קארופציע ביי בית דין?
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1562716
קליערוייו
איך וויל דיר אויך וואונשן ה' עמך גיבור החיל!
אבער זאלסט וויסן אז דו לאזט זיך אריין מיט גרועים שבגרועים, וואס זיי נוצען די ידי עשיו און זיי האבן א תורה צו בארעכטיגן.
מכל משמר זאלסטו אבער זיך היטן נישט צו טרעטן צו קיין גויישע אינסטאנצן פון וועלכער סאיז נאר קאליר.
נישט קיין קארט נישט קיין פאליס אפילו נישט קיין RESTRAINING ORDER
ווייל תיכף רופט דיך מען דיך אויס אלץ "מסור" ודמו הפקר,
פאל נישט אריין אין דעהם TRAP
אלענפאלס זיי גרייט מען זאל דיך באשמוצען כאחד הריקים. די פרעסע האט ער.
און בעיקר וועט מען דיך באשמוצן - מן הסתם אין א "גאסט עדיטאריאל"- אז דו גראבסט אונטער די מערכות הקודש פון די בתי דינים וואס כ"ק רבינו זי"ע האט אויף געשטעלט מיט מסירת נפש בפועל ממש כידוע וכו' וכו'. ווי מען זעהט אז די "ראבאנוט" אין "איזראעל" האט האט איין "אזוי גערופענעם" בי"ד לערעורים. שזה היפך דת תורתינו הקדושה, וואס כידוע אז אלע גדולי ישראל בכל הזמנים זענען געוועהן דערקעגן כמבואר בחו"מ שבית דינא בתר בי דינא לא דייקי וגו' וגו'
זיי גרייט אויף דעהם וועסטו מצליח זיין
תוקן על ידי - baachi - 21/09/2005 23:00:24
קלעיר וויא,
און אפילו פאר דעם וואס באטשי נ"י זאגט, דארפסטו זיך אויך נישט שרעקן. דער בי"ד מיט איר ראב"ד-טוען-בורר וכל כת דיליה האבן נישט קיין פרעסע, נישט קיין קשרים, אלעס וואס זיי קענען טוהן איז בלויז ארויסגעבן א גרויסן כתב סירוב מיט קידוש לבנה אותיות, אדער אפשר א היתר מאה רבנים דיך צו ערלעדיגן. נישט מער.
ישר כח פאר די דברי חיזוק..
איך האלט אויך אז ער האט נישט קיין שום כוחות מער ווי א בי"ד לעטערהעד (וואס איז באמת א גרויסע כח..) אבער איך האלט אז יעצט האלט מען שוין ביי א פונקט ווי "יעדער" וואלט אים געוואלט זעהן אראפ פונם האריזאנט, קיינער האט נאר נישט די מוט זיך צו נעמען דערצו,אבער אזויווי אונז פאנגן אן אונזער מערכה וועט איר זעהן ווי אלע רבנים און עסקנים כאפן זיך צו, און קיינער קיין שום רב, דיין, אדער צייטונג וועט ארויסקומען אים מחזק צו זיין. אזוי איז אונזער השערה, אויב בין איך זיך טועה, זענען אונז ווי געזאגט גרייט אויף דעם אויכעט.
א דאנק
קליר
איך מיין אז די זאלסט אנהייבען רעדן מיט די בעסערע דיינים, ווי מכון להוראה אין טארטיקאב, אין התאחדות הרבנים.
איך האב געכאפט א שמועס מיט אן ערנסטן רב, און עס האט זיך אריינגערוקט דער נושא וואס קאכט זיך לעצטנס מיט דעם באנדיט מר. גרובער. ווי ערשטוינט בין איך געווארן, ווי נאר מ'האט בארירט דעם נאמען, איז ער ממש בלאס געווארן און געזאגט, אויב וועט מען דאס נישט תיכף אפשטעלן, קען נאך ארויסקומען גרויסע חורבנות, דאס איז א מענטש וואס מאכט חוזק פון דעם גאנצן ענין פון דין תורה, און מיט די שטעקענעס וואס ער האט - זיינע לעטערהעד'ס - האט ער שוין צובראכן פיל אידישע שטיבער, און אנגעזייט חורבן און איבערקערעניש ביי פיל חשובע און היימישע משפחות.
דער רב איז פערזענליך באקאנט מיט מערערע פעלער ווי דער טוען/בורר/טעראריסט האט אפן געארבעט נגד התורה ונגד השו"ע אן א שום מורא און אן הארץ קלאפעניש בין איש לאישתו ובין אדם לחבירו. ס'אפילו געווען א פאל וואס ער האט געזאגט דעם בעל דין אז ער דארף נישט פאלגן בי"ד, רח"ל.
נאך מער האט דער רב מורא, אז חוץ פון דעם וואס ער בא'עולה'ט אידן כסדר באופן נורא ומפחיד, ציטערט ער אז אנדערע טוענים זאלן דאס נישט אנהייבן נאכטוהן, יעדער טוען וועט גיין צום פרינטער און זיך דרוקן לעטערהעדס פון א מכלומרשטע בי"ד אזוי ווי גרובער האט געטוהן, און זיך נעמען פייפן אויף די ריכטיגע בתי דינים מיט א גרויסן שופר.. היל"ת!
ליכטיג
פאליטיקס אינדערזייט
דער בית פון די התאחדות האט צופיהל פוטער אויפן קאפ אז זיי זאלען זיך וואגן איינצורייסן מיט דעם גרובער.
ולפענ"ד די אנדערע בתי דינים אויך.
לאמיך דיר מסביר זיין דעם יסודות'דיגן פעלער פון אונזער סיסטעם
בנוהג שבעולם דא הי, גייט א בעל דין צו א טוען, און דער טוען רעקאמענדירט איהם א בית דין.
וועלכן בי"ד מיינט איהר וועט ער רעקאמענדירן?
ווי ער האט די מערסטע טשענסעס צו געוואונען!
ווי ער איז היימיש, ווי מקען איהם, ווי ער קען דעם מהלך פון די דיינים. אין בעיקר ווי ער האט שוין געוואנען אפאהר ד"ת
ווען ער קומט צום בי"ד און דער "ראש בי"ד" דערקענט דעם טוען וואס האט ביי איהם געוואונען יענע וואך א גרויסע ד"ת, כאפט ער אז תיכף דעהם טעם פארוואס דער טוען ברענגט איהם ביזנעס, און דער אנדערע צד שכנגד נישט.
טרעפט צו וועלכן טוען דער בי"ד איז יעצט נוטה?
אמת אז אלעס דארף א תיקון, בתי דין בכלל זענען ליידער נישט דאס זעלבע ווי אמאל, און איך מיין אז אפשר די בעלי דינים זענען אויך נישט דאס זעלבע ווי אמאל.
עס איז אבער נאך אלס א אומדערהערטע חוצפה און ליצנות פון כל הקודש צו אנפירן מיט די חוזק מהלך פון א " פשוט'ן פראסטן טוען " צו שפילן מיט דריי פנימ'ער אויף איינמאל, צו ערשט ווערט ער פאר דעם בעל דין א טוען און לאזט זיך גוט באצאלן, דערנאך ווערט ער א בי"ד און שיקט א הזמנה פאר זיין קליענטס צד שכנגד, דערנאך ווערט ער א טוען און א בי"ד אינאיינעם ווען ער נעמט אראפ עיקולס און איז מתיר לערכאות, און שרייבט סירוב'ס, דערנאך ווערט ער צוריק א " תמימות'דיגע " בי"ד ווען ער נעמט אראפ די איסור לערכאות וואס אן אנדערע בי"ד האט ארויפגעלייגט אויף "זיין" באצאלטן קליענט, אזוי אויך נעמט ער אראפ דעם סירוב פון זיין קליענט ווען א בי"ד כשר בישראל גיט ארויס אויף אים א סירוב ווייל ער איז נישט ציית דינא, פארשטייט זיך דאס אלעס אויך פאר א שיינע מטבע אנצוזעטיגן דעם טוען'ס גרויסן אפעטיט. וחוזר חלילה.
ולא יעשה כזאת בישראל. עיוות הדין שאין כדוגמתו!!
באטשי
לויט דיין קאפ איז דער אמעריקאנער בית דין סיסטעם קארופטירט?
וואס פאר א פוטער ווייסטו אויף בית דין התאחדות? אויב עס וואלט געווען וואלטען עס די אהרונים שוין יעצט גענוצט ביי דעם הזמנה פון רז"ל.
די איינציגע פראבלעם וואס איז זע איז אז התאחדות וועט נישט האבען קיין אימון קעגען גרובער, ווייל מען וועט זאגען אז זיי טוען אז פאר נקמה, נאכדעם וואס זיי האבעם אים ארויסגעווארפען בשן ועין.
איך מיין אז אזא ישועה קען קומען פון די עדה החרדית, לויט ווי איך פארשטיי פון דעם אשכול האבען זיי זיך שוין באגעגנט מיט זיינע מעשים טובים.
עפשטיין
"וואס פאר א פוטער האט די התאחדות?"
דו מאכסט זיך?
ווייסטו וואס? ביזט גערעכט! ס'נישט פוטער. ס'איז חלב, (מיט א קמץ אדער מיט א צייריי TAKE YOUR PICK)
תוקן על ידי - baachi - 27/09/2005 17:03:26
איך בין געוואויר געווארן א געוואלדיגע חידוש, נעמליך, אז דער חשובער מזכיר "הבי"ד" וספרא "דדיינא" און שבת גוי פון דעם טרויעריג בארימטן טוען/בורר/טעראריסטן קאמפאני, איז לעולם א פאלנער פשוטער מארגעזש בראוקער, ער האט נישט קיין שום שייכות צו חו"מ און צו די אלע האקעלע ענינים מיט וואס ער באגעגנט זיך, און וועלכע ער טוט מכלומר'שט פארטרעטן. און אלס פארט טיים דזשאב קלאפט ער אפ עפעס צעטלעך און חתמ'עט אונטער זיין נאמען, אזוי ארום איז דא א פארטיגע "פעמילי קאמפאני", שווער און איידעם האנט אין האנט, זיך אנשטאפן די קעשענעס מיט געלט פון יענעם'ס צרות, ביי יענעם זאל זיך גיסן בלוט, און די משפחה מאכט דערווייל א לעבן...
נו ר' קלעיר וויא,
שוין אדורך א שטיק צייט, ווי האלט די פראגרעסס??
האסט עפעס אן אפדעיט? וואס האט מען שוין אויף געטוהן??
גרובער ווייסט שוין לכה"פ, אז איינער קלעיר וויא איז קעגען אים??
באטשי
די שרייבסט
<שוין געזעהן ערגערע סקאנדאלען פון "רבנים" וואס האבן ממש מתיר געוועהן איין אשת איש לעלמא צוליעב א פאהר דאלער אדער א טובת הנאה. ואין פוצה פה. >
די ביסט געווארען א מגזם? אדער די שרייבסט פאקטען.
איך ווייס נישט וויפיל פראגרעס מר. קלעיר וויא האט שוין געזען, אבער איך האב שוין געזען אסאך פראגרעס. איך האב געהערט פון מערערע מענטשן אין בתי מדרשים און מקוואות אז עפעס "מיאוסע מעשיות קאכט זיך אויף גרובער". און פארשטייט זיך אז מ'מישט שוין טינופת קומט אפיר נאך און נאך און דער שטונק שפירט זיך שוין גאנץ גוט...
און האפנטליך איז דאס נאר דער אנהויב, ווי איך זעה איז קלעיר וויא זייער שטיל לעצטנס. שווייגן איז א גוטע סימן, לאמיר האפן אז עס קומט די ריכטיגע סחורה מסדר צו זיין דעם באם.
באראפארקער
כנ"ל אמאהל א רב האט געהייסן וואס א קהל האט איהם פריי וויליג אויף גענומען לראש עליהם, צו ער איז געוועהן פון די שרי אלפים צו שרי מאות צו שרי עשרות. ארב איז ער געוועהן, און מהאט געדארפט האבן א געוויסע מאס דרך ארץ פאר איהם.
היינט ליידער אין די דאזיקע מדינה, יעדער ליידיגייער קען קויפן א הויז, בויען א שול, ער טוט זיך אהן א זיידענע בעקיטשע, רופט זיך א נאמען פון א זיידן וואס האס געוואינט ערגעץ צווישען יערוסלעוו אין מיהלאוויץ און ויקרא שמו בישראל "רב".
ווער רעדט נאך טאמער קען ער אינסטאלען א מקוה, טוט ער זיך שוין אהן קורצע הויזן אינדערוואכן, אין גייט ארויף א מדרגה.
דאס "רבנות" איז ביי זיי א לייכטע זייטיגע פרנסה - דער עיקר פרנסה האבן זיי פון ריעל עסטעיט.
די חברה טיילען איסורים, השגחות, היתירים, עיקולים, וכדומה. זיי מיין איך.
איך זאג נישט. סדא זייער פיינע מענטשן צווישן זיי. מהאט הנאה פון זייערע סערוויסעס, אזוי ווי אין יעדען ליין איז דא ערליכע און סדא פארברעכער. פונקט ווי עלעטרישנס און פלאמבערס.
דער טיטול אליין ווייזט אויף גארנישט.
נאכאמאהל איך רעדט נישט פון די תלמידי חכמים און די מורי הוראה שבדור, וואס דער עצם ענין אז א ציבור פרעגט זיי שאלות, גיט זיי א ששטיקל התמנות אויף זיי און א כתר תורה.
לעצם הענין, איך בין נישט מגזם. אבער די טעג דארף מען נישט מעורר זיין קיין דינים. לאז עס לויפן, וכשם שדנתני לכף זכות כך ידינו אותך מן השמים
א כתיבה ונתינה טובה
ערנסט, האסטו געפרעגט א שאלה צי מ'מעג אנרופן אזא " חשובן " טוען/בורר מיט'ן טיטול " באם " ??
נישט אז איך האלט אז עס איז אזא טיפע שאלה, אבער סתם פאר נייגעריגקייט..
באטשי
דאס איז אמת, אז די פראבלעם מיט היינטיגע רבנים אז זיי זענען זעלבסט געמאכטע רבנים, וה"ה דיינים, קיינער האט זיי נישט אויף גענומען, איז א פראבלעם און א מכה לדורות, דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבען מיט די התחלה פין די רבי'ס וואס זיי האבען זיך אליין פראקלאמירט אלס דעה זאגערס.
ווי עס זעהט אויס וועט עס אנגיין ביז משיח וועט קומען, איז אלזא וואס האלסטו איז דער לעזונג צו דער דאזיגער פראבלעם?
בן מלך, יא, איך האב געפרעגט א שאלה, אבער מיין שאלה איז געווען אן אנדערע: צו טוה איך נישט פארשעמען דעם "באם", ווען איך שטעל איר צו אזא פערזאן צו דעם טיטל...
באראפארקער
דו האלסט דיך שוין פאר א "מורח ודאין"?
מורח ודאין = שטינקט און פסק'נט?
אדער בעסער, אריינגעשמירט און פארזיכערט?
תוקן על ידי - jid_613 - 29/09/2005 23:33:46
כשיש דין למטה אין דין למעלה, השי"ת זאל העלפן אז דורך דעם וואס מ'פרובירט מתקן זיין די ענינים פון דין תורה דא אונטן, וועט מען אונז אפשוינען פון אויבן. א גוט געבענטשט יאר פאר אלע אידן.
איך האב פונקט געהערט אז עפעס רודערט זיך לעצטנס מיט א גאר געמיינע מעשה אויף דעם חברה מאן. ער האט ארויסגעגעבן היתרים און התראות סירובס, און ניטאמאל געהערט די אנדערע צד, פשוט אלס א סערוויס פון א טוען... און אנדערע בתי דינים האבון זיך גענומען צו זיינע ביינער. איך האב נאכנישט געקענט מברר זיין אלע פרטים. איך האף אז אי"ה נאך שבת וועט נאכפאלגן מער פרטים.
אראפגענומען סירוב'ס אין עיקולים אן הערן דעם אנדערן צד טוט ער שוין א לאנגע צייט.
צו בתי דינים האבען זיך גענומען אויף אים, האב איך מורא אז זיי פסקנען ווי באטשי.
לבי אומר לי אז בסך הכל האט איינער געמוזט פארלירן א דין תורה ביי הרב י. גרובער און ממילא קערט מען וועלטן..
איך קען א דיין וואס הייסט הרב נ.מ.באב"ד וואס האט א ב"ד וואס רופט זיך טארטיקוב און אויב איז ר' יודל ג. נישט קיין דיין איז וואס איז שוין אזהרה בזיון רבנים איז קעגען די תקנות הפורוםהרב באב"ד??
תוקן על ידי - allnewspic - 09/10/2005 19:20:26
א געוויסער גרויסער רב און עסקן, שוימט און שטורעמט אויף דעם בי"ד/טוען/באנדיטן פעקטארי, אויף עפעס א מעשה ווי דער טוען ב"ד האט נישט נאר געמאכט זיין שפיל מיט הזמנות התראות וכו', נאר עס איז מעגליך גאר א שוחד סקאנדאל, ווען ער האט געוואלט לאזן זיך ביי אים " אין קאמפאני" מתדיין זיין ווען ער האט שוין געהאט גענומען אסאך געלט פון איין צד, און ער האט שוין אויך געארבעט אלס יועץ און חצי טוען פאר דעם צד, וואס מיינט אז אויסער געלט, האט ער אויך געהערט איין צד אן הערן יענעםס צד, וואס דאס אליין פסל'ט שוין א דיין פון פסקענען ביי דעם ענין.
עס קוקט אויס ווי יענער רב וויל אים פשוט איינשלונגען. לאמיר זען צו דער רב וועט עפעס דערארבעטן, אדער וועט ער זיך שרעקן...
איך האב נישט געקענט דערגיין צו די טיפקייט פון די מעשה, און איך האב נישט ליב צו שרייבן עפעס וואס איז לעכעריג, דעריבער וועל איך מוזן ווארטן ביז איך ווייס אלע פרטים מיט א קלארקייט. דאס איז אבער קלאר אז עס קאכט זיך מיט עפעס א סומעטאכע ביי גאר ערנסטע רבנים, און עס קומט עפעס גאר שטארק... לאמיר ווארטן מיט געדולד.
אונז ווארטען מיט געדולט שוין פאר א חודש און האלב.
ווי לאנג וועט מען נאך ווארטען ביז עס וועט עפעס ווערען פין דעם האטליין פעקס?
ס'איז שוין אדורך מער ווי א חודש מיט אהאלב זייט דיין תגובה.
און זייער פיל איז שוין געשעהן זייט דעמאלט, די פעקס האטליין האט צוזאם געבריינגט אפאר געליטענע, און זיי האבן אויפגעטון באנעזאם גאר גרויסע זאכן.
הגם דער זשענעראל פראבלעם גייט ווייטער אן, און די סיסטעם קאראפציע גייט אן ווייטער, נאר מיט אביסל מער זהירות.
דער עולם דארף זיך נאך ווייטער היטן פון די קאמפעני, און אויב איינער באקומט פון זיי א הזמנה אדער א התראה אדער א סירוב, חרם נידוי, אזהרה, ואיסור לבא בקהל, דארף מען זיך בכלל נישט צוטוהן מאכן.
ס'איז דא היינט אסאך בתי דינים וואס טוען תיכף אנולירען אלעס וואס די טוען/בורר/גנב/בי"ד קאמפעני שרייבן אדער זאגען.
עס ווערט דערקלערט ווי חספא בעלמא!
און די אנפירער ווערן אנגעקוקט און באטראכט ווי איינפאכע שווינדלער, געלט פרעסער און נאך ווייניגער ווי רועי בקר.
אין די געשעפטן איז שוין אויסגעלייגט דעם "פלאם" פון חודש טבת, אויפן דעקל זעט מען א בית דין שטוב... וואס זיי שרייבן אז זיי שמועסן ארום ווי אזוי עס זעט אויס די דיני תורה היינט צוטאגס.
אפשר מיינען זיי דאס וואס ווערט אויסגעשמועסט אינעם אשכול?...
איך האב היינט געהערט פון א עסקן אז עפעס טוט זיך גרויסע זאכן אויף גרובער בית דין קאמפעני, רבנים ברענען שטארק אויף עפעס לעצטיגע געשעענישן.
איך ווארט צו הערען נייעס דערוועגען.
דיפלאמאט, איך מיין אז נישט דאס מיינט דער פלאם..
דער קעפל וואלט געדארפט זיין:
"וואס טוט זיך אונטער די קוליסן פון בתי דין"
בדרך אגב, איך האב הנאה צו זען אז דער אשכול לעבט נאך, איך האב געמיינט ער איז שוין לאנג אין ים התיכון..
וואס איז די פאקס # צו שיקען חומר קעגען גרובער?
איך זעה אויף דף 2 פון דיזן אשכול איז פאראן א אימעיל אדרעסס.
און אויף דף 4 אין דעם אשכול איז דא א פאקס נומער.