איינע פון די טעג האב איך געהאט א שמועס מיט אידן וואס זענען פון אנדערע קרייזן וואס געהערן זיך נישט אן אין די סאטמארע שיטה, און דער נושא איז געווען וואס דער שיטה פון סאטמאר איז און וויפיל הצלחה דאס האט בכלל געהאט אין די וועלט.
וואס איך האב געהאלטן און וואס זיי האבן מיטגעשטימט אדער געזאגט פארקערט ווי מיר איז נישט דא דער ארט, אבער וואס מיר איז געווען א פלא און וואס איך האב שוין געזען ביי אנדערע געלעגנהייטן איז דער שנאה וואס שפירט זיך פון אנדערע וואס האבן מיט סאטמאר גאר ווייניג, דער האס איז עפעס גאר שטארק און כמעט אומפארשטענדליך. אויך איז א פלא די פרעכהייט מיט וואס זיי רעדן איבער דעם גדול הדור סאטמאר רבי זצ"ל.
ווער עס איז געווען דער סאטמאר רבי ז"ל איז בכלל נישט וויכטיג אין איצטיגן מאמענט איבערצוקייען. און זיכער האבן אלע אין זיין דור, סיי די וואס האבן מיט אים מיטגעשטימט און סיי די וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי ער, אים שטארק מחשיב געווען און האבן אנערקענט זיין ביישטייערונג אין דעם אויפבלי פון אידישקייט אין דעם ארץ לא זרועה אמעריקע.
די שנאה צו סאטמאר קען מען אביסל פארשטיין ווייל סאטמאר האט א טבע צו רעגירן אויף אנדערע, דאס איז שוין אזא איינגעגעסענע זאך, און דאס איז וואס שאפט אזא פיינטשאפט צו דעם שיינע קהילה בישראל. אויך דאס וואס אין סאטמאר באקומט מען דעם חינוך אז זיי זענען די בעסטע פון כלל ישראל און נישט נאר דאס, נאר אז אנדערע זענען גאר שלעכט אדער אין זייער שפראך "פארכאפט" אין כפירה ומינות, איז אזא וואס ברענגט נישט קיין ליבשאפט צו זיי.
אבער ווען מען רעדט פון אזא גדול בישראל וואס דו מוזט נישט מודה זיין אז זיין שיטה איז אויסגעהאלטן אדער אנגענומען ביי רוב כלל ישראל. קענסט זיך אפילו דינגען אויב ער איז געווען גרעסער ווי זיינע מורה דרך, אבער ער איז נישט געגאנגען אין דיין חדר און ער איז בכלל נישט געווען א איד פון דעם דור אין וואס דו לעבסט, טא פון ווי נעמסטו די עזות צו רעדן אזוי איבער דעם רבן של ישראל?