היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » קארופציע ביי בית דין?

קארופציע ביי בית דין?

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1562716
בלאט: 1 2

בןמלך » 9/9/2005 21:44

נעכטן נאכט בין איך געווען ביי א שיעור אין פרשת השבוע. האט דער פארלערנער מרחיב הדיבור געווען אין דעם ענין פון שופטים ודייני ישראל, און טיף אריין אין דעם הארבן ענין פון גיין צו ערכאות, און די גרויסע עונשים דערויף.
דערנאך האט ער זיך צעברייטערט און אריינגעלאזט אין א לענגערן שמועס אין די סיבות וואס מאכט מאנכע אידן פארלירן די צוטרוי צו אידישע בתי דינים און זיי לויפן דעריבער אין קאורט.
האט ער מיט א שטארקקייט געזאגט, אז עס זענען פארהאן געציילטע בתי דינים, וואס זענען ליידער קארופטירט, עס איז א פשוטער ביזנעס, עס פירט זיך פונקט ווי א "Law firm" און אמאל נאך ערגער.
עס איז דעריבער א פליכט אויף יעדן איד וואס דארף אמאל צוקומען צו א בית דין, הן בין איש לאישתו, והן בין אדם לחבירו, זאל זיך גוט נאכפרעגן צו וועלכע בית דין צו גיין, אזוי ארום זיך פארמיידן די עגמת נפש פון אריינפאלן אין נעץ פון א פאלשע בית דין.
עס איז געווארן - ווי פארשטענדליך - א הייסע דעבאטע צווישן די עטליכע אידן ביים שיעור, ווי עס זענען געווארן אויפגעברענגט כמה וכמה מעשיות פון התפעלות וויאזוי די גוטע בתי דינים האבן באהאנדלט ענינים, און פארקערט וויאזוי די "ביזנעס בתי דין" האבן טיף בא'עולה'ט מענטשן.
איין חשובער אינגערמאן האט דערציילט א מעשה נורא וואס האר און נעגל שטעלן זיך אויף. (ער האט עס דערציילט מיטן נאמען פון דעם בי"ד, טענה'דיג אז ס'איז מצוה לפרסם. אבער איך וועל מיך מונע זיין פון זאגן נעמען, אפשר איז עס לשה"ר).
ער הייבט אן: וויבאלד דער פלוני געוויסער ראש בית דין אין וומסב"ג - לאמיר אים געבן א פיקטיוון נאמען, זרח - איז דאך א ביזנעסמאן, ער זוכט פשוט ארויפצוארבעטן די הכנסות פון דעם "געשעפט" זיינעם, דעריבער איז ער געפאלן אויף א וואזשנע המצאה, ער פאר זיך אליינס, דער זרח טוט זיך אדווערטייזן אלס א "טוען", מיט זיין טעל. נומער. צווישן נאך פיל טוענים איז אויך אדווערטייזט אונזער "זרח". אזוי באקומט ער ביזנעס און מאכט פרנסה אלס א טוען. אביסל דערנעבן אין טעל ביכל איז דא נאך אן אדווערטייזמענט, פון א "בית דין". מיט דעם זעלבן טעלעפאן נומער ווי דעם טוען... א געוואלדיגע המצאה, א כל-בו געשעפט, אלעס אינאיינעם א פול סערוויס טוען, און אויך, א פול סערוויס בית דין.
נו, וואס שלעכט? אפשר טאקע גוט, וואן סטאפ שאפינג.. אבער, לאמיר צוקוקן אביסל פון די נאנט די גרויסארטיגע פארצווייגטע פעולות פון דעם "טוען-בי"ד", א איד קומט אריין פארלוירן: מיין שכן האט מיר ארויפגעלייגט אן עיקול, איך דארף שוין א טוען. בארואיגט אים ר' זרח, און זאגט אים, זיי נישט פארלוירן, פאר א נישטיגן פרייז גיב איך דיר א "הסרת העיקול". וחסל. קוקט אים יענער אן מיט פרעגנדע אויגן, נישט וויסנדיג וויאזוי קען א טוען מאכן אן עיקול זאל ווערן אזוי שנעל אויס, דערווייל נעמט דער זרח ארויס א "לעטער-הער" פון זיין "בי"ד", און דער קליענט פארשטייט שוין אלעס. דערנאך איז דער "טוען" ממשיך, יעצט מיט דעם עיקול האט דאך יענער געשיקט א הזמנה לדין תורה, אויב שיקט ער דיר נאך איינס, לאז אים וויסן אז תובע הולך אחר הנתבע, און דו ווילסט דיך מתדיין זיין ביי מיר, נאכן אויסשטעלן א טשעק און די זיצונג איז פארטיג.
די זענען מעשים בכל יום "סטענדערד פראצעדורן" פון דעם "טוען בי"ד קאמפאני". והמפורסם אין צריך ראי'.
יעצט - זאגט ער - גייט ער דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט דאס יאר. צוויי שותפים משה און גרשון האבן געהאט א גאר טיפן און שווערן סכסוך, זיי זענען שוין געווען גוט צוקריגט ווען משה איז אריינגעקומען צום "טוען בי"ד" פארלאנגען נישט מער און נישט וויינגער ווי א היתר לערכאות, ווייל צום ערשט מוז ער מאכן א "ליען" און א "ליעס פענדינס" אז גרשון זאל נישט אלעס ארויס ראבעווען, אויך וויל ער שוין אריינברענגען דעם גאנצן סכסוך אין קאנטראל, ווייל ער האט גראדע זייער א גוטן לויער... דער ראש בית דין האט אים נישט אנגעשריגן, און נישט ארויסגעווארפן, ער האט אויך נישט פארלאנגט ער זאל צום ערשט גיין צו א בית דין כשר בישראל. נאך א קורצע ביזנעס מיטינג, איבערלאזנדיג א געהעריגן "סכום הגון" פארן טוען & קאמפאני, האט ער ארויסשפאצירט מיט א היתר לערכאות. ער האט אזוי שנעל באקומען דעם בריוו אז ער האט זיך עס אליינס נישט געגלייבט. שוידערליך!
אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא. דער שותף גרשון קומט אריין אין ביזנעס איין טאג. ער ווערט דערשראקן ווען ער זעט ווי עס ווארט אים אפ א שליח מיוחד מיט א "בריוו" ווי די קאורט לאזט אים וויסן אז אלע נכסים פון געשעפט זענען געפרוירן,זיינע פריואטע נכסים זענען געפרוירן, און, בייגעלייגט איז אן "ארדער אוו פראטעקשאן" אז ער טאר נישט קומען ביז הונדערט פיס נאנט צו זיין ביזנעס, און ביז הונדערט פיס פון זיין שותף משה'ס הויז. (פשוט פאר זיין זיכערהייט).
גרשון שטייט פארגליווערט און זעט שטערן'ס, ס'שווינדלט אים ביז ארויף און ער פארלירט דאס גלייכגעוויכט. די לעצטע חדשים לויפן אים דורך פאר די אויגן. עטליכע מתווכים האבן שוין פרובירט מפשר זיין צווישן זיי, מ'האט שוין עטליכע מאל גערעדט פון גיין צו א בית דין. ער האט שוין אפילו שטילערהייט געהאט געדונגען א טוען, אלעס איז געגאנגען רואיג, אן קיין טעראר און אן קיין שמוץ. קאורט מאן דכר שמי'. אבער אזא פליק, ביי ארדער אוו קאורט...
ער מאכט אן עמורדזשענסי אפוינטמענט און ער לויפט אויף אלע פיר אריבער צו זיין טוען, מיט וואקלדיגע פיס דערציילט ער דעם טוען ווי זיין לאנגיעריגער שותף משה איז געלאפן צו ערכאות אן א התראה, אן רעדן צו א רב, ער שטייט אן ווערטער.
דער טוען האט אים תיכף געהייסן קאנטאקטן א גוטן לויער. און דערווייל רופט דער טוען אן דעם משה, און זאגט אים, ענטפער מיר בלויז איין שאלה: ווי האסטו נישט מורא צו גיין אין ערכאות אן א היתר פון א רב?, ער בעט דעם טוען זיין פעקס נומער, ער גייט אים ענטפערן מיט די פאקס.
ביז עטליכע מינוט האט דער טוען אויפן טיש א געדרוקטן היתר פון יענע "טוען בי"ד". דער טוען רופט אן גרשון'ען און זאגט אים אהובי ידידי, דיין בעל דין האט א היתר פון ... קא.
גרשון שרייט, וויאזוי קען עס זיין? דער טוען זאגט אים הער מיך אויס, איך האב נישט קיין לעטערהעד, אבער בעל פה קען איך דיר אויך געבן דעם זעלבן היתר, ווען עפ"י הלכה דארפסטו שוין נישט קיין היתר וויבאלד יענער האט דיך אריינגעשלעפט אין געריכט. דער גרשון איז נישט געווען רואיג מיט דעם, האט ער זיך פארבינדן מיט א גרויסן רב אין חו"מ ענינים, און יענער האט דורכגעקוקט זיינע פאפירן און און געזאגט דו מעגסט רואיג גיין להציל את שלך.
ער האט גענומען א גוטן לויער, און געגעבן זיין מעשה, און די קאורט האט פארשטייט זיך אנגעהויבן אויך משה'ן צו קעיר נעמען און קאפענען. משה'ן ווערט זויער, יענער איז אויך אריין.. וואס טוט מען? נישט גע'דאגה'ט. דער קאמפאני קען דאס אויך מסדר זיין. ער לויפט אריבער צום ב"ד קא." און דער טוען-ראב"ד האט שוין ארויסגעדרוקט א בריוו און אפגעשיקט צו גרשון ער זאל שוין תיכף ומיד ארויסגיין פון ערכאות ווייל ער איז א מרים יד בתורת משה!
וואס עס איז ווייטער פארגעקומען איז נישט וויכטיג צום ענין, עס ווערט שפעט און איך מוז שוין ענדיגן, אויך ווייל דער סכסוך איז נאכנישט אינגאנצן פארטיג.
מיר זענען געזעצן און מיט אפענע מיילער געהערט און געשטוינט. איך האב נאכ'ן אויסהערן דאך געהאט אביסל ספיקות אין די פונקטליכקייט פון די מעשה. פריער האט מיך דער פארציילער ארויפגעלייגט אויפן טעלעפאן מיט א גאר חשובן איד וועלכער איז געווען פארמישט אין פרואוון צו שלום מאכן צווישן די צוויי שותפים, און ער האט עס מיר קלאר באשטעטיגט, און ער האט נאך צוגעלייגט, אז ער איז זיכער אז ביז א שטיק צייט וועט זיין א גרויס גערודער פון די אלע מעשי נבלה, און עס קען נישט צו לאנג אנגיין. דער ב"ד דארף נאר טרעפן איין "בחור" מיט ציין אין די מויל און ער וועט אים צושמירן ביז גאר.
איך האב שוין געהאט געהערט פון לאנג אז יענער טוען-בי"ד איז באוואוסט אין די עולם היהדות אלס א צענטער פאר עיקול'ס "הסרת העיקול"'ס והיתרים לערכאות אויף א גרויסן פארנעם אבער אעפ"כ האב איך נישט געקלערט אז דאס איז אויף אזוי ווייט.

ליכטיג » 9/9/2005 21:52

פארגעס נישט אז יענער טוען ווען ער שרייבט א בריוו האט ער אויך א ספרא דיינא, וואס איז דער מזכיר הבית דין, אין גיט ארויס בריווען וואס מען דארף.

במקרה איז דער ספרה דיינא א איידעם פונעם טוען/ראב"ד/דיין.בית דין.

יישר_כח » 11/9/2005 07:25

jid_613 » 11/9/2005 07:39


דער וועב זייטעל איז דאך שוין פארמאכט.

יישר_כח » 11/9/2005 08:24

אמת עס איז צייטװײליג פארמאכט אבער עס איז געװען א געלונגענר װעג צו באזיגן א קאראופטער בית דין.

דא איז די לינק צום אשכול פון דעם נושא װען עס איז פארגעקומען פונקט א יאר צוריק

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=1103151

natan101 » 11/9/2005 14:33


shreklich, realy shreklich.....what a man cam do to make some money

בןמלך » 11/9/2005 18:48

מיין תיבה אישית איז באהאגלט געווארן מיט רעאקציע פון עטליכע מענטשן.
איינער בעט זיך אז איך זאל טוהן עפעס ווייל ער האט אין א נאנטע משפחה לעצטנס אויך געהאט א שרעקליכע מעשה טאקע דורך דעם דעם בי"ד קאמפאני.
איינער וויל דוקא וויסן צי דאס איז יענער פלוני ב"ד, אויב יא זאל "איך" ארויס שרייבן דעם נאמען.
אזוי ווי איך ווייס נישט בכלל וויאזוי מ'ענטפערט צוריק אין אישית, וועל איך דא יעדן ענטפערן.
ביטע, ווער עס שיקט מיר פון דעם ענין אין אישית, זאל עס ביטע ארויפלייגן דא ברבים, עס איז נישט אינטערעסאנט צו כאפן יעצט א שמועס אין א ווינקל, יעצט איז עת רקוד, יעדער זאל זאגן וואס ער האט צו זאגן. בכלל בין איך נישט קיין עסקן אין די ענינים, נאר די מעשה איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, אז איך האב געשפירט אן אחריות מפרסם צו זיין די מעשה ברבים, אז מ'זאל וויסן זיך אפצוהיטן פון דעם פח יוקשים.

טובעין » 11/9/2005 18:50

לויט דיין מעשה פארשטיי איך אז די רעדסט פון א טוען וואס וואוינט אויף פען סטריט אין זיין בית דין איז ביי זיך.

בין איך גערעכט

בןמלך » 11/9/2005 19:05

טוב עין הוא יבורך,
איך וויל נישט זאגן קיין נעמען, אבער ווי איך זעה ביסטו א
קלוגער מענטש, figure it out by yourself

ClearView » 11/9/2005 23:39

ענדליך!

ענדליך האט זיך איינער גענומען די קוראזש און שרייבען וועגן אט דעם ווייטאגליכען ענין. איך האף אז עס וועט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם, נאר פון דעם גייט ווערן א התעוררות ביי די עסקנים און מאכן אן עק און א סוף צי דעם שוידערליכען בזיון התורה

די מדובר איז דא פונם אזויגערופענעם בית דין "א.מ" אנגעפירט דורך י.ג. און זיין איידעם, איך קען אייך מעיד זיין אז קיין איין ווארט וואס "בן מלך" האט געשריבען איז נישט מוגזם, איך האב מיטגעהאלטען א קעיס וואס איז אזוי ענדליך צי וואס ער דערציילט אז עס איז שרעקעדיג..

אין דעם קעיס איז ער געוועהן א סך הכל פון דריי באזונדערע אומהאפהענגעדיגע אוטאריטעטן, עס האט זיך אנגעפאנגען אלץ פוסק, וואס פסקנט אז מ'מעג גיין אין קאורט און קומען מיט פאליס אינמיטן די נאכט, די היטל האט זיך געטוישט צי א בית דין וואס רופט צי דין תורה היות די אנדערע צד איז זיך געגאנגען פארטיידיגן אין קאורט, אין אינדערצוישן איז ער געווען א "באצאלטע" טוען אויף זייער פעיראול, עס איז ממש נישט צום גלויבן, אבער דא רעדט זיך פון פאקטן וואס קענען ווערען ג'בעקט פון קלארע דאקומענטן, אלע עסקנים און רבנים שאקלען מיטן קאפ פאר אומגלויבליכקייט, אבער קיינער איז נישט גרייט צו טון גארנישט!

רבותי למען כבוד התורה וכבוד בתי דינין שבישראל לאמיר נישט שווייגן, לאמיר זיך אלע מיישב זיין צוזאמען וואס קען דא געטון ווערן צי אפשטעלן דעם שלאנג, עס קען קיינער נישט זאגן מ'מיינט נישט מיך דא, היינט איז עס דער, מארגען א צווייטער, אסאך איז שוין אויפגעטון געווארען פון אט דעם פלאץ, לאמיר זעהן וואס מ'קען אויפטון אין דעם הינזיכט.

מענדלדרעי » 11/9/2005 23:42

פארוואס שרייבט מען נישט ארויס זיין נאמען?

י"ר? יודל גרובער?

ווער איז זיין איידעם?

דאס איז דאך נישט קיין יחיד? דא רעד מען פון א פובליק אישו.

תוקן על ידי - מענדלדרעי - 12/09/2005 0:17:43

ליכטיג » 12/9/2005 00:24

איך האב אויך פארשטאנען אז ער איז דער מדובר.

איך האב שוין לאנג געהערט פון די מעשיות.

ClearView » 12/9/2005 00:42



יא! דא רעדט זיך פון בי"ד "אורחות משפט" אנגעפירט דורך ר' יודל גרובער אלץ ראש בי"ד און זיין איידעם עהרנטאל אלץ "מזכיר הבי"ד", די צייט ערלויבט נישט יעצט מרחיב צו זיין את הדיבור, איך וועל בל"נ שפעטער שרייבן באריכות די מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטען.

איך קען ענק נאר איין זאך זאגן: דא רעדט מען פון יודיש בלוט וואס ווערט געטרינקען אויפן געמיינסטען אופן, סאך סאך ערגער ווי "בן מלך" פארגלייכט צי א לאו-פירם ווייל די אולטמאטיווע שטעקן וואס זיי האבן איז זייער א שטארקע, שטערקער ווי יעדער "ארדער אוף פראטעקשאן" דהיינו "כתב סירוב"!

ווי געשמיסט טוישט זיך די לעטערהעד צי א בי"ד וואס רופט צי דין תורה, ווייל די האסט געהאט די חוצפה זיך צי פארטיידיגען אין קאורט, און ביי דעם פאל האט דער נתבע קלאר געענטפערט, איך וויל מיך נישט ביי ענק מתדיין זיין, אבער זיי גייען ווייטער מיטן פראגראם און שיקן דריי הזמנות איינער נאכן צווייטען, און אויפאיינמאל באקומט איר דעם טעלעפאון: רעב ברוך ס'דא צעטליך אויף דיר אין בית מדרש פלוני אז די ביזט א מסרב לדין! און דעם סטראשונקע ניצען זיי דורכאויס אלע התדיינות'ן און גלייבטס מיר רבותי, קיינער וויל נישט זיין נאמען צישמירט אין אלע בתי מדרשים... הפנים אז זיי האבן אזעלכע מיטלען וואס קיין שום קאורט אדער אנדערע בי"ד\טוען האט.

עס איז צייט צי טון עפעס למעשה, אויב האט איינער א הצעה ביטע עס פארלייגען דא אדער אין תיבה אישית

א דאנק

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 12/09/2005 0:42:30

אידיש_קינד » 12/9/2005 00:49

צום אלעם ערשטן, זאלן אנגעזעעהנע חשוב'ע קהילות (ווי למשל צד ר' בן ציון דק"ק באבוב) מחרים זיין אזעלכע סארט דיינים און זייערע טאקטיקען, און אוודאי און אוודאי, נישט זיך משתמש זיין מיט זיי.

חוץ ... חוץ אויב זיי אליין דארפען צוקומען צו די סארט מעשי נבלות. און אויב איז דאס די קעיס, דאן איז ליידער א פארלוירענער שפיל, ווייל אז די קאפ שטינקט וויל איך נישט ארויס זאגן וויאזוי דער וויידל זעהט אויס..

וכדי בזיון וקצף.

ליכטיג » 12/9/2005 00:51

מיש נישט אריין ר' בן ציון.

ער האט איהם נישט גענומען פאר א דיין נאר פאר א טוען.

א טוען דארף נישט זיין קיין צדיק

ClearView » 12/9/2005 00:56

רחמנות!

מישט נישט אריין דא פאליטיק ווייל דעמאלטס וועט די גאנצע זאך ווערן פארוואנדעלט אין א צירקוס שפיל אזוווי אלע אנדערע אשכולות

דאס איז מסתם אמת, אז ווען די קהילות זאלו זיך צוזאמנעמן און נישט מסדר זיין קידושין פון גיטין פון זיין בי"ד, אדער "היתר מאה רבנים'ס" פון אים (פאר א פרייז האט ער דאס אויך..) וואלט מסתמא געקומען צי א שנעלע ענדע צי דעם בי"ד

בןמלך » 12/9/2005 01:13

יעצט באקומען אין אישית פון איינעם וואס טענה'ט אז ער האט נישט קיין רשות כתיבה אין פארום, ער בעעט איך זאל עס ארויפלייגן. וזל"ק:
איך בין פערזענליך באקאנט מיט א קעיס וואס איז א מאן און ווייב סכסוך, דער אויסוואורף אונטערן נאמען ראש בית דין, האט אזוי ארום געארבעט מיט דעם מאן מיט קארטס און סירוב'ס, אז עס איז געלונגען פאר דעם מאן צו צונעמען די קינדער, און ער האלט צוריק שוין וואכן לאנג דעם מאמע פון צו קענען זען אירע קינדער, און די קינדער וואס וויינען זיי ווילן רעדן צו זייער מאמע האבן נישט די טשענס צו דעם. און דער מאן האט פאר יעדן א תירוץ אויף אלע מעשים אכזריים "רשות בי"ד". אלע שייגעץ שטיק איז אונטערן חסות פון דעם זעלבסט געקרוינטן בית דין. והאם מבכה על בניה, די מאמע ווייקט דורך די קישן יעדע נאכט, די געטרייע מאמעס הארץ גייט אויס פאר אירע קינדער, און די געוויינען גייען ארויף אין הימל, ואית דין ואית דיין, אין הימל פארשווייגט מען נישט די מעשי סדןם ועמורה, ועל כגון דא נאמר "ושמעתי כי חנון אני". עד כאן לשונו.
איך האב נישט וואס צוצולייגן, איך מוז נאר מודה זיין אז איך האב געמוזט ווישן א טרער ליינענדיג די תגובה.

A_Jew » 12/9/2005 01:18

איך פארשטיי נישט, איז דאס דער זעלבע יודל גרובער וואס האט פאריגע וואך געשריבען א מביא לידי גיחוך פאשקעוויל קעגן א יוד וואס האט זיך געוואלט ראטעווען פון א גזילה דורך גיין צו ערכאות און מאכען אן עיקול?

עה, עס קען נישט זיין, יענער יודל גרובער שרייבט דאך ווי אנ'ערליכער יוד, איך קען נישט גלייבען אז ער אליין מאכט די זעלבע טריפה'נע שטיקעלעך....

ליכטיג » 12/9/2005 01:23

A JEW


ביטע נישט פאליטיק

איך ווייס אויך פון עיקולים פון חשובע בתי דין וואס ער האט אראפגענומען כלאחר יד.

א נארמאלער מענטש וואס ליינט זיין הסרת עיקול קען פארשטיין פון נוסח, אז ביידע צדדים זענען געזיצען ביי אים אויף א דין תורה, און בית דין האט אראפגענומען דעם עיקול, בשעת ווען למעשה איז ער סך הכל א טוען פון א צד אין טוט כל אשר ליבו חפץ.

נ"ב ביי איין קעיס פון וואס איך שמועסט האט ער אראפגענומען א עיקול וואס עדה החרדית אין ירושלים האט געלייגט.

א אמעריקאנער בית דין וואלט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים ליידער {עס פאסט זיי נישט}, אבער עדה החרדית ווייסט נישט קיין חכמות אין האט געזען א הסרת עיקול, האט אים געקלונגען מאי האי, האט ער געזאגט אז ער האט נישט געוויסט, אין עדה החרדית האט געשריבען נאך א בריוו אז זייער עיקול איז בתוקפו.


תוקן על ידי - ליכטיג - 12/09/2005 2:04:32

askonim » 12/9/2005 02:22

וואס איז מיט משפט שלום, ווייסט איינער וואס דארט טיט זיך אפ, השם ישמרינו.

קרינסקי » 12/9/2005 07:09

וואס זאגען אנדערע בתי דינים אויף דעם חברהמאן?

worldwar » 12/9/2005 07:29

כדענק ביי די סקול דיסטריקט פרשה איז ער גיווען די גרעסטע רחמנות אין סאטמר מיין הארץ איז אויסגיגאנגען פאר אים

בןמלך » 12/9/2005 16:57

געווענליך האבן בתי דינים נישט ליב צו רעדן נישט לטובה און נישט לרעה פון אן אנדערע בי"ד, קל וחומר אויף א טוען - כמובן. און ק"ו בן בנו של ק"ו אויף א טוען און בורר און בי"ד אינאיינעם.
אבער איך זעה עס זענען דאך דא סתם רבנים און חשובע אידן וואס רעדן זיך זייער אפ, זיי האלטן פשוט אז ער קען אונטערברענגען דעם גאנצן מושג פון דין תורה היל"ת. ווייל אז מ'קען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז "בי"ד" איז קארופטירט, (אפילו מ'רעדט נאר פון איינס צוויי בתי דין) אנטלויפן שוין מענטשן פון דין תורה, ה' ירחם.

באראפארקער » 12/9/2005 17:03

ajew

אזעלכע גזילות, פוי, א שייגעץ, א "איד" האט זיך געוואלט "ראטעווען" פין "גזילות",

די מאכסט מיך לאכען, לאז דיך נארען פין דיינע פערדען, ונראה דבר מי יקום.

yeedle » 12/9/2005 19:09

ענק האבען זיך יעצט דערמאכט פון יודל גרובער? ער טוט שוין די שגץ שטיק יארן.

אז איינער נעמט אים קענסטו פארשטיין יענער וויל נישט קיין ערליך.

עס איז באמת א שווערע קשיא פארוואס בתי דינים לאזען צו אזא שגץ שטיק אין אונזער סיסטעם אין מען קומט נישט ארויס קעגען אים, אבער ליידער אין אמעריקע איז יעדער פארנוצען צו היטען דעם אייגענער שאטען.

גלייב מיר אין עדה החרדית וואלט מען אזא טוען אראפגעשליידערט פון אלע סטעפס'

ClearView » 13/9/2005 07:27

נאך פילע בארטונגען מיט חשובע עסקנים ווי אויך גאר א ערנסטע רב, איז באשלאסן געווארען צי עפענען א פילע פראנט קעגן דעם עוכר ישראל און בעזרת השם אים עוקר זיין מן השורש. מיר האבן צוזאמגענומען א שטאב פון מיושבדיגע אישים ציבוריים, מענטשען מיט כח און געלט, וואס זענען גרייט איינמאל פאר אלעמאל צי ענדיגען דעם געוואלדיגען אכזריות ומרידה בה' ובתורתו, וואס ווי ארויגעברענגט ביי אסאך, גייט דאס שוין אן יארן לאנג, און דאס גייט ענדליך יעצט קומען צי אן ענדע. וויבאלד מיר ארבייטן צוזאמען האבן מיר נישט מורא פון קיין שום דרוק אדער טעראר וואס ער וועט פרובירען צי נוצן, ווי געזאגט האבן מיר גאר א חשובען רב וואס איז אליינס כסדר ביי דיני תורה און זייער אריינגעטון אין די עניינים, און ער איז אונז גרייט צו שטיין ביי די האנט אז מיר זאלן נישט צוזאמברעכן פאר די קומעדיגע מבול פון צעטליך, שטיקלעך, און סטראשענוקעס.

אבער רבותי מיר דארפן אייער הילף!

אט איז וואס אונז פלאנען צו טון אלץ די באלדיגע נעקסטע שריט: מיר ווילן צוזאמנעמען גביית עדות פון מענטשען וואס האבן פערזענליך געגעסן מרור פון דעם קאמפאני, מענטשען וואס קענען מעיד זיין אז ער האט גענומען געלט אלץ טוען, און אין די זעלבע צייט געשיקט צעטליך אלץ א בי"ד, מענטשען וואס קענען מעיד זיין מיט דאקומענטן אז זיי האבן אים קלאר געשריבען אז זיי ווילן זיך נישט מתדיין זיין ביי אים, און ער האט ווייטער געשיקט הזמנות כאילו לא היה, מענטשען וואס ער האט זיך מיט זיי אראפגעזעצט כאילו אלץ "מפשר" וואס פרובט אויסציגלעטן די דין ודברים, גענומען געלט פארדעם און באלד נאכדעם ווייטער געגאנגען מיטן פראגראם פון הזמנות און סירובים. אט די אלע זאכן און נאך פון זיינע מעשים טובים דארפן מיר קענען גובה עדות זיין פון די פערזענליכע בעלי דין וואס האבן דאס מיטגעלעבט. מיר פארשטייען אז קיינער וויל נישט וואשן זיינע וועש ברבים, און אויך ווייסען זיי נישט ווער עס שטייט דא פון די אנדערע זייט, פארדעם האבן אונז באשלאסן קודם צוזאמנעמען פון געקליבענע יחידים וואס זיי האבן איבערגעלעבט, און זיי קענען באשטיין מ'זאל זיי רופן און באשטעטיגן אז מ'רעדט דא פון א ערנסטע זאך, און מ'קען זיך אויפדעם פארלאזען, ווי אויך וועט דער רב גרייט זיין אין עטליכע וואכן (טענ'ט אז ער איז יעצט טרוד מיט טרדות החג..) ארויסציגעבן זיין נומבער מען זאל קענען רופן ביי אים באשטעטיגען.

נאכדעם וואס אונז וועלן האבן גענוג עדות פון פעזענליכע דורכלעבנישן, וועלן מיר דאן אנפאנגען וואס מ'דארף, דהיינו אריבערגיין צי "אלע" רבנים אין אמעריקע, ליטווישע און חסידישע צוגלייך, ארפלייגן פאר זיי קלארע פאקטן, געשריבען מיט בלוט דורך דער בעל המעשה אליינס. מיר וועלן אראפ ברענגען די מענטשען זאלן עדות זאגן וואס ער האט מיט זיי געטון. מיר זענען זיכער אז ערנסטע רבנים וועלן נישט שווייגן, און וועלן טון צי די זאך ארויסצוגעבן א איסור אויף דעם פארשוין וכת דיליה צי פראקטיצירען דיינות ורבנות. און אויב מיר וועלן מצליח זיין וועלן מיר באקומען די קהילות אינטערצושרייבן אז זיי וועלן נישט אנעמען גארנישט וואס געהערט זיך אן מיט זיין בית דין. און אט אזוי וועלן מיר בעזר השם מצליח זיין גענצליך אפצוטון דעם נגע פון כלל ישראל, און צוריק שטעלן טראסט פון דעם עולם אין די בתי דינין.

כדי דער מערכה זאל קענען מצליח זיין כדבעי און די אלטבאזעסענע רבנים זאלן זיך צי דעם צישטעלן וועט דאס נישט קענען געפירט ווערן פון די אינטערנעט כמובן, מיר גייען בקרוב צישטעלן א פעקס נומבער ווי מ'וועט קענען אריינפעקסן יעדער זיין פרשה, אויף א געהיימען אופן, אויף דערווייל קען מען אריינשיקן די אינפערמאציע צי clearview11219@yahoo.com ביז דער פעקס נומבער וועט קומען לידי מעשה.

ווי פארשטייט זיך וועט דאס אלעס ווערן געהאלטען אין שטרענגסטען געהיים, און אזויווי געזאגט וועלן מיר האבן מענטשען ביי וועם מ'וועט זיך קענען נאכפרעגן ווי לעגעטים מיר זענען.

און פון אייך רבותי בעטן מיר איין זאך, יעדער ווייסט צי זאגן ווי ער צאפט שוין די בלוט יארן לאנג וכהיינו וכדומה.. דאס איז נישט גענוג, יעדער וואס ווייסט א מעשה אדער וואס קען איינער וואס איז אריבער די גיהונם, ביטע שיקט עס אונז אריין, וועט יעדער האבן א תועלת פון דעם און מען וועט קענען אויפטון למעשה.

ווער עס האט עפעס צוציגעבן (אדער אראפצונעמן..) ביטע ארויפלייגן אדער שיקן צום אויבען דערמאנטען אימעיל.

ישר כח, בשם הועד


באראפארקער » 13/9/2005 16:29

הצלחה רבה ר' קליר וויא,

אבער די האקסט סתם א טשייניק, די האלטס נישט ביים קיין אפען, ווען יא וואלסטו געטוהן למעשה, נישט סתם געשריבען אויף היידפארק, ווען עס האט זיך פונקט געמאכט אן אשכול.

גיי דיך מיט דיינע באבע מעשיות אז די האסט א רב וואס טוט אין די ענינים, און גיי דיך מיט דיינע חלומות אז די וועסט האבען גביית "עדות" פין מענטשען וואס וועלען דיך מעיד זיין אויף די אויווען דערמאנטע חטאים עוונות ופשעים.

איך ווייס נישט צו די מעשיות אויף אים זענען אמת אדער נישט, אבער די מערסטע האב איך ליב, ווען א צוציק שטעלט זיך אויף, און רופט אויס "מי לד' אלי", ווען ער ווייסט אפילו נישט וואס ער לאזט זיך אריין, און אלעס וואס ער קען טוהן איז שרייבען אונטער א באהאלטענע ניק אויף היידפארק......

upto » 13/9/2005 16:37

איך מיין אז דא רעדען מענטשען וואס עס דרוקט זיי די באבובער געשעפט עס האט גארנישט מיט מציאות

בןמלך » 13/9/2005 18:21

בארא פארקער, ביטע לייג יעצט דיינע נגיעות אין א זייט. יא, ער האט פערצופאל יעצט געארבעט פאר זאכן וואס זענען נאנט צו דיינע אינטערעסן. אבער דאס בארעכטיגט נישט דו זאלסט זיין א מצדיק רשע.
ווען עס זענען דא מעשיות וואס זענען ניכרים דברי אמת וצדק, און אויב דו האסט נאך נישט געהערט פון די מעשיות, האסטו שוין זיכער - דו, אלס א וויליאמסבורגער איינוואוינער געהערט אנדערע מעשים טובים אויף דעם אויבנדערמאנטן ראב"ד.
דו מוזט נישט איבעראל און אלעמאל אריינרעדן.
ווען אידיש בלוט רינט, שטעל דיך אין א זייט, שטיי נישט לעקן יענעם'ס בלוט!
UPTO
גיי קוק נאך מיינע אלע תגובות און זעה צי איך האב עפעס אינטערעסן אין די באבובער מערכה, מיש נישט לאקשן מיט קניידל.
איך האב געהערט במשך השנים עטליכע האלבע און גאנצע מעשיות, וואס איך האב עס עגהערט און געגאנגען ווייטער. יעצט האט מיר די השגחה עליונה צוגעשיקט א חשובער עסקן וועלכער האט מיר דערציילט איין שוידערליכע מעשה, וועלכע איך האב דא אראפגעברענגט און מיט דעם געעפנט דעם אשכול, און פון דארט בין אין פארבינדן געווארן צו אנדערע עטליכע ערשט האנטיגע מעשיות, וואס שרייען ביזן הימל.
דא רעדט מען נישט פון קיין באבובער מעשיות, דא רעדט מען פון מעשי אלימות, מעשי רציחה, מעשים אשר לא יעשו!
וואס א מענטש איז גרייט צו טוהן פאר אפאר דאלער, און צו תופס מקום זיין צווישן די "אקצעפטירטע" טוענים, ווייל אז לערנען קען מען נישט, און ביי א דין תורה קען ער קוים עפענען דאס מויל, ווי ער ווערט נעבעך צומאלן פון די אנדערע געשליפענע טוענים, נעמט ער א נייע מיטל וואס הייסט אויף אידיש: פראוד!
כלל ישראל איז נישט מחוייב צו שטיין מיט פארלייגטע הענט און לאזן שמייסן אונזערע ברידער אומבארעכטיגטע שמוץ, איך האלט טאקע נישט ביים ארבעטן, דו האלטסט אויך נישט ביים ארבעטן. אבער ווי עס זעט אויס פון די תגובות זענען דא אידן וואס זענען יא גרייט צו טוהן צו דער זאך, דארף מען זיי געבן חיזוק אויפן גרויסן פארנעם, כה לחי! בשם ה' יעשו ויצליחו.
קלעיר-וויו, ווער נישט נתפעל פון קיינעם, טוה וואס דו האסט צו טוהן, עס וועלן אי"ה אפירקומען פיל געליטענע פון די פארברעכערישע בי"ד/טוען/בורר און דיר שטיין צו די האנט, ותתברכו כולכם מן השמים.

באראפארקער » 13/9/2005 18:28

בן מלך, upto
מיר גייט נישט אהן אויב גרובער גייט אין די אדמה, ער איז סך הכל טוען, און דערווייל זעהט מיר אויס ווי פין די באבאווער פרשה, אז ער טויג גאנץ גוט צו די מלאכה.

די סבה פארוואס ער טוט די מעשים אשר לא יעשו (אויב איז עס אמת) מוז נישט זיין ווייל ער טויג נישט, עס קען זיין מחמת טויזענט אנדערע סיבות.


אבער די אמת דארף ארויסגעברענגט ווערען, ליצנות מאכען אויף היידפארק, און סטראשען אז מען גייט זיך צוזאמען נעמען וכדומה, כדי צו צוברעכען דעם גרובער, איז סתם מביא לידי גיחוך, און ווייזט אויף איינער וואס איז היבש קליין קעפיג.

און ווער מיר נישט קיין גאנצע צאצקע, אז איך שטיי און פארגיס יענעמ'ס "בלוט" ווייל איך מאך חוזק פין די "מתקנים" דא אויף היידפארק.....


איך מעג און וועל איבעראל אריין ווארפען מיינע קאמענטס, צו די האסט עס ליב אדער נישט. איך בין נישט דא נושא חן זיין ביי דיר אדער ביי א צווייטען, דאס טוה איך ביהמ"ד און אין כולל (אפשר יעצט?).


און איך זאג איבער נאכאמאל, אדרבה ואדרבה, יבואו ויגידו, זאלען אנדערע מענטשען קומען און פארציילען זייערע horror stories וואס זיי האבען מיטגעמאכט אין די היינטיגע בתי דינים (נישט לאנג האב אליין געפענט אן אשכול דערוועגען). אבער לאמיר עס נישט נעמען צו ווייט, און זיך איינרעדען אז מכאן (היידפארק) תצא הוראה לישראל.

ליכטיג » 13/9/2005 18:42

יודל גרובער נעמט אראפ עיקולים וואס אנדערע חשובע בתי דינים לייגען.

יודל גרטובער גיט ארויס היתרי ערכאות ווען עס איז נישט דא קיין שום סיבה דערפאר.

נישט איין מאל נישט צוויי מאל נאר מעשים בכל יום.

אז די נעמסט אים פאר דיין טוען, טוט ער דיר אלע שגץ שטיק וואס עס קען נאר זיין.

א גרויס חלק בתי דין אין אמעריקע נעמען אים בכלל נישט אריין אפילו פאר א טוען, וועגען די סארט שטיק.

אז עס געפעלט איינעם נישט אזא סארט אשכול, זאל ער זיך אויפירען נארמאל אין ערליך וועט גארנישט זיין.

דער פאקט איז לעת עתה איז ער איז א פארברעכער.

בןמלך » 13/9/2005 18:43

ב"פ
דו מעגסט איבעראל אריינווארפן וויפיל קאמענטס דו ווילסט, דו שרייבסט ב"ה שיינע תגובות מלא טעם. אפילו נעכטן ביי דעם אשכול "נייער אידישער ישוב" האסטו מיך יא פארשריגן פאר אריינווארפן "מיינע" קאמענטס.
איך האב געשריבן זייער קלאר וואס איך מיין, און דו ביסט ב"ה א קלוגער מענטש, דו פארשטייסט דאס אויך.
צי וועט פון דעם היידפארק טאקע ארויס קומען עפעס ממשות, ווייס איך נישט, דו אויך נישט. ימים ידברו...

upto » 13/9/2005 19:19

בןמלך טייערער


איין מעשה פליז

בןמלך » 13/9/2005 20:13

ליין דורך דעם אשכול פון אנהייב ביזן סוף, וועסטו זען מער ווי איין מעשה.
דערנאך גיי ארויס אויף די גאס, און אזוי ווי איך האב געהערט קענסטו אויך הערן, פארשטייט זיך, נאר אויב דו ווילסט הערן...

upto » 13/9/2005 22:24

בןמלך טייערער




דאס איז אלעס היידפארק מעשהלעך אן קיין שום דעקונג

בןמלך » 13/9/2005 22:47

זייער גוט, מיר וועלן שרייבן די מעשיות וואס האבן פאקטיש פאסירט אחת לאחת, אין די רייע, און אזוי וועלן ווייטער אפיר קומען נאך פארווייטאגטע אידן וואס זענען ליידער שרעקליך בא'עולה'ט געווארן דורך די טרויעריג באוואוסטע בי"ד קאמפאני, און דו זאלסט ממשיך זיין און ווייטער נאך יעדן תגובה זאלסטו איבער'חזר'ן דיין לחש...
א גוט געשעפט?

upto » 13/9/2005 23:48

הייב טאקע שוין אן

אבער נאר מיט פראאוו

ClearView » 14/9/2005 05:34

טייערע ר'upto נ"י

איך וויל אייך פרעגן וואס פונקטליך וואלט איר געוואלט אלץ "פראוף" דא אויף היידפארק? די נעמען פון די מענטשען, די פונקטליכע עסק צווישן די צוויי שותפים? אדער די פונקטליכע מסירה וואס א מאן האט ארייגעגעבן אויף זיין פרוי אין קארט? אפשר די קאורט פאפירען מיט די נעמען פון די "דעפענדענטס" און די לויערס?

אפשר פארגעסט איר אבער מ'רעדט נישטא פון די סאטמארע אדער באבובע קעיס ווי נעמען ווערן געפאסטעד אויף היידפארק, דער יוד, און דער בלאט. מ'רעדט דא פון מענטשען ווי איך און דיר וואס זענען ליידער אדורך זייער שווערע מצבים, צי אין ביזנעס, צי בין איש לאשתו, ווי די קאורט פאפירען רעדן דורך מיט גרויס עמקות פונקטליך וואס איז פארגעגנאגען בין איש לאשתו, אדער פונקטליך וויפיל געלט די צוויי שותפים האבן געמאכט אדער נישט געמאכט, און יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס קען נישט ווערן געפאוסט דא.

אבער איך האב צי אייך איין שאלה קטנה, עס שטעלן זיך דא אויף א סך הכל פון 8 מענטשען: בן מלך,ליכטיג,יישר_כח,טובעין,ClearView , אידישקינד,קרינסקי,yeedle און זאגן אלע אז זיי ווייסען אדער עפעס בפרטות אדער אנגענומענע פאקטן אויף א געוויסע מענטש, געוויסע זאגן גאר אז דאס גייט שוין אן יארן לאנג און קיינער טוט גארנישט וכהיינו וכדו', איז וואס פונקטליך ווילסטו?, די ווייסט אנדערש? די ווייסט דוקא אז ער איז אן אנגענומענע פוסק הדור וואס אלע דיינים ציטערען פאר זיין ווארט? די ווייסט אז עס איז דא מענטשען וואס לאזען ארויס סתם בייזע בלבולים אויף אים על לא דבר? מיר אלע רעדן פון פאקטן וואס זענען פארגעקומען ביי פריוואטע מענטשען זה בכה וזה בכה? וואס ווייסטו אנדערש? אדרבה ווענד אונז אפ און ירא הקהל וישפוט..

און יעצט צום שלוס, אז איר ווילט דוקא זיך איבערצייגען, נעמט ארויס א פאונבאק זעהט אויב ער איז אדווערטייזד אלץ טוען, איצט נעמט נאכאמאל ארויס א פאונבאק און זעהט צי ער איז אדווערטייזד אלץ בי"ד, אויב דאס איז אייך צי שווער, מישט אויף צי איינע פון די באבובע מחלוקת פורומים, זעהט זיין בריוו מיטען לעטערהעד "ראב"ד אורחות המשפט" אבער שרייבען שרייבט ער אלץ טוען, יעצט פרעג איך אייך, דארף מען עפעס מער פון דעם? איינער וואס איז קלאר באצאלט אלץ א טוען, ווי קען ער נאך זיין א בי"ד אויך? ווי קען א געדינגענע טוען גיין און ארויגעבן א "היתר ערכאות" אדער א "הסרת עיקול"? ווי קען א טוען גיין און ארויסגעבן א "כתב סירוב" ווי איז פארלוירען געווארען דעם פסוק פון "לא תקח שוחד"???? רבותי האט איינער א ענטפער אויף דעם? איז דאס א קלאץ קשיא?

טאמער איר זענט נאך אלץ נישט באגנוגט, דאן נעמט נאכאמאל דעם טעלעפאון ביך, מישט אויף צי די "רבנים ודיינים" אפטיילונג, און נעמט אייך קלינגען רב נאך רב וואס זענען עוסק אין דין תורות, פרעגט מיט א תמימות צי איר מעגט נוצען ר' יודל גרובער אלץ טוען, צי איז דא עפעס קעגן אים. נאך ווען איר זענט פערטיג קומט צוריק דא אויף היידפארק און געבט איבער די רעזולטאטן...

איל וויל נאכאמאל ארויסברענגען: די מערכה גייט נישט געפירט ווערן אויף די אינטערנעט, מיר ארבייטן שוין יעצט אויף די פעקס נאמבער, ווי אויך אויף א בריוו ארויסגעשיקט צי ווערן אין ברוקלין מיט די אנווייזונגען ווי אריינצופקעקסן די אינפארמעשן, ווער עס האלט אז וואס מיר טוען איז נישט ריכטיג אדער נישט ווערט, זאל מוחל זיין און שיין מסביר זיין פארוואס, מיר וועלן ניטאמאל ענטפערען אויף לשונות ווי "באבע מעשיות" און "צוציק" וכדומה להן

אגב, איך בין א יליד סאטמאר וואס געהערט זיך נישט אן מיט באבוב לא לכאן ולא לכאן

א ישר כח




תוקן על ידי - ClearView - 14/09/2005 5:36:44

בןמלך » 14/9/2005 19:20

ידידי מר אפטו.
ווי עס קוקט אויס פון די אנדערע תגובות, ארבעט מען אויף ארויס צו קומען מיט קאנקרעטע סחורה, ווי קונטרסים ומכתבים מלא חומר באגלייט מיט דאקומענטן וכדו'. ווי איך שטעל מיך פאר וועט דארטן זיין פרוף, אסאך פרוף.
ווי פארשטענדליך איז נישט היידפארק דער מקום צו ארויסציען יעדנס פריוואטע מגילה. משא"כ מיט א קונטרס און דאס גלייכן, ווי מקען עס האלטן צו א געוויסע קאנטראל. און דאס וועט בעז"ה ברענגען די הימל שרייענדן פארברעכן צו אן ענדגילטיגן סוף! ובשם ה' יעשו ויצליחו.

עפשטיין » 14/9/2005 20:09

איך בין ברוך ה' קיינמאל נישט געווען ביי א ישיבת בית דין, אבער איך האב אונגעפרעגט נעכטן איינעם וואס איז א ספרא דדיינא ביי א מפורסמדיגער בית דין, האט ער מיר געזאגט אז יש דברים בגוי, עס טוט זיך יעצט א גערודער פון קרבנות קעגען ר' יהודה גרובער.

משנתחסידים » 15/9/2005 19:18

למעשה מעג א טוען אויך נישט זיין קיין פארברעכער.

אז א טוען קומט אן ווי א לץ און מאכט ליצנות פון הלכה אין פון יענעם'ס טענות ווי א ביליגער לץ אין דריי קאפ וואלט געווען מן היושר אז בית דין זאל אים נישט אריינלאזען.

ClearView » 18/9/2005 05:28

אין אונזער אימעיל איז אנגעקומען א אינטערסאנטע מעסעדזש:

יענער וויל בשום אופן נישט געבן מער פרטים. ער זאגט נאר אז עס האלט ביים עקספלאדירען יעצט מיט א היתר מאה רבנים וואס יודל גרובער'ס קאמפאני האט ארויסגעגעבן, און למעשה איז ארויס פון דעם ממש א איסור פון אשת איש לעלמא! מער פון דעם וויל ער נישט מגלה זיין. פאר אונז איז למעשה זייער וויכטיג מער פרטים בכדי צי קענען פארענדיגען דעם בריוו וואס מיר האלטען ביים ארויסשיקען. אויב האט איינער מער פרטים ביטע עס שיקן, אדער ארויפלייגן דא פארשטייט זיך אן א נעמען.

א דאנק

ערנסט » 18/9/2005 20:56

זינט איך בין געבראכט געווארן צום אויפמערקזאמקייט אויף דעם קארופטירטן טוען-בי"ד, האב איך זיך מער אינטערעסירט אויף דעם פארשוין ענד קאמפאני. און טראצדעם וואס פיל מענטשן האבן קוים געוואוסט אז אזא באשעפעניש עקזיסטירט און פונקציאנירט, שטעלט זיך ארויס אז א גרויסער ציבור טראגט זיך נעבעך ארום אויף דעם חברה-מאן מיט א שווער פעקל און א שווער הארץ.
און אידן שטייען און שטוינען מיט אפענע אויגן, וויאזוי דאס קען אזוי אנגיין אומגעשטערט שוין א שיינע פאר יאר. אבער עס ווייזט זיך אויס, אז די קארופטירטע שטיק אויף דעם גרויסן פארנעם, איז א גאר לעצטיגע פראבלעם, בלויז אין די לעצטע עטליכע יאר האט ער זיך גענומען צו די שייגעץ שטיק ווי אויבנדערמאנט.
זיין היסטאריע האט זיך אנגעהויבן מיט א צירקע צען יאר צוריק, ווען ער האט זיך מאיזה סיבה געפונען אינדרויסן פון זיין הויכע פאזיציע ווי ער האט תופס מקום געווען ביז דאן.
ער האט זיך דעמאלס פרובירט ארויפארבעטן אין פעלד פון כשרות און השגחה, צוליב די אומשטענדן אין יענע צייט, האט זיך עס אים נישט איינגעגעבן. האט ער געעפנט א בית דין. און אזוי ווי עס זענען דורך יארן און דער בי"ד האט נישט געכאפט ביי כלל ישראל, האט ער זיך אנגעהויבן פארלייגן בעיקר אויף הזמנה שלישי'ס, עיקול'ס ועוד, און דאס האט אים אויך געברענגט דערנאך אנצוהייבן מיט הסרת עיקול'ס והיתרים לערכאות רח"ל, און וויבאלד קיין דין תורות זענען ביי דעם בי"ד כמעט נישט פארגעקומען, און דער קליענטעל איז געווען גאר א קליינער, האט ער זיך דערקלערט אלס טוען, און אויטאמאטיש געהאט צוטריט צו פאלוירענע אידן וועלעכע האבן געזוכט עפעס צו קריכן "איבער'ן" שלחן ערוך, און ער איז פארבליבן אלס אזוינס, און אזוי שטייט ער און שמייסט אידישע קינדער אן רחמנות טאג טעגליך.
אבער ווי עס ווייזט זיך, האט ער ארייגעביסן אין א פארשימלטן פלוים, איינמאל און נאכאמאל, און די ווערים האבן אנגעהויבן קריכן, ער האט זיך איינגעקויפט א מפטיר ביי כמה פערזאנען - פון פארשידענע אנדערע דין ודברים - וועלכע זענען נישט פון "לעמעך לאנד", עס פעלט נאר אויס יעצט די מענטשן זאלן זיך צוזאמקומען און קאארדינירן ווי געהעריג, און דאס וועט אים מן הסתם איינמאל פאר אלעמאל שטעלן אין ריכטיגן פלאץ.

ערנסט » 20/9/2005 22:56

אן אינטערעסאנטע עובדא האב איך געהערט מענין לענין באותו ענין.
א מגיד האט פארציילט:
ווי באוואוסט איז דא א גרויסע גן עדן, און אויך א גאר גרויסער גיהנם. צווישן די צוויי איז דא א דיקער וואנט וואס טוט אפטיילן צווישן זיי.
אמאל האט געטראפן א שרעקליכע מעשה, און די וואנט איז איינגעפאלן. ס'האט זיך אנגעהויבן א גרויס גערודער, די פון גן עדן האבן געשריגן געוואלד, ס'איז שרעקליך הייס, מ'זאל שוין תיכף פארריכטן דעם גרויסן וואנט. ווידער די איינוואוינער פון גיהנם האבן געשריגן, גוט אזוי, אזוי זאל עס בלייבן, ענדליך קומט אריין א ביסל פרישע לופט...
עס איז געווען א שרעקליכע דילעמא, וואס טוט מען דא? וועמען גיט מען גערעכט? פרעגט דער מגיד ביים עולם, נו, וואס זאגט איר, ווער האט געווינען? דער עולם קוקט זיך ארום און ווייסט נישט וואס צו ענטפערן. זאגט דער מגיד איך וועל אייך ענטפערן:
אוודאי האבן די גיהנם איינוואוינער געווינען, אלע טוענים געפינען זיך דאך דארטן...

ערנסט » 20/9/2005 23:06

איך מיין נישט חלילה צו באליידיגן אלע טוענים, יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, אבער בדרך כלל איז דער טוען ביזנעס נישט דאס וואס חז"ל מיינען מיט פרנסה נקי' וקלה...
בפרט ווען א טוען/ביזנעסמאן פירט אן מיט א מכלומרשטן בי"ד, וואס באשטייט פון נישט מער ווי א פעקל פלוס פאפיר, און פיגורירט מיטן בי"ד נאמען בלויז צו אונטערהאקן דעם כח בי"ד יפה און דעם כח התורה, צו ווארפן היתרים לערכאות, היתר מאה רבנים'ס, סירוב'ס, והסרת עיקול'ס וכדו'.

Baachi » 21/9/2005 00:15

לדעתי איז א טוען א פרנסה ווי אלע פרנסות

ס'דא צדיקים ס'דא ערליכע אין ס'דא קליינע גנבים און ס'דא גזלנים

אזוי ווי די דאקטורים און די פלאמבערס

איך האב זעהר מורא אז סוועט גארנישט ווערן פון דעהם גאנצן סקאנדאהל, קיינער מאכט נישט קיין געלט םון אויפדעקן שמוץ. מיילא וועט דאס באלד פארגעסן ווערן אזוי ווי דער שמירת שבת פון דעהם מוציא מבין.

שוין געזעהן ערגערע סקאנדאלען פון "רבנים" וואס האבן ממש מתיר געוועהן איין אשת איש לעלמא צוליעב א פאהר דאלער אדער א טובת הנאה. ואין פוצה פה.

דאס איז אמעריקע.

בןמלך » 21/9/2005 00:30

צי וועט עפעס זיך אנטוויקלען פון דעם סקאנדאל? צי וועט דאס בלייבן דא אין היידפארק? דאס ווייס איך נישט, דו באטשי ווייסט אויך נישט.
לאמיר אביסל צו ווארטן.
עס זענען דא אנדערע שרייבער דא אין דעם אשכול וואס שרייען חי וקים אז זיי קומען מיט א באמבע. לאמיר שטיין און זען און נישט ציען קיינע מסקנות און נישט מאכן קיין אויבערפלעכליכע השערות.
ווייל ווי מ'זעט פון צווישן די שורות פון פיל תגובות, האט ער זיך אנגעשטויסן אין אן אייזבארג, און עס איז שטארק מסתבר אז עס וועלן זיך יאווען אידן בדוגמתו אים לערנען א פרק מסכת בלק...

טובעין » 21/9/2005 02:07

איך האב מורא אז עס וועט זיך גארנישט אויסלאזען פון דעם סקאנדאל.

איך האב געהערט פון א מקור מוסמך אז יודל גרובער קען זיצען ביי א נארמאלע בית דין ווי א טוען, אין טרייבען ליצנות ווען א צד שני זאגט אויסגעהאלטענע טענות, במקום צו ענטפערן, אויף יענעם'ס טענות.

מילא אז ער האלט ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות קען איך פארשטיין, אלע וואס ליינען דעם אשכול זעין דאך וויפיל יראת שמים ער פארמאגט, אבער פארוואס לאזען דאס נארמאלע דיינים צו?

אין א קאורט אויב א אדוואקאט טוט דאס גיט ער אין חד גדיא, אין א בית דין ווי עס איז דא דער שכינה קען מען מאכען די ניגריגע שטיק.

אלא מאי איין האנט וואשט דעם צווייטער, אין דער אשכול איז א שאד.


אגב איך קען פערזענליך ערליכע טוענים.

ClearView » 21/9/2005 16:45

אט איז דער פעקס נומבער אריין צי שיקן וואס איר ווייסט וועגן דעם בי"ד קאמפאני:

646-825-2754

אזוי ווי געזאגט האטלן מיר אלעס אין שטרענגסטען געהיים, און ווער עס וויל קען אריינפעקסן א פאלאנג צו רעדן צי א רב, ביטע לאזט איבער אייער טעלעפאון נומבער ווי מ'קען זיך מיט אייך פארשטענדיגען.

די אינפארמאציע גייט גענוצט ווערן צו נעמען צי רבנים, און אויפשאקלען דעם עולם התורה ויהדות, ווייזען לעיני ישראל וואס פאר א רשעות און מרידה בהשם דא גייט פאר אן קיין שום בושה פאר יארן לאנג. מיר ארבייטן שטאטליך און נישט ווילד, מיר ווייסען אז עס וועט נעמען אסאך געדולד און שטארקייט דאס דורכציפירן, אבער מיר זענען בטוח אז די אלע פעולות וועט האבן די אויסגאנג וואס מיר אלע ווילן: א ענדע צי יודל גרובער'ס קאמפאני. מיר בעטן אייך נאכאמאל, שטייט אונז צי הילף, יעדער איינער מיט וואס ער קען, בעיקר מיט אריין שיקן ווי מער ערנסטע חומר, זאכן וואס וועלן האבן די ריכטיגע עפעקט אויף די וואס טוען עס דורך.

מיר ווילן דא קלאר מאכן: די מערכה איז נישט קעגן טוענים בכלליות, אזויווי אנדערע האבן דא געזאגט איז דא א שפאר ערליכע טוענים. די מערכה איז קעגן א טוען וואס רופט זיך אויך רב און אויך א בי"ד וואס גיט אים א געוואלדיגע כח כנגד התורה צי דערדריקען די אנדערע צד דורך "היתר ערכאות" און "כתב סירוב'ס" און "היתר מאה רבנים" און אזוי ווייטער, דאס ווערט געפירט דורך באזעסענע בעלי בתים צוזאמען מיט ערנסטע רבנים וואס האבן זיך צוזאמגענומען און מחליט געווען, גענוג! מיר וועלן טון אלעס אין אונזערע הענט צי ברענגען אן ענדע צי די בלוט פארגיסונג, העלפט אונז ארויס וועלן מיר קענען מצליח זיין אין אט די

ערנסט » 21/9/2005 17:28

קלעיר-וויא, חזק ואמץ!
מיר זענען גענוג געפלאגט מיט פראבלעמען, מיר דארפן נישט עס זאל זיצן א געלט פרעסער און בלוט זויגער און רייטן אויפן זאטל פון צובראכענע אידן, זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אפגעשטעלט ווערן די "פסיעה על ראשי עם קודש" וואס גייט דא פאר אויף אן אומ-נארמאלן פארנעם.
געב נישט אויף! עס מאכן זיך אמאל שוועריקייטן, אבער איר וועט אי"ה סוף כל סוף מצליח זיין. ד' עמך גבור החיל!
בלאט: 1 2