היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וואס טוט זיך מיט איחוד הקהילות?

וואס טוט זיך מיט איחוד הקהילות?

49 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 51 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1553550

jid_613 » 4/9/2005 08:38


דער שאלה, ליגט אסאך אינגעלייט אויף די הארץ.

פאר דער וואס ווייסען נישט, "איחוד הקהילות", איז א ארגאניזאציע, וואס האט זיך צוזאך געשטעלט און גענומען א שטיקעלע אחריות אויף זיך, צו טרעפען א גוטע פלאץ, און אויפשטעלען א מקום, ווי אינגעלייט פון ב"פ און ווילי, זאלען זיך קענען ארויס ציען, אינאיינעם מיט אונזער גאנצע social fabric.

זיי האבען שוין געהאט עטליכע דורך פעלער, די מערסטע באוויסט פון זיי איז דער פלאן צו בויען א ישוב אין די פאקאנאס, אבער דער חברה האבען ווייט פון אויף געגעבען.

ווער ס'וויל וויסען מער אינפא, איז אין די טעג דא א ספעציעלע אינטערוויו, מיט איינער פון די אהנפירערס פון דעם פלאן, און "בחדרי חרדים משפחה אידיש".

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=13127

אדער קענט איר גיין צו דער אפיציעלע פורום פון דעם ארגאנזאציע,

http://groups.yahoo.com/group/jewsrelocation/


בהוקרה
דזשיד

jid_613 » 4/9/2005 08:41


נאך אויף דער נושא (אין דער זעלבע פורום):

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1537216

mekele » 4/9/2005 12:14

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

mekele » 4/9/2005 12:14

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

mekele » 4/9/2005 12:15

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

mekele » 4/9/2005 12:16

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

mekele » 4/9/2005 12:16

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

mekele » 4/9/2005 12:17

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

ekstein » 4/9/2005 17:35

ווער האט די גמרא, דאכט זיך ר יהשע בן לוי אז עס איז בעסער צו פאלירען מיליאנאן דאלארען, אין נאר צו וואינען נאר אין א מקום תורה ,
אין דאס איז די סיבה וואס די חרדישע אידן ווילען דוקא וואינען אין די געגענטען פין ווילאמסבורג מאנסי קרית יואל ,ווי עס האבן געוואינט אונזערע הייליגע צדיקים אין מזככך געווען די לופט אין דעם טמנעם ארץ העמים הנקרא אמעריקע, וואס אפילו אמאל האט מען געזאגט אז די שטיינער זענען טרייף, אין אין זכות פין די רועי נאמנים וואס האבן אריבערגעפלאנצט דאס אידישקייט אין אדמת אמעריקה זענען געווען באזארגט א ידען טאג על העתידות של כלל ישראל , אין האבן וועגן דען געמאכט די געגענטען ווי נייטרא קרית יואל סקווער וויזשניץ , אין אלע געגענטען איז דאס אן אבסורד צו זאגען אז די פלעצער וועלן צוגרינד גיין אין די יגיע צדיק וועט גיין לריק ,
אבער דאס אז די מייקריי השער וועלן די ערשטע גיין געבראכען דאס איז א אפענע זאך ווי דער חתם סופר שרייבט אין ספר הזכרון אז די סיבה וואס האט דאן בימיו פאסירט אז די גאווערמענט האט זיך פארלייגט אויף די אמידים אין עשירים אין זיי אראפגעשטעלט בערים ובחוסר איז ווייל זיי האבן געהויבן די פרייזען פין די דירות אז א פשוטער מענטש האט נישט געקענט צוקומעון דערצו נאר אז ער האט זיך אויסגטאן די הויזען אין געבליבען אן א פרוטה צו די נשמה אין שועת העניים האט דער רבשו"ע דאס ערשטע אויסגעהערט

allnewspic » 4/9/2005 18:05

באקומען אין אישי פון jrelocate


After following the news about a new development in PA NJ NY and CT,
I was deeply disappointed to learn that none of them have gotten of
the ground. And now, yet again, we are left to wonder will there
ever be a new community. Or will our kids have to pay the price of
our comfort and convenience for not making any real progress.

Allow me to apologize to our members for not keeping you up to date.
Frankly there was no news to report. On the other hand I think we
could have done more in so many way.

We have now reorganized our effort and will try to bring some light
to this problem. As you all know the solution starts with us the
people, not the askonim. We have to let everyone know it is time to
do something. We have to be ready to give up some level of comfort
to make this goal reachable. It depends on us.

The first thing we are trying to accomplish is to shed new light on
the issue and keep the discussion alive. Second, over time we have
talk to a lot of people who gave us good ideas. We collected all of
them to try to compose some sort of proposal for a new community.

But our work is not done here. We need more ideas from more people.
We are studying proposals from other neighborhoods to see what has
to be addressed and in what order. The vital parts needed to support
a new community. And the governmental issues needed in order to win
their approval.

We have seen failure in the past, but we have also learned a
tremendous amount of knowledge. In fact the time may be right to
start thinking aggressively at broader ideas that don't involve
commuting to New York.

In the coming months we will try to address some issues facing
everyone. We will try to open the discussion so you can say what you
think the new community should be. The best ideas came from people
who are frustrated at the current system. These are the people who
will make it happen.

Sooner or later my landlord (and yours too) will sell the house I
live in to an artist. It will happen I have no doubt. he will make a
fortune but I will be left with no place to live.

So please join in and invite all your friends and family to join the
discussion.

http://groups.yahoo.com/group/jewsrelocation

jewsrelocation-subscribe@yahoogroups.com


Please follow our future emails and postings.

Don't forget to vote on the newly posted Polls.
http://groups.yahoo.com/group/jewsrelocation/polls


בןמלך » 4/9/2005 20:55

זעט אויס אז די מקוה זופניק אין י-ם איז שוין מסודר, יעצט גייט ער זיך נעמען מתקן (מסכן) זיין וויליאמסבורג. גוד לאק!
בדרך אגב, האט דער "רב המקוואות" נישט פארגעסן אנצופילן זיין ווארעמע בריוו מיט ניוול פה לרחצה.. מער ווי די איסט ריווער...

jid_613 » 4/9/2005 22:44


איך וויל בעטען דער חשוב'ער עולם דא, זיך צו האלטען אין די ראמען, און שרייבען נאר אין עניינים וואס זענען נוגע פאר דעם עצם ענין פון בויען א יישוב פאר מיר אידעלעך.

וועגען נחום ראזענבערג'ס ניוול פה, צו אנדערע קאמענטארען, ביטע דאס צולייגען אין די אשכול(\אסלא) וועגען די מקוה אין זופניק.

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1496135

יישר כחכם.
דזשיד

aaatozzz » 4/9/2005 23:14

א שאד א מענטש מיט א זעלעכע כשרונות, און דרייסטקייט וואס וואל געקענט אויפטוען אן א שיעור.

אבער ליידער זיינען זיינע מעלות גורם זיינע חסרונות.

מענדלדרעי » 5/9/2005 02:47

איך האב מורא איחוד הקהילות זענען אפאר אינגעלעך.

פון זייער פריערדיגע נישט ריאליסטשע פלענער {פאקאנעאס} זעט אזוי אויס.

מארגען וועסטו הערן אז זיי ווילען בויען אין מאנטענע.

shia550 » 5/9/2005 07:21

פאקאנאס איז באמת נישט קיין מקום פאר א יישוב, אפילו די וואס וואוינען דארט זיכען צו אנטלויפען פון דארט.

עס איז באמת נישט צו פארשטיין מעיקרא מאי קסבר.

אבער דאס מיינט נישט אז זיי קענען נישט מצליח זיין.

יעצט איז איבעראל דראסטיש הויעך, עס איז שווער צו קויפען א שטיק לאנד ווי זאל נאר זיין.

אפשר נאכן קראך ווען דיוועלאפער'ס וועלן בלייבען שטעקן מיט א ישוב מיט הייזער אדער קאנדאמיניום'ס וועט זיין וואס צו טון.

aaatozzz » 5/9/2005 09:15

רוב ישובים אין אמעריקא האבען זיך אנגעהויבען מיט א ישיבה און די סטעף, למשל מאנסי, לעיקוואד, נייטרא, קאשוי, טאש.

פאפא האט שוין א ישיבה מיט א ביסל סטעף און עס גייט זייער שווער.

מאנראו האט אנגעהויבען א גרופע גרויסע עשירים פון א שטארקע קהילה. און מאנראו איז זייער א גוטע לאקעישאן. זיי האבען ארויסגענומען דעם רבי'ן ז"ל אהין, און געזאגט אין זיין נאמען פארשידענע סטעיטמענטס, און דאך איז עס נישט געווען לייכט.

דאס איז די אינגרידיענס. אנדערש קען עס נישט גיין.

kutchma » 5/9/2005 19:41

אויפקלערונג


דער JRELOCATE, כבודו במקומו מונח, האט נישט אין פארטרעט נישט איחוד הקהילות. אין א שמיעס מיט ר' שמואל בנימין שטיין, (ער האט געגעבן רשות מפרסם צו זיין בשמו) וואס ער שטייט בראש, מיט נאך עסקנים, פין דער איחוד הקהילות, האט ער קלאר געמאכט אז JRELOCATE איז נישט דער SPOKESPERSON פין איחוד הקהילות אויך איז ער נישט א מיטגלידער פין דעם ארגעניזאציע.

עס זענען פארהאן אפאר גרופעס מיט עסקנים וואס טיען אין דעם. אשרי להם ואשרי חלקם. איחוד הקהילות, וואס איז למעשה געוועהן די ארגעניזאציע וואס האט געטיען אין טיט נאך אלץ דאס מערסטע בנושא, האט אבער גארנישט מיט JRELOCATE אין נישט מיט די YAHOO GROUP.

עפשטיין » 5/9/2005 19:57

אה מען קריגט זיך שוין.

יעצט קומט באמת א הצלחה.

jid_613 » 5/9/2005 20:02


אבער קוטשמעלע לעבן, אפשר טוט איר א מצוה, און איר ברענגט ארויף דא הרב דייטש?

אפשר קען ער אביסעל קלארער מאכען וואס די פלענער זענען, מיט עפעס א טיים פרעים?

און צו הרב jrelocate, ביטע זיך נישט דעשרעקען פון עסקנים וואס פרואווען דיר איינצורעדען, אז זיי טוהן מער ווי דיר,

קיינער האט נישט א מאנאפאל אויף עסקנות.

אדרבה, מינהון ומינך ירווח שמעתתא.


באראפארקער » 5/9/2005 20:28

לדעתי טאמער איינער האלט ביים טוהן אין דעם, איז געגאנגען, זאל ער טוהען, ד.ה., קויפען א שטח און אנהייבען די מערכה.

די אלע שלעפעריי מיינט אז ער וועט זיך אויסלאזען מיט נאך אביסעל שלעפעריי.

kutchma » 5/9/2005 20:56

דשזיד לעבן, פארוואס די דארפסט ארויס נעמן דיינע גרויסע כלי זיין דא אזויוי די טיסט אויף אנדערע פלעצער פארשטיי איך נישט. מאנאפאל אויף עסקנות? איך האב קלאר געשריבן אשרי חלקם. עס איז נישט פארהאן קיין שום חליקה, מחלוקה, פוליטיק, שנאה, אדער דאס גלייכן. אז די מיט דיינע חברים ווילן מאכן לעבעדיק, אדרבה, איך וויל עס אבער צום צווייטן מאל קלאר מאכן אז נישט דאס האב איך געזאגט. איך האב סך הכל געזאגט אז איחוד הקהילות האט גארנישט מיט די YAHOO GROUP אין ווערט נישט פארטרויטן דורך JRELOCATE.

אין צום צווייטן מאל, אפשר יעצט וועט עס דיך אריין גיין אין קאפ, כבודו במקומו מונח, אין יעדער וואס טיט קומט זיך א יישר כח.

בנוגע א "טיים פרעים" ר' שמואל בנימין שטיין (ווער דייטש איז ווייס איך נישט) האט עס קלאר געמאכט אז מען ארבעט פלייסיג, אפילו מען זעהט נאך אויף דער ווייל נישט קיין באלדע רעזולטאטן. די זאכן נעמן צייט אין מיה אין עס איז נישט במציאות צו זאגן א טיים פרעים. ובעזרת השם נעשה ונצליח.

בןמלך » 5/9/2005 20:58

דער פראבלעם/פאבלעמען וואס שרייט און פאדערט אויף א מעכטיגן "רילאקעישאן" איז זייער שטארק און טיף, און עס איז אומפארמיידבאר. עס איז פראסט און פשוט נישט דא ווי צו וואוינען, בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי און פלעטבוש זענען שוין כמעט full to capacity. מ'וואוינט אווערקראודעד, און די רענט און מארגעדזשעס זענען גדול מנשוא.
עס איז נאר די שאלה וואו די נייע אידישע ישובים גייען זיין, און ווער עס וועט האבן די זכי' צו זיין דער נחשון פון די עסקנים.
לויט ווי איך האב געהערט מאחורי הדלת, ארבעט אגודת ישראל דאמעריקא אויף א גרויסן פראיעקט. אבער עס איז מעגליך אז עס איז לופטיגע שמועות.

kutchma » 5/9/2005 21:04

בןמלך, אגודה? איי איי איי, יעצט האסטו ארייןגעביסן אין א פארשימלט שטיקל ברויט. אגודה? איך קען מיך נאך אלץ נישט גלייבן מיינע אויגן.

בןמלך » 5/9/2005 21:22

יא, ווען אגודת ישראל דאמעריקע טוט א גוטע זאך, כה לחי!
איך בין ב"ה נישט קיין ראסיסט, ווען עפעס איז ריכטיג, איז עס ריכטיג. אבער ווען עפעס איז שלעכט, איז עס שלעכט!
as a matter of fact בין איך אויפגעוואקסן צווישן פיל אגודיסטן, אריינגערעכנט אין מיין אייגענע משפחה. און איך וואוין היינט אין א שטאט ווי די סענטימענטן זענען פיל מער גענויגט אהין. אבער איך אלס אן אומפארטייאישער מענטש, בין צו קיינעם נישט געבונדן, איך בין קיינעם גארנישט שולדיג, און איך קען גאנץ פיין לויפן צווישן די טראפן, אן דעם וואס איך זאל ווערן נאס...

kutchma » 5/9/2005 21:27

בני,

jid_613 » 5/9/2005 22:02


aaatozzz

אויב איז אמת וואס די שרייבסט, איז דא "שוין היינט", עטליכע מקומות וואס האבען פאטענטציאל פאר א יישוב.

וואטערבערי, קאנעטיקוט

סאוט פאללסבורג, (וויזניץ אין די דארטיגע ישיבה)

סקרענטאן פענסיליוועניע

וכו' כו'.

shia550 » 5/9/2005 22:56

די שאלה וואס זוכט מען אין א נייער יישוב?

אז מען וויל א דארף איז אפשר דא מער שאנסען, אבער אויב זוכט מען א שטעטל קען מען נישט אונהייבען פון א, נאר מען דארף זוכער א שטעטל וואס עס איז שוין דא א סטארקטואר איז אריינברענגען דארט אידען.

jrelocate » 6/9/2005 03:37

למען האמת והשלום וועל איך ערקלערען מיין צד.

ראשית דבור איך פארטרעט נישט קיין שום קהילה אדער איחוד הקהילות. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז יא. אין איך האב קיינמאל נישט פארפירט מיט ווערטער וואס קען אויסגעטאטש ווערן אז איך פארטרעט איינעם.

אנגעהויבען האב איך ווען איך האב אריין געשיקט מיין אפליקאציע צום פילאדעלפיע איחוד הקהילות גלייך ווי אסאך מענטשען, נאכען הערן אז עס קיקט אויס ווי עס גייט מיטען קאפ אראפ האב איך מיך פארבינדען מיט די עסקנים צי הערן וואס מען קען טון צי ראטעווען די פראעיקט.

פון די אינפארמאציע וואס איך האב באקימען איז שוין נישט געווען וואס צי טין. מען האט געהאפט אז די וואויטס וועלן אריינקימען בעסער ווי געראכטען אבער דערנאך איז אלעס געווען פארפאלן.

זינט דאן האב איך פריבירט אויף פארשידענע אופנים ציריק צי ברענגען די מעגליכקייט פון א נייע ישוב אין א נייע געגענט. איך האב מיך פאראינטערעסירט פון די עסקנים צי זען ווי מען האלט אין וואס מען טיט. איך בין אויך באקאנט מיט לכל הפחות צוויי נייע אפציעס וואס מען פריבירט אהער צישטעלען. פארשטייט זיך אז איך קען נישט ארויס געבען פין וואס מען רעדט דא ווייל איך וויל נישט קליא מאכן פאר די עסקנים אין אינוועסטארס וואס ארבעטן דערויף. איך בין אבער זיכער אז די דאזיגע וואס זענען באקאנט מיט וואס איך זאג צווישען די שורות וועלען פארשטיין פון וואס איך רעד

והשנית, איך זיך נישט אינטער צי האקען קיינעם אדער ח"וש אוועקנעמען די געוואלדיגע שכר וואס עס קימט פאר די עסקנים פארן שתדלן פארן ציבור. איך זיך נישט צי זיין אין competition מיט קיינעם. הלווי ווען כאטש איינע פין די פלענער זאל צישטאנד קימען. איך זיך צי מאפען צי א נייעם ישוב פינקט ווי איר. איך ארבעט פאר מיינעט וועגען.

מיינע פלענער זענען אן ענטפער אויף long term וואס אדרעסירט דעם פראבלעם אין פלאנירט אויף להבה. אויב זעע איך אז עס ווערט עפעס אויף אן אנדערן מקום וואס האט ממשות. וועל איך מיך מיטשטעלען צי ציהעלפען ווי ווייט מעגליך אז עס זאל זיין א דבור המקיים. אבער איין זאך וואס איך וועל נישט טין איז "נישט טין בכלל".

ציגלייך האלט איך אז איך טי א טובה פאר די אנדערע דיוועלאפמענט'ס, ווילאנג איך בין מקפיד נישט ארויס צי געבען סודות פון חדר. איך האב פריבירט צי פארשטיין געגבן פארן עולם די פראבלעמען וואס די עסקנים האבען. אבער די עסקנים מיזען אויך פארשטיין אז מען מיז געבען צייט פארן עולם צי רעדן דערוועגן מיט די משפחה צי פארשטיין געבן פארן עולם אז עס וועט זיין א תירוץ צי די פראבלעמען. אין אז וועט זיין ווי צי מאפען ווען מען מיז שוין.

מיינע פלענער וועט פארשטייט זיך אריינעמען קהילות וואס וועלען זיך וועלן באטייליגען. אבער עס איז דא אסאך מער אין וויכטיגערע זאכן קער צי נעמען פאר מען גרינדעט א נייעם קול שופר וואס וועט אינץ פארטרעטען אין זיך אויסלאזען מיט גארנישט. צי דארף מען נישט ערשט אויסארבעטען אלע אנדערע ענינים?

אבער ווי געזאגט פריער, מיינע מחשבות זענען נישט צי קליא מאכן א כל-שהי פאר קיינעם. אין איך האב נישט פארלאנגט הילף פין קיינעם על כל פנים ווי לאנג עס איז נישט דא עפעס ממשות אויפען טיש. ווען די צייט וועט קימען אין בעז"ה אז עס וועט זיין וואס צי פארציילען וועלן מיר וויסען וואס צי טין. אזויפיל יא, במשך פון די פלאנירינג דארף מען כסדר הערן פונים ציבור וואס מען וויל, האב איך גענומען די מיה אין אנגעהויבען דעם געשפרעך צי הערן וואס אין וויאזוי צי פלאנירען ווייטער.

קיינער לייקענט נישט דעם פאקט אז מען מיז שוין פלאנירען ווייל עס ווערט שפעט. יעדער אינגעאמאן שטייט מיט אפענע אוירען צי הערן די בשירה אז עס איז דא א נייע געגענט ווי מעו קען זיך אהין ציען. ווייל עס ווערט אידען טאג שווערער די מצב. אין מער אין מער יונגעלייט זענען אויף מעדיצינען פאר הויך בלאד-פרעשער אין דופרעשען. די שאלה איז נאר ווי אין ווער וועט דאס אהער שטעלען. נישט ווער עס שטייט הינטער דעם אר\דער ווער עס האט ערשט אנגעהויבן.

צים שליס וויל איך ארויס ברענגען נאך איין נקידה. ווי מיר ווייסען גאנץ גיט די היסטאריע פון וויליאמסבארג ווי מיר פלעגען שטיין יעדע צוויי דריי יאר אויף לי עווענ. פאר נאך א ראלי פאר א פאליטישאן וואס האט ציגעזאגט הייזער אין דירות. אין די צייט וואס מיר האבן גע"ראלי"ט ידעס יאר האבן אינזערע שכנים באקימען אין פראעיקט נאכן צווייטען. ווען מען האט אנגעפרעגט פין די שטאטישע טאטעס פארוואס מיר באקימען נישט איז דער ענטפער געווען "אז א יעדעס מאך וואס מען האט ענק פראבירט צי געבען דירות האט עטץ זיך אנגעהויבן ארים ציקריגען ווער אין וויאזוי מען זאל עס ציטיילען". ווילאנג אינזערע פארטרעטערס האבן זיך ארימגעקריגט איז דער פראעיקט געגאנגען פאר די שכנים.

תמצות הדברים איז, איך וויל אויף קיין שים פאל זיין דער וואס איז גרום אז מיר זאלען אדורך פאלען ווייטער מיט די פלענער. דערפאר אויב נאכן ארויסשרייבען מיין צד איינער פילט אז איך בין נישט גערעכט ביטע פארבינדען מיט מיר אויף אישי. אין אויב האב איך אפאר ידידים וואס טראכטען אזוי ווי ציר ביטע שרייבען אינעם פורים.

בכבוד רב
jRelocate

kutchma » 6/9/2005 07:09

איך האב פאר דיר צוויי ווערטער: כה לחי! ומתן שכרך בצדו, איינס אזיינס:

בערגער213 » 6/9/2005 16:48

kutchma

איך וויל נאר מעורר זיין אז עס וואלט בכלל נישט אויסגעפעלט די זאלסט קימען מיט דיין "רויטע אויפקלערונג"
האט דען עמיצער געמיינט אז דער JRELOCATE האט א שייכות מיט יענעם פראיעקט?
קימט אן עסקן אין פרובירט צי טין אביסעל מיינט מען אז מ'מיז קימן מיט א אויפקלערונג!!!!
(יא כהאב געזען געוואלדיגען קאמפלימנט "כבודו במקומו מונח" אבער לא מעקצך ולא מדובשך)

kutchma » 6/9/2005 16:55

בערגער, אז די ביסט שוין יא א גיבור, טא זיי מסביר וואס דער מעקצך איז. איטרעסאנט אז JRELOCATE אין אנדערע פארשטייען, אבער אין דיין דיקן קאפ גייט עס נישט אריין. איך האב סך הכל (צום אינטערשטן מאל) געוואלט אויפמערקזיים מאכן די וואס האלטן מיט (אפשר פאר דעם פארשטייסטו נישט) אז JRELOCATE האט נישט מיט איחוד הקהילות. איך האב איבערגעחזרט דא אין און אנדערע פורומים אז איך געב עם דעם פולען קרעדיט פאר אלעס וואס ער טיט.

ביסט א מבין?

בערגער213 » 6/9/2005 17:53

kutchma

הערשט יעצט זעה איך אז די האסט געפויסט דיין אויפקלערונג אויך אויפן אנדערע פורום, אנשטאט ארויסציהעלפן מאכסטי קאליע
מיך אין איך מיין אז "קיינעם" אינטערסירט נישט צי JRELOCATE איז מר. שטיין צי נישט
איין זאך האסטי זיכער אויפגעטין צי פארדרייען דעם טאפיק

Can We get back on track here ?

jrelocate » 6/9/2005 18:51

שוין גענוג געווען!!!!

kutchma » 6/9/2005 21:05

שוין טאקע גענוג געוועהן.

בערגער213 » 6/9/2005 23:09

אבאר צי אייך מר JRELOCATE זאג איך חזק ואמץ באמת, אונז זעמיר טאקע שוואכלינגס אין מיר דארפן א גיטן שטיפ

jrelocate » 19/10/2007 20:25

איחוד הקהילות???????????????????????????????

יעקבסרול » 22/10/2007 19:03

די שטעטל וואס מען שמועסט דערפון אין מידלטאון האט מיט איחוד הקהילות?

דיפלא » 24/10/2007 16:51

יא. עס האט מיט איחוד הקהילות.

עס איז א פרישע געגנט, און מען האלט איצט אינמיטן אויספלאסטערן די גאסן.

מען האפט גאר בקרוב צו מעלדן דעם פלאן מיט אלע איינצלהייטן.

ד"א, דאס וואס מען שמועסט אין די גאס אז 'מען לאזט נישט' אריין קיין סאטמארע אידן איז נישט אינגאנצן ריכטיג, און בלויז די ערשטע פאר הונדערט וועלן קענען זיין בלויז פון די פאר חסידות'ער וואס מען וועט מודיע זיין. שפעטער וועט יעדער זיין ווילקאמען.

ערליכעאיד » 24/10/2007 17:36

איז דא עפעס א סיבה פארוואס מען זאל נישט אויפארבעטען די אלע קלענערע היימישע שטעטלעך וואס עקסעטירען שוין? (למשל פאפא, נייטרא, קשאוי, וויזניץ-קאמישע אדער ביידע סקווערע שטעטלעך)
לדעתי איז נאך דא דארט גענוג און נאך פלאץ פאר מען הייבט אן א נייע זאך עס קאסט דאך אזויפיל כוחות מיט געלט אנצוהייבען פון דאסניי


תוקן על ידי ערליכעאיד ב- 24/10/2007 17:36:52

shia550 » 25/10/2007 01:29

א סאטמארער איז אוודאי נישט קיין צוויי קלאס מענטש אדער עס איז דא מענטשען וואס האבען מורא צו וואוינען אין א שטאט וואס איז רוב סאטמאר ווי וויליאמסבורג הגם די מעלות זענען לדעתי מער ווי די חסרונות

jid_613 » 26/10/2007 01:35

אין די ערשטע פאזע האבען זיי זיך משעבד געוועהן פאר עטליכע קהילות אז זיי גייען נאר אריין לאזען מענטשען וואס געהערען צו א קהילה וואס 1) נעמט אחריות (וועט עווער דהאט מינס) אויף זייערע אינגעלייט 2)  איז גרייט אהין צו שיקען א סכום מסויים פון אינגעלייט,

נאר מיט דיע קהלות איז "איחוד הקהילות" גרייט צו שטיין אין ווארט.

צו זיי וועלען קענען האלטען ווארט וועלען מיר אלע "אולי" געוואיר ווערען.

סאטמאר איז נישט א פאסיגער קאנדידאט ווייל די געוועהנליכער בארא פארקער קהילה האט פון זיי מורא... (איז דא א סאטמארע וואס לייקענט דאס? ס'פילט זיך גוט, העה?)

דיפלא » 26/10/2007 16:40

סאטמאר איז נישט קיין צווייטע קלאס מענטש אין קיינעם'ס אויגן. און נאר א סאטמארער ווייסט אז מען האט זיי פיינט, וואס איז אין קעגנזאץ צום אמת.

דער פראבלעם שטעקט אין דעם וואס א סאטמארער איד האלט אז ער איז דער סאמע בעסטער און הייליגסטער איד וואס בלויז ער האט געהאט די זכי' צו וויסן דעם דרך אמת און אלע אנדערע זענען אראפ פון וועג, און אפגעזען אויב דאס איז יא אדער נישט אמת, וויל ער אז אנדערע זאלן זיך אונטערווארפן אונטער זיי.

און ווייל 'איחוד הקהילות' באשטייט פון עטליכע קהילות וואס זענען נישט איינשטימיג מיט דעם אויבנדערמאנטן און האלטן אז אלע אידן זענען א חלק פון דעם עם הנבחר און ווילן אויפשטעלן א געגנט וואס זאל ארייננעמען 'אלע' קהילות קדושות בישראל, קען מען נישט צולאזן אז עס זאלן זיין געוויסע קהילות וואס וועלן גלייך מאכן טיילונגען (ווי מען האט געטוהן אין וויליאמסבורג וואס מען האט אויסגע'רודפ'ט אלע וואס האלטן אביסל אנדערש. כידוע.)

עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל. אמן.

האלבערשטאם » 26/10/2007 18:33

אנאליזער

קיינער איז נישט מקנה סאטמאר, עס איז פשוט נישט דא מיט וואס.

jrelocate » 23/11/2007 22:15

למעשה איז מען נאר דן סאטמאר. פארוואס הערט מען נישט מער פינעם פלאן? ווער ווייסט מער? ביטע מעלדט פארן עולם.

ideas » 25/11/2007 17:48

20-30 יונגעלייט פון א קהילה דארפן זיך צוזאמען נעמען און ארום פארען זוכן א פלאץ נישט מער ווי א האלבע שעה פון בארא פארק און אנהייבען קויפן הייזער און זיך אליין ארגעניזירן פאר א נייע געגענט.

_________________

shia550 » 27/11/2007 00:56

איידיעס

איר זענט אביסל נאיוו אז איר זענט דאס מציע, עס איז נישט דא אזא בריה ווי א האלבע שעה אוועק פאר א מענשליכער פרייז.

bush2008 » 17/12/2007 04:19

There are 3 things people are searching it in nobody knows were it is.
 1. Bin ladin
 2. The eirev
 3. Echud hakehilos neighborhood

ideas » 17/12/2007 08:36

דער פארבלעם איז די אינוועסטורס וואס וועלען גארנישט טועהן נאר אז זיי קענען מאכען א סאך געלט,
ווען מען ארגאניזירט זיך אליין קען מען טרעפען,

_________________

shia550 » 18/12/2007 22:54

איידיעס

זייט נישט בייז אבער איך זע אז איר זענט נישט אים דעם ליין.