עס זעהט אויס ווי באטשי האט שוין געענדיגט זיין דרשה, אין איין ווארט וויל ער אונז מגלה סוד זיין, אז די הייליגע נביאים האבן שוין געוואוסט פון דעם ניאוץ און די מרידה במלכות שמים וואס הייסט מדינת ישראל.
קען זיין אז פאר דיר אזי דאס א חידוש, מיר ווייסן דאס שוין צענדליגער יאהרן, נאכמעהר, נישט א נביא, נאר א ראשון האט געשריבן (פי' רגמ"ה תמיד לב ע"א) אז דער שטן איז אימשטאנד צו ברענגען א גאולה פאר אידן וזה לשונו: שטנא נצח והוא נותן להם גאולה.
די תורה הקדושה זאגט בפירוש, ובא האות והמופת דער מופת וועט קומען, אבער נביא שקר בלייבט נביא שקר מיט די גאנצע מעשה
מדינה בלייבט טמא כאטש די נביאים האבן געשריבן אז עס וועט זיין א מדינה, אדם הראשון האט געזעהן דור דור וחכמיו ופרנסיו און בתוכם אונזער דור מיט אלע פארדרייטע מנהיגים און בפרט (דא יעדער זאל אריינלייגן זיין גירסא: מנהיג פלוני ודיין אלמוני) מיינט נאכנישט אז דער איז א כשר'ער מנהיג, יא, דער בוכ"ע ווייסט אלעס, און איז מגלה פאר די נביאים וואס עס וועט זעהן, און אפטמאל איז ער מגלה אויך דרכיהם של רשעים, כשם שהוא מגלה מעשיהן של צדיקים
מער צייט האב איך נישט, כ'האב געווארט ביזן סוף פון דיין דרשה, כ'האב געמיינט וועסט ערפינדן ווייסעכוואס, דערווייל זעה איך בלויז נאך א באטשי...
אזוינע טיפן צומישטע מוחות טרעף איך יעדן טאג, ס'איז א מחיה זיי צו לאזן רעדן און רעדן
און יעצט, אודך, הייב אהן צו "קאלערן", מאך רויט, גרין, מעגסט נוצן געהל פאר א נויטפאל
הצלחה
מקוה איד
האסט געפרעגט זעהר צו דערזאך
די קשיא איז אויפן רמב"ם נישט אויף מיר
דו פארדינסט אגוטן ענטפער. אזאנס וואס דו אליין וועסט אויך מקבל זיין.
דו וועסט דאס קריגען ווען איך וועל קריגען מיין ענטפער אויף מיינע קשיות צו דיר אין דעם אנדערן אשכול...
דערווייל וועלן מיר הערן פון די חכמי הפארום, ווי אזוי זיי ענטפערן
באראפארקער
. זאגסט זייער גוט אבער נישט דאס מיינט דער רמב"ם
אנטשולדיג איך בין מפסיק אינמיטן אייערע זיסע מחלוקה'לעך
מיט א פלעינע "אויסגעדראשענע" גמרא
ממוז דאך געבן א ריווח להתבוננן
דא האט איהר בפירוש אז בשעת די הרי ישראל וועלען געבן פירות, און קיבוץ גליות וועלן נאך זיין די רשעים - (די שופטים און אהנפירער). ערשט נאכדעהם וועט מען זיי אונטער ברענגען.
גמרא מגילה דף י"ח.
ומה ראו לומר קיבוץ גליות לאחר ברכת השנים דכתיב ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל כי קרבו לבוא
וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים שנאמר ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סיגיך וכתיב ואשיבה שופטיך כבראשונה
וכיון שנעשה דין מן הרשעים כלו הפושעים וכולל זדים עמהם שנאמר ושבר פושעים וחטאים יחדיו (יכלו)
וכיון שכלו הפושעים מתרוממת קרן צדיקים דכתיב וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק וכולל גירי הצדק עם הצדיקים שנאמר מפני שיבה תקום והדרת פני זקן וסמיך ליה וכי יגור אתכם גר והיכן מתרוממת קרנם בירושלים שנאמר שאלו שלום ירושלם ישליו אוהביך
וכיון שנבנית ירושלים בא דוד שנאמר
אחר ישובו בני ישראל ובקשו את ה' אלקיהם ואת דוד מלכם
ביפה קול על מדרש שיר השירים על הכתוב השבעתי אתכם...(ויואל משה מביא בשמו כמה פעמים)
"...נראה שאין קיבוץ גליות ומפלת גוג ןמגוג ע"י מלך המשיח, אלא מתחילה יתקבצו הגליות ויהי ענין גוג ומגוג ושוב יתגלה מלך המשיח לבנות ביהמ"ק והכי משמע בפ"ב דמגילה (דלעיל)..."
איהר קענט יעצט רואיג צוריק גיין צו וועלכע מקוה דער קארלסבורגער רב האט גענוצט דעהם זיבעטן.
מקוה איד
דיין קשיא אויפ'ן רמב"ם וואס שרייבט אז יאשקע און דער משוגענער אראבער (ווי דער רמב"ם אללין רופט איהם) זענען געוועהן ליישר דרך למלך המשיח, אויב אזוי איז דאך דער רשע ימ"ש אן סטאלין וכל שאר מרעין בישין אויך?
דער תירוץ איז: יא!
אלעס איז, פון בריאת העולם אהן. דער רמב"ם זאגט נאר אז אפילו פון די צוויי מאורעות וואס לכאורה זענען זיי דאך א היפוך גמור פן תכלית המקווה, קען מען אויך זעהן בחוש אז זיי זענען מיישר דרך - אזוי ווי באראפארקער האט ריכטיג געשריבן.
וממנו תקיש על השאר
באראפארקער
איך האף דו ביזט מסכים מיט מיין פשט פון רמב"ם
נבוכדנצר
עס זעהט אויס ווי באטשי האט שוין געענדיגט זיין דרשה, אין איין ווארט וויל ער אונז מגלה סוד זיין, אז די הייליגע נביאים האבן שוין געוואוסט פון דעם ניאוץ און די מרידה במלכות שמים וואס הייסט מדינת ישראל.
דער נביא זאגט פונקטליך וויאזוי די יידן אין ארץ ישראל וועלן אויסזעהן פאר ביאת משיח
"ואמרת, אעלה על-ארץ פרזות
--אבוא השוקטים,
יושבי לבטח; כולם,
יושבים באין חומה,
ובריח ודלתיים, אין להם.
יב לשלול שלל, ולבוז בז--להשיב ידך
על-חורבות נושבות,
ואל-עם מאוסף מגויים,
עושה מקנה וקניין,
יושבי על-טבור הארץ"
די הויפט זאך האט ער - לשיטתך- פארגעסן, כדי מזאל זיך נישט טועה זיין האט ער געדארפט צו לייגן
מנאצים
מורדים במלכות שמים
אדער להיפוך
קדושים וטהורים
צדיקים וחסידים
קען זיין אז פאר דיר אזי דאס א חידוש, מיר ווייסן דאס שוין צענדליגער יאהרן, נאכמעהר, נישט א נביא, נאר א ראשון האט געשריבן (פי' רגמ"ה תמיד לב ע"א) אז דער שטן איז אימשטאנד צו ברענגען א גאולה פאר אידן וזה לשונו: שטנא נצח והוא נותן להם גאולה.
דער רגמ"ה וואס דו ברענגסט איז פון די קלאסישע מעטאדן פון זיוף, - אריין לייגן ווערטער אין יענעמס מויל אין אפווענדן- ברענגען האלבע ציטאטן.
1) דארט האט ער זיך געוואלט ברענגען א ראיה אז ער איז חשובער פון די אידן אין הימל פון זיינע נצחונות, ווי קומט דאס בכלל אהער צו אונזער שמועס? ווער רעדט דא פון מופתים? מרעדט ווי סשטייט אין אונזערע מקורות דעהם פשט אין פסוק עוד אקבץ עליו. דו האלסט דער פשט איז אנדערש? שרייב פארוואס.
2) דארט אין מס' תמיד רעדט זיך בכלל פון גויים (אלכסנדר מוקדון) אז דער שטן קען זיי פארנארן- נישט פון קיין אידן ווי די שרייבסט.
די אנדערע זאכן מיט נביא שקר פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט.
אגוטן שבת