היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מקור פון ווארט על עוד אקבץ עליו לנקבציו

מקור פון ווארט על עוד אקבץ עליו לנקבציו

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1567348
בלאט: 1 2

Baachi » 12/9/2005 21:04

שמעתי אז פריעריקע צדיקים האבן געטייטש אויף דעם פסוק " נאום ה' א' מקבץ נדחי ישראל... עוד אקבץ עליו לנקבציו (בהפטורה לת"צ)

אז עס וועט זיין איין קבוץ גליות נאך פאר משיח וועט קומען, און משיח וועט מאכן דעם צווייטען - וזה הפשט עוד אקבץ עליו לנקבציו.

צו ווייסט איינער דעם מקור פון דעם ווארט?

קושקע » 12/9/2005 21:07

איך ווייס נישט פון ווי דאס ווארט שטאמט, אבער אין אלנספאל גייט קיין שום קיבוץ נישט קומען דורך בן-גוריון אדער הערצל ימ"ש.

איך וויל נאר זיכער אז דו פארשטייסט דאס.

Baachi » 12/9/2005 21:14

פון ווי ווייסטו דאס?

בןמלך » 12/9/2005 21:34

ווייל זיי פוילן שוין באלד הונדערט יאר טיף טיף "אנדערגראונד..."

wassa_dif » 12/9/2005 21:38

באטשי
אזא שאלה פאסט פאר א חסיד פון עובדיה. גוט געפרעגט.

hotwire » 12/9/2005 21:59

ראה דברי יחזקאל החדש, בשם הה"ק משינאווא

Baachi » 12/9/2005 22:00

בןמלך

איז דאס נישט דורך זיי, איז דאך ווידער גוט.

BTW איך זיך מקורות, נישט סברות

מקורות ווייזט אז מען עפענט אמאהל ספר
סברות ווייזט אז נישט

Baachi » 12/9/2005 22:01

קיבלתי באישי

מיםבכנרת
~~~~~~~~~~~
די מקור איז פון הייליגען שינעווער רב זי"ע. עס איז געדרוקט אין נייע "דברי יחזקאל" מהדו' תשנ"ט.
~~~~~~~~~~~
~~~~~~~~~~~



תוקן על ידי - baachi - 12/09/2005 22:05:46

אייןסאטמאר » 12/9/2005 22:09

עס ווערט דארט געברענגט פון קלויזענבערגער רבי'ן אז "ער" האט אזוי נאכגעזאגט בשם הגה"ק משינעוו זי"ע.

אבער ח"ו צו זאגן אז שינעווער רב זי"ע האט אזוי געזאגט.

wassa_dif » 12/9/2005 22:20

בן מלך
די מדינה איז א קיבוץ גליות ווי אושוויץ איז געווען א קיבוץ גליות. די חילוק איז נאר אז די קרעמאטאריום פון אושוויץ האט נאר פארברענט גופים און די נשמות זיינען ארויס פון קוימען גלייך אין גן עדן אריין און די קרעמאטאיום פון מדינה פארברענט נשמות אויף אן אייביגקייט.
צו ס'וועט זיין א קיבוץ גלויות פאר משיח'ן צו נישט, נישט דאס איז דאס

קושקע » 12/9/2005 22:26

וואסא_דיף
[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 12/9/2005 22:35

איין סאטמאר

פארוואס חס ושלום?

וואס איז ראנג מיט דעם ווארט?



תוקן על ידי - baachi - 12/09/2005 22:48:01

aaatozzz » 12/9/2005 23:23

עס איז דא צווי וועגען ווי אזוי צו הענדלען די גדולי ישראל:

א. וואס דער גדול זאגט נעמט מען עס אן ערענסט אפילו עס שמעקט נישט אלעמאל.

ב. מען האט א שיטה און ווער עס זאגט ווי מיר שמעקט ווערט פלוצלונג דער גרעסטער גדול אין די וועלט.

wassa_dif » 12/9/2005 23:35

קושקע
וואס דארף דאס צו זיין?

Baachi » 13/9/2005 03:25

דער קלוזענבורגער רבי איז דער איינציגער מקור פאר דעהם ווארט?

Baachi » 13/9/2005 08:56

געבענשט זאלן זיין די אייגענע הענט!

"וזה שהתנבא ישעיה ואמר ביום ההוא יוסיף ה' שנית ידו לקנות את שאר עמו, שנאמר שנית, שגאולת עשרת השבטים תהיה ראשונה וזהו את שאר עמו אשר ישאר מאשור, ואח"כ הוא מסדר שני הגליות וקורא לכל אחד ואחד בשמו הראוי, ואמר ונשא נס לגוים ואסף נדחי ישראל, קרא עשרת השבטים נדחים לפי שהם עומדים ביחד אבל נדחים ממקומן, וקרא גלות יהודה נפוצים, ונפוצות חשראל יקבץ. וימשחו בית ישראל להם משיח ויכבוש ארצות ומלכים ויבוא לירושלים ויבנה אותה כדכתיב בונה ירושלים ה' נדחי ישראל יכנס, וימות במלחמה ועליו נאמר ביום ההוא יגדל המספד בירושלים ואומר והביטו את אשר דקרו ואחר כך יבואו הנפוצות המפוזרים בין העמים ושמו להם ראש א' הוא משיח בן דוד שהיה עמם בגלות, וברשיון מלכי האומות ובעזרתם ילכו לארץ ישראל, כדכתיב והביאו את כל אחיכם וגו' ויהי המלכות ההוא נמשך ואינו פוסק לעולם וזהו נאום ה' אלוקים מקבץ נדחי ישראל , אלו עשרת השבטים, עוד אקבץ עליו לנקבציו, עוד אקבץ על הנקבצים ההם קובץ אחד, הם נפוצות יהודה וזהו ושב ה' אלוקיך את שבותך ורחמך ושב וקבצך מכל העמים אשר הפיצך.
ואפשר שבין שתי קיבוץ גליות אלו יהיו זמן מרובה ובתוך כך יהיו מרועים (?!) על העתים לברר וללבן בו רשעי ישראל ולהתיך אותם כהיתוך כסף כור בתוך כור, כמו שאירע ביציאת מצרים

ווער האט דאס געשריבן

1) שיניעווער רב
2) הרב קוק
3) הרב עובדיה
NONE OF THE ABOVE (4


דער ריכטיגער ענטפער קריגט א גרויסן גראבן גרינעם אגודל

באראפארקער » 13/9/2005 17:00

איך ווייס נישט ווער עס האט עס געשריבען, אבער דער שרייבער זעהט מיר אויס ווי איינער וואס שרייבט נאך א צווייטען, ווייל איינער אין די לעצטע דורות וואלט נישט געשריבען אזוי ברייט ווי אזוי ביאת המשיח גייט זיין, אבער מאידך גיסא, דאס ווארט "רשיון" איז דאכט זיך א נייער ווארט, ממילא זעהט עס מיר אויס ווי א לעצטיגער וואס איז מברר לויט ראשונים וכדומה. (מען דארף געבען א קוק אין אגרת תימן).
דאס איז בלויז אן השערה, איך געב מיך נישט מער ווי א פיפטי פיפטי!!

קושקע » 13/9/2005 17:09

"רשיון" איז נישט קיין ניי ווארט.

נבוכדנאצר » 13/9/2005 17:44

חכמי הייד פארק המעולים!

פון די ווערטער פון רמב"ן און ספורנו האבן אלע גדולי ישראל ואס האבן געשריבן און גע'דרשנ'ט קעגן ציונות הטמאה אויך געוואוסט, ווער עס וויל וויסן דעם אמת קומט נישט קלאפן אויף הייד פארק

איך קען נאך הונדערטער מראי מקומות, חוץ ווי די וואס דער חכם מחוכם באטשי ברענגט דא לעצטנס, איך בין בשום אופן נישט גרייט צו פירן ויכוחים אויף דעם טרייפענעם אינטערנעט איבער דברים העומדים ברומו של עולם

איי סאטמאר רב איז אפגעפרעגט אויף היידפארק? כשפים מכחישים פמליא של מעלה, פמליא של מעלה ווערט ח"ו נישט גערירט, יאבד עולמו מפני השוטים? אינטערנעט בלייבט אינטערנעט, תורת אמת בלייבט ווייטער אומגערירט!

דער גאנצער אינטערנעט איז א סתירה צום בית דין של מעלה, מענטשן זענען עוסק אין די ערגסטע זאכן און ווערן נישט נענש, גייען ווייטער אין שול און פאסירט גארנישט

זאל באטשי בלייבן גערעכט אויף הייד פארק!

יוסעלעגולם » 13/9/2005 17:47

עס שטייט טאקע אזוי פון קלויזנבורגער רב ז"ל בשם זקן אחד ששמע מפ"ק פון הייליגען שינעווער זי"ע אבער איך זעה באמת נישט קיין פראבלעם מיט דעם ווארט, מהיכי תיתי אז דאס האט מיט די מדינה א שייכות בכלל? עס מיינט אז וועט זיין א קיבוץ גליות איידער דעם גרויסן קיבוץ גליות, נו אבער די ערשטע וועט אויך זיין דורך מלך המשיח!

איך זעה נישט די ראי' פון די וואס ווילען אריינמישן אז דאס איז כאילו מרמז אויף די מדינה ח"ו, ווי אויך פארשטיי איך באמת נישט די אויפברויז פון די קנאים??

נבוכדנאצר » 13/9/2005 17:49

היות ווי מיט דעם רמב"ן אין שיר השירים האבן אלע ציונים דתיים זיך געפאטשט די בני מעיים פון יאהר תש"ח ביז תשס"ה, האבן זיי אבער נישט איבערגעזאגט דעם גאנצן רמב"ן (אגב עס איז נישט פון רמב"ן נאר פון א תלמיד) אז אע וועט זיין נאך ביאת המשיח כמפורש בלשונו

אזא פנים טראגן אלע זייערע מקורות

דער ווארט פון שיניאווער רב שטייט שוין פון סאך פריער, דער קלוזשער האט עס געהערט פון איהם מן הסתם בשם א קדמון עיין ספורנו שה"ש פאר די וועלכע עס קענען די סוגיא זענען די אלע זאכן נישט קיין נייעס

ואידך פירושא זיל גמור נישט אויף הייד פארק

נבוכדנאצר » 13/9/2005 18:14

איין זאך זאלן אלע וויסן. באטשי וועט גארנישט מחדש זיין אויף דעם געביט, אלע חידושים און אנדעקונגען האבן שוין געשריבן בשעתם ריינעס, קוק, קאשער, צבי יהודה און אבינר, ממילא איז א שאד צו פארברענגען די צייט (למשל צו "טאפן" אויב רשיון איז מאדערן העברעאיש אדער דער רמב"ן האט עס נאך געשריבן, וכולהו וכולהו)

אבער היות ווי איך האב שוין יא געשריבן וועל איך ברענגען וואס סאטמאר רב זי"ע שרייבט בנוגע דעם רמב"ן:


[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 13/9/2005 18:16

דער קלוזשער ?!
מי זה?

נבוכדנאצר » 13/9/2005 18:23

עס איז נישט געגאנגען איך פרוביר נאך איינמאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

בענעדיקט16 » 13/9/2005 18:35

אפריון נמטייה פאר 'נבוכדנאצר' וואס ער איז מקיים דעם לא תגורו מפני באטשי! טראצדעם וואס מיר קימערן זיך בכלל נישט מיט זיינע רעיונות, פעלט דאך אויס איינער וואס זאל אים חוסם פיו זיין און מקיים זיין דעם 'ודע' מה שתשוב במלוא מובן המילה.

תוקן על ידי - allnewspic - 13/09/2005 21:10:08

באראפארקער » 13/9/2005 18:57

איך צו צוריק, רשיון איז אן אלט ווארט עס שטייט אפילו אין עזרא.

אבער איך פארשטיי נאך נישט פארוואס נבוכדנצר איז אזוי בייז, און פארוואס ער האלט אז אויף די אינטערנעט קען באטשי זיין גערעכט אבער אין ביהמ"ד נישט, און פארוואס ער קען נישט געבען דא קיין נארמאלע ענטפער, און פארוואס ער רעדט זיך איין אז עס איז דא מענטשען וואס קויפן די סאטמארע בלאף, אז ביסט נישט גערעכט, אפילו די פארשטייסט נישט, און אפילו איך זאג דיך נישט.


און ווי קומט דער בלאט ויואל משה אריין דא????


tzvibp28 » 13/9/2005 19:38

באטשי דער נייער פויפסט קריגט זיך אויף דיר

yohcee718 » 13/9/2005 19:41

באטשי

איך האלט נישט אלע מאהל מיט דיר.

אבער עס איז פשוט א שאנדע ווי אזוי מ'באנעמט זיך מיט דיר כאילו ווער עס איז נישט מסכים מיט יעדעס ווארט פון ויואל משה אדער האט א שוועריקייט איז חייב נידוי.

נבוכדנצר

CALM DOWN דו טויגסט גאנץ גוט אהן ווארפן זיך ארום מיט אפ-שייגעצן רעכטס און לינקס. שרייב צום נקודה נעם זיך אהן פאר דיין שיטה. אין לאז פאר דעם ליינער פון דיינע שורות מחליט זיין צו באטשי איז א קוק'ניק.

איך האב נישט תחת ידי די מקורות אויב מ'וועט זיך עקש'ענען וועל איך בלי נדר זיך מטריח זיין צו ברענגען ארגינעלע מקורות.

אבער מיין זכרון זאגט מיר אז דריי גדולי ישראל וואס האבען זיך שטארק מתנגד געוועהן צו ציונות: דער חפץ חיים , דער אוסטראווצער רבי, און דער מאנאסטריטשער רבי האבען דאך זיך זייער געפרייעט מיט דעם באלפור דעקלעראציע, ווייל זיי האבען געזעהן און געהאפט אין דעם אז עס איז א התנוצצת פון דער 'אמת'ער גאולה.

דאס הייסט מ'קען איינזעהן אז מדינת ישראל איז א כשלון, און אז ציונות איז א טעות, אבער דער 'תהליך' קען נאך אלס זיין א הימילשער ציגרייטונג צו משיח

אודאי האלט סאטמאר רב אנדערש

מיין נקודה איז מ'קען זיין אן אנטי ציוני און דער זעלבער צייט גלייבען איז די מאורעות ארום דער אנטוויקלונג פון דער מדינה איז א הכנה לביאת המשיח.


sammy » 13/9/2005 19:44


באראפארקער.
כבר שאלתי אותך באשכול אחר.
מה דעת קודשו של רבך רב"צ על שיטת הוי"מ?
(למה אני שואל? כי בדרך כלל חסידים מבעים את דעת רבותיהם.)

Maashpia » 13/9/2005 20:13

נבוכדנאצער קען אפשר מסביר זײן דעם אויסצוג װאס די האסט אויבן געשריבן "דער גאנצער אינטערנעט איז א סתירה צום בית דין של מעלה, מענטשן זענען עוסק אין די ערגסטע זאכן און ווערן נישט נענש, גייען ווייטער אין שול און פאסירט גארנישט"
איז יעדער מקום פורעניות א סתירה צום בי״ד של מעלה?
און װאס איז מיט א פלאץ װאס איז נישט מיוחד פאר עבירות אבער עס זענען דא מענטשן װאס טוען דארט עבירות (פון א מקוה ביז א האטעל רום וכדומה אדער גאר דער אינטערנעט)
װערן די פלעצער אויך סתירות?
פון װען אן דארפן מענטשן באשטראפט װערן אויפן פלאץ פאר זייערע עבירות און אויב נישט איז דאס א סתירה אדער גאר קיין עבירה!
ביטע ערקלערט

אייןסאטמאר » 13/9/2005 20:34

SAMMY, פארגעס נישט, באראפארקער איז אויך א זאלי.

קושקע » 13/9/2005 20:41

א חסיד פון ר' בן ציון און פון ר' זלמו לייב און א ציוני.

איך מיין דאס איז טאקע אן ענבי הראז'ינקע!

זאליweaky » 13/9/2005 20:46

נבוכדנאצר.

כ'מיין אז דו האסט נישט געדארפט ענטפערן פאר באטשי.

ווען ער קומט אן מיט אלטע - בפרט אויסגעדראשענע - זאכן, פון וועלכן דער רבי זי"ע האט שוין בלי ספק געהערט בימיו, איז א שאד יעדעס ווארט.

אפילו אויב אלע טויזנטער חסידי סאטמאר קענען אים ווען נישט אפענטפערן זיינע טענות, איז דאס אלס נישט קיין קשיא.

איך האב אויך שטארקע קשיות אויפן חזון איש, וואס כ'גלייב אז ווען ער וואלט געלעבט וואלט ער מיר זיי שיין פארענטפערט.

און אויב באטשי צוזאמען מיט בארא פארקער וועלן טרומפייטערן אז זיי האבן באזיגט דעם רבי'ן, והראי' קיין איין סאטמארער אויף היידפארק האט אים נישט געענטפערט, וועסטו העכסטנס האבן געטון א טובה פאר א איד...

sammy » 13/9/2005 20:52


אייןסאטמאר.
אני לא רוצה לסטות מנושא האשכול, ובפרט שאני מנסה לא להיכנס לנושא הזה לכן אקצר.
יודעים יודעים, וכבר חשבתי על זה. לדעתי,הוא בעיקר נגד ר' אהרן ולא כ"כ בעד רז"ל. ויש בזה הרבה חומר למחשבה למה הוא (כמו הרבה אנטי סאטמרים) נגדו.
(אני בטוח שאנשי רז"ל פה בקה"ק, היו מעדיפים שזה יהיה להפך...)

shia550 » 13/9/2005 20:53

זאלי

קיינער באזיגט קיינעם נישט.

עס איז תורה וללמוד אני צריך, אז ער וועט פרעגען וועסטו גיין מברר זיין אין וויסען לאמיתו של תורה, אין פארענטפערן.

קושקע » 13/9/2005 21:09

דעם "ויואל משה" קען מען נישט אפווענדן, פינטל.

פאר איין סיבה, ווייל דער ויואל משה זאגט נישט גארנישט קיין אייגנס, 85% פונעם ספר איז פונקטליכע העתקות פון לשונות חז"ל, ראשונים, ואחרונים והמסתעף ממילא אויב מ'טרעפט עפעס א קשיא קעגן ויואל משה איז עס קעגן דברי חז"ל.

אפי' לו יצויר מ'זאל טרעפן א רמב"ם וואס זאל זאגן פארקערט ווי אין ויואל משה, איז עס נישט קיין "פירכא" אויפן "ויואל משה", ווייל דער ויואל משה ברענגט ראיות ברורת פונעם רמב"ם פארן שיטה הק', העכסטנס וואס עס קען יא זיין איז א "סתירת הרמב"ם", וואס דאס איז דא אסאך.

ויואל משה אמת ותורתו אמת!

זאליweaky » 13/9/2005 21:33

יושע.

עס איז קלאר און אנזעבאר, אז באטשי האט יעצט לכבוד ראש השנה זיך פארשאפט א נייע מצוה.

ער גייט קומען יעדן טאג מיט פרישע 'ראיות' צו אפווענדן דעם ויואל משה.

עס פאלט אים נישט ביי, אז די גדולי ישראל וואס האבן דאס געוואלט אפווענדן, האבן שוין אפיר געקראצט אלעס וואס מעגליך, און טראץ דעם האט קיינער פון זיי נישט געמאכט קיין מטעמים פון גארנישט.

ווייל דער רבי האט גוט מברר געווען דעם נושא פאר ער האט עפעס באשלאסן.

דעריבער איז א שאד יעדעס ווארט מיט איינעם וואס קומט להכעיס, און דא איז שייך דער ווארט "שאני ישראל .... דכל שכן דפקר טפי".

ווילאנג ער האט געברענגט דעם רמב"ם, און געוואלט זאגן אז דער רבי האט דאס נישט געזען, איז איין זאך.

אבער זיך שטיין און וענה'ן דא א גאנצן טאג אויף די שיטה, מיט מענטשן וועלכע זענען בלינד זיך צו פארטיידיגן, איז שייך די אויבנדערמאנטע ווערטער פון די גמרא.

Baachi » 13/9/2005 21:33

נבוכדנצר



קודם נעם דיר אגרינעם אגודל פאר וויסן אז דאס איז א רמב"ן סוף שיר השירים

פאר דעהם שקר אז סאיז אתלמיד פון רמב"ן וואלט איך דיר געדארפט אפהאקן א האלבן - דער שקר וואלט דיר שיער געלונגען אזוי ווי אלע אייערע טענות - מזויף-

אבער מה תאמר ווען איך וועל דיר ווייזען אז דער רבנו בחיי ברענגט דאס פון רמב"ן?

דו וועסט מיילא ווייטער זאגן דיינס.

מיין קשיא אויף דיר איז: אז דו האסט יא געוואוסט אז שטייט אין רמב"ן אאון אין ספורנו (איך האב שוין געטראפן אסאך אנדערע) טא פארוואס האסטו געלאזט שרייבן אז דער "קלושזער" האט עס אויסגעטראכט וח"ו דער שיניעווער רב זאל דאס האבן געזאגט

פארוואס האסטו דיך נישט דאמאלטס אהנגערופן?

מיר האט מען אויך אזוי פארקויפט אז סאיז דעם "קלוזשער'ס שקר"


די ווערטער פון רמב"ן און ספורנו האבן אלע גדולי ישראל ואס האבן געשריבן און גע'דרשנ'ט קעגן ציונות הטמאה אויך געוואוסט,


ווער רעדט דא פון ציונות מיט סאטמאר?

איך פרעג א מקור אויף א ווארט, אין דו ווערסט ווילד!

דו דערמאנסטו מיך דאס ווארט פון איינעם וואס האט זיך בארימט אז ער האט געווארפן א שטיין אויף א באנדע כלבים און געכאפט דעם גרויסן כלב

- פון וויסטו אז דו האסט אים געטראפן?
- ווייל ער האט אהנגעפאנגן צו בילען

ווער עס וויל וויסן דעם אמת קומט נישט קלאפן אויף הייד פארק



אפשר גיסטו מיר איין אדרעעס ווי יא?
אבער ווי מען פלעגט זאגן אין חדר "אהן הענט"

איך קען נאך הונדערטער מראי מקומות, חוץ ווי די וואס דער חכם מחוכם באטשי ברענגט דא לעצטנס, איך בין בשום אופן נישט גרייט צו פירן ויכוחים אויף דעם טרייפענעם אינטערנעט איבער דברים העומדים ברומו של עולם



זיס קינד דו האסט שוין געפירט וויכוחים- ווען דו האסט פארלוירן איז דער אינטערנעט געווארן טריפה.

אפשר ווייסטו אין וועלכע פון די י"ח טריפות דאס איז נכלל.

אדער וועלכער אנשי כנסת הגדולה זענען נמנו וגמרו אין האט געאסערט אינטערנעט בהנאה.

דו ווילסט איך זאל דיר אנווייזען ויואל משה אז רוב קולות הייסט גארנישט נאר ווען סאיז עמדו למנין.

דערווייל האבן רוב גדולי ישראל געזאגט אז מען מעג נוצען דשזעי נעט - איך נוץ דאס

איי סאטמאר רב איז אפגעפרעגט אויף היידפארק? כשפים מכחישים פמליא של מעלה, פמליא של מעלה ווערט ח"ו נישט גערירט, יאבד עולמו מפני השוטים? אינטערנעט בלייבט אינטערנעט, תורת אמת בלייבט ווייטער אומגערירט!



כשפים זענען מכחיש פמליא של מעלה

ווייל סאיז שלא כדרך הטבע ווי דער בוכ"ע האט באשאפן די וועלט

איהר האט אייך ליידער איינגערעט אז בדרך הטבע קען אייך קיינער נישט אפפרעגן - איהר וועט יעדען קענען טעראריזירן

קומט צו גיין דער אינטערנעט אין איז דאס מכחיש!

יעצט פארשטיי איך דיין השגה אין פמליא של מעלה

דער גאנצער אינטערנעט איז א סתירה צום בית דין של מעלה, מענטשן זענען עוסק אין די ערגסטע זאכן און ווערן נישט נענש, גייען ווייטער אין שול און פאסירט גארנישט


יעצט רעדסטו סתם ווי איין פאלנער עם הארץ און ווי א שטיקל כופר - דו ווילסט פארשטיין דעם רבש"ע דרכים? אנישט איז עס דיר מכחיש מציאות ה'.

די גמרא זאגט דאס אויף איינער וואס האט געוואלט פרעגן פארוואס דער אייבירשטער ברענגט נישט אום די ע"ז.

די אינטערנעט איז איין עבודה זרה? איינער דינט דאס?

אפשר די שיטה איז איין עבודה זרה - קוק אריין אין נועם אלימלך פרשת אמור אז נאכמאכן א צדיק וואס מען פארשטייט איהם נישט איז בגדר לא יהיה לך אלהים אחרים

דער אינטערנעט לאזט פרעגען אויף זיך קשיות?

מלך בבל

בדרך כלל ביזטו נזהר פון אפענע זיופים, וואס איז דא געשעהן?

איך בין דיר אבער דן לכף זכות - אין אדם נתפס על צערו




תוקן על ידי - baachi - 13/09/2005 22:24:59

Baachi » 13/9/2005 22:16

יאסעלעגולם

ביזט נישט אזא גולם ווי די הייסט

איך זעה אויך נישט קיין פראבלעם מיט דעהם ווארט

די סאטמערע אבער זעהן יא

לייען נאכאמאהל דעם רמב"ן סוף שיר השירים

דער ערשטער קיבוץ גליות וועט זיין דורך מלחמות אין מלוכות נישט דורך דעם ריכטיגן משיח בן דוד.

דורך איין אנדערן וואס ווען ער וועט געהרגעט ווערן (אדער אפשר פריער) וועט מען וויסן אז ער איז געוועהן משיח בן יוסף

בקיצור משיח בן דוד דער מורח ודאין וועט ער נישט זיין!
דער ערשטער קיבוץ גליות וועט זיין בעפאר ביאת המשיח.

נבוכדנצר

דעם ויואל משה וואס דו האסט אריין געסקענט איז א קלאסישע דוגמא פון אייער וועג פון וויכוח

מען שטעלט אוועק א טענה אין יענעםס מויל. און ווענדט עס אפ

בשעת יענער האט גאהר געזאגט עפעס אנדערש

די ראיה וואס איך באציה זיך איז פון דעהם ערשטן חלק רמב"ן אז עס ווערט זיין מלחמות מיט מלוכות פאר ביאת המשיח האמיתי, (משיח בן יוסף'ס איז שוין געוועהן עטליכע)

ווענדסטו מיך אפ די צווייטע העלפט

קלאסיש סאטמאר

בענעדיקט

איך ווארט אויף דעהם ודע מה שתשיב!

אפשר ווייסט ער טאקע ויאזוי
דערווייל אבער האט ער נאך נישט געטוהן
ער האט נאר געזאגט ער וויל נישט ענטפערן...

באראפארקער

דו ביזט מקייםן ודע מה שתשוב

דו ציהסט צוריק...

יוסי718

שקויעך פאר זיך אהנעמן,
EVERY LITTLE BIT HELPS

אבער צו דיין צוויטע העלפט תגובה פרעג איך

עד מתי תשתכרון?

ווי לאנג וועסטו האבן דעם נארישן קנאישן שטריך

מדינת ישראל, ציונות, כשלון, דו זעהסט נאך נישט אז דער באשעפער פירט דארט יעדן שריט אין טריט.

הערצל, בן גוריון, שרון . זיי זענען בעלי בתים אויף ארץ ישראל? מעג אייד אמאמין אזוי רעדן?

ציונות? דו קענסט פארשטיין בדרך הטבע פארוואס א ייד א כופר בכל התורה וויל וואינען אין ארץ ישראל און זיך שלאגן דערפאר?

דאס איז א דרך הטבע?

לפי השערתי ביזטו א שטיקל חסיד אויך, יעדעס שטרוי ווי ספאלט איז השגחה פרטית און דארט פירט שרון?

ארץ אשר ה' אלוקיך דורש אותה תמיד - ברש"י לחדש בה גזירות עתים לטובה עתים לרעה.

משפיע

בית דין של מעלה הייסט ביי איהם כגון מנשה פיליפ ובית דינו

זאלי

אז די האסט קשיות אויף איין עיקר פון חזון איש, קענסטו גיין פרעגן זיינע תלמידים אין כולל חזון איש, אדער שרייבן אין א ירחון מיט דיין נאמן און מוועט דיר ענטפערן

גענוג זאכו האט מען צוליעב דעהם נישט אנגענומען פון חזון איש, און סנישט ממעט פון גדלות כחוט השערה

אז איך האב א פירכא אויף ויואל משה, מוז איך בהאלטן אין א מייזן לאך פון אייערע טאראריסטן

דיין צושטעל צו חזון איש איז אזוי ווי סאדאם חוסיין פלעגט זיך בארימען אז ער האט באקומען 99% פון די וואלען משא"כ בוש האט נאר באקומען 51%

ב"ה אז סאיז דא איין אינטערנעט

קושקע

לאמיר זעהן ווענדט מיך אפ מיין נעקסטע הלכה

הלכה: כל יהודי צריך שיעבוד עבודה זרה ולהשתחחות לה

ווי עס שטייט אין פסוק - אין קר"ש

"ועבדתם אלוהים אחרים והשתחוויתם להם"

דאס נישט 85% נאר 100% א העתקה

זאלי

איך האב הנאה אז דו האסט באמת יא וואס צו ענפערן נאר דו זארגסט דיך פאר מיין פקר טפי...

ענדערש וועט די שיטה בלייבן אפגעפרעגט אבי א באשטי וואס דו קענט איהם מיטאמאהל זאל נישט זיין פקר טפי

WOW
דאס הייסט מסירת נפש פאר איין אנדערן איד


תוקן על ידי - baachi - 13/09/2005 22:49:31

באראפארקער » 13/9/2005 22:17

סעמי,

וואס מאכט איר??

איך וואלט געשריבען ווען איך ווייס,

וואס זאל איך טוהען אז ער איז נישט פארנומען מיט די זאכען (עס איז כמעט נישט אקטועל).

בדרך כלל האלט מען אין באבוב כדרך הקנאים, די קדושת ציון איז געווען שטארק קעגען ציונות כידוע. (אין קדושת ציון איז דא שטיקלעך קעגען עברית און פארטייען).

אבער זאג ר' סעמי, וואסט מאכט אייך אזוי נייגעריק צו וויסען די שיטה פין באבוב??

די אלטע אידישע שיטה איז אייביג געווען נישט צו מאכען א מרידה באומות, דורך סטראשען וכדומה, נאר דורך שתדלנות. עס איז באקאנט די נועם אלימלך וועגען די השתחוואות פין יעקב, אז מיט יעדעס מאל וואס ער האט זיך געביקט האט ער מקרב געווען די גאולה.

פארדעם, האבען ערליכע אידען געקוקט מיט א שלעכט אויג אויף די גאנצע ווארשעווע אויפשטאנד, כאטש דארט איז אביסעל אנדרעש געווען, עס איז געווען ממש סכנת נפשות, אבער מען ווייסט אז זיי האבען נישט געהאט קיין מטרה פין געווינען, נאר צו הרג'נן וואס מער דייטשען, בבחינת תמות נפשי עם פלשתים.


די גאנצע מדינה, אהן אריין גיין אין די הלכה פין שלש שבועות און די גאנצע אביזרייהו, איז קעגען די אלטע אידישע שיטה פין זיך מכניע זיין צו גוים (הגם די מקור איז מן הסתם פין די שלש שבועות).

אבער, ווען איינער פרעגט א קשיא אויף די ויואל משה, איז נישטא קיין שום סבה, אים צו פארדאמען, אים נישט צו ענטפערען, און צו ווערען ווילד, די זאך איז ביי מיר אפען פאר דיסקאסיע פונט ווי וואספארא אנדערע טעמע.



ממילא ר' סעמי, עס וואלט געפאסט, פאר א חשובע שרייבער ווי די, נישט צו זיצען אין די זייט און ליינען און זעהן ווי די חשובע סאטמארע בני השיטה, וואס זענען גולשים דא, מיטשען זיך מיט א באטשי, און קענען זיך נישט קיין עצה געבען מיט אים, לאמיר זעהן וואס די קענסט ר' סעמי, שרייב, מאך אויף דיין פעדער, און לאמיר זעהן אויב די קענסט אמאהל שרייבען נארמאלע תגובות, נישט נאר תגובות שלא ממין הטענה, און נישט נאר קיין פאשקעווילען.

sammy » 13/9/2005 23:02


באראפארקער.


וואס זאל איך טוהען אז ער איז נישט פארנומען מיט די זאכען (עס איז כמעט נישט אקטועל).

[ "ער איז נישט פארנומען מיט די זאכען (עס איז כמעט נישט אקטועל".לפעמים לא תשובה, הוא התשובה.]

בדרך כלל האלט מען אין באבוב כדרך הקנאים, די קדושת ציון איז געווען שטארק קעגען ציונות כידוע. (אין קדושת ציון איז דא שטיקלעך קעגען עברית און פארטייען).

אבער זאג ר' סעמי, וואסט מאכט אייך אזוי נייגעריק צו וויסען די שיטה פין באבוב??
[כי כמו שכתבת:"בדרך כלל האלט מען אין באבוב כדרך הקנאים", והנה פנים חדשות באו לכאן, לכן שאלתי]



אבער, ווען איינער פרעגט א קשיא אויף די ויואל משה, איז נישטא קיין שום סבה, אים צו פארדאמען, אים נישט צו ענטפערען, און צו ווערען ווילד, די זאך איז ביי מיר אפען פאר דיסקאסיע פונט ווי וואספארא אנדערע טעמע.

[אתה מיליון וחצי אחוז צודק.וכמו שכתבתי כבר הרבה פעמים, שברור לי שרוב היהדות החרדית לא קיבלה את שיטת הוי"מ, וזה לא עושה אותם ח"ו לכופרים בעיקר. אבל ברור לעין שעיקר כוונתך הוא לזלזל בשיטה וכד', ולא ללמוד אתה צריך. ותסלך לי על ההשוואה, אבל אתה מזכיר (להבדיל)את הרשע מההגדה ש"רק שואל" מה העבודה הזאת לכם.]




ממילא ר' סעמי, עס וואלט געפאסט, פאר א חשובע שרייבער ווי די, נישט צו זיצען אין די זייט און ליינען און זעהן ווי די חשובע סאטמארע בני השיטה, וואס זענען גולשים דא, מיטשען זיך מיט א באטשי, און קענען זיך נישט קיין עצה געבען מיט אים, לאמיר זעהן וואס די קענסט ר' סעמי, שרייב, מאך אויף דיין פעדער, און לאמיר זעהן אויב די קענסט אמאהל שרייבען נארמאלע תגובות, נישט נאר תגובות שלא ממין הטענה, און נישט נאר קיין פאשקעווילען.

[סליחה. אבל כבר מוסרתי לך מודעה, שאין כוחי בוויכוחים מעין אלו,(ואפילו אם כן,לא הייתי מבזבז את זמני ע"ז עם אלו שכל מטרתם הוא "על מנת לקנטר") וכל כוחי היא רק בכתיבת פאשקעווילען.]






תוקן על ידי - sammy - 13/09/2005 23:03:50

wassa_dif » 13/9/2005 23:20

באטשי
די מדינה איז א קיבוץ גליות ווי אושוויץ איז געווען א קיבוץ גליות. די חילוק איז נאר אז די קרעמאטאריום פון אושוויץ האט נאר פארברענט גופים און די נשמות זיינען ארויס פון קוימען גלייך אין גן עדן אריין און די קרעמאטאיום פון מדינה פארברענט נשמות אויף אן אייביגקייט.
צו ס'וועט זיין א קיבוץ גלויות פאר משיח'ן צו נישט, נישט דאס איז דאס
דער זעלבע השגחה וואס האט געפיהרט צו היטלער האט געפיהרט צו א מדינה אבער זיי זיינען ביידע אומגליקען און דער איז ערגער.
אז דו וועסט מודה זיין אז דיין שאלה איז גענצליך נישט אקטועל, נאר א טיאורעטישע שאלה אין וואס וואלט געווען טאמער עהרליכע אידען וואלטען געוואלט מאכען מלחמות און ווי דאס שטימט מיט'ן ויאול משה וועט דער עולם דיר ענטפערען אסאך רוהאיגער

yohcee718 » 14/9/2005 00:13

באטשי

איך מיין אז די האסט נישט מיך גוט געלייענט.

מיינע ווערטער
"מיין נקודה איז מ'קען זיין אן אנטי ציוני און דער זעלבער צייט גלייבען איז די מאורעות ארום דער אנטוויקלונג פון דער מדינה איז א הכנה לביאת המשיח." זענען גענוג ברייט אריינצונעמען אלע זאכען פון וואס מ'קען קלערן איבער דעם תהליך.

ביי מיר איז דער ציונישטישער פראיעקט א כשלון ON ITS OWN TERMS

מיינענדיג אז וואס דיע הוגי דעות וואס האבען גע'טענה'ט אז וואס פארא טובה ציונות וועט ברענגען פאר דעם אידעטום איז נישט געלונגען. פלעין פשוט פראסט!

מדינת ישראל איז אנטשאט א פאנצער פאר שוצען אידען דאס פארקערטע, עס איז היינט אן ENGINE פאר מסכן זיין אידען בכל מקום שהם. ובפרט אחינו שבארץ ישראל ה' ירחם עליהם

הרצל וחביריו האבען געטענה'ט אז נאר דאס פאקט אז אידען זענען היימלאז זענען מיר אראפ געקוקט אזוי ווי די ציגאנער, נאר א פאלק וואס האט א היים מיט א מיליטער רעספעקטירט מען אפילו ווען בירגער פון א מדינה זענען אין דער פרעמד דאך ער האט ווער זאל זיך פאר איהם אהן נעמען.. נו נו קוק זיך אים צו היסטוריש איז ער גערעכט.


פון דער אנדערע זייט האט היסטוריע געוויזען אז מדינת ישראל איז היינט א פלאץ ווי אידען זענען גע'ראטעוועט פון נטמעה ווערן בין העמים. יא וואסא

דער סאטמאר רב ליידער איז קראנק געווארן ווען ער האט געהערט אז מורוקאנער אידען פארען קיין ארץ ישראל ווייל די ציונים וועלן זיי שמד'ן רח"ל

היסטוריע האט געוויזען אז דאס פארקערטע איז אמת!

די מורוקאנער (טויזענטער ממש אלפי אלפים) וואס זענען געפורען קיין פראנקרייך זענען היינט אפ געפורען עד התהום! זיי האבען חתונה מיט גוים שיקסעס וכו' וכו'

אין ארץ ישראל היינט צו טאג זענען פארהאנן אלפי אלפים בלי גבול פון שומרי תורה ומסורה פון ספרדים כמעט קיינער האט נישט חתונה מיט גוים אין כמעט אלע האבען א טיפע כבוד פארן דת.

הכל או רוב בזכותו של הרב עובדיה שמחזיר עטרה ליושנה. עס איז נאך אין היסטוריה נישט געווען איינער וואס האט אזוי פוהל אידען געברענגט צו תורה וטהרת המשפחה ושמירת שבת!

דאך האט דאס נאר געקענט פאסירען ווייל אלפי פון אחנו בני הספרדים זענען געפורען קיין ארץ ישראל

דאס איז א פאקט וואס קיינער קען נישט לייקענען

די ספרדים אין פראנקרייך וועלן מוזען ווארטן אויף דעם וואס עס איז געברענגט אין ויואל משה בהאשכול הזה איך לייג עס נאר דא נאך אמאהל כדי צו מאכען מיין נקודה


[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסףמאיר » 14/9/2005 00:16

יוסי

שיינע מעשיות, אבער ליידער ווערן הונדערטער אידען נטמע אין אר"י צווישען די רוסען אין אראבער.

טול קורה מבין עיניך.

yohcee718 » 14/9/2005 00:49

יוסף מאיר

יא אמת ליידער ווערן אסאך נטמעה אין אר"י.

מיין נקודה איז געווען אז עס איז נישט קיין שום פארגלייך מיט וואס עס קומט פאר אין ארץ ישראל מיט די ספרדים און מיט די וואס זענען אין דער זעלבער צייט געפארען קיין פראנקרייך קענעדע וכו'

קענסט חויזיק מאכען אין מבטל זיין "שיינע מעשה'ס" אבער דאס איז דער פאקט!

מי יגלה עפר רבינו!

ער, אלס אמת'ער מנהיג, וואלט זיך זיכער זייער געפרייעט נישט צו האבען געוועהן גערעכט מיט זיין מורא פאר שמד.

אבער דו אלס בלינדער 'חסיד' פילסטו אז דו מיזט זאגען ניין אידען שמד'ן זיך יא.


BY THE WAY
טול קורה?? איך האב עפעס דא איינעם מוחה געוועהן?

Baachi » 14/9/2005 09:21

וואסא

אוישוויץ געוועהן קרעמאטאריום פאר די גופים
מדינת ישראל איז אוישוויץ פאר נשמות
ראדני מקוה איז אוישוויץ פאר די לייז
קרית יואל איז אוישוויץ פאר די זאלי'ס
מיין עיר קאנדישענן איז אוישוויץ פאר די היץ
א טיילענאל איז אוישוויץ פאר א קאפווייטיג
דער אינטערנעט איז אוישוויץ פאר דיין שיטה

וואסא_דיף איז אוישויץ פאר נארמאלע מענשטן
די צרה איז אז ער אליין מיינט ער איז גאר דער כ"א כסליו פון דעם אוישוויץ

אין אוישוויץ איז אויך געוועהן 120,000 כולל יונגעלייט מיט ישיבה בחורים וואס די ימ"ש האבן זיי סאבסידירט.
די רשעים איו אר"י לאזן זיי מיטאמאהל גיין צום גן עדן

יא מיין טאטע האט אין יענע אוישוויצער ישיבה גדולה פארלוירן אפאהר קינדער לומדים, דיינע חברים דארט האבן זיי גלייך געשיקט אין גן עדו אהן קיין עכוב

משוגענער!

טשעפע דיך אפ פון יידישן פאלק, ס'פול מיט שלעכטע מערדערס און פארברעכערס, וואס דארפסטו אונז האבן?

גיי שמד דיך בעסער, ווער א אונגארישער גוי, אזוינע פיינע מענטשן, מיט א שיינע שפראכע, און מאכלים און א שיינע שטאט ווי בודאפעסט, מיט שטאפ לעבער אין די האטעלן, וכו' וכו'

איך וועל דיך רופען ווען משיח וועט קומען.

יוסי718

דער נושא איז יעצט צו עס וועט זיין א קיבוץ גליות אין ארץ ישראל פאר ביאת המשיח בב"א.

דער רבש"ע האט זיינע וועגן ער דארף נישט ביי אונז פרעגן ווי אזוי צו מאכן א קיבות גליות.

אילו זכינו וואלטן מיר ארויף געגאנגען מיט ערליכע אידען ווי די תלמידי בע"ש אין די תלמיד הגר"א

ואילו זכינו וואלטן מיר ארויף געגאנגען מיט די בילויים פאר 170 יאהר וואס זענען אלע געוועהן ערליכע אידען געבויט ראש פנה ועוד. נאך בעפאר הערצל מיט ציונים

ואילו זכינו וואלטן מיר געפארן קיין ארץ ישראל מיט ר' עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל און געבויט שטעט אין ארץ ישראל אזוי ווי פתח תקווה

נאר עכשיו שלא זכינו - מיר האבן דאך געשיקט די אונגארישע קנאים זיי זאלען איהם מקצר ימים זיין

האט דער רבש"ע זיינע אנדערע וועגן.

איך האלט סאיז א בלאף אז הערצל האט עפעס מיט דעם יישוב אין ארץ ישראל.

סאיז געוועהן דאמאלטס א גרויס התעוררות צו פארן קיין ארץ ישראל צווישן פוילישע אין רוסישע יידן.

באותו זמן האט דער אונגערישער אסימילאנט מיט די בארד געשריבן זיין ארטיקל וועגן א יידיש לאנד צו לעזען דעם "יידן פראבלעם" ולאו דוקא ארץ ישראל (אוגאנדע) די רוסישע יידישע עסקנים האבן שנעל פארשטאנען אז מקען איהם נוצען פאר א קאריזמאטישן פראנט פאר די אסט יודען אין איז געווארן א שידוך.

די עסקנים ציוניסטן האבן גארנישט געבויט, זיי האבן גערעט "ציונות" .אחינו בני ישראל זענען געפארן און האבן געבויט, די ציונים זענען געוועהן ווי אלע פאליטישנס ארויפ געשפרומען אויפן וואגן און געמאכט געלט.

יא זיי האבן קאליע געמאכט אסאך, אוועק געריסן אידישע קינדער פון די אמונה, נישט געלאזט פרומע יידן פארען, אבער ארץ ישראל האבן זיי נישט געבויט. ארץ ישראל האבן געבויט אידן (פרומע אדער פרייע) וואס האבן בוחר געווהן צו וואינען אין דעם ארץ חמדה טובה ורחבה. די יידען ואס זענען אוועק פון מאלאריע זענען נישט געזעסן ביי די קאנגרעסן אין באזל.

איי וועסטו פרעגן א פרייען איד א כופר בה' ובתורתו מיט וואז ביזטו אייד" פארוואס ביטו דיך מוסר נפש? פאהר קיין קאנאדע, אויסטראליע, מען לאזט אריין.

ער וויסט נישט

א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט אזא וויכוח אויף בח"ח מיט א כופר אין איהם געפרעגט די שאלה, ער האט געטענהט ער איז זיך מוסר נפש אין מיליטער, האב איך איהם געפרעגט וואס וועט זיין אז סוועט ווערן שלום מיט וואס וועסטו דאמאלטס זיין אייד?

ווען ער האט זיך נישט געקענט ארויס דרייען האט ער גענטפערט ממש אזוי ווי אונזערע טייערע סאקמוירים דא ענפערן: ער וויל זיך נישט אריין לאזן אין וויכוח מיט אויסגעדראשענע טענות, ווייל איך נאר לקנתר, און ער וויל מיך נישט אפשוואכן, ממש דעם זעלבן מהלך

אבער לעניננו פארוואסס טאקע?

אדער ווייל אף ע"פ דאיהו לא חזי מזלייהו חזי
אדער ווייל מהאט זיי פשוט צוגענומען די בחירה

דער רבש"ע וויל בויען זיין לאנד צו גרייטן צום מלך המשיח, דארך ער זיך נישט בארגן קיין עצות ביי קיינעם.

אז אונזער עולם וויל נישט, וועט ער טרעפן אנדערע,
דאס אז אויך מרומז אין דעהם רמב"ן. ומאמר הצדיקים וזרע עבדיו ינחלוה אין דער נאך ואוהבי שמו ישכנו בה

דו האסט דערמאנט דעם חפץ חיים מיט דעם אסטראווצער זצ"ל, פארוואס דערמאנסטו נישט דעם אמרי אמת, וואס נאך דעם 29 נאוועמבער האט ער זיך אויסגעדריקט אויף גאולתן של ישראל קמעה קמעה כאילת השחר.

ער האט אויך בפירוש געזעהן אין די מדינה א חלק פון דעם מהלך הגאולה?

זאלי
מלך בבל
קושקע
איין סאטמאר
יוסף מאיר וכל השאר

איך פארשטיי אז עס באדערט אייך זעהר צו זאגן אז די ציונים ווי דער אונגארישער בארד, מיט בן גוריון, נארדאו וכל שאר מרעין בישין האבן א חלק אין צו גרייטן צום ביאת המשיח.

אבער קוקטס גוט וואס דער רמב"ם שרייבט - אין דעם שטיקל וואס מהאט יעצט געדריקט- העיקר אין די צווייטע פסקא

אף ישוע הנוצרי שדימה שיהיה משיח, ונהרג בבית דין--כבר נתנבא בו דנייאל, שנאמר "ובני פריצי עמך, יינשאו להעמיד חזון--ונכשלו" (דנייאל יא,יד). וכי יש מכשול גדול מזה: שכל הנביאים דיברו שהמשיח גואל ישראל ומושיעם, ומקבץ נדחיהם ומחזק מצוותן; וזה גרם לאבד ישראל בחרב, ולפזר שאריתם ולהשפילם, ולהחליף התורה, ולהטעות רוב העולם לעבוד אלוה מבלעדי ה'.

יא אבל מחשבות בורא עולם--אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו--אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" (ראה צפניה ג,ט).

כיצד: כבר נתמלא העולם כולו מדברי המשיח, ומדברי התורה ומדברי המצוות, ופשטו דברים אלו באיים רחוקים, ובעמים רבים ערלי לב; והם נושאים ונותנים בדברים אלו, ובמצוות התורה--אלו אומרים מצוות אלו אמת היו, וכבר בטלו בזמן הזה, ולא היו נוהגות לדורות. ואלו אומרים דברים נסתרות יש בהם, ואינן כפשוטן, וכבר בא משיח, וגילה נסתריהם.

יג וכשיעמוד המלך המשיח באמת, ויצליח וירום ויינשא--מיד הם כולן חוזרין ויודעים ששקר נחלו אבותיהם, ושנביאיהם ואבותיהם הטעום



דער רמב"ם האט געהאלטן פון יש"ו און פון דעם משוגענעם נביא אסאך ווינציגער ווי איהר האלט פון בן גוריון.

...ליישר דרך למלך המשיח...

ווי דערלעבט מען דאס.

יוסי718

דו ביזט זעהר גערעכט מיט די פאקטן לגבי דעם אסימילירען אויך אין דעם שטיקל רמב"ן, איך וועל דיר צו לייגן נאך סחורה אויף דעם רמב"ן עוד חזון למועד.

נאר זעה מיין ענטםפער צו יוסף מאיר

יוסף מאיר טייערער

איך ווייס נישט ווער עס האט דיך אנגעגעסן מיט די סטאטסיטיקס

אבער פרעג דעם ספעץ ער זאל דיר זאגן וואס "רב טוב" האט אויפגעטוהן אין אמעריקע

עס זענען ארויס געקומען הונדערטער טויזנטער רוסישע יידען, סרוב איז געפארן קיין ארץ ישראל זיי זענען געבליבן אידן זיי האבן חתונה מיט אידען, אין טויזנטער זענען בעלי תשובה דורך ערכים ומוסיפין והולכין ב"ה.

די רב טוב ארגאניזאציע האט געשטעלט מענטשן אין ווין ביי די באן און אויך אין איטאליע איינצורעדן די רוסקיס צו קומען אויף אמעריקע, איך ווייס נישט וויפיל זיי האבן עברענגט, זיי אליין האבן געשריבן טויזנטער, מהאט געקריגן געלט פון אנקל סעם פאר יעדן קאפ!

מהאט נאך צוגעשנארעט אויף תולה ארץ! משנארעט נאך אלץ!

ווי זענען די אלע יידען היינט?

ווי זענען זייערע שוהלען ישובים ישיבות?

זיי זענען געווארן אמעריקאנער גויים און ביז אדור צוויי טאמער משיח וועט נישט קומען ויאבדו מתוך הקהל ח"ו,

טראכט וועגן דעהם פאר די רעדסט אויף תושבי ארץ ישראל

תוקן על ידי - baachi - 14/09/2005 9:28:43

wassa_dif » 14/9/2005 12:57

באטשי
ראדני מקוה איז אוישוויץ פאר די לייז.
זעהט אויס דיין אוישוויץ האט א סאך איבערלעבער אדער דו טובל'סט דיך נישט אין ראדני (צו בכלל?)

יא. די מדינה איז א קרעמאטאריום פאר אידישע נשמות.
ילדי טעהראן אפגעפיהרט.
תימנער קינדער אפגעפיהרט.
גאנץ ספרדישער אידענטום אפגעפיהרט.
מיליון קינדער ווערען דארטען מחונך צו כפירה ומינות, נישט וויסענדיג פון קיין שמע ישראל.
ועל כולם, באטשי זיסער אליין וואס די מדינה האט געשלעפט טיף אריין צו'ם ס"מ
און דו טרומפייטערסט זיך מיט דיין הונדרעט צוואנציג טויזענד כולל יונגערלייט. (פון ווי האסט דו די נומערען, אגב?)
אוישוויץ האט אויך געהאט א פייג בלעטעל וואס האט עס געזאלט פארדעקען. ס'האט זיך גערופען טעריעזענשטאדט.
די אידישע פאלק איז פול מערדערס און פארברעכערס? איך זאל זיך אפטשעפען פון זיי?
אונז זיינען די אידישע פאלק! און זיי האבען לאנג אפגעטשעפעט פון אונז. די חברה זיינען "אברים המדולדלין בגוף האומה המרקיבין את כל הגוף" (לשון הרמב"ם).
זיי האבען זיך אפגעטשעפעט פון די אייבערשטער און זיין הייליגע פאלק. זיי האבען זיך בכלל אפגעטשעפעט פון מענטשהייט אבער דאס איז שוין עפעס אנדערש. טשעפע דו אפ פון אידישען פאלק. פאהר קיין תל אביב און ווער א פרייער. אם לבעל לכו אחריו.
אדער נעם צוויי טיילענאל (אוישוויץ פאר קאפווייטאג) און לייג דיך שלאפען. איך וועל דיר רופען ווען משיח וועט קומען

Baachi » 14/9/2005 21:43

נאך א מקור אז עס וועט זיין צוויי קיבוץ גליות

פשטות דברי הנביאים אז די מלחמת גוג וועט זיין אויף יידען אין ארץ ישראל,

יחזקל ה' (ווי דער נביא רעדט צו גוג)
"ואמרת, אעלה על-ארץ פרזות--אבוא השוקטים, יושבי לבטח; כולם, יושבים באין חומה, ובריח ודלתיים, אין להם. יב לשלול שלל, ולבוז בז--להשיב ידך על-חורבות נושבות, ואל-עם מאוסף מגויים, עושה מקנה וקניין, יושבי על-טבור הארץ"

די שאלה איז נאר ווען וועט זיין דער והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול.

פאר אלעם אין עס וועט נאר זיין איין קיבוץ גליות
אדער שפעטער און עס וועט זיין צוויי

"המעיין במקראות וברמב"ם סוף הלכות מלכים יראה מבואר דמלחמת גוג ומגוג תהיה אחר ביאת בן דוד והתקיעה לקבץ נדחי ישראל וכדכתיב והיה היום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האובדים וגו' תהיה אחר גמר מלחמת גוג ומגוג ומפלתו ואז תהיה גאולה שלימה לכל ישראל"

אמרי ברוך פון ברוך טעם (לייפניק) הגהות אויפן טורי אבן ר"ה י"א :

יוסי718

די ציונים מיט בויען ארץ ישראל איז בערך ווי חב"ד אדער ערכים וועט נעמען קרעדיט פאר די בעל תשובה באוועגונג

הכל מודים אז סאיז אראפ א רוח תשובה און זיי ארבעטן אויף דעם.

עס איז פון שנת ת"ר - תר"ך אראפ געקומען איין התעוררות צו פארען קיין ארץ ישראל.

די ציונים לדאבונינו האבן דאס איינגעשפאנט, און געשטערט אז די יראים זאלען פאהרן בויען.

פארוואס סאיז זיי געלונגען? לא מחשבותי מחשבותיכם, אזוי סאיז געלונגען די נוצרים.

דער שיניעווער רב - ווי אויף רוב צדיקי הדור -איז קודם געוועהן א גרויסער חסיד פון די חובבי ציון, שפעטער האט ער געזעהן ווער סשטייט בראש האט ער זיך שנעל אפגעשאקלט, ווייל יצא שכרו בהפסדו. אבער נישט ווייל ער איז געוועהן קעגען די חובבי ציון.

די ציונים האבן נאר צוגעכאפט אזאך וואס כלל ישראל האט געהאט. און עס אויס גענוצט פאר זייער מאכט און געלד.

דער רעיון הציוני איז געוועהן אויף צו שטעלן אמדינה.
דאס איז זיי געלונגען!, ווייל אזוי האט געדארפט זיין

דער בארעכטיגוג איז געוועהן נהיה ככל הגויים
דאס קען נישט זיין - אם לא בחמה שפוכה אמלוך עליכם

מען האט זיי פון הימל אויסגענארט, אויפצושטעלן א מדינה און א מקום תורה ומנוחה פאר כלל ישראל. אויף א פארנעם וואס זיי האבן נישט געחלום'ט אין זייערע וויסטע חלומות

זיי האבן גענדיגט זייער תפקיד, יעצט ווי דער רמב"ן זאגט הייבט זיך אהן דער בירור.

פאר אלע שעלטערס

דער נומער 120.000 קומט פון די העדליינס צייטונג משפחה פאר צוויי וואכן צוריק (117.320)

לשיטתכם דארף מען דאנקען די ציונים

לשיטתנו איז דאס איין אתחלתא פון ומלאה הארץ דעה - ליישר דרך למלך המשיח.

TAKE YOUR PICK

מקוה_איד » 14/9/2005 23:08

לויט דעם רמב"ם איז היטלער/אוישוויץ אויך געווען "ליישר דרך", פונקט ווי דער אותו איש און מכמאד הישמעאלי איז געווען. אלעס וואס עס פאסירט מיט כלל ישרא' איז "ליישר דרך".

און אנדערע ווערטער אותו איש, מאכמאד הישמעאלי, קרייציגלער, ת"ח ות"ט, גירוש שפאניע, היטלער, מדינה, אלעס איז "ליישר דרך".

באראפארקער » 14/9/2005 23:22

מקוה איד
ביסט נישט אזוי גערעכט מיט דיין דמיון,
דער רמב"ם זאגט "ליישר דרך" אויף יאשקע און מחמד, ווייל סוף כל סוף האבען זיי פארשפרייט די אמונה אין אויבערשטען, און די ידיעה פין די אמונה היהדות, נאר זיי האבען עס מסלף געווען, ממילא ווען משיח וועט קומען וועלען זיי גרינגער קענען איינזעהן אז די אמת איז מיט די אידישער אמונה, משא"כ וואלטען זיי געוועהן סתם עובדי עבודה זרה, וואלט די זאך געוועהן אסאך שווערער ווייל זיי וואלטען געווען מער מרוחק פין אידישקייט.

היטלער האט אויסגעהרגעט זעקס מיליאן אידען, וואס האט דאס מיט "ליישר דרך"? קען זיין אז די זעהט אן השוואה, איך זעה נישט.
בלאט: 1 2