעתי מוז מען האבן 3 מאל צו וועגן אז נישט איז נישט מעגליך
אדרבה ווייז ווי מען קען נאר מיט 2 מאל
בעל-גאוה
עס איז אזוי גרינג צי זעהן, מיט דעם אלעם האב איך דיר, אין אינזערע אנדערע חכמים געגעבען א גיטס
די ערשטע נאכט חנוכה אויף דעם קאלענדער 2043 איז נישט פרייטיג באנאכט נאר שבת ביינאכט דוק והשכח
http://www.hebcal.com/hebcal/?year=2043&v=1&month=12&yt=G&nh=on&nx=on&i=off&vis=on&set=on&heb=on&c=off&geo=zip&zip=&m=72&.s=Get+Calendar&.cgifields=nx&.cgifields=nh&.cgifields=setוועגען די מטבע טיט מען ווי פאלגענד
מען לייגט ארויף 3 מטבעות אויף ביידע זייטען פין דעם וואג שאהל טאמער עס וועגט אייניג ווייס איך אז דער פאלטשער איז אין די אנדערע 6 לייגט מען די אנדערע 6 אויף ביידע זייטען פין וואג שאהל, די זייט וואס וועגט ווייניגער איז די פאלטשע, לייגט מען צים דריטע מאל פין די דריי, איינס אויף יעדע זייט זעט מען ווייטער וועלכע זייט עס וועגט ווייניגער.
עס קען פאסירען אין 2 מאל, אז אויב צי זיין מזל ביים ערשטע מאל זעט ער גראד די זייט וואס וועגט וויניגער, ברויך ער נאר נאך איינמאל לייגען פין די דריי איינס אויף יעדע זייט
13Hooper
דו ביסט אזא חכם, לויט דיין חשבון קען געמאלט זיין אז דו וועסט טרעפן אויך אין איין מאל, אויב דו נעמסט די ערשטע צוויי מטבעות און איינע וועגט וויניקער ווייסט גלייך וועלכע עס איז.
איינער האט געהאט א וואגשאל מיט 4 שטיינער און מיט זיי האט ער געקענט אפוועגן יעדעס גאנצע מאס (1,2,3 וכו') ביז 40. וויפיהל האט יעדעס איינס געוואויגען?
CHAIMSON
לויט דיין חשבון מיז נישט זיין אז אין 3 מאל מאקסימאם וועט ער עס זיכער טרעפען, אין לויט מיין חשבון וועט ער עס טרעפען 50% אויף דעם 2טען מאל אין 50% אויף דעם דריטען מאל אויף זיכער
שטימט עס ?
ס'איז געווען דריי מענטשן און נעבן זיי א באקס מיט פינעף קאפלעך צוויי ווייסע און דריי שווארצע מען האט יעדן אנגעטוהן איין קאפל אן אויסזאגן וועלכע קאלער (זיי האבן אויך נישט געזעהן וועלעכע ס'איז געבליבן אין באקס) מ'האט געפרעגט דעם ערשטן וועלעכע קאלער ער האט ער קוקט אויף די צוויי אנדערע און ענפערט ער ווייסט נישט מען פרעגט דעם צווייטן און ער ווייסט אויך נישט מען פרעגט דעם דריטן זאגט ער אויב די פריערדיגע צוויי ווייסן נישט האב איך א שווארצע די קשיא איז פון ווי ער ווייסט
1) סיי אויב די אנדערע צוויי האבן געהאט ווייסע (וואס דעמאלטץ איז דאך פשוט)
2) סיי די צוויי האבן געהאט איינער א שווארצע און איינער א ווייסע
3) און אויך ווען די צוויי האבן געהאט ביידע שווארצע
לויט אלע דריי אויבן דערמאנטע אופנים האט דער דריטער אויסגעפיגערט אז ער האט א שווארצע ווי אזוי?
איינער פון די צוויי האט געהאט א ווייסע און איינער א שווארצע ער האט נישט געוואוסט וואס ער האט ביז די אנדערע האבן געזאגט זיי ווייסן נישט ווייל דער וואס האט געהאט די ווייסע האט נישט געקענט וויסן צו ער האט די דריטע שווארצע אדער נישט און אויב דער מיט די שווארצע האט נישט געקענט וויסן מיז דאך זיין אז ער האט נישט קיין ווייסע ווייל אויב יא זעט ער דאך 2 ווייסע
זייער פשוט
אויב ביידע האבן ווייסע:
מוז ער האבן די שווארצע, ווייל עס איז נאר דא צוויי ווייסע
אז איינער האט א שווארצע און איינער א ווייסע:
איז בשעת דער וואס האט די שווארצע קוקט אויף ביידן און זאגט אז ער ווייס נישט, ווייסט ער גלייך אז ער האט א שווארצער ווארום אויב ער וואלט געהאט א ווייסער וואלט דער מיט די שווארצער געזוען צוויי ווייסער און וואלט געוואסט וואס הער האט (א שווארצער)
אויב ביידע האבן שווארצע:
איז בשעת דער צווייטער זאגט "איך ווייס נישט" ווייסט ער (דער דריטער) אז ער האט א שווארצער ווייל אויב ער האט א ווייסע וואלט דער צוויטער געוואסט וואס ער האט – א שווארצער ווייל אויב ער (דער צווייטער) האט א ווייסע הויסט עס אז עס איז שוין דא צוויי ווייסע (דער צווייטער און דריטער) און דעמאלט וואלט דער ערשטער געוואסט אז ער האט ה שווארצער
א ניי שאלה (זייער אן אלטע)
טאמער פאלט אייך עפעס אריין און א וואסער אין די איינציגסטע וועג אריינצוגיין איז זיך אריינשטעלען אין א וואגשאל - scale (מיט צוויי זייטען)
ווי אזוי מאכט מען דאס?
סאיז א מהרש"א אין ש"ס
סרעד זיך פון א וואסער ברינעם
דאס איז א מהרש"א אין סנהדרין מיט א וואלף אין א פיקס מען לייגט אריין שטיינער אין ביידע זייטען ווען מען וויל ציריק ארויף קימען ווארפט מען ארויס די שטיינער פין די אינטערשטע במילא פאהרט מען ציריק ארויף
אידן, עס איז אלץ גלייכער אנצוצייכענען א פונקטליכע מראה מקום.
סנהדרין ל"ט ע"א מהרש"א ד"ה אבות.
כדי צו פארשטיין די מהרש"א, ברויך מען קודם אדורכלערנען די רש"י ד"ה אבות.
A_Jew
האט געפרעגט
איינער האט געהאט א וואגשאל מיט 4 שטיינער און מיט זיי האט ער געקענט אפוועגן יעדעס גאנצע מאס (1,2,3 וכו') ביז 40. וויפיהל האט יעדעס איינס געוואויגען?
איך ווייס דעם תירוץ נאר ביז 30 לויט ווי פאלגענד
1=2=7=20= וויאזוי איז די חשבון ביז 40 ?
בעל-גאווה
ישר כוחך אבער די האסט נאך נישט געענטפערט אויף מיין פאלטשע מטבע תירוץ אין מיין ווייטערדיגע ספק
דער ענפער אויף די מטבעות איז א גרויסע אריכות ועוד חזון למועד
עד מתי