היינט א' חול המועד זענען אונזערע גאסן באוורפן געווארן מיט די פאשקעווילן.
קאמענטורן זענען איבריג (בארא פארק איז דאך אן עיר הנדחת). ווייסט איינער פרטים צו איז עס טאקע פארגעקומען אין וואס עס איז דארט פארגעגאנגן?
[בילד – נישט אפגעהיט]
קוטשמעלי
אז מהייבט אהן מיט THOUGHT CONTROL
ענדיגט מען נישט ווי דו ווילסט ענדיגן. ודו"ק
המודיע ויתד הם העיתונים היחידים שלא מכניסים פוליטיקה פנים חרדית.
כך שלטובת הילדים אלה הם העיתונים הטובים ביותר.
און דערנאך וואונדערען זיך דער סאטמארע געשטימטע אידען, פארוואס די "אנדערע" האבען עפעס א שנאה.
ווען איך זעה א צעטל ווי דעם וכיוצא בו, און איך דערמאן זיך ווי איך בין געווארען אטאקירט, פאר שרייבען (בערך...) אז אין סאטמאר איז מען מחנך אז נאר זיי זענען אידען, מאכט עס מיר א ערענסטע שמחת יו"ט.
עס איז גארנישט געווען, נאר אזוי ווי אלעמאל ווען איינער יאוועט זיך און פרינט אפ א צעטל צו באשמיצן איינעם וואס ער גלייכט נישט. איין זאך האט יענער זיכער אויפגעטאן אז איך וועל מער איינקויפן ביי ווערצבערגער. מיט נאך אזא צעטל, און איך בין זיין געשוואוירענער קאסטומער...
וואס אזי געווארן ביים פראטעסט?
איז בכלל געווען?
שרייבט מיר איינער אין אישית:
"איך האב נישט קיין רשות כתיבה אויף חדשות אנ"ש, אבער ס'איז געווען דארט דריי בחורים מיט איין אינגערמאן, און פיר מענטשען האבן געכאפט ווידיאו פון דעם מעמד...
קאמענטארן זענען איבריג."